ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר תש"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די
איש קדוש ונורא איש פלא
הרה''ק ר' שלמהקע זוויעהלער זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

נסתלק געווארן פונקט אין די טאג וואס סהאט זיך געענדיגט דיא צווייטע וועלט מלחמה, וויא באוויסט האט ער גיארבעט מעשים סיז זאהל זיך ענדעקן
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הלילה חל הילולת ציס"ע זיע"א

שמעתי פעם מהה"צ רא"א בידרמן שליט"א ששאלו את הרה"ק למה אצל רבינו הכל מוזנח ואין שום סדר וכל האורחי פורכי מסתובבים כאן, משא"כ אצל הרה"ק מבעלזא יש הויף ומלכות גבאים ומשמשים. ענה הרה"ק בעל ההילולא שאני "צדיק יסוד העולם" והרה"ק מבעלזא הוא "צדיק הדור". הדור הוא מלשון הדר לפיכך צריך להיות שיין = הדר, משא"כ די יסוד ליגט אין די ערד....
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דרךהמלך האט געשריבן:ווער קען מיר העלפן און מעתיק זיין א זוויהלע מעשה
בנוגע מאשין מצות, אז אין הימעל רעדט מען נישט פון מאשין מצות, נאר פון מצער זיין א איד, און שמירת עינים
איך דארף וויכטיג די מעשה פונקטליך מיטן לשון

שמעתי הסיפור מהרה"צ רא"א בידרמן שליט"א [חתן הרה"צ מזוטשקא שליט"א חתן הרה"ק רבי מרדכי מזוועהיל זיע"א בהרה"ק רג"מ מזוועהיל בהרה"ק ציס"ע ר"ר שלמה'קע זיע"א] ששמע הסיפור מדודו הרה"צ רבי אברהם מזוועהיל זצ"ל שבדידיה הוא עובדא בהיותו ילד מיסב על שולחן הסדר אצל זקינו הק' והיו שם כל הנעבעכדיגע אידן מירושלים כידוע ואחד מהם הביא אתו מאשין מצות מביתו ואכלו צופלויגענערהייט והיו ניצוצות ניתזין לכל עבר גם סמוך להצלחת של הרה"ק, וניסו הנכדים להפסיקו כדאי שלא יהא מכשול של געבראקס ומאשין מצות אבל הרה"ק מנע אותם מלצער האורח, לאחמ"כ לחש הרה"ק לאוזני נינו הנ"ל אז אין הימל וועט מען דיר נישט פרעגן צו די האסט געגעסן מאשין מצות אדער געבראקסט נאר צו די האסט נישט געטשעפעט קיין איד אין געהיטן די אויגן.

כתבתיו בע"פ בהפסק כמה שנים מאז ששמעתיו אבל אני חושב שדייקתי כפי מה ששמעתי [לכאורה כבר נדפס בהגדש"פ באר החיים]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

נחום וואהלינער האט געשריבן:הלילה חל הילולת ציס"ע זיע"א

שמעתי פעם מהה"צ רא"א בידרמן שליט"א ששאלו את הרה"ק למה אצל רבינו הכל מוזנח ואין שום סדר וכל האורחי פורכי מסתובבים כאן, משא"כ אצל הרה"ק מבעלזא יש הויף ומלכות גבאים ומשמשים. ענה הרה"ק בעל ההילולא שאני "צדיק יסוד העולם" והרה"ק מבעלזא הוא "צדיק הדור". הדור הוא מלשון הדר לפיכך צריך להיות שיין = הדר, משא"כ די יסוד ליגט אין די ערד....

בחייו של הה"ק מזוויהל היה לו להה"ק מבעלזא בארץ ישראל 'הויף מלכות וגבאים ומשמשים'?????
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

עכ"פ אויף א שטערקערע פארנעם ווי אין זוועהיל.

בעלזא רב איז ארויף מער ווי א יאר פארן פטירה
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

נחום וואהלינער האט געשריבן:עכ"פ אויף א שטערקערע פארנעם ווי אין זוועהיל.

בעלזא רב איז ארויף מער ווי א יאר פארן פטירה

ר' שלמה'קע האט געהאט א מנין קעצלעך ....
און בעלזער רב האט דעמאלט דאס ערשטע יאר אין אר"י, געהאט אפשר געציילטע מענטשן, אבער נישט מער ווי איין גבאי, און מאקסימום אפשר נאך א שטוב מענטש.....
בקיצור אין כאן לא מלכות ולא הדור...., אולי איז דער אויסדרוק געווען אויף א צווייטן, אדער אויף בעלזער רב נאך בעפארן קריג ....
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

כך שמעתי מרבי מיילאך

איר פרעגט גוט, אבער עכ"פ כלפי א מנין קעצעלעך מיט אלע חולי נפש וואס זענען דארט גיווען איז זיכער גיווען מלכות בבעלזא
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

נו, אויף ר' מיילאך'ס מייסעלעך, זאג איך געווענליך דעם כלל אזוי:
'ס'יז אזוי גוטע מייסע אז עס מוז אפילו ניש זיין אמת.....'
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זבחי צדק האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:עכ"פ אויף א שטערקערע פארנעם ווי אין זוועהיל.

