בלאט 1 פון 10

רבי חנינא אברהם לייטנער ז"ל, מ'מאנטיווידעא, ח"י חשון תשס"ח

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:03 am
דורך wildturkey
היינט זונטאג חי' שרה ח"י מר-חשון תשס"ט לפ"ק איז די ערשטע יארצייט פון דעם לאנג יעריגן ראש ישיבה און תלמיד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע הגה"צ ר' חנינה אברהם לייטנער אבד"ק בנין דוד ד'מאנטיווידעא

עס איז זייער באוואוסט געווען זיין כח התורה און ספעציעל אין הלכה, איך האב היינט געהערט ביי זיין יארצייט סעודה אז עס איז דא אפגעשריבן פון אים חידושים אויף גאנץ ש"ס און אויף רמב"ם מען גרייט זיך יעצט צו נעמען איבער ארבייטן און עס דרוקן.

ווי אויך איז באקאנט אז פאר א יעדע פסק וואס ער האט ארויסגעגעבן איז ער געזיצן דערויף שעות לאנג צו דערגרונטעווען די ריכטיגע מציאות הדברים און הערשט נאכדעם ארויסגעגעבן זיין חוות דעת.

זיין עבודה האט ארויסגעברענט יעדע מינוט דעם שויתי ה' במלא המובן הן ביים דאווענען און הן ביים לערנען וןאס ביי אים איז דאס אויך געווען א חלק פון עבדות ה', ער פלעגט אסאך מאל זאגן: די וועלט זאגט דאווען ערליך לערן פלייסיג און עס מיט אפעטיט אבער איך זאג דאווען פלייסיג לערן מיט אפעטיט און עס ערליך.

איך בין נישט דער וואס זאל אים באשרייבן, אבער ווער עס האט עפעס צו פארציילן זאל זיך דא משתתף זיין.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:09 am
דורך מיללער
ער איז געווען אן איידעם ביים ווייצענער רב זצ"ל דער בנין צבי א זוהן פונעם בנין דוד, זיין קהילה אין וומ"ס האט ער קורא שם געווען ע"ש זקנו הבנין דוד.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:13 am
דורך wildturkey
און ע"ש די שטאט מאנטיווידעא - אין אוראגוויי - ווי ער איז געווען רב פאר א שטיק צייט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:15 am
דורך מיללער
טערק,
איר האט אפשר א בילד פונעם מאנטיווידעא רב?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:22 am
דורך wildturkey
איך האב עפעס אבער איך דארף עס אריינסקענען און עס איז נישט בכדי שיעשה אויף יעצט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 1:29 am
דורך wildturkey
געטראפן אויפן וועב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 10:25 am
דורך farshlufen
ער איז געווען ספעציעל אפגעהוטן נישט צו עסן גארנישט וואס איז נישט געמאכט געווארן ביי אים שטוב אריינגערעכנט אלע מילכיגע פראדוקטן.

איך דערמאן זיך ווי ער פלעגט ביי זיך און שול צוזאמענעמען אלע מודעות פון די וואנט און עס אוועקלייגן אין שמות.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 12:03 pm
דורך מיללער
פארשלאפן,
וואס איז פשט פון לייגן די מודעות אין שמות?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 2:04 pm
דורך wildturkey
מיללער ער פלעגט זייער מקפיד זיין אויף אותיות מרובעות.

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"צ ר' יוסף צבי דושינסקי ז"ל ווי ער אנגעקומען סוף קריג קיין א"י און הרב מדושינסקי האט אים ארויסגעוויזן א ספעציעלע חביבות, ווי אויך נאכדעם וואס ער איז שוין געפארן קיין אמעריקא האט ער זיך זייער אסאך געשריבן מיט זיין זון הרב ישראל משה - ירושלימער רב.

עס ווערט דערציילט אז ווען מען האט אים אנגעטראגן פאר ווייצענער רב איז ווייצענער רב אריין צו רבי"ק מסאטמאר און געפרעגט אז מען טראגט אים אן אפאר שידוכים בנש"ק'לעך און ר' אברהם האט נישט דער יחוס האט דער רבי געזאגט אז זיין יחוס פאנגט זיך אן ביי אים ער האט יחוס עצמו.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 2:26 pm
דורך אלף בית
פאר א שטיק צייט איז ער געווען א ראש ישיבה אין די סאטמארע ישיבה גדולה, ערגעץ אין די כ' יארן נאכדעם ווי ער איז צוריקגעקומען פון ארוגוואי צוליב צרכי רפואה, מיט יארן שפעטער האט ער אליין געפענט א ישיבה.
אזוי אויך איז ער געווען דער רבי פון מערערע גדולי הפוסקים בדורינו, אסאך רבנים און דיינים האבן גענומען ביי אים שימוש.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 9:00 pm
דורך זיידעניו
א ברכה

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 9:02 pm
דורך זיידעניו
בכונה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2009 5:30 pm
דורך מיללער
א שיין בילד ביי א חתונה מיט להבחל"ח זיין שוואגער הרה"צ ר' זלמן לייב מייזליש אב"ד סי-געיט ולידו בנו ר' שמעון זאב מייזליש מקרית יואל.

געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2009 6:21 pm
דורך נחמן נתן
ווען "הוצאת בית רחל" האט ארויסגעגעבן דעם וואונדערבארן קונטרס "אני מאמין" אויף אידיש מיוסד אויף די י"ג עיקרים, האט דער רבי (בעל ויוא"מ) באפוילן אז דער מאנטווידעאער רב זצ"ל זאל דאס איבערגיין און איבערקוקן.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 10:41 am
דורך מיילעך
המצבה:

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 2:07 pm
דורך יוסלמאן
wildturkey האט געשריבן:געטראפן אויפן וועב


דאס בילד איז גייענדיג צו א פראטעסט אין מאנהעטן חול המועד פסח תשס"ה. האב כ'רעכט?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2009 8:02 am
דורך farshlufen
געזען אן אדווערטייזמענט צו די ערשיינונג פון ר"א'ס א ספר כמדומה לי שנקוב בשם בנין אברהם, עדיין לא זכיני לראותו, ואי"ה וועל מיר א קוק טאן דערין ביי די נאנענטסטע געלעגנהייט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 08, 2009 8:09 am
דורך ברוקלין
איך האב געזעהן די נייע ספר 'בנין אברהם'. זייער א שיינע ארבעט - די אותיות, פאפיר, דעקל.

די איהאלט פין די ספר איז בעיקר דברי אגדה געפלאכטען מיט מוסר אין יר"ש; בערך אזוי ווי דער דברי יואל.

רוב ספר איז וואס די תלמידים האבען ארפגעשריבן, נישט פין כתי"ק.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 3:57 pm
דורך מאכט נישט אויס
יא א הערליכע ספר הייליגע בחינות ווער עס האט אים געקאנט זעט אים ממש אינעם ספר זי"ע

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 4:02 pm
דורך farshlufen
ברוקלין האט געשריבן:בערך אזוי ווי דער דברי יואל.

לדעתי נאר מיטן ניגון ביים זאגן.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 8:07 am
דורך יוסלמאן
wildturkey האט געשריבן:היינט זונטאג חי' שרה ח"י מר-חשון תשס"ט לפ"ק איז די ערשטע יארצייט פון דעם לאנג יעריגן ראש ישיבה און תלמיד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע הגה"צ ר' חנינה אברהם לייטנער אבד"ק בנין דוד ד'מאנטיווידעא


וועליכע יאר און ווי (אורשיווע - קראלי - סאטמאר - ירושלים - וויליאמסבורג) האט ער געלערנט ביים רבין ז"ל?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 8:56 am
דורך מאכט נישט אויס
ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 9:26 am
דורך מיללער
עס מאכט גראדע יא אויס,
ברוך הבא יהא בואכם לברכה, עס זעהט אויס אז איר האט געהאט א שייכות מיט דעם צדיק, אפשר קאנט איר אונז מהנה זיין מיט מער פרטים אדער בילדער, מאכט אייך באקוועם.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 9:39 am
דורך יוסלמאן
מאכט נישט אויס האט געשריבן:ער איז טאקע נישט געווען א תלמיד פין די ישיבה פון רבי'ן , אבער ער האט זייער אסאך מקבל געווען אין נאנט געווען צום סאטמארער רבין האט ער זיך געהאלטן פאר א תלמיד


שלום עליכם, איר זאלט יא אויסמאכן לטובה בבית מדרשינו.

ס'איז א חילוק צווישן א תלמיד פון א רבין בתור בחור וראש ישיבה צו א תלמיד בשיטה וכו', נישט ח"ו צו פארקלענערן די דביקות פונען רב ז"ל אינעם רבין זי"ע, אבער א תלמיד רופט מען א תלמיד פון ישיבה. איר קענט מיר אפרעגן אז די רבי ז"ל האט יא געשריבן רבותי אויפ'ן חת"ס אונעם דברי חיים טראץ ער איז געבוירן נאך זייער פטירה, אבער געווענליך א תלמיד מיינט אין ישיבה.

עכ"פ מיר ערווארטן צו הערן פון אייך מער איבערן רב ז"ל.

------

מילער, איין בילד האמיר שוין מפענח געווען.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 7:58 pm
דורך מאכט נישט אויס
לאמיר אייך באקאנט מאכן מיט א קלייניגקייט וואס איך האב געהערט פונעם חשובן קרית יואל'ער דיין הגאון ר' געציל שליט"א (וואס איז באקאנט אלס תלמיד מובהק פונעם רב ז"ל וואס ער האט געהאט די זכי' דורך צולערנען גאנצעטע מסכתות מיט פילע ס' שו"ע אין די תשכ -ל' יארן גאנצע נעכט, אז איינמאל אין מיטן לערנען האט מען זיך זייער געפלאגט אויף א פשט און א געויסע ענין, ‏(צי אין שו"ע אדער גמ' געדענק איך נישט), אין איז זיך געגאנגען מיכן זיין, אין האט זיך אנגערופן אפשר דעס ביסעלע פסולת לאזט מיך נישט פארשטיין אין נאך דעם האט מען אלעס פארשטאנען
נישט אומזיסט האט ער געזאגט ביי די לויה קדוש וטהור אין איז געווען איין שטיק תורה נתעצם בעצם קדושת התורה.