רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע, וועלכער איז געווען דער ממלא מקום וממשיך דרכו פון זיין הייליגן שווער הרה"ק בעל אך פּרי תבואה מליסקא זי"ע און איז בשעתו געווען מפורסם מיט זיינע דאָפּלטע כוחות, סיי אַלס גאון אדיר וחריף בתורה אשר כל רז לא אניס לי' און סיי אַלס צדיק וקדוש ופּועל ישועות בקרב בארץ. אַלע צדיקי דורו האָבן אים זייער געשעצט און מעיד געווען אויף זיינע גרויסע כוחות בכפליים מיט זיין גאונות אדירה בתורה און מיט זיין כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים.

היות מען האָט איצט זוכה געווען איבערצושרייבן דעם בית החיים אין די שטאָט ליסקא, אונגאַרן אונטערן בעלות פון ק"ק ליסקא אין ניו יאָרק, איז וויכטיג אָנצוהייבן מיט אַ קורצע הקדמה.

דער טל חיים זי"ע האָט נישט בלויז ממלא מקום געווען זיין גרויסן שווער ברבנות ובאדמורו"ת, נאָר האָט אויך ממשיך געווען מיט זיין גרויסן כח לפקוד בדבר ישועה ורחמים; עס האָבן זיך געוואָרפן ביי אים גרויסע מופתים און אומצאָליגע אידן זענען געהאָלפן געוואָרן ביי אים. זיין כח אלס צדיק ורבי איז אָבער פאַרשאָטנט געוואָרן צוליב זיין אויסטערלישע התמדה בתורה. ער איז געליגן אין תורה הקדושה כל כולו און עפּעס אַנדערש האָט אים נישט אינטערעסירט, ווי עס איז מעיד אויף אים די מעשה וואָס נכדו כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א דערציילט אַלעמאָל, ווי פאָלגענד:
"צוליב זיין גרויס התמדה אין תורה הקדושה, איז דער טל חיים – אַנדערש ווי אַנדערע צדיקים – כמעט נישט אַרויסגעפאָרן פון ליסקא און נישט אַרומגעפאָרן אין אַנדערע שטעט פּראַווען חסידים. איינמאָל איז זיין מצב הפּרנסה געווען זייער געענגט, ווייל ער האָט געהאַלטן פאַר אַ חתונה פון אַ קינד, האָבן זיינע שטוב-מענטשן אים זייער געבעטן ער זאָל פאָרן ערגעץ אויף אַ שבת און ער איז טאַקע געפאָרן אויף אַ שבת קיין קאַשוי. אַסאַך מענטשן זענען דעמאָלט געקומען מיט קוויטלעך און פּדיונות און (אַנשטאָט זיך פרייען מיט די הצלחה) האָט דער טל חיים זיך זייער באַקלאָגט אַז דער באַזוך האָט אים גורם געווען אַסאַך ביטול תורה. ער האָט זיך דעמאָלט אויסגעדרוקט: "איין דף גמרא איז מער מער ווערד ווי די גאַנצע רעביסטווע".

לכבוד די יומא דהילולא וועלן מיר דאָ ברענגען אייניגע עובדות וסיפּורים טאַקע איבער זיין געוואַלדיגן גדלות בתורה, זיין צדקות וקדושה, אָבער מיר וועלן זיך אויך קאָנצענטרירן איבער זיין גרויסן כח צו פּועל'ן ישועות ורפואות פאַר אידישע קינדער, ווייל היות מען גייט איצט איבערבויען און רענאָווירן דעם בית החיים, איז וויכטיג פאַר אידן צו וויסן דעם גרויסן כח פון די צוויי צדיקים, חותנו וחתנו, וועלכע ליגן דאָרט באַהאַלטן.

כדי נישט מטריח צו זיין דעם ליינער ברענגען מיר בלויז צוויי פּאַראַגראַפן ביאָגראַפישע שטריכן לכבוד די הילולא.

דער טל חיים פון ליסקא, הגה"ק רבי חיים פריעדלאנדער זי"ע, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר ת"ר צו זיין פאָטער הגה"ק רבי משה זצ"ל אבד"ק קליינוואַרדיין. אַלס בחור האָט ער געלערנט ביי הגאון רבי מאיר פּערלס זצ"ל אבד"ק קראלי. כשהגיע לפּרקו איז ער אויסגעקליבן געוואָרן אַלס איידעם דורך דעם צדיק הדור הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פּרי תבואה און נאָכ'ן הסתלקות פונעם הייליגן רבי ר' הערשעלע איז ער אויפגענומען געוואָרן ממלא מקום אַלס אבד"ק ואדמו"ר ליסקא.

ער איז נסתלק געוואָרן פּלוצלינג ביום ט' אייר תרס"ד און איבערגעלאָזט זיין ספר "טל חיים והברכה" אויף סוגיות הש"ס און "טל חיים" על התורה ומועדים.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דריי פּשעטלעך, דאָס איז וואָס איך קען...

כ"ק אדמו"ר רבי יוזפא מליסקא זצ"ל האט דערציילט, אַז ווען מען האָט אָנגעטראָגן פאַר'ן אך פּרי תבואה זי"ע דעם שידוך פונעם טל חיים זי"ע פאַר זיין טאָכטער, האָט מען אים פאָרגעשטעלט אַלס בחור מיט אַלע מעלות, סיי מיט יחוס אבות, זייענדיג אַ זון פונעם קליינוואַרדיינער רב רבי משה זצ"ל שטאַמענדיג אויך פון הייליגן מהרש"א זצ"ל, און סיי מיט יחוס עצמו, אַלס אַ תלמיד חכם און עילוי וחריף. דער אך פּרי תבואה האָט געוואָלט קלאָר-שטעלן אויב ס'איז אמת וואָס מען זאָגט אויף דעם בחור, האָט ער אַריבערגעשיקט צוויי שלוחים צום שטאָט פונעם בחור, קליינוואַרדיין צו רעדן מיט אים אין לערנען, זיך מפלפּל זיין אין סוגיות הש"ס און זיי זאָלן אים צוריקברענגען אַ גרוס.

איינער פון די צוויי שלוחים איז געווען אַ גאון און אַ גדול בתורה, פון די גרויסע תלמידים המובהקים פונעם אך פּרי תבאוה, און דער צווייטער איז אויך געווען פון די חשובע חסידים פונעם אך פּרי תבואה, אָבער נישט אַזאַ בר הכי אין תורה; ער איז נאָר מיטגעגאַנגען צו באַגלייטן דעם ערשטן.

ווען די צוויי שלוחים זענען אָנגעקומען איז דער ערשטער שליח, דער תלמיד חכם, פּלוצלינג קראַנק געוואָרן און ער האָט נישט געקענט ערפולן זיין רבינ'ס שליחות. די צוויי שלוחים האָבן דאָך געוואָלט אויספירן זייער שליחות און נישט געוואָלט פאַרברענגען טייערע צייט פון זייער רבי'ן, האָט דער שליח דער תלמיד חכם געזאָגט פאַר'ן צווייטן, גיי דו קודם רעדן מיט אים אין תורה לויט דיינע מעגליכקייטן און נאָך צוויי-דריי טעג ווען איך וועל קומען צו די כוחות וועל איך עקסטער רעדן מיט אים.

דער צווייטער שליח איז טאַקע געגאַנגען אַליין רעדן מיט'ן בחור. דער טל חיים, וויסענדיג אַז דער ליסקער רב האָט געשיקט ספּעציעלע שלוחים אים צו פאַרהערן, האָט זיך פאָרגעשטעלט אַז ער האָט זיכער געשיקט אַ גרויסן תלמיד חכם. און ער האָט אָנגעהויבן זאָגן אַ גאָר טיפן און שאַרפן פּלפּול, גג על גג, ווי עס האָט זיך געפּאַסט פאַר אַזאַ חריף ועילוי ווי אים. אָבער ערגעץ טיף אינמיטן פּלפּול האָט ער אינאַכט גענומען אַז דער שליח שווייגט, ער רעאַגירט גאָרנישט. האָט ער געקלערט ביי זיך, אַז עס מוז זיין אַז דער שליח איז נישט צופרידן פונעם פּשעטל, ער האָט דערויף שווערע קשיות אָפּצואווענדן, נאָר ער וויל אים נישט צעמישן אינמיטן, דעריבער רעדט ער נישט אַריין, אָבער עפּעס גלייכט ער נישט דעם פּשעטל..

האָט ער זיך אָנגערופן צום שליח "אויב עס געפעלט אייך נישט דער פּלפּול, וועל איך אייך זאָגן אַן אַנדערן פּשעטל, אפשר דאָס צווייטע וועט איר יאָ גלייכן". אַזוי האָט ער געטון, ער האָט אויפ'ן אָרט מחדש געווען און אָנגעהויבן אַן אַנדערן פּלפּל, מיט געוואַלדיגע חידושים, נאָך טיפער ווי פריער. אָער נאָך אַ שטיק צייט זעט ער ווי דער שליח שווייגט ווייטער; ער פרעגט נישט, ער ענטפערט נישט, ער זאָגט נישט צי ס'איז יאָ גוט צי נישט. האָט דער טל חיים אָנגעהויבן זאָגן אַ פרישן פּלפּול, אָבער זעענדיג אַז אויך איצט איז דער שליח נישט צופרידן; ער שווייגט און זאָגט נישט קיין וואָרט, האָט ער זיך אָנגערופן "חשובער גאַסט, דאָס אַלעס וואָס איך קען. מער פון דעם קען איך נישט. אויב מיינע חידושים ולפּלפּולים געפעלן אייך נישט, פאָרט צוריק צו אייער רבי'ן און זאָגט אים, פאַרפאַלן, דאָס קען איך און מער נישט..."

דער שליח איז דאַן צוריקגעגאַנגען צום אַנדערן שליח דער תלמיד חכם און יענער פרעגט אים וויאַזוי דער פאַרהער איז צוגעגאַנגען, זאָגט ער "אוי, איך האָב שוין קוים געוואַרט אַז דער בחור זאָל ענדיגן אַלע זיינע חידושים ופּלפּולים; ער איז דאָך ממש אַ שעפערישער קוואַל; ער האָט געזאָגט און געזאָגט אַזעלכע טיפע פּלפּולים אַז איך האָב דאָס נישט געקענט פאַרשטיין; איך האָב נישט פאַרשטאַנען וואָס ער רעדט..."

זעענדיג אַז דער אַנדערער שליח קען נישט ערפולן דעם רבינ'ס שליחות האָט דער שליח דער תלמיד חכם בלית ברירה געמוזט וואַרטן עטליכע טעג ביז ער ערהוילט זיך, און דאַן איז ער אים אַליין געגאַנגען פאַרהערן און פאַרשטייט זיך צו זיין שטוינונג געזען אַז דאָ שטייט פאַר אים אַ בחור וואָס איז מלא וגדוש בש"ס ופּוסקים. ביים אַהיימקומען קיין ליסקא האָבן "ביידע" געהאַט וואָס איבערצוגעבן זייערע איינדרוקן פונן זייערע פאַרהערן, און איבעריג צו זאָגן דער אך פּרי תבואה האָט אים אויסגעקליבן פאַר אַן איידעם און ממלא מקום.

די ברכה פאַר די "אַלטע מוידן"

איבער זיין גרויסע קדושה האָט דערציילט הרה"ח ר' שמואל גאלשטיין ז"ל וועלכער איז געווען פון די גרויסע ליסקא חסידים, אַז אין די צייטן ווען דער טל חיים איז נאָך געווען רב אין שטאָט ערדא-בעניא – נאָך בחיים חיותו פון זיין גרויסן שווער דער אך פּרי תבואה – איז געווען זיין מנהג אַז מען האָט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, און דער סדר איז דאָך אַז דער מסדר קידושין גייט אַריין צום "באַדעקן", פלעגט דער טל חיים אַריינגיין מיט פאַרמאַכט אויגן און אַן אַראָפּגעבויגענעם קאָפּ, און ער פלעגט זיך אָנלענען אויף צוויי גבאים.

איינמאָל זייענדיג אינעווייניג ביים באַדעקן איז געווען עפּעס אַ גרויס געשטיפּעניש און עס איז אויסגעקומען אַז מען האָט אויך דעם רב געגעבן אַ שטיפּ, האָט ער געגעבן אַ הויב אויף די אויגן אויף אַ רגע צו זען וואָס די שטיפּעריי באַדייט. שפּעטער ביי די סעודת החתונה האָט דער טל חיים געהאַלטן אַ דרשה, ווי עס איז געווען דער מנהג בימים ההם מכבד צו זיין דעם רב מיט אַ דרשה ביי די חתונה. האָט דער טל חיים געזאָגט דעמאָלט ווי פאָלגנד:

"פריער ווען איך בין אַריין צום באַדעקן איז געווען אַ גרויס געשטיפּעניש וואָס האָט צוגעברענגט אַז איך האָב מיר געעפנט די אויגן, און איך בין ערשטוינט געוואָרן צו זען עפּעס וואָס איך האָב קיינמאָל נישט געוואוסט ביז היינט, אַז אין אונזער שטאָט געפינען זיך אַזויפיל 'אַלטע מאָדן' (מיידלעך) וועלכע זענען נאָכנישט חתונה געהאַט". דאַן האָט דער רב אויסגעבראָכן אין אַ געוויין: "איך האָב בכלל נישט געוואוסט אַז אין אונזער שטאָט געפינען זיך אַזויפיל אַלטע מאָדן, וואָס מען זעט דאָך אויף זייער האָר אַז זיי ווערן שוין גרוי. דעריבער וויל איך דאָ וואונטשן אַז מען זאָל פון הימל רחמנות האָבן, מען זאָל זיי צושיקן די ריכטיגע זיווגים און נאָך אין דעם יאָר זאָלן אַלע זוכה זיין צו טרעפן כשר'ע זיווגים".

פאַקטיש זענען די אַלע "מיידלעך" געווען פאַרהייראַטע פרויען וועלכע זענען ליידער געגאַנגען מיט אייגענע האָר און אויך אומצוגעדעקט, נאָר דער טל חיים וועלכער איז געליגן כל כולו אַריינגעטון אין תורה וקדושה, האָט מיט תמימות געמיינט אַז דאָס זענען "אַלטע מוידן".

אָבער הערנדיג דעם רב'ס האַרציגע דרשה, דברים היוצאים מלב טהור, איז געוואָרן אַ גרויסער טומל אין שטאָט, ווייל די מענער פון די אַלע פרויען האָבן זיך דערשראָקן אַז די "ברכה" פונעם רב וועט מקוים ווערן, און דאָס קען דאָך באַדייטן אַז זיי וועלן ח"ו נישט מוצאי שנתם זיין און זייערע ווייבער וועלן ווערן אלמנות און שנעל חתונה האָבן מיט פרישע זיווגים... די מענער האָבן דעריבער באַלד באַפוילן פאַר זייערע ווייבער זיך אָפּצושערן די האָר, און אַזוי איז אויסגעקומען אַז מיט זיין תמימות'דיגן בליק האָט דער טל חיים פאַרוואַנדלט די גאַנצע שטאָט אין ערליכע אידישע שטיבער וואו מען פירט זיך מיט צניעות ויראת ה'.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אַוועקגעגעבן "הפטרה מעשה מרכבה" פאַר'ן איידעם

דער הייליגער אך פּרי תבואה האָט געהאַט אַ מנהג אַז דעם ערשטן טאָג שבועות, זמן מתן תורתינו, האָט ער אַליין עולה געווען מפטיר. ער האָט זייער מקפּיד געווען אויף די עלי' ווייל מען ליינט דעמאָלט די מורא'דיגע הפטורה פון "מעשה מרכבה".

אינעם לעצטן יאָר פון זיין לעבן, בשנת תרל"ד, האָט דער אך פּרי תבואה באַפוילן דעם גבאי אַז מען זאָל געבן מפטיר פאַר זיין איידעם דעם טל חיים. דער עולם אין בית המדרש האָט נישט געוואוסט דערפון און ווען דער טל חיים איז אַרויפגעקומען אויף די בימה צו מפטיר האָט דאָס אַרויסגערופן גרויס וואונדער; קיינער האָט נישט פאַרשטאַנען פאַרוואָס דער דער רבי, וועלכער האָט אַלע יאָרן געהאַט אַזאַ קפּידה אויף די עלי' און דאָס נישט געלאָזט אַוועקגעבן די עלי' פאַר אַ צווייטן, האָט דאָסמאָל יאָ מכבד געווען זיין איידעם מיט די עלי'.

ערשט צוויי חדשים שפּעטער ווען דער אך פּרי תבואה זי"ע איז ליידער נסתלק געוואָרן, ביום י"ד אב, האָבן תושבי ליסקא און ליסקא חסידים פאַרשטאַנען למפרע די כוונה פונעם אך פּרי תבואה, אַז מיט'ן כיבוד פון מפטיר ביום א' דשבועות האָט ער אים פאַקטיש איבערגעגעבן דעם שרביט הרבנות און אים מסמיך געווען ממשיך צו זיין די הייליגע הנהגה אַלס ממלא מקומו בכתר האדמורו"ת פאַר עדת צאן מרעיתו.

מקובל פון מיין גרויסן שווער

הרה"ח המפורסם ר' וואלף ענגעל ז"ל פון האָלאָש איז געווען פון די גרויסע חסידים פונעם טל חיים זי"ע. דער ר' וואלף האָט פאַרמאָגט אַ געשעפט און ער פלעגט דאָס אָפן האַלטן אויך זונטאָג. דאָס האָט אַרויסגערופן בייז-בלוט ביים לאָקאַלן גלח, וועלכער האָט אָנגעהויבן העצן אין זיין קירכע מען זאָל באָיקאָטירן דעם געשעפט. די קריסטליכע האָלאַשער איינוואוינער האָבן געפאָלגט דעם גלח און ר' וואלף האָט אָנגעהויבן ליידן ערנסטע פאַרלוסטן אין זיין פּרנסה.
איז ער געפאָרן צו זיין רבי'ן דער טל חיים זי"ע און זיך אויסגעגאָסן דאָס האַרץ. כנהוג האָט ער געגעבן אַ קוויטל פאַר'ן רבי'ן און אויך געוואָלט דערלאַנגען אַ פּדיון. ווען ער האָט אַריינגעשטעקט די הענט אין טאַש אַרויסצונעמען דעם פּדיון האָט ער אַרויסגענומען צוויי באַנקנאָטן, איינס אַ רויט-פאַרביגע וואָס איז געווען פון צען גולדן און איינס אַ בלוי-פאַרביגע וואָס איז געווען פון פינף גולדן. ער האָט געוואָלט צוריקלייגן אין טאַש דעם פינפער און געבן אַלס פּדיון דעם צענער. דער טל חיים זי"ע איז געווען באַקאַנט אַלס איינער וואָס "אנו מכיר בצורתא דזוזא", ער איז געווען אַזוי אַריינגעטון אין תורה אַז ער האָט נישט דערקענט קיין מטבע; ער האָט נישט געוואוסט וועלכע באַנקנאָט איז ווערד וויפיל. אָבער דאָ פּלוצלינג זאָגט אים דער טל חיים: געב ענדערש אַהער דעם בלוי-פאַרביגע (פינפער) ווייל די פאַרב בלוי צייגט אויף מדת הרחמים.

