ר' אלימלך סג"ל לאווי מטאהש זי"ע - כ"ג כסלו תש"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מיללער האט געשריבן:חייקל,
די מודעה איז זייער היסטאריש און אינטערעסאנט, וואס איז די חילוק פון 'טאהש' און 'ניר-טאהש'?


די שטעטלעך אינדערהיים האבן אלע א צו נאמען, וואס זאגט אין וועלכע געגענט דאס איז, אוהעל הייסט שאטארא-אוהעל, קערעסטיר הייסט באדראג-קערסטיר, ליסקא הייסט אלעס-ליסקע, מאדע הייסט ניר-מאדע, באטור היסט ניר-באטור, טשאסער הייסט ניר-טשאסער, א.א.וו.

אלזא דאס שטעטל הייסט ניר-טאהש אבער ניר איז נאר א צו נאמען, פון די געגענט.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חייקל,
אז דו וועסט מעיין זיין אינעם מודעה ביי די טיטלען פון ר' משולם פייש און זיין זוהן ר' אלימלך, וועסטו פארשטיין בעסער מיין קשיא און פילייכט איבערקלערן דיין תירוץ.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אן אינטערסאנטע דיוק, וואס כ'האב טאקע נישט אויפגעפאסט.

כ'קלער אז ר' משולם פייש וואס מ'רופט מיט'ן טיטל אזוי ווי אלע צדיקים א שטייגער ר' אלימלך מליזענסק איז ער נישט נחית צו זאגן דעם שטאט וויאזוי דאס הייסט לעגאל, נאר דעם טיטל וויאזוי ער איז מפורסם.
מה שאין כן, רבי אלימלך וועם ער וויל באצייכענען אלץ יעצטיגער רב-רבי אין די שטאט, רופט ער דאס אן מיט'ן לעגאלן נאמען פון די שטאט.

בדרך אפשר, והוא רחום יכפר אם שגיתי....

באמת ביי די תולדות צדיקים טרעפט מען אמאל רופען די שטאט מיט'ן פולן נאמען, און אמאל מיט'ן נאמען אליין.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

אגרת השמחה מרבי אלימלך מטאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

איינער האט מיר אריינגעשיקט א העתק פון דעם מכתב נושא ונשגב בענין השמחה, וואס כ'האב פריער דערמאנט, איך בין דאס מעתיק דא ככתבו ולכשון קדשו:
(ס'איז געדרוקט אין ספר עבודת עבודה שיחות קודש, און אין ספר "זמרו לשמו")

מכתב קודש ונשגב במעלת מדת השמחה מאת הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זיעועכ"י

יום ד' לס' והנה ד' נצב עליו ופירש"י לשמרו כו' שנת תרח"ם נ"א לפ"ק.
חי' אריכא, ומזוני רויחא, ובני סמיכא, וחיי נחת דקדושה, ושפע ברכה והצלחה ושוכט"ס, ה"נ כבוד האי גברא יקירא וחביבא, רחימא דנפשאי, הרב המאה"ג הגדול בתורה, חריף ובקי טובא, שמו נורע בשערים, בכשרון מעשיו הישרים, הנכבר והנעלה צנא מלא ספרא, נאה דורש ונאה מקיים, וכו' כש"ת מוה"ר זאב שליט"א אב"ד דק"ק דיארמאט יצ"ו.

אחדשה"ט ושתה"ק - אבקש מאוד את כו"ה נ"י למעה"ש לבל יעלה על ראשו שום מורא ופחד ח"ו, ולהסיר מלבו הטהור כל המחשבות, ושלא להרהר אתר שום דבר, רק שיהי' נכון לבו בטוח בה', ולהתנהג עבודתו הקדושה וללמוד וללמד ולישב על התורה ועבודה כדרכו בקודש תמיר, ולא יעכב אותו ולא יבלבל אותו שום דבר כי שמעתתא בעי צילותא, ומי שעוסק בהתורה הקדושה בלב טהור ניצל מכל מיני מכשולות ומכל מיני גזירות רעות ח"ו, ונורם שמחה לו ולאחרים.

וידוע המעשה אשר קרה לאבי הצדיק הקדוש זצ"ל, כאשר נסע פעם אחת עם איזה אנשים חסידים לליזענסק ונסעו דרך יערות סביב לליזענסק, ופ"א כאשר נסע באמצע היער שמעו ממש שאגת ארי ונבהלו כלם, והסוסים נשארו עומדים ולא זזו ממקומם, והביטו האנשים על אבי הצדיק זצ"ל, וראו ממש שעמדו שערות ראשו מהפחד הגדול, וגם הכובע הגבה מעל ראשו מחמת שעמדו השערות - ואז נפל עוד פחד גדול יותר על האנשים ואמרו בזה"ל אוי דער רבי פארכט זיך אויך, עמד אבי הצדיק זצ"ל על רגליו על העגלה ואמר בקול גדול 'בזמן שאנו עושין רצונו של מקום אין אנו מתייראים מפני החיות, ותיכף הסר מכלם הפחד, והסוסים התחילו לילך ועברו בשלום.

וכן ידוע שבכח התורה הק' גורמים שמה כמש"כ "פקודי ה' ישרים משמחי לב", ובכח השמחה יכולין לבטל כל מיני גזירות רעות ולפעול כל מיני ישועות טובות - וכמו שפי הה"ק מוה"ר מרדכי מליכוויטש זצ"ל הפ' כי בשמחה תצאו, ר"ל בשמחה יכול האדם לצאת מכל רעות שבעולם - ובשלום תובלין, ובמדות השלום יכול לבא לכל שלימות הטוב שבעולם, ולהתכלית להשלים רצון יוצרו ובוראו - ואני אומר פשוט, כי בשמחה תצאו - כי בשמחה יוצאין לחירות עולם - וכל מיני חירות יכולין לפעול בשמחה.

וכאשר ראיתי מעשה שהיה אצל הרה"צ הק' מפרשיסחא ז"ל שהיה פעם אחת בדאנציג, שראה שנפל אחר להים ונטבע שם ר"ל, ואמר לו הרהצה"ק בלשון אשכנז, גריס מיר דעם לויתן, ואחר כך עזר לו הש"ת שאחז בדף אחר וניצל ועלה בשלום, והיה לנס גדול ואחר כך סיפר הרה"צ הנ"ל את המעשה הנ"ל, ואמר שלא היה יכול לעזור מחמת שהיה לו צער גדול מאוד - ולא יכול לעשות לו שום טובה, ער שאמר לו מילתא דבדיחא והיה לו קצת שמחה מזה, ועל ידי זה היה יכול לעזור להנטבע - על כן העיקר שצריכין לחזק א"ע ולהיות תמיד בשמחה ובדיחא דעתא, ועבור זה יכול הארם לגרום לו ולכל ישראל הרבה טובות וישועות.

ואצפה שכמעה"ר נ"י ימלא כקשתי, והשי"ת ברוב רחמיו וחסדיו יקבל וישמע תפילתנו ויתקבלו לרחמים ולרצון, ויתרומם קרנינו ומזלינו מעלה מעלה. ונזכה לעלות להרים ולציון ברנה בבא"ס.

כ"ד ידידו הרושה"ט ושתה"ק לא"פ בלונ"ח המצפה לשמוע ב"ט ולהתראות אי"ה בנחת והרחבה ושמחת של מצוה ובכט"ס.

אלימלך סג"ל.


(עבודת עבודה, שיחו"ק)


ר' לעמל שווארץ דערציילט, אז ס'איז געווען מרגלא בפומי' פון רבי אלימלך מטאהש צו זאגן ווען ער האט געהערט א איד קרכעצן אויף זיינע שוועריגקייטן.
"א איד טאר נישט זאגן אוי! מיט שמחה העלפט דער אויבערשטער".
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אויף דעם קארטל קען מען אויך באמערקן אז דעמאלטס האט מען געשריבן טאשש, אנדערש ווי היינט ווען מ'שרייבט טאהש.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

זאנוויל האט געשריבן:אויף דעם קארטל קען מען אויך באמערקן אז דעמאלטס האט מען געשריבן טאשש, אנדערש ווי היינט ווען מ'שרייבט טאהש.


ס'איז דא פארשידענע גירסאות וויאזוי מען שרייבט דעם נאמען פון שטאט
1. טאש
2. טאהש
3. טאשש
4. טהאש

אין א מכתב קודש פון רבי משולם פייש שרייבט ער ד' בשבת ער"ח שבת תרל"ב לפ"ק טאהש יע"א.
אין א בריוו פון הייליגן דברי חיים צו די ראשי הקהלה נאך די התסלקות פון רבי משולם פייש, שרייבט ער דאס אויך "טאהש". אין א בריוו פון הייליגן ייטב לב אויך דאן שרייבט ער טאש.
אויף רבי אלימלך'ס לעטער העד שטייט אב"ד דק"ק נירטאשש והגליל יצ"ו. און רבי אלימלך אליין שרייבט זיך אינטער אמאל פה ניר-טאש (הסכמה צום ספר פאר משולם), אמאל פה ניר טאשש (הסכמה אויפ'ן ספר באר מנחם פון זיין שוואגער), אמאל נירטאשש (הסכמה איפ'ן ספר אורח לצדיק פון רבי אלעזר מליזענסק זי"ע), אמאל טאש יע"א (הסכמה אויף זיין מחותן'ס ספר אמת ליעקב דער שווער פון דעמעטשער רב)

עכ"פ קוקט אויס אז ס'איז נישט געווען איין קבועו'תדיגע וועג וויאזוי דאס צו שרייבן

פון טאהשער רבי שליט"א איז דא בריוון פון אלץ אינגערמאן ווי ער שרייבט טאש (הסכמה אויפ'ן איבערדרוקן דעם באר מנחם), איך מיין אז דער טאהשער רבי האט שפעטער קובע געווען אז מען זאל דאס אזוי שרייבן "טאהש", מפי השמועה שמעתי אז ס'איז געווען אן ענין ביי חסידים עס זאל האבן פיר אותיות, און דעם אות ה'.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

בילד פון די שטאטישע שול אין טאהש
פונעם דעקל פון ספר התולדות מעשה ביכל "רבי אלימלך פון טאהש"
אטעטשמענטס
old tosh shul.JPG
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

בילד פון דעם בית החיים אין טאהש

רבי משולם פייש ליגט אין ערשטן אוהל וואס איז נענטער אויפ'ן בילד
און רבי אלימלך ליגט אין טיפערן אוהל
אינעם אוהל ליגט די רביצין אויך.
נעבן רבי אלימלך'ס אוהל ליגט דער עלטערער ברודער פון רבי אלימלך הרה"צ רבי מרדכי בן הרה"ק ר' משולם פייש זצ"ל
אטעטשמענטס
beis chaim tosh.JPG
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ניר מיינט ערד-זאמד סאמטינג לייק דעט, כך שמעתי, אזוי ווי קאלוב און באטער איז ניר באטער ניר קאלוב, אזוי איז טאש ניר טאש, ופשוט הוא לבקיאים בחבל ארגז של ארץ הגר

חייקל
דער קונטרס הייסט "שלשלת סגולה" ארויסגעקומען ביי מסע הקודש תשס"ה.
ס'האט דברי תורה עובדות מכתבים און מנהגים פון טאשע רבי'ס אויך פוןר' אלימלך, ס'שטייט נישט ווער ס'איז די מו"ל, אבער זעט אויס פון די טירנויערס.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

בני היכלא, יישר כח פאר'ן דאס דערמאנען, כ'האב נישט געדענקט פון יענעם קונטרס, כ'האב עס געזעהן אבער עס וואלגערט זיך מיר ערגעץ צווישן די קונטרסים אין ספרים שאפע.

דער קונטרס "שלשלת סגולה" איז טאקע א הערליכע שם ושארית מיט א ליקוט פון די תורות צדיקי בית טאהש, מאמרים מנהגים און מכתבים, פון וואס ס'איז פארבליבן פון די צדיקים פון די שלשלת.

