הרה"ג החסיד ר' שמואל אברהם מאיר הלוי גרובער ז"ל - י"ג תשרי תשפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Kollel
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:29 am

לא ימושו מפיך האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ברוך דיין אמת

הגאון החסיד ר' שמואל גרובער ז"ל פון מאנטריאל

לוויה?

מארגן אין קרית יואל.

23Hayes Ct
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:42 am

טראק דרייווער האט געשריבן:ברוך דיין אמת

הגאון החסיד ר' שמואל גרובער ז"ל פון מאנטריאל

ווי אלט?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:46 am

Kollel האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ברוך דיין אמת

הגאון החסיד ר' שמואל גרובער ז"ל פון מאנטריאל

לוויה?

מארגן אין קרית יואל.

23Hayes Ct

פארנט פון ביהמ"ד צישענוב אויף העיס אויפן וועג צום ביה"ח דקהל בנ"י נעבען זיין פאטער.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:22 am

Kollel האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ברוך דיין אמת

הגאון החסיד ר' שמואל גרובער ז"ל פון מאנטריאל

ווי אלט?

58

האט נאך איין אדער צוויי קינדער אין שטוב.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:47 pm

נפש׳ל האט געשריבן:ברוך דיין האמת

די הענט ציטערן מיר ביים דאס שרייבן פאר אזא גאון וחסיד שייף עייל שייף נקי,

איך אלץ א פערזענליכער תלמיד פון אט דעם גרויסן גאון קען זיך נישט צו זיך קומען פון טיפן שאק און שוידער,

איך וועל מוזן איבערלאזן א לענגערע הערכה אויף א צווייט געלעגענהייט


:-e;/ :-e;/



:-e;/ :-e;/
ויקרא ה' אל שמואל ויאמר הנני
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי
עס לאזט זיך נישט גלייבן די ביטערע בשורה אז...
איך מוז מיך צוזאמנעמעם קוראזש דאס ארויסצושרייבן,
מו"ר ר שמואל הלוי גרובער איז מער נישט מיט אונז,
אוי מה היה לנו,
ווי אזוי שעמען זיך נישט מיינע אויגן צו ארויסגעבן אזוי ווייניג טרערן?
די הימל וויינט,
די ערד וויינט,
יעדער וויינט!!!
דאס הארץ איז פארקלעמט, איך בין ממש צונומען,

א איד א צדיק נסתר, א ענוותן ושפל ברך, מיט אזא צוגעלאזענע שמייכל, מיט אזא הכנעה צו יעדן איד אין די וועלט ממש נישט קיין חילוק ווער דאס זאל זיין, אםילו א בחור'ל וואס ער וואלט געקענט זיין זיין זיידע,
א מוסטער פון א פארצייטישע חסידישע איד, ער האט ממש נישט אריינגעפאסט אין זיין דור, כאטשיק איין אדער אפילו צוויי דורות פריער האט מען געקענט טרעפן אזאנס,
א צנא מלא ספרא א זעלטענהייט פון א גאון, סיני ועוקר הרים, א איד וואס איז געווען תרתו אומנתו במלוא מובן המולא ג'אטעמט תורה מיט חסידות, נישט געווען אזא זאך צו זעהן ר שמואל פשוט שטיין אפילו פאר א מינוט אן טוהן עפעס פארן אייבערשטן, ווי ער איז געשטאנען געגאנגען האט ער אלץ אינזינען געהאט צו האבן א ספר'ל פאר זשאסט אין קעיס,
אין סיי וועלכע שטיבל, בית המדרש, וכדו' ער איז אריין, איז די ערשטע זאך געווען די ספרים שאנק,

עס ממש נישט געוען קיין חילוק וועלכע ספר דארט געפינט זיך, אויב איז עס תורה איז דאס גוט,
זאל עס זיין א יורה דעה חלק א' אדערב' אדער א חושן משפט, אדער א דברי יואל, אדער גאר א נ"ך, עד האט געקענט זיצן שעות צוגענאגעלט צום ספר מיט אזא אויסגעגאסענע רואיגע שמייכל אויפן פנים, ווי די גליק האט אים באטראפן,
אין גאנץ ד' חלקי שלחן ערוך, און איך מיין אז אויך גאנץ ש"ס, ווען מ'האט אים סיי וואס געפרעגט האט עס אויסגעזעהן ווי ער האט דאס ממש לעצטנס דורך געלערנט מיט די גאנצע טיפקייט,
איי וויי ווי נעמט מען נאך אזעלכע אידן, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ר שמואל איז שוין נישט מיט,
וועם וועל איך פרעגן שאלות איינמיטן די נאכט?
ווער וועט מיר ענטפערן האקעלע כשרות שאלות?
ווער וועט זיך נאכפרעגן אויף מיינע קינדער?
וועם וועל קענען פרעגן פשט אין א פסוק תהלים?
אוי מה היה לנו,

