שבועות - באגרעניצט אבער גאר אפען!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

שבועות - באגרעניצט אבער גאר אפען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

די ספירה טעג זענען שוין כמעט פאריבער. מיר שטייען שוין געציילטע טעג פאר קבלת התורה, דער יו"ט וואס גאנץ כלל ישראל גייט אונטער דער חופה. אלע הכנות וואס מיר זענען אדורך, אלע מידות וואס מיר האבן געארבעט זיי מתקן צו זיין, קומען זיך יעצט צונויף אין דעם הייליגן מעמד ווען השי"ת געבט אונז די תוה"ק נאכאמאל מיט א פרישקייט און התחדשות. ס'איז אונז נאך פארבליבן געציילטע שעות צו קענען מקיים זיין דעם פסוק הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלשֶׁת יָמִים, צו זיין גרייט צו די געהויבענע טעג הבאים עלינו לטובה... לאמיר אריין קוקן אין פרשת יתרו, וואו די תוה"ק דערציילט אונז איבער דעם גרויסן מעמד.

צווישן די שורות געפינען די פסוקים ווי השי"ת זאגט פאר משה רבינו איבערצוגעבן פאר כלל ישראל נישט ארויפצוגיין אויפן בארג - וְהִגְבַּלְתָּ אֶת הָעָם סָבִיב לֵאמֹר הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ כָּל הַנֹּגֵעַ בָּהָר מוֹת יוּמָת - דער באשעפער זאגט אָן אז מען זאל ארומנעמען דעם בארג מיט א צוים און אָנזאגן די אידן זיי זאלן זיך נישט וואַגן צו דערנענטערן צו דעם הייליגן הר סיני ווען דער באשעפער באווייזט זיך דערויף.

עטליכע פסוקים שפעטער טרעפן מיר נאכאמאל... וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה רֵד הָעֵד בָּעָם פֶּן יֶהֶרְסוּ אֶל ה' לִרְאוֹת וְנָפַל מִמֶּנּוּ רָב: וַיֹּאמֶר משֶׁה אֶל ה' לֹא יוּכַל הָעָם לַעֲלֹת אֶל הַר סִינָי כִּי אַתָּה הַעֵדֹתָה בָּנוּ לֵאמֹר הַגְבֵּל אֶת הָהָר וְקִדַּשְׁתּוֹ: וַיֹּאמֶר אֵלָיו ה' לֶךְ רֵד וְעָלִיתָ אַתָּה וְאַהֲרֹן עִמָּךְ וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם אַל יֶהֶרְסוּ לַעֲלֹת אֶל ה' פֶּן יִפְרָץ בָּם: וַיֵּרֶד משֶׁה אֶל הָעָם וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם: - דער באשעפער זאגט פאר משה, זאלסט אָנוואָרענען די אידן זיי זאלן נישט דורכברעכן צום באשעפער צו קענען זען, ווייל עס וועט פאלן פון זיי פיל... און משה זאגט צום באשעפער, "וואס הייסט, דאס פאלק גייט נישט קענען ארויפגיין, מ'האט דאך שוין אנגעווארנט." און דער באשעפער הייסט אים נאכאמאל אראפגיין און אנזאגן די אידן זיי זאלן זיך נישט דורכברעכן צום באשעפער.

לאמיר זיך אפשטעלן און פרעגן: א. וואס איז דער עומק הענין פון נישט ארויפגיין אויפ'ן באַרג? ב. וואס איז פשט אז הקב"ה זאגט אונז עס איינמאל און נאכאמאל, און דערנאך ממש האַרט פארן אנפאנגען מיט דעם אנכי ה' אלוקיך. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסע ענינים, און ווי באקאנט איז פארהאן פילע מהלכים אין די ספרים הקדושים, לאמיר זיך אבער פארטיפן און פרובירן בעזר ה' אויף אונזער מדריגה אפצולערנען די הייליגע פסוקים און דערמיט זיך טוען גרייטן צום גרויסן טאג.

