כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 6:58 pm

דער נס ההצלה פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע אין קורצן - לויטן סדר

שבת פרשת פרה:
איז דער רבי געווען אין סעליש, אונגארן, אויף די שבע ברכות פון הגה"צ אב"ד מוזאשאי ז"ל, אבער זונטאג איז דער רבי שוין אהיימגעפארן ווייל די נאציס ימ"ש האבן אקופירט די שטאט.

מיטוואך פאר פסח תש"ד:
איז דער רבי אריבער געפירט געווארן אין סאטמאר צו א באהעלטעניש אין א הויז פון א איד ר' פנחס איזראעל ז"ל, און טאקע יענע נאכט האבן די דייטשע און אונגארישע סאלדאטן באפאלן דעם רבי'נס הוזי און געזוכט דעם רבי'ן.

ערב פסח תש"ד:
אינמיטן מצות באקן זענען די רשעים אריינגעקומען אין די בעקעריי, זיי האבן געזוכט דעם רבי'ן, אבער בדרך פלא האבן זיי נישט באמערקט דעם רבי'ן וועלכער איז געשטאנען ממש נעבן זיי.
אויף פסח האט זיך דער רבי געפינען ביי ר' שלמה טרעביטש ז"ל וועלכער האט געוואוינט אקעגן איבער דעם רבי'נס הויז, ווי דער רבי זי"ע האט אפגעראכטן די סדרים מיט גרויס ברען און התלהבות.

אחרון של פסח:
האבן די דייטשן ימ"ש באפאלן אלע בתי מדרשות און שולן אין סאטמאר, צווישן זיי אויך דאס הויז פון ר' שלמה, אבער די דייטשן האבן גארנישט געטאן פאר קיינעם. עס איז געווען א גרויסער נס אז די רשעים ארורים האבן דארט נישט געכאפט דעם רבי'ן, ווייל זיי האבן אים געזוכט אָן אויפהער.

מוצאי יו"ט פסח:
איז דער רבי אריבער צו א באהעלטעניש אין אן אנדערע געגענט נאנט צו די גאס ווי עס האט געוואוינט דער ביקסאדער רבי זי"ע, אין הויז פון ר' אברהם לעווי ז"ל.

צווישן פסח און שבועות:
איז דער רבי ארויסגעראטעוועט געווארן פון סאטמאר מיט די אויט פון די "רויטע קרייץ" קיין קלויזענבורג, צוזאמען מיט'ן ביקסאדער רבי'ן זצ"ל הי"ד, והרבנית הצדיקת ע"ה, הרב ר' יוסף אשכנזי ע"ה און די קינדער פון ביקסאדער רבי'ן, און נאך עטליכע אידן.
און קלויזענבורג האט מען דעם רבי'ן זי"ע מיטן ביקסאדער רבי'ן זצ"ל איינגעזעצט אין תפיסה און שפעטער האט מען זיי אפגעפירט אין אידישן געטא, ווי מען האט זיי פלאצירט אין א באראק אין גרויס ענגשאפט. אויף שבועות איז דער רבי אריבער דאווענען אין אן אנדערן באראק ווי דער רבי האט געדאווענט און האט געזאגט הלל מיט גרויס התעוררות.

סוף חודש סיון תש"ד:
איז דער רבי מיט נאך 300 אידן פון קלויזענבורג אפגעפארן מיט דער באן טראנספארט קיין בודאפעסט. דארטן איז ער געווען אין א סאנאטאריום, אויף קאלאמבוס גאס, אונטער די אויפזיכט פון די עס. עס. סאלדאטן, ווארטענדיג אז מען זאל אויסצאלן די גאנצע סומע אויסלייז געלט וואס דער "וועד ההצלה" האט זיך אונטערגענומען, וואס איז באצאלט געווארן דורך די ארטאדאקסישע אידן אין בודאפעסט. צווישן זיי האבן זיך געפונען הגה"צ מדעברעצין זצ"ל, און להבחל"ח הגה"צ מאודווארי שליט"א און נאך.

ט' תמוז:
איז די באן ארויסגעפארן פון בודאפעסט צו די ריכטונג פון די עסטרייכישע גרעניץ. מען איז דוכגעפארן וויען, לינז, און נאך א נסיעה פון 10 טעג איז די באן אנגעקומען זונטאג י"ח תמוז קיין האנאווער, דייטשלאנד, פון וואנען זיי האבן זיך דערנאך געשלעפט צופיס ביז די לאגער אין בערגן-בעלזן, ווי דער רבי זי"ע האט ווייטער אפגעראכטן זיין עבודת הקודש מיט מסירות נפש ממש.

אנהייב חודש אלול:
איז אפגעפארן דער ערשטער טראנספארט פון בערגן-בעלזן קיין שווייץ. צווישן זיי איז אויך געווען הגאון הגדול רבי יהונתן שטייף זצוק"ל.
די נאכט פון י"ט כסלו שנת תש"ה:
איז דער רבי זי"ע ארויסגעפארן מיטן צווייטן טראנספארט מיט די באן פון בערגן-בעלזן קיין שווייץ, אין דעם טראנספארט זענען געווען 1386 מענטשן, אריינגערעכנט דער רבי, די רעבעצין, און הרב ר' יוסף אשכנזי.

