רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

קיקיון האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:האט די באבובע רב זצ"ל געהאט נאך קינדער פון ערשטע זיווג חוץ רבי נפתלי ?

מזיווג ראשון:
הרה"צ רבי נפתלי צבי זי"ע ממלא מקומו
מרדכי דוד הי"ד
הענטשא, הי"ד

בתו הבכורה רבקה הענא הינדא בילא ע"ה
ועוד כחמשה ילדים שלא הי' זש"ק ר"ל
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דינסטאג יולי 13, 2021 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די עלטסטע טאכטער האט נישט געהייסן בילא?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ריקוד האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:האט די באבובע רב זצ"ל געהאט נאך קינדער פון ערשטע זיווג חוץ רבי נפתלי ?

מזיווג ראשון:
הרה"צ רבי נפתלי צבי זי"ע ממלא מקומו
מרדכי דוד הי"ד
הענטשא, הי"ד

בתו הבכורה רבקה הענא ע"ה
ועוד כחמשה ילדים שלא הי' זש"ק ר"ל

האט ער אמאל גערעדט פון זיי ברבים?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יידישע קהילות האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:האט די באבובע רב זצ"ל געהאט נאך קינדער פון ערשטע זיווג חוץ רבי נפתלי ?

מזיווג ראשון:
הרה"צ רבי נפתלי צבי זי"ע ממלא מקומו
מרדכי דוד הי"ד
הענטשא, הי"ד

בתו הבכורה רבקה הענא ע"ה
ועוד כחמשה ילדים שלא הי' זש"ק ר"ל

האט ער אמאל גערעדט פון זיי ברבים?

פון מרדכי דוד'ל האט ער גערעדט ביים תנאים פון יבלח"ט נכדתו עב"ג האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
געשטימט פאר ראשעק הול
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

ריקוד האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
אשריך האט געשריבן:האט די באבובע רב זצ"ל געהאט נאך קינדער פון ערשטע זיווג חוץ רבי נפתלי ?

מזיווג ראשון:
הרה"צ רבי נפתלי צבי זי"ע ממלא מקומו
מרדכי דוד הי"ד
הענטשא, הי"ד

בתו הבכורה רבקה הענא ע"ה
ועוד כחמשה ילדים שלא הי' זש"ק ר"ל

וואס מיינט חמשה ילדים שלא היה זש''ק? האט ער געהאט פינף קינדער וואס זענען אוועק בחייו. פאר די קריג?
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

לעורר לב האט געשריבן:וואס מיינט חמשה ילדים שלא היה זש''ק? האט ער געהאט פינף קינדער וואס זענען אוועק בחייו. פאר די קריג?

די קינדער האבן זיך ליידער נישט געהאלטן ר"ל. ער מיטגעמאכט גאר שווערע צייטן מיט זיי. אדמו"ר הרה"ק ר' נפתלי צבי זצוק"ל איז געוועהן דאס 5'טע קינד. איין קינד איז געבליבן אין אן אנשטאלט. אויף די טאכטער איז ער נעבעך געזעצן שבעה אין ווארשא. נאך צוויי קינדער פארלוירען צוזאמען מיטן רביצין ע"ה אינעם חורבן. און מזוו"ש איז ער אויך געזעצן שבעה נאך א טאכטער (אדער צוויי, כ'בין מסופק אויפן צווייטן). ר"ל.
דאס איז אויסער די שווערע חובות און די גרויסע מיה וואס ער האט זיך אפגעגאבן מיט צרות ישראל און מיט אויפהייבן די פארביטירטע מיטגעמאכטע מלחמה איבערלעבער.
אבער טראץ דעם אלעם איז ער תמיד געווען מלא שמחה וצהלתו בפיו. ס'וואלט איינער געקענט דאכטן אז ער איז די גרעסטער עושר וואס האט קיין שלעכטס נישט געזען און זיין לעבן. זי"ע
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לפי ידעתי האט ער מיט זוו״ש פארלוירן א זון מיט א טאכטער

תכלית וויזוי האט געהייסן די נישט געזונט קינד פון זוו״ר?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כ'אב געהערט עטליכע יאר צוריק אז ער האט פארלארן א זוהן א פיצל קינד, דא אין אמעריקא.

איז דאס וואר?
_______

אה, חמרא האקט.
אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

ריקוד האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:וואס מיינט חמשה ילדים שלא היה זש''ק? האט ער געהאט פינף קינדער וואס זענען אוועק בחייו. פאר די קריג?

