שייכות בין הרה"ק מסאטמאר והרה"ק מסקווירא, זכותם יגן עלינו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

שייכות בין הרה"ק מסאטמאר והרה"ק מסקווירא, זכותם יגן עלינו

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ביטע האלטן דעם אשכול ריין פון נארישקייטן, און אריינקומען נאר מיט קראנטע און פאזיטיווע מעשיות.

זעענדיג דא דעם דין ודברים בנוגע די מעשה אז הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט געוויזן מיטן פינגער צום הויז פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וכו', האב איך היינט געפרעגט הרה"ג ר' בן-ציון פעלדמאן שליט"א אויב די מעשה איז וואר. האט ער מיר געענטפערט, אז ער האט די מעשה שוין געהערט כאטש 60 יאר צוריק, טאקע נאר מפי השמועה, "אבער ווער ס'האט באמת געקענט דעם סקווערער רבי'ן, ווייסט אז אזא מעשה פאסט זייער פאר אים. איך גלייב די מעשה אלס 100% אמת".

ער האט מיר אויסגעשמועסט די גאנצע חילוקי דעות וואס זענען געווען צווישן די צוויי צדיקים, און לעומת זה די געוואלדיגע כבוד וואס מ'האט זיך אפגעגעבן איינער פארן צווייטן. אין די ערשטע יארן מער, און אפילו שפעטער אויך. בנוגע קנאות, האט ער מיר פארציילט אז דעם סאטמארער רב האט געבאדערט דאס וואס דער סקווערער רבי גייט נישט מיט מיטן קנאות'דיגן שטורעם, זאגנדיג: "ער איז דאך יא אן ערליכער, פארוואס גייט ער נישט מיט?" [אויף אסאך אנדערע האט דער סאטמארער רב אפילו נישט געהאט קיין טענות, זאגנדיג אז זיי זענען בכלל נישט קיין 'מאן דאמר'].

בתוך הדברים האט ער מיר פארציילט, אז דער סאטמארער רב איז נישט געזונט געווארן, ער"ח אדר תשכ"ח, און צוויי וואכן דערויף, שושן פורים, איז דער סקווערער רבי נישט געזונט געווארן. האט דעמאלט די סקווערע רביצין פארציילט, אז איר מאן האט געזאגט אויפן סאטמארער רב: "מ'דארף אים דא האבן, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'וועט קענען אויסהאלטן אן אים".

אויך האט מיר הרה"ג רב"צ הנ"ל פארציילט, בשם דער וויזשניץ-מאנסי'ער רבי זצ"ל, אז אין די ערשטע יארן דא אין אמעריקע, ביי איינע פון די באזוכן צווישן הרה"ק מסאטמאר און הרה"ק מסקווירא, זענען זיי ביידע געבליבן שטיין אינדרויסן ביים ארויסבאגלייטן, איינער קעגן איבער דעם אנדערן, און זיך געקוקט אין פנים בערך א מינוט צייט, און נאכדעם זיך געזעגנט מיט "א גוטע נאכט". און וויזשניצער רבי האט אויסגעפירט: "וואס דארט איז געווען, פארשטיי איך נישט עד היום".

אויף דעם ארויף האט ער מיר צוגעלייגט: הרה"ק מריבניץ זצ"ל האט מיר אין א שבת נאכמיטאג פארציילט, אז הרה"ק ר' מנחם נחום פון שטעפינעשט זצ"ל האט זיך אמאל געטראפן מיט זיינס א קרוב, אויך פון די רוזשינער רבי'ס (רב"צ אמר לי שאינו זוכר את שמו), נאכן זיך נישט זען לאנגע יארן. מען האט געדארפט אריבערגיין גרעניצן און אסאך זאכן אויסארבעטן ביז דער צוזאמטרעף איז צושטאנד געקומען. און וואס איז געווען דער מדובר ביים לאנג-ערווארטעטן באזוך? דער גאסט האט געפרעגט דעם גאסט-געבער צוויי שאלות:
א. איך זע אז מ'האט דא ברייטע שטראזן, הא?
ב. איר האט זייער א הויכער דאך, הא?
נאכדעם האבן זיי זיך אנגעכאפט די הענט, פינגערס בתוך פינגערס (ווי ביי מצוה טאנץ), און געקוקט איינער אויפן צווייטן א לענגערע צייט אן ארויסרעדן א ווארט. "זיי האבן זיך פארשטאנען אויפן גענעראל שפראך".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