א יונגערמאן דערציילט: אין די יעצטיגע טעג גייט ער ארום נעמען בלוט צו זען אויב מענטשן פארמאגן אנטיבאדיס פון דעם וויירוס וואס איז ארומגעגאנגען. לעצטע וואך דאנערשטאג האט ער באקומען א טעלעפאן קאל פון א משפחה אין די פייוו טאונס, וועלכע האט געבעטן מען זאל קומען נעמען א טעסט פון זייער עלטערער טאטע וואס געפינט זיך ביי זיי אין שטוב. מען האט אפגעשמועסט אז אינשורענס צאלט פאר דעם טעסט, אבער דער יונגערמאן רעכנט עקסטער הונדערט דאלער פאר זיין טירחא.
דער יונגערמאן זייענדיג אויפן וועג האט ער זיך פארבינדן מיט די משפחה, פשוט זיכער צו מאכן אז זיי זענען גרייט מיטן אינשורענס קארטל און אזוי ווייטער, און צווישן די שורות האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן נישט פארשטאנען אז ס'איז אויך דא א זייטיגע אפצאל וואס מען דארף באצאלן פאר די סערוויס. זיי האבן געזאגט אז זיי האבן ממש נישט צו באצאלן, און בלית ברירה האט דער יונגערמאן זיך צוריקגעדרייט.

עטליכע מינוט שפעטער איז געקומען א טעלעפאן קאל פון א צווייטע משפחה אין די פייוו טאונס, וואס זיי האבן געוואלט נעמען אנטיבאדי טעסטס פאר פינף מענטשן. דער יונגערמאן איז אנגעקומען און גענומען די טעסטס, און ווען עס איז געקומען צו צאלן האבן זיי אים געצאלט פאר זעקס מענטשן. דער יונגערמאן האט זיך געוואונדערט פארוואס זיי צאלן פאר אַן עקסטערער מענטש, האבן זיי ערקלערט אז זיי ווילן אויסצאלן פאר מענטשן וואס דארפן עס וויכטיג נעמען און זיי קענען זיך נישט ערלויבן.

דער איד זוכט נאך א מינוט, און ס'שטעלט זיך ארויס אז די ערשטע משפחה וואס האט אים געהאט באשטעלט פאר זייער טאטע אבער זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן, וואוינט ממש א גאַס אוועק!

יעצט אז ס'איז שוין געווען א ספאנסאר, איז דער יונגערמאן אהינגעגאנגען און געזאגט פאר די פאמיליע, "איך וועל נעמען די בלוט, אבער קודם מוזט איר מיר פארציילן וואס איר האט געטון די צייט פון ווען איך האב אייך מודיע געווען אז ס'קאסט געלט און איך קען נישט קומען."

האט איינער פון די משפחה געזאגט, "כ'וועל אייך זאגן דעם אמת, אונזער טאטע איז געווען אין מושב זקנים, און יעצט מיט דעם קאראנע וויירוס וואס האט אזוי געבוזשעוועט אין די נוירסינג היימען, האבן מיר באשלאסן אים ארויסצונעמען און האלטן אינדערהיים, און גלייכצייטיג האבן מיר אונטערגענומען מורא'דיגע פאָרזיכטיגקייט און געהאלטן אלע קינדער פארשפארט אינדערהיים אז קיינער זאל חלילה נישט אריינברענגען דעם וויירוס."