בעלזא רב איז ארויף מער ווי א יאר פארן פטירה

ר' שלמה'קע האט געהאט א מנין קעצלעך ....
און בעלזער רב האט דעמאלט דאס ערשטע יאר אין אר"י, געהאט אפשר געציילטע מענטשן, אבער נישט מער ווי איין גבאי, און מאקסימום אפשר נאך א שטוב מענטש.....
בקיצור אין כאן לא מלכות ולא הדור...., אולי איז דער אויסדרוק געווען אויף א צווייטן, אדער אויף בעלזער רב נאך בעפארן קריג ....

זעה איך עדווערטייזט, הבטחה, אז רבי שלמה'קע האט צוגעזאגט ווער ס'וועט שטיצן זיינע מוסדות וכו' בלא. בלא. בלא.

וויל איך וויסן, צו רבי שלמ'קה זיע"א האט געמיינט זיינע קעץ, וואס כידוע איז דא אסאך פלאות'דיגע מעשיות וועגן די קעץ, אבער קיין מוסדות האט ער נישט געהאט און נישט גע'חלומ'ט, אפי' זיין זון הרה"ק רבי גדליה משה זיע"א האט נאך פון קיין מוסדות נישט געחלומט, הערשט נכדו רבי מרדכי זצ"ל האט געעפנט מוסדות, איז ווי קומט רבי שלמ'קעס הבטחה

בפרט אז ער האט געזאגט ביים ים אויפן שיף פאר זיין אייניקל רבי מרדכי, איך ווארף אריין די רבי'סטעווע אין וואסער, און מער וויל ער נישט וויסן פון דעם, אזוי אז די גאנצע הבטחה, איז מצוץ מן האצבע אדער ווייניגער פון דעם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

שמו האט געשריבן:

נא, איז דאס אייער ערשטע נישט אמת איר באגעגענט צווישן די היינטיגע מופתים פי אר? איך זוך שוין יארן איין אמת.

בכלל איז הרה״ק רעב שלמה׳קעס סטאקס געפאלן לעצטענס. א צייט צוריק איז ער געווען א הויפט טארגעט ביי די מופתים אינדוסטרי. לאאקס לייק ריבניץ האט איבערגענומען...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רבי שלמ'קעס סטאקס איז גארנישט געטראסקעט אין הימל האט ער גאר א גרויסע שער, און מ'פויעלט נאך יעצט דארט ישועות נפלאות למעלה מדרך הטבע (די צדיקים ווערן גארנישט ווייניגער צוליב דער היינטיגער דור)

נאר וואס, די מארקעטינג קאמפעני דאס איז עפעס נישט געלונגען, נאר געווארן איבערגענומען דורך די אנדערע, ועל זה נאמר דור הולך ודור בא.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

שמו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:עכ"פ אויף א שטערקערע פארנעם ווי אין זוועהיל.

בעלזא רב איז ארויף מער ווי א יאר פארן פטירה

ר' שלמה'קע האט געהאט א מנין קעצלעך ....
און בעלזער רב האט דעמאלט דאס ערשטע יאר אין אר"י, געהאט אפשר געציילטע מענטשן, אבער נישט מער ווי איין גבאי, און מאקסימום אפשר נאך א שטוב מענטש.....
בקיצור אין כאן לא מלכות ולא הדור...., אולי איז דער אויסדרוק געווען אויף א צווייטן, אדער אויף בעלזער רב נאך בעפארן קריג ....

זעה איך עדווערטייזט, הבטחה, אז רבי שלמה'קע האט צוגעזאגט ווער ס'וועט שטיצן זיינע מוסדות וכו' בלא. בלא. בלא.

וויל איך וויסן, צו רבי שלמ'קה זיע"א האט געמיינט זיינע קעץ, וואס כידוע איז דא אסאך פלאות'דיגע מעשיות וועגן די קעץ, אבער קיין מוסדות האט ער נישט געהאט און נישט גע'חלומ'ט, אפי' זיין זון הרה"ק רבי גדליה משה זיע"א האט נאך פון קיין מוסדות נישט געחלומט, הערשט נכדו רבי מרדכי זצ"ל האט געעפנט מוסדות, איז ווי קומט רבי שלמ'קעס הבטחה

בפרט אז ער האט געזאגט ביים ים אויפן שיף פאר זיין אייניקל רבי מרדכי, איך ווארף אריין די רבי'סטעווע אין וואסער, און מער וויל ער נישט וויסן פון דעם, אזוי אז די גאנצע הבטחה, איז מצוץ מן האצבע אדער ווייניגער פון דעם.

געהאט גאר אסאך מוסדות.... וואס ער האט שטילערהייט געשטיצט אדער אפילו אויסגעהאלטען אויף פלאים'דיגע אופנים אבער שטייצעך אייגינע טאקע גארנישט אפילו קיין אייגינע ביהמ"ד האט ער אין ירושלים נישט געלאזט מאכן, ממש ממש צום סוף האט ער בלית ברירה מחמת חולשתו מסכים גיווען צו מאכן א מנין ביי זיך.

פארגעסט נישט אז מ'רעדט פון איינער וואס פארן ארויף קומען קיין ארץ ישראל איז ער גיווען גאר א גרויסע רבי אויף א שטארקע פארנעם אין יענע געגנט.
אוועטאר
שיפס קאפיטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפס קאפיטאן »

זיס האט געשריבן:לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, וועל איך ברענגען עטליכע ליקוטים וואס איך האב מלקט געווען איבער דער צדיק.

רבי אלס יונגל
שוין פון קינדווייז אן, זייענדיג א קינד פון זיין גרויסן פאטער הרה"ק רבי מרדכי'לע מזוועהיל זי"ע, האט מען שוין געזען אויף אים גדולות ונצורות, זאכן וואס מען זעט נישט ביי געווענליכע קינדער.

אויף זיינע קינדערישע יארן לאזט זיך זאגן דאס וואס זיין זוהן, הרה"ק ר' גדליה משה מזוועהיל זיע"א האט מעיד געווען אויף אים: "זינט איך קען דעם טאטע'ן האט ער זיך נישט געטוישט; איך בין געבוירן געווארן וועט דער טאטע איז געווען זעכצן יאר, ביי די דריי יאר האב איך שוין פארשטאנען אן ענין און זינט דאן איז ער די זעלבע, ער האט זיך גארנישט געטוישט."

חסידים דערציילן אז פון אלס קינד האט ער זיך שוין אויפגעפירט ווי א רבי, געטאן פאר אידישקייט, געפראוועט מופתים, ממש ווי א געהעריגע רבי.

אויב איז א חסיד אמאל אריינגעקומען צו זיין פאטער אין שטוב מיט א צרה, און דער רבי האט זיך דאן נישט געפינען אינדערהיים, האט דער קליינער שלמ'קע געענטפערט אנשטאט דעם פאטער, געגעבן עצות און רפואה, חינוך וכדומה, און די מופתים האבן גע'ארבעט ווי ביי די גרויסע רבי'ס.

אויך אין חדר איז ער געווען א רבי. זיין ווארט איז געווען שטארק ביי אלע קינדער און ער האט אנגעפירט די אקטיוויטעטן צווישן די קינדער; אז שלמ'קע האט געזען אין חדר א יונגל פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, האט ער באפוילן אז קיינער זאל מיט אים נישט רעדן, כדאי אז יענער זאל זיך מאכן א חשבון-הנפש און אנהויבן ווערן וואויל. אז די עצה האט געהאלפן און יענער איז בעסער געווארן, איז שלמ'קע געווען דער ערשטער ווער עס האט אים מקרב געווען און געזען דערצו אז אלע קינדער זאלן זיך מיט אים חבר'ן.

דאס הייסט א געבוירענע רבי.

שטערקסטע אין אלעס
אז מען רעדט פון ר' שלמ'קע, איז זייער שווער ארויסצוברענגען: וואו הויבט מען אן? – זאלן מיר שרייבן איבער זיין געוואלדיגע קדושה, וואס ער אליין האט אויף זיך מעיד געווען אז ער איז בבחינת יוסף הצדיק; אדער זאלן מיר רעדן איבער זיינע אויסטערלישע מופתים, בעל-שמ'סקע זאכן וואס מען האט נישט געזען אין זיין דור אויף אזא אופן; זאלן מיר אפשר ארויסברענגען זיין געוואלדיגע דביקות, וואו ר' שלמ'קע האט געקענט שטיין לאנגע שעות אויף איין ארט, פארטראכט בדביקות אין העכערע מושגים; אדער גאר פון זיין הכנסת אורחים, סבלנות, די געוואלדיגע אהבת ישראל צו יעדן איד באשר הוא שם; אפשר זאלן מיר ארומרעדן איבער די ענוה און פשטות, וואס איז געווען אין קאנטראסט מיט די גאנצע רביס'טעווע; און אפשר וואלט מען געדארפט ארויפברענגען די אייגנארטיגקייט פון דאס אינטערעסאנטע לעבן פון ר' שלמ'קע און די ווירטשאפט ביי אים אין שטוב.
אין א געווענליכע פאל וואלטן מיר זיך אנגעכאפט אינעם ענין וואס איז געווען די שטערקסטע ביי דער צדיק. אין דעם פאל לאזט זיך זאגן אז יעדע זאך איז געווען די שטערקסטע; יעדע מידה וואס ר' שלמ'קע האט עוסק געווען דערין האט ביי אים פארנומען די חשוב'סטע פלאץ, א בחינה פון "אבא במה הוה זהיר טפי". עס איז דערפאר נישט שייך צו זאגן אזא זאך.

עס איז דערפאר א פשטות אז אונזער ארטיקל איז נישט מער ווי נסיון כושל און א טיפה מן הים, ארויסצוברענגען גדולות וקדושת ר' שלמ'קע זוועהילער זיע"א.

יכול כמוני
עס כאפט א ציטער צו הערן די ווערטער פון דעם מירער ראש-ישיבה, הגאון רבי חיים שמואלעוויטש זיע"א, ביים חנוכת-הבית פאר די זוועהילער ישיבה:

"דער מדרש זאגט: "קדושים תהיו" – "יכול כמוני" – פון די פסוק קדושים תהיו איז משמע אז מען דארף זיך הייליגן ממש ווי דער באשעפער אליין, "תלמוד לומר כי כי קדוש אני – קדושתי למעלה מקדשתכם" – זאגט דער פסוק "כי קדוש אני", אז דער באשעפער'ס קדושה איז העכער פון א מענטש'נס קדושה."

האט זיך רבי חיים געוואונדערט הויך אויפן קול:
"קומט אויס פונעם מדרש אז אויב עס וואלט נישט געשטאנען אין פסוק "כי קדוש אני" וואלט מען זיך טאקע געדארפט הייליגן אזוי ווי דער באשעפער אליין?! - וואס איז די הוא-אמינא פונעם מדרש? - ווי איז דאס מעגליך אז א בשר ודם זאל זיך אזוי הייליגן און צוקומען צו דער מדריגה פון כביכול אליין?

