רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

די שטאט אין פוילן וואס הייסט אויך לינסק האט מען אויך גערופן ביי אידן ליסקא, די פני יושע איז געווען רב דארט, נאך אסאך גדולים, וועסט איבעראל זען ליסקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא איז גערעכט מיט דעם, איך האב שוין ביידע שטעט געזעהן רופען סיי לינסק און סיי ליסקא.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך האב אמאל געזען א ווידיאו פון ר' מענדעלע לינסקער'ס ציון ערגעץ אויפן נעט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

געטראפן
שלמה'לע חסידים וועלן עס ליבן.
http://יו-טוב איז נישט ערלויבט/watch?v=IdV4OsO9zNY
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:איך האב אמאל געזען א ווידיאו פון ר' מענדעלע לינסקער'ס ציון ערגעץ אויפן נעט.


רבי,
וואו איז זיין ציון?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אין לינסק, ליסקא, LESKO

ר' מענדעלע ליסקער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ר' מיילעך סוף ימיו, ס'איז באקאנט די מעשה מיט רבי ר' מיילעך'ס גלות גיין, מיטן לינסקער רב, וואס ער האט געזאגט פאר ראפשיצער רב שרעקעדיגע לשונות אויפן פאטער, אבער ר' מענדעלע איז געווארן א פייערדיגער חסיד פון רבי ר' מילעך, נאך אלעם האט דער ראפשיצער געדארפט צובליטיגן זיין גארגל צו ווערן א תלמיד פון רבי ר' מיילעך ווייל ער דארף נישט קיין מיוחסים.
ר' מענדעל'ס שווער איז געווען דער הייליגער ר' איציקל האמבורגער וואס א האלבע וועלט איז געשטאנען פון זיין קדושה, און זיין פאטער ר' יעקב איז אויך געווען אן איידעם פון ר' יוקל בראדער רב, [די אלע אנדערע גירסאות ווער זיין שווער איז געווען איז נישט ריכטיג], אויך א זון פון הייליגן מהר"ם טיקטין וואס שרייבט אויף זיך אז מ'האט אים מגלה געווען מן השמים אז ראוי שתשרה שכינה עליו כמו וכו' אלא שאין דורו ראוי לכך, געלעבט 107 יאר, אין דריי סענטשוריס געבוירן אין די ש"צ'ס אוועק תק"ג? און געהאט קינדער קדושים וטהורים איינס נאכן צווויטן אלע רבני הדור זענען געווען זיינע קינדער און אייניקלעך, און יעדער איז זיך מתייחס נאך אים. דער בעל שם טוב האט געזאגט מורא'דיגע זאכן אויף אים. זיבן יאר האט ער זיך געגרייט צו ר' יוקל מיט נגלה זיבן יאר צו ר' איציקל מיט נסתר. אוי מי יתן לנו תמורתו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מענדל האט אדאפטירט דעם נאמען הורוויץ ע"ש זיין שווער, אדער דער ראפשיצער רב נאך זיין זיידע?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ראפשיצער רב נאכן זיידן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

הוורוויץ אין ראבינאוויטש איז דאכט זיך די פאפילערסטע נאמען ביי די רבי'ס
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ר' מענדעלע לינסקער האט לכאורה נישט געהאט א לעצטע נאמען. אויסער "לינסקער"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח רבי, פאר די פונקטליכע דעטאלן איבער זקני ר' יוקל מגלוגא ושאר צדיקי עולם ממשפחתו.

יאסל,
שפירא (גראדזיסק-מונקאטש), איז ווייניגער פאפולער? דו מיינסט היינט צוטאגס אדער די צדיקים הקודמים?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

זקנך? סארא זכי'.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מאנטאג אפריל 07, 2008 5:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פערוואס כזבם
ס'ערשטע האב איך זייער געגליכן ספעציעל אז ער ברענגט אראפ ר' יענקעלע אן סענסערן
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:
בני היכלא האט געשריבן:איך האב אמאל געזען א ווידיאו פון ר' מענדעלע לינסקער'ס ציון ערגעץ אויפן נעט.


