דיונים ביוצרות לד' פרשיות ופירושיהן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

דיונים ביוצרות לד' פרשיות ופירושיהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער זיידע פלעגט זאגן אז אינדערהיים איז יעדער געווען געוואוינט
פאר יעדע יום טוב צו לערנען יוצרות ווייל עס לוינט
פארוואס זאגן און מורמלען און נישט האבן אינזינען
אזעלכע שיינע פיוטים לאזן אוועק רינען?
דער שבת שקלים איז טאקע שוין פארביי
פארט, אם לא עכשיו אמתי
וועל מיר פרעגן און דורכשמועסן
דעם ריכטיגן טייטש געוואויר ווערן און וויסן.

1) "מעתיק פלוסים" צר ובורא רוח, דער מטה לוי טייטש הקב"ה עוקר הרים הנשקלים עש"ה ושקל בפלס הרים.

לפעד"נ אז מעתיק וואלט אפשר בעסער געשטימט דא מלשון שטארקן פארפעסטיגן, פון די 3 באדייטן פון "עתק" שטארק, אלט, און אריבערוקן וואס פון דעם נעמט זיך העתקה איבערשרייבן אויך ווען די אריגענעלע שריפט בלייבט אומבארירט, מעתיק - ער שטארקט פארפעסטיגט, פלוסים - די שווערע בערג, און ער איז ממשיך צר ובורא רוח וכו'.

2) אין דעם םיוט המתחיל "אומן בשמעו" זאגט דער פייטן אז משה הרבינו האט געפרעגט: זרעם כחול ימים וכוכבים ספורים, ואני איך אספרם ולעד פרים, רם חוה לו אות מספרם איך למנותם ולעמוד על ספרים, און ער פירט אויס מיט א חשבון ע"פ די ערשטע אותיות פון די שבטים אויסער לוי וואס קונט אויס ת"ר אלף פחות ג' אלפים, ווערט דאס געברענגט און אן אנדערע מקון אין חז"ל?

3) דער לאנגער פיוט נאך ובכן לך תעלה וכו' – פאר ווער עס האט געזאגט אדער געזונגען - איז דאך עמוק עמוק אלע סאטרטן חשבונות און מדידות וואס דער בו"ע האט באשאפן אין אוועקגעשטעלט אויף די וועלט, אני הקטן האב עס ליידער נישט געהעריג אדורכגעלערנט ומי יתן אז מיר זאלן כאטש פארשטיין אפס קצהו,
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:2) אין דעם םיוט המתחיל "אומן בשמעו" זאגט דער פייטן אז משה הרבינו האט געפרעגט: זרעם כחול ימים וכוכבים ספורים, ואני איך אספרם ולעד פרים, רם חוה לו אות מספרם איך למנותם ולעמוד על ספרים, און ער פירט אויס מיט א חשבון ע"פ די ערשטע אותיות פון די שבטים אויסער לוי וואס קונט אויס ת"ר אלף פחות ג' אלפים, ווערט דאס געברענגט און אן אנדערע מקון אין חז"ל?

דער מחבר פון דער שטיקעל פיוט איז ר' אלעזר הקליר
דער מקור איז און מדרש ילקוט אהנפאנג פרשת כי תשא עיין שם. (כ'האב נישט יעצט געדולד מעתיק זיין)
the SCY is the limit
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

farshlufen האט געשריבן:1) "מעתיק פלוסים" צר ובורא רוח, דער מטה לוי טייטש הקב"ה עוקר הרים הנשקלים עש"ה ושקל בפלס הרים.

לפעד"נ אז מעתיק וואלט אפשר בעסער געשטימט דא מלשון שטארקן פארפעסטיגן, פון די 3 באדייטן פון "עתק" שטארק, אלט, און אריבערוקן וואס פון דעם נעמט זיך העתקה איבערשרייבן אויך ווען די אריגענעלע שריפט בלייבט אומבארירט, מעתיק - ער שטארקט פארפעסטיגט, פלוסים - די שווערע בערג, און ער איז ממשיך צר ובורא רוח וכו'.

מחד גיסא שטימט אוודאי בעסער דיין פשט לויט דעם המשך צר ובורא רוח, אבער מאידך גיסא דער מקור פון דעם מט"ל איז פון דעם פסוק אין איוב המעתיק הרים ולא ידעו (כך מצויין אצלי ביוצרות מבוארים ע"י ר' אהרן לוי והמט"ל אין לי) וואס דארטן טרעפט מען דעם קשר פון לשון מעתיק מיט הרים, [און ווי באקאנט דאס איז דער דרך פון אלע מפרשי התפילות צו טרעפן דער מקור פונעם מטבע לשון פון מחבר התפילה און די מקראות פון תנ"ך]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' מאטעס, דאס אז ער נוצט דעל לשון הפסוק מיינט נישט אז דער טייטש איז די זעלבע גענוי, ער נוצט דאס נאר אלס מליצה.

