דיונים ועיונים בפרשת ויחי

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 2:39 am

די הערליך ווארט פון אפדי... אנטי... אפעטיט.... יוי איך קען עס נישט ארויסזאגן, איך קעקעץ ביי דעם נאמען....טויש דיר נאמען און פארטיג.... איז די מקור אין ספר מרגניתא דרב פונעם ברוך טעם בשם רבינו שמשון אוסטרופאלע זצ"ל.

עס איז אזוי טיפיש זיינס א ווארט אז איך ווייס נישט ווי מען קען זאגן אז נישט,
אלע זיינע ספרים זענען מלא מיט פארבארגענע/אפענע זאכן אין די הייליגע פסוקי התורה, וואס נאכן זעהן איז עס אזוי פשוט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 10:24 am

בני היכלא כתב:
ס'איז מיר נאר קשה געווען, אז 9 מאל אקיק איז 189, זעט אויס ס'איז עם הכולל אזוי די בעלי מקובלים זענען געוואוינט.


189 איז די יארן וואס זיי וועלען זיין אין גלות.

די גאולה וועט זיין בשנת ה'190 (אזוי האט יעקב אבינו געמיינט)


פארשטנת? לאז אפ די כולל, זיי זענען ביזי טרינקען קאווע.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 12:04 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 12:49 pm

בני היכלא האט געשריבן:מילער.
זיי נישט ברוגז אויפן פרעגן, אויף וואס דארפסטו א תירוץ?


גארנישט ספעשל, אלעס אוקיי.

צוריק צו פר' ויחי.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 11:00 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 10:08 am

רבי, דא האט איר דעם מהרש"ם, ווי דארטן דערמאנט קוקט דאס אויס ווי דער אייניקל פונעם מהרש"ם ר' משה ישראל מדראגמירעשט וועלכער האט מוציא לאור געווען ספרי זקינו און האט געשריבען הגהות והערות ביים סוף פון עטליכע חלקים, ער איז דער מחבר פון דעם ווארט, עיי"ש ותמצא נחת.
http://www.yiddishworld.com/forum/download.php?id=2134

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 11:12 am

כפתור ופרח.
יישר כח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 1:32 pm

אהה ענדליך מ'צינד שוין אן די עלעקטעריצעטי... ס'אויגן איז מיר נאך אזוי צעקנייטשט... איך קען נאך נישט געהעריג קלאר זעען... נאכן זיצן אזוי א שעה צוויי אין דער טונקל ביי די שובבי"ם תורה...
***

ווי שטייט דאס אז גלות מצרים איז געווען צוליב מכירת יוסף? אין פסוק שטייט דאך קלאר אז כי גר יהי' זרעך וכו' און אלץ צוליב בהוציאך וכו' תעבדון. איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געהערט, אז גלות מצרים זאל קומען צוליב דעם חטא. האט דאס א מקור ערגעץ וואו במאמרי חז"ל?

אגב, ולפי"ז קשה, אויב אזוי וואס איז געווען די עשרה הרוגי מלכות?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 4:50 am

דיין לעצטע קשיא איז שווער סתם אזוי.

אויב יוסף האט געפייניגט די ברודער צוליבן חטא מכירה (עי' ברמבן), ויתן אותם במשמר שלושת ימים וגו', מרגלים אתם, את אחיכם הקטון הביאו אלי, וכו' וכו', דאן וואס איז געווען עשרה הרוגי מלכות?


נאר עמער מוזן צוקומען צו די פשט וואס אייניגע האלטן אז די אלע תנאים זענען געווען בכוח להפוך העולם לתהו ובהו יעדער באזונדער, און ס'יז נישט במציאות אויסגעהאלטן אז זיי זענען אזוי טראגיש געפייניגט געווארן דורך גויים, נאר זיי האבן געשיקט שדים אנשטאט.
איך ווייס נישט די מקור דערפון אבער לעצטענס געהערט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 11:26 am

זארעכ, קוק אין פרקי דרבי אליעזר פרק ל"ז.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 12:25 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:ווי שטייט דאס אז גלות מצרים איז געווען צוליב מכירת יוסף? אין פסוק שטייט דאך קלאר אז כי גר יהי' זרעך וכו' און אלץ צוליב בהוציאך וכו' תעבדון. איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געהערט, אז גלות מצרים זאל קומען צוליב דעם חטא. האט דאס א מקור ערגעץ וואו במאמרי חז"ל?


פון דעם גמר שבת י: איז משמע אז עס איז געווען וועגן דעם חטא, ספעציעל וויאזוי תוס' לערנט עס אפ.
צוגעלייגטע
10b.JPG
10b.JPG (15.84 KiB) געזעהן 4522 מאל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 12:32 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 12:44 pm

יאנאש, יישר כח. האסט צוגעצייכנט א גוטס!

פשטות פון די גמרא דארט איז משמע אז שבשביל זה 'נתגלגל' הדבר וירדו אבותינו למצרים. ס'הייסט, דאס איז זיכער אז מכירת יוסף איז געווען אין א בחינה פון נורא עלילה, וכמבואר במדרש, כדאי דורך דעם זאל 'נתגלגל' ווערן ירידת אבותינו למצרים, אבער נישט אז דער עצם הגלות זאל זיין אלס אן עונש אויפן חטא המכירה. דער מהרש"א דארט, בחידושי אגדות, זאגט טאקע, אז ווען נישט דער חטא המכירה וואלט געווען אנדערע אופנים, בלי עבירות, וויאזוי די אידן וואלטן אנגעקומען קיין מצרים.

תוספות דארט באציט זיך טאקע בלויז אויפן 'נתגלגלו'. דאס הייסט, תוספ' וויל טאקע דאס מסביר זיין, אז נישט פשט אז גלות מצרים איז אן 'עונש' אויפן חטא המכירה, ווייל גלות מצרים איז צוליב כי גר יהי' וכו'. ועוד חזון אחר השבת.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 1:02 pm

כ'טראכט יעצט, אזוי איבערבליקנדיג די מקור הדברים וואס ידידינו אנדי האט מעתיק געווען בשם ר' שמשון, אז דער תוספ' שטימט זייער גוט מיט ר' שמשונ'ס פשט, ווייל דאס איז אמת אז גלות האט געדארפט זיין, אלס כי גר יהי' זרעך, די שאלה איז נאר ווילאנג דער קושי השעבוד האט געדארפט אנהאלטן, און אויף דעם ארויף זענען געגאנגען די חשבונות וטעותים. לויט תוספ' אז דער חטא המכירה איז געווען דער גורם אויפן קושי השעבוד, קען שוין אלעס שטימען ודו"ק. וצריך לומר, אז ר' שמשון מיינט נישט צו זאגן אז דער עצם גלות מצרים איז געווען אלס חטא המכירה, נאר ער מיינט דעם פאקטישן קושי השעבוד ודו"ק. אגב, דער מהרש"ל און דער מהרש"א, דארט אויפן תוספ', ארבעטן ארום איבער די חשבון השנים. וועל מיר אין דעם מעיין זיין, און נאך שבת צוריק קומען דערצו.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש דעצמבער 22, 2007 9:21 pm

ס'איז מיר אלץ שווער געווען, אז פון פסוק זעט אויס, אז יעקב האט געלייגט קודם זיין רעכטע האנט אויף אפרים, און דערנאך זיין לינקע האנט אויף מנשה, קומט דאך אויס, אז ער האט געלייגט לינקס אויף רעכטס, כאבעס פראבירט צו פארענטפערן אז אפשר האט ער אונטער געשטיפט די לינקע אונטער די רעכטע, אבער פארוואס די תורה זאגט עס נישט ארויס קלאר איזמער נאך אלץ שווער געווען, ווייל לכאורה אזא זאך ווי מגביר זיין לינקס אויף רעכטס, וואלט ווען די תורה געדארפט כאטש מרמז זיין, אז יעקב אבינו האט נישט אזוי געטוהן.

אבער ביים מעביר סדרה זיין, האבעך באמערקט אז די תורה איז יא מרמז אז ער האט טאקע אונטער געשטיפט די לינקע אונטער די רעכטע, ווייל ווען יוסף האט צוגעטראטן צו יעקב'ן, שטייט אין פסוק, אז ויתמוך יד אביו להסיר אותה מעל ראש אפרים, קומט דאך אויס אז אויב יוסף האט גראד אונטער געהויבן די רעכטע האנט, מוז דאך זיין אז די רעכטע איז געווען פון אויבן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מוצ"ש דעצמבער 22, 2007 10:24 pm

איך הער, גוט גוט.

זארעך מיט בני היכלא, עס איז נישט אייגנס, איך האב געזעהן אין עטליכע ספרים דעם ליל שישי ברענגן צו דעם גמרא אלץ א מקור אז מכירת יוסף איז געווען צוליבן 'חטא' פון פארקויפן יוסף'ן.

אין די גמ' גופא זעט מען עס נישט אזוי בולט, אבער פון תוס' בפשטות (אן זארעך'ס הסבר) קוקט יא אויס אז תוס' האט אפגעלערנט די גמ' אזוי.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 9:47 am

יאנאש האט געשריבן:זארעך מיט בני היכלא, עס איז נישט אייגנס, איך האב געזעהן אין עטליכע ספרים דעם ליל שישי ברענגן צו דעם גמרא אלץ א מקור אז מכירת יוסף איז געווען צוליבן 'חטא' פון פארקויפן יוסף'ן.

אין די גמ' גופא זעט מען עס נישט אזוי בולט, אבער פון תוס' בפשטות (אן זארעך'ס הסבר) קוקט יא אויס אז תוס' האט אפגעלערנט די גמ' אזוי.

יאנאש, דריי זאכן:
ערשטנס, ס'נישט מיין הסבר. און מהאי טעמא, כדי שלא יאמרו הטועים אז ס'מיין הסבר, האב איך טאקע מציין געווען לדברי המהרש"א שם בחידושי אגדות, ועיי"ש.

צווייטנס, דו שרייבסט אז דו האסט עס געזען אין עטליכע ספרים. כ'מיין יושר? זעסט א זאך בספה"ק וואס מיר קענען נהנה זיין דערפון, און דו טיילסט אונז נישט מיט דעם מקור דערפון? וועלכע ספרים?

דרינטנס, והוא העיקר. אינה ה' לידי דעם ספר 'פנינים יקרים', דער מקור וואו דאס ווארט פון ר' שמשון ווערט מועתק, און דארט שטייט טאקע קלאר און דייטלעך אז דער חשבון הטעותים, פון ק"ץ צו ר"י יארן צווישן משה רבינו ויעקב אבינו, באציט זיך אויפן עונש פונעם 'קושי השעבוד', וואס דאס איז געקומען אלס חטא המכירה. ער דערמאנט נישט קיין ווארט אז דער עצם גלות איז געווען אלס מכירת יוסף, ומדויק מאד ממש כדברי התוספ' הנ"ל, כפתור ופרח, עיי"ש.
**

איך הער, באמת א שיינער (חסידישער) רעיון, נהניתי.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג דעצמבער 23, 2007 9:49 am

בני היכלא כתב:
אנדי.
ס'איז א טייער ווארט, ס'איז אזוי טייער אז ס'איז בכח ארויסצונעמען א אידעלע פון עמקי השאול להחזירו תחת כנפי השכינה, אשאד נאר, ס'איז נישט מיט א נאמען, אפשר דערמאנסטו דיך ווער ס'זאגט עס?


דער וואך איז עס געווען געדריקט אין די עלים לתרופה, בשם ר' שמשון, מובא בספר מרגניתא דרב.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 11:26 am

איך האב דעם שבת געזעהן דעם ווארט פון ר' שמשון געדרוקט אונעם ליקוט ספר "נצוצי שמשון" אויך בשם דעם מרגניתא דרב פונעם ברוך טעם.

בנוגע גלות מצרים אלס עונש פונעם חטא מכירת יוסף, דער רמב"ן יענע וואך אונעם ערשטן שטיקל איז משמע אז די 'שבטי-קה' זענען געגאנגען קיין מצרים בסיבת מכירת יוסף, הגם פשוט פשט קען זיין אזוי ווי ר' זרח האט אויבן געשריבן אז "נתגלגל הדבר" דורך מכירת יוסף און נישט אלס עונש.

הא לכם לשון הרמב"ן:
ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה - כבר הזכרתי (לעיל מג יד) כי רדת יעקב למצרים הוא גלותינו היום ביד החיה הרביעית (דניאל ז ז) רומי הרשעה, כי בני יעקב הם עצמם סבבו רדתם שם במכירת יוסף אחיהם, ויעקב ירד שם מפני הרעב, וחשב להנצל עם בנו בבית אוהב לו, כי פרעה אוהב את יוסף וכבן לו, והיו סבורים לעלות משם ככלות הרעב מארץ כנען, כמו שאמרו (לעיל מז ד) לגור בארץ באנו כי אין מרעה לצאן אשר לעבדיך כי כבד הרעב בארץ כנען. והנה לא עלו, אבל ארך עליהם הגלות, ומת שם ועלו עצמותיו, וזקני פרעה ושריו העלוהו, ועשו עמו אבל כבד:


איך האב אבער געקלערט, מיר ווייסן דאך מגלגלין זכות ע"י זכאי וחובה ע"י דאס פארקערטע, ממילא אה"נ אז גלות מצרים איז געווען אנגעשריבען פאר כלל ישראל פון ברית-בין-הבתרים, אבער חז"ל זאגן דאך "ראוי היה לירד ע"י שלשלאות של ברזל" יעקב ובניו וואלטן דארט אנגעקומען סייווי-סיי, פארוואס האבן די שבטי-קה געברויכט זיין דער גורם צו אזא חובה? אויף דעם איז דער הסבר "בעוון מכירת יוסף"

כנלפע"ד בדרך אפשר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 23, 2007 1:03 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:29 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 1:44 pm

איך פארשטיי נישט דא די גאנצע סומאטוכע אהין און צוריק. איז דען איינער מחולק דערין אז גלות מצרים איז געווען אלס א דירעקטע גזירת הקב"ה, וכמה שנאמר כי גר יהי' זרעך וכו'? נאך מער ביי יציאת מצרים שטייט טאקע אין פסוק ומושב בני ישראל אשר ישבו במצרים שלושים שנה וארבע מאות שנה, ועיי"ש במפרשי התורה, רש"י ורמב"ן, פונקטליך וויאזוי דער חשבון ארבעט. אבער איז דען איינער מסופק אדער מחולק דערין?

ס'איז קלאר אז ווען מ'לערנט די אויבנדערמאנטע גמרא, וואס יאנאש האט צוגעצייכנט, שבשביל משקל שני סלעים וכו' נתקנאו בו אחיו ונתגלגל הדבר וירדו אבותינו למצרים, אז די גמרא מיינט נישט צו זאגן אז דאס איז געווען די סיבה אויפן גלות. און דאס קומט טאקע תוספ' באווארענען, אז דער גזירת הגלות איז שוין לאנג נגזר געווארן ביים ברית בין הבתרים, און אז דער גלות האט זיך טאקע אנגעהויבן באלד ביים ברית בין הבתרים אדער ווי אנדערע לערנען משנולד יצחק (ועיי"ש במהרש"ל ומהרש"א). די פראגע איז נאר, וואס האט חטא מכירת יוסף צוגעשטעלט צום גלות? און אויף דעם איז תוספ' מסביר, אז דער ענין פון 'ווי לאנג' עס האט געדארפט אנהאלטן די גזירה פון ועבדום ועינוי אותם. כלומר, וויבאלד די מספר השנים אויף די גזירה פון 'ועבדום ועינוי אותם' איז דאך נישט מבואר בפי' אינעם גזירת ברית בין הבתרים, איז געקומען דער חטא המכירה וואס דאס האט גורם געווען אז דער ועינוי אותם זאל אנהאלטן ר"י שנים. דאס איז פשוט פשט דארט אין די גמרא און אין תוספ'.

אגב, דער מהרש"א זעלבסט, זאגט אויף תוספ' א הערה קטנה וז"ל: ועוי"ל דה"ק, דאי לא משקל ב' סלעים לא היה נתגלגל ירידתם בעבירה זו, במכירת אחיהם, אלא בדרך אחר שלא בעבירה.

לערן איך פשט אין דעם מהרש"א, אז דער מהרש"א קומט אויך בלויז פארענטפערן די פראגע פון: "וואס האט מכירת יוסף צוגעשטעלט צום גלות?" און אויף דעם ענטפערט ער, אז דער חטא האט גורם געווען אז שבשבילו 'נתגלגל' ירידתם. אבער דער עצם הגלות, מאן דכר שמי'? דאס זענען דאך בפירוש'ע פסוקים.

ולסיום הענין האב איך שוין אויבן געזאגט, אז דאס גאנצע ווארט פון ר' שמשון אסטרופאלער, איז טאקע געבויט אויפן "קושי השעבוד" פון די רד"ו שנים, און נישט אויפן עצם גלות מצרים..

און יעצט עמער גיין לערנען דעם אברבנאל, שציין מרן...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:37 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 1:51 pm

יישר כח מרן, פארן אנצייכענען דעם פונקטליכן מראה מקום אינעם זבח פסח.

ובאשר לעצם דבריו קומט מיר פאר אזוי:
לית מאן דפליג אז דער כי גר יהי' זרעך וכו', וואס דער בוכ"ע האט געזאגט צו אברהמ'ן ביים ברית בין הבתרים, דאס מיינט דער גלות מצרים. די פראגע איז נאר, פארוואס טאקע האט אברהם באקומען אזא גרויסן עונש? די גמרא אין נדרים, וואס דער אברבנאל ברענגט, לערנט אז דאס איז נישט אזוי ווייט אן עונש, נאר דאס איז אזוי ווי א ליבון וצירוף פאר כלל ישראל כדי זוכה צו זיין צום כולו טוב. דער אברבנאל ווייטער לערנט, אז ניין, ביים ברית בין הבתרים איז פשוט געווען א גילוי פאר אברהמ'ן אז די שבטים וועלן ביום מן הימים זיך פארזינדיגן מיט א חטא פון מכירת אחיהם קיין מצרים, און דער עונש דערויף וועט זיין אז כי גר יהי' זרעך ועבדום וכו'.

ובעיני השפל והדל, ומרוב חטאי, לא זכיתי להבין דבריו הקדושים. וה' יאיר עיני להבין בדברות קודש אלו של אותו שר וגדול בישראל רבינו האברבנאל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש ינואר 03, 2009 8:18 pm

ארויף געברענגט
the SCY is the limit

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מוצ"ש ינואר 03, 2009 8:31 pm

א גוטע וואך ר' שמחה, עפעס א חידוש אויפן קומענדיגן פרשה..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט