רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שטיקלעך מצבות וואס מען האט געפינען אויפן ביה"ח אין ראדאשיץ

IMG_2849.JPG
IMG_2850.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יציב פתגם האט געשריבן:די נייע אוהל אין ראדאשיץ

IMG_2840.JPG
IMG_2841.JPG
IMG_2843.JPG

אויף די זעלבע יסודות ווי די פריעדיגע אוהל, נאר העכער געמאכט די דאך
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

דערמאנונג:
היינט איז די יארצייט.
זי"ע
פועל'ט אלעס גוטס!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בעל דמיון האט געשריבן:דערמאנונג:
היינט איז די יארצייט.
זי"ע
פועל'ט אלעס גוטס!


אורח האט געשריבן:היינט איז די יארצייט
זייטס מנדב 19 פרוטות און מען זאגט דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה לע"נ רבי ישכר בער ב"ר יצחק
בדוק ומנוסה געהאלפען צו ווערן מיט כל מיני ישעות

זיעוכי"א


רימנובער אייניקעל האט געשריבן:היות אז די וואך מאנטאג לסדר קרח ח"י סיון פאלט אויס.
די יארצייט פון רבינו הקדוש רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א. מראדאשיץ.

האב איך געזען א'סגולה בדוק ומנוסה וואס איז מקובל מפי הרה"ק
מופת הדור פועל ישועות בקרב הארץ מ'ראדאשיץ זיע"א.

וזה תוכן הסגולה.

א'). מען צינדט א'ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א.

ב'). מען גיבט צדקה לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א
.
ג').מען זאגט די פסוק פון פרשת האזינו (דברים ל"ב כ"ח). כי גוי אובד עצות המה
ואין בהם תבונה.

ד'). בעט אייער בקשה, און פועלט אלס גוט'ס.

די נאמען איז ישכר בער און נישט ישכר דב.
איין פרוטה קומט אויס היינט צו טאג בערך די ווערד פון א' אמעריקאנע דיים, 10 סענט.

עס זאל נישט זיין וויינגער פון 19 פרוטות,(לערך א,דאלער ניינציג). עס קען זיין מער.

מ'קען געבן די צדקה צו סיי וועלכע צדקה.


ויהי רצון אז בזכות דעם קדוש עליון, וואס מ'האט גערופען די קליינער בעל שם טוב.
זאל מען אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבנו לטובה ולברכה.
בכל מילי דמיטב עד כי יבוא שילה ולו יקהת עמים במהרה בימנו אמן ואמן.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יצמחפורקניה האט געשריבן:איך האב גזעהן אין שלחן מלכים (שמועסען פון סאטמארער רבי'ן שליט"א - מהר"א) אז רבי ישכר בער מראדאשיץ זי"ע, האט נישט געהייסען ישכר "דוב", נאר רבי ישכר "בער".

ס'איז דא דארט אגאנצער שמועס ארום דעם נאמען בער - דוב

ער האט געהייסן נאכן רבין רבי בער פון מעזריטש זיע"א.

און די רבי ר' בער האט געהייסן נאר בער? אדער דוב בער?

און בכלל איז דא צו טרעפן די נאמען "בער" נאך בעפאר די רבי ר' בער?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מיטגעהאלטן ווי א דזשאדש האט דיסמיסד א טיקעט נאכן טוען די ווינדערליכע סגולה זיעועכי"א
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

די נאמען "ישכר בער" האט גארנישט מיט "דוב".
יששכר בן יעקב אבינו ע"ה איז געבוירן נאך די מעשה פון "דודאים" וואס ווערט אנגערופן אויף אידיש-דייטש "בערי'ס".
דערפאר פלעגט מען ניצן די נאמען "בער" אדער "בערי/בעריש" אלף א כינוי פאר די נאמען "ישכר", און אנדערע האבן לכתחילה געגעבן ביידע נעמען "ישכר בער", ווי דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע, דער ציעשנובער רב זי"ע, און אנדערע.

לעומת זה, ביי די וואס הייסן "ישכר דוב", האט דער נאמען "דוב" קיין שום שייכות נישט מיטן נאמען "ישכר", עס זענען צוויי באזינדערע נעמען, און ביי זיי איז דער נאמען "בער" א כינוי צו זייער ריכטיגע נאמען "דוב" וואס טייטשט אויף אידיש "בער".
צוגעלאזענער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעלאזענער »

איינער ווייסט אפשר די נאמען פין די מאמע פונעם הייליגען ראדאשיצער?
צוגעלאזענער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעלאזענער »

נולד בשנת ה'תקכ"ה לרבי יצחק, שהיה משב"ק אצל המגיד ממעזריטש. כאשר הגיע רבי יצחק לפרקו, הפציר בו המגיד ממעזריטש שישא לאישה את מרים, המשרתת המכוערת והחולנית שלו. בתמורה למעשה זה הבטיח המגיד לרבי יצחק שיוולד לו בן שיאיר את העולם.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%95%D7%9F
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רבי ישכר בער בן רבי יצחק
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

דערמאנונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:דערמאנונג:
היינט איז די יארצייט.
זי"ע
פועל'ט אלעס גוטס!


אורח האט געשריבן:היינט איז די יארצייט
זייטס מנדב 19 פרוטות און מען זאגט דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה לע"נ רבי ישכר בער ב"ר יצחק
בדוק ומנוסה געהאלפען צו ווערן מיט כל מיני ישעות

זיעוכי"א


רימנובער אייניקעל האט געשריבן:היות אז די וואך מאנטאג לסדר קרח ח"י סיון פאלט אויס.
די יארצייט פון רבינו הקדוש רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א. מראדאשיץ.

האב איך געזען א'סגולה בדוק ומנוסה וואס איז מקובל מפי הרה"ק
מופת הדור פועל ישועות בקרב הארץ מ'ראדאשיץ זיע"א.

וזה תוכן הסגולה.

א'). מען צינדט א'ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א.

ב'). מען גיבט צדקה לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק זיע"א
.
ג').מען זאגט די פסוק פון פרשת האזינו (דברים ל"ב כ"ח). כי גוי אובד עצות המה
ואין בהם תבונה.

ד'). בעט אייער בקשה, און פועלט אלס גוט'ס.

די נאמען איז ישכר בער און נישט ישכר דב.
איין פרוטה קומט אויס היינט צו טאג בערך די ווערד פון א' אמעריקאנע דיים, 10 סענט.

עס זאל נישט זיין וויינגער פון 19 פרוטות,(לערך א,דאלער ניינציג). עס קען זיין מער.

מ'קען געבן די צדקה צו סיי וועלכע צדקה.


ויהי רצון אז בזכות דעם קדוש עליון, וואס מ'האט גערופען די קליינער בעל שם טוב.
זאל מען אויפגעראכטן ווערן בכל משאלות לבנו לטובה ולברכה.
בכל מילי דמיטב עד כי יבוא שילה ולו יקהת עמים במהרה בימנו אמן ואמן.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

לכבוד די יארצייט, זכותו יגן עלינו!
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

איינער מיט די מעשה פין ר' יוסל עקשטיין פין דור ישרים וויאזוי ער האט געטראפען די אוהל?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווי אזוי איז ער נתגלה געווארן
הגאון הצדיק רבי מאיר יהושע געלערנטר זצ"ל אבדק"ק קלימנטוב (אן איידעם פון הגה"ק רבי ליבוש מאוזרוב זצ"ל) האט דערציילט אז ווען ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב, אין די שטאדט רייוויץ, וואס דאס איז געוועהן זיין ערשטע רבנות פאסטען, איז ער געפאָרן קיין ראדישיץ צו נעמען זיין רבי'נס הסכמה. ער פלעגט זיך פירן אז ווען ער האט געדארפט פרעגן אן עצה אדער א הסכמה אויף א געוויסן ענין פלעגט ער קיינמאל נישט פרעגן גראָד זיין רבי'ן, [דעם ראדישיצער], זיין פראבלעם אדער ענין, נאר ער פלעגט ווארטען ביז דער רבי האט אים אליין, מיט זיין רוח הקודש, געזאגט וואס ער דארף צו טוהן. (ביי אזעלכע צדיקים ווי דער ראדישיצער א. ד. ג. איז אן אפענער רוח הקודש נישט געוועהן קיין וואונדער, דאס איז געוועהן ביי זיי א געווענליכע טאג טעגליכע פאסירונג).
אויך דעמאלסט האט ער אזוי געטוהן. ער איז געוועהן אין ראדישיץ אויף שבת. ווען ער איז זיך געגאנגען, נאך שבת, געזעגענען אהיים צו פאָרן, האט אים דער ראדישיצער געזאגט: "איך האב געהערט אז איר זענט אויפגענומען געווארן למזל טוב אלס רב אין רייוויץ". ער האט נאך גערעדט מיט אים וועגן דעם אפאהר מינוט, דאן האט ער אים געזאגט: "הער זיך צו וואס איך וועל דיר דערציילן": דו ווייסט דאך אז איך פלעג מיך אלע מיינע יארן מסתופף זיין ביי מיינע הייליגע רבי'ס. איך פלעג גיין מחיל אל חיל, פון לובלין קיין פרשיסחא, פון פרשיסחא קיין קאזניץ.