רבי חיים האט אבער גלייך געענטפערט:
"אבער דער וואס האט געקענט רבי שלמה'קע פארשטייט שוין וויאזוי דאס איז מעגליך."
פחד'דיגע ווערטער

אוהבן של ישראל
ביי הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זיע"א, האט מען געזען צוויי זאכן וואס פאר א דרויסנדיגער קוקן זיי אויס עטוואס ווי א סתירה אבער באמת קומט דאס געקנופט און געבינדן איינע אין די אנדערע.

די פשטות און ענוה וואס רבי שלמ'קע האט זיך דערמיט אויפגעפירט, איז געגאנגען בד בבד צוזאמען מיט די אויסטערלישע מופתים וואס האבן זיך דארט געוואלגערט אונטערן טיש, אויף א מבהיל'דיגע אופן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן.

דער אמת איז אבער אז ביידע זאכן זענען געקנופט אין געבינדן. דער יסוד דערפון איז "אהבת ישראל". די אויסטערלישע אהבת-ישראל וואס ר' שלמ'קע האט פארמאגט צו יעדן איד, ווי אזוי ער איז אויסגעגאנגען פאר א אידיש נפש, ווי אזוי ער האט סובל געווען אלע צובראכענע און פארווייטאגטע אידן.

דאס איז דער סוד ווי אזוי ער האט געפראוועט אויסטערלישע מופתים, און געברענגט פאר אידישע קינדער רפואות און ישועות אויף אן אופן וואס איז למעלה מדרך הטבע און העכער השגות האנושי.

עס איז באקאנט אז אויפן זעלבן ארט פון קדושה איז שורה אלע השפעות טובות. די אפענע מופתים וואס ער האט באוויזן זענען געווען א שם דבר, און דורך זיינע ברכות און תפילות האט ער געברענגט אויף כלל ישראל
ישועות, רפואות, און אלע הצטרכות.

במקום גדולתו, שם אתה מוצא ענוותונתו.

אפענע מופתים
טראצדעם וואס ר' שלמ'קע זי"ע האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אין די עפנטליכקייט און זיין גאנצן לעבן האט געוויזן פשטות און ענוה, פארט איז ער געווען דער מנהיג אויף וועמען ערליכע אידן אין ירושלים האבן ארויפגעקוקט, ווען איינער האט געהאט א פראבלעם איז די אדרעס געווען ביי ר' שלמ'קע; ווען א איד האט געדארפט א ישועה, איז ער נאטורליך געקומען צו ר' שלמ'קע און זיך פאר אים מזכיר געווען.

ירושלימ'ער אידן ווייסן צו דערציילן אז עס איז כמעט נישט פארהאן קיין שטוב וועלכע איז נישט געהאלפן געווארן דורך א מופת פון רבי שלמה'קע. זיין איבערוועלטיגנדער רחמנות אויף יעדן נפש האט אים נישט געלאזט צוקוקן ווי א איד איז בצער, און ער האט באלד אויסגע'פועל'ט פאר אים א ישועה פון הימל. אז א איד האט זוכה געווען צו א ברכה פונ'ם זוועהיל'ער רבי'ן, איז ער געווען פארזיכערט מיט א ישועה.

אויב האט א סוחר אין תל-אביב באשטעלט סחורה פון ענגלאנד, און געזען אז די סחורה וואס ער האט באשטעלט איז צופיל און עס וועט נישט אויסגיין, איז ער גראד געקומען צום צדיק זיך דורכרעדן. דער צדיק האט אבער געזען מיט זיינע ווייטע אויגן אז דער איד האט גאר צו ווייניג און אים געהייסן באשטעלן נאך, בשעת ווען דער איד באוואונדערט דער מאדנע שריט וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס קריטיש וויכטיג.
אויב איז געקומען אמאל א בחור זיך דורכרעדן איבער א שידוך וואס מען טראגט אים אן, האט דער צדיק מיט זיינע ווייטע אויגן אים תיכף געענטפערט "דיין זיווג איז נישט דא, זי איז דא געווען נעכטן ביינאכט און זי ווארט אויף דיר..." דער שידוך איז טאקע געווארן און זיי האבן אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב לה' ולתורתו.

אזוי האט דער רבי פארמאגט ווייטע אויגן און געזאגט פאר יעדן וואס ער האט צוטון באקספליריה המאירה.

הוא אמר ויהי
אין שטעטל זוועהיל איז געווען א פרוי וועמען מען האט אנגערופן "יענטע די שניידערן". ליידער האט זי נישט זוכה געווען צו האלטן אן אייגענע קינד אין אירע הענט, און זי האט זיך שטארק מצער געווען דערויף. איז זי געקומען צו ר' שלמ'קע זיך אויסוויינען אויף איר צרה, נאכן איר אויסהערן האט ר' שלמ'קע איר צוגעזאגט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא.

די ברכה פון צדיק איז טאקע מקוים געווארן און צום יאר האט זי געהאט א יונגל.

עטליכע חדשים נאכן געבורט, איז די פרוי געקומען מיט א בהלה צום רבי'ן אז דאס קינד נעמט נישט אריין אין מויל גארנישט און עס איז פאראן א גרויסע סכנה פארן עקזיסטענץ פונעם קינד.