רבי,
וואו איז זיין ציון?

ר' מענדעל לינסקער ז"ל. מנוחת קדשו בלינסק
עס איז דא דארט א מצבה פונעם ראפשיצער רבס זיהן. ער ליגט און לינסק לעבען זיין זיידע.

מיר זענען דארט געוען ל"ד בעומר תשס"ו
מיר זענען אדארך געפארען די שוהל וויא די פני יהושע איז געווען רב
אויפען ווידיא וואס דער רבי האט אנגעצייכנט זעהט מען די שוהל גאנץ און אנפאנג
אטעטשמענטס
KLinsk9.JPG
KLinsk9.JPG (29.92 KiB) געזען 8900 מאל
KLinsk5.JPG
KLinsk5.JPG (33.85 KiB) געזען 8902 מאל
KLinsk8.JPG
KLinsk8.JPG (32.83 KiB) געזען 8903 מאל
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אינטרעסאנט אז אויפן מצבה שטייט אנשטאט מנחם מענדל בן ר' יעקב

שטייט מנחם מענדל אביו של הרה"ק נפתלי צבי מראפשיץ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:אינטרעסאנט אז אויפן מצבה שטייט אנשטאט מנחם מענדל בן ר' יעקב

שטייט מנחם מענדל אביו של הרה"ק נפתלי צבי מראפשיץ


דאס איז דאך אן איבערגעמאכטער מציבה נישט קיין אריגינעלער, קוק אויף די אנדערע זייט פונעם קבר, דער אריגינעלער נוסח.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיללער האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:אינטרעסאנט אז אויפן מצבה שטייט אנשטאט מנחם מענדל בן ר' יעקב

שטייט מנחם מענדל אביו של הרה"ק נפתלי צבי מראפשיץ


דאס איז דאך אן איבערגעמאכטער מציבה נישט קיין אריגינעלער, קוק אויף די אנדערע זייט פונעם קבר, דער אריגינעלער נוסח.
יא גערעכט איך האב מיך עפעס איינגערעדט אז די איבערגעמאכטע מציבות האבן גענוי די זעלבע נוסח ווי די אלטע

דרך אגב איך קען נישט אויסליינען די נוסח המצבה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

"הדן דין אמת.... שמחה לתוגה נהפכו, ששון ......... כיום שמחת תורה, עמי נאנחו........"

ע"כ וואס איך קען לייענען פון ר' שמחה'ס בילד, אפשר האט ער איינס קלארער (אויפן רבינס ווידעאו איז עס עטוואס קלארער)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אפגעטיילט די לינסקער חלק פונעם אשכול פון ראפשיצער רב משום דברים שנתחדשו בה.

כאמור, איז ר' אברהם חיים הרוויץ בן הזרע קודש מראפשיץ געווען רב אין לינסק מקום ששימיש בו זקנו אבי אביו ר' מענדל לינסקער ושם מנו"כ, ר' אברהם חיים האט געהאט צוויי זוהן וואונען אין לינסק לאחר פטירתו, קודם בנו וממלא מקומו ר' מאיר הורוויץ אב"ד לינסק, און אויך זיין זוהן ר' שמעון וועלכע האט געהאט אן אייגענע מנין אין לינסק.

דער לעצטער רב אין לינסק איז געווען ר' מענדל ב"ר מאיר הורוויץ וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה בימי הרת עולם הי"ד-זי"ע

אגב, לייענענדיג ווי איינער פון לינסק באשרייבט די ארטיקע חסידישע קלויז, איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען די פארשידענע מנהגים פון לבישת הטלית ביי חסידים כולל דאס אז די בעלזע חסידים טראגן דעם טלית אויפן שטריימל אדער אז די בלאזוב'ער חסידים האבן נאר איין זייט פונעם טלית געלייגט אויפן אקסעל ווען די אנדערע הענגט אראפ אא"וו, פאלגענד איז דער ציטאט.
אטעטשמענטס
0062.gif
0062.gif (16.81 KiB) געזען 9138 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:"הדן דין אמת.... שמחה לתוגה נהפכו, ששון ......... כיום שמחת תורה, עמי נאנחו........"

ע"כ וואס איך קען לייענען פון ר' שמחה'ס בילד, אפשר האט ער איינס קלארער (אויפן רבינס ווידעאו איז עס עטוואס קלארער)

דא איז א מער קלארער בילד
אטעטשמענטס
K_Linsk13.JPG
K_Linsk13.JPG (114.39 KiB) געזען 8796 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויסער דעם ראפשיצער רב זצ"ל, האט ר' מנחם מענדל מלינסק געהאט נאך א זוהן ר' יעקב יוקל מבאלחוב, וועלכער איז שוין דערמאנט געווארן אין אנדערע אשכולות (בעיקר אינעם גארליצער אשכול).

ר' יוקל מבאלחוב האט געהאט א זון וועלכער האט אים ממלא מקום געווען אין באלחוב, ר' מנחם מענדל הורוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חו"מ, זיין זוהן ר' לוי יצחק הורוויץ איז געווען שפעטער דער רב אין באלחוב, דא האט אן אייניקל ארויפגעשטעלט בילדער פון די דריי מציבות הרבנים ממשפחת הורוויץ מבאלחוב.

ווי דערמאנט איז ר' שמואל ט"ב אב"ד גארליץ ב"ר אלעזר ניסן בן מרן היש"מ, געווען אן איידעם ביי ר' מנחם מענדל מבאלחוב הנ"ל.

איך בין דא מעתיק א תגובה פונעם ארטיגען אשכול וועלכע באהאנדלט דעם איידעם פון ר' לוי יצחק מבאלחוב

מיללער האט געשריבן:מען האט דא דערמאנט ר' מנחם מענדל הורוויץ מבאלחוב, וועל איך דא צושטעלן איבער אים וואס איז געמאלדון געווארן אויף די שפאלטענעס פון 'זשאיש זשען' רבנישע אפטיילונג, און אפשר אז עס וועט עפעס ווערן קענען די גבאים מאכען א באזונדערע אשכול איבער די איש-הורוויץ משפחת הלווים.

אויפן פלאץ פון ר' מנחם מענדל מבאלחוב איז אויפגענומען געווארן זיין זוהן ר' לוי יצחק איש-הורוויץ אלס אב"ד באלחוב, דער ר' לוי יצחק האט געהאט אן איידעם ר' גור-ארי' הכהן הורנשטיין וועלכער איז ווייזט אויס געווען א באיאנער חסיד און ליגט אין וויען סמוך ונראה צו רבו מבאיאן זצ"ל (ווי אויפגעקריצט אויף זיין מציבה, זעה בילד).

היצט, דער נאמען 'גור ארי' און 'הארנשטיין' געפונען זיך ביידע אין חב"ד (ווי ערווענט האט דער מהריי"צ געהאט אן איידען ר' מנחם מענדל הארנשטיין וועכלער איז געווען א חבד'סקער אייניקל) איז די שאלה צו דער איז אויך פון די ליובאוויטשער משפחה, און ווי ער קומט קיין באיאן?


דערזייט דעם דעמאלטסדיגען תגובה האבן מיר זיך טאקע נאכגעפרעגט, די הארנשטיין משפחה זענען געווען נגידים וחסידים ומיוחסים, זיי האבן זיך משדך געווען מיר גרויסע חסידישע הויפן בעיקר טאקע חב"ד, און טייל זענען געווען באיאנער חסידים, עס איז פארהאן א באקאנטע בילד פון דער ביאיאנער רבי ר' מרדכי שלמה, איינאיינעם מיטן לעצטן ליובאוויטשער רבי ביי די לוי' פון הרה"ח ר' ישראל הארנשטיין.
אטעטשמענטס
Gur_Arye_Grave_Inscription_bis.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג מאי 06, 2010 8:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:דערזייט דעם דעמאלטסדיגען תגובה האבן מיר זיך טאקע נאכגעפרעגט, די הארנשטיין משפחה זענען געווען נגידים וחסידים ומיוחסים, זיי האבן זיך משדך געווען מיר גרויסע חסידישע הויפן בעיקר טאקע חב"ד, און טייל זענען געווען באיאנער חסידים, עס איז פארהאן א באקאנטע בילד פון דער ביאיאנער רבי ר' מרדכי שלמה, איינאיינעם מיטן לעצטן ליובאוויטשער רבי ביי די לוי' פון הרה"ח ר' ישראל הארנשטיין.


די מציבה איז ווינא
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בני היכלא האט געשריבן:אין לינסק, ליסקא, LESKO

ר' מענדעלע ליסקער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ר' מיילעך סוף ימיו, ס'איז באקאנט די מעשה מיט רבי ר' מיילעך'ס גלות גיין, מיטן לינסקער רב, וואס ער האט געזאגט פאר ראפשיצער רב שרעקעדיגע לשונות אויפן פאטער, אבער ר' מענדעלע איז געווארן א פייערדיגער חסיד פון רבי ר' מילעך, נאך אלעם האט דער ראפשיצער געדארפט צובליטיגן זיין גארגל צו ווערן א תלמיד פון רבי ר' מיילעך ווייל ער דארף נישט קיין מיוחסים.
ר' מענדעל'ס שווער איז געווען דער הייליגער ר' איציקל האמבורגער וואס א האלבע וועלט איז געשטאנען פון זיין קדושה, און זיין פאטער ר' יעקב איז אויך געווען אן איידעם פון ר' יוקל בראדער רב, [די אלע אנדערע גירסאות ווער זיין שווער איז געווען איז נישט ריכטיג], אויך א זון פון הייליגן מהר"ם טיקטין וואס שרייבט אויף זיך אז מ'האט אים מגלה געווען מן השמים אז ראוי שתשרה שכינה עליו כמו וכו' אלא שאין דורו ראוי לכך, געלעבט 107 יאר, אין דריי סענטשוריס געבוירן אין די ש"צ'ס אוועק תק"ג? און געהאט קינדער קדושים וטהורים איינס נאכן צווויטן אלע רבני הדור זענען געווען זיינע קינדער און אייניקלעך, און יעדער איז זיך מתייחס נאך אים. דער בעל שם טוב האט געזאגט מורא'דיגע זאכן אויף אים. זיבן יאר האט ער זיך געגרייט צו ר' יוקל מיט נגלה זיבן יאר צו ר' איציקל מיט נסתר. אוי מי יתן לנו תמורתו.


תיקון טעותים:
1. רבי מענדילע לינסקע איז געפארן צום רבי מיכל פון זלאטשוב, דער רבי ר' אלמילך איז געווען בייז אויף עם, כידוע...
2. רבי מענדיל'ס פאטער האט געהייסען רבי יעקב, א זוהן פון רבי צבי הירש פון באליגראד, זיין פאטערס משפחה האט נישט געהאט קיין שייכות מיט דער מהר"ם טיקטין, זיין פאטער האט [לכאורה] געצויגען זיין יחוס צום של"ה הק'.
3. אזוי ווי די שרייבסט אז רבי יעקב איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב פון גלויגא מיט אזא זיכערקייט, זיי אזוי גוט און ברענגן א מקור מוסמך, ווייל איך האב עס נאך ערגעץ נישט געזען!!! למיטב ידיעתי הייבט זיך עס נישט אן און עס לאזט זיך נישט אויס....
4. אין זרעא קדישא שרייבט ער איז די משפחה ווערט גערופען אין די שטעטליכע דאקומענטן "ראבין" ע"ש ראבינער, לכאורה מיינט עס אז זיי האבן נישט געהאט קיין משפחה נעמען....
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

רבי איטשע לפי ידיעתנו איז א שאד איהר זאלט ערווארטן א ענטפער פון בני היכלא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויאזוי זאגט די ניו יארק לאטא? יו קען נעווער קנאו!

טאקע נישט 'בני-היכלא' אבער אפשר אין פרישן גלגול?..
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”