רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

היינט איז די יארצייט זי"ע
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק

ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)

בני ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ב-א. בנו ר' קלמן בעער מווידאמא חתנו של ר' עמנואל מפרשעדבורז
ב-ב. חתנו ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ (בן ר' מנחם מענדל מלינסק ברא"ח מלינסק בהרה"ק מראפשיץ)

בני ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט
ג-א. בנו ר' חיים שמואל מחענטשין חתן ר' יהושע העשיל פ"ת בן הברוך טעם

בני ר' חיים מאיר הלוי עפשטיין מניישטאט (א-א)
א-א-א. בנו ר' אברהם מסטופניץ
א-א-ב. בנו ר' משה לוי
א-א-ג. בנו ר' אלימלך
א-א-ד. בנו ר' אלעזר הלוי עפשטיין האדמו"ר מזאלעשיץ

מעות קדימה אויפן ספר "תפארת צבי - אהע"ז" געדרוקט אין יאזעפאף בשנת תרכ"ז בחייוו פונעם גוטער איד, עס ווערן דארט אויסגערעכנט עטליכע קינדער און אייניקלעך פונעם גוטער איד פון ניישטאט.

עס זעהט מיר אויס אז רבי קלמן מניישטאט האט געהאט נאך א זון ר' משה'לי וואס ווערט נישט אויסגערעכנט אין אונזער ליסטע, איז דאס ריכטיג?
אטעטשמענטס
pdf (1).jpg
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

אמר מר:
בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג)

דאס שטימט נישט, ביידע זענען נישט נפטר געווארען בו ביום! מסתמא איז ר' שמעלקא'ס דאטום נישט ריכטיג.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

עס זעהט מיר אויס אז רבי קלמן מניישטאט האט געהאט נאך א זון ר' משה'לי וואס ווערט נישט אויסגערעכנט אין אונזער ליסטע, איז דאס ריכטיג?

אמת ויציב זיין איידעם איז געווען רבי אלטר אליעזר הורוויץ הי"ד אב"ד סטאשוב-ריגליץ א זון פון הרה"ק רבי אברהם שמחה מבארנוב
דביה תחדי נפשא
בן לוי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:48 pm

רבי שמעון דאנציג-תלמיד חבר של המאור ושמש-מי האיש??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן לוי »

שלום חברים.
ס'וואלט מיר געווען א גרויסע הילף, אויב איינער פון די חברים קענען מיר העלפן מיט עפעס אינפארמאציע איבער דעם ייד.
הרה"ח רבי שמעון ב"ר אליעזר דאנציג ז"ל (מובא בלוחות זכרון אות קכ"א), נפטר בשנת תקצ"ז, מען האט אים גערופן 'שמעון חסיד', ער האט געוואוינט אין קראקא, געווען א סופר. געווען א תלמיד פון חוזה, א תלמיד חבר פינעם מאור ושמש. בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי איינע פון די קראקא רבנים הרה"ח רבי אברהם בר"י האראוויץ (נפטר בשנת תקפ"א, מובא בלוחות זכרון אות פ"ג, אינטרעסאנט אז דארט צייכענט ער אן אז ער איז געווען א שווער פון רבי שמעון סופר, און ער צייכענט צו פאר אונזער רבי שמעון, קוקט אויס אז ער איז געווען א באקאנטע סופר אין קראקא, גיי ווייס...), און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי רבי יצחק אב"ד קאלבסוב, נשוי לבתו מרים, (מיינע חששות פירען מיר, אז דער רבי יצחק איז געווען א זוהן פון תפארת עוזיאל-מייזליש, אדרבה איך וואלט זייער געוואלט הערן פון אנדערע, אויב מיינע חששות האבן האפט, און אויב עס איז דא וואס ווייסען מער איבער אים).
ושוב ראיתי בספר תולדות היהודים של החוקר הנכבד מאיר באלאבאן, ווי ער באשרייבט ס'גאנצע עסק מיטן מאור ושמש'ס אנקום קיין קראקא, ס'חרם, ס'התנגדות וכולי, און אלעס ארום, ברענגט ער דארט דעם רבי שמעון, אלס 'על תלמיד צעיר יותר של החסידות בקראקוב', קען זיין אז דאס איז סתם א השערה פון אים, וויבאלד פרידברג אין לוחות זכרון ברענגט ער אים אלס תלמיד, בויט ער אויף דעם.
און אלפאלנס, איינער ווייסט דא עפעס מער איבער אים? און בעיקר זיין משפחה?
א גרויסען דאנק אייך.
בן לוי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן לוי »