ר שמואל'ס זיך אפגעבן מיט שוואכע נשמות איז געווען ממש להפליא,
ער האט געקענט זיצן מיט א בחור'ל שעות אריכות מיט סיי וואס דער בחור האט געוואלט כדי אים צו געבן די גוטע געפיל אז איינער זארגט זיך פאר אים, איינער האט אים ליב, נישט איינמאל האב איך געהערט ווי געוויסע דריקן זיך אויס אז "ווען איך בין געווען אין ישיבה האב איך גארנישט געהאט חוץ ר שמואל"
אז מ'רעדט שוין פון זיין זיך אפגעבן מיט אנדערע, ער האט זייער פארשטאנען אז בחורים דארפן זיך אויסלופטערן, האט ער גענומען דא דארט בחורים זיך צו לופטערן ווי כאילו ר שמואל האט נישט בעסער וואס צו טוהן
נישט איינמאל נישט צוויי מאל נאר צענדליגע אדער הינדערטער מאל האט ער מיר גערופן זיך צו פארענען פאר שידוכים פאר דעם און פאר יענעם עטליכע מאל האט ער מיר געזאגט דאס איז דאך דעם אייבערשטן'ס ביזנעס, ווילסט נישט זיין א שיתוף מיטן אייבערשטען?
די ערשטע זאך אלעמאל ווען ער האט נאר באגעגענט א מענטש איז געווען פרעגן ווי אזוי ער פילט וואס ער מאכט און פאר נאנטע (למשל פאר מיר אלץ א תלמיד) אויך בשלום אשתו ובניו,
ער האט מיר געלערנט דרייוון מיט די גאנצע הארץ, איך קען נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס אין די וועלט ער האט דאס געטוהן, בלויז פאר חסד לשמה,
א דאווענען פון ר שמואל איז שווער אראפ צו שרייבן, ווער עס האט אים אמאל באטראכט ביים דאווענען ווייסט וואס איך מיין,
עס איז בכלל נישט געווען מיט א אויסערליכע ברען, אדער ווער ווייסעכוואס,
נאר מיט אזא מוח'דיגע דביקות, עפעס וואס איך וואלט אנגערופן א חב"ד'סקע מוחין,
פון 10 מינוט פאר ברכות איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן,
ביז נאך'ן גאנצן דאווענען ווען ער האט אנגעהויבן מיט די גאנצע רבינו תם פראצעדור, דערנאך מיט די תיקון,
די גאנצע תיקון נאכן דאווענען דארף ווען א עקסטערע באשרייבונג,
די לשון לימודים, זיינע מעשיות וואס ער האט אלץ פארציילט מיט פארלעסליכע מקורות, ווי אויך איז כדי צו באמערקן אז אלץ א דורך געווייקטע סאטמארער חסיד, האט ער כמעט נישט פארציילט קיין מופתים'דיגע מעשיות נאר עבודה מעשיות וואס מ'קען זיך ארויסלערנען דערפון,
איך דערמאן זיך יעצט, אסאך מאל איז שוין געווען שמועס אין בית המדרש נאך פאר ר שמואל איז צוגעקומן צום תיקון טישל,
וואס דעמאלטס איז ער צוגעקומען מיט אזא שטילקייט, אין ווער ער האט געזעהן אז ער האט א שטילע מינוט האט ער גאזאגט זיין חוות דעתו אין די ענין, וואס ווער עס האט עס נאר געהערט איז נתפעל געווארן וואס פאר א קלארקייט, תורה'דיגע פראקטישע שכל ר שמואל פארמאגט,
אזא בהירות אין יעדן ענין,
אוי!!
ווער וועט ערפילן דעם חלל?
ווי קען מען דאס אויסהאלטן?
אז מ'רעדט שוין פון זיין חסידישקייט מוז איך ערווענען, אז אמאל האב איך גערעדט מיט אים וועגן טעקסט מעסעזש, האט ער מיר געזאגט אז עס טוט אים וויי ווען ער זעהט אז דער עולם טעקסט אויף ענגליש,
פונקט ווי ביים רעדן רעד מען אויף אידיש, זאל מען ביים טעקסטן אויך אויף אידיש, אפילו די טעלעפאן האט נאר ענגלישע בוכשטאבן קען מען אבער שרייבן אידישע ווערטער,
אלע זיינע מעסעזשעס האט ער טאקע געשריבן מיט אידישע ווערטער
איין ביישפיל, איין טאג נאכ'ן אים רופן עטליכע מאל פאר א וויכטיגע שאלה, אבער ער איז בכלל נישט גווארן אפסעט אז איינער רופט אזויפיל מאל נאכאנאנד, נאר פארנאכטס האט ער געשיקט א מעסעזש מיט אזא רואיגקייט
Za mir mochel zimer is zeier eng the zeit. Ich plan noch zi rifen vl”n

