רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

הרה"ק רבי דוד מטאלנע זי"ע – בעמ"ח מגן דוד
י' אייר תרמ"ב לפ"ק - "נצח שבנצח"

דער הייליגער רבי דוד'ל פון טאלנע זי"ע איז געבוירן אין יאר תקס"ח צו זיין הייליגן טאטן הרה"ק רבי מרדכי פון טשערנאביל זי"ע. זיין מאמע איז געווען די הייליגע מרת פייגעלע ע"ה, א טאכטער פון הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע, פון די באקאנטע תלמידי בעש"ט הק' זי"ע.

--
רבי דוד איז פון יוגנט אן געווען באקאנט אלס אויסערגעווענליכער חכם. ווען ער איז אלט געווען בלויז עטליכע טעג האט געזאגט אויף אים זיין סנדק דער רבי ר' ברוכ'ל פון מעזיבוזש זי"ע ווען ער האט אים געהערט וויינען: "ער וויינט ווי א חכם."

--
זיין הנהגה איז שוין אלס קינד געווען גאר וואונדערליך און באהאלטן. אפילו זיינע הייליגע ברודער זענען נישט געווען קיין מבינים אויף אים. וויבאלד ער פלעג נעלם ווערן אויף לאנגע שעות פון שטוב, האבן זיי געמיינט אז ער בטל'ט די צייט.

עס ווערט דערציילט אז אמאל האבן זיינע ברודער אים אויסגעמסר'ט פאר'ן טאטן אויף זיין מאדנע געפירעכטס. האט זיי דער טאטע געזאגט, "איידער איר שטעלט פאר אייערע טענות אויף אים, זוכט אים נאר אויף און זעהט וואס ער טוהט." זענען זיי געגאנגען אים זוכן. פלוצלונג האבן זיי געהערט א זיסע קול תורה פון א ווינקל פון הויז, און אים דארט געטראפן פארזונקען אין לערנען חכמת הנסתר...

--
חסידים האבן אמאל דערציילט פאר זיין עלטערע ברודער רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע, דער ממלא מקום פונעם טאטן, אז זיין ברודער רבי דוד'ל שמועסט איידער'ן דאווענען שיחות חולין. האט הרה"ק ר' אהרן זיי געזאגט: עס שטייט אין פסוק "ויברך דוד את ה'" – דוד בענטשט דער אויבערשטען, אבער "לעיני כל הקהל" – דער עולם טראכט, אז "ויאמר דוד" – עס איז סתם גערעדט...

הרה"ח ר' יצחק לידער, בית דלי
--

די חנוכה לעכט צינדן ביים הייליגן רבי דוד'ל טאלנער איז געווען א גאר גרויסע עבודה. די מנורה איז געווען א הערליכע מייסטער ווערק פון ריין גאלד. און די חסידים פלעגן קומען אין די מאסן צום צדיק צוקוקען די הדלקת הנרות.

אמאל די ערשטע נאכט חנוכה איידער'ן צינדן, ווען אלע חסידים שטייען ארום דעם רבי'ן, גיבט ער זיך א דריי אויס צו איין חסיד און זאגט אים די פאלגענדע אינטערסאנטע דיבורים: הער נאר אויס, דיין פרוי איז דאך א נידריגע, איז ווי אזוי טוסטו ווען דו ווילסט צו איר רעדן, דו בייגסט זיך אראפ צו איר, אדער זי בייגט זיך ארויף צו דיר? און באלד נאך די ווערטער האט דער רבי געמאכט די ברכה און געצינדן.

טראץ דעם וואס דער רבי איז געווען באקאנט מיט זיינע מאדנע דיבורים וועלכע מען האט נישט פארשטאנען, האבן חסידים זיך דאס מאל שטארק געוואונדערט אויף די רייד. איז דארט געווען ביים מעמד אן אייניקל פון דער רבין'ס ברודער, רבי מרדכי דוב מהראנעסטייפל זי"ע, און ער האט אויך געהערט די דיבורים. האט ער שפעטער געזאגט פאר די חסידים: איך וועל אייך ערקלערן פשט אין די ווערטער פונעם צדיק.

די גמרא זאגט: מעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה. אבער ביי נר חנוכה איז א יוצא מן הכלל, ווייל די מצוה דא איז דאך לכתחילה דוקא "למטה מעשרה טפחים סמוך לקרקע". קומט דאן די שכינה יא אראפ נידריגער פון צען טפחים. שטייט טאקע אין כתבי האר"י ז"ל, אז דאס איז בסוד "איתתך גוצא גחין ולחיש לה". און דאס האט דער צדיק געמיינט מרמז צו זיין!

אויפצומארגנס ביים צווייטן ליכטל, האט דער טאלנער רבי זיך געוואנדן צו א צווייטן חסיד און ווידער געזאגט עפעס אומפארשטענדליך. דערנאך האט ער זיך ארומגעדרייט און געזאגט פאר זיין קרוב דער הארנעסטייפלער אייניקל: דאס מאל וועט דיר שוין נישט געלונגען ווי נעכטן...

--
אמאל האבן חסידים געפרעגט דעם רבי'ן: פארוואס זאלן מיר בעטן אויף משיח צדקינו? ווען ער וועט קומען וועלן מיר פון גרויס בושה ווי אזוי מיר זעהן אויס, זיך דארפן פארשטעקן אין א באהעלטעניש אז ער זאל אונז נישט זעהן!

האט דער רבי זיי געזאגט: גלויבט מיר, אין די מינוט וואס משיח צדקנו וועט קומען, וועט זיין אזא הזדככות המוחין אויפ'ן וועלט, אז אפילו דער פחות שבפחותין וועט קענען נתקרב ווערן.

--
א איד איז אמאל אריינגעקומען צום טאלנע'ר רבי'ן און זיך אויסגעגאסן די הארץ אז עס גייט אים שווער מיט די פרנסה. אזוי רעדנדיג האט ער א זאג געטוהן די מאמר פון ר' שמעון בן אלעזר "הרעותי את מעשי וקיפחתי את פרנסתי." זאגט אים דער רבי: יא יא, רבי שמעון בן אלעזר האט דאס טאקע געזאגט. די חילוק איז נאר, אז ווען ער האט עס געזאגט האט ער געקרעכצט ביים "הרעותי את מעשי", אבער דו קרעכצסט ביים "וקיפחתי את פרנסתי"...

--
אמאל האט דער ברודער רבי יוחנ'טשע פון ראחמסטריווקע זי"ע אים געפרעגט: מיט האבן זיך דאך געהאדעוועט אין איין חדר און צוזאמען געדינט דעם אויבערשטען. ווי אזוי איז דאס אז דו באווייזט אזעלכע מופתים וואס איך קען נישט?

האט אים רבי' דוד'ל געענטפערט: ווען א מענטש קומט אריין צו מיר, לאזט מען אים נישט זיין דארט צו לאנג, און מען טרייבט אים באלד ארויס כדי די אנדערע אויפ'ן שורה זאלן אויך קענען אריינקומען. קומט אויס אז ער האט קוים געציילטע מינוטן אויסצוגיסן זיין הארץ און זאגן זיין בקשה. דעריבער, ווען ער קומט אן אינדרויסן, קלערט ער אז ער האט דאך נישט געקענט געהעריג זאגן וואס ער האט געוואלט, און איך האב אים ניטאמאל געהערט. בלית ברירה הייבט ער אויף די אויגן צום טאטן אין הימל, און בעט זיך אויס ביים אויבערשטען א ישועה. דאן ווערט ער געהאלפן מיט א נס שלא כדרך הטבע.

משא"כ ביי אייך נעמט מען אויף יעדן מיט א רואיגקייט, און דער חסיד רעדט זיך אויס אלע זיינע צרות מיט אלע איינצעלהייטן. דערנאך פארלאזט ער זיך אינגאנצן אויפ'ן רבי'ן אז ער וועט פאר אים אויספועל'ן א ישועה, און ער בעט גארנישט ביי השי"ת. ווערט ער טאקע נישט געהאלפן...

איז אמאל געקומען צום רבי'ן א פאר פאלק מיט א בקשה, און די פרוי האט אראפגעלייגט א גרויסע פדיון, פינף רובל. דער רבי האט אבער געזאגט אז פאר אזא בקשה דארף מען געבן נאך פינף רובל. און דערנאך האט דער רבי געבעטן נאך און נאך, אזוי ביז פופציג רובל. דא האט שוין געפלאצט די געדולד פאר'ן פרוי, און זי האט זיך אנגערופן צום מאן: גענוג! איך וועל צוריקנעמען דעם גאנצן פדיון, און דער רבש"ע וועט אונז שוין העלפען אנעם רבי'ן...

ווען דער רבי האט דאס געהערט, האט ער זיך צושמייכלט און געזאגט: איצט וועט איר טאקע געהאלפן ווערן, אבער די ערשטע פינף רובל לאזט דא איבער... ד.ה. אז דאס גאנצע ענין פון בעטן נאך און נאך געלט איז נאר געווען כדי זיי זאלן קומען צום אנערקענונג אז נאר דער רבש"ע קען טאקע העלפן. דערפאר האט ער אבער געבעטן די ערשטע פינף רובל, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויפ'ן באשעפער, דאן קען דער רבי פועל'ן אז השי"ת זאל שיקן א ישועה.

מפי ספרים וסופרים

--
ווען ער איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט, האט מען אים געבעטן, אז וויבאלד די בית החיים איז שוין פול און מען וויל צולייגן נאך א שטח, זאל דער רבי מוחל זיין מקדש זיין דעם נייעם בית החיים. דער רבי האט אבער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט דערצו איצט. האט מען אים געפרעגט, וואס וועט זיין אויב חלילה עמיצער וועט נעדר ווערן? האט ער געזאגט אז וויבאלד ער האט היי יאר נישט קיין צייט, דערפאר וועט היי יאר נישט פארקומען קיין לוי'. און קיינער איז דארט ווירקליך נישט אוועק אין יענעם יאר... ויהי לפלא.

--
רבי דוד'ל איז אמאל אנגעקומען קיין בראד, זענען געקומען די למדנים פון שטאט און אים געבעטן אז ער זאל זיי זאגן מילי דחסידותא. האט דער רבי זיי געזאגט: איר זענט דאך למדנים, וועל איך אייך זאגן א לומדיש'ע ווארט.

מיר נעמען אן להלכה אז "אונאה עד שתות". דער רמז דערפון ביי עבודת ה' איז, אז א מענטש קען זיך פאפן ביי אלע מדות אז ער איז שוין אנגעקומען צום שלימות, און עס איז צומאל גאר שווער אים אויפצו-ווייזן אז ער האלט נאך ווייט פון שלימות אין די מדה. אבער די זעלבסט-פאפעריי איז נאר שייך עד שתות, ביז עס קומט צו די זעקסטע מדה, מדת היסוד, וואס ביי די מדה קען דער מענטש זעהן זיין ריכטיגע מצב ווי ווייט ער האלט פון די מדה.

האבן די למדנים געפרעגט דער רבי'ן: ווי אזוי קען מען טאקע זעהן נישט צו לעבן אין א טעות און וויסן וואו מען האלט מיט די עבודת המידות. האט דער רבי געזאגט: מען זאל זיך משפיל זיין ביז'ן סוף, אזוי ווי מען בעט ביים דאווענען "ונפשי כעפר לכל תהיה", דאן נעמען מיר דאך אן, אז "אין אונאה לקרקעות". און דער וואס איז ביי זיך אזוי נידריג, דער ווייסט שוין גוט וואו ער האלט און פאפט זיך מער נישט.

--
בראד איז ווי באקאנט געווען א פעסטונג פון די מתנגדים. דעריבער ווען דער צדיק איז אנגעקומען איז שטאט, האט זיך פארגלוסט פאר א חברה ליצים חוזק צו מאכן פונעם רבי'ן. האט זיך איינער פארשטעלט ווי א הינקעדיגער און איז אריין צום רבי'ן בעטן א ברכה ער זאל אויסגעהיילט ווערן.

האט אים דער רבי פארגעלערנט די משנה פון סוף פאה: וכל מי שאינו לא חיגר ולא סומא ועשה עצמו כאחד מהם, אינו מת מן הזקנה עד שיעשה כאחד מהם. ווען יענער איז ארויס פונעם רבי'ן איז ער נעבעך געווארן א ריכטיגער הינקעדיגער ל"ע. ווען זיינע חבירים האבן דאס געזען, איז זיי אוועק די אפעטיט אנצוהייבן מיט דעם רבי'ן, און זיי זענען אריין צום רבי'ן מיט הכנעה בעטן א דרך תשובה.

--
ווען רבי דוד'ל טאלנער איז צוריקגעקומען קיין רוסלאנד, נאכדעם וואס פאר צוויי יאר האט ער באזוכט אין גאליציע און רומעניע, איז ער אריבערגעפארן די שטאט שפאלע. האט ער געפרעגט די דארטיגע איינוואוינער אויב עס איז דא פארהאן עמיצער וואס האט נאך געקענט דעם הייליגן שפאלער זיידע זי"ע. האט מען אים אנגעוויזן אויף אן אלטער איד פון בערך הונדערט יאר, און
דער רבי האט אים געפרעגט אויב ער געדענקט דעם שפאלער זיידע. דער אלטער האט געזאגט אז יא. האט ער אים געפרעגט: געדענקסטו עפעס א ווארט פון אים? האט אים דער איד געזאגט אז ער געדענקט אז דער שפאלער זיידע האט אמאל אזוי געזאגט: עס זענען דא אזעלכע וואס זענען אין די בחינה פון "יודע דעת עליון ומחזה שדי יחזה" און דאך בלייבן זיי א בלעם הרשע!

ווען דער רבי ר' דוד'ל האט דאס דערהערט איז ער דערציטערט געווארן, און האט זיך פארשפארט אין זיין צימער פאר דריי מעת לעת. ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט: מיר האבן זיך גוט ארום געקוקט געווען אדורך און אדורך, און מיר זענען נישט אזוי!
קובץ מעיין הברכה, אייר תשס"ג

--
עס ווערט דערציילט אז דער רבי האט געהאט א מנהג נישט עולה צו זיין לתורה די פרשה פון אחרי מות. ער פלעג זאגן: עס קומען צו מיר מענטשען מיט אלע סארט פחדים, און איך האב אויך א פחד פון 'אחרי מות'. אזוי האט ער אנגעזאגט איבעראל וואו ער איז געפארן אויף דעם שבת, אז מען זאל אים נישט אויפרופן לתורה. אלע חסידים האבן שוין געוואוסט פון דעם פלא'דיגן מנהג, און אויך יום הקדוש ווען מען ליינט די פרשה פון אחרי מות האט מען נישט געגעבן פאר'ן רבי'ן קיין עלי'.

אין יאר תרמ"ב, אום יום כיפור, ווען דער גבאי האט געוואלט אויפרופן צו "ששי" דעם צדיק ר' פנחס נימינסקי זצ"ל וועלכער איז געווען פון די חשוב'סטע חסידים פון רבי'ן און אליין א גרויסער בעל מדריגה, האט זיך דער רבי פלוצלונג אויפגעשטעלט, צוגעגאנגען צום עמוד, און געזאגט דעם ברכו... חסידים האבן זיך שטארקע דערשראקן דערפון, וויבאלד זיי האבן גוט געקענט דעם רבי'ן מנהג נישט עולה צו זיין ביים דעם פרשה. און דא גייט דער רבי און איז אליין עולה...

ווען דער רבי איז שפעטער נפטר געווארן י' אייר אין פרשת אחרי מות, האבן שוין אלע פארשטאנען פשט אין דעם רבין'ס וואונדערליכע מנהג.

--
איידער דעם לעצטן שבת פון רבי'ן, האט ער געשיקט רופן אלע חסידים פון אלע שטעט און דערפער, אז זיי זאלן קומען קיין טאלנע אויף שבת. עס איז געווען אין זייערע אויגן א וואונדער, וויבאלד דעם קומענדיגן שבת האט געדארפט פארקומען דעם בר מצוה פונעם רבי'ן אייניקל רבי מנחם נחום זי"ע און דער עולם האט זיך גערישט צו פארן דעמאלט צום רבין. אבער דער עולם האט געקלערט אז דער רבי וויל מן הסתם שוין אנהויבן דעם שמחה פון א וואך פריער...

ווען דער רבי איז אבער נפטר געווארן דעם שבת י' אייר "נצח שבנצח" תרמ"ב לפ"ק, האט מען שוין געזעהן וואס דער רבי האט געוואלט. וויבאלד דאס איז געווען זיין לעצטער שבת, האט ער זיך געוואלט געזעגענען מיט די חסידים.
זיעועכי"א.

--
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

משהו מיוחד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

ספר אוצר היהודי
אטעטשמענטס
אוצר היהודי.png
אוצר היהודי.png (48.81 KiB) געזען 2660 מאל
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

ספר שפתי צדיקים
אטעטשמענטס
מנחת יצחק (שפתי צדיקים).png
מנחת יצחק (שפתי צדיקים).png (32.36 KiB) געזען 2659 מאל
לעצט פארראכטן דורך טאלנער חסיד אום זונטאג יולי 21, 2019 4:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

מתוך אדמורי טשרנוביל
אטעטשמענטס
אדמורי טשרנוביל.png
אדמורי טשרנוביל.png (129.44 KiB) געזען 2620 מאל
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

מאמר על רבינו זיע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

בקובץ תפארת ישראל רוז'ין
אטעטשמענטס
תפארת ישראל 1.png
תפארת ישראל 1.png (402.81 KiB) געזען 2484 מאל
תפארת ישראל 2.png
תפארת ישראל 2.png (228.11 KiB) געזען 2484 מאל
תפארת ישראל 3.png
תפארת ישראל 3.png (230.98 KiB) געזען 2484 מאל
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

המשך
אטעטשמענטס
תפארת ישראל 4.png
תפארת ישראל 4.png (222.91 KiB) געזען 2483 מאל
תפארת ישראל 5.png
תפארת ישראל 5.png (205.56 KiB) געזען 2483 מאל
טאלנער חסיד
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער חסיד »

היום יומא דהילולא קדישא
זכותו יגן עלינו אמן
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

דברות קודש_נצח שבנצח_תשפ (1)
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יעצט ביינאכט איז דער יא''צ
י' אייר
נצח שבנצח

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
זאל ער זיין א שטארקע בעטער ביי די רבש"ע אז מיר אלע זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן מיט א ישועה כללית ופרטית, ס'זאל שוין זיין לעכטיג אין גוט אכי"ר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

א שיינער עולם איז זיך צוניפגעקומען אין סטעטן איילענד היינט ביים ציון פון נכדו נושא שמו האדמו"ר רבי דוד מרדכי מאטלנא זצ"ל אין שפיץ פון הרב החסיד משה גרובער שליט"א יו"ר לתיקון הטאלנער חלקה בסטעטן איילנד = זי"ע
אטעטשמענטס
MGG.jpg
MGG.jpg (121.03 KiB) געזען 1823 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין רבי דוד טאלנע זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פונקט פריער געזעהן אין אמרות טהורות פון ראחמיסטריווקא רבי זז"ג בשמו אויפ'ן פסוק ואהבת לרעך כמוך אז רעך גייט ארויף אויף די נשמה (כ'געדענק נישט פונקטליך פארוואס אפשר אלס רעך ורע אביך) זאגט ער ואהבת לרעך זאלסט ליב האבן דיין נשמה אזוי ווי דו האסט ליב דיין גוף
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

געהערט פארציילן, אז אמאל זענען געקומען צוויי רבנים צו אים אויף שבועות,פארן ערשטען רב האט ער שלום געגעבען אן א שאלות, אין פארן צווייטן האט ער אנגעהויבן אויסצופרעגען וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיין שטאט אויף יו"ט, האט זיך דער צווייטער רב געוונדערט פארוואס ר' דוד'ל פרעגט אים אויס, אין נישט דעם ערשטען, האט אים ר' דוד'ל געזאגט א תשובה נצחית, די ביסט געקומען מיט די רב, האב איך דיר געפרעגט וויאזוי די רב האט געקענט אוועקפארן אויף יו"ט, משא"כ דער ערשטער, איז די רב געבליבען אינדערהיים, אין דא איז ער געקומען ווי א פשוט'ער איד.
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

הערב חל יומא דהילוליא קדישא של הרה"ק רבי דוד'ל זצוק"ל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אויף אפרוה בשנת תר"מ
טאלנא.jpg
טאלנא.jpg (11.96 KiB) געזען 521 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אויף אפרוה בשנת תר"מ
טאלנא.jpg
אין וועלכע שטאט?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אויף אפרוה בשנת תר"מ
טאלנא.jpg
אין וועלכע שטאט?
spa town of Baden near Vienna, July 1, 1880
https://anno.onb.ac.at/cgi-content/anno ... ch&seite=1
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם חכימא דיהודאי רבי דוד'ל מטאלנא זכותו הגדול יגן עלינו

צדיקים האבן געזאגט אז רבי דוד'ל איז אראפגעקומען אויפען וועלט אריינצושיינען אמונה אין אידישע קינדער, ער אליין פלעגט דאס זאגן אז זיין גאנצע קומען אויף די וועלט איז אריינצוברענגען אמונה טהורה אין אידישע קינדער, און ער האט גאר אסאך משקיע געווען אין אמונה פאר אידן, זיינע הייליגע ספרים מגן דוד, ברכת דוד, קהלת דוד, זענען טאקע אנגעפילט מיט לעכטיגע דיבורים בעניני אמונה, די הייליגע טאלנער ספרים זענען פון אייביג אן געווען פון די ספרי היסוד בעולם החסידות.

ער איז געווען א חכם מכל האדם באגלייט מיט זיינע הייליגע ווערטלעך, ווי רבי ברוך'ל מעזעבוז האט שוין מעיד געווען אויף אים אלס קינד אז ער איז א חכם הדור, און אז ער וויינט ווי א חכם.

א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם אלטען סאדיגוראער וואס ער זאגט אויף רבי דוד'ל, האט ער אים געענטפערט, פרעגסט אויף א איד וואס שפאנט מיט זיינע פאנטאפעל אין די הויכע הימלען !!

ער איז געווען א גרויסע בעל מופת, פון די גאנצע וועלט איז מען געקומען צו פארן קיין טאלנא פאר ישועות ורפואות, אלפים ורבבות האבן זיך מסתופף געווען בצלו הטהור, עס האט געהייסען בימיו אז רבי דוד'ל האט די מערסטע חסידים פון אלע טשערנאבלער קינדער, טאלנא האט זיך אין זיינע צייטען געציילט אין די צענדליגער טויזנטער !

הרה"ק רבי דוד מטאלנא זי"ע, הכניס אמונה כבירה בכלל ישראל. נסעו אליו ציבור גדול של עובדים גדולין בעלי מוחין, ובעלי מדריגה. היה אצלו עבודה גדולה, היה מרפא ענין הדיבוקים, וכן חולי הנפש שהביאו אליו בהמוניהם. עבודת המופתים היתה גדולה מאד. ( מילין קדישין רחמיסטריווקא )
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 7:14 pm
טאלנא האט זיך אין זיינע צייטען געציילט אין די צענדליגער טויזנטער!
זע וואס יאסל שרייבט דא און דא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 9:23 pm
היינט נאכט די הילולא קדישא פין רבי דוד מטאלנא זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

מומחה יוחס האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 12:03 am
מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 9:23 pm
היינט נאכט די הילולא קדישא פין רבי דוד מטאלנא זי"ע
נצח שבנצח
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי דוד טווערסקי מטאלנא זצ"ל - י' אייר תרמ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הסכמה אין די יאר פון די הסתלקות
אטעטשמענטס
TOL90.jpg
TOL90.jpg (228.2 KiB) געזען 84 מאל
TOL89.jpg
TOL89.jpg (234.87 KiB) געזען 84 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”