דער רבי האט דאן ארויסגענומען א ספר משנה-תורה, און געהייסן אז מען זאל געבן פארן קינד א רויע איי. די פרוי האט זיך אבער אפגערעדט אז דאס קינד קען נישט ארייננעמען אין מויל גארנישט, און ווי אזוי קען מען איר געבן א רויע איי.

הערנדיג דאס האט דער רבי באפוילן אז מען זאל ברענגען דאס קינד צו אים. ער האט דאן גענומען פיטערן דעם קינד א טראפ נאך א טראפ, ביז דער קינד האט אויפגעגעסן א גאנצע איי.

איבריג צו זאגן אז דער קינד האט געהאט א גאנצע ישועה און געזונט געווארן כאחד האדם.

אין מלחמה קעגן די דייטשן
א באזונדערע פרק דארף באטאנט ווערן איבער דער צווייטער וועלט מלחמה.

וואס דארט האט זיך אפגעטאן איז א סוגיא שלימה וואס מען ווייסט מער נישט ווי יא. אבער די וואס האבן זיך געקלאמערט ארום דער צדיק האט געוויסט אז ידיו רב לו אין ראטעווען ארץ-ישראל פון די נאצישע נעגל.

אין יענע צייט האבן די מקורבים באמערקט ווי אזוי דער רבי פאסט תעניתים און סיגופים, גאנצע נעכט איז ער אויף געווען פראווענדיג תיקון-חצות. שעות לאנג פלעגט ער דעמאלס שטיין בדביקות עצומה, נישט רירנדיג קיין אבר. מען האט באמערקט אז עפעס ערנסט טוט זיך אפ ביים רבי'ן.

"ארץ ישראל תהיה לפליטה" האט דער רבי געהאלטן אין איין זאגן, "די נאצישע נעגל וועלן נישט אנרירן ארץ-ישראל!" פאר אנדערע אידן האט דער רבי געזאגט ווען עס האט זיך אנגעהויבן זען די שווערע לאגע אין די וועלט: "אפילו אויב עס וועט אויסברעכן א מלחמה, וועט אין ארץ-ישראל גארנישט פאסירן, אין ירושלים זיכער נישט".

אזוי ווייט איז רבי שלמ'קע געווען זיכער מיט זיין מיינונג, אז אפילו ווען מען איז אמאל געקומען מיט א בהלה איז די דייטשן האבן באמבאדירט תל-אביב, האט זיך דער רבי אנגערופן "שקר, מען האט נישט באמבאדירט, נישט אמת."

שפעטער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען פאלשע שמועות וואס האבן זיך ארומגעדרייט אן קיין שום גרינט.

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז מען האט דעמאלס געהאלטן אין די צייטן וואס די דייטשן האבן זיך אלס פאראויס גערוקט מיט א שנעלקייט אויף זייער וועג קיין ארץ-ישראל און עס האט אויסגעקוקט אז פריער אדער שפעטער וועלן זיי אריינקומען קיין ארץ-ישראל. עס האט נישט אויסגעקוקט אז עפעס קען זיי צוריקהאלטן דערפון.

אט איז וואס איינע פון די משמשים האבן דערציילט פארן ירושלימ'ער רב, הרב דושינסקי זצ"ל:
"עס איז געווען אין יאר תש"ג, יענע טעג ווען אידן אין ארץ-ישראל זענען געווען אונטער די אנגעצויגנקייט אז אט אט קומט דער דייטש אריין אין הייליגן לאנד. עס האט געהערשט א שרעקליכע סכנה פאר אלע אידן.

"רבי שלמ'קע זוועהילער פלעגט גאנצע נעכט שטיין בדביקות אויף איין ארט, עס איז געווען מבהיל'דיג דאס צוצוקוקן.

"איין נאכט איז דאס געווען, א שרעקליכע אנגעצויגנקייט האט געהערשט אין אלע גאסן, שמועות זענען ארומגעגאנגען אז די נאציס נעמען איין לאנד נאך לאנד און זיי רוקן זיך מיט א דראסטישע שנעלקייט קיין ארץ-ישראל.

"איך האב מורא געהאט אויפצווועקן דעם רבי'ן פון זיין דביקות און אים מיטטיילן וואס עס קומט פאר, אבער איך האב פארט געשפירט פאר וויכטיג אז דער רבי זאל וויסן פון דער מצב און סכנה וואס הערשט אויף יושבי ארץ-ישראל. וואס האב איך געטאן? – איך האב גענומען א האמער און אנגעהויבן האקן, כדאי דער רבי זאל זיך אויפוועקן פון זיין דביקות.

"אינמיטן נאכט, ווען דער רבי איז שוין געשלאפן נאך א שווערע נאכט פון הייליגע עבודות, פלוצלינג הער איך דער רבי מירמלען אין שלאף "דער אויבערשטער איז מקדים רפואה למכה, נאך אביסל וועלן די אמעריקאנער אריינקומען קיין בערלין, פון די אנדערע זייט וועלן קומען צו גיין די רוסן, און עס וועט זיין א ישועת השם."

"אזוי האט טאקע פאסירט, ווען ביז א קורצע צייט האט זיך געענדיגט די מלחמה, גענוי אויף דער וועג ווי אזוי דער רבי האט פאראויס געזאגט פון שלאף."

