למען ידעו דורותיכם

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך למען ידעו » זונטאג ינואר 19, 2020 10:13 pm

א גוטן שלו' עליכם טייערע חברי אייוועלט

ווי באקאנט איז היינט א וועלט ווי יעדער איז געלערענט, יעדער קען שרייבן און לייענען, א זאך וואס איז נישט אייביג געווען ביי די געווענליכע אלגעמיינע בירגער,
וואוינענדיג און די פארגעשריטענע אמעריקע גייט עס נאך אסאך ווייטער אין יעדער וויל זיין עדזיוקעטעד און געלערנט, נישטא מער קיין ליידיגע קעפ, יעדענס איז אנגעפילט, איך האב נישט קיין השגה פארוואס די בעאמטע פון די רעגירונג שרייען אז אונזער עדזיוקעיזשן איז נישט גוט....

הונדערטער אינגעלייט און בחורים זענען באמת עדיוקעטעד און געלערענט, זיי ווייסן אפי' וויפיל סטעיטס ס'איז דא און אמעריקע, און ווייסן וויאזוי די פרעזעדענט פאר 20 יאר צוריק האט געהייסן און זיי ווייסן אפי' זיין ערשטע נאמען, ס'איז אפי' דא אינגעלייט וואס זענען ממש לאויערס און קענען יעדן געזעץ און אמעריקע, און ווען די הערסט זיי אויס אפאר מינוט לענגער ווי זיי האבן געמיינט אז די גייסט זיי אויסהערן ווייסן זיי צו זאגן פון רוב געזעצען אפי' און אנדערע לענדער אויך.

ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו אויסערן פאליטיק איז דאך יעדער אויסגעקאכט און מ'ווייסט מיט א זיכערקייט פינקטלעך וואס קים זשאנג אן טראכט און וואס איראן גייט מארגן טון, אמעריקאנע פאליטיק איז דאך שוין אפגערעדט, דארט זענען דא געוויסע וואס ווייסן אפי' נביאות צו זאגן ווער און וואס ס'גייט זיין, לעצטענס איז גאר די עדזיוקעידשן ביים עולם ארויף א שטאפעל און יעדער ישיבה קטנה בחור'ל ווייסט גענוי וויאזוי די וואלן סיסטעם און אמעריקע ארבעט, קליינע שטינקערס זענען ריפאבליקנס און דעמאקרעדס, בקיצור דער עולם איז פעסט עדזיוקעדט און געלערנט.

נאר איין קליינע פראבלעם, מ'איז מ'כלומרשט געלערנט און מ'ווייסט אלעס אבער רוב זאכן זענען לויטער שטותים, זאכן וואס ברענגט נישט גארנישט פאר קיינעם חוץ אז מ'קען מאלן וואסער און שול, און דאס איז אויך נאר ביז די צווייטער חכם וואס האט שוין געליינט מער וויקיפידע ווי דיר קומט אן און אלעס וואס די זאגסט ווייסט ער בעסער און דעמאלטס איז דיין ידיעות ווערט א שטויס.


האבעך געטראכט, אויב איז שוין יא דא פלאץ און דיין קאפ פארוואס זאל נישט אריינגיין עפעס תוכנ'דיג און ניצבאר דארט, אויב שוין יא ידעות פארוואס נישט עפעס מער ווי סתם נארישקייטן, פארוואס נישט זאכן וואס קענען דיר ברענגן עפעס ?


ס'איז ידוע וואס הרה"ק מרוזין זי"ע האט געזאגט " אז פאר משיח וועט קומען וועט מען זיך דראפען אויף די גראדע ווענט זיך צו דערהאלטן ביי די אמונה, נאר ווי אזוי וועט מען זיך טאקע קענען האלטן, דורכ'ן רעדן פון צדיקים, און האט צוגעלייגט, אפי' פון אונז, " מיינענדיג זיך.

איז דאס אז מ'דראפעט זיך אויף גראדע ווענט זעה מיר דאך אלע, איז פארוואס זאל מען נישט ניצן די עצה פונעם הייליגן ריזענער זי"ע און רעדן פון צדיקים.

נאר קען זיין אז די סיבה פארוואס מ'רעדט נישט איז ווייל מ'ווייסט נישט, מ'איז נישט עדזיוקעדעט און די נושא.

האבעך געטראכט פון אן איידיע צו עפענען אן אשכול ווי מ'העלמיר פראבירן צו באשרייבן יעדע וואך איינס, צוויי פריערדיגע צדיקים וואס זייער יארצייט געפאלט יענעם וואך, אביסל ווען און ווער ער איז געווען וכו', למען ידעו, מ'זאל וויסן אביסל מער און ממילא קענען נוצן עס זיך צו דערהאלטן און די היינטיגע צייטן.

וואס זאגט איר, איר זענט אינטערסירט דערין ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 19, 2020 10:14 pm

הערליכע אריינפיר
נאך שענער אויב דו וועסט טאקע אויספירן דיינע פלענער למעשה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג ינואר 19, 2020 10:21 pm

אדרבה ואדרבה כבוד למען ידעו אונז וועלמיר שלינגן מיט דורשט און שטייטצעך מעיר זיין כפי מיעוט יכולתי אויב כוועל האבן וואס
וויאזוי גייט עס און דיין חדר - והנה און און אדער והנה און אט?

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

תגובהדורך למען ידעו » זונטאג ינואר 19, 2020 10:35 pm

לכאורה האט געשריבן:הערליכע אריינפיר
נאך שענער אויב דו וועסט טאקע אויספירן דיינע פלענער למעשה


קודם השתדלות

מ'האמיר שוין געפענט א ספעציעלע ניק, א אשכול, און געשריבן אן אריינפיר, און מ'ארבעט מיר שוין אויפ'ן ערשטן ארטיקעלע

זאל דער אויבערשטער געבן מח און קלארקייט צו קענען אויספירן די פלענער

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

תגובהדורך למען ידעו » זונטאג ינואר 19, 2020 10:52 pm

משק ביתי האט געשריבן:אדרבה ואדרבה כבוד למען ידעו אונז וועלמיר שלינגן מיט דורשט און שטייטצעך מעיר זיין כפי מיעוט יכולתי אויב כוועל האבן וואס

אוודאי זאלט איר מעיר זיין ווען עפעס איז נישט ריכטיג, ס'איז דאך למען ידעו, און אז עפעס איז נישט געשריבן ריכטיג פעלט דאך אין די ידיעה

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » זונטאג ינואר 19, 2020 10:58 pm

יישר כוח פארן עפענען דעם אשכול
מיר קיקן ארויס און האפן אז דאס וועט האבן שטארקע סוקסעס
הט אזנך ושמע דברי חכמים

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 19, 2020 11:21 pm

נו! דינסטאג איז די יארצייט פונעם בעל התניא,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » זונטאג ינואר 19, 2020 11:25 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:נו! דינסטאג איז די יארצייט פונעם בעל התניא,

דינסטאג איז די יארצייט פון צוויי צדיקים וואס האבן איבערגעלאזט טיפע ספרים בעומק הדעת 1 די הייליגע תניא 2 די שם משמואל

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:56 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:נו! דינסטאג איז די יארצייט פונעם בעל התניא,

דינסטאג איז די יארצייט פון צוויי צדיקים וואס האבן איבערגעלאזט טיפע ספרים בעומק הדעת 1 די הייליגע תניא 2 די שם משמואל

אויך הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23374
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:07 pm

נו, מיר זיצן מיט אויסגעשפיצטע אויערן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:21 pm

איך בין פולי אין...
יעזור ה' עס זאל האבן מער סוקסעס פון מיין מוצ"ש אשכול
אגב, ווער עס איז גרייט איבערצונעמען דארטן דארף זיך ניטאמאל איינמעלדן, מען קען גלייך טון צו די זאך...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:22 pm

farshlufen האט געשריבן:נו, מיר זיצן מיט אויסגעשפיצטע אויערן.
גא"מ

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

תגובהדורך למען ידעו » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:01 pm

מ׳האף מיר אנצוהייבן קומענדיגע חודש, האפענטליך ר”ח שבט וועט זיין די ערשטע בעז״ה, אז מ׳וועט געווינען אביסקעלע זמן ערגעץ ווי וועט אפשר זיין פארדעם

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: שרייבעריי פארמעסט

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:36 pm

לשמע האט געשריבן:יישר כוח פארן עפענען דעם אשכול
מיר קיקן ארויס און האפן אז דאס וועט האבן שטארקע סוקסעס

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך למען ידעו » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:22 pm

שלו' עליכם

ס'איז דורך געלאפן א גוטע דריי חדשים זינט דאס עפענען דעם אשכול ווי מ'האמיר פארשפראכן אנצוהייבן מיט די למען ידעו דורותיכם ארטיקלן, אבער ליידער מפני חוסר הזמן נאכפאלגענדיג מיטן מאורעות הזמן איז דאס נישט געקומען לידי מעשה אין איז געווארן אפגעשטופט.

זעהנעדיג ווי דאס ווערט כסדר אפגעשטופט האמיר געקלערט, היות מיר האבן די וואך אנפאנג וואך, לרלג היומא דהיולולא ג' אייר, אפגעשריבן אביסעלע די תולדות פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע , וועלן מיר דאס דא ארויפלייגן, טראץ מיר האבן דאס שוין דאן ארויפגעלייגט אינעם באזונדערע אשכול פון ר' ישעי'לע, וועלן מיר עס דא איבערלייגן און דאס וועט דינען אלס התחלה פאר די נאכפאלגענדע ארטיקלן בעז"ה.

וזרח השמש
דער צדיק הרה"ק ר' ישעי' שטיינער זי"ע, מפורסם אלס ר' ישעי'לע קערעסטירער, איז געבוירן געוווארן שנת תרי"א, און א שטעטל זבארוב ביים גרעניץ פון מדינת אונגארן/גאליצע, צו זיין פאטער מו"ה ר' משה שטיינער ז"ל און זיין מוטער הצדיקת מרת הענטשא מרים ע"ה.
זייענדיג אלט בלויז דריי יאר, איז ר' ישעי'לע נתייתם פון זיין פאטער וואס איז נסתלק געווארן י"ג אלול תרי"ד, איבערלאזענדיג דעם קליינעם ישעי'לע אלס די אינגסטער פון זיבן אינגע יתומים'לעך ל"ע.

מיט די פטירה פון זיין פאטער איז די עול הפרנסה זעלבסט פארשטענדליך געפאלן אויפן קאפ פון די שוואכע אלמנה וועלכער האט זיך טראץ די שוועריקייטן אנגעשטרענגט און מחנך געווען די קינדער ובתוכם ר' ישעי'לע מיט א געוואלדיגער געטריישאפט און מסירת נפש, איינפלאצענדיג און זיי אמונה ויראת שמים, האבענדיג פאר זיך איין ציל אז אירע קינדער זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יראי ד'.

אצל הרה"ק מליסקא זי"ע
קומענדיג נענטער צו די דרייצן יאר, בשנת תרכ"ג, האט די מאמע איינגעזעהן אז אינעם קליינעם שטעטל זבארוב איז נישט מסוגל אז איר זין זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם ווי איר וואונטש, און האט דעריבער מחליט געווען אים אריבערצוטראגן צו איר קרוב (עס איז נישט באקאנט גענוי וויאזוי זיי זענען געווען קרובים) הרה"ק ר' צבי הירש מ'ליסקא זי"ע, בעטענדיג דעם צדיק ער זאל אויף אים האלטן אן עינא פקיחה ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד א תלמוד חכם.
דער הייליגער ליסקא רב האט ווירקליך פארשפראכן פאר די אלמנה צו האלטן אן וואכזאם אויג אויף איר זין און ערציען דעם אינגן ישעי', פון וועם די מאמע האט זיך געזעגנט בדמעות שליש שעפשענדיג א תפילה אז איר מסירת נפש פון די פארלאפענע צעהן יאר ערציענדיג אים פון די דריי יאר אלט, זאל נישט חלילה פארפאלן גיין און ישעי' זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם און ערליכער איד.

דער הייליגער ליסקא רב האט ווי זיין צוזאג אריינגענומען און זיך אפגעגבן מיטן אינגן בחור'ל, און נאך וויילן ביי אים א קורצע צייט האט ער געשיקט ר' ישעי'לע לערנען און די ישיבה פון הגה"צ ר' שמעי' ראטענבערג זצ"ל, אבדק"ק סעמיהאלי ( בנו של הגה"צ ר' יהודא דוד ראטענבערג אב"ד סענפעטער, והי' חתן הרה"ח ר' ישרא' יהודא שיף ז"ל, א ברודער פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע) ווי ר' ישעי'לע האט עוסק געווען בתורה פאר ארום א האלב יאר, ווען ער האט זיך צוריקגעקערט קיין ליסקא, זייענדיג משתוקק זיך צו געפינען במחיצה פון זיין רבו מובהק, לערנען און מקבל זיין ביי אים תורה, ווי ער איז שוין פארליבן פאר די פאלגענדע עלף יאר, ביז צו זיין רבי'ס פטירה, י"ד אב תרל"ד.

דער ליסקא רב זעהנענדיג און וואוסענדיג וואספארא הייליגע נשמה דער אינגער ישעי' פארמאגט אין זיך, האט אים גאר שטארק מקרב און ערצויגן ווי אייגן זון בחיבה יתירה, און מיט די צייט אים געשטעלט אלס משמש בקודש, ווי ר' הירשעלע, זיינעדיג עוסק גאר אסאך אין צדקה וחסד, אויסטיילענדיג גאר אסטראנאמישע סכומים פאר אלמנות ויתומים האט אפט אנפארטרויעט בלויז זיין געטרייען שמש ר' ישעי'לע, אויסצופירן פאר אים געוויסע הייליגע שליחו'תער, וואס ר' ישעי'לע האט ווירקליך דורכגעפירט מיט אן אויסטערלישע נאמנות.

געניסענדיג פון אזא הערצה און זיך געפינענדיג במחיצתו פון אזא גרויסן צדיק איז דער אינגער ישעי' געוואקסן גאר גאר הויעך בתורה ועבודה, אויסוואקסענדיג דער גרויסער הייליגער ר' ישעי'לע קערעסטירער ביי וועם עס האט זיך געווארפן מופתים אויף א טעגליכע פארנעם, און אידן זעהן ישועות ביי זיין הייליגן ציון ביז צום הייטיגן טאג.