"יעצט האבן מיר געהאפט אז מיר וועלן קענען נעמען דעם בלוט טעסט און טאמער שטעלט זיך ארויס אז ער האט אנטיבאדיס וועלן מיר קענען אביסל נאכלאזן פון די פארזיכטיגע אויפפירונג, ווייל ער האט שוין געהאט דעם וויירוס. אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס קאסט געלט און מיר קענען זיך נישט ערלויבן די איבריגע הונדערט דאלער וואס עס קאסט דעם טעסט, האבן מיר געדאוונט צום באשעפער און געזאגט, 'רבונו של עולם, מיר שטרענגען זיך אזוי שטארק אָן פאר אונזער חשוב'ע טאטע, העלף אונז אז מיר זאלן קענען מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם אויפ'ן בעסטן פארנעם, אבינו שבשמים העלף אונז אז געלט זאל נישט זיין אַן אפהאלט!'"

טייערע ברידער און שוועסטער, מען קען אסאך ארויסלערנען פון די מעשה צו דאס איז די געוואלדיגע השגחה פרטית, אהבת ישראל, כח התפלה, מצוות כיבוד אב ואם און אזוי ווייטער, לאמיר אבער אפלערנען די מעשה מיט איין טריט טיפער און זיך פרעגן: פון וואו נעמט מען די השגה, פון וואו קומט אזא סארט פלאץ, אז ווען דער אינגערמאן זאגט אז ער קען נישט קומען בעט מען הקב"ה בזכות המצוה? וואו שטייט אז ס'איז פארהאן אזא סארט עבודה פון בעטן הקב"ה אז מיר ווילן מקיים זיין די מצוות כיבוד אב ואם און מתפלל זיין מיר זאלן קענען ריכטיג מקיים זיין די מצוה?

דאס קומט פון גאר א טיפע און דערהויבענע ארט וואס איז דער הויכער נשמה פון א אידיש קינד, וועלכער לעכצט צו טון דאס גוטע און ריכטיגע און צו זיין אַן ערליכער איד מיט'ן גאנצן הארץ און זעהל. און ווען א מענטש איז גרייט פון זיך אליין זיך אוועקצוגעבן מיט די גאנצע הארץ און נשמה פאר די תורה הקדושה, קען ער אנקומען צו גאר הויכע דביקות און התקשרות צום באשעפער. די משפחה איז דורך א געוואלדיגע הגבלה פון זיך איינשפארן מיט מסירת נפש מיט זייער טאטע, אבער א דאנק דעם האבן זיי זוכה געווען צו א מורא'דיגע התקשרות און נאנטשאפט צום באשעפער.

אין די תוה"ק איז פארהאן צוויי נקודות: בפשטות איז די תוה"ק א ספר הוראה, ס'לערנט דעם איד ווי אזוי זיך צו פירן, ס'איז צוזאם געשטעלט פון תרי"ג מצוות, רמ"ח מצוות עשה, שס"ה לא תעשה – ס'זאגט אונז ווי אזוי מען פירט זיך אין דעם מצב און אין דעם אנדערן מצב. מיר אידן פארמאגן א שולחן ערוך וואס איז גאר קלאר, שווארץ אויף ווייס, ס'שטייט קלאר אז אט אויף דעם פלאץ דארף א איד זיך פירן אזוי און דערנאך איז פארהאן א פלאץ וואס דער איד טאר נישט גיין אהין און אזוי ווייטער, ווי אזוי דער איד האנדלט אין חושן משפט וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט און אזוי ווייטער.

דערנאך איז פארהאן נאך א וועלט פון תוה"ק: דאס איז די חלק הפנימי, די אור פון תורה, די קדושת התורה, די זיסקייט און העכערקייט וואס די הייליגע תורה פארמאגט אין זיך. דאס איז די העכערע ענערגיע וואס תוה"ק געבט פאר א איד, זייענדיג מפרי מחשבתו פון הקדוש ברוך הוא, וועלכער האט באשאפן די תורה נאך פאר בריאת העולם. דער הייליגער "חמדה גנוזה" ווי די מלאכים האבן עס גערופן, וואס אין דעם ליגט א מורא'דיגע טיפקייט און עס קען אויסבויען דעם מענטש אויף א העכערער פארנעם, די חלק הנשמה וואס נעמט איבער דעם מענטש'ס דעת און טוט ברענגען דעם מענטש צו גאנץ א צווייטע מציאות.

