אליעזר לאנדא האט געשריבן:בארדיטשוב'ער אייניקל האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:נפלאות_הבורא האט געשריבן:3) לגבי ר' אשר יונה קוויטנער - קרייטנער, איך האב דאס געליינט דא, האב איך גרעדט מיט ר' בעריש וועבער איבער דעם, און ער איז להשמיד קעגן דעם, ער טענה'ט אז סאיז א טעות גמור....
וואס זענען זיינע טענות ?
איך בין א וויינבעגער אייניקל מ'בארבעט עס נאכאמאל
בספר
תולדות אנשי שם (ניו יארק תש"י) שטייט אויף ראי"א וו"ב נולד לאביו וכו' מוה"ר אלעזר מסינעווער מגזע הגאונים ר' יצחק המבורגער זצ"ל והגה"ק בעל קיקיון דיונה וממשפחת השר האדיר ר' מאיר בראדסקי זצ"ל (מאדעסא רוסיא), מצד אמו הצ' המפו' מרת חי' שפרינצא הי"ד נכד (דור ששי) להרה"ק ר' אורי מסטרעליסק זצ"ל
אין דער קובץ המאור בשנת תש"כ (חו'
ק) שטייט ווייטער אויף ראי"א הרב וו"ב שהנהו בנש"ק מצאצאי הרה"ק ר' אורי'לע מסטרעליסק זצ"ל
ואם לדידי צייתי איז כדאי נאך צו גיין דער יחוס צו דער קיקיון דיונה ור"י האמבורגער ואפשר וועט משפחת ר' מאיר בראדסקי העלפען - ער איז געוועהן בן ר' אלכסנדר חיים שור וחתן הגביר ר'
יונה מזלאטאפאל (
תולדות משפחת שור)– ומצד אמו קען מען נאך גיין דער יחוס צו דער סטרעליסקער, עס פעלט נאר איין דור בין הורי רא"י קוויטנער או זו' צו א קינד פון דער סטרעליסקער, דער אנדערע איז לכאו' א שאד דער צייט צו זוכען
[מאיר וואונדער שרייבט אז רא"י קוויטנער איז געוועהן א איינקיל פון ר' משה דאלינא, מסתמא האט ער פארשריבן אז ער ווערט דערמאנט אין דער פרענומעראנטן לספר אמרי שהם (קאלאמיי תר"מ) להרה"ק הנ"ל און פון דעם איז ער געווארן א איינקיל]
בסוף שנת תשכ"ה איז געוועהן דער חתונה פון בן ר' נתן נטע פערל (נכד ר' אלעזר וו"ב) אין דער חתונה איז באשריבן און קובץ המאור (חו'
קנ"ו) און דארט שטייט נאר אבי החתן הוא מגזע היחס וממשפחות מנושאות בישראל של גאונים וצדיקים, דארט שטייט דודי הכלה הרב טורקא והרב מטעמעשוואר (ובדרך אגב, אין דער זעלבע קובץ ווערט דערמאנט דער חתונה פון ש"ב מיט ר' פנחס שלום בן הוויזניצער רבי)
אין דער נעקסטע קובץ (חו'
קנ"ז) האט איינער געזעהן פאר וויכטיג צו מתקן זיין דער טעות און שרייבן בזה"ל נמסר שם בטעות שהרב הגאון המפורסם ר׳ אלתר וויינבערגער שליט״א הרב ור״מ מטורקא כעת רב בפארעסט הילס ואחיו הרב הגה״צ ר׳ אשר יונה שליט״א הרבי מטעמעשוואר הנם דודי הכלה, למעשה הנם דודי החתן והיו מראשי הקרואים והרב מטורקא מראשי הנואמים בחתונה הזו, הרב מטורקא ואחיו הנם מנכבדי הרבנים בניו יורק,