שוין דאן, דינענדיג אלס משמש ביים הייליגן ליסקא רב, האט ר' ישעי'לע צוזעהענדיג די גרויסע חסד אפאראט ביי זיין הייליגן רבי'ן, זעלבסט עוסק געווען און צדקה וחסד, אויסטיילענדיג אוימגעהוירע גרויסע סכומים פאר צדקה.

ווי אויך האט שוין אין יענע יארן נאך פארן מפורסם ווערן, ר' ישעי'לע געפראוועט מופתים ביי זיין רבי'ן אין הויף, וואס ווי באקאנט פלעגט דער הייליגער ר' הירש'לע ליסקער האבן גרויסע ענינים מיטן טיילן בילקעס פאר די חסידים וואס זענען געקומען אויף שבת, און ער האט אויף דעם נישט פארטרויעט יעדן איינעם, נאר דאס איז טאקע געווען פון די אויפגאבעס וואס ר' ישעי'לע האט בפקודת רבו הק' אויסגעפירט יעדע וואך, ארומגייענדיג צעווישן עולם טיילענדיג בילקעס, ווי דער ליסקא רב האט זיך אמאל אויסגעדריקט, ווען מיין ישעי' טיילט די בילקעס קומט אין זיי אריין די ברכה, אין איז ווירקליך אזוי געווען, ר' ישעי'לע פלעגט ארומגיין צעווישן עולם ווען מיט איין האנט דעקט ער צו די קארב ווי די בילקעס ליגן און מיט די אנדערע האנט טיילט ער בילקעס, און איבעריג צו זאגן אז ווי לאנג ער האט געטיילט איז געווען בילקעס.

האט זיך געמאכט אמאל, עס איז געקומען א גרויסער עולם אויף שבת אין מען האט נישט געהאט צוגעגרייט גענוג בילקעס, אבער ר' ישעי'לע האט ווי יעדע וואך פאר שלש"ס גענומען די זאק בילקעס און אנגעהויבן טיילן פארן עולם, יענע וואך איז ר' הירש׳לע אריינגעקומען שפעט צו מנחה שבת נאכמיטאג, עס איז שוין געווען נאנט צום זמן אבער די רבי גייט זיך נישט וואשן, די גבאים האבן פראבירט מרמז זיין דעם רבי'ן אז עס ווערט שפעט, זעהענדיג ווי זיי וואונדערן זיך פארוואס ער גייט זיך נישט וואשן, האט זיך ר' הירש'לע אנגערופן, איך קוק ווי ישעי'לע טיילט גוט די בילקעס, אויף די פראגע פון די ארומיגע מה יום מיומים, ער טיילט דאך יעדע וואך, וואס איז די וואך אנדערש, האט הרה"ק מליסקא גענטפערט, קוק'טס, די זאק איז ליידיג און ער טיילט !

פרק האיש מקדש
ר' הירש'לע ווי א געטרייע טאטע זיך געזארגט פאר ר' ישעי'לע אין אלע הינזיכטן, אין האט זיך אויסגעדריקט פאר די פטירה, אז ער וויל נאך מאריך ימים זיין ווייל ער וויל חתונה מאכן זיין געטרייע משמש ר' ישעי'לע, ליידער האט ער דאס נישט דערלעבט און האט קורצ'ליך פאר די פטירה אנגעזאגט ר' ישעי'לע, אז ווען ער וועט דארפן חתונה האבן זאל ער פארן אויף סאקמער און דארט וועט ער טרעפן זיין באשערטן זיוויג.

מיט די הסתלקות פון זיין הייליגן רבי'ן, י"ד אב תרל"ד, איז ר' ישעי'לע אויף דעם באפעל פון זיין רבי'ן, געפארן אויף סאקמער ווי עס האט דאן געוואוינט הרה"ק מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע וועלעכער האט תיכף ווען ער האט באגעגענט ר' ישעי'לע פארשטאנען אז דער בחור איז נישט עפעס אבי ווער, און ער האט זיך געזארגט צו טרעפן פאר אים א גוטן שידוך.

ר' מרדכי'לע האט ווירקליך מציע געווען פאר ר' ישעי'לע א שידוך, נעמליך א איד פון די שטאט מאד, מיטן נאמען מוה"ר ר' יצחק יונה וויינשטאק ז"ל, פארמאגט גאר א געראטענע טאכטער, פירט זיך איידל ובצניעות, פאסיג פאר אזא קדוש ווי ר' ישעי'לע, אויף וואס ר' ישעי'לע, האט זעהנדיג ברוח קדשו ווער זיין ריכטיגער זיוויג איז גענטפערט, ר' יצחק יונה האט דאך א אינגערע טאכטער אויך !

ר' ישעי'לע איז ווירקליך קורצל'ך דערנאך געקמוען בקישור החיתון מיט די צדיקת שרה, די אינגערע טאכטער פון ר' יצחק יונה.

ער איז דאן צוריק אהיים געפארן אויף ליסקא, און איז אויף שבת בעפאר די חתונה, שבת שמיני שנת תרל"ה, צוריקגעקומען אויף סאטמאר פראווענען די שבת באווארפן במחיצת הרה"ק מנאדבורנא, וועלכער האט בשעת ר' ישעי'לע איז ארויף צום בימה עולה זיין, אים געזאגט, די האסט נישט ווער עס זאל דיך באווארפן וועל איך דיך באווארפן מיט חסידים, זייענדיג אים דערמיט מסמיך אלס רבי.

די פאלגענדער עש"ק פ' תזריע, ד' ניסן תרל"ה, איז ר' ישעי'לע געגאנגען אינטער די חופה מיט הרבנית הצדיקת שרה, מיט וועם ער האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישרא', בנים ובני בנים לבית קערעסטיר ובערבעשט.


אורחים
אויפן ראט פון הייליגן יטב לב איז נאך די חתונה ר' ישעי'לע געפארן וואוינען אויף קערעסטיר, ווי ער האט פאר די קומענדיגע פיפציג יאר ביז צו זיין הסתלקות, ג' אייר תרפ"ה, אנגעפירט באדמורו"ת ווי טויזענטער זענען געווען משכימים על פתחו להפקד בדבר ישעוה ברחמים, און זעהן זיין הייליגע עבודה, צעווישן זיי פילע גדולי ישרא'.

גלייכצייטיג איז געווען, ווי די מציבה על קברו איז מעיד, ביתו פתוח כביתו של אאע"ה, ווי ר' ישעי'לע האט אליין בכבודו ובעצמו אנגעפירט מיט דעם מאסיוון הכנסת אורחים, און האט פערזענליך אויפגענומען און באדינט די אורחים וואס זענען געקומען, און האט אפי' אוועקגעגעבן זיין אייגענע בעט אז די אורחים זאלן פילן באקוועם.

ר' ישעי'לע האט בכלל נישט געקוקט אויף זיין כבוד, נאר ווי ערווענט, זיך אליין אפגעגעבן מיט די געסט, זיי באדינט און צוגעשטעלט אלעס וואס זיי דארפן, ווי עס לויטעט די פאלגענדע שורה אויפן מציבה, "משכיל אל דל מעביר על מדיתיו ולא כעס מעולם", עד כדי כך אז עס פלעגט אפט פאסירן עס זאל אריינקומען א פרעמדער איד צו ר' ישעי'לע און שטוב און באגעגנדיג אים און קיך זיך פארענדיג איבער די גרויסע טעפ אים פרעגן ווי די רבי איז, נישט וואוסענדיג אז ער איז גאר דער רבי.