דער מחבר איז לכאורה הרב ר' בערל טירנויער שליט"א (אדער הרב חיים יעקב שליט"א כ'בין נישט זיכער) פון די חשוב'ע זוהן פון הרה"ג ר' אלימלך טירנוער שליט"א - א ברודער מיט להבחל"ח הרב מרדכי יצחק ז"ל
אלע ר' אלימלך'ס זוהן זענען בליעה"ר כלים מפוארים מרביצי תורה וחסידות און פילעווען אין די תורות ועובדות פון זייערע זיידעס די צדיקי בית טאהש ולמעב"ק.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

עליה לרגל ההילולא
זיעועכי"א
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

א גיטן טאג טייערע חברים
לכבוד די יארצייט וועל איך שרייבן א מעשה פונעם בעל הילולא זי"ע וואס זאל זיין א זכות פאר צוויי פון מיינע טייערע חברים וואס האבן נאך נישט זוכה געווען לזש"ק(איינער 20 יאר און איינער 10 בערך )

עס ווערט געברענגט און ספר עבודת עבודה-שיחות קודש ח"ב פון טאהש'ער רבי שליט"א
ווי באקאנט איז פורים און טאהש געווען א גרויסע טאג מ'האט ממש געזעהן אפענע זאכן וואס ס'איז נאר ארויס פון מויל איז מקיום געווארן

איין יאר פורים פארנאכטס ביים משתה היין איז אריינגעקימען א פרוי, די ווייב פונעם שוחט פון די שטאט שאפראן,אין זי האט געבעטן זי וויל זיך מזכיר זיין פארן רבין אז זיי האבן ל"ע נאך נישט זוכה געווען צו זש"ק,מ'האט געמאכט פלאץ און זי האט זיך מזכיר געווען,האט איר די רבי געפרעגט ווי זי וואוינט האט זי גענפערט און די שוהל הויף,איז דא דארט א עירוב? פרעגט די רבי, יא! ענטפערט די פרוי,קען מען טראגן דארט? די פרוי איז געווארן פארלוירן און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן,איז זי געבליבן שטיל האט מען איר שנעל געווינקען זאג יא,האט זי געזאגט יא מ'קען טראגן!,די רבי האט איר אנגעווינטשן,אין ב"ה זיי זענען געהאלפן געווארן,
דערציילט ווייטער די טאהש'ער רבי שליט"א,נאכן קריג האט ער זיך געטראפן מיטן שאפראנער רב אין ער האט טאקע געקענט
די פארפאלק און געוויסט פון די מעשה,
זי"ע ועכי"א
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

ארויף געברענגט לכבוד ההילולא, זכותו יגן עלינו להיוושע בכל מיני ישועות ורפואות אמן.
כ'האב גיהערט פון מיין באבע ע"ה, זי איז געווען פונם שטעטעלע טאהש, דער זיידע ר' אלימלך פלעגט לערנען יעדע נכמיטאג מיט זיין אייניקל טאהשער רבי שליטא, אין דער רבי שליטא האט אלץ קינד שוין געשם'ט אלץ א צדיקל און א פרומער… מיין באבע מיט דעם רעבינס שוועסטער, זענען גיעווען מיידעלעך פון 5 6 יאר און דער רבי איז געווען עלטער מיט איין יאר אינגאצן, האבן זיי זיך אוועק געזעצט ביי די טרעפ פון ביידע זייט'ן בשעת דער יינגעלע פייש גייט אריבער גיין, אין דאס קינד קומט אן, און זעהט אז ער קען נישט אריבער גיין …
שטעלט ער זיך אוועק אין די זייט אין ווארט.
און דערווייל ווארט אויף איהעם דער זיידע צו לערענן, און שרייט ארויס צום הויף, פייש קום אריין!! ואין עונה… איז דער זיידע ארויס געקומען, אין ער האט באמערקט וואס דא גייט פאר, 'שטערט נישט צו לערענען גייט שנעל אהיים…' האט ער אויסגערופן מיט אשמייכל.
דאס פלעגט די באבע ע"ה פארציילן פאר אונז , בכדי צו מסביר זיין פון ווען האט דער רבי שליטא אנגעהויבן צו הארעווען…
זי איז געווען אלץ קינד היימיש אין הויף ווייל איר טאטע איז געווען דער משמש בקודש, הר"ר אליעזר צבי לייטנער הי"ד.
וחיי עולם נטע
ddmm11219
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ddmm11219 »

היינט די יארצייט זי"ע
בילד
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יומא דהילולא קדישא פון הסבא קדישא זי"ע אב"ד ור"מ דק"ק טאהש געפאלט אויס דעם קומענדיגן פרייטאג פר' וישב, כ"ג כסליו
הסבא קדישא מניר-טאש זיעועי"א  (nyirtass)
הסבא קדישא מניר-טאש זיעועי"א (nyirtass)
150px-רבי_אלימלך_מטאש.jpg (7.85 KiB) געזען 4864 מאל
.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חייקל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח ר' חייקל פאר די דעטאלן, עטליכע שאלות נוספות;

ר' חיים יוסף אורענשטיין, וואו האט ער געוואונט? איז ער געווען א רב/רבי וכדו'?