די מעשה מיט'ן וויזניץ מאנסי רבי'ן זצ"ל איז געווען געדריקט צווישן די פילע הערכות וואס זענען ארויסגעקומען נאך זיין פטירה, וכפי המונח בזכרוני גייט די מעשה אז ווען דער סקווערער רבי זצוק"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע מיט'ן איידעם דער וויזניצער רבי זצ"ל, האט אים דער וויזניצער רבי געבעטן איינמאל צו גיין באזוכן דעם סאטאמרער רבי'ן זצוק"ל, אבער דער סקווערער רבי האט אים געענטפערט אז ער גייט נישט באזוכן קיינעם, דער איידעם האט אבער נישט נאכגעלאזט און געזאגט אז דער סאטמארער רבי איז אן אויסנאם, און דער סקווערער רבי איז טאקע געגאנגען באזוכן ביים סאטמארער רבי'ן, און ווי דער וויזניצער רבי האט דערציילטל אז גלייך ביים אריינקומען האבן די 2 צדיקים זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן פאר עטליכע מינוט נישט ארויסרעדנדיג קיין ווארט, אז מ'האט געזעהן בחוש ווי דא ליגט עפעס העכערס.

אזוי ליגט מיר אין קאפ וואס כ'האב געליינט אין איינע פון די פילע הערכות אויפ'ן וויזניצער רבי'ן זצ"ל, און אויב איינער ווייסט קלארער איז אדרבה זאל ער קומען און דערציילן קלאר.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

תגובה דורך משה צימערינג »

איך וואלט געוואלט צוריק שרייבן
זיי מיר קודם מסביר וואס פאזיטיווע מעשיות מיינט?
איך וויל נישט טון אנדערש ווי דו בעטסט
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

גייט אריבער צו רבי בעריל שווארץ פון טעילער סטריט ויספר לכם בדיוק מה ששמע מהרה"ק מסקווירא זי"ע שאמר לרבי ישיע משב"ק כשיצא מביתו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ביטע האלטן דעם אשכול ריין פון נארישקייטן, און אריינקומען נאר מיט קראנטע און פאזיטיווע מעשיות.

זעענדיג דא דעם דין ודברים בנוגע די מעשה אז הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט געוויזן מיטן פינגער צום הויז פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וכו', האב איך היינט געפרעגט הרה"ג ר' בן-ציון פעלדמאן שליט"א אויב די מעשה איז וואר. האט ער מיר געענטפערט, אז ער האט די מעשה שוין געהערט כאטש 60 יאר צוריק, טאקע נאר מפי השמועה, "אבער ווער ס'האט באמת געקענט דעם סקווערער רבי'ן, ווייסט אז אזא מעשה פאסט זייער פאר אים. איך גלייב די מעשה אלס 100% אמת".

ער האט מיר אויסגעשמועסט די גאנצע חילוקי דעות וואס זענען געווען צווישן די צוויי צדיקים, און לעומת זה די געוואלדיגע כבוד וואס מ'האט זיך אפגעגעבן איינער פארן צווייטן. אין די ערשטע יארן מער, און אפילו שפעטער אויך. בנוגע קנאות, האט ער מיר פארציילט אז דעם סאטמארער רב האט געבאדערט דאס וואס דער סקווערער רבי גייט נישט מיט מיטן קנאות'דיגן שטורעם, זאגנדיג: "ער איז דאך יא אן ערליכער, פארוואס גייט ער נישט מיט?" [אויף אסאך אנדערע האט דער סאטמארער רב אפילו נישט געהאט קיין טענות, זאגנדיג אז זיי זענען בכלל נישט קיין 'מאן דאמר'].