אינטערעסאנט צו באמערקן אז אינעם זעלבן טאג וואס די וועלט האט געפייערט די נצחונות קעגן די נאצישע רעזשים, איז דער צדיק רבי שלמ'קע נסתלק געווארן. כ"ו אייר איז דעמאלס אויסגעפאלן אין די פינפטע אין מאי, דעמאלס וואס דער דריטער רייך איז געפאלן.

דער צדיק האט אויסגעקליבן צו זיין א כפרה פאר כלל ישראל בדורו.

אשככבתיה דרבי
די פטירה פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע איז צוגעגאנגען אויף א הפלא'דיגע אופן.

ביי זיין פטירה האט מען געזען דאס וואס עס שטייט אין ספרים, אז א צדיק איידער ער ווערט נסתלק מאכט ער א סך-הכל אויף זיין גאנצן לעבן. ביי רבי שלמ'קע האט מען דאס געזען ממש מיט אן אפנקייט, ווי אזוי ער האט אינזינען געהאט אז דער וועלט זאל ווייטער געניסן פון זיין צדקות און מופתים, אפילו ער וועט זיך נישט געפינען בעלמא הדין.

עס לאזט זיך זאגן אז פון די גאנצע גדלות פון רבי שלמ'קע, איז דער נקודה דער מערסעטע ווינדערליך ווי אזוי ער האט דאס געטאן בחיים חיותו און זיכער געמאכט שלא ייבוש המעיין ולא יפסק האילן.

כל ימיו האט דער צדיק זיך אויפגעפירט בקדושה ובצניעות, נישט ארויסווייזנדיג קיין שום מאס פון שררה און הנהגה. דאס איז בכלל נישט געווען זיין מהות און רצון, פארקערט: ער האט מואס געווען דערין בכל התכלית המיאוס און אנטלאפן דערפון כמחתוי קשת.

די לעצטע יאר פון זיין לעבן עלי אדמות, האט ר' שלמ'קע אנגעהויבן טון און בויען א ישיבה, א זאך וואס איז לגמרי נישט געווען זיין מהות. קיינער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס עס ברענט דעם רבי'ן א ישיבה און דער ציל פארוואס ער וויל אויפשטעלן מוסדות.

פאר עטליכע מקרבים האט זיך ר' שלמ'קע דאן אויסגעדרוקט: "מיין ברען, מיין רצון, מיין הארץ איז א ישיבה".

עס זענען פאראן פיל צדיקים וואס טוען אויף פאר אידישקייט און בויען אהלה של תורה, ישיבות און מוסדות פאר אידישע קינדער. אבער ווער עס האט געקענט ר' שלמ'קע האט פארשטאנען אז דאס איז נישט זיין מהות. זיינע ארומיגע האבן פארשטאנען אז די גאנצע ישיבה אין וואס ער האט זיך אריינגעלייגט איז העכערע זאכן אין וואס מיר קענען נישט פארשטיין.

בכלל איז דאס געווען דעמאלס פון די ערשטע ישיבות אין ירושלים, עס איז נאכנישט געווען א דעהערבארע זאך וואס מענטשן זאלן פארשטיין און דערהערן די וויכטיגקייט דערפון.

קיינער האט עס נישט פארשטאנען וואס איז דער ציל פון רבי שלמ'קע.

עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און רבי שלמ'קע איז קראנק געווארן, בשעת אידן האבן אנגעהויבן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו. דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט און וואס א טאג שפעטער איז עס געווארן קריטישער און קריטישער.

הארט איידער רבי שלמ'קע איז נסתלק געווארן מעלמא הדין, האט ער אפגעשריבן א בריוו, וואס האט געזאלט דינען אלס צוואה פאר כלל-ישראל.

אין דער בריוו האט רבי שלמ'קע געשריבן אזוי:
"אהיה להם למליץ טוב, לכל מי שיסייע למוסדותי, בעולם הזה ובעולם הבא."

דער ווייטער בליק
נאך זיין פטירה האבן אידן אין ארץ-ישראל בכלל און די אנהענגער פון רבי שלמ'קע בפרט, פארשטאנען די כוונה פון רבי שלמ'קע מיטן אויפשטעלן מוסדות, א זאך וואס האט לגמרי נישט געשטימט מיט זיין איידעלע התנהגות און צוגאנג.

ירושלמ'ער אידן האבן זיך געפילט פאר'יתומ'ט נאך וואס דער גרויסער צדיק איז נסתלק געווארן לבית עולמו, מענטשן וואס האבן געוואלט זיך דורכרעדן געוויסע ענינים, עצות און ברכות, האבן זיך געפינען אין א פארלעגנהייט, וויבאלד זייער רבי און מנהיג איז שוין נישטא געווען.

אבער מיט די צוואה פון רבי שלמ'קע האבן אידן געשפירט א טרייסט. אידן האבן אנגעהויבן זען אפענע ישועות דורכ'ן שטיצן די מוסדות פון רבי שלמ'קע, די ישיבה און די כולל. אין ירושלים איז שטארק אנגענומען די סגולה פון געבן געלט פאר רבי שלמ'קעס מוסדות און דורך דעם זען ישועות למעלה מדרך הטבע.

ויהי בעלותו השמימה
אינעם טאג פון כ"ו אייר שנת תש"ה לפ"ק איז נסתלק געווארן דער צדיק וקדוש, רבי שלמ'קע מזוועהיל זי"ע.