דו פרעגסט שנעלער ווי איך קען ענטפערן :smile:

די אנדערע שאלה האב איך שוין געהאט געענטפערט, האב איך דארט אריינציטירט די שאלה.

ר' חיים יוסף איז נישט געווען קיין רבי רב, ער איז געווען א חשוב'ער בעל הבית, געוואינט אין בארא פארק, און געדאווענט אין ארטיגן טאהשער בית במדרש.

ר' חיים יוסף איז געווען שטארקע רודף צדקה וחסד, ער האט אסאך געהאלפן זיין ברודער דעם רבי'ן אין די ערשטע יארן, און זיין נאמען האט פיגורירט גאר פראמינענט אויף אלע משולחים ליסטעס אלץ "טאהשער רבי'ס ברודער" כאטש רוב האבן ניטאמאל געוויסט זין שייכות קיין טאהש, און זיך געווינדערט וואס עפעס מען רופט איהם אזוי.... ער האט זייער שיין אויף גענומען יעדן איד, און פארטיילט פיל צדקה בסבר פנים יפות.

זיין זוהן איז הרה"ח ר' יצחק אורענשטיין הי"ו הולך בדרכי אבותיו, אויך גאר א חשוב'ער רודף צדקה וחסד, וואס האט אויפגעשטעלט שיינע חסידישע דורות לתפארת בית אבותיו.

מען דערציילט אז ווען זיין ברודער דער טאהשער רבי איז ארויסגעקומען קיין קאנאדא האט ער עם מיט זיין גוט הארץ פארשאפט א גוטן דזשאב, און ערקלערט פאר'ן רבי'ן אז דאהי גייט נישט די זאכן ווי אין דערהיים, און אז מען האט נישט קיין זשאב האט מען נישט פון ווי צו לעבן.... דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט, און אנגעגאנגען מיט זיין עבודה, פון דאווענען און פראווען עבודת ה' א גאנצן טאג... גאנץ שנעל האט דער ברודער איינגעזעהן אז דעם טאהשער רבינ'ס פול טיים דזשאב איז עבודת ה'. און פאר זיין פרנסה זארגט שוין דער זן ומפרנס לכל בשר, ווי ס'שטייט ולא ראיתי צדיק נעזב....

http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_5_25_17.pdf
unnamed.png
unnamed.png (29.55 KiB) געזען 4565 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אף הוא בחיים

אף אביו הק' עמד לו לעזר מגנזי מרומים שיכונן כסא רבנותו, ושיאחז ברסן הנהגת הקהילה בחזקה, ומסופר על כך עובדא נוראה, ומעשה שהיה כך היה:

בין ראשי קהילת טאהש, היה תלמיד חכם ועתיר נכסין אשר מפני סיבות אישיות התנגד למינויו של רבינו, ואף שהודה הלה על גדלותו בתורה צדקות וחסידות, עכ”ז יצא לשטן נגדו.

ויהי באחד הלילות נתגלה אליו רבינו מהרמ”פ בחלום הלילה, והזהירו לבל יהין ברוחו לחלוק על בנו ממשיך דרכו, כי יענש על זה מרה, והתרה בו באמרו: "די טשעפעסט מיט מיין זון, איך וועל דיר דערלאנגען”!

האיש ההוא נתיירא מאיומיו, והשיבו שהוא מתחרט על מעשיו, והבטיחו ששוב לא יתנגד על הנהגתו. למחרת בא האיש לבית הכנסת, וסיפר לתושבי העיר על החלום הנורא שהיה לו אתמול בלילה. וחילק אחרי התפילה יי”ש ומזונות להמתפללים, על שזכה לשוב מדרכו הרעה, ולהינצל מהקפדת רבינו מהרמ”פ.

