ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שוין אמאל געשמועסט:
״מגזע״ מיינט אז ״פונעם אפשטאם״, עס מיינט קלאר אז סיי דער טשיטשער רב אוןסיי דער נודע ביהודה זענען פון דער זעלבער אפשטאם.
וויבאלד אין אהלי שם ווערט אויך דערמאנט אז ער איז געווען ״ממשפחת״ הנודע ביהודה, וואס מיינט אז ער איז געווען פון דער נודע ביהודה׳ס פאמיליע.
לפי זה, איז ברור כשמש, אז זיי זענען ״נישט״ געעוען ״אייניקלעך״ פון דער נודע ביהדוה זעלבסט, נאר פון זיינע ברודערס אדער פעטערס.

וועסטיך מוזן בארואיגן, אבער ביי default האלטן זייך כמעט רוב בני לאנדא פאר נודע ביהודה אייניקלעך, בשעת ווען רב פון זיי זענען נאר ״ממשפחת״ ״ומגזע״ הנודע ביהודה.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

כ'פארשטיי אז מגזע "קען" מיינען פון די זעלבע משפחה, און איך האב שוין געזען די שמועס אויבען איבער "גזע".

און דאס וואס די שרייבסט וועגען ספר 'אהלי שם', מוז נישט זיין ער האט געוואוסט די יחוס פונעם טשיטשער רב, און כ'האב עס טאקע אראפ געברענגט וועגען דעם, אז ס'זאל נישט קומען איינער און מיך אפפרעגען מיט דעם, ווייל איך ווייס אויך פון דעם.

למעשה, ביי אונז אין משפחה איז זייער אנגענומען אז מיר זענען אייניקלעך פונעם הייליגען נודע ביהודה. איך צוואונג דיר נישט ארויף אונזערע קבלה, און דו דארפסט עס נישט גלייבען.

אבער ס'איז דא ריאות אויף דעם:
1. אויף די מצבה פון טשיטשער רביצין שטייט אז איר מאן איז נכד הנודע ביהודה.

2. אין די בריוו פון הרבנים הגאונים למען הצלת הבאלחובער רב שטייט
"....Dieser achtbare Rabbiner, ein sprosse des berühmten Prager Rabbiners Chaskel Landau s.A., welcher in der jüdicshen gelehrenwelt als ”Noda Bejehuda" bekannt iszt, ....."
דארף מען צו וויסען די ריכטיגע דעפיניציע פונעם ווארט 'sprosse' וואס הגם לויט גוגעל טראנסלעיט מיינט עס 'מגזע' אבער אין דייטש דארף עס צו זיין מער פונקטלעך.

3. דער באלחובער האט געהאט א זוהן יחזקאל, און שמואל, און די נעמען זענען א סאך אין די משפחה (נישט קיין ראי', אבער א מראה מקום).

ולפי זה איז נישט אזוי "ברור כשמש" אז מיר זענען "נישט" "אייניקלעך" פונעם נודע ביהודה.

און לגבי זיך האלטען רואיג, איך האלט מיר זעהר רואיג, און אפילו די וועסט מיר אויף ווייזען קלאר אז מיר זענען נישט קיין אייניקלעך וועט מיר עס נישט שטערען, און איך וועל דיך אויך דאנקען אויף די הילף.
אבער, וואו לאנג די ווייזט מיר נישט אויף קלאר אז מיר נישט קיין אייניקלעך פונעם נודע ביהודה, בלייב איך מיר מיט מיינע דיפאולט פון יא אייניקעל (נישט ברור כשמש).

ד"א איך האב די דאקומענטען ביי מיר און איך וויל עס ארויף לייגען דא, און איך געמיר עפעס נישט קיין עצה. העלפ וויל בי אפרישיעטעד.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאפין האט געשריבן:הרה"ג ר' יוסף פנחס לנדא אבד"ק באלחוב (גאליציע) איז געבוירען בשנת תרי"א אין ער איז געווארען רב אין באלחוב בשנת תרס"ג (מספר אהלי שם דף 217). ביי די ערשטע וועלט מלחמה האבען אים די רוסען גענומען אלטס געפאנגענע קיין פאלטאווע און פון דארטען קיין קיעוו, נאך גרויס שתלנות פון גאוני עולם, אינצווישען זיי הרה"ג ר' יוסף ענגיל דער קראקעווער רב, איז ער באפרייט געווארען און צוריק געקומען קיין באלחוב (ממכתבים וכתבי עת שנמצאו מאותו זמן). דער באלחובער איז נפטר געווארען בערך תרפ"ט תר"ץ (לפי קובץ דרושים תר"ץ ולפי כמה מסמכים).

דער באלחובער רב איז געווען א זון פון הרה"ג ר' ארי' מאיר לנדא אבד"ק טשיטש (גאליציע). בשנת תרמ"ט איז דער טשיטשער רב מיט זיין רביצין (א טאכטער פון ר' אברהם מנחם ברגליס) ארויף געפארען וואוינען קיין א"י און זיי האבען זיך באזעצט אין עיה"ק צפת וואו זיי האבען אויסגעלעבט זייערע יארען (מאורי גלציה, מאיר וונדר).



שלום למר ושלום לתורתו, אפי' אויב איר זענט נישט קיין אייניקל פונעם נודע ביהודה, איז דער יחוס אויך נישקשה, מאכט אייך באקוועם און לאמיר פרובירן צו זוכען וואס מיר קענען.

קודם ממה שהעלה מצודתי על הגאון רבי יוסף פנחס סג"ל לאנדא אב"ד באלחוב
אטעטשמענטס
באלחוב2.pdf
(223.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 355 מאל
באלחוב.pdf
(224.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 379 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאפין האט געשריבן:
הרה"ג ר' ארי' מאיר לנדא אבד"ק טשיטש (גאליציע). בשנת תרמ"ט איז דער טשיטשער רב מיט זיין רביצין (א טאכטער פון ר' אברהם מנחם ברגליס) ארויף געפארען וואוינען קיין א"י און זיי האבען זיך באזעצט אין עיה"ק צפת וואו זיי האבען אויסגעלעבט זייערע יארען (מאורי גלציה, מאיר וונדר).


עטליכע חתימות פון רבי ארי' מאיר לאנדא אב"ד טשיטץ - זייענדיג פון די רבנים אין אין צפת תובב"א
תרנ"ד:
בילד
תרנ"ז:
בילד
תר"ס:
בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנוגע רבי אריה מאיר לאנדא מטשיטש האב איך געטראפן אינעם שה"ג השלישי מכת"י אז ער האט געהאט אן איידעם אן אייניקל פון אדב"ע ויש"מ:

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 25&t=21586
"הרב מוה"ר משה הערציק הגאון אבד"ק ושיטש במדינת גאליציען בן הגאון מוהר"ר נפתלי מנחם אבד"ק ווילקאטש, והוא נכד של הגאון הגדול מוה"ר אריה ליב ליפשיץ אבד"ק ווישניצא ובק"ק בריגיל בעל "שו"ת אריה דבי עילא" וספר "גבורות ארי" על מסכת כתובות, ונכד להגאון המקובל מוהר"ר משה טייטלבום אבד"ק אוהעל בעל שו"ת השיב משה" וספר "ישמח משה" על התורה ולמעלה בקודש נין ונכד להגאון הגדול המקובל איש אלקי מוהר"ר מוהר"ר נפתלי כ"ץ אבד"ק פפד"מ, ונין ונכד למהר"ל זצ"ל חוטר מגזעישי ונצרמבית דוד מלך ישראל חי וקיים, והגאון מוה"ר משה הערציק הנ"ל הוא חתן של הגאון מוהר"ר אריה מאיר לאנדא אבד"ק טשיטש ומנוחתו כבוד בעיר הקדש צפת ת"ו, ובנו הוא הרב המופלג מוה"ר נפתלי צבי הערציק מעיר פוקאווסק."
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

מוהר"ר ר' משה הערציק האט איבערגענומען דאס רבנות פאסטען אין טשיטץ נאכדעם וואס זיין שווער מוהר"ר ר' ארי' מאיר איז ארויף קיין ארץ ישראל.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יאפין האט געשריבן:כ'פארשטיי אז מגזע "קען" מיינען פון די זעלבע משפחה, און איך האב שוין געזען די שמועס אויבען איבער "גזע".

און דאס וואס די שרייבסט וועגען ספר 'אהלי שם', מוז נישט זיין ער האט געוואוסט די יחוס פונעם טשיטשער רב, און כ'האב עס טאקע אראפ געברענגט וועגען דעם, אז ס'זאל נישט קומען איינער און מיך אפפרעגען מיט דעם, ווייל איך ווייס אויך פון דעם.

למעשה, ביי אונז אין משפחה איז זייער אנגענומען אז מיר זענען אייניקלעך פונעם הייליגען נודע ביהודה. איך צוואונג דיר נישט ארויף אונזערע קבלה, און דו דארפסט עס נישט גלייבען.

אבער ס'איז דא ריאות אויף דעם:
1. אויף די מצבה פון טשיטשער רביצין שטייט אז איר מאן איז נכד הנודע ביהודה.

2. אין די בריוו פון הרבנים הגאונים למען הצלת הבאלחובער רב שטייט
"....Dieser achtbare Rabbiner, ein sprosse des berühmten Prager Rabbiners Chaskel Landau s.A., welcher in der jüdicshen gelehrenwelt als ”Noda Bejehuda" bekannt iszt, ....."
דארף מען צו וויסען די ריכטיגע דעפיניציע פונעם ווארט 'sprosse' וואס הגם לויט גוגעל טראנסלעיט מיינט עס 'מגזע' אבער אין דייטש דארף עס צו זיין מער פונקטלעך.

3. דער באלחובער האט געהאט א זוהן יחזקאל, און שמואל, און די נעמען זענען א סאך אין די משפחה (נישט קיין ראי', אבער א מראה מקום).

ולפי זה איז נישט אזוי "ברור כשמש" אז מיר זענען "נישט" "אייניקלעך" פונעם נודע ביהודה.

און לגבי זיך האלטען רואיג, איך האלט מיר זעהר רואיג, און אפילו די וועסט מיר אויף ווייזען קלאר אז מיר זענען נישט קיין אייניקלעך וועט מיר עס נישט שטערען, און איך וועל דיך אויך דאנקען אויף די הילף.
אבער, וואו לאנג די ווייזט מיר נישט אויף קלאר אז מיר נישט קיין אייניקלעך פונעם נודע ביהודה, בלייב איך מיר מיט מיינע דיפאולט פון יא אייניקעל (נישט ברור כשמש).

ד"א איך האב די דאקומענטען ביי מיר און איך וויל עס ארויף לייגען דא, און איך געמיר עפעס נישט קיין עצה. העלפ וויל בי אפרישיעטעד.


כ׳האב דיר פשוט געוואלט איינשפארן די מיה פון זוכן.
אז די ווילסט דוקא יא זוכן, געזונטערהייט.
כ׳קלער נאר אריין ווער ס׳וועט שנעלער געפונען דער געפינס. משפחת הורוויץ מאונסדארף צו דער הפלאה, צו משפחת לאנדא מטשיטש צו דער נודע ביהודה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נישטערנדיג אין די רעקארד פון טארנא, ווי באקאנט זענען דארט׳ן פארצייכנט אנשים מכובדים אלס עדות, ווערט דארט׳ן דערמאנט אסאך איינער ׳יחזקאל לנדא׳.
ווייסט איינער ווער דער ר׳ יחזקאל לנדא איז?
י״א אז ער איז גאר אן אייניקל פון דער נודע ביהודה, אבער יענע איז נישט קיין מקור מוסמך.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

וועלכע יארן איז דאס?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אנהייב ת״ר.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בנוגע צאצאי מרן הנודע ביהודה, איך ווייס פון צוויי משפחות וועלכע זענען אנגעבליך אייניקלעך אבער וויבלאד עס קען מעגליך זייך אז איך וועל פוגע זיין בכבוד המשפחות אויב וועל איך זיך אריינלאזען אין די פרטים, אשב ואל אעשה עדיף, ומיללער בסלע שתיקה בתרין.

דאס איז אבער יא אינטערעסאנט, אויסצורעכענען די קינדער פונעם נודע ביהודה;
א) ר' יעקבקא הלוי לאנדא מבראד ומחכמי הקלויז דשם
ב) ר' שמואל סג"ל לאנדא מ"מ אביו כאב"ד פראג ובעמח"ס שיבת ציון
ג) ר' ישראל הלוי לאנדא
ד) חתנו ר' יוסף הצדיק מפוזנא (יש אומרים שסיבב שם משפחתו ג"כ ללאנדא).



איינע פון די זון פון רבי שמואל לאנדא אב"ד פראג, איז געווען ר' אברהם יעקב לאנדא פון ווילנא (עפ"י וונדר/מאורי גאליציה נפטר בחצי ימיו בשנת תקפ"ח). ר' אברהם יעקב האט געהאט א זון וואס איז געווארן א חסיד, ה"ה הגאון רבי יקותיאל זלמן לאנדא אב"ד וויטעבסק ולאחריו רב החסידים בעיר המלוכה פעטערבורג ברוסלאנד.

בייגעלייגט איז א מודעת אבל אין המליץ צו די פטירה פון רבי יקוציאל זלמן לאנדא ז"ל בשנת תרנ"ה


אין קריה נאמנה עמוד 253, ברענגט ער אן אנדערע יחוס צו דעם ר׳ אברהם יעקב לנדא, ב״ר שמואל ב״ר חיים שבתי׳לס, באזירט אויף זיין מצבה...
אין ענף עץ אבות, ענף פ׳ ונ״ה, שמעלצט ער צוזאם עם מיט דער שיבת ציון...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳וועל מער אויסשמועסן.
ברענגט ר׳ אברהם צבי הירשפרונג זיין יחוס, ווי פאלגענד (אנע טיטלען):
אמי מורתי מ׳ חי׳ רחל בת ר׳ משה מלאנצוטה חתן ר׳ יואל וויינדלינג מקראקא חתן ר׳ יחזקאל הלוי לאנדא בן ר׳ יעקב הלוי לאנדא בן ר׳ שמואל הלוי לאנדא ראבד״ק דק״ק פראג בן הנודע ביהודה.

נאכקוקענדיג דן הירשבערג׳ס זייטל, שטעלט זיך אויס ר׳ יואל וויינדלינג׳ס פרוי מרת צארטיל איז געווען א טאכטער פון ר׳ יחזקאל לאנדא פון טארנא און זיין פרוי האט געהייסן חי׳.
קוקענדיג אין טארנא רעקרדס, געפונט מען טאקע דעם ר׳ יחזקאל לנדא, ער טראגט אויף דער נאמען לאווי/לעווי, און בי זיין טויט׳ס רעקארד שטייט אז ער איז געבוירן אין טארנא, דאס הייסט אז זיין פאטער האט געוואוינט אין טארנא עכ״פ ווען זיין זוהן איז געבוירן.

יעצט לאמיר זעהן וויםיל נסחאות מען האט דא:
1. לפי די מעטריקעל, איז ר׳ יחזקאל לנדא פון טארנא, און זיין פאטער אויך.
2. לפי ענף עץ אבות, פון ווי הרב הירשפרונג האט גאנץ זיכער גענאשט זיין אינפארמאציע. שטייט אז ר׳ יעקב לנדא איז געווען אן איידער ביי ר׳ צבי הירש מווילנא חתן ר׳ זלמן פערלס. ״אבער״ ער רופט עם אן דארט׳ן ״ר׳ אברהם יעקב לאנדא״, און ער משלשל זיין יחוס טאקע צו דער נודע ביהודה. - פראבלעם איז ווי קומט ר׳ יעקב קיין טארנא פון ווילנא???
3. לפי ואס עס שטייט אויף ר׳ אברהם יעקב׳ס מציבה, אז ער בכלל נישט געווען קיין אייניקל פון נודע ביהודה.

יעצט גיי ווייס צו דער ר׳ יעקב פון טארנא אז גארנישט קיין דריטער ר׳ יעקב לאנדא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארטרעיט פונעם נודע ביהודא - דאכציך נישט אזא באקאנטע
http://www.portraitindex.de/documents/o ... at:3958325

בילד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ס'זעהט אויס ווי מ'קען לעזען "נודע ביהודה" אויפען רוקען פון ספר.

אויף די בילד ווי דער בית שמואל אויף אה"ע האלט א ספר זעהט מען אויך די אותיות "בית שמואל".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב געמאכט א טעות (און אנטשולדיגטס וואס כ'האב געמאכט די אדרענולען פון מענטשען ארויף גיין אז עס איז דא א בילד פונעם בית שמואל אויף אבן העזר).

דער בילד איז פון זיין אייניקל הגאון רבי אהרן (אורי פייבוש) הארט זצ"ל, הויפט רב פון לאנדאן (פון תס"ו ביז תקט"ז) וואס האלט דער ספר פון זיין זיידע דער בית שמואל".

דא איז דער בילד.
https://en.wikipedia.org/wiki/Aaron_Hart_(rabbi)
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%A8%D7%98

זיי שרייבען דא אז ער איז געווען א איידעם; איך האב אבער אלעמאל געוויסט אז ער איז א אייניקעל און לויט די יארען שטימט טאקע מער אז ער איז געווען א אייניקעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אין א אנדערע בילד פון הגאון רבי אהרן הארט זצ"ל זעהט מען אים האלטן א גמרא מסכת עירובין שבת
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הערליך; נישט געוויסט אז עס איז דא א צווייטען בילד פון אים.

מען זעהט א ספר אינטער דער גמרא, מיט א ספרים שאנק מיט ספרים. א היסטארישע מאלעריי וויאזוי עס האט אמאל (מיט דריי הונדרעט יאר צוריק) אויס געזעהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

SPUSMN האט געשריבן:זיי שרייבען דא אז ער איז געווען א איידעם; איך האב אבער אלעמאל געוויסט אז ער איז א אייניקעל און לויט די יארען שטימט טאקע מער אז ער איז געווען א אייניקעל.


געווען אן איידעם!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איז דא א מקור פאר דעם?

מסברא וואלט איך געזאגט אז נישט, ווייל דער בית שמואל איז נפטר געווארען אין שנת תנ"ד אדער תנ"ה, און לויט זיין תולדות (זייענדיג א תלמיד פון דער רבי רבי העשיל זצ"ל, וכו', וכו') איז ער ווארשייליך שוין געווען א בן שבעים (פחות או יותר מיט געציילטע יארען), און מען שטעלט טאקע א הנחה אז ער איז געבוירען געווארען אין שנת שפ"ד.

יעצט, הגאון רבי אהרן (אורי פייבוש) הארט זצ"ל איז געבוירען געווארען אין שנת ת"ל און נפטר געווארען אין שנת תקט"ז; ד.ה. ער האט געלעבט 86 יאר. זיין שנת פטירתו איז מער זיכער ווי זיין שנת הולדתו ווייל ווער האט געלעבט בימים ההם 86 יאר.

איז ממילא שווער צו זאגן אז דער שווער איז געווען עלטער פונעם איידעם מיט 46 יאר; חוץ אז אם קבלה הוא נקבל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳פארשטיי נישט, סברא אהער סברא אהין.
די ווייסט וויפיל איידעמערס איך קען וואס זענען יונגער פון זייער שווער מיט מער פון 46 יאר? כ׳האב נישט גענוג פינגער!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לאמיר זיך ווענדן צו דעם בית שמואל, זיין שווער דער הויכער רבי ר׳ ליב, איז געבוירן אומגעפער שנת ש״פ, לפי זה איז דער בית שמואל געווען היבש יונגער פון דיין חשבון.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אברהם שלמה האט געשריבן:Does anyone know how Avrohom Abish Kaner from Sunic wife was a des. of Reb Yakovka Landu the son of the Bal Nodeah B'Yehudah?

ווי עס קוקט אויס זענען זיי בכלל נישט קיין אייניקלעך פונעם נודע ביהודה.
זעה דא באריכות
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

בן אחר בן להנודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דורכאויס דעם אשכול ווערט דערמאנט עטליכע משפחות וואס האבן א קבלה אז זיי זענען בן אחר בן פונעם נודע ביהודה.
איז דא א משפחה וואס האט היינט צו טאג א קלארע יחוס ארויף בן אחר בן ביזן נודע ביהודה?
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

משפחת ברעלאבסקי פון סקווער ראחמסטריווקא און משפחת לאנדא פון באבאוו ווייסען וויא אזוי זיי זענען איינקלעך בן אחר בן פון נודע ביהודה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א חסיד האט געשריבן:משפחת ברעלאבסקי פון סקווער ראחמסטריווקא און משפחת לאנדא פון באבאוו ווייסען וויא אזוי זיי זענען איינקלעך בן אחר בן פון נודע ביהודה

משפחת ברילאווסקי ווייסט נישט...
וואו קען מען זען די יחוס פון משפחת לאנדא פון באבוב?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”