רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ישלהוסיף האט געשריבן:דער האט דאך אויך אין באזיץ צוויי בענדער כת"י תורות על התורה ומועדים פון הרה"ק מ'ראזוואדוב זצ"ל אין האלט אז על על פי צוואה טאר מען דאס נישט דרוקן, עטליכע תורות דא און דארט האט ער יא געדרוקט.

הדבר ידוע, די ראזוודובער כתבים איז א נושא פאר זיך מ'וועט בעז"ה אנקומען צו דעם אויך, איך האב דיירעקט געמיינט די כתבים פונעם זוהן הרה"ק מסטיטשין, וואס אויף דעם איז ווייניגער באקאנט.

אז מ'רעדט שוין איבער די תורות פון הרה"ק מראזוודוב האב איך לעצטנס באקומען פון א ידיד א שטיקל ליקוט ארויסגענומען פון די הגדה און פון צל הקודש, איך האב טאקע אן ערנסטע קלער צאמצושטעלן עפעס און ארויפלייגן דא לזכות את הרבים.

כידוע איז אויך לעצטנס נתגלה געווארן כתבים פון ר"ר אליעז'רל דזיקוב'ער זי"ע, וואס איז אויך א פרק פאר זיך.
ס'איז א בחינה פון 'בריך רחמנא דיהיב לן אוריתא תליתאי'!

-----
מ'האקט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי איציקל'ס תורות קומען פון א קונטרס וואס איינער האט געשיקט קיין אנטווערפן פאר די קריג
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות האט געשריבן:

די דזיקובער כתבים זענען אויך געלעגן ביי די אייניקלעך ביז בערך 25 יאר פאר די קריג און זיי האבן עס נישט געדרוקט
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'דאכט זיך מיר אז די כתבים פון מרן מראפשיץ זי"ע זענען אויך נישט געווארן געדרוקט אזוי לאנג ווי ס'איז געווען אין די הענט פון די אייניקלעך, וכמו שהאריך בזה ר' אברהם ארים ז"ל בהקדמת ספה"ק זרע קודש שהגי' מחדש והוציאו לאור בשנת תרס"ו.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

סידיראם האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די קשיא, פארוואס קען נישט קומען איין חכם אין דאס דריקען. די וועלט וועט דאך אויפלעבן מיט זיינע הייליגע טיפע תורות.

איי ער האט אמאל געזאגט אז מען זאל נישט דריקען זיינע כתבים? איז שוין דא אויף דעים כמה היתרים, ובתוכם די היתר פון די הייליגע צאנזער רב אויף די זרע קודש, אז אזוי האט מען זיך אויך געפירט ביי די כתבי רח"ו, אז הגם ער האט דאס נישט געלאזט דריקען, האבן די תלמידים געמאכט כל מיני התאמצות דאס יא צו דריקן.

רבי איציקל האט געוואלט דרוקן תורות פון טאט׳ן, האט ער איינגעדרימלט, און דער ראזוואדוב׳ער רב האט זיך באוויזן צו אים, און אים געווארנט,

״איציקל איציקל! איך הער אז דו ווילסט דרוקן מיינט ספרים, דערוואג דיך נישט, איך וועל מיך נוקם זיין אין דיר, אין דיינע קינדער, אין קינד׳ס קינדער״,

משמיה דר׳ תנחום
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.

(אגב איז מבואר בארוכה די ראפשיצער דרך בכלל, ובפרט איבער דרוקן אין די 'פסח מאמענט' ביים שיחת קודש מיט די שענדישוב'ער רבי שליט"א)
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.