ברם כבר אמרו חז”ל (סוטה ג.) 'אין אדם חוטא אא”כ נכנס בו רוח שטות'. אש המחלוקת הורה ובערה באיש ההוא ביתר שאת ועוז, ואף שידע שבנפשו היא, עכ”ז גברה עליו תאוות הנצחון, ואחרי שעברו ימים אחדים, התחיל שוב לחרחר ריב.

אז נתגלה אליו רבינו מהרמ”פ שנית בחזיון הלילה, והתרה בו באמרו: ”דו טשעפעסט מיט מיין זון, איך וועל דיר דערלאנגען"! והבטיח הלה שוב שיפסיק את תעלוליו הרעים. באשמורת הבוקר סיפר האיש לתושבי העיר את מה שעבר עליו בלילה, ושקיבל על עצמו שלא יפריע עוד לרבינו.

לא עברו ימים מועטים, ושוב תקפתו יצרו והחל להצית מדנים נגד רבינו. ברם אחרי תקופה קצרה נגעה בו יד ה' ונכוה ברותחין, ובאחד הימים יצא מדעתו ונשתגע ל”ע.

כתוצאה מהשתגעותו מיאן להניח תפילין, באמרו שהוא מפחד שהרצועות יחנקוהו, ולא נתרצה בשום אופן להניחם, רק אם רבינו יקשרם עליו, ואכן לזמן ממושך היה רבינו מסייע לו בכל יום להניח תפילין.

לבסוף אירע מקרה ביש, שברח האיש לבית החיים ושלח שם יד בנפשו רח”ל, ותהי לחרדת אלקים, וכל תושבי העיר הכירו והודו כי אין להרהר אחרי הנהגת רבינו, ולו יאתה שרביט ההנהגה. ואף בניו של האיש ההוא קבלו את מרותו, ולימים התקרבו אליו והיו לחסידיו הנאמנים.

(עבודת הלויים)

הרבי ר' אלימלך מטאהש (נירטאש) זי"ע ציווה לקבר אותו למעלה על ההר בקצה הביה"ח אצל האיש הלז, ולא באוהל הקדוש ביחד אם אביו הרמ"פ, להראות שמחול אותו במחילה גמירה.

יש עוד על סיפר נוראה הנ"ל בין ספרי עבו"ע מפי אדמו"ר מטאהש זי"ע (קאנאדא), שהיה מספר סיפור זו בכל עת מצוא.
באר מים
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר מים »

כפי מה שאני שמעתי אחר פטירות הסב"ק מטאהש מילא את מקומו בנו רבי אליעזר צבי לאב"ד טאהש [כי אחיו הגדול רבי מרדכי נתנו לו משום איזה סיבה,] ולא היה רק הדומ"ץ. [ואה"נ לא היה אב"ד רק לזמן מועט כי היה כבר זמן המלחמה] ובעוה"ר לא נשאר ממנו שום יו"ח
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

איך זיך א מקור אדער מער פרטים איבער די צוויי קרישקעס, איינער קען ביטע ארויסהעלפן?
א) ידוע שהרה"ק מטאהש זי"ע כיהן כר"מ בישיבה, ופעם נפל ברעיונו בביה"כ מחשבה בדברי תורה, כשיצא אמר 'ער איז שוין מער נישט מער מגי"ש', כיון שראה שדין גרמא לו לבא להרהר בד"ת במקום האסור...

ב) ידוע כי זקנו של הרה"ק מטאהש זי"ע הבטיחו, שתמיד יבואו אליו אנשים על שב"ק.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מגליון 'באור החיים'

סיפור נפלא שמע כ"ק רבינו שליט”א [זי"ע] מפי קדשו של זקנו רבינו הסב"ק זי”ע שסיפר בזה הלשון: "אמאל ווען דער טאטע (משולם פייש הראשון) זי"ע איז זיך געגאנגען וואשן פרייטאג צונאכאטס נאך קידוש, האט ער געזען ברוח קדשו דעם קייזער פראנץ יאזעף'ס א טאכטער איז א גרויסע מרשעת און זי וועט אסאך שלעכט'ס טאן פאר יודען, האס ער איר נאך פארן וואשן אוועק געשיקט". תרגום ללה"ק: פעם, כשאבי זי"ע פנה ליטול את ידיו בליל שבת קודש לאחר קידוש צפה ברוח קדשו שבתו של הקיסר יאזעף הינה מרשעת גדולה והיא עלולה להרע לבני ישראל, אזי עוד בטרם נטילת הידיים גירש אותה.