אזא מושלם אין תורה, עבודה, גמילות חסדים, חסידות, השקפה, מידות, מסורה, הוראה, כשרות,
א מומחה אין הלכות מקוואות, אין עירובין, אין תחומין, אין כשרות, ממש כחד בדרי
עס איז שווער צו ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך נארוואס געשפאן,

די זון איז פארטינקלט געווארן, אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים,
עס שפירט זיך ווי ווען איינער קומט אריין אין א הויז און ער מאכט א קול, אבער ער הערט גארנישט צוריק א חוץ א ווידערקול,
נישטא קיין טאג!
נישטא קיין נאכט!
נישטא קיין שבת!
נישטא קיין יום טוב!
ר' שמואל איז נישטא!!!
וימת שם שמואל עבד ה' על פי ה'
וי להאי שופרה דבלע בארעא,
:-e;/ :-e;/

:-e;/ :-e;/
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:58 pm

א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 12:59 pm

היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:03 pm

ר' שמואל גרובער סניף ב.jpg
אין ישיבה תורת משה סניף ב
ר' שמואל גרובער סניף ב.jpg (340.06 KiB) געזעהן 2333 מאל


אויף די רעכטע זייט אויבנאן

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פארפרוירן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:36 pm

farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא

אינטערעסאנט, דו צייכנסט אן זיין טאטנ'ס מציבה, תיכף דערנאך איז די מצבה פון ר' משה צבי ווייס, און דערנאך פון ר' ליפא ברייער. דער חשוב'ער נפטר הרה"ג ר' שמואל ז"ל איז דאכט זיך נטמן געווארן פונקט צווישן די צוויי.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:48 pm

farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא

אויך ר' פישל,
זייער מאמע איז געווען א שוועסטער פאר הגה"צ ר' שמואל זנוויל גאלד זצ"ל, און פאר אשת ר' משה בר"א אבערלאנדער ע"ה
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re:

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:55 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:
ר' שמואל גרובער סניף ב.jpg


אויף די רעכטע זייט אויבנאן

ווער זענען די אנדערע אויפ'ן בילד?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:55 pm

פארפרוירן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא

אינטערעסאנט, דו צייכנסט אן זיין טאטנ'ס מציבה, תיכף דערנאך איז די מצבה פון ר' משה צבי ווייס, און דערנאך פון ר' ליפא ברייער. דער חשוב'ער נפטר הרה"ג ר' שמואל ז"ל איז דאכט זיך נטמן געווארן פונקט צווישן די צוויי.

וויפיל מצבות איז דא אינעם גאנצען ביה"ח?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: Re:

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:07 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:
ר' שמואל גרובער סניף ב.jpg


אויף די רעכטע זייט אויבנאן

ווער זענען די אנדערע אויפ'ן בילד?

דער וואס שטייט אין בעק מיט די שטאפענע היט איז הרה"ח ר אשר יודא קרויס,
דער בעל דרשן איז ר שמעון עזריאל לעווי פון טאהש
הרה"ג ר יושע לערנער שליט"א חתן הרה"ג ר משה מנחם שליט"א
אדמו"ר מהרי"י
הדומ"ץ ר משה מנחם שליט"א
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:08 pm

farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא


יא יא אבער וואלסט אין דיין לעבן נישט געחלומט אז ער איז א חלק פון די גרובער ברודער'ס.... די אלע ברודערס הגאונים למשפחת גרובער זענען עילוי'אישע קעפ מיט א לעבעדיגקייט, רבי שמואל ז"ל איז אויך געווען אן עילוי עצום אבער צוזאמען מיט עפעס א זעלטענע רואיגקייט וואס איז געווען ממש א חידוש. א יעדעס ווארט איז געווען געמאסטן און געוואויגן מיט חכמה, גערעדט שטייט און איידל, און אלע זיינע שמועסן זענען געווען מלא תוכן.

עס איז ממש נישט דא קיין ווערטער, וויפיל מען זאל נאר שרייבן אויף דעם איד איז צו ווייניג, אזא פארלוסט איז אין לשער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:10 pm

האט ער עפעס מיט די גרובער פין סקווירא?
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פארפרוירן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:12 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:האט ער עפעס מיט די גרובער פין סקווירא?

ניין
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

שמייחל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך שמייחל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:17 pm

ריכטיג!
ער האט באזיצט די אלע מעלות פון תורה, חכמה, וכו' וואס זיינע ברודערס יבדלחט"א פארמאגן, אבער איז דאך געווען אייגנארטיג מיט זיין אויסטערלישע געלאסנקייט און פריינטליכקייט.
דער חידוש דערפון איז, אז ער האט געוואוסט וואס ער וויל און וואס ער האלט, און איז בכלל נישט צופארן געווארן פון אנדערע מענטשן וועלכע האבן שטארקע מיינונגען, אויף זיינע ברודערס איז מער ניכר זייער גייסטישע שטארקייט, בעת ווען מען האט אים אנגעקוקט מיט זיין שמייכל האט זיך דאס נישט תיכף אנגעזען.
אבידה הוא שאין לו תמורה, יהא זכרו ברוך!
לעצט פאראכטן דורך שמייחל אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:34 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
פארפרוירן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא

אינטערעסאנט, דו צייכנסט אן זיין טאטנ'ס מציבה, תיכף דערנאך איז די מצבה פון ר' משה צבי ווייס, און דערנאך פון ר' ליפא ברייער. דער חשוב'ער נפטר הרה"ג ר' שמואל ז"ל איז דאכט זיך נטמן געווארן פונקט צווישן די צוויי.

וויפיל מצבות איז דא אינעם גאנצען ביה"ח?

דא שטייט א מספר. זע איך אבער אז דעס איז פין 2009

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:36 pm

נישטאמת האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
פארפרוירן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:א זון פון ר' מרדכי גרובער ז"ל, ברודער פון ר' יודל, יעקב יצחק, בנימין, ישכר?

יא

אינטערעסאנט, דו צייכנסט אן זיין טאטנ'ס מציבה, תיכף דערנאך איז די מצבה פון ר' משה צבי ווייס, און דערנאך פון ר' ליפא ברייער. דער חשוב'ער נפטר הרה"ג ר' שמואל ז"ל איז דאכט זיך נטמן געווארן פונקט צווישן די צוויי.

וויפיל מצבות איז דא אינעם גאנצען ביה"ח?

דא שטייט א מספר. זע איך אבער אז דעס איז פין 2014

נעה
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:57 pm

שמייחל האט געשריבן:ריכטיג!
ער האט באזיצט די אלע מעלות פון תורה, חכמה, וכו' וואס זיינע ברודערס יבדלחט"א פארמאגן, אבער איז געווען אייגנארטיג מיט זיין אויסטערלישע געלאסנקייט און פריינטליכקייט.
דער חידוש דערפון איז, אז ער האט געוואוסט וואס ער וויל און וואס ער האלט, און איז בכלל נישט צופארן געווארן צווישן זיינע ברודער, און דאך געווען אזוי "אייגנארטיג רואיג".
אבידה הוא שאין לו תמורה, יהא זכרו ברוך!