------

היום עש"ק פרה, בפייט נעיין ונבארה.

אין ערשטן שטיקל המתחיל אצולת אומן "גלומה עלומה ונקוקה"טייטשט דער מטה לוי "גלומה לשון גולם שאין לו פרצוף" ולי הנבזה נראה אז בעסער וואלט דא געשטימט צו טייטשן לשון גלימה ד"ה פארקליידעט און פארשלייערט.

"ודשונה דשון למשמר חקה" די צווייטע דשון טייטשט נישט דער מטה לוי, ול"נ אז דאס איז דאס איז טייטש צוזאמענעמען די אש אזוי ווי ודשנו את המזבח.

"אטורה" איז מלשון איטר יד וואס טייטש פארשטאפט פארמאכט און באשרענקט און גייט ארויף אויף זיין רעכטע האנט.

די צווטע שטיקל "ממרה חקה גזר" צעווארפט דעם בנין של הבל פון תורה תמימה אז אין רש"י איז ר"ת כ"א און עס איז פארביטן געווארן אויף פ"א, ווייזט אויס אז קיין יוצר האט ער נישט געזאגט.

אגב דער מבוארות שרייבט דא ודרשו חז"ל וכו' איני יודע פארוואס ער צייכענט נישט צו אז נאר רש"י ברענגט עס.

אין דעם פערטן שטיקל "אלפת" היקר, איז א חידוש פון א ווארט מל' שגר אלפיך.

"שמץ" דגלים טהר, טייטשן אלע "עון" לויטן רד"ק באדייט דאס אבער טייטש א "מעט המעט" הייסט אפילו א שנעלק א זכר א שמוצל פון אן עוון זאלסטו אופווישן און אויפרייניקן.

א לעכטיגן שבת.

נמשיך אי"ה ביום ראשון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אמרתי אחכמה והוא רחוקה, דער צרור המור זאגטף שכל עוד שהי' משתדל ומחכם בענין פרה אדומה הי' מתרחק מאמתתה, ודעתי שרמז בזה שכפי עומק סודה אין ראוי להשתדל בה אלא להתרחקממהמה ומי שחושב שבהשתדלותו ישיג בה דבר הוא פתי וסכל וכו' עיין כאן בפנים, זעהט אויס מדבריו אז ווי מער מען זאל נאר וועלן גריבלען דערין וועט דאס מער סתום ווערן, א דערהער וואס מ'טרעפט נישט אין ערגעץ.

די דריטע שטיקל ענדיגט זיך "תמיר דם מִקַח אלעזר הכהן" דאס איז געפינטעלט אזוי ווי דער בעל ערוה"ב פינטעל "מקח וממכר" און נישט ווי אונז זעמער געוואוינט צו זאגן מקח מיט א סגול.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תפן באון "פיד" טיט רפשינו, איז טייטש א בראך מענין איד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטיי מיר שוין ווידער ערב שבת שקלים האב מיר שוין אביסל געבלעטערט כדי נישט צו זיין גענצליך אומפארגעקוקט ביים זאגן די פיוטים.

"בגי"ן צל ימינך לגונני התנשאת" טייטשט דער מטה לוי [תיתי לי' להרב שטערן שהודפס הסידור נהורא מחדש] בגי"ן טיייטשט ער בשביל, לי הקטן האט עפעס אנדערש אויסגעזען צו טייטשן בגי"ן אינעם שאטן - שיצונג, מיינענדיג א בחינה פון כי אתה ה' מחסי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך הב דערועגן געשריבן אין אוצר החכמה פורום, והנני חוזר על שאלתי, דער ערשטער שטיקל פון יוצר לשבת שקלים, אז מאז זמת בכל פועל, איז עפעס משמע אז מצות שקלים איז עלה במחשבה שוין בעת בריאת העולם, האט דאס ערגעץ א מקור??
אין סוף פון דעם שטיקל, כפרם פץ תת לאומים משאת, ובמפרשים מפרשים אז דורך מצות מחצית השקל וועלן די אומות העולם זיין א כופר אנשטאט די אידן, כ'זוך א מקור אויף דעם אין חז"ל
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

farshlufen האט געשריבן:שטיי מיר שוין ווידער ערב שבת שקלים האב מיר שוין אביסל געבלעטערט כדי נישט צו זיין גענצליך אומפארגעקוקט ביים זאגן די פיוטים.

"בגי"ן צל ימינך לגונני התנשאת" טייטשט דער מטה לוי [תיתי לי' להרב שטערן שהודפס הסידור נהורא מחדש] בגי"ן טיייטשט ער בשביל, לי הקטן האט עפעס אנדערש אויסגעזען צו טייטשן בגי"ן אינעם שאטן - שיצונג, מיינענדיג א בחינה פון כי אתה ה' מחסי.


און וואס מיינט לדבריך דער דאפלט לשון 'בגין' און 'לגונני'? מים אחרונים וואסער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאפעלט לשון?
בגין - אינעם שאטן, לגונני - מיך צו באשיצן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דאן ואדזשע איז צל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צל איז דאך דבוק. צו ימינך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

יהיה כן האט געשריבן:איך הב דערועגן געשריבן אין אוצר החכמה פורום, והנני חוזר על שאלתי, דער ערשטער שטיקל פון יוצר לשבת שקלים, אז מאז זמת בכל פועל, איז עפעס משמע אז מצות שקלים איז עלה במחשבה שוין בעת בריאת העולם, האט דאס ערגעץ א מקור??
אין סוף פון דעם שטיקל, כפרם פץ תת לאומים משאת, ובמפרשים מפרשים אז דורך מצות מחצית השקל וועלן די אומות העולם זיין א כופר אנשטאט די אידן, כ'זוך א מקור אויף דעם אין חז"ל

אפשר איז דער כופר געבויעט אויף הקדים שקליהם לשקליו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יהי' כן, פשט איז אז מבריאת העולם איז אלעס מיט א חשבון מרומז בתורה, כמבואר באריכות בהפיוט הארוך "אז ראית וספרת".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

farshlufen האט געשריבן:אמרתי אחכמה והוא רחוקה, דער צרור המור זאגטף שכל עוד שהי' משתדל ומחכם בענין פרה אדומה הי' מתרחק מאמתתה, ודעתי שרמז בזה שכפי עומק סודה אין ראוי להשתדל בה אלא להתרחקממהמה ומי שחושב שבהשתדלותו ישיג בה דבר הוא פתי וסכל וכו' עיין כאן בפנים, זעהט אויס מדבריו אז ווי מער מען זאל נאר וועלן גריבלען דערין וועט דאס מער סתום ווערן, א דערהער וואס מ'טרעפט נישט אין ערגעץ.

אולי א דערהער פונם באקאנטן לשון הרמב"ם תכלית הידיעה שלא נדע, ווי מער עמוק מען גרייכט אלץ מער פארשטייט מען דעם לא נדע. נישט ממש די זעלבע זאך, פארט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יעצט נאכגעקוקט אינעווייניג דעם לינק. זעט אויס אז דער עיקר כאפ איז די ווערטער ומי שחושב שבהשתדלותו ישיג בה דבר הוא פתי וסכל, ווער ס'פארשטייט אז ער קען ע"י קט שכלותו/סכלותו נישט משיג זיין אליינס גארנישט, דער וועט זוכה זיין משיג זיין אמיתתו.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האבן מיר אפגעשטויבט דעם אשכול און ארויפגעברענגט לכבוד שבת שקלים הבעל"ט

איצטער צוויי הערות אויפן לאנגן פיוט לשבת שקלים 'אז ראית' (סילוק קודם קדושה)
כידוע איז דער פיוט גאר גאר אן אינהאלטסרייכע פיוט, מלא חידושים אויף יעדע שורה, רש"י ברענגט אראפ דעם פיוט אין מסכת יומא דף סז, און תוספות ברענגט עס אין מערערע פלעצער אין ש"ס, הקיצור סי'ז דא על כל קוץ וקוץ תילי תילים:

העליך דא שטעלין צוויי הערות וואס כ'וואלט זייער דאנקבאר געווען פאר ווער ס'קען מיר מאיר עינים זיין:

ויצא הראשון:
וכל בת מחזקת ששה בהין. וההין כלו שנים עשר לוג. ועוד, הלוג מתחלק לארבעת רבעים

דאס אז א הין אין י"ב לוג, איז א גמרא מפורשת אין הוריות יא ע"ב, די גמרא לערנט עס ארויס פון א פסוק שמן משחת קודש יהיה זה לי לדורותיכם, ז"ה בגימטריא שנים עשר, אקעי פיין
אבער וואס איז דער ועוד, לויט ווי די מפרשים זענען מסביר מיינט דאס צוועלף לוג מיט נאך עפעס, לויטן חשבון דארף עס זיין מדויק צוועלף לוג, וואס איז דער הוספה פון ועוד?
אנדערע מפרשים זאגן טאקע, אז סי'ז א טעות, דער 'ועוד' גייט אויף אראפ ועוד הלוג מתחלק לארבע רבעים, דהיינו נאך א חשבון אז א לוג ווערט ציטיילט אין פיר רביעית'ער, אבער אין זייער אסאך סידורים, אריינגערעכנט דער 'רון שיר ושבח' פון ר' אהרן לוי, און די נייע סידורים פון כפתור ופרח ועוד, אלע זענען מנקד און מפרש דעם ועוד אויף ארויף עס גייט ארויף אויף י"ב לוג, וויל איך פארשטיין וואס איז דער 'ועוד'.

