רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

בן בוזי האט געשריבן:מיר זעהט עס אויס ווי די רעבעצין האט עס געשריבן, איך האב אבער נאכאלץ א צד ספק אז ס'איז יא דעם רבי'נס חתימה.

איך האב געזען א חתימה פון די רבנית און ס'קוקט נישט אויס די זעלבע ווי דאס.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פון 'אוצרות של מעלה, סקווירא - זכרונות פון ר' חיים בערגער ע"ה

קען זיין ער רעדט אז דארט אין בודאפעסט תש"ח האט קיינער נישט פארשטאנען, אבער דאס איז אויך א שטיקל אינטרעסאנט.
אטעטשמענטס
אוצרות של מעלה סקווירא חיים בערגער.jpg
אוצרות של מעלה סקווירא חיים בערגער.jpg (70.18 KiB) געזען 1773 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ישלהוסיף האט געשריבן:פון 'אוצרות של מעלה, סקווירא - זכרונות פון ר' חיים בערגער ע"ה

קען זיין ער רעדט אז דארט אין בודאפעסט תש"ח האט קיינער נישט פארשטאנען.


פשוט וברור שכן הוא הפירוש
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואס איז געווען דער סקווערער רבי'ס שיטה בנוגע בחירות נעמען געלט וכו'?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז שווער צו זאגן אז ער האט געהאט אן אייגענער שיטה אין דער ענין און אפילו אויב יא האט ער עס מבטל געווען לשיטתו פון זיין פעטער כ"ק מרן מבעלזא זי"ע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז שווער צו זאגן אז ער האט געהאט אן אייגענער שיטה אין דער ענין און אפילו אויב יא האט ער עס מבטל געווען לשיטתו פון זיין פעטער כ"ק מרן מבעלזא זי"ע.

נאכן פעטערס פטירה האט זיך עפעס געטוישט?
דביה תחדי נפשא
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

ווי בן בוזי זאגט, כל כולו דער פעטער
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

"כי זה ידוע כאן שגם שאר חסידים כמו חסידי כ"ק הה"ק מסקווער (שליט"א) [זי"ע] מכירים האיך מדינה זו הנקראת בשם "ישראל" היא בעוכרינו" מלשון קדשו של הגה"צ משאפראן זצ"ל במכתב, עש"ק שמיני תשי"ב.
נ.ב. עס איז נישט באקאנט צו וועם ער האט געשריבן דעם בריוו [אינעם ספר האט מען ארויסגענומען דעם נאמען פונעם מקבל המכתב]

מספר תורת א' ח''ג.png
מספר תורת א' ח''ג.png (212.13 KiB) געזען 1632 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איינפאכער איד האט געשריבן:"כי זה ידוע כאן שגם שאר חסידים כמו חסידי כ"ק הה"ק מסקווער (שליט"א) [זי"ע] מכירים האיך מדינה זו הנקראת בשם "ישראל" היא בעוכרינו" מלשון קדשו של הגה"צ משאפראן זצ"ל במכתב, עש"ק שמיני תשי"ב.

מספר תורת א' ח''ג.png


שכוח ר' איינפאכער פארן ארויפלייגן וואס איך האב מיך צוריקגעהאלטן דערפון...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך ווייס נישט וואס ס'איז דא צו באהאלטען.

דער שאפראנער רב איז געווען א דירעקטער מקבל פון כ"ק מרן זי"ע מסקווירא, איך ווייס נישט צו ס'איז געווען נאך עמיצער וואס איז געווען עייל בלא בר ווי ער. ובפרט פון אזא קאליבאר ווי דער שאפראנער רב. זיין עדות אי אפשר להכחיש.

הגם, ס'געפעלט נישט פאר יעדן...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איז דא איינער בכלל וואס זוכט דאס מכחיש צו זיין?
דביה תחדי נפשא
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

עס איז דא א בריוו פון הרב מבולגוריי זצ"ל צו האדמו"ר מסקווירא זצ"ל א תשובה בשם בעלזער רב זי"ע אויף דעם וואס האט האדמור מסקווירא האט געפרעגט (פארגעהאלטן?) איבער די בחירות ובפרט אודות חזית דתית מיט די מזרחיים.
עס איז געווען געדרוקט אין אור הצפון.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז געווען דער סקווערער רבי'ס שיטה בנוגע בחירות נעמען געלט וכו'?

נישט געוואלט האבן קיין מיינונג, נישט אנטייל גענומען ביי קיין איינע פון די פראטעסטען (ביי איינע פון די פראטעסטען האט די הייליגע רבי זי"ע פערזענליך געבעטען ער זאל אנטייל נעמען)
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

הרב_שלום האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז געווען דער סקווערער רבי'ס שיטה בנוגע בחירות נעמען געלט וכו'?

