רבי שמעון סופר מקראקא זצ"ל- ט"ז אדר תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

מיללער האט געשריבן:ווען ר' יוסף נפתלי שטערן איז נפטר געווארן איז אנטשאנען א מחלוקה צווישען די יורשים פון ר' שלמה אלכסנדרי סופר אויף די כתבים פונעם מכתב סופר און פונעם חתם סופר וואס ר' יוסף נפלי האט געהאט, ווייל ר' יוסף נפתלי האט נישט געהאט קיין קינדער אבער זיין פרוי די טאכטער פון ר' שלמה האט געהאט קינדער פון איר ערשטן זיווג וועלכע האבן געהאלטן אז להם הירושה, ווידער די קינדער פון ר' בנימין דוב הנ"ל האבן געטענה'עט אז עס קומט זיי. ווייל זייער פאטער איז געווען א זוהן ולו משפט הירושה.

דער סכסוך איז אנגגקומען אין איזראעלישען געריכט ווי עס ווערט טיטולירט קלארא שרייבער נגד מורטין שטערן ע"ש פון די טאכטער פון ר' בנימין דוב און דאס ווייב פון ר' יוסף נפתלי, די צוויי קינדער אירע זענען אהרן ברויאר און אליעזר ברויאר, ווייזט אויס אז איר ערשטע מאן האט געהייסן ברויאר, ווייסט איינער מער פרטים איבער די משפחה און דער סכסוך?


ווי כ'האב פארשטאנען פון מיין ידיד, האבען דער ברויאר'ס לעצטענס ארויסגעגעבען דער כתבים, און מ'האט געדריקט אלע ערליי שטיקלעך וואס רבי יוסף נפתלי זצ"ל האט משמיט געווען מחמת סיבות שונות, טאמער געדענק איך גוט האט מען דאס געדרוקט אין "עץ חיים"!?
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

ביקסאד האט געשריבן:זייו טאטע מיט זיין ברודער זענען אויך געגאנגען מיט דעם,
וואו אויך זיין ברודער'ס זוהן, זיין אייגענער אייניקעל ר' יוסף נחמיה איז אויך געגאנגען דער מיט.

הרב אונגאר ז"ל פון בני ברק האט דערציילט, ווען מ'האט איהם אנגעטראגען דעם רבנות פאסטען און קהילת חוג חתם סופר - בני ברק, האט מען געפאדערט פון איהם אויסצוטוהן דער ווייסער זאקען וואס ער פלעגט צו גיין שבת.

איז ער געגאנגען פרעגן דעם בעלזער רב רבי אהרן זי"ע, האט איהם דער בעלזער רב געזאגט אז דער הייליגער חתם סופר זי"ע מיט זיין זוהן דער כתב סופר זצ"ל זענען אויך געגאנגען מיט ווייסע זאקען, נאר דער דעת סופר זצ"ל וואס האט געליטען אויף זיין פוס האט דאס אויסגעטוהן!!!

קען זיין איך בין זיך טועה, נאר דער פרעשבורגער רב זצ"ל אין ארץ ישראל האט איהם אזוי געזאגט, אדער ער האט דאס נאר באשטעטיגט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסען יישר-כח ר' מאטקע פאר די העתקת הדברים איבער די צוואה פונעם הייליגען חת"ס, זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.

היינט צוטאגס איז אביסל שווער צו באגרייפען דער פולמוס ארום דעם רמ"ד, אזש אז דער חת"ס ברויך גאר מתרה זיין זיינע קינדער וביתו אחריו שלא ישלחו יד בספריו, דער אמת איז אז דער מענדלזאהן (נישט יודל.....) האט געמאכט דעם אנשטעל פון אן ערליכען אבער תוכו נחר, און ווי רש"א סופר פירט אויס אינעם דערמאנטן בריוו בשם זיין פאטער דער קראקא רב "וראה בני כמה גדול כחו של אבא (החת"ס) זצ"ל, שצפה למרחוק, כי אין להרמ"ד נין ונכד בישראל, כולם המירו דתם ואין אחד מהם כהיום הזה בברית אברהם! קורא אני עליו תורת אמת היתה בפיו, יען - עולה לא נמצא בשפתיו....

די מעשה וואס ער פארציילט פון די פייערדיגע של"ס תורה ביים חתם סופר איז נורא נוראות ווי דער הייליגער חת"ס צייגט אן די שורש נשמות פון גדולי ישראל ווי זיי האבן אן אחוזה אין די תוה"ק עיי"ש.
אטעטשמענטס
Sofer.jpg
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

צילום כתי"ק של החת"ס באדיבות הניק 'הלבן' בפורום סו"ס
מספריית חב"ד בו נמצאים הר"ת הנ"ל
ופלא שכנראה לא הכיר ר' שלמה סופר כת"י זה שכן אינו מזכירו
אטעטשמענטס
כתי"ק של החת"ס
כתי"ק של החת"ס
2009115_227316516_tmp.jpg (156.93 KiB) געזען 3102 מאל
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מיללער האט געשריבן:היינט צוטאגס איז אביסל שווער צו באגרייפען דער פולמוס ארום דעם רמ"ד,

גם כהיום הזה הפולמוס הזה עדיין נמשך ראה קובץ המעיין מגליון תמוז תשס"ח ואילך
וודאי ידועים לכבודו דבריו של ר' שלמה קלוגר שבספריו לא ידעתי שמץ פסול בדבריו וכו'
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בדרך אגב, דער שטאט הייסט פרעסבורג אזויווי אמסטרדאם און ניקלסבורג. אמאל פלעגט מען שרייבן שׂ און נישט ס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאטעס האט געשריבן:צילום כתי"ק של החת"ס באדיבות הניק 'הלבן' בפורום סו"ס
מספריית חב"ד בו נמצאים הר"ת הנ"ל
ופלא שכנראה לא הכיר ר' שלמה סופר כת"י זה שכן אינו מזכירו

זייער אינטערעסאנט ר' מאטעס, איבער וואס שרייבט עס דארט דער חת"ס, איז עס א כת"י פון א דרשה?

מאטעס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:היינט צוטאגס איז אביסל שווער צו באגרייפען דער פולמוס ארום דעם רמ"ד,

גם כהיום הזה הפולמוס הזה עדיין נמשך ראה קובץ המעיין מגליון תמוז תשס"ח ואילך
וודאי ידועים לכבודו דבריו של ר' שלמה קלוגר שבספריו לא ידעתי שמץ פסול בדבריו וכו'


ייש"כ פאר די מ"מ צום 'המעיין'.

די תשובה פון מהרש"ק איז גאר אינטערעסאנט ווי ער ברענגט ארויס אז רוב משכילים זענען געווען תלמידי הנו"ב זצ"ל ועוד דברים מופלאים איך האב עס שוין עטליכע מאל איבערגעלערנט, נעבן דעם איז דא די אנדערע תשובה ווי ער ברענגט דעם בני יששכר איבער איבערטייטשן די משניות אויף ע"ט. (אגב; וואס איז די פונקטליכע מראה מקום פון די תשובה אין טוטו"ד?).
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

שו"ת האלף לך שלמה יו"ד סי רנז וסי' רנח מה שהזכרת בדבר תרגום על המשניות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שו"ת האלף לך שלמה איז נאר קיצורי תשובות דער עיקר תשובה איז אין שו"ת טוב טעם ודעת אויף יו"ד ח"ג דאכציך מיר אויף הל' ת"ת.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

מיללער האט געשריבן: דער אמת איז אז דער מענדלזאהן (נישט יודל.....) האט געמאכט דעם אנשטעל....


א דאנק פאר'ן באווארענען, להוציא מלבן. כ'העט נאך געקענט מיינען...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאכדעם וואס אונזער ידיד ר' מיילעך האט געשטעלט א בילד פון די מציבה פון ר' יחיאל מאיר סופר-שרייבער מאנטווערפן בן ר' יואל בן המכתב סופר ז"ל האב איך געטראפן אן אינטערעסאנטער 'מכתב הכחשה' פון בני המכתב סופר, געשריבען אויף דייטש-אידיש געדרוקט אין מחזיקי הדת בשנת תרמ"ג לאחר פטירת המכתב סופר.

עס שרייבען אונטער די זוהן פון ר' שמעון סופר;
1. ר' יעקב שרייבער - פאפא
2. ר' יואל שרייבער - קוטנא
3. ר' בונם שרייבער - ווארשא
4. ר' אלכסנד שלמה שרייבער - סערעט
5. ר' אשר שרייבער בארדיטשוב

פון די טיטלען קוקט אויס אז אלע זוהן זענען געווען בעה"ב.

לויט ווי ר' מיילעך גוט איבער איז ר' יואל געווען א חסיד פון ר' העניך מאלכסנדר און שפעטער פונעם שפת אמת און צום לעצט פון ר' יחיאל מאיר מגאסטינין שע"ש נקרא בנו הנ"ל.
אטעטשמענטס
Shrieber.JPG
Shrieber.JPG (15.1 KiB) געזען 2965 מאל
ant%20015.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס באדייט א "רעאליטעטן באזיצער" א ריעל עסטעיט באזיצער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ישר כח ר' מאטעס פארן ציצייכענן די תשובות אין טטו"ד פין ר' שלמה קליגער, ער לייגט אראפ אינזער השקפה בענינים כאלו, מסברה ומקראה.

ער שרייבט אז מענדעלסאהן איז אויך געווען א תלמיד פין יעב"ץ זצ"ל, נישט צי פארשטיין!

איינער האט דא געשריבען אז ער שרייבט אז רוב משכילים זענען געווען מתלמידי הנוב"י זצ"ל ע"כ. ובוודאי שגגה היוצא... ס'איז וויכטיג ציצייכענען די לשון פין רש"ק: 'כמה רשעים בזמנינו היו מתחלה תלמידיו'. עס איז א חילוק פין די 2 לשונות.
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

פלא לי שאף אחד לא הזכיר את ב' הכרכים שי"ל לפני כמה שנים על תולדות ר' שמעון סופר, עם אוצר רב, מעשי ידי הסופרים הנכבדים הנודעים רבי אהרן שטארסער, ור'... פערל ממאנסי, עבודה מיוחדת במינו, בצירוף עם דאקומענטן, מלאים זויו ומפיקים נוגה.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:פלא לי שאף אחד לא הזכיר את ב' הכרכים שי"ל לפני כמה שנים על תולדות ר' שמעון סופר, עם אוצר רב, מעשי ידי הסופרים הנכבדים הנודעים רבי אהרן שטארסער, ור'... פערל ממאנסי, עבודה מיוחדת במינו, בצירוף עם דאקומענטן, מלאים זויו ומפיקים נוגה.


כמדומה לי ששמו הוא ר' אהרן פערל. הוא באמת ספר נפלא, שוין צוויי מאל געלעזט און ס'נאך דא צו באקומען. אלץ בחור האט עס מיין משגיח אין ישיבה צוגענומען און צוריקגעברענגט נאך אפאר טעג נאך זייענדיג אונטער שאק, ער האט קיינמאל נישט געוויסט פון דעם מענטש'ס גדלות. זי"ע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:לויט ווי ר' מיילעך גוט איבער איז ר' יואל געווען א חסיד פון ר' העניך מאלכסנדר און שפעטער פונעם שפת אמת און צום לעצט פון ר' יחיאל מאיר מגאסטינין שע"ש נקרא בנו הנ"ל.


יעצט איז מיר שוין פארשטענדליך וויאזוי איז אנגעקומען דער ר' יואל הנ"ל זיך צו משדך זיין מיטן חדות יעקב מלאסק בנו של הגרד"ד מייזליש אבד"ק לאסק, א משפחה רבנים פוילישע גער'ע חסידים.

דער זוהן פונעם חדות יעקב ר' משה אפרים מייזליש חתן ר' יואל הנ"ל האט טאקע אויך געדרוקט עטליכע חלקים פון די חידושי חת"ס על הש"ס און צומאל אויך אריינגעדרוקט זיינע ביאורים, זעה
חת"ס עמ"ס ביצה וסוגיא דמוקצה, ווי אויך האט ער ארויסגעגעבן די חידושי חת"ס עמ"ס בבא בתרא און ער האט דארט אויך אריינגעדרוקט זיינע ביאורים לחתם סופר, (איך האב דאס געטראפן יארן צוריק איינמאל קוקנדיג אין די חידושי חת"ס עמ"ס ב"ב בלעטערנדיג אהער און אהין באמערק איך ביים לעצטן דף איז דא עפעס געדרוקט א חידוש נאה "מאת אא"ז הגאון אמתי שר התורה מופה״ד מו"ה דוד דוב זצ"ל", איז מיר געווען אינטערעסאנט וועלכע דוד דוב האט דא מיטן חתם סופר וואס שטייט אא"ז, האט איך נאכגעזוכט און געזעהן אז דאס האט טאקע געדרוקט דער דערמאנטער רמ"א מייזלש בן החדות יעקב בן הרד"ד, און דער דבר תורה איז פון זיין זיידן הגאון הרד"ד, און אינטערעסאנט אז איך לעצטנס באמערקט אין א איבערגעדרוקטע סעט חידושי חת"ס על הש"ס אז זיי האבן דאס נאכגעדרוקט אזוי ווי עס שטייט און גייט צום סוף פון חת"ס עמ"ס בבא בתרא, מן הסתמא נישט האבנדיג קיין אהנונג וואס און פון וועם דאס איז).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסלמאן האט געשריבן:
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:פלא לי שאף אחד לא הזכיר את ב' הכרכים שי"ל לפני כמה שנים על תולדות ר' שמעון סופר, עם אוצר רב, מעשי ידי הסופרים הנכבדים הנודעים רבי אהרן שטארסער, ור'... פערל ממאנסי, עבודה מיוחדת במינו, בצירוף עם דאקומענטן, מלאים זויו ומפיקים נוגה.


כמדומה לי ששמו הוא ר' אהרן פערל. הוא באמת ספר נפלא, שוין צוויי מאל געלעזט און ס'נאך דא צו באקומען. אלץ בחור האט עס מיין משגיח אין ישיבה צוגענומען און צוריקגעברענגט נאך אפאר טעג נאך זייענדיג אונטער שאק, ער האט קיינמאל נישט געוויסט פון דעם מענטש'ס גדלות. זי"ע.


כבוד הרב הצעיר ואתו ר' יוסלמן,
וואס איז די נאמען פון דעם חיבור פון ר' אהרן פערל לתולדות ר' שמעון סופר?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לענ"ד האבן זיי א טעות מיט ר' שמעון סופר מערלוי בעל התעוררות תשובה , אויף עם האט ר' אהרן פערל ארויס געגעבן צוויי בענדער ר' שמעון חסידא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אויך עפעס אזוי געדענקט, עס איז אבער יא פארהאן א חיבור אויף ר' שמעון מקראקא, ווייסט איינער
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

רבינו שמעון סופר. נישט לאנג צוריק האבעך עס געזעהן צו באקומען אין קרית יואל ספרים סטאר.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

די בוך אויף רבינו שמעון סופר (המכתב סופר) מקראקא, איז אויך פין הרב פערל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אני הקטן האבעך געלעזט רבינו שמעון סופר ממרן המכתב סופר, אבער כ'האב שוין געזעהן ביים טאטען אינדערהיים עפעס אויפ'ן בעל התעוררת תשובה, אפשר הייסט עס עפעס מרים, כ'דענק נישט פונקטליך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מו"ר ר' ישראל דוד זז"ג האט ביים מנחת חינוך שיעור פארגאנגענעם זונטאג צוגעצייכנט אן אינטערעסאנטער תשובה אין חתם סופר או"ח סי' ק"פ ווען מרן החת"ס שרייבט אין די ערשטע טעג נאכען געבורט פון זיין זוהן ר' שמעון סופר מקראקא ז"ל.

ר' שמעון איז געבוירן א ספק בן ז' ספק בן ח' און איז כמבון לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן געווען פארעכנט אין א שטארקע סכנה, דער חת"ס בעט אז עס זאל אלעס זיין בשלום ולמזל טוב אבער דערווייל איז ער 'טרוד טובא', צום סוף פון די תשובה (נאך א נפלא'דיגע אריכות) לייגט דער חת"ס צו אז ער האט נישט קיין צוטריט צו זיינע ספרים ווייל די רביצין זיינע די קינדבעטארין ליגט אינעם ספרים שטוב מיטן קינד, עס איז כדאי אריינצוקוען מתק לשונו, איך ברענג דעם אנהייב און ענדע פון די תשובה.
אטעטשמענטס
New Picture (1).JPG
New Picture (1).JPG (27.58 KiB) געזען 2924 מאל
New Picture.JPG
New Picture.JPG (20.13 KiB) געזען 2925 מאל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לכבוד די יארצייט פון מרן הגאון ר' שמעון סופר זצ"ל, וועלמיר מעתיק זיין וואס מהאמיר נעכטן געהערט א שיין ווארט פון כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א בשמו הקדוש.

שלמה המלך זאגט (שה"ש פרק ח' פסוק ו') שימני כחותם על לבך. האט ער געטייטשעט, אז א איד ווען ער איז ערליך גייט ער אויפ'ן דרך הישר, אויב ח"ו זינדיגט ער, גייט ער אויף א דרך עקום, ס'פארקרומט, פארדרייט. א זיגעל קומט אז די ווערטער זענען געשריבן פארקערט, כדי ס' זאל זיין גראד אויף פאפיר, דארף עס זיין איבערגעדרייט אויפ'ן זיגעל.

זאגט ער אז תשובה מאהבה דרייעט דאך איבער פון זדונות צו זכיות, בעט מען דעם רבוש"ע, שימינו כחותם, דריי איבער די קרומקייט פון אונזערע חטאים ווי א זיגעל וואס קומט איינגעקריצט פארקערט צו זכיות. ודפח"ח. זי"ע

און ער האט צוגעלייגט אדמו"ר מהר"א שליט"א אז ווען מ'געט צו צדקה צו תשובה ווערט עס נתהפך צו זכיות (בשם מרן העצי חיים זי"ע), פארדעם שטייט אויף אברהם, דער מקור החסד, בך חותמי"ן, מיט די מידה פון חסד זיגעלט מען, מ'דרייעט איבער די זדונות צו זכיות.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

וואס איז די מעשה מיט זיין פטירה???
עפעס מיט איינער וואס האט איהם באליידיגט פורים ונגע ללבבו עד שיצאה נשמתו מצער ועגמ"נ ביום אחר שושן פורים.
ווער ס'ווייסט מער פרטים\מקורות זאל מיטטיילן דעם עולם דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”