ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א חסיד האט געשריבן:משפחת ברעלאבסקי פון סקווער ראחמסטריווקא און משפחת לאנדא פון באבאוו ווייסען וויא אזוי זיי זענען איינקלעך בן אחר בן פון נודע ביהודה

אינעם אשכול פון חלקת באבוב זעה איך צוויי מציבות פון משפחת לאנדא נכדי הנו"ב
ר' מנחם ב"ר חיים הלוי לאנדא
ר' אפרים ב"ר יצחק יהודה סג"ל לאנדא
אויף קיין איין מציבה שטייט נישט במפורש אז ער איז בן אחר בן ביזן נודע ביהודה.
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

ס'איז דא א ספר נוב"י עה"ת וואס איז ארויסגעקומען אינמיטען די תשנ' יארן ביי א חתונה פון ר' לייביש לאנדא (SUCCESS BUILDERS) און ר' מיכל ראזנבערג פון מאנטריאל (איידעם ביי לאנדא) געדענק איז אז אויפן דעקל איז דא א פונקטליכע יוחס ביז די נוב"י
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויפ'ן ערשטען בלאט פון דעם אשכול האט מען געשמועסט איבער די יחוס פון משפחת הכהנים לאנדא צום נודע ביהודה.
דא איז די צוואה פון זייער זיידע ר' חיים מנחם הכהן בן ר' דוב לאנדא וואס ער שרייבט דארט אזוי. למעשה קוקט אויס אז מ'האט נאכנישט קלאר געשטעלט דער פונקטליכער יחוס.
אטעטשמענטס
צוואת-חיים-מנחם-הכהן-לאנדא.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

כ'בין גאר שטארק אינטרעסירט צו וויסן די יחוס פון אים צום נודע ביהודה, איינער מיט מער פרטים?
בילד
אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

נכדי הנודע ביהודה בבית הקברות גענשא שבוורשה - פולין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ZARNOW »

מצורף תמונה של קבריהם:
ר' צבי הירש הלוי לאנדא
ואביו ר' יהושע הלוי לאנדא אב"ד דק"ק ראדום
שתי קברים בסמוך לקברו של ר' יעקב יוסף רוטנברג אחיו של מרן בעל ה"חידשי הרי"ם זצ"ל מגור - בחלקת הרבנים

ר' דב בעריש הלוי, ר' צבי הירש הלוי , בן ר' יהושע הלוי, בן ר' ישראל הלוי , בן הגאון ר' יחזקאל הלוי לאנדא בעל ה"נודע ביהודה"


קבר נוסף של
מרת חנה שרה ע"ה איינפלד אשת הרה"ח ר' מרדכי יהודה לייב ז"ל בת ר' דב בעריש לאנדא

אללי לנו אמנו
אויה לנו
חרדה גדולה נפלה עלינו
מר ועטרה הוסר מראשינו
המות קטפך בדמי ימיך
שאול ירדה במיטב שנותיך
ואביונים תמכת בידיך
הצדקות עשית ימליצו בעדך
האשה הצנועה מרת חנה שרה
בת ר' דוב בעריש הלוי אשת
מרדכי לייב איינפעלד
נפטרה י"ג אב תרמ"ד לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה
נין ונכד להגאון בעהמ"ס נודע ביהודה זצ"להה
אטעטשמענטס
עוד שני נכדי מבעל הנודע ביהודה
עוד שני נכדי מבעל הנודע ביהודה
חנה שרה איינפלד נכדת בעל הנודע ביהודה
חנה שרה איינפלד נכדת בעל הנודע ביהודה
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

משפחת איינפעלד - לנדאו - עיתון המודיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ZARNOW »

3
3
2
2
1
1
המודיע

די סדר פון די ארטיקלעך גייט פארקערט 1-2-3
לעצט פארראכטן דורך ZARNOW אום פרייטאג יוני 10, 2016 8:07 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אומלעזבאר.
אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

המשך המודיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ZARNOW »

4
4
המשך המודיע
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איך האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א יחוס בוים, פון מיין באבע גאלדשטיינס טאטע ארויף צום נודע ביהודה. ווער קען דא משלים זיין פון זיינע ידיעות. ביטע

ר' נפתלי צבי לאנדא אב''ד ניר-מאדע [נקרא ע''ש הרה''ק מראפשיץ זי''ע] נכד הנודע ביהודה זי''ע, וקראו להם לאנדא ע''ש הסבא הגדול.
- כי ר' נ''צ לאנדא הוא נכד ?ישראל זאב לאנדא? בן דוד בן ר' יוסף הצדיק מפוזנא והרבנית פריידא בת הרה''ק יחזקאל שרגא והרבנית ליבא לאנדא - הנודע ביהודה מפראג זיעוכי''א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאנציגער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א יחוס בוים, פון מיין באבע גאלדשטיינס טאטע ארויף צום נודע ביהודה. ווער קען דא משלים זיין פון זיינע ידיעות. ביטע

ר' נפתלי צבי לאנדא אב''ד ניר-מאדע [נקרא ע''ש הרה''ק מראפשיץ זי''ע] נכד הנודע ביהודה זי''ע, וקראו להם לאנדא ע''ש הסבא הגדול.
- כי ר' נ''צ לאנדא הוא נכד ?ישראל זאב לאנדא? בן דוד בן ר' יוסף הצדיק מפוזנא והרבנית פריידא בת הרה''ק יחזקאל שרגא והרבנית ליבא לאנדא - הנודע ביהודה מפראג זיעוכי''א



יחזקאל 'שרגא'?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך א משפחה וואס האט א מסורה אז זיי שטאמען פונעם נודע ביהודא איז משפחת נויאוויטש, איך ציטיר פון א קונטרס שי"ל מיט איבער 15 יאר צוריק איבער דעם ענין:


הרבני החסיד ר' יוסף מאיר נויאוויטש זכרונו לברכה, איז געווען א זון פון הרבני החסיד ר' וואלף נויאוויטש ז"ל, א זון פון הרבני החסיד ר' דוד ארי' נויאוויטש ז"ל.

זיין מוטער איז געווען האשה החשובה מרת קריינטשא לאה ע"ה, א טאכטער פון הרה"ח ר' יעקב הערש כהנא (וועלכער איז ל"ע געבוירן געווארן נאך די פטירה פון זיין טאטן און ער האט געטראגן זיין נאמען) בן הרה"ח ר' הערש כהנא ז"ל, וועלכער איז געווען א אור אייניקל בן אחר בן צו הגאון ר' יודא כהנא אב"ד סיגעט בעל מח"ס קונטרס הספיקות.

די רעבעצין פון ר' יעקב הערש כהנא האט געהייסן לאנא ע"ה, וואס זי איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' יוסף מאיר סג"ל ענגלמאן ז"ל, בן הרה"ח ר' נח ז"ל, וועלכער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן צו מרן הגה"ק רבינו יחזקאל הלוי לאנדא זצ"ל אב"ד פראג בעמח"ס שו"ת נודע ביהודה.

(דער הייליגער נודע ביהודה זי"ע האט געהאט א זון וואס האט אנגעפירט מיט א דרוקעריי אין די צייטן פון די קעניגן די מרשעת מאריא טארעזע, ווען ער האט זיך אמאל פארזינדיגט מיטן דרוקן עפעס וואס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לפי חוקי המדינה, האט ער געמוזט אנטלויפן צו א ווייטע שטאט אוועק פון פראג, א אומבאוואוינטע געגענט מיטן נאמען 'דוסינע', און ער האט דאן זיך געטוישט דעם נאמען פון לאנדא אויף ענגלמאן. אינדערהיים איז געווען א קלארער יחוס בריוו וואס האט געצייגט דעם זיידן אלס דער 9'טער דור צום נוב"י זי"ע, דאס איז אבער פארלוירן געגאנגען ביי די קריג, און קיין גענוי פרטים זענען נישט פארבליבן).

דעם יחוס למעב"ק ציהט זיך ווייטער צום רבי'ן ר' העשיל מקראקא בעל חנוכת התורה, הגאון בעל איסור והיתר הארוך, מהרי"ק, תרומת הדשן, הגהות אשרי, מהר"ם מרוטנבורג, זכותם יגן עלינו.

רבי יוסף מאיר ז"ל האט געהאלטן פאר זייער א גרויסער חשיבות דאס יחוס צום הייליגן נודע ביהודה, און פאר די אייניקלעך וואס האבן געטראגן דעם נאמען "יחזקאל" פלעגט ער דערמאנען אז זיי טראגן אויך דעם נאמען פונעם נודע ביהודה.


דאס וואס די משפחה שרייבט אז דער נו"ב האט געהאט א זון א דרוקער איז נישט אמת, מ'האט שוין דערמאנט אויבן אז דער נו"ב האט געהאט דריי זון; רבי שמואל, רבי יעקבקא און רבי ישראל, עס איז געווען א דרוקער ממשפחת הנו"ב והוא ר' משה סג"ל לאנדא בן ר' ישראל מרן הנו"ב, אבער ער האט זיך נישט געטוישט נאמען און ער ליגט אין פראג. ממילא כל הענין של שינוי השם מלאנדא לענגלמאן צריך ביאור. די זעלבע זאך איז דא א מסורה במשפחת שלעזינגער שאחד מצאצאי הנו"ב שינה שמו לשלענזינגער, עי' כאן:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 17#p197417

דא ווערט אויך דערמאנט א ת"ח ומרביץ תורה בעיר חוסט בשם ר' ישראל הלוי ענגלמאן שהיתייחס למרן הנו"ב:
viewtopic.php?p=800134#p800134

אינטערעסאנט אז אויפן חוסטער בית עולם איז דא א מצבה פון א געוויסן שמחה ניסן ב"ר נח הלוי ענגלמאן וואס איז אוועק אזוי שפעט ווי תשל"ז:
http://data.jewishgen.org/wconnect/wc.d ... ch~model2~[jowbr]J_TRANSCAR_2_RECNUM7221
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאנציגער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן צוזאמשטעלן א יחוס בוים, פון מיין באבע גאלדשטיינס טאטע ארויף צום נודע ביהודה. ווער קען דא משלים זיין פון זיינע ידיעות. ביטע

ר' נפתלי צבי לאנדא אב''ד ניר-מאדע [נקרא ע''ש הרה''ק מראפשיץ זי''ע] נכד הנודע ביהודה זי''ע, וקראו להם לאנדא ע''ש הסבא הגדול.
- כי ר' נ''צ לאנדא הוא נכד ?ישראל זאב לאנדא? בן דוד בן ר' יוסף הצדיק מפוזנא והרבנית פריידא בת הרה''ק יחזקאל שרגא והרבנית ליבא לאנדא - הנודע ביהודה מפראג זיעוכי''א

על ר' ישראל זאב לאנדא מניר-מאדע ויחוסו להנו"ב כבר דברנו לעיל:
viewtopic.php?p=529066#p529066
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

יא, אבער וויאזוי איז ר' נפתלי צבי אב''ד ניר-מאדע א אייניקל פון ר' ישראל זאב לאנדא???
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אביסל איבער די 'משפחת הרבנים לאנדא' געפונט זיך אינעם ספר 'שבט ישראל' חיברו ר' אפרים ב"ר ישראל לאנדא ב"ר יהודא ליבוש אב"ד סדיגורא בעמח"ס יד יהודא.

דער ר' יהודא ליבוש לאנדא פון סדיגורא איז נישט געווען קיין לוי, זיין זיידע ר' יהודא ליבוש אב"ד לעוורטוב איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי הירץ הלוי לאנדא אב"ד זבאליען וסיבב שם משפחתו כשם משפחת חותנו.

דער רנ"ה לאנדא אב"ד זבאליען בעמח"ס אמרי שפר, האט געהאט א זוהן ר' יואל משה לאנדא אב"ד גאליגא אבי ר' מרדכי זיסקינד ראב"ד סטריא ותלמידו של הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק אבי ר' מאיר לאנדא מבורשטין ור' יואל משה הנ"ל, וממשפחה זו נסתעפה משפחת רבני עיר ליזענסק וגם משפחת בוימל.


מ'האט שוין דערמאנט אז רבי מאיר לאנדא פון בורשטין איז געווען אן איידעם ביי רבי יואל אשכנזי מטאלטשאווא, זיין זון ומ"מ איז געווען רבי משה דוד לאנדא אב"ד בורשטין (נקרא ע"ש זקנו הגה"ק בעל תולדות אדם מטאלטשאווא-צפת). רבי משה דוד מבורשטין האט געהאט א זון בשם ר' מרדכי לאנדא פון נאראיעב, ער האט באזוכט נעוויארק בשנת תרפ"א (זעה בייגעלייגט), וואס איז מיט אים נאכדעם געווארן?
אטעטשמענטס
landauNarayev.jpg
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ווער איז געווען די קינדער פון רבי יוסף הצדיק חתן הנודע ביהודה זי''ע?
דהיינו, ר' דוד מדעמביץ איז געווען א אייניקל צו א זוהן?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

פרידן צו אלע, איך האלט שוין ב''ה מיט א טרעפל ווייטער, און כ'האב שוין א שיין ביסל אינפארמאציע געקליבן פון די http://www.ancestry.com/ זייטל, אוואו עס געבט צו א געוואלד אינפארמאציע פון רעכט און לינקס.
אגב האב איך געמאכט דעם סעליווא עקספירימענט, וואס עס קומט זיך א באזונדערע אשכול דערוועגן. ס'איז היבש אינטערעסאנט
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אגב, ווער ווייסט וויאזוי דער הייליגער נודע ביהודה שטאמט ביז דוד המלך ע''ה
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן:מ'האט שוין דערמאנט אויבן אז דער נו"ב האט געהאט דריי זון; רבי שמואל, רבי יעקבקא און רבי ישראל

אויף דזשעני זע איך שרייבט איינער נאך א זון הג״ר בנימין זאב לנדאו דיין באפטה
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן:
פאר דוקא האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:כהאב געהערט אז משפחת גרובער ר' יודל ר' בנימין וכו' זענען בא"ב פון נוב"י

יא עס איז אמת

זיי זענען בן אחר בן

אינגערמאן טייערער, שלום עליך

דער יחוס פון משפחת הלוים גרובער צום נודע ביהודה, איז דערווייל שטארק אומבאגרינדעט, אני הדל והפעוט, האב שוין א צייט צוריק געהאט א לענגערע משא ומתן בהנידון מיט די חוקרים פון די משפחה, וועלכע האבן מודה געווען אז דאס איז לוטה בערפל. אדרבא, ברענג דעם פונקלטיכען סדר היחס און מיר וועלן עס אודרכטאהן.

לויט די קבלה במשפחתם גייט דער יחוס צום נו"ב אזוי:
1. ר' מרדכי דוב גרובער מנו"כ בביה"ח דק"ק בנ"י, מאנרא נ.י. ואחיו בילחט"א ר' שמואל חפר (גרובער) מבני ברק ואחיהם ר' שמשון יהודה (שנפטר בארה"ק בשנת תשס"ח), בני;
2. הר"ר אלעזר (הוא שינה את שמו לגרובער) ז"ל, מנו"כ בארה"ק, בן;
3. הר"ר נתן טובי' (י"א ששמו הי' שווארץ) ז"ל, מנו"כ בבראד; בן
4. הר"ר יהודה לנדא ז"ל, בן;
5. הר"ר שמואל לנדא ז"ל, בן;
6. הר"ר יהודה לנדא ז"ל, בן;
7. הרה"ג ר' אלעזר לנדא זללה"ה, בעל מחבר הספר 'יד המלך', מנו"כ בבראד, בן;
8. הרה"ג ר' ישראל לנדא זללה"ה, מנו"כ בפראג, בן;
9. הרב הגאון האדיר פאר הדור מרנא רבי יחזקאל סג"ל לנדא זצוקללה"ה בעל המחבר ספרי נודע ביהודה, ציון לנפש חי' ועוד, מנו"כ בפראג


ווען איך האב ערהאלטן דעם יחוס האב איך געפרעגט, וזה לשוני:

ר' יהודא בנו של ר' אלעזר היד המלך היה גר בבראדי, לזכרו הדפיס בנו ר' ישראל מבראדי וקיוב קונטרס זכרון יהודה (והוא לו נדפסה בסוף הספר זכרון אלעזר עמ"ס שקלים לאחיו ר' אלעזר) ממה ששאבתי מספרי דבי רב היה לו לר' יהודא לאנדא בן היד המלך ג' בנים;

א. ר' ישראל מבראדי וקיוב בעמח"ס נפש חיה עמ"ס מגילה
ב. ר' אלעזר מבראדי בעמח"ס זכרון אלעזר עמ"ס שקלים
ג. ר' שמאי מקראקא (נזכר בקונטרס הנ"ל)
כמוכ היה לו בת בשם חי' שגרה בקראקא ונפטרה בקצירת ימיה בת מ"ב שנים ועזבה משפחה עם יתומים, שם משפחתה לא אדע כעת.

אם היה לו לר' יהודא בן נוסף בשם שמואל בוודאי שאחיו היה מזכירו כמו שהזכיר את שאר אחיו, אולי היה אביו של ר' יהודא אבי ר' נתן טובי' אותו ר' שמאי סג"ל לאנדא מקראקא, או אולי הם נכדים דרך בן השני של ר' אלעזר היד המלך שמו ר' זאב וואלף לאנדא מקאוונא (תולדות אנשי שם - אפרתי)‬?


דער יעניגער האט מיר נישט געוואוסט צו ענטפערן, למעשה ברויך מען דאס גרינג קענען פעסטשטעלן היינט צוטאגס.

מצבת ר' אלעזר גרובער נולד בבראד ועבר עם אביו בתקופת מלחמת עולם הא' לבודאפעסט, ואחר המלחמה בבני ברק ושם מנו"כ.
אטעטשמענטס
3_large.jpg
אלעזר גרובער.jpg
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מצבת אביו ר' נתן טובי' הלוי שווארץ בן ר' יהודא הלוי שווארץ, בבית החיים בבראד. נפטר טז מנחם אב תרצה
מערקט דעם 'מגזע היחס'.
ר' יודא נולד בערך בשנות תקץ-תר
אטעטשמענטס
L155_13_450x600.jpg
gesher_galicia_-_brody_cemetery_-_L155_13_1_800x600.jpg
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אין גשר גאליציע איז דא א רעקארד פון לייב בן טובי' שווארץ געבוירן כ"ד אדר תקפ"ה.
אולי איז עס דער יודא הלוי שווארץ וואס האט געהאט א זון נתן טובי'. עס שטימט מיט די יארן און די נעמען.

Leib son of Tobias SCHWARZ
Birth record
Date of Birth: 14-Mar-1825
Year of Registration: 1825
-: M
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)
House Number: 1427
Comments:

נאך צוויי קינדער פון ר' טובי' שווארץ אין בראד, זענען אבר.. געבוירן כ"ה סיון תקע"ו, און רבקה געבוירן כ"ד ניסן תקפ"א.

Abr son of Tobias SCHWARZ
Birth record
Date of Birth: 21-Jun-1816
Year of Registration: 1816
-: M
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)
House Number: 772

Rebeka daughter of Tobias SCHWARZ
Birth record
Date of Birth: 26-Apr-1821
Year of Registration: 1821
-: F
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)
House Number: 1050

יעצט, זעט מען אין בראד א געבורט רעקארד פון טובי' שווארץ בן ליב שווארץ וזוגתו גאלדא הערשהארן. געבוירן א' כסלו תרי"ד.
דאס שטימט גוט מיט ר' נתן טובי' בן ר' יודא הלוי שווארץ שנפטר בשנת תרצ"ה.

Tobias son of Leib SCHWARTZ & Golde HERSCHHORN
Birth record
Date of Birth: 2-Dec-1853
Year of Registration: 1853
-: M
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)
House Number: 1343
Comments: Broker

נאך א קינד פון דעם ליב שווארץ וזוגתו גאלדא איז פראדל געבוירן י"ג סיון תרט"ו.

Fradel daughter of Leib SCHWARZ & Golde HERSCHHORN
Birth record
Date of Birth: 30-May-1855
Year of Registration: 1855
-: F
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)

ווי אויך איז דא א רעקארד פון עטל א טאכטער פון יודא שווארץ אין בראדי געבוירן י' אלול תרע"ב, וואס מיינט אפשר אויך אים.

Ettel daughter of Juda SCHWARZ
Birth record
Date of Birth: 16-Aug-1842
Year of Registration: 1842
-: F
Town of Record: Brody (now Brody, Lvivska oblast, Ukraine)
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אין בראד איז דא א מצבה, פון ר' משה בן ר' טובי' שווארץ. שטייט אבער נישט הלוי.
ער איז געבוירן י' אדר תקע"ז און נפטר געווארן כ' חשון תרמ"ז.
אויבן זעט מען אז טובי' שווארץ האט געהאט א קינד כ"ה סיון תקע"ו, [י' אדר פחות מט' חדשים, אולי בן ז']
אטעטשמענטס
L104_18_450x600.jpg
gesher_galicia_-_brody_cemetery_-_L104_18_1_450x600.jpg
הונגרי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונגרי »

אני צריך פרטים על רבי יחזקאל הלוי סג"ל אב"ד קארטישין נכד הגאון הגדול רבי יצחק מפוזנא ועל סביו רבי משה סג"ל אב"ד מינסק נכד רבינו הרמ"א(שכנראה גם נקרא ע"ש)
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וועגן משפחת גרובער שווארץ לאנדא.
זיי האבן דאך זיכער געהייסן קודם לאנדאוי, און אינמיטן שווארץ, און ביי די ערשטע קריג גרובער.
יעצט איז די שאלה, ווען האט זיך געטוישט צו שווארץ.
אפגעזען די פריערדיגע רעקארדס. האב איך פרובירט זוכן מעות קדימה, צו זען עפעס שווארצ'ס אין בראד, און איך זע נישט קיין איינס דערווייל, לאנדאויס זעט מען א געוואלד. קוקט אויס אז די נאמען שווארץ איז געקומען שפעט.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=6
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =5&hilite=
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=138
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=156
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =6&hilite=
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=347
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=5
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=226
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=10
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איטשע האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:[אגב דער ר' שמחה הלברשטאם זקינו של הדברי חיים איז געווען א אייניקל ממשפחת לאנדא הלויים, והיחוס הוא כזה,
ר' שמחה הנ"ל, בן ר' משה אב"ד סאטנוב, חתן ר' יצחק הלוי לנדא אב"ד קראקא (אחי ר' יהודא אביו של הנודע ביהודה), ב"ר צבי הירש סגל לנדא, ב"ר יחזקאל סגל לנדא זצ״ל פרנס ודיין באפטא, ב"ר בנימין וואלף לנדא, ב"ר משה סגל לנדא, ב"ר יקותיאל לנדא, בן הגאון רבי יעקב ברוך לנדא בעל האגור.


עטליכע נקודות:
1. דער משפחת לנדא איז געווען משבט לוי, ווידער דער אגור איז נישט, א ממילא איז ר' יקותיאל נישט געווען א זון אדער אייניקל בן אחר בן פונעם אגור (עס זענען פארהאן עטליכע משפחות לאנדא נישט קיין לוים).
2. ר' שמחה איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי' הורוויץ (בן זקוניו של המהר"ם טיקטין) חתן ר' חיים לנדא ממייסדי הקלויז בבראד בן רבי אברהם א ברודער פונעם אויבענדערמאנטע רבי יצחק לאנדא.
3. דער ריכטיגע השתלשלות היחוס איז גענוי אזוי (אויבן פעהלט עטליכע דורות): ר' הירש וויטא'ס (אבי ר' יצחק, ר' אברהם ור' יהודה הנ"לֹ)
בן הג"ר יחזקאל הלוי לאנדא דיין באפטא
בן הג"ר בנימין וואלף הלוי לאנדא מאפטא
בן הג"ר יצחק הלוי לאנדא
בן הג"ר יקותיאל זלמן הלוי איש לאנדא

בן הג"ר משה הלוי לאנדא ראבד"ק קראקא
בן הג"ר יקותיאל הלוי לאנדא
נכד הג"ר יעקב ברוך לאנדא בעל האגור
בן הג"ר יהודה אשכנזי מלאנדא שבמדינת אשכנז

לפלא אז אין "לתולדות ישראל וחכמיו בפולין" ווערט אויסגערעכנט די קינדער פון ר' יקותיאל זלמן ב"ר משה לנדא, און ער דערמאנט נישט א זון מיטן נאמען ר' יצחק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”