בורחיםעס איז ידוע פון אידן וואס מיר האבן נאך געקענט, אז בשעת די ערשטע וועלט מלחמה האט געפלאקערט אויפן אייראפעישן קאנטינענט, זענען טויזענטער אידן אנטלאפן פון די הייזער ווערענדיג געזיכט דורך די מיליטער, און זיך אויסבאהלטן ביי ר' ישעי'לע אין שטוב, ווי ר' ישע'לע האט נישט נאר אויסבאהאלטן און געגעבן אש"ל מלא פאר די טמיר ונעלם׳ניקס פאר א אומבאשטימטע זמן, נאר האט מיט זיין כח הקדושה אויך מגין געווען, אויף די אזויגערופענע "בורחים", אז מען זאל זיי נישט כאפן, ווי עס האט זיך געמאכט מער ווי איינמאל אז די מיליטער הויפטן זענען פערזענליך אראפגעקומען זיכען, וואוסענדיג אז ביי ר' ישעי'לע און שטוב באהאלטן זיך אויס אנטלאפענע פון די מיליטער, אבער אנקומענדיג איז געווען הכו בסנוירם און זיי זענען בדרך נס, ארויס מיט ליידיגע הענט.

דורכיםשטייענדיג אויף א באדן וואס איז געבענטש מיט וויין גערטנער, איז זיין שטוב, אויסער די הונדעטער סתם אורחים וואס האבן זיך דורכגעדרייט זיין שטוב זייענדיג אונטערוועגענס וכדו', געווען א בית פתוח פאר צענדליגער אידן וואס פלעגן קומען פון ארומיגע מדינות ווי עס איז געווען שווערער מיט פרנסה, א שטייגער ווי פוילן און גאליציע, קיין אונגארן און די סוף זוממער טעג, און ארבעטן אלס דורכים, דאס הייסט פרעסן די טרויבן אויף די פעלדער און טאקאי, וואס ווייעלענדיג דארט און די ימי אלול, תשרי, זייענדיג ווייט פון די משפחה און די ימים טובים טעג, איז ר' ישעי'לעס שטוב געווען דאס פלאץ ווי די דורכים האבן זיך אויפגעהאלטן און די שבתים וימים טובים דורכאויס די צייט וואס זיי האבן זיך געפינען און די געגענט.

סעודת דוד מלכה משיחא
א באזונדערע געהויבענע עבודה האט ר' ישעי׳לע געהאט מיטן פראווענען גרויסע סעודת מלוה מלכה, מען פלעגט שחט'ן עופות און אפט מאל א בהמה אויך, הונדערטער הונגעריגע אידן וואס האבן נישט אריינגענומען קיין געהעריג שטיקל ברויט דורך די וואך האבן זיך דערקוויקט און געזעטיגט ביי ר׳ ישעי׳לעס מלוה מלכה, באזונדער פלעגן אסאך בחורים פון די ארומיגע שטעט וואס פלעגן דורך די וואך עסן טעג ביי בעלי בתים און האבן אפט אינטערגעהונגערט, שטארק ארויסגעקוקט אויף ר׳ ישעי׳לעס מלוה מלכה פון ווי זיי זענען ארויס זאט, מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער הארעווען ווען על התורה ועל עבודה.

עמוד החסד
[/b][/align]נישט נאר און די מצוה הכנסת אורחים האט ר' ישעי'לע עוסק במסירת נפש, נאר און יעדע סארט צדקה איז ער געווען א יחיד בדורו, ער פלעגט פארטיילן ריזיגע סכומים פאר צדקה, און צענדליגער אלמנות ויתומים אין, און ארום קערעסטיר, זענען געשפייזט געווארן דורך דעם צדיק.

צדיקים האבן באוואנדערט די אויסטערלישע מדת החסד און צדקות וואס דער צדיק האט געטיילט, ווי דער הייליגער קאלאשיצער רב האט אמאל, נאכן צוזעהן אליין די געוואלדיגע עבודה ווי ר' ישעי'לע טיילט צדקה מיט אזא ברייטע האנט זיך אויסגעדריקט, אז מן השמים שיקט מען אליהו הנביא זאל ברענגען יעדער טאג געלד אז ר' ישעי' זאל האבען וואס צו טיילן.


מופת הדורר' ישעי'לע האט מיט זיין גרויסע עבודה געשאקעלט וועלטן, מען האט ביי דעם הייליגן צדיק געזעהן דעם צדיק גוזר והקב"ה מקיים במלוא מובן המלה, און טויזענטער אידן זענען בי דעם צדיק געהאלפן געווארן און יעדן הינזיכט און געזעהן ישועות רפואות ממש לחוץ לדרך הטבע.

ביי ר' ישעי'לע זענען אידן געהאלפן געווארן אין יעדע הינזיכט, מען האט ביי דעם צדיק געזעהן רוח הקודש אויף א טעגליכע פארנעם, און אפי' להבדיל די גויים האבן געוואוסט צו זאגן פון די טשאדא רעבי, וואס באדייט אין אונגאריש וואונדער ראבינער, ווארום ער האט ווירקליך באוויזן מיט זיין גרויסע כח הקדושה אויסטערלישע וואונדער און מופתים און דאס איז געגאנגען גאר ווייט אזש ביז תחיים המתים ממש ווי מען זעהט פון די פאלגענדעג מעשה.

ווען ר' אברהם'לע איז געזעצן שבעה נאך זיין גרויסען טאטע איז אריין געקימען א איד מנחם אבל זיין האט ער פארציילט א מעשה וואס עס האט פאסירט מיט אים.

דער איד האט געהאט א שענק אין איינמאל איז אריין געקומען א פויער אין זיך גענימען טאנצן מאכענדיג חרבנות, וועלענדיג אים אפשטעלן האט ער אים אראפ געלאזט א פראסק פון וואס דער גוי האט זיך אויס געשטערקט א פגר, א פחד איז אים באפאלן, ער האט אראפ געטראגן דעם טויטן גוי אין קעלער אין איז און איילעניש געפארן קיין קרעסטיר צי ר' ישעי'לע .

נאכן אויסהערן דעם איד, און אויס מוסר׳ן פארן הייבן הענט אויף א גוי, האט אים ר' ישעי'לע עפעס געגעבן, אין געהייסן אהיימגיין זאגן פארן גוי אז אין זכות פון מיין רבי דער הייליגער צאנזער רב אין זכות פון דער ליסקער רב זאלסט דיך אויף הייבן און אהיים גיין.

דער איד איז אהיים געגאנגען און מיט גרויס אמונת צדיקים געטון וואס ר' ישעי'לע האט אים געהייסן, און דער גוי האט זיך ווירקליך אויף געהויבן און אהיים געגאנגען, ביים טיר פון זיין הויז איז אויף אים ארויף געשפרינגן א ווילדע אקס אין אריין געשטאכן אין הארץ און פראנט פון זיין ווייב אין קינדער און ער איז דארט געשטארבן, אין אזוי איז דער איד געראטעוועט געווארן פון א שרעקליכע אומגליק וואס וואלט אים געקענט חליחה פאסירן.

דער איד האט אויסגעפירט, ווען איך בין געגאנגען פארציילן פאר ר' ישעי'לע וואס עס איז פארגעקומען האט ער אים אנגעווארנט אז ווי לאנג ער לעבט זאל ער זיך נישט דערוואגן צי פארציילן פאר קיינעם.


מפתח הפרנסהבאזונדער האט ר' ישעי'לע געהאט גאר א גרויסן כח משפיע צו זיין פרנסה בריווח פאר אידישע קינדער, ווי די צדיקי הדור בדורו האבן מעיד געווען איבערן גרויסן כח פון ר' ישעי'לע, ווי דער הייליגער צאנזער רב, צו וועם ר' ישעי'לע פלעגט אפט פארן, האט אמאל, וויילענדיג דארט ביי זיין רבי'ן אים ארויפגערופן צו זיך זאגענדיג, ישעי' קום ארויף איך וויל דיר געבן א גרויס שטיקל קוגעל אזוי וועסטו ברייט קענען טיילן פאר אידן, זייענדיג מרמז אז ר' ישעי'לע האט ווירקליך גאר א גרויסער כח משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער אלעס גוטס.
ענליך האט זיך דער הייליגער בעלזער רב זי"ע אויסגעדריקט, די שליסל פון פרנסה ליגט און די האנט פון ר' ישעי'לע קערעסטירער.

שוין אלס קליין קינד פון דריי יאר פלעגן די סוחרים און זבארוב צאלן פאר זיין מאמע געלט אז זי זאל אים ערלויבן קומען צו זיי און געשעפט זעהענדיג אן אויסטערישלע הצלחה ווען ער האט זיך געפינען ביי זיי.

און אוודאי האט ער מיט די זעלבע כח, שפעטער ווען ער האט זיך שוין געפירט באדמרו"ת טאקע געטיילט פרנסה בשפע פאר אידישע קינדער, ווי ר' ישעי'לע זעלבסט האט זיך אויסגעדריקט, איך דארף נישט קיין גבאים, ווער עס דארף פרנסה זאל קומען צו מיר.


ענוותן כהללטראץ די גרויסע געפאראכטץ און מופתים וואס ער האט געפראוועט, האט אבער ר' ישעי'לע זעלבסט פון דעם נישט געמאכט קיין גרויס עסק, נאר כסדר אוועקגעמאכט דאס אז ער פראוועט מופתים, ווי ר' ישעי'לע האט ברוב ענותנותו אמאל געטייטש דאס וואס מען זאגט שבת ביי יקום פורקן, רברביא- די גרויסע רבי'ס, זעריא- מיינט מען די קלענערע רבי'ס, טפלא- די גאר קליינע רבי'ס, ונשיא- ישעי' איז אויך א רבי.

ובא השמשר' ישעי'לע פלעגט צו פארן יערליך כ"ה ניסן, יומא דהילולא פונעם הייליגן צאנזער רב, קיין צאנז מתפלל זיין אויפן ציון פון זיין רבי'ן, און אויך יענס יאר, כ"ה ניסן תרפ"ה, עטליכע וואכן איידער זיין פטירה האט ר' ישעי'לע, טראץ א חולשה פון וואס ער דאן געליטן, זיך נישט צוגעהערט צו די געבעט פון די מוקרבים און זיך איינגעקשנט אז ער וויל פארן אויף צאנז.

זעהענדיג ווי די רבי וויל נישט מוותר זיין בשום אופן, האבן די מקורבים געבעטן ער זאל כאטש פארן מיט די שנעל-צוג, וואס איז געווען באקוועמער און שנעלער ווי די געווענליכער באן, אויף וואס ר' ישעי'לע האט בשום אויפן נישט מסכים געווען, זאגגענדיג, די שנעל-צוג קאסט מער געלט, דאס איז אידיש געלט און מען קען אסאך אויפטון מיט די געלט.

פארענדיג מיט א שיינע צאל חסידים אויף צאנז, האט ער אנקומענדיג אויף צאנז געזאגט פאר די מקורבים, אז איינער, ער ווייסט ווער אויך, האט אויף אים געלייגט אן עין הרע און ער וויל תיכף אהיים פארן.

דארט און צאנז איז ער ל"ע פארגיפטעט געווארן, אריינטרעטענדיג און א נאגל פון איינע פון די בודקעס אויפגעשטעלט דארט און ביה"ח, און האט זיך אנגעהויבן זייער שלעכט שפירן, דא האט ר' ישעי'לע ווידער נישט געלאזט מען זאל רופן אן אויטא אהיים צופארן, זאגענדיג אז דאס איז אידיש געלט און מען קען דערמיט אסאך אויפטון.

אנקומענדיג אהיים האט מען גערופן א דאקטאר, זעהענדיג דעם דאקטאר האט ר' ישעי'לע געזאגט פאר די ארומיגע אז אויך פאריאר זייענדיג און צאנז האט מען אויף אים געלייגט אן עין הרע, אבער אנקומענדיג אויפן וועג אהיים צום גרעניץ, האט מען אים דאן צוגענומען אסאך געלט וואס ער האט געהאט מיט זיך און דאס האט ממתיק געווען, אבער דאס יאר האט מען ביים גרעניץ זיי נישט אפגעשטעלט וועט שוין קיין דאקטאר נישט העלפן.

וכך הוה עטליכע שפעטער, ג' אייר שנת תרפ"ה, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש ווערענדיג נסתלק און עלטער פון פיר און זיבעציג יאר לדאבון לב כל בית ישראל.
די ידיעה איבער די פטירה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט איבער גאנץ אונגארן, און טויזענטער אידן פון אונגארן, ווי אויך פון די ארומיגע מדינות האבן נאכדעם וואס די רעגירונג האט געפענט די גרעניצן קיין אונגארן, געשטראמט קיין קערעסטיר אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי צדיק וקדוש און באגלייט למנוחת עולמים אויפן שפיץ בארג בביה"ח און קערעסטיר, ווי מען האט שפעטער געבויעט אן אוהל על ציון קדשו, און אויפן פארלאנג פון ר' ישעי'לע געפענט א פענסטער אונעם אוהל הקדוש אינעם ריכטונג צום שטאט זאגענדיג, איך האב ביים לעבן משגיח געווען אויף די תושבי העיר און איך וויל די זעלבע לאחר פטורתי.


מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמשדי ציון הקדוש איז זינט דאן א תל תלפיות ווי טויזענטער אידן קומען צו פארן יערליך צום יארצייט, היינט שוין א גאנץ יאר אויך, און זעהן אפענע ישועות און רפואות חוץ לדרך הטבע ממש, מען זעהט אפן דעם מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש.

מערקעוועדיג איז, בשעת די מלחמה ווען די דייטשע רשעים ימח שמם האבן געשענדעט און פארטיליגט די אידישע בתי חיים און אייראפע, איז קערעסטיר נישט אפגעשוינט געווארן און די גאנצע ביה״ח איז חרוב געווארן, ובתוכם די אוהל מיטן ציון הק׳ פון ר׳ ישעי׳לע.