פון וויקיפידיה:

Empress Elisabeth adored Hungary and its people and proposed to her husband that they take a trip to her favourite country, perhaps even tour it.[1] This was a desire she would regret for the rest of her life. Franz Joseph accepted and they left in early spring 1857. While in Budapest, both Sophie and her sister Archduchess Gisela fell ill with diarrhea and had a very high fever.[1] Ten-month-old Gisela recovered quickly. However, two-year-old Sophie's body could not take it. At 21:15 in the evening,[2] after eleven hours of struggling to survive,[1] Sophie died in her mother's arms,[1] probably from dehydration due to the diarrhea or from convulsions due to the high fever. It was later theorized that Sophie died from typhus fever, but this is yet to be proven.

1857 מאי 29, 21:15
קומט אויס: 9:15PM פרייטאג צונאכטס, די צווייטע נאכט שבועות, שנת תרי"ז.

כן יאבדו כל אויביך השם.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מורא'דיג!!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

געווען די יארצייט דעם שבת. אדמו״ר מטאהש שליט״א האט צוליב דעם געוויילט אין טאהש-אונגארן מיט א קבוצה תלמידים וחסידים.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יואב בן צרויה האט געשריבן:געווען די יארצייט דעם שבת. אדמו״ר מטאהש שליט״א האט צוליב דעם געוויילט אין טאהש-אונגארן מיט א קבוצה תלמידים וחסידים.


אה, דאס איז געווען די מעסעדזש וואס איז ארומגעגאנגען איבער די נירטאש ביה"ח. דאס האט מען יענע וואך ערלעדיגט?

"מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז נאך אפאר יאר אויף שווערע הארוואניע איז די ביה״ח אין ניר-טאהש געווארען איבער געשריבען אונטער די נאמען פון חצר הקודש טאהש און קהל אור החיים ד׳טאהש מיט א ליעס פון 50 יאר וואס מיינט אז מען וועט בעזרת השם קענען צוריק שטעלן די לעקטער אין ביה״ח און איבערפיקסען די אהלים אינסטאלירען עיר קאנדישען מיט הייצונג און פארעכטען אלע אומגעפאלנע מציבות אין די קומענדיגע חדשים".

@MarechesTosh
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

בענקעל האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:געווען די יארצייט דעם שבת. אדמו״ר מטאהש שליט״א האט צוליב דעם געוויילט אין טאהש-אונגארן מיט א קבוצה תלמידים וחסידים.


אה, דאס איז געווען די מעסעדזש וואס איז ארומגעגאנגען איבער די נירטאש ביה"ח. דאס האט מען יענע וואך ערלעדיגט?

"מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז נאך אפאר יאר אויף שווערע הארוואניע איז די ביה״ח אין ניר-טאהש געווארען איבער געשריבען אונטער די נאמען פון חצר הקודש טאהש און קהל אור החיים ד׳טאהש מיט א ליעס פון 50 יאר וואס מיינט אז מען וועט בעזרת השם קענען צוריק שטעלן די לעקטער אין ביה״ח און איבערפיקסען די אהלים אינסטאלירען עיר קאנדישען מיט הייצונג און פארעכטען אלע אומגעפאלנע מציבות אין די קומענדיגע חדשים".

@MarechesTosh

אויף וועמענס נאמען איז עס געוועזן ביז יעצט ?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אומגעווארפענע צובראכענע מציבות אינעם נירטאש ביה"ח. שרעקליך. דאס קוקט מער אויס ווי אוקראינע.
אטעטשמענטס
IMG-20171025-WA0008.jpg
IMG-20171025-WA0008.jpg (359.26 KiB) געזען 2466 מאל
IMG-20171025-WA0009.jpg
IMG-20171025-WA0009.jpg (519.08 KiB) געזען 2466 מאל
IMG-20171025-WA0012.jpg
IMG-20171025-WA0012.jpg (285.96 KiB) געזען 2466 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”