בתוך הדברים האט ער מיר פארציילט, אז דער סאטמארער רב איז נישט געזונט געווארן, ער"ח אדר תשכ"ח, און צוויי וואכן דערויף, שושן פורים, איז דער סקווערער רבי נישט געזונט געווארן. האט דעמאלט די סקווערע רביצין פארציילט, אז איר מאן האט געזאגט אויפן סאטמארער רב: "מ'דארף אים דא האבן, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'וועט קענען אויסהאלטן אן אים".

אויך האט מיר הרה"ג רב"צ הנ"ל פארציילט, בשם דער וויזשניץ-מאנסי'ער רבי זצ"ל, אז אין די ערשטע יארן דא אין אמעריקע, ביי איינע פון די באזוכן צווישן הרה"ק מסאטמאר און הרה"ק מסקווירא, זענען זיי ביידע געבליבן שטיין אינדרויסן ביים ארויסבאגלייטן, איינער קעגן איבער דעם אנדערן, און זיך געקוקט אין פנים בערך א מינוט צייט, און נאכדעם זיך געזעגנט מיט "א גוטע נאכט". און וויזשניצער רבי האט אויסגעפירט: "וואס דארט איז געווען, פארשטיי איך נישט עד היום".

אויף דעם ארויף האט ער מיר צוגעלייגט: הרה"ק מריבניץ זצ"ל האט מיר אין א שבת נאכמיטאג פארציילט, אז הרה"ק ר' מנחם נחום פון שטעפינעשט זצ"ל האט זיך אמאל געטראפן מיט זיינס א קרוב, אויך פון די רוזשינער רבי'ס (רב"צ אמר לי שאינו זוכר את שמו), נאכן זיך נישט זען לאנגע יארן. מען האט געדארפט אריבערגיין גרעניצן און אסאך זאכן אויסארבעטן ביז דער צוזאמטרעף איז צושטאנד געקומען. און וואס איז געווען דער מדובר ביים לאנג-ערווארטעטן באזוך? דער גאסט האט געפרעגט דעם גאסט-געבער צוויי שאלות:
א. איך זע אז מ'האט דא ברייטע שטראזן, הא?
ב. איר האט זייער א הויכער דאך, הא?
נאכדעם האבן זיי זיך אנגעכאפט די הענט, פינגערס בתוך פינגערס (ווי ביי מצוה טאנץ), און געקוקט איינער אויפן צווייטן א לענגערע צייט אן ארויסרעדן א ווארט. "זיי האבן זיך פארשטאנען אויפן גענעראל שפראך".

די מעשה מיט ווייזן מיטן פינגער לא מסתבר כלל ואני זוכר שרבי ישיע משב"ק אמר שזה לא אמת - און פרעגט יעדן עלטערן סקווירא חסיד ע"ז אם זה מסתבר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

דוד'ל זיי אזוי גוט און פארצייל אונז
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובה דורך חוח בין השושנים »

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

חוח בין השושנים האט געשריבן:דא האט איינער א מקור

אבל יש אנשים שלא מאמינים לו לזה הסיפור ?
אגב השמבקי"ם רבי מאיר שניצלער ורבי שלום האלפערט דערציילען שיינע מעשיות
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

דער מקור פון די מעשה איז פון הסופר הג"ר אהרן פאלאק ז"ל,
ווער ס'האט געקענט דעם סקווערע רבינס שפראך ווייסט אז אזא מעשה האט נישט פאסירט.
ס'איז ייתכן אז ער האט געהאלטן פון סאטמערע רב גדולות ונצורות, אבער אזעלכע ווערטער האט ער נישט געזאגט.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

dovidal האט געשריבן:די מעשה מיט ווייזן מיטן פינגער לא מסתבר כלל ואני זוכר שרבי ישיע משב"ק אמר שזה לא אמת - און פרעגט יעדן עלטערן סקווירא חסיד ע"ז אם זה מסתבר


מאכסט מיר שמייכלען,
רבי ישעי' אמר שזה לא אמת... וואס האסטו געוואלט?!
אבער שמעתי פון אן אנדערע שטוב מענטש מאותן הימים - וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט וואס רבי ישעי' האט געהאט א פראבלעם - אז אזא מעשה האט נישט געקענט פאסירן.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

משיח האט געשריבן:דער מקור פון די מעשה איז פון הסופר הג"ר אהרן פאלאק ז"ל,
ווער ס'האט געקענט דעם סקווערע רבינס שפראך ווייסט אז אזא מעשה האט נישט פאסירט.
ס'איז ייתכן אז ער האט געהאלטן פון סאטמערע רב גדולות ונצורות, אבער אזעלכע ווערטער האט ער נישט געזאגט.