אדער ווייסט דא נישט קיינער, אדער אינטרעסירט עס נישט קיינעם.
איך האב געמאכט א טעות מיטן שרייבען:
בן לוי האט געשריבן:שלום חברים.
ס'וואלט מיר געווען א גרויסע הילף, אויב איינער פון די חברים קענען מיר העלפן מיט עפעס אינפארמאציע איבער דעם ייד.
הרה"ח רבי שמעון ב"ר אליעזר דאנציג ז"ל (מובא בלוחות זכרון אות קכ"א), נפטר בשנת תקצ"ז, מען האט אים גערופן 'שמעון חסיד', ער האט געוואוינט אין קראקא, געווען א סופר. געווען א תלמיד פון חוזה, א תלמיד חבר פינעם מאור ושמש. בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי איינע פון די קראקא רבנים הרה"ח רבי אברהם בר"י האראוויץ (נפטר בשנת תקפ"א, מובא בלוחות זכרון אות פ"ג, אינטרעסאנט אז דארט צייכענט ער אן אז ער איז געווען א שווער פון רבי שמעון סופר, און ער צייכענט צו פאר אונזער רבי שמעון, קוקט אויס אז ער איז געווען א באקאנטע סופר אין קראקא, גיי ווייס...), און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי רבי יצחק אב"ד קאלבסוב, נשוי לבתו מרים, (מיינע חששות פירען מיר, אז דער רבי יצחק איז געווען א זוהן פון תפארת עוזיאל-מייזליש, אדרבה איך וואלט זייער געוואלט הערן פון אנדערע, אויב מיינע חששות האבן האפט, און אויב עס איז דא וואס ווייסען מער איבער אים).

דער רבי יצחק אב"ד קאלבסוב איז געווען א שווער פאר תפארת עוזיאל'ס זוהן, רבי ישראל.
ווערט דאס נאכמער אינטרעסאנט, ווייל דער דאנציג קומט אויס איז אדער געווען א שוואגער מיט דעם רבי ישראל הנ"ל, אדער גאר גענומען זיין ווייב.
איך בעהט, בבקשה אויב איינער ווייסט דאס מינדעסטע, זאל זיך וויסענדיג מאכן.
זכות אבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכות אבות »

הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד

האט איימיצער מעהר פרטים אויף ר' משה מקשוינז?

ווען ער איז אוועק, אין וי ער ליקט?
סופר ומונה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר ומונה »

בקדשים הלילה הולך אחר היום.
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט וואס איז געווען היינט בייטאג א' תמוז.
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

ביהמ"ד דהרה"צ ר' אהרן הלוי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

רבי ארון בן המאור ושמש.jpg
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg (92.12 KiB) געזען 4434 מאל
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

יום זה מכובד האט געשריבן:
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg

ר' ארון, או ר' אהרן?.
מאך המוציא
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך המוציא »

מיללער האט געשריבן:
בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בספר מזרח שמש (לתולדות המאור ושמש וצאצאיו הק' לבית ניישטאדט-חענטשין) מובא שר' אליעזר הורוויץ היה בנו של ר' צבי בן החוזה ולא נכדו.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
רבי ארון בן המאור ושמש.jpg

ר' ארון, או ר' אהרן?.

ר' אהרן הנקרא ר' אָרון. א סך אהרן'ס אין גאליציע האבן געהייסן אָרון (וכנזכר בפוסקים אצל שמות גיטין, לאו דווקא ביי גאליציע).
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אלמוני האט געשריבן:גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן

און וואו איז פרעמישלאן...?
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

הסרפד האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:גארנישט צוטון מיט גאליציע למשל רבי ארון לייב מפרעמישלאן

און וואו איז פרעמישלאן...?

:oops:
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

דער קאבא רב ר' משה הערש טייטלבוים זצ"ל איז געוועהן אן אייניקל פונעם הייליגן מאור ושמש

דער קאבא רב האט געוואוינט אין קליוולאנד אהייא, שפעטער אין ריגא פארק, דערנאך אין בארא פארק ובערוב ימיו אין מאנסי אויף די דר. פראנק שטראססע
זיין בית בית מדרש האט געהייסן קהל מאור ושמש ע"ש זקינו המאור ושמש

ער האט געהאט א ברודער ר' אליעזר חיים ט"ב ז"ל פון ק"י (אן איש מורם מעם - געדאווענט יעדען טאג ותיקן וכו' וכו')

זיי זענען געוועהן איינעקלעך פונעם גיטן יוד ר' יוסעלע ניישטאטער

ווייסט איינער ווי אזוי?
טעמו וראו כי טוב השם
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

רבי משה צבי בן רבי מאיר ממאקאווע חתן רבי יעקב ווערבער מטעמעשוואר בן רבי ישראל ווערבער משם חתן רבי מנחם עפשטיין פון דארט ארויף איז נישט קלאר
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד

פון JRI קוקט אויס אז דער מאור ושמש האט געהאט א טאכטער היצל, חתונה געהאט מיט ר' יחזקאל פלאקס.