די קינדער האבן זיך ליידער נישט געהאלטן ר"ל. ער מיטגעמאכט גאר שווערע צייטן מיט זיי. אדמו"ר הרה"ק ר' נפתלי צבי זצוק"ל איז געוועהן דאס 5'טע קינד. איין קינד איז געבליבן אין אן אנשטאלט. אויף די טאכטער איז ער נעבעך געזעצן שבעה אין ווארשא. נאך צוויי קינדער פארלוירען צוזאמען מיטן רביצין ע"ה אינעם חורבן. און מזוו"ש איז ער אויך געזעצן שבעה נאך א טאכטער (אדער צוויי, כ'בין מסופק אויפן צווייטן). ר"ל.
דאס איז אויסער די שווערע חובות און די גרויסע מיה וואס ער האט זיך אפגעגאבן מיט צרות ישראל און מיט אויפהייבן די פארביטירטע מיטגעמאכטע מלחמה איבערלעבער.
אבער טראץ דעם אלעם איז ער תמיד געווען מלא שמחה וצהלתו בפיו. ס'וואלט איינער געקענט דאכטן אז ער איז די גרעסטער עושר וואס האט קיין שלעכטס נישט געזען און זיין לעבן. זי"ע


וועלעכע יאר איז ער גיזעצן שבה על בתו מזיו"ש
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

יידישע קהילות האט געשריבן:האט ער אמאל גערעדט פון זיי ברבים?

ברבים האט ער קיינמאל נישט גערעדט פון די קינדער וואס זענען אוועק נאך פאר די קריג. נאר איינמאל האט ער זיך אין שטיב אויסגעדריקט אז בנו אדמו"ר הרה"ק ר' נפתלי צבי זצוק"ל "איז מיין פיפטע קינד" - שמעתי מפי כלי ראשון ששמעו מפיו
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום זונטאג יולי 11, 2021 2:35 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

קראטשין האט געשריבן:וועלעכע יאר איז ער גיזעצן שבה על בתו מזיו"ש

כ"ווייס נישט גענוי, דאכט זיך אנהייב קראונהייטס תקופה. די עלטערע אידן דארפן צו געדענקן
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ריקוד האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האט ער אמאל גערעדט פון זיי ברבים?

ברבים האט ער קיינמאל נישט גערעדט פון די קינדער וואס זענען אוועק נאך פאר די קריג. נאר איינמאל האט ער זיך אין שטיב אויסגעדריקט אז בנו אדמו"ר הרה"ק ר' נפתלי צבי זצוק"ל "איז מיין פיפטע קינד" - שמעתי מפי כלי ראשון ששמעו מפיו

ביים שבע ברכות פון נכדו [ח"ב] האדמו"ר מבאבוב - 45 שליט"א
האט ער ברייט גערעדט פון זיין זוהן מרדכי דוד הי"ד
ס'איז געדרוקט
לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום זונטאג יולי 11, 2021 3:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואס הייסט ברייט גערעדט? חוץ דערמאנען זיין נאמען האט ער נאך עפעס געזאגט וועגן אים?
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איך געדענק יעצט נישט די לשונות
אבער דערציילט וועגן זיין מרדכי דוד'ל
וואס איז שייך דערציילן פון איהם? ער איז דאך געוועהן גאנץ א קליין קינד
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איז וואס מיינט ברייט גערעדט?
דביה תחדי נפשא
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

כפי זכרוני סיפר על הלילה המחרידה בניימארק, ואיך שהתכונן ללכת על קידוש ה' יחד עם בנו, והפטיר שבאיזה זכות ניצל, שכל זה הגיעו בזכות העתיד ווייל 'מרדכי דוד' דארף אויפשטעלן א שטוב וכו' (לא זוכר הלשון)... ובתוך הדברים הזכיר את השם 'מרדכי דוד'ל' כמה פעמים.
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

אבן יקרה האט געשריבן:איך געדענק יעצט נישט די לשונות
אבער דערציילט וועגן זיין מרדכי דוד'ל
וואס איז שייך דערציילן פון איהם? ער איז דאך געוועהן גאנץ א קליין קינד

די שמועס ברבים איז וועגן זיין אייניקל כ"ק האדמו"ר שליט"א. אבער צו די מקורבים וו.צ.ב.ש הרב לייבל סטעמפל שליט"א האט ער דאן געזאגט אז ער פיהלט אז ער האט צוריק באקומען זיין מרדכי דוד'ל הי"ד
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

ס'איז א פלא אז מען האט זיך געקענט ווייקן ביי דעם צדיק 50 יאהר אן וויסן אז ער פארלוירען קינדער ל"ע. זיך כמעט קיינמאל נישט אויסגרעדט אויף זיין פרעזענליכע יסורים. יא, מען האט געוויסט אז ער האט געהאט עפעס אן ערשטע רביצין, כאילו ער איז געווען א שנה ראשונה אינגערמאן, מאכטס די חשבון אליין זי איז געווען זיין רביצין פאר קרוב צו 19 יאהר (!) אלול תרפ"ה - סיון תש"ד.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

ש"ק אין קעמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קעפל: קראון-הייטס און איר היסטאריע

scy4851 האט געשריבן:..................