די נאכט פון כ"א כסלו:
אין דעם נאכט האט די השגחה עליונה געפירט אז רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו דער רועה אבן ישראל איז ארויס מעבדות לחרות, מיגון לשמחה, מאפילה לאור גדול, דער רבי איז כ"א כסלו ניצל געווארן פון די רשעים ארורים ימ"ש, ווען ער איז אריבער די גרעניץ קיין שווייץ זיגענדיג דעם פסוק "בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטימו, אליך זעקו ונמלטו, בך בטחו ולא בושו".
דער טאג פון כ"א כסלו איז פארשריבן געווארן ביים כלל ישראל אלס א "יום טוב", זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אין דעם טאג איז געראטעוועט געווארן דער רבן ומושיען של ישראל, כי למחיה שלחני אלקים להחיות עם רב, צו באלייכטן דעם כלל ישראל אין דעם לעצטן דור פון עיקבתא דמשיחא.
די הצלחה פון רבינו הקדוש זי"ע זעהט היינט יעדער איז באמת גאר געווען די הצלה פון די תורה הקדושה, די הצלה פון קבלת אבות המסורה לנו מאבותינו ורבותינו דור אחר דור, לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה'.

י' לחודש אלול תש"ה:
איז דער רבי געפארן פון שווייץ קיין ארץ ישראל ווי ער האט געוואוינט א יאר צייט און האט דארט אויפגעשטעלט די מוסדות הקדושים "יטב לב דסאטמאר", אשר משם יסד ומשם פנה, וואס דער צדיק וקדוש האט גענומען ווידער אויפבויען תורה וחסידות בדרך ישראל סבא.

ראש השנה תש"ז:
איז דער רבי אנגעקומען קיין אמעריקא (און דעם זעלבן טאג איז אויך אנגעקומען דער בעל ברך משה זי"ע) ווי ער האט מחזיר געווען עטרה ליושנה און האט אויפן אלטן שטייגער פון אמאל, און ווידער אויפגעשטעלט א לגיון של מלך א נעץ מוסדות תורה ויראה דסאטמאר על טהרת הקודש מיט רבבות תלמידים ותלמידות ערליכע חסידישע אידן יראים ושלמים נאמנים לה' ולתורתו הקדושה,
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג דעצמבער 07, 2008 9:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 7:01 pm

דא איז דער פלאץ ווי עס איז געאייגענט אראפצוברענגן עובדות ומסירת נפש פון רביננו הק' דורכאויס די לאגער יארן.

איינמאל פרייטאג צונאכטס אין יאר תש"ד ווען ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די שווערע צייטן פון די מלחמה, האט זיך דערהערט אינמיטן טיש פונדערווייטנס א שיסעריי, און דערנאך האט מען געזען ווי די פאליציי דערנענטערט זיך צו די ריכטונג פון בית המדרש, אלע אוועזענדע זענען זיך צולאפן פאר גרויס שרעק. שפעטער ווען די רשעים זענען אוועק און דער עולם האט זיך צוזאמענגעקליבן צום טיש, האט מען נישט געטראפן דעם רבי'ן. עס איז געווארן א גרויסע מהומה, מי יודע ווי דער רבי איז נעלם געווארן?!
אינמיטן גרויסן טומל האט איינער פון די משמשים זיך פארלוירן, און האט אנגעצינדן דעם לאמפ אין רבי'נס שטוב. באלד דערויף האט זיך דערהערט דעם רבי'נס שטימע, ער האט א געשריי געגעבן "נו - שבת!" דער משמש האט זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז הערנדיג די שיסעריי האט ער פאר גרויס בהלה נישט געוויסט וואס ער טוט.
"און אז מען שיסט, פארגעסט מען שוין אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט?" האט דער רבי געפרעגט.

******

איינמאל איז פארגעקומען אן איבערפאל אויפ'ן רבי'נס ביהמ"ד פרייטאג צו נאכטס, ווען דער רבי האט געהאלטן פאר קידוש. פאר גרויס שרעק איז דער רבי געפאלן אין חלשות, מען האט געפריווט אים צו מונטערן אבער אן ערפאלג. ביז איינער האט געברענגט א זויערע לימענע און אריינגעטראפט אין רבי'נס מויל, קוים האט זיך דער רבי דערמינטערט האט ער זיך אנגערופן, "נו - קידוש!" און ער האט נישט געוואלט מער אריין נעמען די לימענע טראפן.

******
א צאל גדולי ישראל אין אונגארן האבן אנגעוואנדן פארשידענע מיטלען זיך צו שאפן סערטיפיקאטן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. אויך דער רבי האט א שטיקל תקופה געוויילט אין פעסט, טוענדיג פארשידענע שתדלנות איבער דעם, ביים פאלעסטינער אמט, אבער אזוי ווי די ציונים האבן נישט מסכים געווען אים צו געבן א סערטיפיקאט נאר בתנאי אז ער וועט אונטערשרייבן אז ער וועט נישט ארויסגיין פונעם ציוניסטישן וועד הלאומי, און זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל אונטערשרייבן צו שטיצן דעם ציוניסיטישן "קרן קיימת", איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער רבי און אנדערע גדולי ישראל - ווי הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל - האבן דאס צוריק געוויזן מיט מסירות נפש, אפילו עס האט געהערשט א סכנה אויף זייער לעבן, האבן זיי זיך נישט געוואלט ביקן צו די ע"ז.

******
ערב פסח תש"ד האט דער רבי זי"ע געוואלט גיין באקן מצוה מצות. די סכנה איז געווען גרויס ווייל מ'האט געוויסט אז זיי זיכן שטארק דעם רבי'ן, און מען האט מורא געהאט צו שפיאנירט נישט נאך עמיצער ווי אהין דער רבי גייט. איז געבליבן אז דער רבי זאל צו גיין עטליכע הייזער אפגערוקט פון זיין וואוינונג. דארט וועט ווארטן א פיאקער, א קאטש, און מיט די פארדעקטע פיאקער וועט דער רבי צופארן צום פלאץ ווי מען וועט באקן די מצות. די פיאקער איז אבער נישט געפארן גראד צום פלאץ פון באקן, צוליב מורא אז טאמער קוקט איינער נאך, נאר די פיאקער איז ארומגעפארן דורך פארשידענע זייטיגע געסלעך, און אזוי ארום וועט מען נישט קענען נאכגיין נאך זייערע שפורן.
יענעם ערב פסח איז דער רבי ז"ל געגאנגען באקן מצות אנגעטאן מיט א בעקישע און מיט א געלן מגן דוד באנד אויפן ארעם. אינמיטן מצות באקן זענען די רשעים ארורים פלוצים אריינגעקומען אין די בעקעריי. עס איז געווארן אגרויסע בהלה, דער גאנצער עולם איז זיך צעלאפן און באהאלטן, דער רבי זי"ע איז געבליבן שטיין איינער אליין מיט דעם טייגל אין די האנט, ער האט נישט געוואלט לאזן די טייג נחמץ ווערן.
די נאציס האבן ארומגעזוכט אין אלע זייטן זיי האבן געשימפט און געשריגן אבער זיי האבן נישט באמערקט דעם רבי'ן וועלכע איז געשטאנען נעבן זיי ממש, אלע האבן געזען בחוש דעם גרויסן נס, אז מען היט דעם רבי'ן פון הימל.

******
שבעה עשר בתמוז וואס איז דאן אויסגעפאלן אין שבת קודש, איז דער רבי אנגעקומען קיין האנאווער דייטשלאנד, ווי די בערגן בעלזן לאגער האט זיך געפונען. זונטאג איז די טראנספארט אנגעקומען קיין בערגן בעלזן נאך א שווערע רייזע פון צעהן טעג, מען האט געדארפט פאסטן זונטאג יח בתמוז אלס "שבעה עשר בתמוז - נדחה".
אין האנאווער ווערט זייער שפעט נאכט, דער רבי האט מורא געהאט און נישט וויסענדיג צו ס'איז שוין זיכער נאכט. ער האט געקוקט און געקוקט צו ס'איז שוין פארהאן דריי ריכטיגע שטערנס אויפן הימל. און ביני לביני איז געווארן דעם אנדערן טאג... ווייל ס'ווערט זייער שנעל טאג.
האט דער רבי שוין נישט געוואלט עסן, ווייל דאן איז שוין געווען אן אנדערע טאג (מאנטאג) פאר'ן דאווענען... ווי איינער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן רבי'ן: אדער פאסט ער, אדער עסט ער נישט...

******
דער ביקסאדער רבי זי"ע דערציילט:
איך בין געשלאפן צוקאפנס פון רבי'ן אינעם באראק, דער רבי איז דען געשלאפן?! א גאנצע נאכט איז ער אויף געווען, ווען אימער איך האב נאר געקוקט אויף אים איז ער געווען וואַך. אזוי איז געווען די גאנצע פאר וואכן וואס איך בין געווען מיטן רבי'ן אין געטא, ער איז נישט געשלאפן, איך האב אים קיינמאל נישט געזען שלאפן די גאנצע צייט. ער איז שטענדיג געווען פארטיפט אין זיינע הייליגע געדאנקן און געפירט זיין הייליגע עבודה. ער האט אלץ געמורמלט מיט זיינע ליפן שטילערהייט, ער איז כסדר געווען פארזינקן אין זיינע הייליגע געדאנקן און געדינט השי"ת מיט מסירות נפש אָן אויפהער.
ווען יעדער אין געטא האט געהונגערט און געכאפט אין מויל אריין וואס עס האט זיך נאר געפונען, האט דער רבי געפראוועט תעניתים און נישט פארזוכט קיין שטיקל ברויט צוליב פת עכו"ם, וועלכע איז על פי הלכה מותר און אזעלכע שווערע אומשטענדן. דער רבי האט געגעסן נאר ווען עס האט זיך אים געמאכט אז מען האט אים פארשאפט רויע פרוכט אדער גרינס, איבערהויפט קארטאפל, און פון דעם ביסל האט ער אויך פארטיילט פאר אנדערע...

******
איינמאל איז ארויס א באפעל אז אלע העפטלינגען דארפן זיך ארומוואשן. איינער פון די עס. עס. אפיצירן וואס האט געמערקט דעם רבי'נס בארד האט אים אנגעווארענט אז אויב ביז מארגן אין דער זעלבער צייט וועט ער נישט האבן אפגעשוירן די בארד וועט ער אים ר"ל... די רעבעצין און די נאנטע רבנים האבן זיך געבעטן ביים רבי'ן מיט טרערן אז ער זאל זיך נישט איינשטעלן דאס לעבן און אויספאלגן. דער רבי האט אבער נישט געוואלט הערן דערפון.
אויף צו מארגנס ווען דער אפיציר האט געזען דעם רבי'ן מיט די בארד איז ער אריין אין היסטעריע און ארויסגענומען דעם רעוואלווער און אוים אנגעשטעלט קעגן רבי'ן...... מען קען זיך פארשטעלן דעם פחד פון יענע מינוט...... אבער דער נאצי האט פלוצלינג איבערגעדרייט זיינע פלענער, ער האט באשלאסן פריער צו באטראכטן דעם רבי'נס בארד, און האט געזוכט דארט עפעס א שטיקל שמוץ. צום גליק האט ער אבער נישט געפינען קיין זאך, דעם רבי'נס בארד איז געווען גענצליך ריין. דער מערדער האט זיך אבער נישט בארואיגט און געסטראשעט אז דאס איז דאס לעצטע מאל וואס ער פירט נישט אויס זיין ווארענונג, און ער וועט צו ווארטן ביז מארגן אז דער רבי זאל זיך ארונטערנעמען די בארד.
אבער דער רבי האט זיך נישט געוואלט איילן מיט'ן אראפנעמען די בארד, ער האט זיך נישט געזארגט פאר'ן מארגן, דיה לצרה בשעתה. אויף צו מארגנס האט זיך איבערגע'חזר'ט דער זעלבער ווינדער ווי אין געטא, דער רוצח איז פארשווינדן געווארן, און די מענטשן אין לאגער האבן נישט געוויסט ווי אהין ער איז פארפאלן געגאנגען.