ווען דער ספר פון רבי אהרן פאללאק איז ארויס האב איך עס געוויזן פארן געטרייען גבאין רבי ישעי ולא האמין לזה [ מילד גערעדט] וכבודם במקומם מונח
ח"ו אז איך רעדט דא אריין בין הרים הגבוהים אבער לגבי די מעשה איז דאס געווען
איר קענט הערין שיינע מעשיות פון זקני החסידים
כידוע שהרה"ק מסאטמאר זי"ע שלח סכום הגון להרה"ק מסקווירא זי"ע כשעבר מבארא פארק לוומב"ג
וגם ידוע ששמח לשמוע שהגאון רבי משה ניישלאס זצ"ל התפלל עם הבחורים אצל הרה"ק מסקווירא על ימים נוראים אע"פ שבשנה הקודם התפלל עמם אצל הרה"ק מסאטמאר זי"ע
ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיר באופן אישי און איך וועל אים געבן גוטע נעמן וואו צו זאמלען "גוטע" מעשיות
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

משיח האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:די מעשה מיט ווייזן מיטן פינגער לא מסתבר כלל ואני זוכר שרבי ישיע משב"ק אמר שזה לא אמת - און פרעגט יעדן עלטערן סקווירא חסיד ע"ז אם זה מסתבר


מאכסט מיר שמייכלען,
רבי ישעי' אמר שזה לא אמת... וואס האסטו געוואלט?!
אבער שמעתי פון אן אנדערע שטוב מענטש מאותן הימים - וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט וואס רבי ישעי' האט געהאט א פראבלעם - אז אזא מעשה האט נישט געקענט פאסירן.

גיי פרעג עני אייניקל פון דעם סקווערער רבין זצ"ל וויזשניץ רחמסטריווקא סקווירא און הער וואז זיי וועלן זאגן אויף די מעשה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

די פאליטיק פון נישט פארגינען א גוט ווארט וועגן די קשר צווישן די צוויי צדיקים גייט שוין צוריק איבער זיבעציג יאהר. און מ'ברענגט נאך הרה"ח משב"ק זצ"ל אלס עדות...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

איינגעהאלטנקייט, ביטע! לאמיר באהאנדלען די נושא ווי ערוואקסענע מענטשן.
איז דאס מעגליך?

איך באקום אישי'ס אז דער אשכול וועט זיך ענדיגן מיט פייער אדער מיט א שלאס. מוז עס זיין אזוי?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

dovidal האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:דער מקור פון די מעשה איז פון הסופר הג"ר אהרן פאלאק ז"ל,
ווער ס'האט געקענט דעם סקווערע רבינס שפראך ווייסט אז אזא מעשה האט נישט פאסירט.
ס'איז ייתכן אז ער האט געהאלטן פון סאטמערע רב גדולות ונצורות, אבער אזעלכע ווערטער האט ער נישט געזאגט.

ווען דער ספר פון רבי אהרן פאללאק איז ארויס האב איך עס געוויזן פארן געטרייען גבאין רבי ישעי ולא האמין לזה [ מילד גערעדט] וכבודם במקומם מונח
ח"ו אז איך רעדט דא אריין בין הרים הגבוהים אבער לגבי די מעשה איז דאס געווען
איר קענט הערין שיינע מעשיות פון זקני החסידים
כידוע שהרה"ק מסאטמאר זי"ע שלח סכום הגון להרה"ק מסקווירא זי"ע כשעבר מבארא פארק לוומב"ג
וגם ידוע ששמח לשמוע שהגאון רבי משה ניישלאס זצ"ל התפלל עם הבחורים אצל הרה"ק מסקווירא על ימים נוראים אע"פ שבשנה הקודם התפלל עמם אצל הרה"ק מסאטמאר זי"ע
ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיר באופן אישי און איך וועל אים געבן גוטע נעמן וואו צו זאמלען "גוטע" מעשיות