דאַן האָט דער טל חיים גענומען פייער און אָנגעצונדן דאָס קוויטל און מיט דעם אָנגעצונדן זיין לולקע; דאָס פאַרויכערט און זיך שטאַרק פאַר'דביקות'ט אויף אַ וויילע. ר' וואלף, זעענדיג אַז דער רבי האָט אָנגעצונדן זיין קוויטל האָט זיך זייער דערשראָקן. אָבער ער האָט זיך נישט געוואַגט צו זאָגן אַ וואָרט. נאָך אַ לענגערע וויילע האָט דער טל חיים ווי זיך ערוואַכט און זאָגט פאַר ר' וואָלף: "דאַרפסט נישט מורא האָבן, דאַרפסט גאָרנישט זיך פאָרכטן. איך האָב מקבל געווען פון מיין שווער דער אך פּרי תבואה זי"ע אַז 'אַ גוי דאַרף זיך בייגן אָדער אַנידער לייגן'. פאָר אַהיים און וועסט זען אַ ישועה".

ביים אָנקומען קיין האָלאָש האָט ער געהערט ווי די גלאָקן פון די קירכע קלינגען. דאָס איז אים געווען מאָדנע ווייל געווענליך קלינגען די גלאָקן ביים ענדע פון יעדע שטונדע און איצט איז אינמיטן די שטונדע, האָט ער פאַרשטאַנען אַז עפּעס גייט פאָר. אַריינקומענדיג אין שטאָט האָט ער געהערט די נייעס אַז די גלאָקן מעלדן איין די פּגירה פונעם גלח, וועלכער איז זיך געגאַנגען באָדן אינעם טיסא טייך און דאָרט איז ער פאַרכאַפּט געוואָרן אין אַ וואַסער-געווירבל (וויהרל-פּול) און דערטראָנקען געוואָרן, כן יאבדו כל אויביך ה'.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

געקומען אין חלום לאחר הסתלקתו

הרה"ח ר' שלום שוואַרץ ז"ל איז געווען אַ תלמיד פון כ"ק אדמו"ר רבי צבי הירש השני מליסקא זצ"ל הי"ד בעל שערי הישר (בן הטל חיים זי"ע). ער האָט דערציילט אַ מורא'דיגע מעשה וואָס ער האָט אַליין געהערט פון זיין רבי'ן ווען ער איז געווען אַ בחור אין ישיבה וואָס האָט פּאַסירט ביי זיין פאָטער דער טל חיים אין לעצטן יאָר פון זיין לעבן.

דער טל חיים האָט געהאַט אַ גרויסן חסיד הרה"ח ר' יוסף מעהר ז"ל, וועלכער איז נאָך געפאָרן צום אך פּרי תבואה. דער ר' יוסף האָט געהאַט אַ טאָכטער וועלכע האָט נאָך די חתונה נישט געקענט האָבן קיין קינדער, ווייל זי האָט ליידער געליטן פון פאַרשידענע מחלות ל"ע און די דאָקטוירים האָבן איר אָנגעזאָגט אַז געבוירן קינדער וועט איר אַריינלייגן אין אַ באַלדיגע סכנה.

זי האָט אָבער דאָך געוואָלט אויפשטעלן אַ אידישע שטוב, איז זי אַריינגעגאַנגען צוזאַמען מיט איר מאַן צום טל חיים זי"ע, וועלכער איז געווען מפורסם מיט זיין כח אין רפואות און מיט זיין כח צו בענטשן אידן מיט זרע של קיימא. דער טל חיים זי"ע האָט זיי פאַרשפּראָכן אַז זי דאַרף זיך גאָרנישט זאָרגן און קימערן מיט די דאָקטוירים; זי וועט בעז"ה האָבן קינדער און געהאָלפן ווערן מיט אַ בן זכר.

נישט אויף לאַנג איז מקוים געוואָרן די ברכה און זי איז טראָגעדיג געוואָרן. אָבער אינצווישן איז דער טל חיים נסתלק געוואָרן און ווען ס'איז אָנגעקומען אין די הויכע מאָנאַטן און שוין געדאַרפט גיין צום קינד איז זי זייער שוואַך געוואָרן און אַריינגעפאַלן אין קראַנקן בעט. דער מצב איז געווען שמאָל און מען האָט שנעל אַראָפּגערופן צוויי דאָקטוירים וועלכע האָבן געוואָרנט אַז מען דאַרף איר באַלד אָפּערירן, ווייל אויב נישט וועלן ביידע נישט איבערלעבן ל"ע.
בשעת די דאָקטוירים שטייען דאָרט איז זי אַנטשלאָפן געוואָרן און זי זעט דעם טל חיים אין חלום וועלכער זאָגט איר: "האָב נישט מורא פון די דאָקטוירים, ווייל איך האָב צוגעזאָגט און אַזוי וועט דאָס זיין, דו וועסט געבוירן דאָס קינד בשלום. נאָר איין זאַך בעט איך דיך, זע אַז די צוויי דאָקטוירים זאָלן נישט בלייבן נעבן דיר, שיק זיי אַרויס פון צימער".

ווען זי האָט זיך ערוואַכט האָט זי גלייך אָנגעהויבן שרייען אויף די דאָקטוירים זיי זאָלן שוין פאַרלאָזן איר צימער. נישט לאַנג דערויף האָט זי געבוירן דאָס קינד לעבעדיג און געזונט אָן קיין שום שטרויכלונג. די גאַנצע שטאָט איז דעמאָלט אויפגעווען מיט דעם מופת, זעענדיג בחוש דעם "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם". (ספר "אור הישר והטוב" פּרק י"ד).

די מחלה פאַרשוואונדן אויף אייביג

הרה"ח ר' גרשון רייך ז"ל האָט דערציילט אַ מעשה נוראה וואָס האָט פּאַסירט מיט אים אַליין.

ווען ער איז געווען אַ קינד פון איין יאָר אַלט איז ער ל"ע קראַנק געוואָרן מיט אַ געפערליכע מחלה וואָס די דאָקטוירים אין יענע צייטן האָבן נישט געהאַט קיין שום רפואה דערפאַר. האָט זיין פאָטער, הרה"ח ר' אהרן יוסף רייך ז"ל שו"ב דק"ק האָדהאַז, וועלכער איז געווען פון די גרויסע חסידים פונעם טל חיים פון ליסקא, גענומען דאָס קראַנקע קינד און געפאָרן מיט אים אויף אַ שבת קיין ליסקא. פאַרשטייט זיך ער איז אַריין פאַר שבת און זיך אויסגעוויינט דאָס האַרץ אַז דער רבי זאָל פּועל'ן אַ ישועה פאַר זיין קינד.

שבת קודש צופרי נאָכ'ן דאַווענען האָט דער טל חיים ווי זיין מנהג געמאַכט קידוש אויף ברוינפען, נאָך איינגעהילט אינעם טלית. נאָכ'ן טרונקען פונעם כוס האָט דער רבי אַריינגעגאָסן פונעם ברוינפען אין מויל פונעם קינד און געזאָגט בזה"ל: "איך בין גוזר אַז די מחלה זאָל פון אים אַרויסגיין".

וכך הוה, ר' אהרן יוסף איז אַהיימגעפאָרן מיט'ן קינד וועלכער איז געזונט געוואָרן כאחד האדם, און ר' גרשון, דער בעל הנס, האָט מאריך ימים ושנים געווען;. ער איז געוואָרן אַן עלטערער איד און די מחלה האָט זיך קיינמאָל נישט צוריקגעקערט זיין גאַנץ לעבן.

אַ שריפה אין געריכט הויז

ווי באַקאַנט איז אינדערהיים אין אייראָפּע געווען דאָס געזעץ אַז אַלע קינדער מוזן לערנען לימודי חול אין די רעגירונג שולע. דעריבער זענען אידישע קינדער געווען געצוואונגען צו גיין אין די שולע יעדן טאָג אויף עטליכע שעה און ערשט נאָכמיטאָג איז מען געגאַנגען אין חדר. אין יענע צייטן איז די וועלט נאָך געווען מער איידל ווי היינט און אפילו ביי די גוים איז געווען איינגעפירט אַז אַ מאַן-לערער לערנט מיט יונגלעך און אַ פרוי-לערערין מיט מיידלעך.

איינמאָל האָט דער מאַן-לערער אין ליסקא געדאַרפט אַוועקפאָרן פון שטאָט אויף אַ שטיק צייט, האָט ער געבעטן די פרוי-לערערין אַז אין די צייט ווען ער איז אָפּוועזנד זאָל זי לערנען אויך מיט זיין קלאַס. איין אידישער טאַטע וועלכער האָט באַגלייט זיין קינד אין שולע האָט דאָס באַמערקט, איז ער געקומען צו לויפן צום טל חיים זי"ע אין בית המדרש און אים דערציילט אַז די יונגלעך און מיידלעך לערנען בתערובות אין איין קלאַס. דער טל חיים איז רוב טאָג געזעצן אין בית המדרש איינגעהילט אין טלית ותפילין און געלערנט. הערנדיג דאָס האָט ער גלייך אויסגעטון טלית ותפילין און אַרויסגעלאָפן פון בית המדרש אין דירעקציע פון די שולע.

זיין איידעם, הגה"צ רבי אהרן אויש זצ"ל אבד"ק לופּעני איז דעמאָלט געווען אַ יונגערמאַן נאָך די חתונה; ער האָט נאָך געגעסן קעסט ביים שווער און זעענדיג ווי דער שווער לויפט צו די שולע האָט ער זיך דערשראָקן אַז דער שווער וועט אַריינלויפן אין שולע אינמיטן קלאַס און ער קען אויסשטיין אַן ערנסטע שטראָף, ווייל אין יענע צייט האָט די רעגירונג שווער באַשטראָפט אויב אויב איינער האָט געשטערט אַ קלאַס אינמיטן די שטודיעס. איז ער נאָכגעלאָפן דעם שווער און אים געבעטן: "דער שווער זאָל אַהיימגיין, איך וועל שוין אַהינגיין און דאָס ערלעדיגן". אָבער דער טל חיים האָט אים צוריקגעשריגן "במקום שיש חילול ה' אין חולקין כבוד לרב". און ער איז ווייטער געלאָפן ביז אין שולע אַריין, ער איז אַריין אין קלאַס און אָנגעהויבן שרייען אויף די אידישע קינדער "אַרויס פון דאָ".

די פרוי לערערין איז נישט לאַנג דערויף אַריבערגעפאָרן קיין אוהעל וואו זי האָט אַריינגעגעבן אַ קלאַגע אין געריכט קעגן דעם ליסקא רב; אין די קלאַגע האָט זי שטאַרק אויפגעבלאָזן די גאַנצע געשיכטע און אויך צוגעלייגט זאַכן וואָס זענען ליגנט געווען. ווען מען האָט געהערט דערפון אין ליסקא איז די משפּחה פונעם טל חיים זייער דערשראָקן געוואָרן און און עטליכע בני משפּחה זענען אַריבערגעפאָרן קיין אוהעל וואו זיי האָבן זיך געטראָפן מיט אנשים מכובדים פון די שטאָט און זיי געבעטן זיך משתדל צו זיין ביים ריכטער ער זאָל זיך נישט אומגיין מיט'ן גאַנצן האַרבקייט נאָר רחמנות האָבן אויפ'ן ליסקא רב.

למעשה איז דעמאָלט געשטעלט געוואָרן אין געריכט אַ נייער ריכטער און קיינער פון די שתדלנים אין שטאָט האָט נאָכנישט געהאַט מיט אים קיין נאָנטע קאָנטאַקטן, אַזוי אַז מ'האָט נישט געטראָפן קיינעם וואָס קען זיך משתדל זיין פאַר'ן ליסקא רב. זעענעדיג אַז בדרך הטבע איז נישט דאָ קיין שום אויסוועג, האָט די רביצין פונעם טל חיים זיך געוואָנדן צו איר מאַן און אים געבעטן ער זאָל מתפּלל זיין אויף אַ ישועה פאַר זיך זעלבסט. האָט דער טל חיים איר געענטפערט ווי פאָלגנד: "פאַר אַ אידישע זאַך וועל איך זיצן אין תפיסה, איך האָב גאָרנישט מורא".

לפּלא ולנס האָט עטליכע וואָכן שפּעטער אויסגעבראָכן אַ שריפה אינעם געריכט-הויז און אַלע שריפטליכע קלאַגעס זענען פאַרברענט געוואָרן. די פרוי-לערערין פון ליסקא האָט נישט געוואוסט דערפון, זי האָט געוואַרט און געוואַרט מען זאָל איר שוין אַראָפּרופן קיין אוהעל צום פּראָצעס וואו זי וועט עדות זאָגן קעגן דעם רב, אָבער זעענדיג אַז עס גייט דורך וואָכן און מאָנאַטן און מען רופט איר נישט, האָט זי אָנגעהויבן בונטעווען אַז די אוהעלער אידן האָבן זיכער אונטערגעקויפט דעם ריכטער. אבער אירע ווערטער זענען אויפגענומען געוואָרן סקעפּטיש צווישן די שטאָטישע איינוואוינער; זי איז געוואָרן צו שאַנדע און צו שפּאָט אין ליסקא און פון גרויס בושה האָט זי זיך אויפגעהויבן און אַנטלאָפן קיין אַמעריקע... (ספר "אור הישר והטוב" בשם הגה"צ רבי יחיאל אויש זצ"ל אבד"ק וואלקאן וועלכער האָט דאָס געהערט פון זיין פאָטער הגה"צ אבד"ק לופעני זצ"ל, חדב"נ הטל חיים זי"ע)
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

די וואַנט פון אוהל האָט זיך גערוקט

דער טל חיים איז געקומען למנוחתו אינעם אוהל אין ליסקא נעבן זיין גרויסן שווער. איבער דעם אַליין איז אַז נאָך זיין פּלוצימע פּטירה איז מען געגאַנגען קוקן צי מען קען אים באַהאַלטן אין אוהל, אָבער מען האָט געזען אַז עס נישט דאָ קיין פּלאַץ. איז זיין זון, הגה"ק רבי צבי הירש השני מליסקא זצ"ל בעל שערי הישר והטוב אַרויף מיט אַ מנין צום ציון פונעם אך פּרי תבואה און געבעטן, אַז היות ער זיין איידעם איז אים געווען אַזוי נאָנט ביים האַרצן, בעט מען ער זאָל אים מאַכן פּלאַץ אינעם אוהל.

צופרי ביי די לוי' האָט מען געזען ווי איין וואַנט פונעם אוהל האָט זיך וואונדערליך גערוקט! עס איז געווען אַ פּלא בתוך פּלא, ווייל דער דאַך האָט זיך נישט אויסגעברייטערט, בלויז די וואַנט האָט זיך גערוקט, וואָס האָט געוויזן אַז דער גרויסער שווער האָט ווירקליך געמאַכט פּלאַץ פאַר זיין גרויסן איידעם. (ביז די מלחמה איז דאָס געבליבן אַזוי, מיט'ן אָפענעם דאַך און אָפּגערוקטער וואַנט. נאָך די מלחמה ווען מען האָט רענאָווירט דעם אוהל האָט מען פאַרראָכטן דעם דאַך אויך, אבער מען קען נאָך ביז היינט זען ווי דער טל חיים ליגט גאַנץ ביים עק נעבן די וואַנט).

טאַקע ביז צו די צווייטע וועלט מלחמה האָבן טויזנטער אידן געשטראָמט יאָר-יערליך אויף זיין יאָרצייט צו זיין ציון הקדוש, וואָס איז געוואָרן מפורסם אַלס אַ מקום ישועות וואו מען קען געהאָלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים בזכות פון די שני מאורות הגדולים, חותן וחתנו שראו את החידוש, דער אך פּרי תבואה און דער טל חיים זי"ע.

אויך היינט צו טאָג זענען דאָ אומצאָליגע אידן וואָס פאָרן יערליך אויף די יאָרצייט ט' אייר ספּעציעל צום ציון פונעם טל חיים זי"ע – און אויך אַ גאַנץ יאָר ווען מען גייט צום ציון הקדוש פונעם אך פּרי תבואה זי"ע גייט מען עקסטער צו צום ציון פון חתנו בעל טל חיים זי"ע – און זענען מעיד אויף די גרויסע ישועות וואָס זיי זעען ביי זיין ציון הקדוש בזכות פון זיין גרויסן כח התורה והקדושה.

היי יאָר איז אומממעגליך צום ציון אין ליסקא אָנצוקומען אויף די יאָרצייט צוליב דעם שווערן מצב המגיפה ל"ע איבער דער וועלט. אויב מען האָפט אין נאָנטן – אויב מען וועט חלילה נישט זוכה זיין אינצווישן צו תחיית המתים בקרוב – זיך צו נעמען צו די רענאָוואַציע אַרבעט וואָס וועט פיל פאַרלייכטערן צוטריט צו די ציונים הקדושים אין ליסקא, וטובים השנים מן האחד לזכות את ישראל בכל מילי דמיטיב.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ציון המציונת של הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע
אטעטשמענטס
IMG_0467.JPG
IMG_0467.JPG (84.01 KiB) געזען 1096 מאל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע
אטעטשמענטס
IMG_0468.JPG
IMG_0468.JPG (75.7 KiB) געזען 1094 מאל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

שער בלאט פון ספר טל חיים על התורה
מ'דערקענט דער חתימה פון הרה"ג רבי אלחנן זלמן גראס בן הרב החסיד המפורסם רבי אברהם יהושע גראס זצ"ל איידעם פון דער טל חיים זי"ע
אטעטשמענטס
טל חיים - אלחנן גראס.jpg
טל חיים - אלחנן גראס.jpg (118.27 KiB) געזען 1091 מאל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דער אינטרעסאנטער שער בלאט פון ספר טל חיים והברכה אויף סוגיות הש"ס
אטעטשמענטס
TAL chaim.jpg
TAL chaim.jpg (160.86 KiB) געזען 1088 מאל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מצבה פון הרבנית הצדיקת מרת מרים לאה ע"ה מחברתו הטהורה פון דער טל חיים זי"ע
אטעטשמענטס
IMG_0493.JPG
IMG_0493.JPG (124.05 KiB) געזען 1084 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
די ברכה פאַר די "אַלטע מוידן"

איבער זיין גרויסע קדושה האָט דערציילט הרה"ח ר' שמואל גאלשטיין ז"ל וועלכער איז געווען פון די גרויסע ליסקא חסידים, אַז אין די צייטן ווען דער טל חיים איז נאָך געווען רב אין שטאָט ערדא-בעניא – נאָך בחיים חיותו פון זיין גרויסן שווער דער אך פּרי תבואה – איז געווען זיין מנהג אַז מען האָט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, און דער סדר איז דאָך אַז דער מסדר קידושין גייט אַריין צום "באַדעקן", פלעגט דער טל חיים אַריינגיין מיט פאַרמאַכט אויגן און אַן אַראָפּגעבויגענעם קאָפּ, און ער פלעגט זיך אָנלענען אויף צוויי גבאים.

איינמאָל זייענדיג אינעווייניג ביים באַדעקן איז געווען עפּעס אַ גרויס געשטיפּעניש און עס איז אויסגעקומען אַז מען האָט אויך דעם רב געגעבן אַ שטיפּ, האָט ער געגעבן אַ הויב אויף די אויגן אויף אַ רגע צו זען וואָס די שטיפּעריי באַדייט. שפּעטער ביי די סעודת החתונה האָט דער טל חיים געהאַלטן אַ דרשה, ווי עס איז געווען דער מנהג בימים ההם מכבד צו זיין דעם רב מיט אַ דרשה ביי די חתונה. האָט דער טל חיים געזאָגט דעמאָלט ווי פאָלגנד:

"פריער ווען איך בין אַריין צום באַדעקן איז געווען אַ גרויס געשטיפּעניש וואָס האָט צוגעברענגט אַז איך האָב מיר געעפנט די אויגן, און איך בין ערשטוינט געוואָרן צו זען עפּעס וואָס איך האָב קיינמאָל נישט געוואוסט ביז היינט, אַז אין אונזער שטאָט געפינען זיך אַזויפיל 'אַלטע מאָדן' (מיידלעך) וועלכע זענען נאָכנישט חתונה געהאַט". דאַן האָט דער רב אויסגעבראָכן אין אַ געוויין: "איך האָב בכלל נישט געוואוסט אַז אין אונזער שטאָט געפינען זיך אַזויפיל אַלטע מאָדן, וואָס מען זעט דאָך אויף זייער האָר אַז זיי ווערן שוין גרוי. דעריבער וויל איך דאָ וואונטשן אַז מען זאָל פון הימל רחמנות האָבן, מען זאָל זיי צושיקן די ריכטיגע זיווגים און נאָך אין דעם יאָר זאָלן אַלע זוכה זיין צו טרעפן כשר'ע זיווגים".

