רבי ברוך האלבערשטאם מרידניק וגארליץ זצ"ל וביתו אחריו - א’ אדר תרס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

גערעכט, איך האב עס אויך געזעהן. נאר איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש, דער אוהל איז ביים שפיץ בארג, און ממש נישט ווייט פון דארט לויפט דורך אן אנדערער גאס, און עס איז אפילו דא א טיר דארט צום גאס נאר עס איז פארשפארט, פארוואס פאר א גוט יאר טוישט מען נישט דעם אריינגאנג צו דארט אויבן. ווייל דער הויפט אריינגאנג צום בית החיים איז אונטן מוז מען זיך ארויפשלעפן דעם גאנצן בארג, איך האב עס נאך געדארפט טוהן ביינאכט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דברי מליצה מהרה"ק מ'גארליץ זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט פון הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א,
אז הרה"ק מ'גארליץ האט געזען איינעם קוקן אויף די זייגער נאכן ענדיגן עסן פליישיג'ס ווען די זעקס שעות ענדיגן זיך,
זאגט ער אים די זולל וסובא איינער שוין גענדיגט עסען, טראכסט שוין ווייטער ווען די וועסט קענען עסען .

נאך געהערט מפיו הק' הנ"ל .
אז ס'איז באקאנט פון צדיקים ,אז די רבי רבי בער זיע"א פון מעזריטש איז אמאל געפארן חל המועד איז ער דערפאר נענש געווארן אז ער איז נתגלה געווארן און געווארן א'רבי.
האט הרה"ק גארליצער רב זיע"א צו געלייגט אז היינטיגע רבי'ס וואלטן געפארן בעצם יום השבת כדי נתגלה ווערן און צו ווערן א'רבי.

נאך געהערט מפיו הקדוש.
ס'איז באקאנט אז איינע פון די זיבן גבאים פון הרה"ק שינאווער רב זיע"א האט געהייסן רבי אברהמ'לי פלאסטער ז"ל.
האט גארליצער רב זיע"א געזאגט א'ייעדע רבי איז א'מכה .
ווייל אויב די גבאי איז א'פלאסטער איז די רבי מכה.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט מפי הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זיע"א.

אז גארליצער רב זיע"א איז געפארן צו הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א .
און געווען שטארק בידידות מיט בנו הרה"ק רבי יהושע'לע מ'בעלזא זיע"א.
נאך זיין הסתלקות האט ער געפערגט פאר א'בעלזער חסיד וואס האלט ער פון די נייעם רבי די ממלא מקום (הרה"ק רבי ישכר בער זצ"ל)?.
האט אים די חסיד גענטפערט אז ער איז גערסער פון די פריעדיגע רבי'ס .(כדרכם של חסידים).

האט אים גארליצער רב זיע"א געגעבן א'פעטשל און געזאגט קומט אויס בין איך געפארן צו א'קליין רבי'לע.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג יולי 06, 2014 1:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

שבחו של צדיקי הדור על הרה"ק מ'גארליץ זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געווען א'קדוש עליון א'אפענער בעל רוח הקודש און ס'האט זיך געווארפן מופתים ביי אים.
און זיינע ווערטלך זענען נישט געווען סתם ווערטלך אלס האט געהאט א'כוונה.

אמאל איז ער געווען ביי אחיו הרה"ק מ'שינאווא זיע"א צו א'ראש חודש סעודה און געשטאנען און שוהל און גערעדט דארטן זיינע ווערטלך, און שינאווע רב איז דורך געגאנגען און אים געזאגט אז זיי מיינען אז די רעדסט פשוטע רייד.

און הרה"ק מ'שינאווא זיע"א האט געזאגט אז מ'דארף האבן דרך ארץ פאר אים ווייל שבת האט ער א'אנדערע צורה.

און בן אחיו הרה"ק מ'צעשינאוו זיע"א (בן הרה"ק מ'שינאווא זיע"א)האט געזאגט אז ס'איז אים ברור אז די פעטער גארליצער רב זיע"א ווייסט נישט וויפל קינדער ער האט, פון זיין דביקות צום באשעפער.

הגאון הצדיק רבי שמואל ענגל זצוק"ל גאב"ד ראדאמישלא מ'גדולי חסידי הרה"ק מ'צאנז זיע"א ומ'פוסקי הדור.
האט מעיד געווען אויף אים אז ער איז געווען א'שטיק בעש"ט .

הרה"ק רבי יהושע'לע מ'בעלזא זיע"א האט מעיד געווען אז ער איז פון די וואס אויף אים שטייט די וועלט.

מפי הרה"ק מ'פשעווארסק זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג יולי 06, 2014 1:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:געהערט מפי הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זיע"א.

אז גארליצער רב זיע"א איז געפארן צו הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א ,
און געווען שטארק בידידות מיט בנו הרה"ק רבי יהושע'לע מ'בעלזא זיע"א.
נאך זיין הסתלקות האט ער געפערגט פאר א'בעלזער חסיד וואס האלט ער פון די נייעם רבי די ממלא מקום (הרה"ק רבי ישכר בער זצ"ל)?.
האט אים די חסיד גענטפערט אז ער איז גערסער פון די פריעדיגע רבי'ס .(כדרכם של חסידים).

האט אים גארליצער רב זיע"א געגעבן א'פעטשעל און געזאגט קומט אויס בין איך געפארן צו א'קליין רבי'לע.

ביסט זיכער? לזכרוני איז די מעשה געווען מיט'ן שינאווער רב, כמעט זיכער אז אזוי שטייט אין י"ג אורות, כהאב עס נישט דא ביי מיר
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בוודאי שכן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דרךהמלך האט געשריבן:

טויזענט פראצענט מיט גארליצער רב זיע"א.
נישט נאר וואס איך האב עס געהערט אויפ'ן טעיפ נאר איך האב יעצט אריין געקוקט און י"ג אורות לבית צאנז דף רכ"ח.
ועיין שם ומשם תדרשנו לטובה ולברכה.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:געהערט מפי הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זיע"א.

אז גארליצער רב זיע"א איז געפארן צו הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א ,
און געווען שטארק בידידות מיט בנו הרה"ק רבי יהושע'לע מ'בעלזא זיע"א.
נאך זיין הסתלקות האט ער געפערגט פאר א'בעלזער חסיד וואס האלט ער פון די נייעם רבי די ממלא מקום (הרה"ק רבי ישכר בער זצ"ל)?.
האט אים די חסיד גענטפערט אז ער איז גערסער פון די פריעדיגע רבי'ס .(כדרכם של חסידים).

האט אים גארליצער רב זיע"א געגעבן א'פעטשעל און געזאגט קומט אויס בין איך געפארן צו א'קליין רבי'לע.

ביסט זיכער? לזכרוני איז די מעשה געווען מיט'ן שינאווער רב, כמעט זיכער אז אזוי שטייט אין י"ג אורות, כהאב עס נישט דא ביי מיר

טויזענט פראצענט מיט גארליצער רב זיע"א.
נישט נאר וואס איך האב עס געהערט אויפ'ן טעיפ נאר איך האב יעצט אריין געקוקט און י"ג אורות לבית צאנז דף רכ"ח.
ועיין שם ומשם תדרשנו לטובה ולברכה.

ברי ושמא ברי עדיף
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תלמיד הרה"ק מ'בעלזא זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דאס יא אז הרה"ק מ'שינאווא זיע"א איז געפארן קיין בעלזא צו הרה"ק רבי שלום זיע"א.
און געווען זיינס א'תלמיד מובהק .

הרה"ק מ'גארליץ זיע"א האט פארציילט אז ווען ער איז אמאל געווען ביי הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א האט ער באמערקט אז ער גייט ווערן א'סגי נהור ל"ע און איך האב געווסט איך וועל עס נישט קענען אויסהאלטן אים זען אזוי האב איך מיך געזעגענט און מער נישט צוריק געגענגן צו אים.

