רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
היינט באגעגענט א יוד
וואס וואונט אין הארטפארד קאענטעקאט יליד קראקא תרצ"ט וסנדק שלו היה הרה"ק רבי איציקל סטוטשינער זצ"ל
יש לו בנים חשובים
יש לו בנים חשובים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.
(אגב איז מבואר בארוכה די ראפשיצער דרך בכלל, ובפרט איבער דרוקן אין די 'פסח מאמענט' ביים שיחת קודש מיט די שענדישוב'ער רבי שליט"א)
אייער ערשטע שורה איז אינגאנצן איבריג איר קענט גלייך צוגיין צום ענין מיטן שענדישובער אינטערוויו
אייער פליק איז גראדע א גוטס אבער איז נישט צום ענין און איז גארנישט גורע פון מיין עצם תגובה - אויב עס טוט וויי און איר ווילט פליקן וועגן די שיחות קודש (וכלשונך אינטערוויו בלע"ז) מיט כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, איז דא אן אשכול המיוחד לכך (יעצט אפילו צוויי).
בנוגע די עצם שמועס איבער תורה וואס איך האב דערמאנט איז אויך שטארק נוגע לענין נישט קיין נפ"מ צו עס איז העווי ראפשיצער תורה אדער נישט, עס ווערט דארט זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה אז יעדע רבי האט געקענט משנה זיין בבחינת וירד משה מן ההר אל העם, און עס איז נישט געווען קיין סתירה מיט ראפשיץ. אויב איז דא עפעס פונעם שמועס וואס געפעלט אייך נישט אדער איר האט א מיינוג אדער מקובל אנדערש, קענט איר עס רואיג ארויפברענגען במקומות המיוחדים און מרחיב זיין דעם דיבור, איך גלייב אז קיינער וועט נישט זיין בייז.
כ'האף איר זענט מיר מוחל אבער מיטן שרייבן העווי ראפשיצער תורה האביך זיך נישט באצויגן צום שענדישובער אינטערוויו וואס כ'האב נישט געליינט און כ'האב נישט אין פלאן עס צו ליינען ס"ה האב איך געוואלט אנצייכענען אז ס'נישט אזוי ווי אמרי נועם אדער עטרת ישועה נאר שווערע תורה מיט גאנצע שטיקער זוהר וכו'
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:נו פארוואס דריקט מען דאס נישט?
מיר באדערט אויך די קשיא.
גראדע פלעגט דער באבוב'ער רב פארלערנען פון די כתבים פאר א שטיקל תקופה, אין יענע שטיקלעך זענען דערנאך אריין געדרוקט געווארן אין די קובצים אמרי קודש מכ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אבער ס'דאכט זיך מיר אז שוין א שטיק צייט צוריק האט זיך דאס אויפגעהערט.
איך מיין ס'האט געהייסן אז מ'גייט דרוקן צום סוף, אדערווייל הערט מען נישט אז עפעס זאל זיך טוהן. אויב איינער איז מעהר באקאנט, יספר את הנעשה והנשמע סביב הענין.
ער לערנט פאהר יעדן חנוכה איינע פון די נעכט און אין איינע פון די חול המועד פסח טישן, דאס ווערט געדרוקט שפעטער מיט זיינע הערות דערויף בקובצי 'אמרי קודש', ווען ער וועט זיין גענדיגט וועט דאס איז אי"ה ווערן אפגעדרוקט אין א ספר.
די כתבים זענען דאך פון בלויז איין יאר, ער האט דאס אנגעהויבן פארצו לערנען חוה"מ פסח תשס"ה, יעצט מאכט דעם חשבון ווען ער וועט ענדיקן.
חיי אריכי האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די קשיא, פארוואס קען נישט קומען איין חכם אין דאס דריקען. די וועלט וועט דאך אויפלעבן מיט זיינע הייליגע טיפע תורות.
איי ער האט אמאל געזאגט אז מען זאל נישט דריקען זיינע כתבים? איז שוין דא אויף דעים כמה היתרים, ובתוכם די היתר פון די הייליגע צאנזער רב אויף די זרע קודש, אז אזוי האט מען זיך אויך געפירט ביי די כתבי רח"ו, אז הגם ער האט דאס נישט געלאזט דריקען, האבן די תלמידים געמאכט כל מיני התאמצות דאס יא צו דריקן.
רבי איציקל האט געוואלט דרוקן תורות פון טאט׳ן, האט ער איינגעדרימלט, און דער ראזוואדוב׳ער רב האט זיך באוויזן צו אים, און אים געווארנט,
״איציקל איציקל! איך הער אז דו ווילסט דרוקן מיינט ספרים, דערוואג דיך נישט, איך וועל מיך נוקם זיין אין דיר, אין דיינע קינדער, אין קינד׳ס קינדער״,משמיה דר׳ תנחום
איך האב געהערט די מעשה אביסעל אנדרעש אז א צווייטער האט געוואלט דריקען די תורות און דער ראזוואדוב׳ער רב איז צו עם געקומען און חלום אז ער וועט זיך נוקם זיין און דיינע קינד'ס קינדער, און איינמאהל האט דער אלטער רב אליין געטראכט צו זיך צו דריקען די תורות און נעקסטע מאהל ווען ער האט געקוקט און די כתבים האט ער געזעהן פיל מיט רויטע פינטלעך
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
ידיעות שונות האט געשריבן:אין הגדש"פ זרע קודש ברענגט ער עטליכע לענגערע תורות פון הרה"ק ר' איציקל סטיטשינער זי"ע, אזוי אויך אין צל הקודש (לחג הסוכות) ווערט אויך געברענגט תורות פון איהם, און ער צייכנט דארט צו אז ס'איז מכת"י.
פון ווי קומען די תורות?
צו איז איבערגעבליבן א גאנצען ספר וואס מ'דרוקט נישט, כדרך אביו הרה"ק מראזוודוב, אדער איז בלויז געבליבן אפאר איינצעלנע תורות.
בכל אופן איז אינטערסאנט צו וויסן די השתלשלות פון דעם כת"י, ווער האט עס געשריבן, ביי וועם איז עס געלעגן וכו'.
איינער מיט פרטים?
נאכען קריג איז א סטוטשינער יוד געווען אין טורנא איז צוגעקימען א גוי צו עם מיט אפאר בענדער כת"י פין ראזוודובער רב אין עס עם פארקויפט, דער יוד האט עס מורא געהאט צי האלטען האט ער גראד אפגעשיקט דעם סטוטשינער רב.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
- לאקאציע: בשולחן הטהור
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
- לאקאציע: בשולחן הטהור
ידיעות שונות האט געשריבן:אלטעחסיד האט געשריבן:[image]https://html1-f.scribdassets.com/53r0z2hs3k6r3wic/images/1-25dca08d58.jpg
משכילי'שע ליצנות געמישט מיט הערצה
ער האט א ביטערע היסטאריע געוועהן א ראזוועדאווע דערנאך א סאדיגערע אין דערנאך...
ער איז נאך געועהן ביי רביה''ק מצאנז זי''ע אלס יונגל ווי ער באשרייבט עס שוין ערגעץ ווי
ער האט אסאך באשריבן וועגן די אמאליגע צדיקים
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8835
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
ידיעות שונות האט געשריבן:אלטעחסיד האט געשריבן:[image]https://html1-f.scribdassets.com/53r0z2hs3k6r3wic/images/1-25dca08d58.jpg
משכילי'שע ליצנות געמישט מיט הערצה
איז פאקטיש אמת וואס ער שרייבט?
האט מען צוגעלאזט אזא פרישות? נישט מסתבר!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
- לאקאציע: בשולחן הטהור
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
- לאקאציע: בשולחן הטהור
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm