רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

מסופר כי פעם נסע ה'מאור עיניים' עם בנו רבנו זצ"ל אל מחוץ לעיר, שם הוציא לפניו אביו הק' מכתב, ואמר לו: "רואה אתה בני, כתב זה מציין את שושלת היוחסין שלנו, ל"ו דורות בעלי רוח הקודש היו, ביניהם רש"י הקדוש, עד רבי יהודה הנשיא, ועד דוד המלך ע"ה. אבל אתה בני אינך זקוק לכתב יוחסין זה, כי ממך תתחיל שושלת חדשה". והטמין אביו הק' את כתב הייחוס מתחת לאבן.
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

מכתב שכתב רבנו אודות התמיכה בלומדי תורה
אטעטשמענטס
כתי.jpg
כתי.jpg (12.75 KiB) געזען 2955 מאל
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

זיי קיין אויבערחכם... (ערציילונג פון הרה"ק רבי מאטעלע מטשערנאביל זי"ע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

צו די יארצייט פונם הייליגן מגיד פון טשערנאביל זי"ע בין איך מעתיק א סיפור געטראפן אין מיינע ארכיוון.

זיי קיין אויבערחכם...

א רעש גייט אין שטאט, דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'ל זי"ע, בארימט אלטס דער טשענאבלער מגיד זי"ע, קומט א באזוך אין שטאט, יעדער איינער מקטן ועד גדול גייען ארויס מקבל פנים זיין דעם צדיק, יעדערער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה אדער בלויז כאפן א בליק אויף זיין לעכטיגע צורה און שעפן יראת שמים,

די רבי האט זיין באשטימטע אכסניא, ווי אייביג ביי א פארמעגליכע חסיד, וואס האט שוין די חזקה יאר-יערליך צו מאכן זיין שטוב אלטס בית וועד לחכמים, די רבי באקומט א פראכטפולע צימער, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע טעג, אויפנעמען זיינע חסידים צו סתם עמך-אידן וואס זענען משכימים לפתחו לברך ולהתברך.

דער הייליגע מגיד פלעגט צו נעמען גרויסע פדיונות פאר א ישועה, געווען איז באוויסט איבעראל אז רבי מרדכי'לע שטיצט מיט די געלט פארבארגענע צדיקים, אדער ווי מען פלעגט זיין רופן די ל"וניקעס, פאר דעם צוועק פלעגט ער ארומרייזן אין מערערע שטעט און שטעטלעך אפנעמען די נדבות פון אידישע קינדער און פארשפרעכן ישועות, צדיק גוזר והקב"ה מקיים האבן טאקע אידן אויסגענוצט די געלעגענהייט אריינצוכאפן ווי מער ווען דער צדיק געפונט זיך אין זייער סביבה,

ציווישן די פילע חסידים וואס האבן אפגעווארט רבי מרדכי'לע, איז געווען איינער א חסיד רבי חיים. ר' חיים איז גראדע געווען א חסיד פון א אנדערן רבי'ן ערגעץ וואו, איהם איז שטארק נישט געפאלן די דרך פון רבי מרדכי'לע, ביי איהם איז די זאך געווען גאר מאדנע, צו בעטן אזאנע גרויסע סכומים פון מענטשן, ציווישן זיי ארעמעלייט? אין זיין קליינקעפיגע מוח איז דאס בכלל נישט אריין, ער האט באשלאסן ער מוז נאכגיין דעם רבי'ן דרכים, אויספארשן צו דערגיין וואס טוט די רבי מיט די געלט, און וואס זענען זיינע פארבאגענע וועגן,

פארגעסענדיג פאר א וויילע פון דעם מאמר חז"ל והוי זהיר בגחלתן שלא תכווה, איז ר' חיים איינגעפאלן א המצאה, מיט א געמאכטע תמימות איז ער צוגעגאנגען צו בעל אכסניא, רופט איהם אין א זייט און באט איהם אן אזא געשעפט:

"הער נאר, כוויל מיט דיר מאכן א געשפעט, אזוי ווי די רבי גייט ביי דיר איינשטיין בקרוב, בעט איך א טובה אויב כקען באקומען די נעקסטן צימער פונם רבינ'ס שטוב ווייל היות איך בין דאך א חסיד פון א צווייטן רבי'ן און כוואלט שטארק חשק געהאט זיך מדבק זיין צו רבי מרדכי'לע און ווערן זיינס א חסיד, אבער קוד מוז איך נאכגיין זיין פיסטריט און דערנאך וועל איל קענען אמת'דיג באשליסן, נאדיר 10 רענדלעך שכר טירחה"..

דער בעל אכסניא איז זייער געפאלן די פלאן, ערשטענס, רבי חיים איז דאך באוויסט אלט'ס א חשובע מענטש, און אויב קען מיר געלונגען איהם אריינצוכאפן פאר א חסיד איז דאס דאך א געוואלדיגע דערגרייכונג, צווייטענס האט די צעהן רובל – א ריזן סכום – געשמייכלט צונעם, מסכים! קומענדיגע מאל איידער די רבי איז געקומען, האט ער געגעבן רבי חיים די נעקסטע שטוב ווען נאר א דין ווענטל טייטל אפ ציווישן דעי צימער און די צימער ווי דער הייליגע מגיד איז געזעצן.

ר' חיים מאכט זיך באקוועם, ער באארט אויס א קליין לעכל צום רבי'ן צימער, שטארצט צו די אויגן, שפיצט אן די אויערן גרייט צו שפיאנירן נאך יעדע תנועה פונ'ם רבי'ן.

ס'איז נאכמיטאג, די רבי קומט אריין אין שטוב זעצט זיך אוועק אויפן שטוהל און פרעגט דעם גבאי'ן וויפיל איז די צאל מענטשן וואס ווארטן אינדרויסן, ערבאפעלט זיי איינציגווייז אריינצולאזן.

אזוי גייט דורך עטליכע שטונדע ווי די רבי געזעגנט די פילע אידן, אויפן טיש איז אנגעהויפענט ריזיגע סומעס געלט, פארנאכט'ס ווערט ענדליך שטיל פרעגט די רבי אויב יעדער איינער אין שוין אריינגעקומען, זאגט די גבאי ניין נאך איין פרוי א אלמנה שטייט נאך אינדרויסן, אבער זי האט קוים עפעס געלט, נישט מער ווי אכצן רייניש, זאגט די רבי אכצן רייניש איז אויך געלט, רוף איר אריין, די רבי געזעגנט איר און די טיר ווערט פארשלאסן.

ר' חיים זעהט ווי דער רבי גרייט זיך צו דאווענען מעריב, די דאווענען איז נישט געווען עפעס ספעציעל וואס ער איז געווען געוואונט, תיכף נאכן דאווענען איז די רבי טועם, לייענט קר"ש, שיקט ארויס דעם גבאי'ן אין לייגט זיך שלאפן.

ביי חצות הלילה - זעהט ער ווי די רבי שטייט אויף, צינט אן א ליכטל, און אפאמאל הערט ער שרעקליכע געוויינען, ער הערט א קול קלאגט, "הייליגע רבי העלף מיר, ראטעווע מיין נשמה, כוואלגער מיך שוין אזויפיל יאר, כבעט אייך העלפט מיר געבט מיר א תיקון" און אזוי ווייטער צענדליגע נשמות וויינען און שרייען צום צדיק פאר א תיקון, רבי חיים האט געמיינט ער שטארבט פאר שרעק, אבער ער האט זיך אנגעזאמעלט קוראדש און ווייטער גענניגט א אויער,

פלוצלינג הערט ער ווי דער צדיק זאגט פאר א נשמה, אייך קען איך בשו"א נישט העלפן ווייל ווען איר האט געלעבט האט איר מיך קיינמאל נישט מחי' געווען מיט עפעס, און א צדיק קען נישט מתקן זיין קיין נשמה נאר אויב ער האט אמאל באקומען א געווייסע טובת הנאה פון דעם איד, די נשמה וויינט און קלאגט מיט יאמערליכע קולות די צדיק זאל רחמנות האבן אויף איר פארוואגעלטע זעעל, אבער דער צדיק זאגט קלאר: ס'איז נישט מעגליך פאר א צדיק צו פארעכטן א נשמה אויב ביים לעבן האט זי נישט קיין שום טובה געטון פאר איהם. אבער דאך א עצה קען איך דיר געבן אויב איר דו האסט א נאנטן קרוב וואס ער האט ביים לעבן מיר יא מהנה געווען, און ער איז גרייט אוועק צו שענקן אביסל פון זיינע זכותים פאר דיר, וועל איך דערמיט יא זיך קענען מטפל זיין. די נפטר ווייזט אן אין ארטיגן בית החיים ליגט טאקע זיינ'ס א קרוב וואס ער האט גאר אסאך גוט'ס געטון פאר'ן רבי'ן, אבער ער איז מיר געווען א שטארקע שונא ביים לעבן, וועט ער קיינמאל מיר נישט וועלן א טובה טאן.

די רבי זאגט פאר די נשמה ער זאל גיין צום קרוב און זאגן בשמו ער זאל דיר אוועקשענקן די זכות פון עטליכע גילדן וואס ער האט האט מיך מחי' געווען, טענעט די נשמה, מיין קרוב וועט מיך נישט גלייבן, ער וועט נישט מסכים זיין.

אצינד דרייעט זיך די רבי אויס, און ווייזט אן פאר די נשמה "דארט אין די אנדערע שטוב שטייט א איד ר' חיים, ער האט געקענט אייער קרוב גוט ביים לעבן גיי מיט איהם מיט ער זאל זיין דיין עדות, אבער חלילה די זאלסט איהם שעדיגן, ברענג איהם צירוק אהער גאנץ"

ר' חיים איז פארלעזירט... ער שפירט ווי ער גייט פאלט אוועק, זיין לשון ווערט פארשטימט זיין מוח דרייעט זיך, א טאטאלע כאאס, א שטארקע פחד איז איהם באפאלן, ער האט שוין מיליון מאל חרטה געהאט פאר די גאנצע עסק וואס ער זיך דא אריינגעלאזט,

פלוצלונג שפירט ער ווי א ווינד הייבט איהם אויף און טראגט איהם אוועק צו בית החיים, ער טרעפט זיך שטיין נעבן א קבר, ווען א קול הערט זיך וויינענדיג און בעטענדיג זיך צו זיין קרוב ער זאל איהם שענקען די עטליכע רובל איך זאל קענען קומען למנוחה נכונה!

פארוואס זאל איך די געבן כהאב דיך דאך פיינט געהאט ביים לעבן?,

די רבי האט מיך געשיקט

, פארוואס זאל איך דיר גלייבן?,

דער איד ר' חיים איז עדות!

רבי חיים גארטלט זיך אן זיינע לעצטע כוחות אין שרייט אויס יא! כבין מעיד איז די רבי האט איהם געשיקט! כבעט אייך פערזענדליך א טובה, טוה אייער קרוב א זכות און געב איהם די פאר רובל,

ווי נאר רבי חיים האט געענדיגט רעדן הערט ער וואו די באערדיגטער איז מסכים, אויפאמאל טרעפט ער זיך צירוק אין רבי'נס חדר וואו די רבי איז מבטיח פאר די נשמה זיין תיקון.

מיר די לעצטע כוחות שלעפט זיך ר' חיים ארויס פון רבי'ן שטוב אינגאנצען ערשעפט, קומט אהיים און פאלט אין חלשות, קוים מיט צרות האט מען איהם דערמינטערט, ער איז אריינגעפאלן אין בעט, אזוי אפגעליגן אפאר טעג ביז ער איז עטוואס געקומען צו די כוחות.

ווען דער הייליגע צדיק רבי מאטעלע טשערנאבלער איז אהיים געפארן, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביים ר' חיים מבקר חולה זיין,

אויפן וועגן ארויס שרייעט די צדיק "לא תחקור את השם" את לרבות תלמידי חכמים – מער זאלט איר אזאנס נישט טוען..."
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

זייער שיין, גוט אראפגעלייגט! מיין הארץ האט מיטגעקלאפט...

א דאנק פארן ברענגען!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מעכטיג גוט אראפגעלייגט, שרייב נאך ביטע
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שיינע מעשה. יישר כח פארן ברעגנען
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מטעמים האט געשריבן:מעכטיג גוט אראפגעלייגט, שרייב נאך ביטע
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

היינט נאכט - כ' אייר איז די הילולא קדישא ה180
ומרדכי יצא בלבוש מלכות
זיע"א
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שמחת עולם האט געשריבן:זייער שיין, גוט אראפגעלייגט! מיין הארץ האט מיטגעקלאפט...

א דאנק פארן ברענגען!

גא"מ

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

כ' אייר תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א שליח מיוחד פון קופת צדקה "מאמר מרדכי" לייגט אראפ די קוויטלעך אויפן ציון הקדוש אין אנאטיווקא.
כ' אייר תשפ אנאטיווקא.jpg
כ' אייר תשפ אנאטיווקא.jpg (70.35 KiB) געזען 1535 מאל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

זיע״א
זוכה געווען דארט צו זיין דעם ווינטער,
מ׳זאל האבען געפויעלט אלעס גוטס
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

עס איז געשלאסען געוואר דיע וואך א שיינע שידוך בבית סקוורא-ב"פ טריסק ראחמסטריווקא טשערנביל
החתן נכד אדמו"ר מ'סקוורא-ב"פ ז"ל ואדמו"ר מ'טריסק-לאנדאן שליט"א הכלה נכדת האדמרי"ם מ'ראחמסטריווקא טשערנביל ב"פ שליט"א
איז חוץ פין דאס אז אלע 4 זיידעס זענען בא"ב פינ'ם טשערנביל'ע מגיד [וואס איז לכאורה נישט קיין חידוש אין טשערנביל]
זענען חתן כלה איינקליך פין 6 קינדער פין טשערנביל מגיד
טשערנביל
טשערקאס
טריסק
טאלנע
סקוורא
ראחמסטריווקא
אין די איידעם ר' יחיאל מיכל מ'דראהביטש-יאמפלע
חוץ מזה כמה וכמה פעמים נכדי המאור ענים
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

[quote="זיידעניו"]הרה"ק רבי מרדכי, דער טשערנאבלער מגיד, זצוקללה"ה
תק"ל - כ' אייר תקצ"ז

דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תק"ל, צו זיין גרויסער טאטע מרן הרה"ק רבי מנחם נחום זצוקללה"ה דער הייליגער "מאור עינים". די גרויסע נשמה פונעם הייליגן טשערנאבלער מגיד האט דער מאור עינים באקומען במתנה פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זצוקלה"ה,
אין יאר תקל"ג, ווען דער טשערנאבלער מגיד איז אלט געווען זעקס יאר, איז ער א חתן געווארן מיט די צדיקת חי' שרה, די טאכטער פון הרה"ק ר' אהרן מקארלין זצ"ל,/quote]

ווי אזוי האט דער טשערנובעלער מגיד געקענט זיין 6 יאר תקל"ג ווען ער איז געבוירן געווארן תק"ל?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א קשיא אויף א מעשה
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איטשע האט געשריבן:א קשיא אויף א מעשה


איך האב שוין אמאל געהערט (כמדומה לי פון רי"ח גרינוואלד) אז דער המגיד הגדול האט אינטערגעפירט רבי מאטעלע טשערנאבילער. איך וויל פשוט וויסן ווי אזוי עס שטימט מיט די יארן זייט דער מגיד איז אוועק תקל"ג און רבי מאטעלע איז הערשט געבוירן געווארן תק"ל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אנשטודליגט, א קשיא אויף רי״ח גרינוואלד..
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

ביים תנאים פון ר"מ טשערנאבלער איז דער מגיד געווען און ר' מנדלי וויטעפסקער האט געליינט די תנאים און האט גע'חלשט ווען ער האט געזאגט בת הרב אהרן אויף ר' אהרן קרלינער וואס האט שוין דאן נישט געלעבט האט דער מגיד אים געפרעגט צו ער האט נישט געקענט ר' אהרן הגדול האט ער געענטפערט אז ער האט אים געזעהן אין קליידער וואס ער האט מקובל אז נאר א חד בדרא גייט אזוי איך האט געוואוסט אז ער איז געווען גרויס אבער אזוי גרויס האב איך נישט געוואוסט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אזוי ווי היי יאר צוליב די מלחמה קען מען נישט געהעריג פארן קיין אוקריינא, וועט דעם דאנערשטיג כ' אייר הילולא קדישא פונעם טשערנאבלער מגיד זיין א גרויסע קבוצה פון חסידי סקווירא בראשות הרה"צ ר' יצחק שליט"א בן כ"ק אדמו"ר שליט"א ביים ציון הקדוש פון זיין אייניקל הרה"ק ר' מרדכי מקאזמיר זי"ע בעל מאמר מרדכי זי"ע, וואס זיין פאטער דער טוריסקער מגיד זי"ע האט מעיד געווען אז ער האט פאר אים ממשיך געווען די נשמה פון זיין פאטער דער טשערנאבלער מגיד זי"ע.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שטארק ווארט פון רבי מאטעלע טשערנאבלער זי"ע:
דער ייצר הרע צאלט קעש און דער ייצר טוב מיט א טשעק. און דאס איז די ניסיון.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ישארף
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 2:05 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישארף »

מתוך גליון דעהו - תולדות יהודה סטיטשין, פרשת בה"ב
סיפורי צדיקים ע"י מרן רבינו שליט"א
אטעטשמענטס
001.JPG
001.JPG (309.96 KiB) געזען 547 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

ספר דרך החיים למהר"ל מפראג, העותק של המגיד הקדוש מטעשרנאביל ובנו המגיד הקדוש ממקארוב
001 (3).jpg
001 (3).jpg (176.15 KiB) געזען 463 מאל
002 (3).jpg
002 (3).jpg (212.21 KiB) געזען 463 מאל
003 (1).jpg
003 (1).jpg (204.19 KiB) געזען 463 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”