******
דער רבי האט געוואלט האבן גענוג פאפיר צום רייניגן, און דארט איז דאס געווען זייער א שווערע זאך צו באקומען, און אויף דעם ארויף האט ער אפילו פארקויפט די עסן וואס מען האט אים צוגעטיילט. פאר יעדע צען שטיקלעך פאפיר האט ער אוועק געגעבן א סעודה, און נאך אנדערע זאכן.
פארציילט דער אודוואריער רב שליט"א: איינמאל האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן א ווערטל, אז איך האב מורא עס קען זיין א חשש וועגן "שכר שבת" אויב דער פארקויפער נעמט אין חשבון אויך די סעודה פון שבת. דער רבי האט תיכף באפוילן ר' יוסף'ן אז פאר די סעודה פון שבת זאל ער נישט נעמען קיין פאפיר...

******
עס איז געווען א איד מיטן נאמען ר' שלמה שטערן, ער האט געברענגט פארן רבי'ן א פלאש וויסקי און אסאך ציגארעטן מיט וועלכע דער רבי האט שפעטער "געהאנדלט" אין בערגן-בעלזן.
ווי הגה"צ אודוואריער רב שליט"א האט דערציילט, אז אין בערגן-בעלזן זענען זיי געוואויר געווארן אז אין א דערנעבנדיגן לאגער געפינט זיך א שופר ביי די האלענדישע אידן. מען האט אראנזשירט מיט זיי א באגעגעניש ביים ציין דאקטער פון לאגער. סתם אזוי האבן די מענטשן פון איין לאגער אינערהאלב בערגן-בעלזן נישט געקענט און נישט געטארט רעדן איינער מיטן אנדערן, דערפאר איז דער ווארט-זאל פון ציין דאקטער אויסגענוצט געווארן פאר "באגעגענישן", אן ארט ווי מען האט געפירט פארהאנדלונגען און געשעפטן. די האלענדיגשע אידן האבן געזאגט אז זיי קענען אוועקגעבן דעם שופר פאר'ן פרייז פון דריי הונדערט ציגארעטן. דאס איז געווען א גאר הויכער פרייז. אבער דער רבי האט אוועק געגעבן כמעט אלע זיינע ציגארעטן. אויך האט ער גע'שתדל'ט ביי אנדערע זיי זאלן אוועק געבן זייערע ציגארעטן, און דער שופר איז אנגעקומען צום רבי'ן אין די הענט.
אזוי ווי מען האט גארנישט געקענט דורכפירן פון איין פליגל אין לאגער צום אנדערן פליגל, האט מען די ציגארעטן און דעם שופר דורכגעשטופט דורכן עלעקטערישן צוים. מען האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, און דורכגעשטופט דורך כדי לעכער די ציגארעטן און באקומען דארפאר א שופר...
נאך ראש השנה האט דער רבי געבעטן מען זאל עס נאך דארט לאזן אויף יום כיפור, כדי מען זאל דערמיט קענען בלאזן מוצאי דעם הייליגן טאג. דערנאך האט ער געבעאטן מען זאל עס נאך לאזן ביז הושענא רבה, כדי צו מקיים זיין דעם מנהג אבותיו הקדושים צו בלאזן צווישן איין הקפה און די אנדערע.
פארן רבי'ן איז נישט נאר די מצוה פון תקיעת שופר אום ראש השנה, נאר אויך די דינים און מנהגים פון תקיעת שופר מוצאי יום הכיפורים און צווישן די הושענות אום השענא רבה, געווען "צורך אוכל נפש", און א דאנק די ציגארעטן האט ער באקומען דאס וויכטיגסטע וואס זיין "נפש" האט געפאדערט... א שופר.

******
ווען עס האט זיך דערנענטערט ראש השנה האט דער רבי זיך געזארגט מען זאל האבן א פרי כדי צו מאכן א שהחיינו. נאך פילע זוכענישן און השתדלות איז געראטן פאר ר' יוסף אשכנזי איינצוהאנדלן א פלוים. דעם רבי'נס שמחה מיט אט די פלוים איז געווען עד אין לשער... ער וועט קענען מאכן א שהחיינו ראש השנה ביינאכט.

******
ערב ראש השנה האט דער רבי געזאגט דעם גבאי ר' יוסף אז מען דארף זען איינצושאפן אביסל האניג, מען זאל דערין קענען איינטינקען די מוציא היינט ביינאכט. ר' יוסף האט זיך ארויס געלאזט אין לאגער און זיך גענומען זוכן אביסל האניג.
ער האט געפינען א איד וואס האט געזאגט אז ער האט אביסל האניג מיט זיך. ר' יוסף האט אים געפרעגט וויפיל ציגעארעטלעך - די עובר לסוחר'דיגע מטבע אין לאגער - ער וויל? האט דער איד געזאגט: איך דארף נישט קיין ציגארעטלעך, איך וויל אז ווען מען וועט מיטן אייבערשטענס הילף באפרייט ווערן, זאל מיר דער רבי געבן זיין קאפילוטש וואס ער טראגט איצט, אלס א מזכרת צו די טעג וואס מיר האבן דא פארבראכט אין בערגן-בעלזן.
ר' יוסף איז אריבער צום רבי'ן פרעגן צו ער איז מסכים צום געשעפט, און דער רבי האט גענטפערט: יא. דערמיט האט זיך דער איד פארזיכערט אז ער וועט געראטעוועט ווערן צוזאמען מיט'ן רבי'ן...
דער איד האט געגעבן פאר רבי'ן די האניג, און כמעט ווי פארגעסן פון די דאזיגע הבטחה. עטליכע מאנאטן נאך די באפרייאונג, זיצט זיך דער איד אין א שטוב אין שווייץ, פלוצלינג קלאפט מען אין טיר, ער גייט עפענען, און צו זיין שטוינונג זעט ער ביים שוועל ר' יוסף מיט א שאכטל אין די האנט. ר' יוסף זעט די שטוינונג פון דעם איד אויפן פנים, און רופט זיך אן: דער רבי האט מיר געשיקט אהער אויסצאלן אייך א חוב.
דער איד ווינדערט זיך: וואספארא חוב איז מיר דער רבי שולדיג? ר' יוסף לאזט אים נישט לאנג ווארטן, ער עפנט די שאכטל, און גיט אים אהין דעם רבי'נס הוט...
דער איד האט געהיטן דאס היט ווי אן אויג אין קאפ און עס געהאלטן ווי א שמירה אין זיין הויז. מיט עטליכע יאר צוריק ווען אידן איבער די וועלט האבן אפגעצייכנט 50 יאר פונעם רבי'נס הצלה, האט דער עולם געהאט אן איבערראשונג ווען הרה"ח ר' סענדר דייטש האט געמאלדן ביי די צענטראלע מסיבת הודאה, אז אין זאל געפינט זיך דער זון פון יענעם איד, און ער האט מיטגעברענגט דעם הוט עס צו ווייזן פאר'ן עולם.