פאַקטיש זענען די אַלע "מיידלעך" געווען פאַרהייראַטע פרויען וועלכע זענען ליידער געגאַנגען מיט אייגענע האָר און אויך אומצוגעדעקט, נאָר דער טל חיים וועלכער איז געליגן כל כולו אַריינגעטון אין תורה וקדושה, האָט מיט תמימות געמיינט אַז דאָס זענען "אַלטע מוידן".

אָבער הערנדיג דעם רב'ס האַרציגע דרשה, דברים היוצאים מלב טהור, איז געוואָרן אַ גרויסער טומל אין שטאָט, ווייל די מענער פון די אַלע פרויען האָבן זיך דערשראָקן אַז די "ברכה" פונעם רב וועט מקוים ווערן, און דאָס קען דאָך באַדייטן אַז זיי וועלן ח"ו נישט מוצאי שנתם זיין און זייערע ווייבער וועלן ווערן אלמנות און שנעל חתונה האָבן מיט פרישע זיווגים... די מענער האָבן דעריבער באַלד באַפוילן פאַר זייערע ווייבער זיך אָפּצושערן די האָר, און אַזוי איז אויסגעקומען אַז מיט זיין תמימות'דיגן בליק האָט דער טל חיים פאַרוואַנדלט די גאַנצע שטאָט אין ערליכע אידישע שטיבער וואו מען פירט זיך מיט צניעות ויראת ה'.

אין ערדעבעניא איז מען געגאנגען מיט אייגענע אויפגעדעקטע האר?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע

איז די מציבות אויפן אריגינעלע פלאץ? עס זעהט אויס ווי עס איז דא גאנץ אסאך פלאץ צווישן זיי.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מצבה פון הרבנית גיטל ע"ה - שנור פון דער טל חיים זי"ע - מחברתו הטהורה פון הגה"ק בעל שערי הישר מליסקא זי"ע הי"ד
טאכטער פון הנגיד הגביר מו"ה רבי יצחק אייזיק בערגער ז"ל פון מאד
ואמה של מלכות כ"ק מרן הגה"ק רבי יוזפא מליסקא זי"ע
אטעטשמענטס
הרבנית גיטל עה.jpg
הרבנית גיטל עה.jpg (75.74 KiB) געזען 1073 מאל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע

איז די מציבות אויפן אריגינעלע פלאץ? עס זעהט אויס ווי עס איז דא גאנץ אסאך פלאץ צווישן זיי.

דער בית החיים אין ליסקא איז אומבארירט, אלע מצבות זענען אויף אירע ארגינעלע ערטער.
אויב מיינט איר צו פרעגן לגבי דער עובדא אז עס איז נישט געווען קיין פלאץ אין די ארגינעלע אוהל, נו אויף דעם איז געווען דער מעשה פלא אז דער וואנט האט זיך אויפגערוקט לכבודו.

תמונות מצבות פון בית החיים אין ליסקא
viewtopic.php?f=63&t=29059
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי יוזפא מליסקא זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אשכול פון כ"ק הגה"ק רבי יוזפא מליסקא זי"ע
viewtopic.php?f=31&t=29413
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

בילד פון הגה"צ רבי אהרן אויש זצ"ל אבד"ק לופעני חדב"ן בעל טל חיים מליסקא זי"ע
אטעטשמענטס
אהרן אויש לופעני.jpg
אהרן אויש לופעני.jpg (4.79 KiB) געזען 1063 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע

איז די מציבות אויפן אריגינעלע פלאץ? עס זעהט אויס ווי עס איז דא גאנץ אסאך פלאץ צווישן זיי.

דער בית החיים אין ליסקא איז אומבארירט, אלע מצבות זענען אויף אירע ארגינעלע ערטער.
אויב מיינט איר צו פרעגן לגבי דער עובדא אז עס איז נישט געווען קיין פלאץ אין די ארגינעלע אוהל, נו אויף דעם איז געווען דער מעשה פלא אז דער וואנט האט זיך אויפגערוקט לכבודו.

אז די וואנט זאל זיך ריקן אזוי ווייט אז עס זאל זיין פלאץ פאר צוויי קברים איז א גאר גרויסא פלא.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע

איז די מציבות אויפן אריגינעלע פלאץ? עס זעהט אויס ווי עס איז דא גאנץ אסאך פלאץ צווישן זיי.

דער בית החיים אין ליסקא איז אומבארירט, אלע מצבות זענען אויף אירע ארגינעלע ערטער.
אויב מיינט איר צו פרעגן לגבי דער עובדא אז עס איז נישט געווען קיין פלאץ אין די ארגינעלע אוהל, נו אויף דעם איז געווען דער מעשה פלא אז דער וואנט האט זיך אויפגערוקט לכבודו.

אז די וואנט זאל זיך ריקן אזוי ווייט אז עס זאל זיין פלאץ פאר צוויי קברים איז א גאר גרויסא פלא.

מ'קען דאס פארענפערן בדרך אגדה:
עס איז ידוע דער קשיא פון רבי הירש'לע פון ליסקא אין זיין ספר הישר הישר, ביי די דרושים אויף חנוכה. עס זענען דא וואס ענפערן א תירוץ אויפן קשיא פון דער בית יוסף, אז דעם ערשטע טאג האט מען אויף קובע געווען אלץ יום טוב אויף דעם 'עצם מציאות הפך' איז אויך געווען א נס. פרעגט דער ליסקא רב אז אויב דער באשעפער האט שוין יא געמאכט א נס אז מ'זאל טרעפן א פך שמן, פארוואס האט ער נישט געמאכט דעם נס אז מ'זאל טרעפן א פך וואס אינהאלט גענונג אויל פאר 8 טאג אנשטאט בלויז נאר פאר איין טאג. נאר דער תירוץ איז ארויס צו ווייזן חביבין לישראל ווי דער פני יהושע זאגט.