בשעת די הסתלקות זענען געווען דארט פארזאמלט רבנים און פון די חשוב'סטע אידן אין ירושלים. צווישן זיי איז אויך געווען הגה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע. אינמיטן האט ער הויך אויסגעשריגן צו אלע פארזאמלטע:
"אלע אנוועזנדע זאלן שנעל מהרהר זיין בתשובה שלימה, ווייל דער זלאטשובער מגיד מיט די גאנצע פמליא געפינען זיך יעצט דא..."

הארט איידער יציאת נשמה, האט רבי שלמ'קע זיך גראד געמאכט די פיאות און די בארד, כאילו ער גרייט זיך אויף עפעס. דאן האט ער צוריקגעגעבן זיין נשמה ליוצרו.

בשעת די טהרה האט זיך געפינען אויפן ארט הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און האט געפרעגט די אנוועזנדע צי זיי שפירן א רח פון בשמים. יעדער איינער וואס האט זיך דארט געפינען האט דאן געשמעקט א רח פון בשמים.

רבי שלמ'קעס דירה
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די שטוב פון רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, דארט וואו ער האט געוואוינט און געפירט זיין ווירטשאפט, איז געווארן אן ארט וואו אידן זעען כסדר ישועות און רפואות.

וואס איז אזוי אויסטערליש אין רבי שלמ'קעס דירה? – אט הערט.

די דאזיגע דירה האט רבי שלמ'קע אליין געבויט. דאס איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ-ישראל, דעמאלס ווען ווייניג מענטשן האבן געוויסט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון רבי שלמ'קען.
רבי שלמ'קע האט דעמאלס געגאסן די יסודות אויף דעם ארט – די נידעריגסטע ארט אין ירושלים, אליין זיך גענומען די מיה צו בויען דעם נידעריגן דירה וועלכער שטייט נאך עד היום הזה.

מענטשן זענען דאן געשטאנען און זיך געוואונדערט אויב דער בנין וועט נאך אמאל ארויסקומען א זאך. דען ווי אזוי איז מעגליך פאר א פשוט'ער מענטש צו בויען אליין א בנין, אן קיין הילף פון ספעציאליסטן אין דעם?

אבער רבי שלמה האט געבויט טאג נאך טאג, ביז עס איז געשטאנען דער בנין על מכונו.

אפילו שפעטער, ווען רבי שלמ'קע איז שוין געווען ברייט באקאנט אין ירושלים, און זיינע מקורבים האבן אים געוואלט צושטעלן א באקוועמערע פלאץ אין ירושלים, פון וואו ער זאל פירן זיין הויף, האט ער בשום-אופן נישט געוואלט. ער האט געוואלט בלייבן אויף דעם ארט וואס ער האט אליין געבויט.

אין ירושלים איז איינגעפירט, ווען א איד ברויך אנצוקומען צו א ישועה אדער רפואה, דאן מאכט מען א מנין תהילים אין דירה פון רבי שלמ'קע (היינט איז דאס א חלק פון די מוסדות וואס רבי שלמ'קע האט אויפגעשטעלט). מען זעט דארט פארשידענע ענינים און מופתים.

נאך די פטירה פון רבי שלמ'קע, האט איבערגענומען זיין זוהן – הרה"ק רבי גדליה משה מזוועהיל זי"ע, וועלכער איז געווען רבי בלויז עטליכע יאר. נאך אים האט ממשיך געווען בנו רבי מרדכי מזוועהיל זיע"א, און דערנאך זיין זוהן רבי אברהם זיע"א, וואס אין זיין צייט איז מוסדות זוועהיל געשטיגן און זיך פיל פארגרעסערט.

פארגאנגענעם יאר האט זוועהיל פארלוירן איר באליבטע רבי און מנהיג – רבי אברהם זי"ע, און זיין זוהן האט איבערגענומען דעם בענקל און ממשיך געווען חסידות זוועהיל. כ"ק האדמו"ר רבי שלמה שליט"א האט איבערגענומען די ישיבה און די מוסדות, מיסודו של הרה"ק רבי שלמ'קע מזוועהיל זי"ע. און מיט אויסערגעווענליכע סוקסעס באוויזן מדריך צו זיין די חסידים וועלכע שפירן א שטארקע צוגעבינדנקייט צו זייער רבי און מנהיג.

זיין גרויסן זכות זאל מגין זיין פאר אלע וואס וועלן ארויפגיין אויפן פעלד און בכלל פאר די וואס גייען אין זיינע דרכים און שטיצן זיינע מוסדות און פאר גאנץ כלל ישראל.
לויט ווי זיס שרייבט האט ר' שלומה'קה יא געהאט א ישיבה
דער רודער איז שוין דא טאקע שיף אבער דא
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

זבחי צדק האט געשריבן:נו, אויף ר' מיילאך'ס מייסעלעך, זאג איך געווענליך דעם כלל אזוי:
'ס'יז אזוי גוטע מייסע אז עס מוז אפילו ניש זיין אמת.....'

