שושלת בית וויזניץ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
עמיצער האט מיר צוגעוויזן דעם אינטרעסאנטן היסטארישן בילד (עס פארקויפט זיך אויף איבעי). אויפן בילד זעהט מען א גרופע בחורים אין די שטאט וויזניץ אינדערהיים. אין די בעקגראונד קען מען זעהן דעם באוויסטן אלטן בית המדרש אין די שטאט וויזניץ וואס אסאך היינטיגע וויזניצע בתי-מדרשים זענען געבויט געווארן מיט די זעלבע אויסזעהן ווי יענע.
הנותן לשכוי בינה...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
דער אמרי חיים קומט קיין אמעריקא
דאס אידישע ווארט אדר א' תשי"ד באריכטעט דאס אנקומען פונעם אמרי חיים קיין אמעריקא.
[קליקט אויף עס צו עס זעהן פארגרעסערט].
יענע יאהר איז דער אמרי חיים געווען דאהי אויף פסח? ווילאנג האט ער זיך אויפגעהאלטן דא?
[קליקט אויף עס צו עס זעהן פארגרעסערט].
יענע יאהר איז דער אמרי חיים געווען דאהי אויף פסח? ווילאנג האט ער זיך אויפגעהאלטן דא?
לחיים ולברכה!
- משה פאלאפל
- שר חמש מאות
- תגובות: 504
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm
דער אמרי חיים האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין אמעריקא כמעט א יאר צייט. ווען עס געקומען פסח האט דער אמ"ח שטארק געגארט צו קענען האלטן יום טוב שני של גליות און ער האט דאן אנגעפרעגט ביי הרה"ג מטשימפא זצ"ל, און נאך עטליכע, וועלכע האבן עהם געגעבן דעם היתר. די תשובה איז געדריקט אין שו"ת תפארת אדם.
אגב, איך האב געזען אמאל א הערליכע ווידיאו פון די קבלת פנים ביים שיף ווען דער אמ"ח איז אנגעקומען קיין אמעריקא יענעם יאר.
אגב, איך האב געזען אמאל א הערליכע ווידיאו פון די קבלת פנים ביים שיף ווען דער אמ"ח איז אנגעקומען קיין אמעריקא יענעם יאר.
-
- שר מאה
- תגובות: 145
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
התפתחות וויזניץ בארה"ב
[quote="משה פאלאפל"]דער אמרי חיים האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין אמעריקא כמעט א יאר צייט. ווען עס געקומען פסח האט דער אמ"ח שטארק געגארט צו קענען האלטן יום טוב שני של גליות און ער האט דאן אנגעפרעגט ביי הרה"ג מטשימפא זצ"ל, און נאך עטליכע, וועלכע האבן עהם געגעבן דעם היתר. די תשובה איז געדריקט אין שו"ת תפארת אדם.
די ווייסט אפשר ווען כק אדמו'ר מאנסי שליט"א איז געווארען אקטיו אוין הנהגה
פין דעם פאלגענדען קטע
Planting the Seeds of Torah and Chassidus in America , 100 year supplement to Hamodia Erev Pesach issue page 48
The Vizhnitzer Rebbc,Harav Mordechal Hagar. shiita, rebuilt the glorious Romanian chassidic dynasty in this country and founded a network of shuls, Talmud Torahs, yeshivos, and girls’ schools and established the Vizhnitz community of Kaisser Village in Rockland County.
זעהט אויס ווי ער וואלט געווען פון די נחשונים גלייך נאך דעם חורבן

- תגובות: 106
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 12:52 pm
איך האב געפנט א נייע אשכול פון בילדער נאר פונעם הייליגען אמרי חיים דא:
viewtopic.php?f=31&t=17391&p=572708#p572708
viewtopic.php?f=31&t=17391&p=572708#p572708
פארנעמנדיג זיך מיט אפיר זוכן אינפארמאציע איבער דעם ר' יחיאל ברוך האגער וועמען ברוך אמסעל זז"ג א"ש האט באטיטלט אלס דער "סאווראנער רבי", ותולדותיו באו שם ע"י כ"ק הגה"ג מסקרענטאן, האב איך זיך אנגעקלאפט אין אן עלליס איילאנד רעקארד (1, 2 שורות 21-22), פון א ברוך האגער (סינגעל-28 יאהר אלט) וועלכע איז געקומען מיט זיין טאטן שלום האגער א ראביי פון סטראזשניץ-קאלימיי (49 יאהר אלט) צו זיין פרוי/מוטער פערל וועלכע האט געוואוינט ביי משפחת מאשקאוויטש (אולי מאסקאוויטש).
איז יעצט מיין שאלה צו מען רעדט דא פון דעם ר' שלום בן האמרי ברוך, אדער רעדט מען פון א זוהן פון ר' יצחק יעקב דוד מסטראזשניץ בן האמרי ברוך, וואס זיין נאמען איז נישט געליסטעט.
אויב רעדט זיך עס וועגן דעם אמרי ברוך'ס זוהן איז אינטערעסאנט אז ער האט זיך אנגעגעבן אלס א רבי, בשעת אין די וויזניצער היסטאריע ביכער איז דאס נישט באקאנט, און נאך א זאך איז אינטערעסאנט, אז אויב איז ער געווען דעם אהבת ישראל'ס זוהן, איז דאך שפעטער אהער געקומען רבי מרדכי חודרוב דער איידעם פונעם אהבת ישראל (זיין רעקארד האב איך נישט געקענט געפונען נאר פון זיין ווייב שנור -ווייב פון ר' דוד מענדל- און אייניקל וועלכע זענען שפעטער געקומען אינאיינעם), און אויך דער ווישאווער רב איז דאהי געווען פאר א וויילע, איז אינטערעסאנט צו וויסן די רילעישאנשיפ.
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס עס איז געווען מיט איהם און מיט זיין אלטן אומפארהייראטער זוהן ברוך און צו ס'זענען פארהאן יוצאי חלציהם.

בן בוזי האט געשריבן:הערה: דער רבי שלום בן האמרי ברוך ווערט גערופען "רבי שלום מדאמיטש" וועגן איהם איז גארנישט באקאנט ד.ה. אפילו מיט וועמען ער האט געהייראט אד"ג, עס הייסט צו זאגן אז ער איז נפטר געווארן שוין בחיי אביו (וועלכע איז נסתלק געווארן כ' כסלו תרנ"ג), און דער עלליס איילאנד רעקארד איז פון תר"פ.
לויט "אלפסי" איז ער געווען א איידעם ביי ש"ב ר' מנחם מענדל הגר מדאמיטש בן ר' דוד מזאבלטוב.
האקסט מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אבער וועגן ר' שלום מדאמיטש קוק דא, ער איז געווען אן איידעם ביי א טאכטער פון ר' מנחם מענדל מדאמיטש (דאמיטש און זאבילטוב היינו הך, ס'איז די זעלבע שטאט כאילו אזא געגנט אין זאבילטוב).
אדמו"ר רבי שלום האגער מסטראזניץ ליגט אין נחלת יצחק, תל אביב.
ווער איז געווען זיין פרוי פערל, און זיין זוהן ברוך?
ווער איז געווען זיין פרוי פערל, און זיין זוהן ברוך?