מערקוודיג ביז גאהר אז א רובא דמינכרא פונעם דזיקוב'ער גזע האבן יא געדרוקט, אבער הרה"ק ר' משה מראזוודוב האט שטארק מקפיד געווען מ'זאל נישט דרוקן, בנו הרה"ק מסטיטשין כפי המשמעות דהשתא האט ער אויך אזוי געהאלטן, וראה זה פלא אז די תורות פון בנו כ"ק אדמו"ר מסטיטשין זצוק"ל האט מען יא געדרוקט, וי"ל בספרו מנחת יהודה (ב"כ עה"ת ומועדים).
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אינטרעסאנט, מהר"ש מ'באבוב אליינס א דזיקובער אייניקל, ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבערדי כתבים פון הרה"ק רבי יעקלי מעליצער זצ"ל האט ער דוקא זיך געשטעלט מ'זאל עס דרוקן, זאגענדיג אז נאך דער קריג ווען טויזענטער כתבי ידות זענען געגאנגען לאיבוד וטמיון איז עס ממש א עון פלילי עס נישט צו דרוקן, און אלע פריעדיגע הקפדות פאלן גענצליך אוועק.

ער האט עס דוקא באפוילן מ'זאל עס דרוקן און ארויס געבן ביי אן אייניקל'ס חתונה מפיץ זיין בחנם, פשוט צו ווייזן די נחיצות.

בסוגריים: כאטש וואס באבוב און מעליץ זענען נישט געווען שוה בשוה.

ס'האט אים אים זייער וויי געטוהן דאס נישט דרוקן די ראזוואדוב'ער כתבים.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מעליץ נישט זיין שוה בשוה מיט באבוב האט קיין שייכות צו הרה"ק ר' יעק'לע מעליצער זי"ע בנו הגדול פון מרן הקדוש מראפשיץ זי"ע. בית ראפשיץ איז געבליבן אויסטערליש אהוב ונערץ און מ'האט אויף דעם געלעכצט בכליון עינים.
הגם ס'אינטערסאנט אז אינעם ספר זרע יעקב האט מען אויך אריינגעדרוקט תורות פון בנו הרה"ק ר' אברהם משענדישוב זי"ע, אבער פון בנו הרה"ק ר' יהודה ממעליץ זי"ע ווערט נישט געברענגט, טאקע א פלא, און אויף דעם קען מען אפשר מיישב זיין כדבריך, אז די טעם איז צוליב נישט זיין שוה בשוה, און דאס איז דאך שוין א דור נענטער איז שוין מעהר מסתבר אז ס'זאל האבן א שייכות מיט דעם.
אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנסי, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראך א גוטס »

איך בין דארטן געווען פאריאר און דאס אינעם טאג פונעם יארצייט בייגעלייגט אפאר בילדער וואס מיר האבן געמאכט
קראך א גוטס
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

נחזור לענינינו דברי תורתו פון הרה"ק מסטיטשין זי"ע

ידיעות שונות האט געשריבן:
פון ווי קומען די תורות?

צו איז איבערגעבליבן א גאנצען ספר וואס מ'דרוקט נישט, כדרך אביו הרה"ק מראזוודוב, אדער איז בלויז געבליבן אפאר איינצעלנע תורות.

בכל אופן איז אינטערסאנט צו וויסן די השתלשלות פון דעם כת"י, ווער האט עס געשריבן, ביי וועם איז עס געלעגן וכו'.

חמרא טבא האט געשריבן:
רבי איציקל'ס תורות קומען פון א קונטרס וואס איינער האט געשיקט קיין אנטווערפן פאר די קריג

די אנדערע קשיות זענען אדערווייל עומדים במקומם.
וויפיל איז דא בכמות?
ווער האט עס געשריבן?
ביים וועם געפינט זיך דער כת"י היינט צוטאגס?
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קראך א גוטס האט געשריבן:איך בין דארטן געווען פאריאר און דאס אינעם טאג פונעם יארצייט בייגעלייגט אפאר בילדער וואס מיר האבן געמאכט

ווי ביסטו געווען?
האטסטו נישט געפרעגט א בלאט צוריק ווי ער ליגט?
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קראך א גוטס האט געשריבן:ווי ליגט ער?

כמדומה לי אז ר' איציקל סטיטשינער ליגט אין סאניק.
אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנסי, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראך א גוטס »

IMG_0667.JPG
IMG_0667.JPG (468.33 KiB) געזען 2583 מאל

דא האט איר א פיקטשער
קראך א גוטס
אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנסי, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראך א גוטס »

ידיעות שונות האט געשריבן:
קראך א גוטס האט געשריבן:ווי ליגט ער?

כמדומה לי אז ר' איציקל סטיטשינער ליגט אין סאניק.

איך האב נאר געוואלט זיכער מאכן

אגב ער ליגט ממש אנפאנג פונעם בית החיים
קראך א גוטס
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

קראך א גוטס האט געשריבן:

אגב דאגב קיינער ווייסט נישט קלאר וואו אין די ביה"ח ער ליגט...
לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום דינסטאג אפריל 10, 2018 10:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.

(אגב איז מבואר בארוכה די ראפשיצער דרך בכלל, ובפרט איבער דרוקן אין די 'פסח מאמענט' ביים שיחת קודש מיט די שענדישוב'ער רבי שליט"א)

אייער ערשטע שורה איז אינגאנצן איבריג איר קענט גלייך צוגיין צום ענין מיטן שענדישובער אינטערוויו

ידיעות שונות האט געשריבן:נחזור לענינינו דברי תורתו פון הרה"ק מסטיטשין זי"ע

ידיעות שונות האט געשריבן:
פון ווי קומען די תורות?

צו איז איבערגעבליבן א גאנצען ספר וואס מ'דרוקט נישט, כדרך אביו הרה"ק מראזוודוב, אדער איז בלויז געבליבן אפאר איינצעלנע תורות.

בכל אופן איז אינטערסאנט צו וויסן די השתלשלות פון דעם כת"י, ווער האט עס געשריבן, ביי וועם איז עס געלעגן וכו'.

חמרא טבא האט געשריבן:
רבי איציקל'ס תורות קומען פון א קונטרס וואס איינער האט געשיקט קיין אנטווערפן פאר די קריג

די אנדערע קשיות זענען אדערווייל עומדים במקומם.
וויפיל איז דא בכמות?
ווער האט עס געשריבן?
ביים וועם געפינט זיך דער כת"י היינט צוטאגס?

נישט קיין סאך בכמות אינגאנצן עטליכע לענגערע תורות (העווי ראפשיצע תורה)

געשריבן האט עס הרה"ח ר' אלימלך פירסט ע"ה צו זיינס א משפחה אין אנטווערפן

וואו דער ארגענעלע כ"י ליגט איז נישט אינטרעסאנט אבער קאפיס דערפון האבן זיך געדריידט נאכן קריג
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ידיעות שונות האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.

מערקוודיג ביז גאהר אז א רובא דמינכרא פונעם דזיקוב'ער גזע האבן יא געדרוקט, אבער הרה"ק ר' משה מראזוודוב האט שטארק מקפיד געווען מ'זאל נישט דרוקן, בנו הרה"ק מסטיטשין כפי המשמעות דהשתא האט ער אויך אזוי געהאלטן, וראה זה פלא אז די תורות פון בנו כ"ק אדמו"ר מסטיטשין זצוק"ל האט מען יא געדרוקט, וי"ל בספרו מנחת יהודה (ב"כ עה"ת ומועדים).

די תורות פון רבי יודעלע האט מען געדרוקט ווייל ער'ט קלאר געזאגט אז ער וויל מ'זאל עס דרוקן
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ישלהוסיף האט געשריבן:אינטרעסאנט, מהר"ש מ'באבוב אליינס א דזיקובער אייניקל, ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבערדי כתבים פון הרה"ק רבי יעקלי מעליצער זצ"ל האט ער דוקא זיך געשטעלט מ'זאל עס דרוקן, זאגענדיג אז נאך דער קריג ווען טויזענטער כתבי ידות זענען געגאנגען לאיבוד וטמיון איז עס ממש א עון פלילי עס נישט צו דרוקן, און אלע פריעדיגע הקפדות פאלן גענצליך אוועק.

ער האט עס דוקא באפוילן מ'זאל עס דרוקן און ארויס געבן ביי אן אייניקל'ס חתונה מפיץ זיין בחנם, פשוט צו ווייזן די נחיצות.

בסוגריים: כאטש וואס באבוב און מעליץ זענען נישט געווען שוה בשוה.

ס'האט אים אים זייער וויי געטוהן דאס נישט דרוקן די ראזוואדוב'ער כתבים.

אגב אין באבוב אינדערהיים איז געווען א פנקס מיט תורות פונעם ר"ר אליעזר פון דזיקוב וואס איז געווען צווישן די ירושה חפיצים וואס דער רב ז"ל האט מיטגענומען מיט זיך ביים אנטלויפן פונעם שטאט באבוב און ס'איז אוועקגענומען געווארן פון עם אין ניימארק בשנת תש"ג
פון די הסכמה אויפן ספר דמשק אליעזר
getimg.jpg
getimg.jpg (196.97 KiB) געזען 2525 מאל

getimg (1).jpg
getimg (1).jpg (242.55 KiB) געזען 2525 מאל
דביה תחדי נפשא
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

חמרא טבא האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.

(אגב איז מבואר בארוכה די ראפשיצער דרך בכלל, ובפרט איבער דרוקן אין די 'פסח מאמענט' ביים שיחת קודש מיט די שענדישוב'ער רבי שליט"א)

אייער ערשטע שורה איז אינגאנצן איבריג איר קענט גלייך צוגיין צום ענין מיטן שענדישובער אינטערוויו

אייער פליק איז גראדע א גוטס אבער איז נישט צום ענין און איז גארנישט גורע פון מיין עצם תגובה - אויב עס טוט וויי און איר ווילט פליקן וועגן די שיחות קודש (וכלשונך אינטערוויו בלע"ז) מיט כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, איז דא אן אשכול המיוחד לכך (יעצט אפילו צוויי).
בנוגע די עצם שמועס איבער תורה וואס איך האב דערמאנט איז אויך שטארק נוגע לענין נישט קיין נפ"מ צו עס איז העווי ראפשיצער תורה אדער נישט, עס ווערט דארט זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה אז יעדע רבי האט געקענט משנה זיין בבחינת וירד משה מן ההר אל העם, און עס איז נישט געווען קיין סתירה מיט ראפשיץ. אויב איז דא עפעס פונעם שמועס וואס געפעלט אייך נישט אדער איר האט א מיינוג אדער מקובל אנדערש, קענט איר עס רואיג ארויפברענגען במקומות המיוחדים און מרחיב זיין דעם דיבור, איך גלייב אז קיינער וועט נישט זיין בייז.

צום ענין, איז די ערשטע שורה דוקא גאר אינטערסאנט [מיין מיינונג], אז איינער האט צוגעברענגט פון משמי' דר' תנחום אז הרה"ק מסטוטשין האט זיך אויסגעדרוקט אזוי חמור איבער דרוקען, משא"כ די הייליגע אמרי נועם און עטרת יהושע האבן [די קינדער] געדרוקט (פאר אונזער דור איז עס א גרויס רווח, אבער למעשה איז עס אן אינטערסאנטע נקודה אויסצושמועסן).

חמרא טבא האט געשריבן:
קראך א גוטס האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
קראך א גוטס האט געשריבן:ווי ליגט ער?

כמדומה לי אז ר' איציקל סטיטשינער ליגט אין סאניק.

איך האב נאר געוואלט זיכער מאכן

אגב ער ליגט ממש אנפאנג פונעם בית החיים

אגב דאגב קיינער ווייסט נישט קלאר וואו אין די ביה"ח ער ליגט...

אגב האב איך געהערט נאכזאגן אז הרב משה הערשאפט פון רב שלעזינגערס בי"ד פון לאנדאן און נאך מומחים מיט עריע פאטאס און נאכגיין פון אלטע אידן מיט סימנים ועוד, האבן יא קובע געווען א מקום וואו זיי זענען משער פינף און ניינציג פראצענט אז עס איז מקום מנוחת קדשו, נאר מען ווארט אויף כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א ער זאל געבן אן הסכמה.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חמרא טבא האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אינטרעסאנט, מהר"ש מ'באבוב אליינס א דזיקובער אייניקל, ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבערדי כתבים פון הרה"ק רבי יעקלי מעליצער זצ"ל האט ער דוקא זיך געשטעלט מ'זאל עס דרוקן, זאגענדיג אז נאך דער קריג ווען טויזענטער כתבי ידות זענען געגאנגען לאיבוד וטמיון איז עס ממש א עון פלילי עס נישט צו דרוקן, און אלע פריעדיגע הקפדות פאלן גענצליך אוועק.

ער האט עס דוקא באפוילן מ'זאל עס דרוקן און ארויס געבן ביי אן אייניקל'ס חתונה מפיץ זיין בחנם, פשוט צו ווייזן די נחיצות.

בסוגריים: כאטש וואס באבוב און מעליץ זענען נישט געווען שוה בשוה.

ס'האט אים אים זייער וויי געטוהן דאס נישט דרוקן די ראזוואדוב'ער כתבים.

אגב אין באבוב אינדערהיים איז געווען א פנקס מיט תורות פונעם ר"ר אליעזר פון דזיקוב וואס איז געווען צווישן די ירושה חפיצים וואס דער רב ז"ל האט מיטגענומען מיט זיך ביים אנטלויפן פונעם שטאט באבוב און ס'איז אוועקגענומען געווארן פון עם אין ניימארק בשנת תש"ג

די כתבים פון הרה"ק מדזיקוב זענען שוין אפירגעקומען זינט דעמאלטס, און געפינען זיך היינט צוטאגס ברשותו של כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

נו פארוואס דריקט מען דאס נישט?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

ידיעות שונות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אינטרעסאנט, מהר"ש מ'באבוב אליינס א דזיקובער אייניקל, ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבערדי כתבים פון הרה"ק רבי יעקלי מעליצער זצ"ל האט ער דוקא זיך געשטעלט מ'זאל עס דרוקן, זאגענדיג אז נאך דער קריג ווען טויזענטער כתבי ידות זענען געגאנגען לאיבוד וטמיון איז עס ממש א עון פלילי עס נישט צו דרוקן, און אלע פריעדיגע הקפדות פאלן גענצליך אוועק.

ער האט עס דוקא באפוילן מ'זאל עס דרוקן און ארויס געבן ביי אן אייניקל'ס חתונה מפיץ זיין בחנם, פשוט צו ווייזן די נחיצות.

בסוגריים: כאטש וואס באבוב און מעליץ זענען נישט געווען שוה בשוה.

ס'האט אים אים זייער וויי געטוהן דאס נישט דרוקן די ראזוואדוב'ער כתבים.

אגב אין באבוב אינדערהיים איז געווען א פנקס מיט תורות פונעם ר"ר אליעזר פון דזיקוב וואס איז געווען צווישן די ירושה חפיצים וואס דער רב ז"ל האט מיטגענומען מיט זיך ביים אנטלויפן פונעם שטאט באבוב און ס'איז אוועקגענומען געווארן פון עם אין ניימארק בשנת תש"ג

די כתבים פון הרה"ק מדזיקוב זענען שוין אפירגעקומען זינט דעמאלטס, און געפינען זיך היינט צוטאגס ברשותו של כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.

ס׳איז נישט די זעלבע כתבים, דאס וואס איז געלעגן אין באבוב פארן קריג איז נאך קיינמאל אפגעפונען געווארן.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

סידיראם האט געשריבן:נו פארוואס דריקט מען דאס נישט?

מיר באדערט אויך די קשיא.

גראדע פלעגט דער באבוב'ער רב פארלערנען פון די כתבים פאר א שטיקל תקופה, אין יענע שטיקלעך זענען דערנאך אריין געדרוקט געווארן אין די קובצים אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אבער ס'דאכט זיך מיר אז שוין א שטיק צייט צוריק האט זיך דאס אויפגעהערט.

איך מיין ס'האט געהייסן אז מ'גייט דרוקן צום סוף, אדערווייל הערט מען נישט אז עפעס זאל זיך טוהן. אויב איינער איז מעהר באקאנט, יספר את הנעשה והנשמע סביב הענין.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”