אינעם אוהל פון הרה"ק רבי צבי הירשט מליסקא איז נישט געוועזען גענונג פלאץ פאר נאך א קבר, דער וואנט האט זיך געענדיגט דארט ווי דעם טל חיים'ס קבר הייבט זיך אן היינט, נו, אז מ'מאכט פלאץ פאר נאך א קבר, מאכט מען שוין גענונג פלאץ לכבודו, להראות חביבו לחתנו כבנו.

[align=center]תעודת התרת הוראה שנתן מרן הגה"ק בעל טל חיים זי"ע
לתלמידו הגאון הגדול המפורסם מו''ה שלמה זלמן עהרענרייך הי''ד אבד''ק שאמלוי, בעמ''ס שו''ת לחם שלמה וש''ס[/align]

ב''ה

הנה ידידי אהובי יד''נ הרב האברך שקנה חכמה החריף העצום ובקי בש''ס ופוסקים בפלפול וסברה ישרה להלכה של תורה כקש''ת כמ' שלמה זלמן נ''י עהרענרייך נכד הגאון המובהק המפורסם בדורו מ' אברהם יהודא זצ''ל שהי' בסוף ימיו אב''ד דק' ה' מאדא יע''א

והגם שמי אנכי לבוא בדברי הגדולים, אמנם לעשות רצונו חפצתי, שבאם יזמין לו השי''ת להורות ולדון כא' מדייני ישראל יורה יורה וידין ידין וכל בית ישראל יכולין לשעון ולסמוך עליו.

הכ''ד לכבוד התורה הקדושה ולומדיה הבעה''ח אור ליום ועש''ק פ' ויצא
תרחם לפ''ק פה ליסקא יע''א.

הק' חיים בר''ם ז''ל, אב''ד דק''ק הנ''ל
אטעטשמענטס
תעודת היתר הוראה טל חיים לשאמלואי.jpg
תעודת היתר הוראה טל חיים לשאמלואי.jpg (726.82 KiB) געזען 969 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הלילה היארצייט, זיעועכ"י אמן!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה נישט געוויסט אז איז דא א אשכול אויף איהם איך האב עס געזוכט
האב איך דערמאנט די יא''צ ביי די אשכול פין שולשלת ליסקא viewtopic.php?f=31&t=7650&start=75

שוין לחיים לחיים טובים ולשלו'
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

מומחה יוחס האט געשריבן:אה נישט געוויסט אז איז דא א אשכול אויף איהם איך האב עס געזוכט
האב איך דערמאנט די יא''צ ביי די אשכול פין שולשלת ליסקא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0&start=75

שוין לחיים לחיים טובים ולשלו'

טאפעלט איז שטערקער :wink:
לחיים! די נשמה זאל האבן אן עלי' אין פאר אונז א ישועה!
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

געהערט לעצטענס, אז עס האט דערציילט הרבני החסיד רבי משה גראס ז"ל פון לאנדאן, אז זיין טאטע רבי סיני יודא ז"ל איז אמאל געוועהן ביים סאטמאר רב זצ"ל בעל דברי יואל, און אינמיטען שמועס האט ער דערמאנט אז ער איז אן אייניקעל פונעם הייליגען טל חיים פון ליסקא, האט איהם סאטמאר רב געזאגט, כ'האב איהם קאנען געלערנט. ווען ער האט זיך פאר אונטרעסירט ווי אזוי, דער טל חיים איז אוועק עטליכע חדשים נאכ'ן קדושת יו"ט, און דער רבי איז אלט געוועהן זיבעצין יאר, האט ער געפרעגט ווען איז עס אויסגעקומען, האט דער רבי גע'ענטפערט, אז זיין טאטע דו קדושת יו"ט האט אמאל אנגעפירט א גרויסע אסיפת רבנים און פעסט, ווי עס זענען געוועהן באטייליגט גאר אסאך אדמורי"ם ורבנים, און נאכ'ן אסיפה האט מיר דער טאטע געזאגט', יואלישל, קום לאמיר דיר פארשטעלן זאלסט קאנען לערנען ליסקא רבי, אבער ער איז א רבי וואס איז אויך א גאון בתורה, און מיין טאטע האט מיר פארגעשטעלט פאר איהם צו נעמען שלום, און נעמען א ברכה פון איהם..

זכותו יגן עלינו
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי חיים פריעדלאנדער מליסקא זי"ע בעל טל חיים - ט' אייר תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער אוהל הקדוש אין ליסקא, די ציונים פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע וחתנו הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע

איז די מציבות אויפן אריגינעלע פלאץ? עס זעהט אויס ווי עס איז דא גאנץ אסאך פלאץ צווישן זיי.

דער בית החיים אין ליסקא איז אומבארירט, אלע מצבות זענען אויף אירע ארגינעלע ערטער.
אויב מיינט איר צו פרעגן לגבי דער עובדא אז עס איז נישט געווען קיין פלאץ אין די ארגינעלע אוהל, נו אויף דעם איז געווען דער מעשה פלא אז דער וואנט האט זיך אויפגערוקט לכבודו.

אז די וואנט זאל זיך ריקן אזוי ווייט אז עס זאל זיין פלאץ פאר צוויי קברים איז א גאר גרויסא פלא.

מ'קען דאס פארענפערן בדרך אגדה:
עס איז ידוע דער קשיא פון רבי הירש'לע פון ליסקא אין זיין ספר הישר הישר, ביי די דרושים אויף חנוכה. עס זענען דא וואס ענפערן א תירוץ אויפן קשיא פון דער בית יוסף, אז דעם ערשטע טאג האט מען אויף קובע געווען אלץ יום טוב אויף דעם 'עצם מציאות הפך' איז אויך געווען א נס. פרעגט דער ליסקא רב אז אויב דער באשעפער האט שוין יא געמאכט א נס אז מ'זאל טרעפן א פך שמן, פארוואס האט ער נישט געמאכט דעם נס אז מ'זאל טרעפן א פך וואס אינהאלט גענונג אויל פאר 8 טאג אנשטאט בלויז נאר פאר איין טאג. נאר דער תירוץ איז ארויס צו ווייזן חביבין לישראל ווי דער פני יהושע זאגט.

אינעם אוהל פון הרה"ק רבי צבי הירשט מליסקא איז נישט געוועזען גענונג פלאץ פאר נאך א קבר, דער וואנט האט זיך געענדיגט דארט ווי דעם טל חיים'ס קבר הייבט זיך אן היינט, נו, אז מ'מאכט פלאץ פאר נאך א קבר, מאכט מען שוין גענונג פלאץ לכבודו, להראות חביבו לחתנו כבנו.

ס'איז דא א בילד פין די אוהל מיט די אפענע דאך?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”