והשנית:
כי כל העולם כלו ששת אלפים. עושים חמשה ושתי ידים מחזורות. ומנין המחזור בעשרים ושנים יובלות
וואו איז דער מקור צו דעם פייטן אז די זעקס טויזנט יאר פון קיום העולם ווערן ציטיילט פאר פינף מחזורים און נאך צוויי פינפטלעך (דאס קומט אויס לערך 1078 יאר פער מחזור?, אין די גמרא (סנהדרין צז) זעהן מיר נאר אז ס'ווערט ציטיילט פאר פער צוויי טויזנט, שני אלפים תוהו, שני אלפים תורה, שני אלפים ימות המשיח, ווידער די מחזורים החמה והלבנה, זענען אלע צי 28 יאר אדער צו 19 יאר, אבער ציטיילן א מחזור פאר 1078 יארן לא מצאתי המקור לזה, און צי וואס ווערט דאס ציטיילט פאר דעם חשבון??
כ'וואלט זייער געוואלט איינער זאל מיר ציצייכענען עפעס א מראה מקום וואס איז מבאר אדער א מקור לזה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הראשון
כמדומה אין רוב סידורים/מחזורים וואס זענען דא אויף היברו-בוקס גייט די ועוד אויף אראפ.

השנית
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 89&hilite=
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געבענטשט זאלסטו זיין למעלה, פאר דעם מראה מקום!!!

(דאס ערשטע תירוץ האב איך שוין ערווענט, אז ס'יז דא אזעלכע וואס זענען אבער יא גורס דעם ועוד אויף ארויף
פארגעסן ציצייכענען, צווישן דיע וועלכע זענען מפרש דעם ועוד אויף אראפ, איז אויך דער פירוש ידי יוצר, און אויך דעם פירוש על היוצר מכתב יד תלמידו של רש"י, נדפס בקובץ 'פארות' ויו"ל לרגל שמחת בית בעלזא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בסוף הסילוק (הארוך, קודם קדושה) לפרשת זכור, אשר חיברה הקליר, אומרים:
ואלה לפני ולפנים, בצל שדי מתלוננים, ובחמשה קולות הצפונים, קול רנה וישועה מצפינים, באהלי צדיקים צפונים

על כל מילה מחרוז זה מצאתי פירוש, לבד מהמילה 'מצפינים'
ואלה לפני ולפנים, קאי על ישראל, שהמלאכים יתקנאו בהם, בצל שדי מתלוננים, חוסים בצל הקב"ה ובחמשה קולות הצפונים, (מפרש בהדרת קודש) היינו הקולות הנזכרים בזכריה, קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו וגו', הצפונים, פי' הגנוזים לצדיקים לעתיד לבא,
אבל מה הפירוש 'קול רנה וישועה מצפינים'?????

(ההמשך באהלי צדיקים צפונים, נפרש 'צפונים' מלשון חשובים וספונים)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מקען זיך שוין גרייטן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

שיעור ביוצרות לד' פרשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

איינער ווייסט ווי מען קען הערן א שיעור מיט די פי' אויף יוצר ?
ווער איז א גוטער מגי"ש אויף דעם ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יהיה כן האט געשריבן:בסוף הסילוק (הארוך, קודם קדושה) לפרשת זכור, אשר חיברה הקליר, אומרים:
ואלה לפני ולפנים, בצל שדי מתלוננים, ובחמשה קולות הצפונים, קול רנה וישועה מצפינים, באהלי צדיקים צפונים

על כל מילה מחרוז זה מצאתי פירוש, לבד מהמילה 'מצפינים'
ואלה לפני ולפנים, קאי על ישראל, שהמלאכים יתקנאו בהם, בצל שדי מתלוננים, חוסים בצל הקב"ה ובחמשה קולות הצפונים, (מפרש בהדרת קודש) היינו הקולות הנזכרים בזכריה, קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו וגו', הצפונים, פי' הגנוזים לצדיקים לעתיד לבא,
אבל מה הפירוש 'קול רנה וישועה מצפינים'?????

(ההמשך באהלי צדיקים צפונים, נפרש 'צפונים' מלשון חשובים וספונים)

כ'קלער אז אולי איז "מצפינים" פון לשון פאָרזעהן, ס'איז דא אזא משמעות אין ערוך ערך "עלץ" "ענין צופה ורואה".

ופטפוטי אורייתא טבין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”