אינטערעסאנט אז אלע מעשיות וועגן די הערצה פון סאטמאר קיין סקווירא איז אמת ויציב און פארקערט איז שקר וכזב

ס'איז א בושה אז מ'האלט זיך נאך גרויס צו האלטן אזא פאליטיק. ווער דער סאטמארער רב איז געווען איז דאך ידוע. און אז ער האט מטהר געווען אויר ארץ העמים איז אויך באקאנט. איך וועל שוין נישט רעדן וועגן זיין קדושה און זיין כח בדרך הבעש"ט. אבער פאקטיש, ווער האט געבויעט מקוואות, שחיטה, בתי חינוך וכו' אויף אזא גרויסע פארנעם? דו האלטסט טאקע אז דער סקווערער רבי ז"ל האט עס נישט עפרישיעטעד? (ער האט געדארפט שטיצן צעהלים, אבער נאכאלץ)

ס'איז א פאקט, אז דער סקווערער רבי ז"ל האט אנגעהאלטען א "זעלטענע" ידידית און הערצה מיטן סאטמארער רב, וכמים פנים לפנים. און כאטש מ'האט זיך געקריגט יעדעס מאל האט עס נישט אפגעהאלטן פון גיין נאכאמאל און נאכאמאל.

מפי הרה"ח ר' שלמה האפמאן ע"ה וואס האט משמש געווען דעם סקווערער רבי זי"ע אין בארא פארק האב איך געהערט, אז דער סאטמארער רב זצ"ל איז געווען אויף א באזוך אינאיינעם מיט די רעבעצין. ביים ארויסגיין איז די רעבעצין געבליבן אינעווייניג מיט א קוויטל בעת דער סאטמארער רב האט געווארט אויף איר אינדרויסן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובה דורך געריבענער סוחר »

dovidal האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:דער מקור פון די מעשה איז פון הסופר הג"ר אהרן פאלאק ז"ל,
ווער ס'האט געקענט דעם סקווערע רבינס שפראך ווייסט אז אזא מעשה האט נישט פאסירט.
ס'איז ייתכן אז ער האט געהאלטן פון סאטמערע רב גדולות ונצורות, אבער אזעלכע ווערטער האט ער נישט געזאגט.

ווען דער ספר פון רבי אהרן פאללאק איז ארויס האב איך עס געוויזן פארן געטרייען גבאין רבי ישעי ולא האמין לזה [ מילד גערעדט] וכבודם במקומם מונח
ח"ו אז איך רעדט דא אריין בין הרים הגבוהים אבער לגבי די מעשה איז דאס געווען
איר קענט הערין שיינע מעשיות פון זקני החסידים
כידוע שהרה"ק מסאטמאר זי"ע שלח סכום הגון להרה"ק מסקווירא זי"ע כשעבר מבארא פארק לוומב"ג
וגם ידוע ששמח לשמוע שהגאון רבי משה ניישלאס זצ"ל התפלל עם הבחורים אצל הרה"ק מסקווירא על ימים נוראים אע"פ שבשנה הקודם התפלל עמם אצל הרה"ק מסאטמאר זי"ע
ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיר באופן אישי און איך וועל אים געבן גוטע נעמן וואו צו זאמלען "גוטע" מעשיות

סך הכל וואס איך ליין פון דיינע ווערטער, די מעשה האט א מקור נאר ר' ישעי' ז''ל משב''ק האט געזאגט אז ער גלייבט עס נישט.

גלייבן איז שוין א מאלטיפל טשויס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

ס'איז ידוע אז ווען הגה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאט דעם סטראוק האט מען אין סקווירא געעפנט דעם ארון הקודש צו זאגן ה' ה'
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

די אייניקלעך פון רבי אהרן פאלאק זאגן אז עס איז דא א טעיפ וויאזוי רבי אהרן פארציילט די מעשה.
אפשר קען מען זען דאס אפירזוכן און הערן פונקטליך וויאזוי ער פארציילט די מעשה.
לעצט פארראכטן דורך נחוניא אום מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

שמעתי אז ביי יעדע באזוך פון הרה"ק מסקווירא ביי הרה"ק מסאטמאר איז געווען וויכוחים, מיט דעם אלעם האט דער סקווירא רבי ממשיך געווען צו קומען. איין מאל האט ער געהאט א קורת רוח דאס איז געווען נאך וואס מען האט מפנה געווען דאכציך זיין פאטער און מען האט געטראפן אז בלויז די קאפ איז געווען גאנץ. ער האט זיך אפגרעדט פארן רבי ז"ל דערוועגן און דער רבי האט איהם געוויזן אין א קבלה ספר אז ס'ווייזט אויף א העכערע מדריגה ווען בלויז די קאפ איז גאנץ.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

איך פרוביר צו פארשטיין, וואו גייט כאפן די נפק"מ צו סקווירא רבי האט יא געוויזן מיטן פינגער צו נישט?

שייכות ביניהם איז שיינע מעשיות און אינטערעסאנט, אבער הו קעירס יא געוויזן צו נישט געוויזן, לאז עס פאר די מלחינים....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אין די ווארהייט, ווען מיר וואלטן אביסל משיג געוועזן גדלותן של צדיקים הקודמים וואלט מיר געוואוסט אז מיר הויבן נישט אן צו משיג זיין אפילו זייער שיחת חולין וכ"ש ווען זיי שמועסן צווישן זיך, אדער רעדן איינער פון אנדערן.

פארהאן אידן וואס צו פארשטיין צו זיי ברויך מען זיין כאטש אביסל נאענט צו זייער דרגא.

והבן, כי קצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:די אייניקלעך פון רבי אהרן פאלאק זאגן אז עס איז דא א טעיפ וויאזוי רבי אהרן פארציילט די מעשה.
אפשר קען מען זען דאס אפירזוכן און הערן פונקטליך וויאזוי ער פארציילט די מעשה.

לבקשת רבים השואלים וויל איך פשוט מסביר זיין וואס איך מיין. ווייל איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אליינס געהערט די מעשה פון רבי אהרן, אז ווען ער האט געפרעגט די שאלה פונעם סקווירא'ר רבי זצ"ל, וויאזוי קען מען טאקע היינט קומען קיין אמעריקא וכו', האט אים דער סקווירא'ר רבי צוריקגעפרעגט: איר האט דאך דא אייער רבי, וואספארא א שאלה האט איר?!
די חילוק פון די צוויי גירסאות זענען כרחוק מזרח ממערב... דעריבער איז טאקע גאר וויכטיג צו זען אויב מען אפירזוכן דעם טעיפ, און לכה"פ וויסן וויאזוי רבי אהרן האט דאס דערציילט...
לעצט פארראכטן דורך נחוניא אום מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

תגובה דורך מצלמה »

קען זיין אז דער משב״ק ר׳ יושע איז נישט באגלייבט.

דאן, ווער איז יא באגלייבט?
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

תגובה דורך טוב ליהודים »

אגב, די לאנגע יעריגע געטרייע גבאי איש האשכולות ר' ישעי יוא"ל אונגער משב"ק ז"ל, איז אויך געווען אן סופר סת"ם, ער האט געשריבן דעם באוואוסטע גרויסן ספר תורה, ועוד. (סופר סת"ם, בעל קורא, בעל תפילה און אויך א הערליכן מלחי"ן בחסד עליון....)

אלזו מיטן באטענען ר' אהרן פאלק - סופר סת"ם, כבודו במקומו מונח. עס איז סופר VS סופר.

בנוגע, די געפראווכץ פון הרבנית אלטא פיגא, איז דא א צילום פון די קוויטל ווי זי איז מזכיר לזרע של קיימא, די כתב יד לויט מבינים איז לכאורה פון המשב"ק לבית סאטמאר בנש"ק הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל.
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”