בדרך אגב האט זיך הרה"ק המנחת אלעזר מ'מומנקאטש זיע"א געהאלטן א'פיפטער מקבל פונעם הייליגען בעש"ט זיע"א.

וזהו סדר הקבלה.
א').תלמיד הרה"ק משינאווא זיע"א.
ב')תלמיד הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א.
ג')תלמיד הרה"ק רבי שלמה מ'לוצק זיע"א.
ד')תלמיד הרה"ק הרבי רבי בער זיע"א מ'מעזריטש.
ה')תלמיד הבעש"ט הקדוש זיע"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מ'צעשינאוו ומהרי"ד מ'בעלזא על הרה"ק מגארליץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי שמחה ישכר בער זצוק"ל צעשינאווער רב (בן הרה"ק משינאווע זיע"א וחתן הרה"ק מהר"י מ'בעלזא זצוק"ל) פלעגט פארן צו זיין שוואגער רבי ישכר דוב מ'בעלזא זצוק"ל,און בעלזא רב איז אים צוריק געפארן באזוכען.

אמאל ווען בעלזא רב זצוק"ל איז געקומען צו אים , איז ער געשטאנען ביי די מזוזה און אים געפרעגט וואו איז זיין התבודדות צימער?,האט ער אים גענטפערט אז זיין בית דין צימער איז זיין התבודדות צימער.
און ער האט צוגעלייגט אויב וואלט יעך געהאט אזויפיל חסידים ווי אייך,וואלט איך געדארפט האבן א'התבודדות צימער,אבער היות איך האב נישט אזויפיל חסידים,זיץ איך א'גאנצע טאג און די בית דין צימער און מאך התבודדות,

נאך דעם וואס זיי האבען זיך אוועק געזעצט ביים טיש האט צעשינאווער רב זצוק"ל געפרעגט זיין שוואגער בעלזא רב זצ"ל וואס זאגסטו צום גארליצער פעטער(הרה"ק רבי ברוכל פון גארליץ זיע"א),
האט אים בעלזא רב געזאגט די ווייסט דאך אז דער טאטע (הרה"ק מהר"י מבעלזא) האט פון אים זייער געהאלטן,אבער ער מיט זיינע ווערטליך האט ער געמאכט די געגענד אויס חסידים.

האט אים צעשינאווער רב געזאגט,אז דעם ווינטער בין איך געווען ביי אים,און פאר קידוש האט ער געשאלטן אסאך רבי'ס,און נאך דעם האט ער געזאגט און יעצט וועלן מיר גיין זאגן די צייגעניש (קידוש איז דאך עדות על בריאת שמים וארץ), און ס'האט געגאסן טרערן פון די גאנצע עולם בשעת ער האט געזאגט די ווערטער.

שמעתי מהרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א וואס האט עס געהערט פון איינעם, וואס האט זיך באהאלטען און א'קאסטן דארט און צימער בשעת מעשה, און ער האט צוגעהערט די גאנצע געשפרעך.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיללער האט געשריבן:מציבת הרה"ק ר' ברוך מגארליץ, ומציבת ר' פנחס מזעביא שנ"ל
בילד

רעכטס איז מצבת רבי צבי רודניקער זצ"ל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א בילד אינעם אהל הק' נאכן קריג

IMG_7001.JPG

דאן האט מען אויפגעשטעלט 4 מצבות וואס מ'האט דארט געפינען - די מצבה פון רבי פנחס חודרוב וואס איז געווען אין צווייען האט מען עקסטער געשטעלט אויף 2 פלעצער
ווי אויך איז די מצבה פון רבי צבי רודניקער געשטעלט געווארן אויף די אנדערע זייט פון רבי ברוכ'ל וואס באמת איז דארט געווען ליידיג, ביז אפאר יאר צוריק ווען מ'האט עס צוריקגעשטעלט על מקומו הנכון דורך ר' מאיר מושקוביץ מקרית צאנז נתני' וואס ארבעט שוין דארט איבער 40 יאר אהערצושטעלן דעם ביה"ח בכבוד הראוי
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יוראפ האט געשריבן:רעכטס איז מצבת רבי צבי רודניקער זצ"ל
אטעטשמענטס
gorlice_cmentarz018.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

קשה הרהורי עבירה מעבירה עצמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי ברוכל פון גארליץ זצוק"ל איז אמאל געווען א'שבת אין בילגורייא, ס'האבן געוואינט דארט גארליצער חסידים,(כידוע אסאך פון די פולישע שארפע חסידים זענען געפארן קיין גארליץ).

האט גארליצער רב זצוק"ל געזעהן א'ספר פון א'באקאנטן גרויסע רבי זצוק"ל, וואס ברענגט אראפ אין פרשת פנחס וועגן "זמרי בן סלוא" ,און ער גיט אים רעכט (אז זמרי האט געהאלטן אז דאס איז בת זוגו מ'ששת ימי בראשית , און געמיינט לשם שמים),האט זיך גארליצער רב זצוק"ל געבייזרט דערויף,און אראפ געווארפן די ספר אויף די ערד.

די חסידים פון יענער רבי האבן געקאכט און געמאכט א'גאנצע טומעל אויפן פארשוועכן די ספר, האט זיך גארליצער רב זצוק"ל אנטשולדיגט זאגענדיג אז ער האט גענוי געטוהן אזוי ווי ס'שטייט און דעם ספר,וואס דארט שטייט,אז זמרי בן סלוא האט בוחר געווען די רע במיעוטו,אויסגקליבן מאכן די עבירה אלייינס,ווי איידער האבן די הרהורי עבירה וואס איז קשים פון די עבירה אליינס.

וועגען דעם ווען ער האט געזעהן די ספר,האט ער מהרהר געווען דאס אראפ צו ווארפן אויף די ערד,און כדי ער זאל נישט נכשל ווערן מיט הרהורי עביררה הקשים מעבירה,האט ער עס אראפ געווארפן בפועל ממש.

(הרה"צ הישיש רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדומישלא מפי הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א).
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:הרה"ק רבי ברוכל פון גארליץ זצוק"ל איז אמאל געווען א'שבת אין בילגורייא, ס'האבן געוואינט דארט גארליצער חסידים,(כידוע אסאך פון די פולישע שארפע חסידים זענען געפארן קיין גארליץ).

האט גארליצער רב זצוק"ל געזעהן א'ספר פון א'באקאנטן גרויסע רבי זצוק"ל, וואס ברענגט אראפ אין פרשת פנחס וועגן "זמרי בן סלוא" ,און ער גיט אים רעכט (אז זמרי האט געהאלטן אז דאס איז בת זוגו מ'ששת ימי בראשית , און געמיינט לשם שמים),האט זיך גארליצער רב זצוק"ל געבייזרט דערויף,און אראפ געווארפן די ספר אויף די ערד.

די חסידים פון יענער רבי האבן געקאכט און געמאכט א'גאנצע טומעל אויפן פארשוועכן די ספר, האט זיך גארליצער רב זצוק"ל אנטשולדיגט זאגענדיג אז ער האט גענוי געטוהן אזוי ווי ס'שטייט און דעם ספר,וואס דארט שטייט,אז זמרי בן סלוא האט בוחר געווען די רע במיעוטו,אויסגקליבן מאכן די עבירה אלייינס,ווי איידער האבן די הרהורי עבירה וואס איז קשים פון די עבירה אליינס.

וועגען דעם ווען ער האט געזעהן די ספר,האט ער מהרהר געווען דאס אראפ צו ווארפן אויף די ערד,און כדי ער זאל נישט נכשל ווערן מיט הרהורי עביררה הקשים מעבירה,האט ער עס אראפ געווארפן בפועל ממש.