וויאזוי ריפט מען עס
א ריכטיגע קאנעדישער
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 6:40 pm

ר' שמואל גרובער ז''ל איז געווען אויסער די אלע אויבנדערמאנטע מעלות אויך א חכם מחוכם. איך בין אמאל געפארן קיין מאנטריאל מיט אים יארן צוריק, ביים גרעניץ האט ער גערעדט א פליסיגן פראנצויזיש וואס איז מיר געווען א חידוש זייענדיג נישט קיין דארטיגער געבוירענער.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

הרה"ג החסיד ר' שמואל אברהם מאיר הלוי גרובער ז"ל - י"ג תשרי תשפ"א

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 7:01 pm

.
לעצט פאראכטן דורך נפש׳ל אום מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: הרה"ג החסיד ר' שמואל אברהם מאיר הלוי גרובער ז"ל - י"ג תשרי תשפ"א

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 7:04 pm

די מנהלים זאלן ביטע אלעס אהער שלעפן.
כאפט אפ! שרייבט אראפ! למען ידעו!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער פון מאנרא צו :
OldpicturesMonroe@gmail.com


א גרויסער מח רעדט פון געדאנקען, א דורכשניטליכער רעדט פון זאכן, א קליינליכער רעדט פון מענטשן.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: הרה"ג החסיד ר' שמואל אברהם מאיר הלוי גרובער ז"ל - י"ג תשרי תשפ"א

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:24 pm

איך דערמאן זיך, איין צופרי איך שטיי אוף און איך טרעף ביי מיין טיר א זעקל מיט א פאר ציקערלעך דערין, איך האב נישט געהאט א וויסטן אנונג פון ווי דאס איז, אדער וואס דאס דארף צו מיינען,
עס גייט אריבער אפאר שעה קריג איך א טעלעפאן קאל פון ר' שמואל, צו איך האב באקומען די ציקערלעך, זאג איך אים אז יא, איך האב עס געהן, מה זה ועל מה זה,
זאגט ער מיר אז ער איז פונקט געווען אין די געגענט ווי איך וואוין (פאר צרכי כשרות), וואוסענדיג בדיוק ווי איך וואוין האט ער אראפגעשטעלט ביי מיין טיר עטליכע ציקערלעך פאר מיינע קליינווארג, אבער ער האט נישט געוואלט קלאפן אויפן טיר ווייל ער האט מיר נישט געוואלט באמוטשענען צו קומען צום טיר,
-------
הערת הכותב, איך קלער אז ער האט נישט געוואלט מיך ספאטן אז איך שלאף נאך, האט ער זיך ארויסגעדרייט מיט אזא שיינעם תירוץ
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: הרה"ג החסיד ר' שמואל אברהם מאיר הלוי גרובער ז"ל - י"ג תשרי תשפ"א

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:32 pm

פרעג איך אמאל פון ר' שמואל, אז לכאורה וואס איז די גדלות מיט איינער וואס שטייט אויף פרי אייביג?

לכאורה האט דער אייבערשטער אסאך מער נחת רוח פון איינער וואס רייסט זיך ארויס פון בעט די לעצטע מינוט צו ליינען קריאת שמע,
און ווער רעדט נאך אויב ער לייגט זיך נאך צוריק נאכדעם, היש לך נחת רוח יותר מזה? ער ווייזט דאך קלאר אז ער שטייט נאר אויף ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, ווידעראום דער אנדערער שטייט דאך אויף פאר זיין אייגענעם צורך?

זאגט מיר ר' שמואל, איך מעג דיר עפעס פרעגן?
יא, זאג איך אים,

"עס איז געווען אמאל א מענטש וואס האט געהאט 10 קינדער, דער זעקסטער צוישן זיי איז געווען לא עלינו א נישט געזונט קינד, א זשענעריק אישו,

מ'האט זיך זייער געמוטשעט מיט דאס קינד, אבער נאך פילע יארן טעראפי מיט אוצרות מיט געלט איז ענדליך דאס קינד שוין זעקס יאר אלט, און...... דאס קינד האט צום ערשטן מאל געזאגט "טאטי",

יעצט זאג די מיר, פרעגט ר שמואל מיט אזא ליכטיגע שמייכל,

פון וועם האט דער טאטע מער הנאה, פון די אנדערע געזונטע קינדער וואס זאגן טאטי פון זיך אליינס, אדער פון דאס קראנקע קינד?

האט ר' שמואל אויסגעפירט,
דער איד וואס שטייט קוים אויף די לעצטע מינוט און ער לייגט זיך צוריק, איז עס אזא סארט נחת ווי ביי דעם זעקסטן קינד קינד ל"ע,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal און 6 געסט