עס איז כדאי צו דערמאנען די הייליגע ווערטער פון דעם ב"ח (או"ח סימן מ"ז) וואס צדיקים פלעגן זאגן אז מען דארף עס לערנען בעיון. עס שטייט אין חז"ל אז דער עונש פון דער ביטערער חורבן איז געקומען וויבאלד אידן האבן נישט געזאגט קיין ברכת התורה. לכאורה פרעגט זיך, פארוואס באקומען מיר אזא עונש פאר'ן נישט מאכן א ברכה אויף די תורה, וואס איז בפשטות נישט אזא הארבע עבירה?

ענטפערט דער ב"ח: דער עיקר ציל פון באשעפער איז אז מיר זאלן לערנען די תורה און אונזערע נשמות זאלן ווערן דערמיט אויסגעארבעט. דערפאר האט דער באשעפער אונז געגעבן די תורה, אז מיר זאלן זיך מדבק זיין דערין מיט אונזערע נשמות און גופים און ווערן אנגעבינדן אין דעם רבונו של עולם כביכול, און אויב מען לערנט טאקע תורה מיט דער כוונה איז מען זוכה צו גאר הויכע מדריגות אז די שכינה זאל רוען אויף אונז.

דאס זאגט מען טאקע ביי די ברכות התורה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו. דאס קומט צו ווייזן אז דער באשעפער האט אונז דערנענטערט צו זיך און ער וויל אז מיר זאלן זיך הייליגן מיט די תורה. אבער די אידן ביים חורבן האבן נישט אנערקענט אז דער ציל פון די תורה איז צו הייליגן די אידן, אז מיר זאלן ווערן דבוק דערין און זיך אויסארבעטן די נשמות, און דערפאר איז געקומען דער חורבן הבית.

אט דאס זענען די צוויי ברכות וואס מיר מאכן יעדן אינדערפרי: לעסוק בדברי תורה – דאס איז א ברכה וואס א איד מאכט אויף דאס לערנען און פארשטיין די תוה"ק. אבער דערנאך איז פארהאן נאך א ברכה פון "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו" – ס'איז פארהאן נאך א וועלט, א וועלט פון אנערקענען און שפירן די זכיה וואס מיר האבן אז מיר האבן באקומען דעם כלי חמדתו – די העכסטע תשוקה פון דער גאנצער וועלט, וואס מיר האבן זוכה געווען דערין ווייל דער באשעפער וויל מיר זאלן ווערן דערהויבן און גליקליך מיט די תורה, און אז מען פארשטייט דאס נישט, און די תורה ווערט אזא געוואוינהייט, אָן קיין אריינטראכטן און אָן קיין מחשבה וואס איז דער ציל פון די תורה הקדושה, קען דאס ברענגען א גרויסע חורבן.

ווי דער ב"ח פירט אויס: אבל ברכה זו השנייה אינה כי אם ההודאה ושבח על מה שנתן לנו תורתו כלי חמדתו מתוך האש להורות על קדושתה ורוחניותה ובחר בנו מכל האומות וקרבנו לפני הר סיני... – "אבער די צווייטע ברכה [אשר בחר בנו] איז ווי א דאנק און לויב אויף דעם וואס הקב"ה האט אונז געגעבן די תורה, זיין גלוסטיגע כלי, פון צווישן פייער, אונז צו ווייזן אויף איר הייליגקייט און העכערקייט, און השי"ת האט אונז אויסדערוועלט פון צווישן אלע פעלקער און דערנענטערט צום בארג סיני..."

לאמיר דאס צונעמען אויף פראקטיש.