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיינע כללים
אבער איך האב פונקט די וואך גהערט פון א איד, וואס האט דערציילט א מעשה פלא פאר ר' אלימלך
און ר' אלימלך האט נישט געוואלט דערציילן די מעשה, ביז ער איז נאכגעגאנגען אלע פרטי פרטים ביזן סוף
און ביטע פאר די רעדסט ברבים אויף אזא איד טראכט איבער 2 מאהל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

געהערט פון איהם עטליכע מאל פארן אנהייבן א מעשה זאגט ער: ס'איז א אמת'ע מעשה נישט קיין מעשה שהיה...
[מ'קען דא האבן א טעות אויף פארקערט, וועל איך מסביר זיין: ווען ער האט געזאגט אז ס'איז נישט א מעשה שהיה האט ער געמיינט אז ס'איז טאקע אמת און נישט א מעשה וואס וואלט אפשר געקענט פאסירן]
אוועטאר
שיפס קאפיטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפס קאפיטאן »

אדמור מ'סאטמער זי"ע ווען מהאט גערעדט פון מעשיות האט ער געזאגט אז מ'דארף גלייבן אז עס וואלט געקענט זיין אמת פשט א מעשה וואס מקען זיך ארויס לערנען פון דעם א מוסר השכל פארוואס זאל מען עס נישט פארציילן
דער רודער איז שוין דא טאקע שיף אבער דא
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יעדעס יאר מיט א פרישע אייפער חזר'ט מען ווידער איבער דעם זעלבן פאנטאזיע איבער זיין צוריק האלטן די נאציס פון אריין מאשירען קיין ארץ ישראל...
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ישלהוסיף האט געשריבן:יעדעס יאר מיט א פרישע אייפער חזר'ט מען ווידער איבער דעם זעלבן פאנטאזיע איבער זיין צוריק האלטן די נאציס פון אריין מאשירען קיין ארץ ישראל...

האסט עפעס א פירכא אויף די מעשה?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זבחי צדק האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:יעדעס יאר מיט א פרישע אייפער חזר'ט מען ווידער איבער דעם זעלבן פאנטאזיע איבער זיין צוריק האלטן די נאציס פון אריין מאשירען קיין ארץ ישראל...

האסט עפעס א פירכא אויף די מעשה?

די מעשה איז באקאנט אז דער רבי שלמק'ע זוויעלער איז ארויף צוזאמען מיט דעם הייליגן הוסיאטענער צום ציון פון הרה"ק האור החיים זיע"א און דארט אפגעשטעלט די נאציס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

דער הייליגע הוסיאטינער איז געווען דער וואס האט געזאגט אז דיא נאצים וועלען נישט אריין קומען אין ארץ ישראל רבי שלומקה זווילעהר איז אויך געווען ביי יענער יום תפילה אבער סיז געווען דער הוסיאטינער וואס האט עס געזאגט
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א חסיד האט געשריבן:דער הייליגע הוסיאטינער איז געווען דער וואס האט געזאגט אז דיא נאצים וועלען נישט אריין קומען אין ארץ ישראל רבי שלומקה זווילעהר איז אויך געווען ביי יענער יום תפילה אבער סיז געווען דער הוסיאטינער וואס האט עס געזאגט

ווער ס'האט געזאגט ווייס איך נישט, אבער ס'איז געווען א ביינזאמע פעולה פון די צוויי גרויסע צדיקים
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

שמו האט געשריבן:רבי שלמ'קעס סטאקס איז גארנישט געטראסקעט אין הימל האט ער גאר א גרויסע שער, און מ'פויעלט נאך יעצט דארט ישועות נפלאות למעלה מדרך הטבע (די צדיקים ווערן גארנישט ווייניגער צוליב דער היינטיגער דור)

נאר וואס, די מארקעטינג קאמפעני דאס איז עפעס נישט געלונגען, נאר געווארן איבערגענומען דורך די אנדערע, ועל זה נאמר דור הולך ודור בא.

נו ודאי האמיר נישט געמיינט אין הימל ווי די זאכן ווערן נישט געמאסטן לויט וויפיל קוגל מ׳עסט לכבודו, מ׳האמיר דאך גערעדט פון די מופתים אינדוסטרי. ער האט זעכער א עקסטרע זכות אז די חברה זענען כאטש האלב אראפגעקראכן פון אים...
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אינטערעסאנט!

איינלאדענונג-בריוו פון רבי שלמה'קע זצ"ל צום חתונה פון אור-אייניקל מיט האדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל, און טוט ביילייגן דאס בילד פון זיך.

(פילייכט קען דאס אריינגיין אין אשכול פון 'יא' ערלויבטע בילדער-כאפן דורך גדולי ישראל..)
אטעטשמענטס
498.jpg
498.jpg (168.38 KiB) געזען 2043 מאל
לחיים ולברכה!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נחמן נתן האט געשריבן:אינטערעסאנט!

איינלאדענונג-בריוו פון רבי שלמה'קע זצ"ל צום חתונה פון אור-אייניקל מיט האדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל, און טוט ביילייגן דאס בילד פון זיך.

(פילייכט קען דאס אריינגיין אין אשכול פון 'יא' ערלויבטע בילדער-כאפן דורך גדולי ישראל..)

טאקע אינטערסאנט צו לייגן א בילד אויף א חתונה אינוויטעישאן
[אבער לעצם העוולה פון א בילד, כידוע איז אין ירושלים, אפילו ביי גדולי ישראל, דער נושא פון בילדער געווען א לכתחילה שבלכתחילה, ניטאמאל א בדיעבד, אין אלע אלטע ירושלימ'ער סוכות האט מען געהאנגען בילדער, פון זיידעס אדער סתם בילדער פון גדולי ישראל, פאר נוי סוכה]
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג אפריל 17, 2018 1:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”