נישט געוואלט האבן קיין מיינונג, נישט אנטייל גענומען ביי קיין איינע פון די פראטעסטען (ביי איינע פון די פראטעסטען האט די הייליגע רבי זי"ע פערזענליך געבעטען ער זאל אנטייל נעמען)

און ער האט טאקע שפעטער חרטה געהאט פארן גיין. מען האט געזונגען ניגונים ווי עוצו עצה ותופר וכדו', און ער האט דאס נישט געגליכן ער האט געפרעגט: וואס זינגט מען דא? מען זאל זאגן תהילים!...
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דא האט איר דעם בריעוו ווי דער סקווירא רבי פרעגט אן ביים בולגרייא רב בענין דער בחירות
(געדרוקט אין אוצרות של מעלה מיט א דאנק פאר אור צפון)

דער סיבה פארוואס דער סקווירא רבי האט אנגעפרעגט איז וויבאלד לויט ווי ער שרייבט "ואני אינני יודע מה להשיב", נאכען תשובה פון בולגרייא רב זעהט אויס האט ער זיך אונטערגעווארפן אונטערן חוו"ד פון בעלזא רב.
אטעטשמענטס
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא א.jpg
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא א.jpg (153.5 KiB) געזען 1361 מאל
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא ב.jpg
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא ב.jpg (159.62 KiB) געזען 1361 מאל
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא ג.jpg
מכתב רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא להרב מבולגרייא ג.jpg (93.46 KiB) געזען 1361 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דא האט איר דער תשובה פון בולגרייא רב
(געדרוקט בהנ"ל)

צו באמערקן, דער סקווירא פרעגט אים אן דעם חוו"ד פון דער חזון איש און בריסקע רב,
אבער דער בולגרייא ענפערט אים איבער דעם דעת פון דער גורע רבי און דער טשיבין'ער רב, און אז דער בעלזא רב ווייסט וואס דער ביד"ץ האלטן.
אטעטשמענטס
אוצרות של מעלה מכתב יא א.jpg
אוצרות של מעלה מכתב יא א.jpg (110.01 KiB) געזען 1360 מאל
אוצרות של מעלה מכתב יא ב.jpg
אוצרות של מעלה מכתב יא ב.jpg (129.05 KiB) געזען 1360 מאל
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

ערגעץ האב איך געזעהן א מאמר פון די סאטמארע, וואס ווייזן אויף אז די בריוו איז געפעלטשט. סקווירא אליין האט נישט אזא בריוו, די מקור איז די נאמנות פון די רעדאקטער פון אור הצפון
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

טראק דרייווער האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזעהן א מאמר פון די סאטמארע, וואס ווייזן אויף אז די בריוו איז געפעלטשט. סקווירא אליין האט נישט אזא בריוו, די מקור איז די נאמנות פון די רעדאקטער פון אור הצפון


פון וועלכע בריעוו רעדסטו?
ביים תשובה פון בולגרייא רב שטייט דאך בפירוש מגנזי כ"ק וכו' און ביי דער סקווירא רבי'נס בריעוו איז דאך דא א העתק כתב יד
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

ישלהוסיף האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזעהן א מאמר פון די סאטמארע, וואס ווייזן אויף אז די בריוו איז געפעלטשט. סקווירא אליין האט נישט אזא בריוו, די מקור איז די נאמנות פון די רעדאקטער פון אור הצפון


פון וועלכע בריעוו רעדסטו?
ביים תשובה פון בולגרייא רב שטייט דאך בפירוש מגנזי כ"ק וכו' און ביי דער סקווירא רבי'נס בריעוו איז דאך דא א העתק כתב יד


יא גערעכט, יעצט זעה איך. איך האב נאר נאכגעזאגט עפעס אן ארטיקל פון סאטמאר וואס איך האב אמאל געזעהן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

די פראבלעם מיט די נושא -ווי אויך געוויסע אנדערע נושאים אויסגעשמועסט אויפ׳ן וועלטעל (געווענליך אין די סוגיא פון מהותו של האדם)- איז, אז עס רירט אן קאנטערווערסיאלע ענינים.
במילא אויב די פשוט׳ע אמת איז קאנטערווערשעל, קען מען שרייבן שקרים, און די אנדערע זייט מטבע וואס קען אמאל זיין די פשוט׳ע אמת (הגם ס׳איז קאנטערווערשעל), וועט נישט ווערן ארויפגעברענגט.
אויסער א נייע ניק אדער הכותב ע״מ למחוק...
וד״ל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

איך האב געהאפט דו וועסט האבן שכל און נישט ברענגען דעם לעצטן שטיקל פון די בריוו... יעצט פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה...
און סאיז אינטערעסאנט צו באמערקן אז צווישן די שורות פון הרבי מסקווירא זעהט מען קלאר אז עס איז אים נישט ניחא געווען די ענין פון בחירות.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

הרב_שלום האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז געווען דער סקווערער רבי'ס שיטה בנוגע בחירות נעמען געלט וכו'?

נישט געוואלט האבן קיין מיינונג, נישט אנטייל גענומען ביי קיין איינע פון די פראטעסטען (ביי איינע פון די פראטעסטען האט די הייליגע רבי זי"ע פערזענליך געבעטען ער זאל אנטייל נעמען)


בראש המפגינים צעדו... האדמו"ר מסקווער שליט"א...

גכשד
הפגנה תשי''ד גיוס בנות.png
הפגנה תשי''ד גיוס בנות.png (163.88 KiB) געזען 1195 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

גיוס בנות איז א ראיה צו אנדערע זאכן? איר ווייסט אז רצ״פ פראנק ועוד הרבה מרבני האגודה זענען געווען ביי די הפגנה אין ירושלים?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

חמרא טבא האט געשריבן:גיוס בנות איז א ראיה צו אנדערע זאכן? איר ווייסט אז רצ״פ פראנק ועוד הרבה מרבני האגודה זענען געווען ביי די הפגנה אין ירושלים?

כ'האב בלויז זיך באצויגן צו וואס איינער שרייבט אז דער סקווערער רבי זי"ע "האט נישט אנטייל גענומען ביי קיין איינע פון די פראטעסטן", פארשטענדליך?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ניין ווייל יענער רעדט פון די מערכות וואס סאטמאר האט געפירט
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”