מיר אידן זענען מצווה צו לערנען די תורה הקדושה, אבער צומאל לערנען מיר פאר כל מיני סיבות. א בחור וויל לערנען צו אויסוואקסן דער 'מצויין', א יונגערמאן לערנט ווייל ער מוז ארויסגיין ביינאכט צו א שיעור, אדער ווייל דאס ווייב פארלאנגט, נאך איינער לערנט יא ווייל ס'איז א מצוה אבער ס'איז טרוקן, ס'ווערט נישט געטון מיט א פנימיות, נאר כאילו מ'שפירט זיך געצווינגען ווייל ס'איז א מצוה און מען מוז עס טוען, ווען צו דער זעלבע צייט שפירט דער אידעלע אז ס'איז נאכנישט גענוג, ער שפירט נישט אז תוה"ק ברענגט אים אריין אין די וועלט פון תורה, ס'איז עפעס וואס מען טוט און אפשר באקומט מען אסאך ידיעות אבער ס'איז נישט די וועלט פון תורה. ווי פארשטענדליך דארפן מיר אנגיין און עוסק זיין בתורה כאטש מיר לערנען נאכנישט מיטן ריכטיגן מחשבה און שאיפה, כאטש מען שפירט נישט קיין דערהויבנקייט, ווייל בעזר ה' וועלן מיר טוען ביז מיר וועלן אנקומען, מתוך שלא לשמה בא לשמה... אבער נאכדעם איז דא איינער וואס לערנט פשוט ווייל ער וויל ווערן נאנט צום באשעפער, ער וויל זיך פארבינדן מיט בורא עולם, ער וויל פארשטיין זיינע געבאטן און זיך פלאגן אין די הייליגע ווערטער. דאס איז א הויכע מדריגה וואס מיר דארפן שטרעבן דערצו.

מיר דארפן כסדר זיין א מוסיף והולך, מיר דארפן צוגיין צו דעם נעקסטן טריט און אנפאנגען זוכן און בענקען, אויפמאכן דאס הארץ מיט די גרעסטע התבטלות בעטנדיג פון השי"ת, "מאך מיר אויף די וועלט וואס רופט זיך די תורה וועלט, לאז מיך אריין אין דער הייליגער וועלט וואו דער מח פון א איד לעבט מיט דביקת בה' און שמחה בתמידות, וואו שטענדיג איז פארהאן א פרישקייט און תשוקה צו ליכטיגקייט, דארט וואו מען שפירט די אור התורה, די מתיקות התורה..."

אויב מען איז זוכה און מען הארעוועט באמת אויף זיך און מען לייגט אריין דעם קאפ אין לערנען, און טאקע מיט דעם פארשטאנד אז דער ציל פון לערנען איז כדי צו אויסארבעטן די נשמה און ווערן הייליג און דערהויבן. אז מען לערנט תורה אויף אזא אופן שפירט מען א העכערקייט און שמחה! דער אידעלע ברימט זיך דעם אשרינו מה טוב חלקינו... איך בין א איד וואס איז נאָנט צו הקב"ה!

דערמיט קומען מיר צוריק צו די פסוקי התורה און דער ענין פון הגבלה – איינצוימונגען. הגבלה האט אין זיך צוויי חלקים – ס'איז פארהאן א חלק וואס איז באגרעניצט, מוגבל. – אין דעם וואָרט איז פארהאן א ענין פון אַן הרגשה פון צמצום. יא, די תוה"ק האט אין זיך דעם פשוט'ן חלק וואס ס'איז מצמצם דעם מענטש, ווי ס'שטייט אין רש"י הקדוש אז משה רבינו האט קובע געווען פאר זיי סימנים וואס האט געזאגט אז ביז אהער מעג מען גיין און ווייטער נישט, דאס איז אונז קלאר מרמז אז ס'איז פארהאן א חלק וואס איז קלאר שווארץ אויף ווייס, וואו ס'שטייט פונקטליך וואס יא צו טון און וואס נישט, ס'האט קלארע גרעניצן.

אבער דערנאך איז פארהאן נאך א גבול – א מציאות וואס רופט זיך א גבול וואס מען זעט נישט, ס'ליגט אין דעם אידישע הארץ, ס'איז א גבול, א צמצום וואס שפאַרט איין דעם איד אבער ס'מאכט אויף דעם מענטש צו א וועלט וואס איז ריזיג גרויס. למשל אט די אידישע משפחה, וואס האט זיך איינגעשפארט מיט זייער טאטע, ווי פארשטענדליך איז נישט פארהאן א הלכה אז ס'פארלאנגט זיך אזא סארט עבודה פון א מענטש, ווען די משפחה זאל אריינקוקן אין שולחן ערוך וואלטן זיי נישט געפינען אזא דין – אבער ווען אונזערע מצוות ווערן א חלק פון א איד'ס טראכטן, ווען אונזערע מצוות ווערן א חלק פון א איד'ס נשמה, דארט עפענט זיך א נייע וועלט. עס שפארט זיך איין א גאנצע משפחה ווייל זיי לעבן מיט די תוה"ק, און אט די איינשפארן, אט די הגבלה, איז דאס גרעסטע און שענסטע יסוד וואס די משפחה פארמאגט, ווייל עס ווערט געטון מיט א חשק און דערהויבנקייט און א תשוקה צו טון דעם רצון ה' אויפ'ן בעסטן אופן וואס איז שייך.

ס'איז פארהאן א חלק פון די תוה"ק וואס איז זייער קלאר און דייטליך. דער איד האט א סכסוך מיט א שכן מאכט ער אויף א שולחן ערוך און ער זעט זייער קלאר וואס איז ריכטיג און וואס נישט. עס פאלט אריין א פליישיגע לעפל אין א מילכיגע טאפ, און מען רופט אָן דעם דיין און ער ענטפערט באלד מיט א קלארע תשובה. אבער דערנאך איז פארהאן א גבול וואס מען זעט נישט, דער הייליגער גבול וואס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן אז מען דארף טון אזוי און אזוי, אבער ווען דער איד לעבט אשר בחר בנו – ווען דער איד ווייסט ווער ער איז, ווען אידישקייט און די תורה הקדושה ווערט א חלק פון די נשמה ווערט עס א דבר פשוט.

באמת טרעפט מען אזוי אפילו אין הלכה, אז ס'איז דא אזא געדאנק ווי לפנים משורת הדין, און פון טון לצאת ידי שמים, אפילו די הלכה פארלאנגט נישט. דאס באדייט
אז אפילו אויב איינער טוט גענוי וואס דער שלחן ערוך זאגט, וועט ער זען אז עס פעלט נאך עפעס, די אמת'ע מדריגה איז זיך צו העכער מאכן פון די פשוט'ע הלכה און אנערקענען די טיפע יסודות וואס ליגן אין די תורה הקדושה, וועלכע זאגט פאר דעם מענטש ווי אזוי מען דארף זיך אויפפירן און ווי אזוי מען זאל זיך פירן בחסידות. ס'האט נישט קיין כלל, ס'איז דער גבול פון דעם רויטע ליניע וואס ליגט ביי אונז אין הארץ.

הגה"צ המגיד הירושלמי ר' שלום שוואדרון זצ"ל איז אמאל געקומען צום הייליגן חזון איש פרעגן א שאלה איבער א געוויסע ענין וואס ס'איז נישט געשטאנען קלאר אין שלחן ערוך דערוועגן. דער חזון איש האט אים געענטפערט, "ס'איז דא זאכן וואס ס'שטייט' נישט, אבער א איד פאר'שטייט' עס!"

דערמיט קומען מיר צוריק צו די פסוקים. דאס ערשטע מאל וואס דער באשעפער זאגט אונז אָן אז מיר זאלן זיך באגרעניצן, ווערן מיר צוגעגרייט מיט דעם געדאנק אז ס'איז פארהאן א קלארע גרעניץ וואו מען טאר נישט אדורכגיין. ס'איז דא פונקטליכע גדרים וואו מען מעג זיך נישט דורכברעכן, זאת התורה לא תהא מוחלפת.
אבער דעם צווייטן מאל איז עס א טיפערע ענין וואס משה רבינו געבט אונז אליין איבער און זאגט אונז: טייערער אידעלע, צו באקומען די תוה"ק דארף מען האבן אַן אייגענע גבול. "א באגרעניצונג וואס טוט אונז נישט איינשפארן נאר אויפמאכן גאר גרויס". ווען מיר טוען זיך פארטיפן אין די עמקות התורה און מיר באגרעניצן זיך לויט די עכטע פנימיות פון די דברי אלקים חיים, אנטפלעקן מיר א געוואלדיגע אור און א מעגליכקייט צו ווערן אנגעפילט מיט א רוחניות און א חיות דקדושה.

עס איז געווען אין ארץ ישראל נאך די מלחמה, ווען עס האט געהערשט א גרויסע הונגער אין לאנד. איין טאג זענען די מתפללים אנגעקומען אין בית המדרש צו א מודעה וואס האט איינגעמאלדן אז א סיום מסכתא וועט פארקומען אין בית המדרש. צום באשטימטן טאג האט דער עולם זיך געזעצט צו א פיינע סעודה, און דער בעל הסיום האט מודיע געווען דעם עולם אז ער האט מסיים געווען מסכת מועד קטן.

דער עולם האט זיך געוואונדערט אויף דער גרויסער סעודה און דער גרויסער טראסק, בפרט אויף אזא קליין מסכתא, און אויף דעם שאלה פון מה הפשט? האט דער איד פארציילט זיין געשיכטע:

"געווען איז עס אין די שווערע מלחמה יארן, זייענדיג אין דעם ביטערן אוישוויץ לאגער. מיר זענען אלע ארומגעגאנגען שוועבענדיג בין מוות לחיים, צווישן די הונדערטער אידן אין אונזער באראק איז געווען איין איד'ל וואס האט זיך שטענדיג געהאלטן צו זיך, און האט כסדר געמורמלט מיט'ן מויל. אונז האבן געמיינט אז ער איז נעבעך בארירט געווארן און ער רעדט צו זיך אליין."

"איין נאכט האט דער איד מיך אויפגעוועקט און געזאגט אז ער מוז רעדן צו מיך. איך האב זיך געוואונדערט אז ער וועקט מיך אויף פון שלאף, און דאן האט ער מיך דערציילט די פאלגענדע ווערטער: 'בעפאר דעם קריג האב איך זוכה געווען דורכצולערנען און געדענקען גאנץ ש"ס. יעצט ווען די נאציס האבן אונז געפירט אין לאגער, האב איך נישט געוואוסט ווי לאנג איך וועל נאך זיין ביים לעבן, האב איך געמאכט א הבטחה אז ווי לאנג איך בין דא וועל איך קיינמאל קיין איין ווארט דברים בטלים נישט ארויסרעדן כדי צו קענען לייבן די קלארסטע שייך אין די הייליגע ווערטער פון חז"ל נאר פארקערט פרויבירן יעדע רגע לערנען פון אויסנווייניג משניות און גמרא. יעצט שפיר איך ווי איך האלט עס מער נישט אויס, מיין נשמה פארלאזט מיך. אבער איך האלט אינמיטן לערנען מסכת מועד קטן און איך וועל עס אפשר נישט זוכה זיין צו מסיים זיין. איך בעט דיר, זאג מיך צו אז דו וועסט ענדיגן די מסכתא אנשטאט מיך'..."

"אוודאי האב איך אים צוגעזאגט," האט דער איד אויסגעפירט צו א צימער פון גערירטע מתפללים, "און איך האב טאקע דורכגעלערנט די גאנצע מסכתא און מסיים געווען לעילוי נשמת דעם גאון אין לאגער וועלכער איז אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט איידער ער האט עספיעט צו ענדיגן די מסכתא, און ער האט זיך נישט געקענט געזעגענען בעפאר'ן זיכער מאכן אז איינער וועט מסיים זיין די אנדערע האלב מסכתא"...

מיט טרערן אין די אויגן האט ער אויסגעפירט: "טייערע אידן, דער סיום איז נישט נאר אויף מסכת מועד קטן, ס'איז דער סיום אויף די אלע טויזענטער בלעטער גמרא וואס זענען געלערנט געווארן מיט די גרעסטע מסירת נפש אונטער די שווערסטע אומשטענדן. אויף דעם פראווען מיר דעם גרויסן סעודה פאר דעם גאנצן עולם."

טייערע אידן, יו"ט שבועות איז שוין אט דא. דער יו"ט ווען מיר וועלן פון פריש מקבל זיין די תוה"ק, ווען מיר וועלן פון פריש שטיין גרייט צו נעמען דעם עול התורה, זיך שטעלן ביים בארג און נעמען אויף זיך די צוויי גבולים. דאס ערשטע: א איד רירט זיך נישט אוועק פון דעם פלאץ וואו מיר דארפן שטיין, זאל זיין וואס זאל זיין, און מיט די גרעסטע קלארקייט פירן מיר זיך אויף טריט און שריט ווי ס'שטייט אין די תוה"ק. אבער דערנאך דעם צווייטן גבול – דעם גרעניץ ווי דער איד מאכט זיך אין הארץ און טוט זיך איינשפארן מיט די תוה"ק, ווען מיר נעמען אויף זיך די העכערע מדריגה פון אויסקריצן די ווערטער פון דער תורה אין זיך, אז מיר זאלן אליין לעבן דערמיט און פארשטיין אונזערע אייגענע הגבלות און אנערקענען דערמיט אונזער העכערקייט און דערהויבנקייט, און איבערגעבן פאר זיך און פאר אונזערע קינדער דעם אשר בחר בנו מכל עם. מיר נעמען זיך אונטער פרייוויליג און מיט שמחה דורכצוגיין שוועריגקייטן און הגבלות ווייל דאס ברענגט אונז העכער און נענטער מיט דעם נותן התורה, ס'מאכט אונז אויף צו א וועלט פון ליכטיגקייט, צו אַן אמת'ע לעבן פון פרייהייט, צו א לעבן וואס דער איד איז דבוק בה', וואס דער איד וויל זיך פירן לפנים משורת הדין, וואס דער איד לעבט מיט חסידות און שמחה. יא, צומאל קומט עס אָן שווער, ס'שפירט זיך אביסל באגרעניצט, ס'זעט אויס אביסל מוגבל, אבער דער איד ווייסט קלאר ווער ער איז און וואס די רצון ה' איז, און מיט א ריינע אמונה און בטחון זענען מיר גרייט צו הארעווען אויף די תוה"ק ווייל ס'איז אונז קלאר דעם כי הם חיינו ואורך ימינו, דאס איז דאס לעבן און חיות פון דער וועלט. יהי רצון אז מיר זאלן זוכה זיין אז דער אור התורה זאל אריינשיינען אין אונזער נשמה און אט זאלן שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אין דער תורה איז פארהאן קלארע הוראות מיט אנווייזונגען ווי אזוי צו פירן א אידיש לעבן.
• א איד דארף שטרעבן אז די תורה זאל ווערן א חלק פון זיין לעבן, און ס'זאל אים אריינברענגען אין א העכערע וועלט.
• אמאל לוינט זיך דורכצוגיין א צמצום, א הגבלה, ווייל דאס ברענגט א געוואלדיגע דביקות און העכערקייט.

א לעכטיגע פרייליכע יום טוב און שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: שבועות - באגרעניצט אבער גאר אפען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”