******
מען פלעגט אויסטיילן אין בערגן-בעלזן א קליינע פארציע מארגארין פאר אלע איינוואוינער. די ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן נישט געוואלט נוצן די מארגארין האבן באקומען א שטיקל פוטער וואס מען האט געברענגט פון בודאפעסט.
דאס איז געווען דאס איינציגסטע ביסל פעטנס וואס מען האט באקומען דארטן, און דאס איז געווען לעבנס וויכטיג. ספעציעל פארן רבי'ן וואס האט נישט געגעסן פון וואס מען האט געקאכט אין די כשר'ע קיך. אבער טראצדעם וואס די פעטנס איז געווען לעבנס וויכטיג האט עס דער רבי נישט גענוצט, דער רבי האט עס באהאלטן און געהיטן ווי אן אויג אין קאפ, טאמער וועט ער עס באדארפן אויף חנוכה...

******
דארט אין לאגער ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איז געווען אן אויפזעהער אויף ריינקייט. זיין אויפגאבע איז געווען צו קאנטראלירן דעם אפטיילונג עס זאל נישט זיין שמוציג.
אנקומענדיג צום רבי'נס פלאץ האט ער באמערקט א גריבל וואסער, וואס איז געווען פון די וואסער פאר נטילת ידים און פאר נקיות אויף וואס די רבי האט זיך מוסר נפש געווען כל ימיו, האט ער דערלאנגט א פאטש פארן רבי'ן און אים אנגעווארנט עס זאל מער נישט פאסירן.
צומארגנס, האט ער ווייטער געטראפן א גריבל פיל מיט וואסער ביים רבי'נס פלאץ, האט ער נאכאמאל געגעבן א פאטש פאר'ן רבי'ן, און אים אנגעווארענט מיטן לעבן ער זאל עס נישט נאכאמאל טוהן. דער רבי האט אבער גארנישט רעאגירט דערויף. אזוי האט זיך דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל, ביז ער האט איינגעזעהן אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך און האט צורוה געלאזט דעם רבי'ן.

******
צוליב די שוואכע נערונג האט זיך דעם רבי'ן געמאכט א גרויס געשוויר אויפן קאפ. ווען דאקטאר שווארץ - וועלכער איז געווען צוזאמען מיטן רבי'ן אין לאגער - שפעטער דער דירעקטאר פון "משגב לדך" שפיטאל אין ירושלים, האט צוגעגרייט פארן רבי'ן א געוויסע רפואה האט דער רבי מורא געהאט צו ס'איז נישט דא דערין א חשש פון איסורי הנאה, און ער האט זיך נישט געלאזט שמירן ביז דער דאקטאר האט אים איבערצייגט אז ס'איז נישטא דערין קיין שום חשש.

******
עטליכע וואכן פאר די באפרייאונג האט זיך דער געשוויר שטארק צעוואקסן און אט דער דאקטאר שווארץ האט געווארנט דעם רבי'ן אז דער רבי מוז טרינקן מילך, וואס דער רבי האט נישט געוואלט טרינקען ווייל עס איז געווען חלב עכו"ם. דער דאקטאר האט געווארנט אז אויב דער רבי וועט נישט טרינקען די מילך איז זיין לעבן אין געפאר, האט דער רבי גע'טענה'ט צו ס'איז מעגליך אפשר צו ווארטן נאך א צוויי וואכן, אויסהאלטן אן טרינקן מילך? האט דער דאקטאר געזאגט אז בלויז צוויי וואכן אים אים נאך ערלויבט צו ווארטן. פונקט צוויי וואכן דערויף איז דער רבי באפרייט געווארן פון בערגן-בעלזן און איז אנגעקומען כ"א כסלו קיין שווייץ, ווי ער האט שוין געקענט טרינקען כשר'ע מילך.

******
ווען די באן איז אנגעקומען קיין שווייץ, האט מען יעדן אריינגעברענגט אין א ריזיגן זאל, מען האט יעדן געגעבן צו עסן און צו טרינקען, אבער דער רבי האט נישט געוואלט טועם זיין אפילו א טראפן וואסער. ער האט חושש געווען פאר כשרות, צו מען האט נישט עפעס אריינגעמישט דערין.

