רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

קען מען הערן ערגעץ די הערליכע מעמד וואס איז געווען אין וומסב"ג פארגאנגענע חול המועד, די פאנעל פון אלע משמשים?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:קען מען הערן ערגעץ די הערליכע מעמד וואס איז געווען אין וומסב"ג פארגאנגענע חול המועד, די פאנעל פון אלע משמשים?

גא״מ
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ריבניצע'ר האט געשריבן:האט'ס געפויעל'ט אלעס גוטס

מיר ווילן הערן אייערע הארות והערות איבער סדר ביים הילולא קדישא פון רבינו הק' מריבניץ זי"ע כדי צו וויסן וואס מען קען פארבעסערן די קומענדיגע יארן בס"ד

סורוועי תש"פ

וועלכע ריבניצ'ע ארגאניזאציע נויטיגט זיך אין אימעיל אדרעסן פון ריבניצ'ער חסידים? די חדר, תהילים כולל אדער א פרישע?
ריבניצע'ר
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:51 pm

תגובה דורך ריבניצע'ר »

עושר וכבוד האט געשריבן:

קענסט ענטפערן אזויווי אסאך אנדערע
[email protected]
4@gmail.com
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

ריבניצע'ר האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
ריבניצע'ר האט געשריבן:האט'ס געפויעל'ט אלעס גוטס

מיר ווילן הערן אייערע הארות והערות איבער סדר ביים הילולא קדישא פון רבינו הק' מריבניץ זי"ע כדי צו וויסן וואס מען קען פארבעסערן די קומענדיגע יארן בס"ד

סורוועי תש"פ

וועלכע ריבניצ'ע ארגאניזאציע נויטיגט זיך אין אימעיל אדרעסן פון ריבניצ'ער חסידים? די חדר, תהילים כולל אדער א פרישע?

קענסט ענטפערן אזויווי אסאך אנדערע
[email protected]
4@gmail.com

שוין געענטפערט, אבער נישט דארט געווען אזוי לאנג וויפיל שאלות מפרעגט
רבי! פליז פאקעס...
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ריבניצע'ר האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
ריבניצע'ר האט געשריבן:האט'ס געפויעל'ט אלעס גוטס

מיר ווילן הערן אייערע הארות והערות איבער סדר ביים הילולא קדישא פון רבינו הק' מריבניץ זי"ע כדי צו וויסן וואס מען קען פארבעסערן די קומענדיגע יארן בס"ד

סורוועי תש"פ

וועלכע ריבניצ'ע ארגאניזאציע נויטיגט זיך אין אימעיל אדרעסן פון ריבניצ'ער חסידים? די חדר, תהילים כולל אדער א פרישע?

קענסט ענטפערן אזויווי אסאך אנדערע
[email protected]
4@gmail.com

איך בין נישט אינטערעסירט. כ'האב געפרעגט א פראגע און כ'האב שוין די תירוץ אגב, פון דיין אנדערע תגובה וואס פראמאוט די תהילים ריבניץ.

כ'האב נאר געוואלט אז אנדערע זאלן וויסן אז א ספעמער פלאנט צו נוצן די אדרעסן. יישר כח פאר'ן צושטימען.
ריבניצע'ר
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריבניצע'ר »

עושר וכבוד האט געשריבן:
ריבניצע'ר האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
ריבניצע'ר האט געשריבן:האט'ס געפויעל'ט אלעס גוטס

מיר ווילן הערן אייערע הארות והערות איבער סדר ביים הילולא קדישא פון רבינו הק' מריבניץ זי"ע כדי צו וויסן וואס מען קען פארבעסערן די קומענדיגע יארן בס"ד

סורוועי תש"פ

וועלכע ריבניצ'ע ארגאניזאציע נויטיגט זיך אין אימעיל אדרעסן פון ריבניצ'ער חסידים? די חדר, תהילים כולל אדער א פרישע?

קענסט ענטפערן אזויווי אסאך אנדערע
[email protected]
4@gmail.com

איך בין נישט אינטערעסירט. כ'האב געפרעגט א פראגע און כ'האב שוין די תירוץ אגב, פון דיין אנדערע תגובה וואס פראמאוט די תהילים ריבניץ.

כ'האב נאר געוואלט אז אנדערע זאלן וויסן אז א ספעמער פלאנט צו נוצן די אדרעסן. יישר כח פאר'ן צושטימען.

אינטרערסאנט אז די צוויי שעה נאך דיין תגובה איז צוגעקומען דאפלט די ריספאנס צום סורוועי ווי די צוויי טעג פארדעם
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

ווי זעהט מען די רעזאלט?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

דער צדיק האט געזאגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סגולה לישועה כששותין לחיים שישתו שני כוסות - שכן איתא בהגדה "מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל"
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ווען האט ער עס געזאגט?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יוראפ האט געשריבן:ווען האט ער עס געזאגט?

לאחד ששתה לחיים לפניו ובקש ברכתו - אמר לו שימזוג כוס שני ויוושע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

ר׳ דוד
זייט אביסעלע קלארער מסביר ווען אין ווי די
רבי האט דאס געזאגט ?
קימט אריין קלאר ביטע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

גדלי וואסער שעפער האט געשריבן:ר׳ דוד
זייט אביסעלע קלארער מסביר ווען אין ווי די
רבי האט דאס געזאגט ?
קימט אריין קלאר ביטע

מעשה שהיה כך היה סיפר חסיד גור מבארא פארק שהיה לו שיעור עם הרבי במשך זמן ולמדו מסכת מגילה פעם אחר הלימוד שתו לחיים שם וכשרצה להושיט ידו להרבי ליתן לחיים אמר לו שימזוג עוד כוס שני באומרו לו "שבהגדה מובא "מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל "
זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לפי יענעם בעל דמיון שסיפר בשם בעל דמיון אחר אויב ס'איז אמת געווען אמאל, איז עס שוין א סגולה בדוק ומנוסה, כ'הער...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

געהערט א מעשה היינט פון א איד, איך האלט נאך אינמיטן נאכגיין די פונקטליכע מקור, און אדרבה טאמער איינער ווייסט א מקור זאל ביטע מוחל זיין און באשטעטיגען.

א איד האט געהאט א שווערע קעיס אין קארט וואס האט איהם געלויערט תפיסה, איז ער אריבער איין נאכט שפעט ביינאכט צום ציון הקדוש פון די ריבניצער רבי זצ"ל אין מאנסי און זיך אויסגעוויינט זיין ביטער הארץ, און איינגעריסן הויעך אויפן קול און געשריגן מנהמת לבו אז דער צדיק זאל פועל'ן פאר איהם א ישועה.

אינמיטן אזוי שטייענדיג ביים ציון שטעלט זיך אפ א קאר ביים בית החיים און עס קומט ארויס א נישט אידישע פרוי און זי שפאצירט ארויף ביזן ציון און פארציילט אז איר קאר לויפט אויס פון געז און זי איז זייער פארלוירן שטייענדיג שפעט ביינאכט, דורכפארנדיג דא האט זי געהערט די קולות פון דעם איד ביזן ראוד האט זי פארשטאנען אז מענטשן זענען דא, וויל זי איהם בעטן צו ער קען איהר העלפן. די איד האט ווי א איד רחמנות געהאט און צוגעלייגט א פלייצע און ארויסגעהאלפן די מצב.

פאר זי איז ווייטער געפארן האט זי איהם פארציילט אז בשכר די טובה וואס ער האט איר געטוען, קען ער קאלן איר טאטע וואס האט מיטגעהאלטן איר דילעמע די גאנצע צייט און מיטגעהאלטן ווי דער איד האט איר געהאלפן בעת דחקה, און ער איז א גרויסע לאויער און טאמער ס'פעלט איהם אמאל אויס וועט ער גערן גרייט זיין איהם ארויסצוהעלפן בחינם.

די איד האט נישט געטראכט קיין צוויי און אפגערופן דעם טאטן און פארציילט זיין פעקל און וועגן דעם מארגנדיגן קארט וואס ווארט איהם אפ, אזוי שמועסנדיג מיטן טאטן האט זיך ארויסגעשטעלט די גאר פלא'דיגע פאקט, אז דער טאטע גייט מארגן דינען אלס פראסעקיוטער אויף זיין קעיס! און ער האט איהם פארשפראכן אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן און אלעס וועט זיין אין ארדענונג, וכך הוה די נעקסטן טאג אין קארט איז די קעיס געווארן דיסמיסט און ער איז ריינגעוואשן געווארן פון אלע קלאגעס.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ק/פ פון א עזר לרפואה עסקן

איך בין געווען דעם דארנעשטאג אין מאנסי דעריבער האב איך אריינגעסטאפט צום ריבניצער רבי'ן זי"ע און כהאב מזכיר געווען א פרוי פון לעיקוואד וואס איז נעבעך ביטער קראנק אויף סטעידש 4 און זי איז געווען קריטיש אין ICU אין שפיטאל צוליב וואס זי האט געהאט א עמאויניע אינפעקשאן און די בלוט איז זייער נישט גוט געווען כהאב אראפגעלייגט איר קוויטל און שטארק מתפלל געווען לחולי ישראל בכלל און פאר איר בפרט
און ב"ה פרייטאג איז זי ארויס פון ICU און היינט זונטאג ערב חנוכה איז זיי אהיים ב"ה אויף די 2 פיס, א זאך וואס איז כמעט שלא כדרך הטבע, כן יעזור השם אויף א גאנצע רפואה

(יענער נעמט די רפואה טראפן פון עזר לרפואה און כהאב מתפלל געווען אויפן גאנצן ענין נאכדעם וואס מזעהט ב"ה סיי ביי איר און סיי ביי אלע אנדערע אז סדא גאר שטארק ווי די ברכה זאל חל זיין מדארף נאר דער צדיק זאל פועלן אויבן א ישועה פארן כלל ישראל אז די געוואלדיגע מיטלען זאלן טאקע ארבעטן ריכטיג און טאקע פאר אלע אלע חולי ישראל)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

חושב מחשבות... האט געשריבן:געהערט א מעשה היינט פון א איד, איך האלט נאך אינמיטן נאכגיין די פונקטליכע מקור, און אדרבה טאמער איינער ווייסט א מקור זאל ביטע מוחל זיין און באשטעטיגען.

א איד האט געהאט א שווערע קעיס אין קארט וואס האט איהם געלויערט תפיסה, איז ער אריבער איין נאכט שפעט ביינאכט צום ציון הקדוש פון די ריבניצער רבי זצ"ל אין מאנסי און זיך אויסגעוויינט זיין ביטער הארץ, און איינגעריסן הויעך אויפן קול און געשריגן מנהמת לבו אז דער צדיק זאל פועל'ן פאר איהם א ישועה.

אינמיטן אזוי שטייענדיג ביים ציון שטעלט זיך אפ א קאר ביים בית החיים און עס קומט ארויס א נישט אידישע פרוי און זי שפאצירט ארויף ביזן ציון און פארציילט אז איר קאר לויפט אויס פון געז און זי איז זייער פארלוירן שטייענדיג שפעט ביינאכט, דורכפארנדיג דא האט זי געהערט די קולות פון דעם איד ביזן ראוד האט זי פארשטאנען אז מענטשן זענען דא, וויל זי איהם בעטן צו ער קען איהר העלפן. די איד האט ווי א איד רחמנות געהאט און צוגעלייגט א פלייצע און ארויסגעהאלפן די מצב.

פאר זי איז ווייטער געפארן האט זי איהם פארציילט אז בשכר די טובה וואס ער האט איר געטוען, קען ער קאלן איר טאטע וואס האט מיטגעהאלטן איר דילעמע די גאנצע צייט און מיטגעהאלטן ווי דער איד האט איר געהאלפן בעת דחקה, און ער איז א גרויסע לאויער און טאמער ס'פעלט איהם אמאל אויס וועט ער גערן גרייט זיין איהם ארויסצוהעלפן בחינם.

די איד האט נישט געטראכט קיין צוויי און אפגערופן דעם טאטן און פארציילט זיין פעקל און וועגן דעם מארגנדיגן קארט וואס ווארט איהם אפ, אזוי שמועסנדיג מיטן טאטן האט זיך ארויסגעשטעלט די גאר פלא'דיגע פאקט, אז דער טאטע גייט מארגן דינען אלס פראסעקיוטער אויף זיין קעיס! און ער האט איהם פארשפראכן אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן און אלעס וועט זיין אין ארדענונג, וכך הוה די נעקסטן טאג אין קארט איז די קעיס געווארן דיסמיסט און ער איז ריינגעוואשן געווארן פון אלע קלאגעס.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

מורא׳דיג.
הפלא ולפעפעלע.
אינטרעסאנט אז תילים כולל האט עס נאכנישט געדרוקט אין זייער טעגליכע מופתים קאלום?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נישט אלע מעשיות זענען אמת.
אבער מען מוז נישט חוזק מאכן.
גאר אסאך מעשיות זענען יא אמת.
וואס איך האלט אליינס מיט!
בענין רפואות, שידוכים, פרנסה, ועוד.

איך האב נאך אן הערה. איעדער רעדט נאר פון די מופתים פונעם היילגן צאדיק בחיים חיותו.

אבער מען רעדט נישט גענוג פון זיין צדקות און עבודות השם. וויאזוי האט א בשר ודם געקענט שטיין שעות ארוכות איבערגעבויגן כמעט אין האלב אהן זיך אהנכאפן, שעות ארוכות (ביום כיפור, ועוד)?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

Kosher Travel האט געשריבן:נישט אלע מעשיות זענען אמת.
אבער מען מוז נישט חוזק מאכן.
גאר אסאך מעשיות זענען יא אמת.
וואס איך האלט אליינס מיט!
בענין רפואות, שידוכים, פרנסה, ועוד.

פון די ראוד קען מען הערן קולות פון ציון?
ווען איינער האט נישט קיין געז קענסטו אים העלפן?
יענעמס טאטע איז א לאיער, אבער געווארן א פראסעקיוטער?

א מעשה דארף כאטש האבן הענט און פוס.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מצלמה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:נישט אלע מעשיות זענען אמת.
אבער מען מוז נישט חוזק מאכן.
גאר אסאך מעשיות זענען יא אמת.
וואס איך האלט אליינס מיט!
בענין רפואות, שידוכים, פרנסה, ועוד.

פון די ראוד קען מען הערן קולות פון ציון?
ווען איינער האט נישט קיין געז קענסטו אים העלפן?
יענעמס טאטע איז א לאיער, אבער געווארן א פראסעקיוטער?

א מעשה דארף כאטש האבן הענט און פוס.

גוט געפרעגט. מיר האט אויך געבאדערט די אלע קשיות, אבער איך מאך עס נישט אוועק ווילאנג איך קום נישט אן צום מקור ראשון, קען זיין דער וואס האט עס מיר פארציילט האט פארדרייט אפאר פרטים..

כידוע הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זצ"ל, האט אמאל פארציילט א מעשה פלא, און זייענדיג א דייקן נאכצוגיין די מקורות פון יעדע מעשה, האט ער זיך אויס געדרוקט נאך די מעשה בזה"ל: די מעשה האב איך געהערט פון יענעם וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע וואס האט עס מקבל געווען מפי שקרן וזייפן מפורסם בדורו.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

מצלמה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:נישט אלע מעשיות זענען אמת.
אבער מען מוז נישט חוזק מאכן.
גאר אסאך מעשיות זענען יא אמת.
וואס איך האלט אליינס מיט!
בענין רפואות, שידוכים, פרנסה, ועוד.

פון די ראוד קען מען הערן קולות פון ציון?
ווען איינער האט נישט קיין געז קענסטו אים העלפן?
יענעמס טאטע איז א לאיער, אבער געווארן א פראסעקיוטער?

א מעשה דארף כאטש האבן הענט און פוס.

יא ביינאכט קענסטו הערן קולות ביזן ראוד,
יא איינער דארף געז , קענסטו גיין מיט דיין קאר נעמען געז אין א באטעל פאר יענעם , בדידי הוא עובדא עטליכע מאל,
לאיער /פראסקעיוטער/זשאזש גייט געווענליך באנאזאם ,
סאיז א מורא'דיגע מעשה אויב אמת ,אבער אלס דיטעילס שטומט עס פיין , א זשאדזש האט מיר 3 וואכן צוריק געזאגט אז ער איז א לויער און איך קען אים נוצן ... פארשטייט זיך אין א אנדערע קארט
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

מצלמה האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:געהערט א מעשה היינט פון א איד, איך האלט נאך אינמיטן נאכגיין די פונקטליכע מקור, און אדרבה טאמער איינער ווייסט א מקור זאל ביטע מוחל זיין און באשטעטיגען.

א איד האט געהאט א שווערע קעיס אין קארט וואס האט איהם געלויערט תפיסה, איז ער אריבער איין נאכט שפעט ביינאכט צום ציון הקדוש פון די ריבניצער רבי זצ"ל אין מאנסי און זיך אויסגעוויינט זיין ביטער הארץ, און איינגעריסן הויעך אויפן קול און געשריגן מנהמת לבו אז דער צדיק זאל פועל'ן פאר איהם א ישועה.

אינמיטן אזוי שטייענדיג ביים ציון שטעלט זיך אפ א קאר ביים בית החיים און עס קומט ארויס א נישט אידישע פרוי און זי שפאצירט ארויף ביזן ציון און פארציילט אז איר קאר לויפט אויס פון געז און זי איז זייער פארלוירן שטייענדיג שפעט ביינאכט, דורכפארנדיג דא האט זי געהערט די קולות פון דעם איד ביזן ראוד האט זי פארשטאנען אז מענטשן זענען דא, וויל זי איהם בעטן צו ער קען איהר העלפן. די איד האט ווי א איד רחמנות געהאט און צוגעלייגט א פלייצע און ארויסגעהאלפן די מצב.

פאר זי איז ווייטער געפארן האט זי איהם פארציילט אז בשכר די טובה וואס ער האט איר געטוען, קען ער קאלן איר טאטע וואס האט מיטגעהאלטן איר דילעמע די גאנצע צייט און מיטגעהאלטן ווי דער איד האט איר געהאלפן בעת דחקה, און ער איז א גרויסע לאויער און טאמער ס'פעלט איהם אמאל אויס וועט ער גערן גרייט זיין איהם ארויסצוהעלפן בחינם.

די איד האט נישט געטראכט קיין צוויי און אפגערופן דעם טאטן און פארציילט זיין פעקל און וועגן דעם מארגנדיגן קארט וואס ווארט איהם אפ, אזוי שמועסנדיג מיטן טאטן האט זיך ארויסגעשטעלט די גאר פלא'דיגע פאקט, אז דער טאטע גייט מארגן דינען אלס פראסעקיוטער אויף זיין קעיס! און ער האט איהם פארשפראכן אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן און אלעס וועט זיין אין ארדענונג, וכך הוה די נעקסטן טאג אין קארט איז די קעיס געווארן דיסמיסט און ער איז ריינגעוואשן געווארן פון אלע קלאגעס.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

מורא׳דיג.
הפלא ולפעפעלע.
אינטרעסאנט אז תילים כולל האט עס נאכנישט געדרוקט אין זייער טעגליכע מופתים קאלום?

פארוואס מאכסטו חוזק?? איך ווייס נישט פון די מעשה אבער איך קען איינעם פערזענליך וואס איז דורך געגאנגען שווערע פינאנציעלע צייטן און האט נעבעך געהאלטן ביים פיילן ׳טשעפטער עלעווען׳ ער איז געפארן צום ציון זיך אויסגיסן דאס הארץ, געלאזט ביים ציון אלע קאורט פאפירן.. ממש פארן אהיימגיין איז איינער צוגעקומען צו אים, יענער האט נישט אויסגעקוקט ווי א היימישער.. בקיצור ער פרעגט אים וואס גייט פאר? פארוואס וויינסטו אזוי? האט ער פארציילט דעם אמת.. ער האט שווערע פראבלעמען און קען זיך נישט ארויסזעהן דערפון, זאגט אים יענער ״איך בין א לויער וואס ספעציעלירט זיך מיט די זאכן, און איך נעם די קעיס אויף מיר! ער האט ברוך השם זיך מסדר געווען מיט זיין הילף און זיך שוין היינט געשטעלט אויף די פיס! בזכותו של אותו צדיק!!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

Kosher Travel האט געשריבן:נישט אלע מעשיות זענען אמת.
אבער מען מוז נישט חוזק מאכן.
גאר אסאך מעשיות זענען יא אמת.
וואס איך האלט אליינס מיט!
בענין רפואות, שידוכים, פרנסה, ועוד.

איך האב נאך אן הערה. איעדער רעדט נאר פון די מופתים פונעם היילגן צאדיק בחיים חיותו.

אבער מען רעדט נישט גענוג פון זיין צדקות און עבודות השם. וויאזוי האט א בשר ודם געקענט שטיין שעות ארוכות איבערגעבויגן כמעט אין האלב אהן זיך אהנכאפן, שעות ארוכות (ביום כיפור, ועוד)?

חנוכה גראדע זאגט מען פלעגט ער אויך שטיין איבערגעבויגן אין האלב ביז די לעכט האט אויסגעברענט!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איך מיין אויף די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויפן הייליגען רימניצער קען מען זאגן: ווער עס גלייבט אלעס איז ...
אבער עס האט געקענט זיין אמת...
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

היינט יום ה פרשת מקץ
נר ד דחנוכה

איז די יארצייט פין די ריבניצע רביס טאטע
הרר" משה בן ר יחיאל מיכאל ע"ה
סאיז זיכער די רבי זי"ע וועט האבן א נחת רוח פין דעי וואס טיען א דבר טוב לע"נ
זיין טאטן

!!!געפוילט אלעס גיטס
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”