נאכן קריג ווען די אודים מוצלים מאש, איבערלעבער פון דעם שוידערליכן גיהנום, האבן זיך אביסל צוזאמגעקליבן און איבערגעבויעט די אוהל הק', האט מען ווי עס שיינט, נישט געדענקט ר' ישעי'לעס בקשה אז מען זאל בויען א פענסטער ער זאך זיך קענען אומקוקן אויף די שטאט, און די אוהל וואס מען האט דאן אויפגעבויעט האט נישט פארמאגט קיין פענסטער.
עטליכע יאר צוריק האבן די אייניקלעך אויפגעבויעט א נייעם אוהל הק' מיט א גרויסן פענסטער, און אינטערסאנט צו באמערקן, אז זינט דאן, מער ווי סיי ווען, איז קערעסטיר געווארן דאס פלאץ ווי אידן פון אומעטום קומען צו פארן א גאנץ יאר, נישט נאר אום ג' אייר, און פועלן אלעס גוטן. הכל תלוי במזל ואפי' ספר תורה שבהיכל !

זכותו הגדול יגן עלינו
צוגעלייגטע
ג אייר.pdf
(120.02 KiB) דאונלאודעד 16 מאל
לעצט פאראכטן דורך למען ידעו אום דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:29 pm

א עצה טובה, קענסט לפחות לינקען צו די אשכולות פון די צדיקים, וואס געפונען זיך שוין אויף אונזער וועלטל
למשל היינט איז די יא"צ פון הרה"ק רבי יוסף מאיר מספינקא בעל אמרי יוסף זיע"א
אין דעם אשכול קען מען פיל נאשן איבער דעם צדיק.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך למען ידעו » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:34 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:א עצה טובה, קענסט לפחות לינקען צו די אשכולות פון די צדיקים, וואס געפונען זיך שוין אויף אונזער וועלטל
למשל היינט איז די יא"צ פון הרה"ק רבי יוסף מאיר מספינקא בעל אמרי יוסף זיע"א
אין דעם אשכול קען מען פיל נאשן איבער דעם צדיק.

פארדעם איז דאך שוין דא אן אשכול
די מטרה פון די אשכול איז, למעון ידעו, פשוט צו באקומען די ידיעות, וואס אין אן אשכול פאר דעם צדיק אליין איז עס צושפרייט און צוזייעט דורכאויס אפאר בלאט, איז פראבירן מיר אראפצושרייבן מער און קורצ'ן דאס לעבן און שאפן פון צדיקים מען זאל קענען קונה זיין די ידיעות .

(דאס יעצטיגע פון ר' ישעי'לע איז אביסל לענגער ווי מיר ווילן באמת, ווייל מיר האבן דאס נישט געשריבן לכתחלה פאר דעם אשכול)

אוועטאר
אלטער
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 12:46 pm

WOW א דאנק פאר די שיינע און רייכע ארבעט, מ'האמיר עס דאונלאודעד און מ'גיימער עס ליינען שבת בעז"ה
איך בין טאקע אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך למען ידעו » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 1:52 pm

אלטער האט געשריבן:WOW א דאנק פאר די שיינע און רייכע ארבעט, מ'האמיר עס דאונלאודעד און מ'גיימער עס ליינען שבת בעז"ה

ישר
אויב האט איר קאמענטארן ביטע לאזט וויסן

אוועטאר
אלטער
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך אלטער » מאנטאג מאי 04, 2020 3:16 am

למען ידעו האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:WOW א דאנק פאר די שיינע און רייכע ארבעט, מ'האמיר עס דאונלאודעד און מ'גיימער עס ליינען שבת בעז"ה

ישר
אויב האט איר קאמענטארן ביטע לאזט וויסן

ב"ה אדורך געליינט שבת, זייער שיין און קלאר, געוואר געווארן אסאך חידושים אויף דעם גרויסן צדיק...

לאמיר האפן אז ס'וועט נישט נעמען אזוי לאנג אויך נאך איינס...
איך בין טאקע אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

למען ידעו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

הרה"ק ר' נפתלי צבי מראפשיץ זיעועכי"א- י"א אייר תקפ"ז

תגובהדורך למען ידעו » דינסטאג מאי 05, 2020 3:23 pm

.


וזרח השמשהרה"ק רבי נפתלי צבי האראוויץ זי"ע, באקאנט אלץ דער הייליגער ראפשיצער רב, איז געבוירן צו זיין פאטער הרה"ק ר' מנחם מענדל רובין זי"ע, אבדק"ק לינסק, און צו זיין מוטער הרבנית הצדיקת ביילא, טאכטער פון הרה"ק ר' יצחק הלוי איש-האראוויץ, (פון וועם דער ראפשיצער רב האט אגב גענומען די נאמען הוראוויץ) מער באקאנט אלס ר' איציקל האמבורגער זי"ע, וואס איז געווען א בן אחר בן פונעם של"ה הק', הרה"ק ר' משולם יששכר הלוי איש-האראוויץ זצוק"ל.

עס איז ביים הייליגער ראפשיצער רב מקוים געווארן דאס וואס די גמרא דרשנ'ט און מסכת קידושין (עב:), "שאין צדיק נפטר מן העולם עד שנברא צדיק כמותו שנאמר וזרח השמש ובא השמש", ווען גענוי דער זעלבער טאג, וואס עס איז געווען ובא השמש מיט די הסתלקות פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט, אום ו' סיון שנת תק"כ, איז געווען וזרח השמש, ווען עס איז געקומען אויף דער וועלט דער הייליגער ראפשיצער רב, וולכער האט אויפגעלאכטן די וועלט מיט א הייליגער אור, און איז געבליבן לייכטן פאר די פאלגענדע זיבן און זעכציג יאר ביז צו זיין פטירה אום י"א אייר תקפ"ז לפ"ק.



רבותיוווערענדיג אלט דרייצען יאר האט אים זיין טאטע גענומען לייגן תפילין ביי הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשעבער זי"ע, ( יש אומרים צום הייליגן ר' ר' אלימלך זי"ע), אויף וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט זיך דערנאך אויסגעדריקט, אז ער האט מיר ביים מקשר זיין די הייליגע תפילין, מקשר געווען צו עולומות גבוהות, צו גאר הויכע וועלטן פון וועלכע מען קען זיך נישט אפרייסן.

דער ראפשיצער רב האט גלערענט תורה ביי זיין גרויסן זיידן הרה"ק ר' איציקל האמבורגער זי"ע, ווי אויך ביי זיין פעטער הגאון הגדול רבי משולם איגרא זצ"ל (חתן זקינו הרה"ק ר' איציקל האמבורגער זי"ע) אינאיינעם מיט הגאון רבי מרדכי בנעט, והגאון ר' יעקב מליסא, בעל חוו"ד והנתיבות, ווי ער האט מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס.

ווערענדיג אלט זעכצען יאר, איז דער הייליגער ראפשיצער רב געפארן קיין ליזענסק וועלענדיג זיך מדבק און מתחמם זיין לאורו הגדול פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, אבער זייענדיג א יחסן, אן אייניקל הרה"ק ר' איציקל האמבורגער, דער דעמאלטס'דיגער גדול הדור און ראש פון די וועד ארבע ארצות, האט אים דער הייליגער ר' ר' אלימלך וועלכער האט ווי באקאנט נישט מקרב געווען קיין מיוחסים, אים אויך נישט געוואלט מקבל זיין.