איך פלעג זיצען ביי זיי, לאנגע חדשים און צוריקפאָרן אהיים. נאכ'ן וויילען אינדערהיים א קורצע צייט, בין איך צוריק געפאָרן צו מיינע רבי'ס.
* * *
איינמאל נאך סוכות, ווען איך בין צוריק אהיים געגאנגען, בין איך דורכגעגאנגען א שטאדט וואו עס האט מיך געטראפען א געוויסער חסיד וואס פלעגט אויך פאָרן צום רבי'ן פון לובלין. ער האט זיך מיט מיר זעהר געפריידט. ער האט מיך דאן געפרעגט אויף מיין מצב הפרנסה ווי אזוי עס איז, ווען איך האב געענטפערט מיט א שפה רפה, האט ער מיך געפרעגט, צי איך וויל ביי אים זיין א מלמד און ער וועט מיר געבן אויף פרנסה. האב איך ביי מיר געקלערט, וואס איז דאס אז א מענטש זאל מיר אזוי פלוצלונג זאגן איך זאל ווערן א מלמד? מן הסתם איז דאס אז פון הימל האט מען אזוי גוזר געוועהן, האט מען אריינגעשיקט אזא מחשבה אין דעם מענטש, ער זאל מיך אזוי פרעגן, און אז עס איז טאקע פון הימל איך זאל יעצט ווערן א מלמד, וואס דארף איך פרעגן וויפיהל ער וועט באצאהלן דערפאר, האב איך געגעבן מיין הסכמה דארט צו בלייבן אלס מלמד, אהן דעם אז איך זאל פרעגן א פרייז.
אויך שפעטער האב איך קיינמאל נישט געפרעגט וויפיהל ער וועט מיר באצאהלן, נאר ווען ער האט מיר געגעבן געלט, שכר מלומדת, האב איך גענומען און עס אהיים געשיקט. טאמער האט ער נישט באצאלט, האב איך אים נישט געפאדערט, און צו מאל פלעגט ער אליין אהיים שיקן צו מיר דאס געלט און האב אים נישט געפרעגט וויפיהל ער האט געשיקט, ווייל וואס האב איך געדארפט פרעגן, עס איז דאך סיי ווי אלעס מן השמים.
סוף זמן, ווען איך האב מיך געזעגנט פון אים אהיים צו פאָרן, האט ער מיר געגעבן עטליכע רובל און ער האט מיר געזאגט איך זאל צוריק קומען צו אים דעם אנדערן זמן. איך האב טאקע אזוי געטוהן, און ווי פריער געזאגט, איז עס דאך מסתם געוועהן אזוי באשערט פון הימל. ווען ער האט מיך אמאהל געפרעגט פארוואס איך פרעג נישט און פאדער קיינמאל נישט קיין געלט פון אים, און איך מאך נישט מיט אים קיין חשבון וויפיהל ער האט מיר שוין געגעבן און וויפיהל עס קומט מיר נאך, האב איך אים געזאגט "דו מיינסט אז איך בין ביי דיר א מלמד, און אז אין דיר און אין דיין ווילן ווענדט זיך דאס גאנצע עסק. עס איז אבער נישט אזוי, נאר פון הימל איז מען גוזר אויף יעדע קליינעקייט. די השגחה פון אויבערשטען איז אויף יעדע פרטיות'דיגע זאך פון יעדן מענטש, דעריבער וואס האב איך דיר צו פרעגן? וויפיהל עס וועט זיין אפגעמאכט אין הימל איך זאל האבן, אזויפיהל וועסטו מיר געבן".
סוף זמן ווען איך האב מיך געזעגנט אהיים צו פאָרן האט ער מיר ווידער געגעבן עטליכע רובל, אבער ער האט מיר נישט געזאגט איך זאל צוריק קומען צום נייעם זמן.
איך האב אים אויך נישט געפרעגט צו איך זאל צוריקקומען צי נישט. איך בין אהיים געפאָרן קיין פשעדבורז, וואס דארט האב איך דעמאלסט געוואוינט. איך בין געזעסען א גאנצען טאג אין בית המדרש און עוסק געוועהן בתורה ועבודה באהאלטנערהייט וואס קיינער האט נישט געוואוסט דערפון. אין די גאנצע שטאדט בין איך געוועהן באוואוסט אלס "בערל בטלן", ווייל איך האב פאר קיינעם נישט געוויזען מיין כח אין לערנען, נאר איך פלעג א סאך דאווענען און זאגן תהלים ותחנונים מיט בכיות. דערפאר האט מען מיך געהאלטן פאר א פשוט'ען איד און בטלן.
דער הייליגע רבי בער ראדישיצער האט ווייטער דערציילט פאר'ן קלימנטובער רב, "אין יענע צייט ווען איך בין געזעסען אין בית המדרש און געלערנט אהן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפון, בין איך געוועהן א געוואלדיגער ארעמאן, אזוי ווייט אז עס זענען געוועהן טעג וואס איך מיט מיינע בני בית האבן געמוזט פאסטן ווייל עס איז נישט געוועהן אין שטוב קיין שום עסנווארג מיט וואס צו שטילן דעם הונגער. דער הונגער און נויט איז אמאהל געוועהן אזוי שטארק, אז איך האב איינמאל געזאגט אז אויב עס וואלט מיר איינער געגעבן 3 קאפיקעס אויף ברויט וואלט ער זיך געקענט איינקויפן דערמיט עולם הבא, אויב אזוי וועל איך מיר אליין איינקויפן עולם הבא. האב איך אויפגעזוכט עפעס פון די כלי הבית צו געבן אלס משכון צו קויפן דערמיט ברויט. אבער איך האב שוין גארנישט געטראפן וואס עס זאל נאך ווערט זיין אלס משכון, האב איך אראפ גענומען מיין גארטל און דאס געגעבן פאר'ן בעקער ער זאל מיר געבן דערויף ברויט.
דאס האט אזוי לאנג געדויערט ביז איינמאל האב איך געמוזט פאסטן עטליכע טעג נישט האבענדיג וואס צו עסן. קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם גרויסען דחקות און ענגעניש וואס הערשט ביי מיר אין הויז. פונקט דעמאלסט איז ביי איינעם פון מיינע שכנים געוועהן א קינד שטארק נישט געזונט ל"ע, און איז געלעגן אויפ'ן קראנקן בעט. אלע דאקטוירים האבן שוין געהאט אנטזאגט ל"ע. די עלטערן האבן פרובירט אלע מיטלען אבער דאס קינד איז גארנישט בעסער געווארן. האט זיך די מאמע פון קינד אנגערופן צו איר מאן "גיי צום בטלן רבי בערל און גיב אים 18 קאפיקעס (אזא פוילישע מטבע ווי א פרוטה) ער זאל זאגן תהלים פאר אונזער קינד, אפשר וועט ער מיט זיין תהלים מעורר רחמים זיין אויף אונז, דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה במהרה".
כאטש דאס קינד האט שוין געהאלטן ביי די גסיסה ל"ע, האט דער פאטער אזוי געטוהן און האט מיר געגעבן די ח"י קאפיקעס און האט געוויינט פאר מיר איך זאל זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים און מתפלל זיין פאר זיין קינד ווייל אלע דאקטוירים האבן אים שוין מייאש געוועהן. גלייך ווי איך האב באקומען דאס געלט בין איך געגאנגען קויפן דערמיט ברויט. איך האב מיך געוואשן און געמאכט א המוציא. ווען איך האב געגעסן א שטיקל ברויט, האב איך זיך געטראכט, ווער ווייסט אפשר איז אינצווישן אוועק דאס קינד ל"ע, ווי קען איך עסן אזא ברויט? עס וועט זיין ווי א בוצע ברך. ער האט דאך מיר געגעבן דאס געלט איך זאל מתפלל זיין פאר'ן געזונט פונעם קינד. בין איך געגאנגען מיט די רביצין זיך אונטערהערן אונטער די פענסטער פונעם שכן, צו וויסן וואס דאס קינד מאכט, האבן מיר געהערט ווי דאס קינד וויינט און אין שטוב איז רוהיג, האבן מיר פארשטאנען אז עס איז בעסער געווארן פאר'ן קינד, און איך בין אהיים געגאנגען ענדיגן עסן.
פון דעמאלסט אהן האבן מענטשן אנגעהויבן קומען צו מיר מיט בקשות, און איך האב געמוזט נעמען פון זיי דאס געלט וואס זיי האבן מיר געגעבן ווייל עס איז דאך מן הסתם אזוי נגזר געווארן פון הימל. האט דער הייליגער רבי ר' בער ראדישיצער אויסגעפירט: יעצט אז דו ביסט אויפגענומען געווארן פאר א רב, זאלסטו נישט קלערן אז דיין פרנסה ווענדט זיך אין די בעלי בתים אדער אינעם דעת הקהל, נאר אלעס איז פון הימל. פון הימל גיבט מען דיר דעם קרוין פון רבנות, זאסלטו נישט מורא האבן פאר קיין שום מענטש ווייל קיינער וועט דיר נישט קענען קיין שלעכטס טוהן, אזוי האט דער ראדישיצער אליין דערציילט דעם אופן ווי אזוי ער איז נתגלה געווארן, און האט אנגעהויבן באקאנט ווערן אין די וועלט מיט זיין גרויס קדושה און צדקות און געוואלדיגע מופתים ונפלאות וואס ער האט באוויזן.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל !
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שב"ק איז דער יא''צ פין די הייליגע ראדאשיצער זי"ע ועכי'"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

ניגוני הרה"ק מראדאשיץ, ווער קען ארויפברענגן ניגונים וואס איז מקובל צו הרה"ק מראדאשיץ

עס איז דא א ניגון אויף נשמת אזא זאגעדיגע נוסח פון ואילו פינו ביז שוכן עד, האט מיר איינער געזאגט שבת אז עס איז מקובל אלס א ראדאשיץ'ער ניגון אויב איינער קען באשטעטיגען אדער טרעפן א ריקארדירונג פונעם ניגון
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

שמן האט געשריבן:ניגוני הרה"ק מראדאשיץ, ווער קען ארויפברענגן ניגונים וואס איז מקובל צו הרה"ק מראדאשיץ

עס איז דא א ניגון אויף נשמת אזא זאגעדיגע נוסח פון ואילו פינו ביז שוכן עד, האט מיר איינער געזאגט שבת אז עס איז מקובל אלס א ראדאשיץ'ער ניגון אויב איינער קען באשטעטיגען אדער טרעפן א ריקארדירונג פונעם ניגון


איך מיין די ניגון וואס מ'זינגט אויף ג-ט פון אברהם איז פון ראדאשיץ.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שטאפיק האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:ניגוני הרה"ק מראדאשיץ, ווער קען ארויפברענגן ניגונים וואס איז מקובל צו הרה"ק מראדאשיץ

עס איז דא א ניגון אויף נשמת אזא זאגעדיגע נוסח פון ואילו פינו ביז שוכן עד, האט מיר איינער געזאגט שבת אז עס איז מקובל אלס א ראדאשיץ'ער ניגון אויב איינער קען באשטעטיגען אדער טרעפן א ריקארדירונג פונעם ניגון


איך מיין די ניגון וואס מ'זינגט אויף ג-ט פון אברהם איז פון ראדאשיץ.


ריכטיג.

הייליגע ניגון.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי אליעזר ירוחם באראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

לכאורה ליגט ער אין קראקא, מאיר וואונדער שרייבט אז מ'האט איהם געלייגט נעבן מאור ושמש. ווייסט מען אצינד וואו עס געפונט זיך מקום מנוחתו?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

דער מאָמענט⁩⁩, 2 יולי 1937

דער מאָמענט⁩⁩, 2 יולי 1937.jpg
דער מאָמענט⁩⁩, 2 יולי 1937.jpg (14.98 KiB) געזען 944 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

⁨⁨קיעלצער צייטונג⁩⁩, 29 ינואר 1937

⁨⁨קיעלצער צייטונג⁩⁩, 29 ינואר 1937.jpg
⁨⁨קיעלצער צייטונג⁩⁩, 29 ינואר 1937.jpg (88.72 KiB) געזען 941 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

"פ"נ האשה הצדקנית יראת השם מרת מלכה חנה ע"ה בת האדמו"ר רבי יצחק שמואל אליהו פינקלר זצוק"ל מרדושיץ-יוטרקוב הי"ד מנהלת קיבוצי בנות אגו בפולין אחרי השואה טיפלה בילדים שנפרדו מידי הגויים נלב"ע ביום ד' כ"ד באייר תשנ"ה אביה הי"ד נספה בגרמני כ"ז חשון תש"ה בנו של האדמו"ר רבי מאיר מנחם בן לאדמו"ר רבי מאיר מנחם הקוה"ט רבי הלל נכד הס"ק רבי ישכר בר מרדושיץ זצוק"ל אמה הרבנית מרת רייזל נפטרה בגיטו וארשה י' מנ"א תש"א בתם של האדמו"ר רבי דוד מקוזמיר בן האדמו"ר רבי אפרים בן הצ' המפו' רבי יחזקאל מקוזמיר ושל הרבנית מרים בריינה בת הרה"צ רבי יעקב משה אב"ד נובידבור בנם של רבי אהרן פנחס והרבנית רייצה אחות השפ"א זצוקל אחיה הב' הלל הי"ד נספתה..ימסדורף כ"ז בניסן תש"ה תנצב"ה "
אטעטשמענטס
V_C_244-1.jpg
V_C_244-1.jpg (453.12 KiB) געזען 910 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי חיים מאיר מפינטשוב - כ''ט שבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די יא''צ פין הרה"ק רבי חיים מאיר מפינטשוב זי''ע א אייניקל פין די הייליגע ראדאשיצער זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שלמ'קע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 9:12 pm

רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמ'קע »

איך האב נאכנישט געזעהן צוברענגען א חתימה פונעם סבא קדישא דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע, באטראכטנדיג די חתימה קען זיך אפשר צודאכטן אז עס שטייט הק' בער רודשיץ ..., האב איך נאכגעקוקט און געזעהן פארשידענע פלעצער מען זאל אויסשרייבן "ראדאשיץ" אויף דעם אופן "רודשיץ", בלייבט אבער איבער מברר צו זיין אויב עס שטייט טאקע "רודשיץ", און וואס איז די ווארט וואס שטייט נאכדעם, און פארשטייט זיך אויב איז דא בעולם א ארגינעלע חתימה פון דעם צדיק קען מען זעהן צו דאס שטימט מיט זיין חתימה. (נ.ב. דאס איז נישט קיין חתימה אויף א בריוו נאר אויף א שער בלאט פון א ספר, לויט די יארן שטימט עס זאל זיין פון אים)

הק' בער רודשיץ.jpg
הק' בער רודשיץ.jpg (34.64 KiB) געזען 810 מאל

אויב איינער האט עפעס ידיעות איבער חתימתו של אותו צדיק, אדער ער קען העלפן אויסליינען די ווערטער פונעם בילד, ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט גייט זיין די הילולא קדישא פון די הייליגע ראדאשיצער צדיק זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”