(הרה"צ הישיש רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדומישלא מפי הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א).

ספר מי השילוח איזביצא
דביה תחדי נפשא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

והוא פלאי האט געשריבן:צוויי טעותים האב איך באמערקט מקופיא
די גריבובער רבצין האט געהייסען רייזעל
ביים ניסקא רב פעלט לכאו' אן איידעם זיין מ"מ ברבנות ר' אלעזר רובין דעם ווישניצער רב'ס

ווער איז דאס "אלעזר ראבין אב"ד ניסקא" ?
אטעטשמענטס
NISKA (413x550).jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

dovidal האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:צוויי טעותים האב איך באמערקט מקופיא
די גריבובער רבצין האט געהייסען רייזעל
ביים ניסקא רב פעלט לכאו' אן איידעם זיין מ"מ ברבנות ר' אלעזר רובין דעם ווישניצער רב'ס

ווער איז דאס "אלעזר ראבין אב"ד ניסקא" ?

ער איז געווען א'זון פון הרה"צ רבי נפתלי זצ"ל אבדק"ק ווישניצא (בן רבי שמואל זצ"ל בן רבי אהרן זצ"ל בן הרה"ק רבי אשר ישעי' פון ראפשיץ זיע"א).
און ער איז געבוירן צו זיין מאמע הרבנית "מרים מלכה" ע"ה בת הרה"ק רבי יחזקאל שרגא פון שינאווע זיע"א.

הניח דורות ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אפענע רוח הקודש פון גארליצער רב זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ הישיש רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא-לאנדאן,געהערט פון ר' נפתלי פינדער ז"ל (בעל תפלה פונעם קלויז אין קאשוי),אז אמאל אין זיין יוגענט, איז ער געווען כ"ה ניסן (צאנזער רב זיע"א יארצייט) צוזאמען מיט ר'חיים דוד בלום ז"ל (די באקנטע בעל תפלה -ומנגן) מיט א'דריטע בחור מיט די נאמען ראפאפורט וואס איז שוין געווען אביסל נחמץ,אין שטאט צאנז,אינעם חצר פונעם אכסניא פון הרה"ק רבי ברוכל גארליצער רב זיע"א.

האט זיך די בחור (ראפאפורט) אנגערופן,ער וויל אויספריווען גארליצער רב צו ער האט רוח הקודש,איז ער אריין אין בית הכסא און נישט געוואשן די הענט ווען ער איז ארויסגעקומען,און אלע דריי זענען אריין צום גארליצער רב זיע"א,גארליצער רב איז געליגן אויף די קנאפע,און ער האט שלום געגיבן פאר די צווי בחורים,אבער ווען די דריטע איז צוגעגאנגן האט אים גארליצער רב אויסגעשטרעקט זיין פוס.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ היינט נאכט פין די הייליגע גארליצער רב זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

ארויף געברענגט לכ' די יאצייט היינט א' אדר א'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לחי האט געשריבן:ארויף געברענגט לכ' די יאצייט היינט א' אדר א'

פון ווי נעמסטו אז ס'איז אדר א'? אויפן מצבה זעה איך סתם אדר
זה הקטן גדול יהי'
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

תרס"ו איז געווען א שנה פשוטה, נישט מעוברת.
.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

י"א צוהאלטן די יארצייט [אויך] אין אדר א'.
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איך נוהגים נכדיו לבית קלז"ב?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך האב געזעהן אין די וועכנטליכע שמועסן פון פ' יתרו העעל"ט וואס קומט ארויס פון כ"ק אדמו"ר מצאנז ארה"ק שליט"א אז האחים האדמורי"ם מזמיגראד און רודניק מב.פ. האבן באזוכט ביי איהם און דער רודניקע רבי פארציילט אז ער האט לעצטענס געענדיגט בויען א נייע אוהל און גארליץ אויפן פלאץ פון די אלטע אוהל. האט איינער אפשר בילדער פון דעם?
זה הקטן גדול יהי'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”