הערענדיג דאס, האט דער ראפשיצער רב זיך געווארפן אויף דער ערד ווייענדיג, און זיך געבעטן ביים הייליגן ר' ר' אלימלך ער זאל אים מקבל זיין, שרייענדיג, וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן ביי די טאכטער פון ר' איציקל האבמורעגער !, זעהענדיג ווי שטארק און אמת'דיג ער מיינט עס, האט דעם דער הייליגער ר' ר' אלימלך טאקע מקבל געווען.

דער ר' ר' אלימלך האט אים דערנאך גאר שטארק מקרב געווען און ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, אין ער איז ווירקליך געווארן פון פון די גאר נאנטע תלמידים ביים הייליגן ר' ר' אלימלך, עד כדי כך אז דער הייליגער קאזניצער מגיד, האט אמאל לאחר פטירתו פונעם ר' ר' אלימלך געזאגט, אז דער הייליגער ר' ר' אלימלך קומט יעדע נאכט און חלום צו זיין תלמיד ר' נפתלי, ווי ער לערענט מיט אים אונעם ספר הק' נועם אלימלך, ווי אויך האט דער הייליגער ר' ר' אלימלך זעלבסט זיך אמאל אויסגעדריקט אז דער ראפשיצער רב האט גילו אלי' ווען אימער ער וויל נאר.

לאחר פטירתו פונעם הייליגן ר' ר' אלימלך אום כ"א אדר שנת תקמ"ו, איז דער ראפשיצער רב געפארן צו צוויי הונדרעט און פופציג צדיקים כמנין עשה לך רב, אריינגערעכנט, הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע, דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, ווי אויך איז ער געפארן צום הייליגן חוזה מלובלין און וועם ער איז געבליבן דבוק און מקבל געווען אלס רבו מובהק.


פרק האיש מקדשכשהיגע לפרקו האט ער חתונה געהאט, אבער נאך די חתונה זעהענדיג ווי די רעביצן פירט זיך נישט אזוי כהוגן ווי עס פאסט פאר אזא קדוש ווי דער הייליגער ראפשיצער רב, האט ער עפ"י הוראת הרה"ק ר' מעכעלע זלאטשעבער איר געגעבן א גט פטורין.

וויילענדיג דארט ביים הייליגן זלאטשבער מגיד און ביהמ"ד א שטיק צייט, איז ער אמאל אריין צו ר' מעכעלע, זאגענדיג דער רבי האט מיר צוגעזאגט א איך איך גיי טרעפן מיין זיוויג און איך בין בטוח אז אזוי גייט זיין, אבער די רבי זאל מיר זאגן אויב עס וועט נאך זיין פאר די שבעים שנה, אויף וואס רבי מיכל'ע האט גענטפערט, וואס קען מען טון, עס איז נישט דא וואס צו טון, אין דוחין נפש מפני נפש, מען מוז ווארטן.

עס איז דורך א שטיק צייט און עס איז געקומען א שליח צו רבי' מענדעלע לינסקער, מיט א פארשלאג אז אין די שטאט דוקלא איז דא איד וועלכער האט א טאכטער וואס איז ליידער געווארן אן אלמנה, און אפשר וואלט דאס געווען א פאסיגער שידוך פאר זיין רבי נפתלי צבי, וועלעכער ווארט אויף זיין ריכטיגע זיוויג.

הערענדיג דאס האט רבי מענדעלע זיך אנגערופן צו זיין רעבעצין, הערסט נאר אן השגה פון א איד א בעל בית, ער וויל זיך משדך זיין מיט לינסקער רב ! אויף וואס די רעביצן האט גענטפערט, אויב האט ער אזאנע השגות איז א סימן אז די שידוך איז באשערט, און הרה"ק מראפשיץ איז דאן ווירקליך געקומען בקישור החיתון עם הרבנית הצדיקת רבקה בת ר' צבי הירש גולדהאמער ז"ל מעיר דוקלא.


ראפשיצער רבאויפן ראט פון הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע, האט ער אנגענומען די רבנות בעיר ראפשיץ יצ"ו און מערב גאליציע, ווי ער האט געדינט אלס רב לאנגע יארן, און טראצדעם וואס ער האט און די שטעפערע יארן געדינט אלס רב און נאך עטליכע שטעט און קהילות, האט אבער די שטאט ראפשיץ געהאט די זכי' אז מען זאל רופן דעם צדיק אויף איר נאמען, נעמליך, ראפשיצער רב.

מיט די פטירה פון זיין פאטער כ"ב תשרי תקס"ד, האט ער באקומען די רבנות און שטאט לינסק ווי זיין פאטער האט געדינט אלס רב ביז דאן, באזונדער האט דער הייליגער זרע קודש געדינט אלס רב און א רייע שטעט אריינגערעכנט סטריזוב, סאניק, ועוד.

מיט די פטירה פון רבו הק', החוזה מלובלין זי"ע, תשעה באב שנת תקע"ה, האט דער ראפשיצער רב זיך אנגעהויבן פירן באדמורו"ת, און זייענעדיג פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגן חוזה, האבן רוב תלמידים פונעם חוזה פון די מדינות גאליצע אין אונגארן דאן אנגעהויבן פארן צו אים, זעהענדיג אים אלס פאסיגער ממלא מקומו פון זייער גרויסן רבי'ן.

צעווישן זיינע תלמידים ציילט זיך גאר גרויסע צדיקים פון יענעם דור, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע, וועלכער איז געווען דבוק אינעם הייליגער רב, ווי ער פלעגט אים צו רופן, ווי אויך הרה"ק ר' שלום מקאמינקא זי"ע, ועוד צדיקים וקדושים וועכער האבן זיך געווארמעט לאורו הגדול וועלכער האט זיי געהאלפן שטייגן בתורה ויראה בקדושה וטהרה.



יחיד בדורו בחכמת אלוקיםווי באקאנט פלעגט דער היייליגער ראפשיצער רב אפט זאגן ווערטלעך פון וואס די ארומיגע האבן פיין געשמייכלט, בפרט ווען עס געקומען משמח זיין חתן כלה ווי ער פלעגט אפט דינען אלס בדחן, אבער צדיקים האבן מעיד געווען אז דאס זענען נישט געווען קיין סתם ווערטלעך נאר עס ליגט דערין גאר גרויסע זאכן און יחודים גבוהים.

ווי ער זעלבסט פלעגט זאגן, נישטא קיין קרומערע זאך ווי א גלייך ווערטל, איי איך זאג דאך כסדר ווערטליך, זאג איך אייך אז איך האב נאך און מיין לעבן קיין גלייך ווערטל נישט געזאגט, א ראי' וועט עטס האבן, אויב בעת יצאת נשמה וועל איך זאגן א ווערטל איז סימנא מילתא אז אלע מיינע וועטליך זענען געווען ענינים גבוהים.

וכך הווה, בעת יציאת נשמה האט ער אויסגערופן, יעדער זאל ארויסגיין פון שטוב ווייל די נשמה שעמט זיך ארויסצוגיין ווען יעדער איז דא, און מען האט דאן געזעהן אז די אלע ווערטלעך זענען ווירקליך געווען הויכע ענינים.

זייענדיג שטארק ממעט בדיבור סוף ימיו, האט אים אמאל בנו הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער זי"ע געזאגט, איך ווייס אז דער טאטע קען יא רעדן נאר ער וויל נישט רעדן, זאג מיר פארוואס די ווילסט נישט רעדן, אויף וואס דער ראפשיצער רב האט גענטפערט, מיום עמדי על דעתי האב איך נישט ארויס גערעדט א ווארט אן מכוון זיין א יחוד, יעצט אבער, דער מח איז שוואכער, וויל איך ענדערש נישט רעדן ווי צו רעדן אהן יחודים.

און ווי עס זאגט טאקע עדות די מציבה על ציונו הק', יחיד בדורו בחכמת אלוקים, וועלכער ער זעלבסט האט געהייסן שרייבן, ווי עס לויטעט די נאכפעלגענדע שורה אויף די מציבה, וביתר שבחים אין לנו רשות כי כן צוה לו מפיו.

און ווי זיין גרויסער תלמיד דער הייליגער דברי חיים זי"ע, האט געגעבן צו פארשטיין די זעלטענער טיטל, אז כידוע איז די דרך פון צדיקים ווען זיי רעדן, אפי' צומאל זעהט עס אויס ווי דברים של מה בכך, ליגן דערין העכערע כוונות און יחודים וואס נישט יעדער פארשטייט, דעריבער צומאל וועט דער צדיק ענדיגן דעם שמועס נאך אינמיטן רעדן, ווייל די יחודים און כוונות האבן זיך דא גענדיגט, און צומאל איז עס גאר פארקערט, אז אפי' נאכן ענדיגן א שמועס וועלן זיי ווייטער ממשיך זיין, טראץ וואס צומאל קוקט דאס אויס פאר די ארומיגע ווי מען פארשטייט נישט וואס ער רעדט, אבער דער הייליגער רב, ווי דער צאנזער רב פלעגט אים רופן, ווייסט גענוי וויאזוי מכוון צו זיין אז די ביידע, די דיבורים גשמים מיט די כוונות זאל גיין ביינאזאם, און דאס איז די באדייט פון יחיד בדורו בחכמת אלוקים.


מצות סוכהא באזונדערע געהויבענע עבודה האט דער ראפשיצער רב געהאט ווען עס איז געקומען צו מצות סוכה, ער פלעגט יעדן טאג לערנען מסכת סוכה, באזונדער פלעגט ער יעדן טאג טון עפעס פאר די סוכה, אמאל אריינגעקלאפט א נאגל און די סוכה און צומאל עפעס אנדערש, ווי אויך פלעגט ער יעדן שמועס דרייען און שמועסן אונעם ריכטונג אז מען איז אנגעקומען צו רעדן כאטש עפעס איבער די מצות סוכה, צדיקים האבן מעיד געווען אז זיין הייליגע נשמה איז שורשו ממצות סוכה.


ובא השמשסוף ימיו ווען ער איז געווארן נישט געזונט ל"ע, האבן די קינדער געוואלט ברענגן א דאקטאר אבער דער ראפשיצער רב האט נישט געלאזט, ביז בנו הרה"ק ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע האט פארגעשלאגן פארן טאטן, אז אין די שטאט לאנצוט איז דא א גרויסער דאקטאר און מען זאל פארן צו אים, ווען דער ראפשיצער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט, אז ער ווייסט אז ער דארף אנקומען אויף לאנצוט און ער האט מסכים געווען צו גיין, אנקומענדיג אהין איז די מצב ערגער געווארן ביז ער איז אריין און א מצב פון גסיסיה וועלכער איז אנגעגאנגן פאר גאנצע דריי טעג.

די גרויסע תלמידים, דער הייליגער דברי חיים מיט ר' שלום קאמינקער, נישט קענענדיג צוקוקן די אומגעהוירע יסורים וואס זייער גרויסער רבי ליידט, זענען אריין אין ביהמ"ד עפענדיג דעם ארון קודש און געזאגט, רבונו של עולם, אויב די האלטס אויף דעם צדיק אויף דעם עולם צוליב אונז, ווייל מיר ברויכן א רבי'ן, זאגן מיר אז מיר זענען מוחל א רבי'ן, האלט אים מער נישט צוריק וועגן אונז ! דאן זענען זיי צוריק צום ראפשיצער רב און אנגעהויבן זאגן פסוקי יחוד, אבער וואס זיי האבן געזאגט האט דער ראפשיצער רב געשאקלט מיטן קאפ אויף ניין, ווי צו זאגן אז ער איז נישט צופרידן, ביז עס איז אנגעקומען דער הייליגער בני יששכר און האט אנגעהויבן זאגן די פסוקי השירה אויף וואס ער האט געשאקלט מיטן קאפ ווי צו זאגן אז אויף דעם האט ער געווארט.

אנקומענדיג ביים סוף פונעם שירה, ביי די ווערטער ד' ימלוך לעולם ועד יצא נשמתו הטהורה לחיי העולם הבא, אום י"א אייר שנת תקפ"ז לפ"ק. זיעועכי"א

דער ראפשצער איז געקומען לקבורה דארט און לאנצוט, ווי מען האט געבויעט אן אוהל על ציונו הק', און עד היום גייען הונדערטער אידן וואס געפונען זיך און די אומגעגענט דורכאויס די יאר, ארויף על ציונו הק' און פועל'ן אלעס גוטס.

אינטערסאנט צוצולייגן, ווי באקאנט איז דער ראפשיצער רב געווען א ברייטער מענטש, און האט מעיד געווען דאס אז ער איז ברייט פון צרות ישרא' און נישט פון גשמיות חלילה, והא ראי' האט ער געזאגט, אז ווען עס וועט זיין שווערע צייטן פאר אידן וועט זיך זיין קבר הייבן פון צרות ישרא', עס האבן ווירקליך מעיד געווען אידן, תושבי לאנצוט, אז ביי די צווייטע וועלט קריג ווען עס זענען ליידער געווען שרעקליכע צייטן פאר אידישע קינדער, האט זיך דער ציון הק' טאקע געהויבן, און מען האט געקענט זעהן מיט די פליישיגע אויגן ווי שטארק דער צדיק האט זיך מצער געווען בצרתן של אחרים.


בניו וממלא מקומודער ראפשיצער רב האט איבער געלאזט פיר קינדער, איין טאכטער און דריי זון, עס איז נישט קלאר די גענויע סדר פון די קינדער , אבער אנגענומען ביי אסאך איז, אז די טאכטער הרבנית רייצא, אשת חבר פון הרה"ק ר' אשר'ל ראפשיצער זי"ע, ממלא מקומו פון חותנו הגדול הרה"ק מראפשיץ, איז געווען די עלצטע, דערנאך איז געווען הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע, אחיו הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער זצ"ל, און דערנאך הרה"ק ר' אליעזר'ל דזיקובער זי"ע.


ספריו הקדושיםדער הייליגער ראפשיצער רב האט איבערגעלאזט הייליגע ספרים על התורה ועל המועדים, אריינגערעכנט דער הייליגער ספר זרע קודש וואס על שמו רופן אסאך אן דעם צדיק אלס דער זרע קודש, ווי אויך די ספר אילה שלוחה על התורה.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
צוגעלייגטע
ראפשיץ.pdf
(124.73 KiB) דאונלאודעד 19 מאל

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

Re: למען ידעו דורותיכם

תגובהדורך איבערוואגיגער » דינסטאג מאי 05, 2020 4:58 pm

זייער שיין
ש'כח
זי"ע


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 14 געסט