נכדי הגאון ר׳ מנחם מאניש אב״ד סקאליע , נכד הגה״ק ר׳ יצחק חיות בעל זרע יצחק אב״ד סקאליע, נכד הגה״ק ר׳ מנחם מאניש אב״ד ווילנא, נכד הגה״ק ר׳ בעריש מסקאליע, נכד הגה״ק ר׳ בעריש היילפרן המגיד מלובלין, נכד הגה״ק ר' יצחק מהאמבורג זצוק״ל, אמם של האחים הרבנים שליט״א היתה נכדת הגה״ק ר׳ יעקב קאפיל חסיד מהחבריא קדישא של הבעש״ט זצ״ל, נכדת הגה״ק ר׳ שמואל זצ״ל אב״ד העליטש, ולמעלה בקודש עכ"ל דאס איז דער
ערשטע פלאץ ווי איך טרעף א הרחבה און זייער יחוס
בשנת תשכ"ז (חו'
קס"ה) שטייט דער זעלבע יחוס מצד אביהם ומצד אמם שטייט אויך
ר"א מסטרעליסק און ר' זאב אב"ד בוקאשאוויץ ובשנת תשכ"ח (חו' קע"ח) שטייט דער זעלבע
בשנת תשל"ב האט ראי"א געדריקט זיין ספר בית יצחק און אין קובץ המאור (חו' רד) ווערט עס באשריבן אבער עס שטייט גארנישט אודות יוחסו, א יאהר שפעטער (חו' רי"ג) איז דא מער וויינגער דער זעלבע באשרייבינג נאר מיט איין הוספה בזה"ל הרב המחבר הוא נצר ממשפחות גדולות בישראל ונכד הברוך טעם, מהר"צ חיות, ר' איצקיל האמבורגער, אמו הוא בת הרה"צ ר' אשר יונה ע"ה בן
הרה"צ ר' חיים קרייטנער ע"ה והרבנית הצדיקת מ' רייזל ע"ה, חתן ובת הגה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין זצ"לבשנת תשל"ג איז געדריקט געוורען דער ספר אמרי ברכה פון ר' נחום מבורשטין און בסופו שרייבט דער מו"ל דער יחוס ממשפחת וו"ב, און דא שרייבט ער שוין קלאר דער יחוס מיט א פירוט פון דער דורות צו דער ברוך טעם, דער סטרעטינער,
ר"מ פרימישלאנער דורך זיין איידעם רא"ח ממיקולייעב, ר' שמואל אב"ד האליטש ובנו ר' נטע וואלף, און ער פירט אויס וגם היתה נכדת ר' אורי מסטרעליסק (דער זעלבע יחוס איז געדריקט בסו"ס מנחת חן תשל"ה) ומשם נפוץ על פני כל הארץ
בשנת תשל"ד איז דער טורקא רב נפטר געווארן שטייט און קובץ המאור (חו' רי"ח) נכד הגה"ק ר' מאניש מסקאליע וכו' (כדלעיל) נכד בעל ברוך טעם ומצד אמו מנכדי הגה"ק מסטרעטין
און דער ספר אוהל ברוך ווערט ניתוסף דער יחוס צו
ר' בעריש סיסקאווער דורך דער שווער פון ר' אלעזר ר' יואל קליינמאן חת"ר יעקב ווייזער ב"ר העריש הנ"ל (אפשר האט דאס מיט דעם וואס מען שרייבט אז זיין ברודער ר' שמואל איז געוועהן א איידעם ביי ?? זעה דא)
לענ"ד העולה מכל הנ"ל איז אז כנראה איז געוועהן א מסורה אז משפחת וו"ב זענען צאצאי הקיקיון דיונה ור"י מהאמבורג ומצד אמם פון ר' אורי מסטרעליסק אבער משנת תשכ"ו ואילך האט איינער (אדער מער ווי איינער) פראבירט צו מסדר זיין דער יחוס וברצותו מאריך וברצותו מקצר עד שיצא מה שיצא