יעקעלע פוקס האט געשריבן:דער קאבא רב ר' משה הערש טייטלבוים זצ"ל איז געוועהן אן אייניקל פונעם הייליגן מאור ושמש

דער קאבא רב האט געוואוינט אין קליוולאנד אהייא, שפעטער אין ריגא פארק, דערנאך אין בארא פארק ובערוב ימיו אין מאנסי אויף די דר. פראנק שטראססע
זיין בית בית מדרש האט געהייסן קהל מאור ושמש ע"ש זקינו המאור ושמש

ער האט געהאט א ברודער ר' אליעזר חיים ט"ב ז"ל פון ק"י (אן איש מורם מעם - געדאווענט יעדען טאג ותיקן וכו' וכו')

זיי זענען געוועהן איינעקלעך פונעם גיטן יוד ר' יוסעלע ניישטאטער

ווייסט איינער ווי אזוי?

ווען איז דער קאבא רב נפטר געווארן?
בערך ווי אלט איז ער דאן געווען?
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מאטעס האט געשריבן:בא' האשכולות לפני כמה שנים בבחדרי חרדים כתב מישהו שבבעלזא לא למדו בספר מאור ושמש מכיוון שבהיותו אצל החוזה זרק מגבת על הרה"ק השר שלום מבעלזא, והרה"ק ר' יהושע מבעלזא אמר שאנו עדיין מרגישים את המגבת...
נפשי בשאלתי מחכמי הקרעטשמע ללמדני האם אמנם שמועה זו אמיתית? ומה היה הרקע לסיפור בין המאו"ש והשר שלום?

איך גךייב נישט אז עס איז אמת ווייל די שר שלום האט זיך אויסגעדריקט אויפן ספר מאור ושמש: את רבי קלמיש ידעתי והכרתי גודלו בלובלין, אבל גדלות נעלה כאשר ראיתי בספרו על זה לא פיללתי מעולם
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד

פון JRI קוקט אויס אז דער מאור ושמש האט געהאט א טאכטער היצל, חתונה געהאט מיט ר' יחזקאל פלאקס.

ר' משה אב"ד קשונז, שמו המלא כנראה ר' משה קעניגסבערג (המכו' ג"כ אפאטאווסקי או אפטער - ע"ש מקומו?) ב"ר יעקב דוך (שם משפחה אחרת, ככה"נ), ב"ר יוסף (אולי); שם זוגתו מ' [מלכה] גיטל בת המאור ושמש.

בנם ר' יצחק וואלף היה בזו"ר חתן ר' זכריה ליליענפעלד מזאוויחוואסט גיסו (בעל אחותו) של ר' משה פרידענזאהן משם מחותנו של ר' פנחס מאפטא בן האור לשמים. ער האט געהאט א זוו"ש אויך אין זאוויחוואסט, דער צווייטער שווער האט אויך געהייסן זכריה, מער געדענק איך נישט אויסנווייניג.

דער וואס האט נערוון קען עס באשטעטיגן אויף JRI, בפרט אין זאוויחוואסט, ניישטאט (נאווי קארטשין) און על כולם קראקא.

בנוסף, איז פארהאן מער ראיות יעצט צו ר' נחוניא'ס נייע איידים פון דעם מאור ושמש, ר' יחזקאל פלאקס.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ולפי"ז האט ר' משה מקשונז זיכער נישט קיין שייכות מיט לעלוב.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
בנם ר' יצחק וואלף היה בזו"ר חתן ר' זכריה ליליענפעלד מזאוויחוואסט גיסו (בעל אחותו) של ר' משה פרידענזאהן משם מחותנו של ר' פנחס מאפטא בן האור לשמים. ער האט געהאט א זוו"ש אויך אין זאוויחוואסט, דער צווייטער שווער האט אויך געהייסן זכריה, מער געדענק איך נישט אויסנווייניג.

אנטשולדיגט. ר' זכריה איז געוועהן איין איידים ביי ר' משה פרידענזאהן מחותנו וכו'.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אח"כ מצאתי אז דער הויפט חידוש דא, אז ר' משה אב"ד קשוינז האט געהייסן 'קעניגסבערג' און אז ער האט געהאט א זוהן ר' יצחק וואלף, האט מיך שוין אויס געכאפט אויף Geni - דער שרייבער דארט איז גאהר איין אייניקל פון ר' יצחק וואלף פון זיין דריטן זיווג (וואס איך האב אין גאנצן פארזעהן).

און, כדרכו של Geni וואס פסולת ואוכל איז אויס געמישט היטב הדק, האט דער מאור ושמש דארטן א צווייטער טאכטער+איידים וואס דארף צו זיין משפחת הרב מקשוינז, מיט א צווייטע משפחה נאמן, און עס שטימט גאהר נישט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איז פארהאן ערגעץ א בילד פון חתימת י"ק פון דעם מאור ושמש?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”