מיט ר' יעקב טובי'ס איבערלאזען באבוב האב איך ביי געוואוינט אן אינטערעסאנטע עפיזעד וואס איך האב מיט מיינע אוירען געהערט פון אדמו"ר מבאבוב ר' שלמה זצ"ל. (איך געדענק נישט אויב איך האב עס שוין געשריבען אויף אייוועלט)

דורך די יאהרען וואס איך האב געלערענט און באבוב ביך איך געגאנגען זימער און באבובער קעמף.
* איין זימער איז ד' אב אויסגעפאלען אויף שבת חזון.
יענעם זימער איז דער רב ז"ל געקומען און קעמף אויף שבת און דארט אפגעראכטען די יומא דהילולא פון זיין טאטען דער קדשות ציון ז"ל הי"ד.
עס ליגט מיר נאך גוט און זכרון יענער דערהויבענעם שבת.
מוצאי שבת איז געווען א גרויסע מלוה מלכה און קעמף און דא זענען שוין געקומען צו פארען א גרויסע עולם פון פארשידענע באנגעלו קאליניס.

דער מלוה מלכה איז געווען און דיינינג רום
טרייט צו פיקטשערען דער אויסשטעל פון די טישען.
די טישען זענען געווען אויסגעשטעלט אוויא א ש' און דער רב ז"ל איז געזעצען ביי די פיס פונעם ש' כנגד דער מיטעלסטע פיס
איך בין געשטענען מיט נאך חברים הארט אינטערען רב ז"ל
און מיטען מלוה מלכה איז אהנגעקומען ר' אברהם בראדי ז"ל איינע פון די מגידי שיעור און מתיבתא תורה ודעת. (רב בראדי ז"ל איז געווען א פעטער פאר דיין הרשעל בראדי שליט"א)
מעהאט אוהם גלייך ארויף געפירט אויבען אהן און ער איז געזעצען אויף די אנדערע זייט פון טיש אקעגען איבער דעם רב ז"ל.,,,,,,,,



* ע"פ חשבון תשי"ט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

ריקוד האט געשריבן:ס'איז א פלא אז מען האט זיך געקענט ווייקן ביי דעם צדיק 50 יאהר אן וויסן אז ער פארלוירען קינדער ל"ע. זיך כמעט קיינמאל נישט אויסגרעדט אויף זיין פרעזענליכע יסורים. יא, מען האט געוויסט אז ער האט געהאט עפעס אן ערשטע רביצין, כאילו ער איז געווען א שנה ראשונה אינגערמאן, מאכטס די חשבון אליין זי איז געווען זיין רביצין פאר קרוב צו 19 יאהר (!) אלול תרפ"ה - סיון תש"ד.

גארנישט קיין פלא פאר דער וואס האט אים געקענט.
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ריקוד האט געשריבן:בתו הבכורה רבקה הענא ע"ה

באקומען אין אישי: אין ספר ארבע אמהות דף כא שטייט זי האט געהייסן הינדא בילא און איז אוועק י"ח כסלו תרצ"ג ומנו''כ בלאדזש (דאכציך אז אין בנות ציון איז בשעתו געווען א בילד פון איר מציבה)
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מתוך נועם שיח קדשו, אדר תשמ"ט:

נעבעך מ'האט געשאסן מיין רעביצין ע"ה מיט די קינדער, געשאסען דעם טאטן, אומגעקומען דריי שוואגערס, משה'לי סטעמפיל, שלמה'לי רובין יצחק טובי'ס, און יחזקאל'י רבי ישעי'לי טשחויבער'ס, כ'בין געווען אזוי צובראכן, אבער איך האב געוואוסט איין זאך, איך וועל נישט רוהן, איך בין מחוייב צו טוהן, איך בין געבליבען לעבן מיט אזעלכע ניסים, איך מוז אנהייבען אויפסניי.

...כ'בין געקומען קיין אמעריקא, ס'איז געווען אפאר עלטערע אידן באבוב'ער חסידים אין "דיימענט קלאב", יחיאל ריינהאלד, ר' חיים שמעון ליפשיץ, רייכע אידען, האבן זיי געזאגט "איר זענט נעבעך אזוי אויסגעדארט, הויט און ביין, איר האט אנגעליטען זיך אזויפיל, פארדרייט נישט אין קאפ", איך האב זיי געבעטן, צוזאמגערופען וועגן א ישיבה, איך האב געוואלט אנהייבן, "הערטס אויס איר האט גוטע פריינד, מיר וועלן אייך אויפשטעלן א בית מדרש, מ'וועל'מיר אייך אויסהאלטן און איר וועט האבן ליגן געלט אין די באנק, לאז גיין מיט א ישיבה, איר וועט ווערן א בעל חוב, איר האט שוין גענוג געליטן אויף דער וועלט".

זאג איך צו זיי, "מיינע טייערע אידן, איך דארף געלט אין די באנק?! איך דארף א שיין בית מדרש?! - אמעריקא האט דאך דעמאלטס געהאט אן אנדער פנים, מיט עטליכע פערציג יאר צוריק, ווי ס'איז היינט - איך דארף זעהן ס'זאל צוריק אויפשטיין יונגעלייט, בחורים, יונגלעך, יונגעלייט מיט בערד און פיאות מיט שטריימלעך, יונגלעך מיט לאנגע פיאות, איך דארף זעהן צוריק ווי דעם טאטנ'ס ארבעט איז נישט חרוב געווארן אינגאנצן, אז די נאציס ימח שמם זאל'ן נישט האבן חרוב געמאכט דאס גאנצע אידישקייט, איז וועל איך טוהן עד מקום שידי מגעת, איך וועל נישט רוהן ביז איך וועל זעהן מ'זאל אנהייבען צו זיצן און לערנען, איך זאל זיי דערציילען - יונגלעך זאל'ן אויפשטיין און אויפוואקסן און וויסן אז ס'איז געווען אינדערהיים א באבוב'ער רבי און דער באבובער זיידע זכרונו לברכה און דער דברי חיים, און די הייליגע שיטות, מיט דעם לערנען, מיט דעם דאווענען, מיט די הייליגע מנהגים, מיט די צאנזער מנהגים מיט דזיקובער מנהגים - מוז מען אויפלעבען, און דאס, דעם כח, אז איך האב געהאט אזויפיל ניסים, דער אויבערשטער האט מיר געלאזט לעבן נישט אויף דעם אז איך זאל האבן ליגן געלט אין די באנק אין אמעריקא, איך קען באשטיין צו זיין א בעל חוב אין אמעריקא, אבער צאנז מיט דזיקוב מיט באבוב מוז לעבן! און אז איך וועל דאס נישט טוהן ווער וועט דאס טוהן? ווער וועט דאס אינזין האבן?"
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

ריקוד האט געשריבן:
קראטשין האט געשריבן:וועלעכע יאר איז ער גיזעצן שבה על בתו מזיו"ש

כ"ווייס נישט גענוי, דאכט זיך אנהייב קראונהייטס תקופה. די עלטערע אידן דארפן צו געדענקן

בנות ציון ניסן אייר תשפ"א
בנות ציון ניסן אייר תשפ"א
16260971127661583578997783581525.jpg (122.39 KiB) געזען 2029 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חמרא טבא האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:בתו הבכורה רבקה הענא ע"ה

באקומען אין אישי: אין ספר ארבע אמהות דף כא שטייט זי האט געהייסן הינדא בילא און איז אוועק י"ח כסלו תרצ"ג ומנו''כ בלאדזש (דאכציך אז אין בנות ציון איז בשעתו געווען א בילד פון איר מציבה)

עס איז טאקע פארהאן א רשימה אין די לאדזער ביה"ח פון הילדה הינדא ביילא בת שלמה האלברשטאם, בת 6 שנה, נפטרה 17 דעצ' 1932 למס'.
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

חמרא טבא האט געשריבן:די עלטסטע טאכטער האט נישט געהייסן בילא?

גערעכט, פאראכטן
'רבקה הענא' איז געוועהן די רביצין פון די ערשטע באבובער רב זצוק"ל.
אבער זי האט געהייסן 'הינדא בילא' - 'בילא' נאך די מאמע פון די ערשטע באבובער רב זצוק"ל בת הרה"ק ר' אליעזר'ל מדזיקוב זצוק"ל
דאס קינד איז געווועהן א איינקיל פון די ערשטע באבובער רב זצוק"ל סיי פון די טאטע'ס זייט און סיי פון די מאמע'ס זייט
ווייסט אימיצער נאך וועמען דאס קינד האט געהייסן 'הינדא'? איז דאס פון די לימאנובער זייט?
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”