ס'נעמט שוין אויס צו סאך תגובות, אבער אין די אינפארמאציע פון נחלת יצחק שטייט געשריבן ווי פאלגנד
הגר שלום ז"ל
בן יחיאל מיכל
נפטר בי"ד בסיון תש"י 30/05/1950
נקבר בבית העלמין נחלת יצחק
גוש: 2 אזור: 4א שורה: 1 מקום: 1
קבור לצד הגר הרבנית אסתר והגר הר' יחיאל
פאלגנד איז די אינפארמאציע פון אסתר און יחיאל
הגר הרבנית אסתר ז"ל
בת שלום
נולדה ב - 01/04/1887
נפטרה בכ"ז באדר א' תשכ"ב 03/03/1962
בת 75 בפטירתה
נקברה בבית העלמין נחלת יצחק
גוש: 2 אזור: 4א שורה: 1 מקום: 2
הגר הר' יחיאל ז"ל
בן שלום
נולד ב - 01/04/1906
נפטר בט' בחשוון תשל"ג 28/10/1971
בן 66 בפטירתו
נקבר בבית העלמין נחלת יצחק
גוש: 2 אזור: 4א שורה: 1 מקום: 3
=====
דער ר' שלום האגער וועלכע איז געקומען אויף אמעריקע אום תר"פ איז דאן "אפיציעל" אלט געווען געווען 49 יאהר, הייסט דאס אז אום תש"י איז ער אלט געווען 79.
אסתר (ב"ר שלום האגער) וועלכע איז אוועק תשכ"ב איז אלט געווען 75 ד.מ. אז אום תש"י 64. איז ער געווען זיין פרוי, אדער זיין טאכטער? אויב זיין פרוי, דאן וואס איז געווארן מיט רעבעצין פערל? און אויב א טאכטער, הייסט דאך עס אז זי איז געבוירן ווען ער איז אלט געווען גאנצע 11 יאהר (חוץ אויב די רעקארדס זענען נישט ריכטיג) און אויך פארוואס ביי די 75 האט זי נאך געהייסן האגער?
און יחיאל אום תשל"ג 66 (תש"י 43), דאס מאכט שוין סענס אז ער איז געווען א זוהן, די שאלה איז וואס איז געווארן מיט ברוך?
כ'בין נאכאלץ חושש אז מ'רעדט פון א צווייטן...

קטע איבער ר' שלום האגער הנ"ל ב"ר יחיאל מיכל מסטרוז'ניץ, גענומען פון מאורי גליציה פון וונדר.
וואס איך זעה דא (אויב ס'איז קראנט), אז ר' שלום'ס רעבעצין האט טאקע געהייסן אסתר, אבער די יארצייט אירע איז ג' כסלו, אנדערש ווי ס'שטייט קלאר אויפן מצבה אין נחלת יצחק.
צום סוף ביי די נעמען פון זיינע קינדער שטייט אז ער האט געהאט א טאכטער אשתו בזוו"ר של רש"מ הולנדר מטשרנוביץ, אולי מיינט דאס אסתר הנ"ל פון די מצבה (און דערפאר שטייט נאך הגר ווייל הולנדר איז געווען מזיוו"ר און אולי האט זי נישט געהייראט נאכאמאל), און ר' שלום האט געהאט א רעבעצין בזוו"ר וואס האט אויך געהייסן אסתר און זי איז נפטר געווארן ג' כסלו שנת ?.
עכ"פ, די חשש פון בן בוזי אז די עליס איילענד רעקארד מיינט א צווייטן ר' שלום, איז לכאורה ריכטיג, און די שאלה איז וועם מיינט עס יא.

תרנגול האט געשריבן:קטע איבער ר' שלום האגער הנ"ל ב"ר יחיאל מיכל מסטרוז'ניץ, גענומען פון מאורי גליציה פון וונדר.
וואס איך זעה דא (אויב ס'איז קראנט), אז ר' שלום'ס רעבעצין האט טאקע געהייסן אסתר, אבער די יארצייט אירע איז ג' כסלו, אנדערש ווי ס'שטייט קלאר אויפן מצבה אין נחלת יצחק.
צום סוף ביי די נעמען פון זיינע קינדער שטייט אז ער האט געהאט א טאכטער אשתו בזוו"ר של רש"מ הולנדר מטשרנוביץ, אולי מיינט דאס אסתר הנ"ל פון די מצבה (און דערפאר שטייט נאך הגר ווייל הולנדר איז געווען מזיוו"ר און אולי האט זי נישט געהייראט נאכאמאל), און ר' שלום האט געהאט א רעבעצין בזוו"ר וואס האט אויך געהייסן אסתר און זי איז נפטר געווארן ג' כסלו שנת ?.