******
דעם רבי'נס חסידים אין שווייץ האבן פארזארגט פארן רבי'ן אלע מאכלי שבת. דארט איז געווען א איד מיטן נאמען ר' מרדכי אשכנזי, דעם רבי'נס א קרוב, ער האט געברענגט פארן רבי'ן פון זיין קיך אלצדינג לכבוד שבת קודש. אבער דער רבי האט נישט געוואלט עסן קיין פליישיגס כאטש דער רבי האט געקענט דעם דארטיגן שוחט. ווען מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן פארוואס ער וויל נישט עסן, בפרט אז יעדער איז דאך איצט בגדר חולה, האט דער רבי גענטפערט אז ער פירט זיך נישט צו עסן קיין פלייש נאר אויב ער זעט פריער דעם חלף פון שוחט.

******
אין הגדה דברי יואל איז געדרוקט א תורה וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט פסח ביינאכט תשל"ה ווען ער איז אנגעקומען צום קאפיטל "במתי מעט כמה שנאמר", ער האט דאס געזאגט מיט גרויס התרגשות און פון זיינע אויגן זענען גערינען טרערן:
"ווען מיר זענען אנגעקומען קיין אמעריקע זענען מיר געווען "במתי מעט", גאר ווייניג מענטשן, בתכלית המיעוט. היינט ווען מיר זענען שוין בעזרת השם יתברך א גרויסער עולם, איז שוין נישט קיין חידוש אז מען קען זיך דערהאלטן אויפן דרך ישראל סבא און פארשפרייטן תורה און טהרה. אבער ווען מיר זענען אהער אנגעקומען נאכן מורא'דיגן חורבן וואס איז אויף אונז פאראיבער, מיר זענען געבליבן נישט מעט מהרבה, נאר מעט מן המעט, ווייניג פון ווייניג. מיר זענען געווען ארומגענומען מיט שווערע נסיונות מבית ומבחוץ, אין א טמא'נע מדינה, צעבראכן און צעקלאפט, סיי ברוחניות סיי בגשמיות, און פונדעסטוועגן האט השי"ת מיט אונז געטאן די גרויסע חסדים. מיר האבן זיך געהאלטן, דורכגעמאכט אלע נסיונות, און פארברייטערט די גבולי הקדושה, ביז מיר האבן זוכה געווען אויפצושטעלן א גאנץ דור וואס גייט אין דרך הישר לויט די מסורת פון אבותינו הקדושים. מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעיננו, אויף דעם דארפן מיר דאנקן און לויבן השי"ת."

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:06 pm

זיידעניו האט געשריבן: ערב פסח תש"ד:
אינמיטן מצות באקן זענען די רשעים אריינגעקומען אין די בעקעריי, זיי האבן געזוכט דעם רבי'ן, אבער בדרך פלא האבן זיי נישט באמערקט דעם רבי'ן וועלכער איז געשטאנען ממש נעבן זיי.
אויף פסח האט זיך דער רבי געפינען ביי ר' שלמה טרעביטש ז"ל וועלכער האט געוואוינט אקעגן איבער דעם רבי'נס הויז, ווי דער רבי זי"ע האט אפגעראכטן די סדרים מיט גרויס ברען און התלהבות.

עס איז כדאי צו דערמאנען, דאס מסירות נפש פון הרב החסיד ר' לייב'עלע גליק שליט"א, וואס ווען די רשעים זענען אריינגעקומען אין בעקעריי איז זיך יעדער צולאפן, זוכענדיג שוץ, און נאר ר' לייבעלע זאל זיין געזונט לאויט"א איז געבליבן מיטן רבי'ן, און ער האט טאקע געהאט די זכי' לכבוד דעם צו זיין יענעם יאר דער איינציגסטער אורח ביים רבי'ן צום סדר נאכט...

ר' לייבעלע דערציילט: אז דער רבי האט געטייטשט דעמאלס ביים סדר ויענוני כמה שנאמר, אז אין די גוטע צייטן פלעגט מען זאגן ביים סדר נאכט געדאנקען און פשטים אויף די הגדה, אבער יעצט אין דעם ביטערן מצב פון ויענוני דארף מען זיך באגנוגען בלויז "כמה שנאמר" גלייך ווי מען וואלט ווען געזאגט תורה...
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 12:46 am

איך האב אמאל געזען א גאנצע ווידיאו פון די לעצטע כא כסליו טיש בשנת תשל"ט
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 11:46 am

הכל בכל מכל האט געשריבן:איך האב אמאל געזען א גאנצע ווידיאו פון די לעצטע כא כסליו טיש בשנת תשל"ט

די מיינסט לכאורה די באקאנטע פאטידזש,
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=862
וואס איז אגב נישט פון תשל"ט וואס איז פארגעקומען אין די ניו יארק סטעיטס ארמארי, נאר סאיז איינע פון די מיטן למ"ד יארן,
סאיז א שעה לאנגע ווידיאו מזעט דארט דעם פאלטישענ'ער רב ז"ל דרשה אזוי אויך זעט מען די התרגשות פונעם ציבור ווען דער רבי קימט אריין,

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 12:29 am

Satmar Rebbe rescued on to Kasztner Train – June 30, 1944
צוגעלייגטע
Kasztner1 (Custom).JPG

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 12:30 am

Satmar Rebbe rescued on to Kasztner Train – June 30, 1944
צוגעלייגטע
Kasztner2 (Custom).JPG

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 12:31 am

Satmar Rebbe rescued on to Kasztner Train – June 30, 1944
צוגעלייגטע
Kasztner3 (Custom).JPG

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 2:33 pm

אוי ווי עס קומט ארויף די טרערן פון צו טראכטן ווי וואלטן מיר היינט געשטאנען ווען נישט אונזער הייליג'ן רבי'ן, און מיר שריען אלע אויס מיט התלהבות רבוש"ע מיר דאנקן דיר פאר'ן איבערלאזן אונז די רבי ז"ל צו אויפצובויען די קומענדיגן דור
און לאמיר אלע ארויסגאנצן און א טאנץ חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו אוי אוי בך בטחו אבותינו

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 11:47 am

היינט נאכט גייען טויזענטער אידן זינגען בְּךָ בָּטְחוּ אֲבֹתֵינוּ בָּטְחוּ וַתְּפַלְּטֵמוֹ: אֵלֶיךָ זָעֲקוּ וְנִמְלָטוּ בְּךָ בָטְחוּ וְלֹא בוֹשׁוּ: דער ניגון איז אן אלטער ניגון וואס איז געווען אויף די ווערטער פון כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה.
ווען דער סאטמארער רבי זי"ע איז ניצול געווארן פון די נאצישע רשעים, אויפן וועג אין באן האט ער אגאנצן צייט געזאגט תהלים, ווען מ'איז אדורך געפארן דעם גרעניץ האט דער פונקט געהאלטן ביי דעם פסוק האט ער ארויפגעלייגט די ווערטער אויף דעם ניגון.
אלע יארן ווען איך טאנץ אויף דעם ניגון ווער איך עקסטער איבערגענומען, ווען איך בין זיך מתבונן דעם גודל הנס, עס איז בלי ספק אז ווען דער רבי וואלט חלילה אנגקומען קיין אוישוויץ רח"ל וואלט .......... ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזעהן. ווי ריכטיג האט געזאגט דער חכימא דיהודאי הרה"ח רבי סענדער דייטש ז"ל, כ"א כסלו איז די ערשטע טעג חנוכה. ממש אזוי, די דייטשן זענען אריינגעקומען און חרוב געמאכט וואס זיי האבן געקענט און דאס איבריגע מטמא געווען (איבריג ארויסצוברענגען וויאזוי רוב רובו פון כלל ישראל האט אויסגעזעהן נאכן קריג) און סאיז געשעהן א נס נשאר פח אחד נחתם בחותמו של כהן גדול.
סאיז עקסטער אינטערסאנט ווי דער רבי בשעת'ן באפרייט ווערן לא החזיק טובה לעצמו, נאר געזונגען בך בטחו אבותינו, אז אלעם איז בזכות אבות, כידוע זענען רבי'ס לבית סיגוט געווען אויסגעצייכנט במידת הענווה.
דער ניגון חסדי ה' האט דער סקולענער רבי ז"ל מחבר געווען, די אנדער חסדי ה', איז דער ניגון ציון ציון ציון הלא תשאלו, הלא תשאלו לשלום אסיריך, איי איי איי איי ציון, איי איי איי איי ציון, הלא תשאלו לשלום אסיריך. הרה"ח רבי אפרים ניימאן האט ארויפגעלליגט די ווערטער אויף דעם ניגון. (כ'מיין אז נאך פאר דער סקולענער רבי האט מחבר געווען דעם ניגון)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:38 pm

יאסל האט געשריבן:
הכל בכל מכל האט געשריבן:איך האב אמאל געזען א גאנצע ווידיאו פון די לעצטע כא כסליו טיש בשנת תשל"ט

די מיינסט לכאורה די באקאנטע פאטידזש,
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=862
וואס איז אגב נישט פון תשל"ט וואס איז פארגעקומען אין די ניו יארק סטעיטס ארמארי, נאר סאיז איינע פון די מיטן למ"ד יארן,
סאיז א שעה לאנגע ווידיאו מזעט דארט דעם פאלטישענ'ער רב ז"ל דרשה אזוי אויך זעט מען די התרגשות פונעם ציבור ווען דער רבי קימט אריין,

כהאב טאקע דאס געמיינט, דארט שטייט גראדע אז סאיז פון תשל"ט

און אז דו ווייסט שוין יא, אפשר זאגסטו מיר ווער זענען די וואס רעדן דארט

א גרויסן יישר כח
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 2:34 pm

דארט רעדט דער פאלטישאנער רב ז"ל, ר' סענדער, ר' יאסל, ר' עזריאל,

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:17 pm

אהה די נאסטאלגישע זכרונות פון די סעודות הודאה בהלו נרו על ראשינו פון רבינו הקדוש זיעועכ"י.

ס'קלינגט נאך אין די אויערן די ווערטער פון הרה"ח כהן שדעתו יפה רבי יודא הכהן ראזענבערג ז"ל, ווי ער פלעגט אזוי שיין דערציילן די השתלשות פונם נס הצלה יערליך פאר די קינדער אין קעמפ.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 12:28 pm

לכבוד היום הצלה, בך בטחו אבותינו בטחו אבותינו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 12:31 pm

דער בילד פון רבי'ן אין שווייץ איז געעוען אין צייטונגען מיט א קלארע פיענוח ווער די אידן אויפן בילד זענען און וואס דארט איז פארגעגאנגען, האט ווער אפשר די אינפארמאציע?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 12:52 pm

פארשלאפן כ'האב פארגעסן פונעם פקדון, בייגעלייגט איז דער שטיקל פונעם צייטונג מיט די אינפארמאציע פון די סצענע און די אידען אינעם בילד (אויב דער בילד איז נישט גענוג קלאר גוט א קוק אינעם פד"פ עטעטשמענט).
צוגעלייגטע
Scan.JPG
Kasztner1%20%28Custom%29.JPG
Scan.pdf
(78.35 KiB) דאונלאודעד 282 מאל

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 1:25 pm

ביי מיר זונגט שוין לעבעדיג 'רבי יום טוב עהרליך'ס' טעיפ. דער סאטמאר'ער רבי.

