פרשת מקץ
בלעדי אלקים יענה את שלום פרעה יתן עניה בפי לשלום פרעה (רש''י)לכאורה לייגט רש''י גארנישט צו, צום פירוש הפסוק.
און וואס וויל רש''י דרוקן מיט די ווארט 'בפי', אוודאי אין מויל?
דער הייליגער בית יוסף האט אמאל געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אים שווער געווארן א מורא'דיגע קשיא, און ער האט זיך זייער געמוטשעט ביז ער איז אויפגעקומען מיט א הערליכן תירוץ.
איז ער געגאנגען צו איינעם זאגן זיין חידוש. ער האט אנגעהויבן פרעגן די קשיא, און יענער האט גלייך געענטפערט דעם תירוץ אויף וואס דער ב"י האט זיך אזוי לאנג געפלאגט, עס האט אים זייער וויי געטאן, אז ער האט זיך אזוי לאנג געדארפט מוטשען, און יענעם איז עס גלייך איינגעפאלן.
ביז מהאט אים מגלה געווען פון הימל. אז באמת איז דאס זיין חידוש, נאר ביז יעצט איז עס געווען אויבן אין הימל, מ'האט עס נאר געדארפט אראפברענגען, און איינמאל דער ב"י האט עס מגלה געווען...קען מען עס משיג זיין אויף דער וועלט.
מיט דעם ענטפערט דער בנין דוד. אז דער רשע פרעה, האט נישט געוואלט אז יוסף זאל ווערן משנה למלך, האט ער געטראכט, אז ער וועט פארציילן דעם חלום פאר יוסף, און ער זאל אראפברענגען דעם פתרון במחשבה, און די חרטומים וועלן עס משיג זיין נאך פאר יוסף וועט עס זאגן, און יוסף וועט מען צוריקשיקן אין תפיסה.
אויף דעם האט יוסף געזאגט; 'אלוקים יענה'. זאגט רש''י, יתן עניה "בפי", די פתרון וועט דער אייבירשטער שיקן גלייך אין מיין מויל, און נישט במחשבה, וועלן די חרטומים עס נישט קענען משיג זיין
א פרייליכן חנוכה.
און א גוט שבת