עכ"פ, די חשש פון בן בוזי אז די עליס איילענד רעקארד מיינט א צווייטן ר' שלום, איז לכאורה ריכטיג, און די שאלה איז וועם מיינט עס יא.
איך האב נאכגעקוקט טאקע דארט אין מאורי גאליציע, יישר כח תרנגול פארן עס אהער ברענגען, נאר עס פעלן אסאך אינפארמאציע וואס כ'האב געטראפן אין א ספר וועלכע רופט זיך זכרון בספר.
די רעדע פון די עלליס איילענד רעקארד איז טאקע דער רבי שלום מסטראזשניץ וועלכע איז געבוירן תר"ל און דאס שטומט טאקע מיט זיין יאהרגאנג פון 49 אום תר"פ. רבי שלום האט געהאט צוויי ווייבער וואס די צווייטע איז טאקע געווען אסתר בת ר' שלום וועלכע ליגט לעבן איהם אין נחלת יצחק, די ערשטע האט אויך געהייסן עפעס אסתר און זיין ווייב פערל צו וועמען ער איז אנגעבליך געקומען קיין אמעריקע בלייבט א מיסטעריע, חוץ אויב האט ער געהאט א זיווג שלישי אינדערמיט (אפשר אויב מ'קען מברר זיין ווער עס איז דער משפחת מאסקאוויטש ביי וועמען זי איז געווען דאהי קווארטירט וואלט מען געקענט צוזאמען שטעלן במה דברים אמורים), וואס ער דערמאנט ר' שמואל מאיר הכהן האללענדער איז פשט אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' שלום נאר ער האט זיך צוטיילט פון זיין ווייב און דאס איז זייער אינטערעסאנט ווייל אז כ'האב נעכטן דורך געזוכט זיין ספר שם הכהן ווי ער פארנעמט זיך מיט זיין יחוס און רעכנט אויס ברודער'ס שוואגער זיידעס באבעס און וואס נישט, ווערט קיין ווארט נישט דערמאנט זיין פרוי שווער אד"ג און מיט הנ"ל איז עס גוט פארענטפערט. אויך האט ער געהאט א טאכטער דינה וועלכע ווערט דערמאנט אין די עלליס איילענד רעקארד אז זי וואוינט אין טשערנאוויץ, דאס איז טאקע זיין טאכטער דינה וועלכע האט חתונה געהאט מיט איינער פון די בארימטע קאננער משפחה (וואס כ'האב פארגעסן זיין נאמען).
היוצא לנו מכל הנ"ל איז אז ר' שלום האגער וועלכע איז געקומען אויף אמעריקע אום תר"פ איז "רבי שלום מבאנילוב בן רבי יחיאל מיכל מסטראזשניץ" מיט זיין זוהן אן אלטער בחור "ברוך האגער" וואס זיינע אייניקלעך וואלגערן זיך ווארשיינליך אין נוא יארק אדער ערגעץ ווי אין ארצות הברית (קענסט עס צושרייבן אין די פעלערהאפטיגע ארטיקל אין מאורי גאליציע...).
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
א באריכט אינעם היינט כ"ב אייר תרפ"ו איבער די לויה פונעם "סוטשאווער צדיק" רבי משה האגער, זון פון רבי ברוך מוויזניץ.
[נעמט אין אכט דער באריכט איז פיל מיט טעותים]
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sQuery=%22%u05de%u05e9%u05d4%20%u05d4%u05d0%u05d2%u05e2%u05e8%22&rEntityType=&sSearchInAll=true&ViewMode=HTML
[נעמט אין אכט דער באריכט איז פיל מיט טעותים]
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sQuery=%22%u05de%u05e9%u05d4%20%u05d4%u05d0%u05d2%u05e2%u05e8%22&rEntityType=&sSearchInAll=true&ViewMode=HTML