דער ניגון פון כ"א כסלו

אוי פארט אויף די וועגן א טרעין.....
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 1:30 pm

היינט האט עמיצער געשריגן "יתגדל" נאך שמו"ע.
ונימוקו עמו, ס'יז צווישן י"ט כסלו און כ"א כסלו א_ווי בין יום כיפור לחג..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 1:35 pm

אגב, רבי יום זינגט איין שטיקל אז דער רבי האט נישט געוואלט אנעמען דעם אנבאט פון ווערן באפרייט, ער האט ענדערש געוואלט גיין אויף קידוש ה'

כמיין אז דעם שטיקל האט ער אריינגעלייגט בלויז אז סזאל שטומען דער גראם.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 1:46 pm

אלף בית האט געשריבן:אגב, רבי יום זינגט איין שטיקל אז דער רבי האט נישט געוואלט אנעמען דעם אנבאט פון ווערן באפרייט, ער האט ענדערש געוואלט גיין אויף קידוש ה'
כמיין אז דעם שטיקל האט ער אריינגעלייגט בלויז אז סזאל שטומען דער גראם.


איך ווייס נישט צו מיט'ן רבי'ן איז געווען אזוי, אבער ביי אסאך גדולים ורבנים רבי'ס און ראשי ישיבות, איז געווען אזוי, מכח כמה סיבות:
א) ווייל זיי האבן דאס געהאלטן פאר א זכי'.
ב) זיי האבן געוואלט זיין א כפרה פאר כלל ישראל, און ס'זאל מקויים ווערען 'והמגפה נעצרה'.
ג) זיי האבן געקלערט אז מיט דעם וואס זיי - אלץ גדולי ישראל - ראטעווען זיך, נעמען די ימ"ש'ניקעס נקמה אין די אנדערע אידן בכפליים.

און מסתמא זענען געווען נאך סיבות, והיודע יביאם אלינו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 2:07 pm

אדמו"ר מהר"א האט פאריאר ארומגערעדט איבער דעם. צדיקם לעבן אבער נישט פארזוך, דעם רבין'ס הצלה איז נישט געווען קיין פרטיותדיגע, ס'איז געווען די הצלה פונעם דור. ווי כ'האב לעצטנס געהערט פון א איד בשם אביו הרה"צ ר' מ"ל ז"ל - נישט קיין סאטמערער - אז זיינע נאנטע ידידים פון דערהיים זענען נאכן קריג זייענדג צובראכן נאכן פארלירן רח"ל אלעס (ער איז געווען בערך 20 יאר און זיינע חבירם - אינגע בחורים ווי ער - האבן פארלוירן ס'גאנצע משפחה) געווען ממש בדיוטה התחתונה רח"ל, אבער קומענדיג צום רבין - זיך צו טרעפן מיט לאנדסלייט - האט אויפגעפלאמט די אמונה טהורה און אהבת השם מיט מס"נ. ער זאגט זיי האבן אלע געוויסט וואס דער רבי האט פארלוירן, ער האט איבערגעלאזט אינעם בלוטיגן אייראפע טויזענטער חסדים און ידידים, אבער ער איז געווען שטארק ווי א לייב, דאס האט זיי אויפגעלעבט און זייערע דורות זענען לשם ולתפארת. דאס מיינט א הצלה פארן דור!

מ'האט מען אמאל געפרעגט דעפ רבין בעל ברך משה זי"ע פארוואס ער פראוועט נישט כ"ה אייר, זיין פערזענליכע יום הצלה? האט ער געגעבן שתי תשובת בדבר: ערשטנס געפאלט אין דעם טאג אויס די יארצייט פון אחיו הגדול הגה"צ רבי יוקתיאל יוהדא זצ"ל מסיגוט, צווייטנס איז שוין כ"א כסלו כולל די הצלה פון גאנץ כלל ישראל, מילא פעלט נישט אויס צו מאכן נאך איין.

לאמיר אלע זינגען הויך: חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 2:12 pm

פרעגער;
דו האסט א עובדא צו דיין באהויפטונג? אדער א מקור מוסמך?

דו רעדסט זייער כלליותדיג, און מען ברויך ברייטע פלייצעס דאס צו זאגן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 2:33 pm

דער ברך משה זי"ע האט אמאל געזאגט אז יעדער איד באזונדער האט געהאט זיין אייגענעם יום הצלת פונעם גוף, אבער כ"א כסלו איז דער יום ההצלה פונעם נפש, וואס דאס איז איין טאג פאר גאנץ כלל ישראל.

די ווערטער פארענטפערן אביסל די טענה היכתן מפראוועט א יום טוב ווען אין די צייט זענען 6,000,000 אידן אומקוגעקומען עקד"ה. נאר דער יום טוב איז נישט אויפן הצלת הגוף ווייל אויף איז זיך ליידער נישטא וואס זיך צו פרייען.
דער יום טוב איז אויף "הצלת הנפש" דורך דעם וואס דער רבי איז געראטעוועט געווארן.
ווי האט געזאגט הרב שך ז"ל "מיינע פיאות קומט צו פארדאנקען דעם סאטמאר רב"
עס שטומט טאקע זייער גוט מיט דעם אויסדרוך פון הרב סענדער דייטש ע"ה אז כ"א כסלו איז די ערשטע טעג חנוכה.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
(אגב, דער פסוק שטומט זייער גוט מיטן מצב. וואס די אידן האבן געלויבט דעם אייבערשטן ביים 'חורבן בית המקדש' ווען כלל ישראל האט אלעס פארלוירן, אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון. דאס זעלבע יעצט ווען מיר האבן אלעס פארלוירן טאטעס מאמעס ווייב און קונדער, דאך דארף מען לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס מיר האבן יא די זכי' צו זעהן)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 9:11 am

א פלאמפייערדיגער בריעוו פון הרה"צ ר' ישעי' אשר זעליג מרגליות ז"ל געשריבן צו אנ"ש חסידי סאטמאר אין ב"ב לרגל די סעודת הודאה מסיבה בשנת תש"כ.

פון: אוצרות ירושלים תשל"ג.
צוגעלייגטע
מרגליות כא כסליו תשכ.JPG
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 11:50 am

וויאנמיען קען סעיוון די ווידוא פון TSOFAR פאר א פייל אין קאמפיוטער?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט