שושלת שעדליץ-שעניצא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן:קיין שעניצא חסידים האבן מיר נישט דא, זעה איך..... וועל איך פרובירען אליינס ממשיך צו זיין.
ר' יהושע אשר רויטבלאטט משעדליץ זצ"ל (הנ"ל) האט געהאט א טאכטער מרת חי' שרה, וועלכע האט חתונה געהאט מיט הרב אליהו חיים אבאבלסקאי ז"ל וועלכער האט זיך געטוישט דעם נאמען למשפחת חותנו 'רויטבלאטט', ר' אלי' חיים איז געווען א חבד'סקער חסיד און א מלמד ומשפיע רוחני.
בייגעלייגט איז א בילד פון ר' אלי' חיים רויטבלאט ווי אויך די בילדער פון די מצבות פון ר' אלי' חיים וזוגתו חי' שרה רויטבלאטט ב"ר יהושע אשר משעדליץ, איך זעה אז אויף די מצבה פון מרת חי' שרה ווערט דערמאנט די יחוס אז זי איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, ווייסט איינער וויאזוי די אדמורי"ם לבית שעדליץ ממשפחת רויטבלאטט ציען זייער יחוס צום רבי ר' אלימלך און צו די אנדערע צדיקים אויסגערעכנט אויף די מצבה?
עס איז שווער צו מתאר זיין אין ווערטער ווער ר' אלי חיים איז געווען,
א זעלטענער עובד אלקים א ירא שמים בתכלית וואס האט געטאן אין לימוד התורה והחסידות און עבודת התפלה א גאנצער צייט.
ער האט אויך געהאט א גוטער זכרון ער איז צו מיא צוגעגאנגען ווען איך בין געווען צוועלף יאר אלט און מיר געפרעגט צו איך בין גרייט פאר מיין בר מצוה,
זאגענדיק וועלכער מענעט מיין בר מצוה איז געדענקענדיק מיין ברית.
אויך צו באמערקען אויף וואס מען האט געשריבן פריער, ר' אברהם רויטבלאט איז א שמש אין די שוהל בית מנחם אין כפר חב"ד.
און זיין איידעם הייסט יעקב אהרן קארף ניט קארפ און האט קיין שייכות ניט מיט דער קארף משפחה פון זהוויל
(וואס אגב אין אנגליש שרייבען זיי אנדערשט זהוויל שרייבט korff און קער קארף משפחה פון קראון הייטס שרייבט korf
סיגוט האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:בד"ה
היינט, ח' אייר תשע"ט, נפטר געווארן אדמו"ר הגה"צ רבי מאיר ווייסבלום זצ"ל משעניצא
חתנו וממלא מקומו של אדמו"ר הגה"צ רבי אלעזר פלטיאל רויטבלאט זצ"ל משעניצא
געלערנט אינדערהיים אין סאטמאר ביי רבינו הקדוש זי"ע
אבער נישט אמאל געוועהן א סאטמארע חסיד
ער איז געוועהן א בא"ב צו הייליגן רר"א זי"ע
פאר'ן ווערן שעניצא רבי 20 יאהר צוריק, האט ער זיך גערופן ליז'ענסקע רבי
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
היינט איז די יארצייט פון הרה"ק רבי גרשון משעדליץ זי"ע
זיין מקום הקבורה איז געווען אומבאוויסט ביז ממש לעטצענס ווי נאך יארן פון ארבעט האט מען עס געפונען
צום ערשטן מאל זייט די צווייטע וועלט מלחמה וועט זיין א מנין ביים ציון
זיין מקום הקבורה איז געווען אומבאוויסט ביז ממש לעטצענס ווי נאך יארן פון ארבעט האט מען עס געפונען
צום ערשטן מאל זייט די צווייטע וועלט מלחמה וועט זיין א מנין ביים ציון
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
וואו ליגט דער צדיק?מתנה האט געשריבן:היינט איז די יארצייט פון הרה"ק רבי גרשון משעדליץ זי"ע
זיין מקום הקבורה איז געווען אומבאוויסט ביז ממש לעטצענס ווי נאך יארן פון ארבעט האט מען עס געפונען
צום ערשטן מאל זייט די צווייטע וועלט מלחמה וועט זיין א מנין ביים ציון
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
האדמו"ר הרה"ק רבי יצחק שלמה ראטפעלד זצ"ל מקויל נכד הרה"ק רבי לייבוש פסח מליפסק זצ"ל - חתן האדמו"ר הרה"ק רבי גרשון רויטבלאט משעדליץ.
- אטעטשמענטס
-
- nybc313821_0228.jpg (159.36 KiB) געזען 519 מאל
-
- nybc313821_0229.jpg (171.46 KiB) געזען 519 מאל
-
- nybc313821_0230.jpg (166.79 KiB) געזען 519 מאל
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
על הרה"ק רבי גרשון משעדליץ זצ"ל
מגליון 'לדומיר' פרשת בא תשפ"א
מגליון 'לדומיר' פרשת בא תשפ"א
- אטעטשמענטס
-
- לודמיר.JPG (87.93 KiB) געזען 516 מאל
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
יש תמונות מהציון בשעדליץ?בן בוזי האט געשריבן:על הרה"ק רבי גרשון משעדליץ זצ"ל
מגליון 'לדומיר' פרשת בא תשפ"א
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
איז דאס קלאר אז רבי צבי הירש בן רבי גרשון [ואבי רבי גרשון משעדליץ]
איז געווען א איידעם ביי רבי יחיאל מיכל מזוועהיל ? ווייל דא ברענגען זיי עס נישט
איז געווען א איידעם ביי רבי יחיאל מיכל מזוועהיל ? ווייל דא ברענגען זיי עס נישט
Re: שושלת שעדליץ-שעניצא
וואס איז געווען די פינקטליכע סדר היחוס פין די רעבצין פין רבי יוסף יונה גבריאל שארפזון [חותן רבי אליעזר פלטיאל רויטבלאט משעניצא] ?
צי קאזניץ אפטא אור הגנוז ?
צי קאזניץ אפטא אור הגנוז ?