רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- אלעס באשערט
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm
זכותו יגן עלינו.
געהאט די זכי' זיך מסתופף זיין בצילו מערערע מאל.
בנוסף צו זיין אלע מעלות וואס מען דארף ניטאמאל אויסרעכענען, איז ער געווען א געוואלדיגע שפל ברך.
געדענק מיר ווען ער האט גע'מוסר'ט א איד וואס האט מיטגענומען זיין קליינע אינגעל צו זיין אויף א שבת בצל הקודש, בזה הלשון: "צו וואס האסט עס געטאן? וואס זעהט ער שוין? א ווייסע בארד? " וכהנה וכהנה.
א תלמיד פון רב זצ"ל האט מיר געזאגט אז עס איז דא עפעס א מעשה פון א חלום וואס דער רב האט געהאט מיט די רשב"א. כידוע האט ער געשריבן הגהות אויף עטליכע מספרי הראשונים. ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם?

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
- אלעס באשערט
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm
באקומען פריוואט אין אישי די פרטים פון די חלום,
דאס האט א תלמיד (איך האב זיין נאמען ביי מיר) וואס האט דאן געלערנט אין ישיבה דערציילט:
עס איז געווען א תקופה וואס דער רבי זצ"ל האט אויפגעהערט שרייבן הערות אויף דעם רשב"א, וויבאלד ער האט ברוב ענוותנותו געקלערט צו זיך ווער איז ער דען צו שרייבן הערות אויפן הייליגן רשב"א.
א שטיק צייט דערויף האט דער רבי צוריק אנגעהויבן שרייבן די הגהות, און האט דאן דערציילט פאר עטליכע בחורים אז דער רשב"א איז צו אים געקומען אין חלום, און דער רבי האט געזאגט 'איך האב אים געזען ביים קארג' ווייל צו זען דער פנים אין חלום דארף מען האבן א גרויסע זכי', און דער רבי האט דאס געזען ווי א רמז ממשיך צו זיין מיט דער עבודת הקודש
דאס האט א תלמיד (איך האב זיין נאמען ביי מיר) וואס האט דאן געלערנט אין ישיבה דערציילט:
עס איז געווען א תקופה וואס דער רבי זצ"ל האט אויפגעהערט שרייבן הערות אויף דעם רשב"א, וויבאלד ער האט ברוב ענוותנותו געקלערט צו זיך ווער איז ער דען צו שרייבן הערות אויפן הייליגן רשב"א.
א שטיק צייט דערויף האט דער רבי צוריק אנגעהויבן שרייבן די הגהות, און האט דאן דערציילט פאר עטליכע בחורים אז דער רשב"א איז צו אים געקומען אין חלום, און דער רבי האט געזאגט 'איך האב אים געזען ביים קארג' ווייל צו זען דער פנים אין חלום דארף מען האבן א גרויסע זכי', און דער רבי האט דאס געזען ווי א רמז ממשיך צו זיין מיט דער עבודת הקודש
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
- נישט אלעס איז אמת
- שר חמש מאות
- תגובות: 983
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
- לאקאציע: אין א וועלט פון שקר
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm
בחורים ישיבת קאשויא ת"ש
בחורים ישיבת קאשויא ת"ש
על ספר נדיר דברי יהושיע מהרב יהושע רובין זצ"ל ר"ם במיאהלעוויץ

- אטעטשמענטס
-
- KASH.jpg (226.25 KiB) געזען 1603 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 259
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
די ישיבה איז נישט אין קאשוי, די ישיבה איז אין מיהאלאוויץ, קאשוי'ער רב האט געהאט א ישיבה אין מיהאלאוויץ נאך זיין חתונה. (דער רב איז געווען א איידעם אין מיהאלאוויץ)
אין שטאט קאשוי איז דער רב געווען ראב"ד נאכן קריג
אין שטאט קאשוי איז דער רב געווען ראב"ד נאכן קריג
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
ווען מען רעדט פון דעם רב'ס תקופה אין מיהאלאוויץ, דערמאן איך זיך אז איינער פון זיין משפחה האט מיר דערציילט אז ער האט געזעהן א ביכל אין וואס דער רב האט געצייכנט די פארהערן אין זיין ישיבה אין מיהאלאוויץ (ס'איז בדרך נס ניצל געווארן ביים קריג), עס זענען דארט אויסגערעכענט 80 אדער ניינציג בחורים.
אגב וועגען זיינע פעהיגקייט צו פירע ן א ישיבה וואס איז אויבן דערמאנט נעגעטיוו און איז פשוט אז דער שרייבער האט בכלל נישט די פאקטן, סאיז דא אויף קול מבשר ביי טעם זקינים הערט זיך ווי פאלגענד:
קול מבשר 212-444-1100, 3, 7, #14 אינטערוויא סיון-תמוז תשע"ד.
ר' לייבל (ב"ר יוסף) פערלעשטיין הי"ו
פראגע: פון ווי קומט א איד ?,
ענטפער: פון מונקאטש. איך האב געלערענט ביים מנחת אלעזר. איך האב געלערענט אין קאשוי ביי ר' שאול בראך'ן, רפאל בלום האט מיך פארהערט (..?..) אסאך מאל, ער איז דא געווארן א רב, האב איך אים געטראפן, מיר האבן זיך זייער געפריידט צוזמען, האב איך אים געקאָלט [גערופן] רבי, פארוואס האב איך אים געקאָלט רבי?, ווייל איך האב געזען אין קאשוי אז אן א גמרא האט מען אים נישט געזען, טאג און נאכט האט ער געלערנט, מען האט געוויסט אז רפאל בלום איז איינס פון די גרעסטע מתמידים.
אריכות בהרבה ענינים אחרים......
ביים ענדע פון שמועס:
ביי ר' שאול בראך האב איך געלערנט אים צוויי און דרייסייג – דריי און דרייסיג (תרצ"ג).
פראגע: וואס געדענק איר פון ר' שאול בראך?,
ענטפער: ר' שאול בראך איז געווען אה... ווען ער איז אוועק געפארן האט רפאל בלום, רפאל בלום געפירט די ישיבה, א גרויסע ישיבה געווען, מיט מענזע, א גרויסע מענזע געהאט, מען האט געגעסן דארט, א שיינע ישיבה, און ווען ר' שאול בראך איז אוועק געפארן, האט רפאל בלום געפירט די ישיבה, אלס בחור. ער איז געווען א בחור, ער האט פארהערט, ער האט פארגעלערנט, אבער אן א גמרא האט מען אים נישט געזען, אן א גמרא. מען האט פיין געלערנט דארטן, איך בין דארט געווען.

זייענדיג אביסל נאנט אויף קאשוי נעמליך מיין טאטע און זיידע זענען געבוירן אין קאשוי - אייראפע, האב און געטראכט ביים אדורך ליינען די 11 פעידזעס אז מען קען לאכן און וויינען צוזאמען. כ'האב מיך דערמאנט פון א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט איינעם פון די אגודה איבער סאטמאר'ער רבין זצ"ל און כ'בין נשתומם געווארן פון זיינע ווערטער וויאזוי מען קען שווענקען די מוחות פון מענטשן פאר נגיעות און חשבונות, כ'האב אים געזאגט אז הגם כ'בין נישט אין די מדריגה צו זאגן א מיינונג אויף אזא צדיק (כ'ווייס נישט ווער יא), איז א פשוטה ביי אלע וואס האבן אים געקענט - אפגעזען צו זיי זענען געווען איינשטימיג מיט אים אויף אלעם, אז דער צדיק איז געווען כגובה ארזים גבהו, ער האט געשאקלט אין הימל ווי אויף דער ערד, מען האט פארקויפט שקר מיט טפשות פאר די פארטיי מיטגלידער מיט חשבונות. און כאטש מען קען נישט טוישן קיין מציאות, דאך חזרט מען כסר די שקרים און א דור צוויי נאך זיין פטירה קלעבט זיך די שקר אן דא און דארט.
לענינו, עס איז נישט קיין ספק אז די נעגעטיווע שרייבער אין דעם קאלום האבן נישט געקענט דעם קאשוי'ער רב און האבן בכלל נישט קיין השגה פון וואספארא צדיק און הייליגער מענטש מען רעדט דא. דאס א קלארע פאקט. און ביי אלע וואס האבן אים געקענט, איז לעכערליך אפילו מפלפל זיין אין דעם ענין, ממילא וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דעם, נאר אזוי ווי איך ווייס צו ענטפערן אויף פארשידענע פרטים וואס זענען דא געפרעגט און דערמאנט געווארן, וועל איך געבן ביי א נאנטע געלעגענהייט אביסל שטיקלעך אינפארמאציע פאר די וואס זוכן דאס, אין א פארעם פון א קורצע איבערזיכט. אלעס וואס איך וועל שרייבן איז נאר וואס בין אליין מברר אויף הונדערט פראצענט, קיין ספיקות אויף קיין שום פרט.
בקרוב בע"ה.

Re:
חמרא טבא האט געשריבן:מ׳קען עס נישט באקומען כעת, מהאט געדרוקט א מספר מצומצם פארן דינער לטובת ישיבת קאשוי
געהעריג דא צו באקומען אין די געשעפטן
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
פרידען האט געשריבן:זייענדיג אביסל נאנט אויף קאשוי נעמליך מיין טאטע און זיידע זענען געבוירן אין קאשוי - אייראפע, האב און געטראכט ביים אדורך ליינען די 11 פעידזעס אז מען קען לאכן און וויינען צוזאמען. כ'האב מיך דערמאנט פון א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט איינעם פון די אגודה איבער סאטמאר'ער רבין זצ"ל און כ'בין נשתומם געווארן פון זיינע ווערטער וויאזוי מען קען שווענקען די מוחות פון מענטשן פאר נגיעות און חשבונות, כ'האב אים געזאגט אז הגם כ'בין נישט אין די מדריגה צו זאגן א מיינונג אויף אזא צדיק (כ'ווייס נישט ווער יא), איז א פשוטה ביי אלע וואס האבן אים געקענט - אפגעזען צו זיי זענען געווען איינשטימיג מיט אים אויף אלעם, אז דער צדיק איז געווען כגובה ארזים גבהו, ער האט געשאקלט אין הימל ווי אויף דער ערד, מען האט פארקויפט שקר מיט טפשות פאר די פארטיי מיטגלידער מיט חשבונות. און כאטש מען קען נישט טוישן קיין מציאות, דאך חזרט מען כסר די שקרים און א דור צוויי נאך זיין פטירה קלעבט זיך די שקר אן דא און דארט.
לענינו, עס איז נישט קיין ספק אז די נעגעטיווע שרייבער אין דעם קאלום האבן נישט געקענט דעם קאשוי'ער רב און האבן בכלל נישט קיין השגה פון וואספארא צדיק און הייליגער מענטש מען רעדט דא. דאס א קלארע פאקט. און ביי אלע וואס האבן אים געקענט, איז לעכערליך אפילו מפלפל זיין אין דעם ענין, ממילא וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דעם, נאר אזוי ווי איך ווייס צו ענטפערן אויף פארשידענע פרטים וואס זענען דא געפרעגט און דערמאנט געווארן, וועל איך געבן ביי א נאנטע געלעגענהייט אביסל שטיקלעך אינפארמאציע פאר די וואס זוכן דאס, אין א פארעם פון א קורצע איבערזיכט. אלעס וואס איך וועל שרייבן איז נאר וואס בין אליין מברר אויף הונדערט פראצענט, קיין ספיקות אויף קיין שום פרט.
בקרוב בע"ה.
מיר ווארטן
ביטע נאך צום יארצייט
א דאנק
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
געהאט די זכי' (קרעדיט קומט זיך פאר מיין טאטן) צו הערן די שבת הגדול דרשות, לשנה טובה, קוויטלן לקראת הימים נוראים. אה ווי נעמט דעם צהלת פנים, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן מענטש מיט אזא פשטות
האבן מיר עטליכע אינטערסאנטע עפיזאדן אבער נישט פאר יעצט

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- פויגל מילך
- שר מאה
- תגובות: 210
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
תלמידים יקרים!
א משנה, א ליכטל, א מקוה לעי"נ
א משנה, א ליכטל, א מקוה לעי"נ
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
אויף די האקאפ ליין פון די סעודה נעכטן נאכט האבעך געהערט א גוט ווארט פון איינער פון די קינדער וואס טייטשט דעם ברכה "מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש" אז א צדיק וואס גיבט אוועק זיין כוחות פאר אנדערע ווערט אנגערופן א עומד ווייל ער קען נישט אליינס שטיגן ער איז נישט א עולה נאר א עומד, אזא צדיק וואס איז זיין גאנצע לעבן געווען מוקדש צו העלפן און מעורר זיין יודן איז געווען א עומד, במילא יעצט אויך נאך זיין פטירה גיבט ער זיך אויך אוועק אויבן אין הימל בבחינה עומד און ער פועלט ישועות פאר כלל ישראל... אמן זכותו יגן עלינו
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
האמיר היינט באגעגנט אין גמרא א הגה פון ב"ש, טאקע שלא במכוון געלערנט עפעס מדברי תורתו ביום הילולא
ויה"ר שפתותיו דובבות בקבר זי"ע
ויה"ר שפתותיו דובבות בקבר זי"ע
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
איז מיר אויסגעקומען דעם ווינטער צו ליינען די תולדות פון דעם צדיק וקדוש זי"ע, און באקומען עפעס א השגה פון זיין גרויסע גאונות און צדקות, זכותו יגן עלינו ועכי"א.
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
פרידען האט געשריבן:זייענדיג אביסל נאנט אויף קאשוי נעמליך מיין טאטע און זיידע זענען געבוירן אין קאשוי - אייראפע, האב און געטראכט ביים אדורך ליינען די 11 פעידזעס אז מען קען לאכן און וויינען צוזאמען. כ'האב מיך דערמאנט פון א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט איינעם פון די אגודה איבער סאטמאר'ער רבין זצ"ל און כ'בין נשתומם געווארן פון זיינע ווערטער וויאזוי מען קען שווענקען די מוחות פון מענטשן פאר נגיעות און חשבונות, כ'האב אים געזאגט אז הגם כ'בין נישט אין די מדריגה צו זאגן א מיינונג אויף אזא צדיק (כ'ווייס נישט ווער יא), איז א פשוטה ביי אלע וואס האבן אים געקענט - אפגעזען צו זיי זענען געווען איינשטימיג מיט אים אויף אלעם, אז דער צדיק איז געווען כגובה ארזים גבהו, ער האט געשאקלט אין הימל ווי אויף דער ערד, מען האט פארקויפט שקר מיט טפשות פאר די פארטיי מיטגלידער מיט חשבונות. און כאטש מען קען נישט טוישן קיין מציאות, דאך חזרט מען כסר די שקרים און א דור צוויי נאך זיין פטירה קלעבט זיך די שקר אן דא און דארט.
לענינו, עס איז נישט קיין ספק אז די נעגעטיווע שרייבער אין דעם קאלום האבן נישט געקענט דעם קאשוי'ער רב און האבן בכלל נישט קיין השגה פון וואספארא צדיק און הייליגער מענטש מען רעדט דא. דאס א קלארע פאקט. און ביי אלע וואס האבן אים געקענט, איז לעכערליך אפילו מפלפל זיין אין דעם ענין, ממילא וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דעם, נאר אזוי ווי איך ווייס צו ענטפערן אויף פארשידענע פרטים וואס זענען דא געפרעגט און דערמאנט געווארן, וועל איך געבן ביי א נאנטע געלעגענהייט אביסל שטיקלעך אינפארמאציע פאר די וואס זוכן דאס, אין א פארעם פון א קורצע איבערזיכט. אלעס וואס איך וועל שרייבן איז נאר וואס בין אליין מברר אויף הונדערט פראצענט, קיין ספיקות אויף קיין שום פרט.
בקרוב בע"ה.
וועט נאך זיין היינט?
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
לכבוד די יארצייט וויל איך איבערגעבן פון דעם סאנטובער רב שליט"א פון לעיקוואד וואס דערציילט אזוי איבער דעם קאשוי רב זי"ע כגיב עס איבער בלשונו:
"מען זעהט א אינטערעסאנטע זאך, א איד וואס האט געוואוינט מחוץ למחנה פארשטופט אין א ווינקעל, געלעבט אין זיינע ד' אמות של הלכה, מצודתו פרוסה אויף עיר התורה לעיקוואד! דער רב איז אין זיין לעבן נישט געווען אין לעיקוואד, איינמאל איז ער כמעט אנגעקומען ווען איך האב אים געלאדענט צו א ברית, ווען ער האט געהערט אז עס נעמט דריי א האלבע שעה איין וועג צו פארן, האט ער מיר שיינערהייט געזאגט איך קען דאס נישט באווייזען צו פארן זיבן שעה, די ביזט געלאדענט צו קומען צו מיר, מיין גאסט, קענסט דא מאכן א וואכנאכט א ברית, איך בעט דיר מאך מיר נישט פארן זיבן שעה...
איך וויל ענק פארציילן, אז איינמאל באקום איך א טעלעפאן קאלל, איך הייב אויף דעם טעלעפאן, א באקאנטער קול, העללא דא רעדט רפאל בלום, איך האב געהערט א זאך איך קען דאס נישט גלייבן, איך האב געוואלט וויסן צו מען נארט מיר אפ צו עס איז טאקע אמת. וואס, וואס האט דער רבי געהערט? מען האט מיר געזאגט אז אין לעיקוואד אין די ליטווישע חדר טייטשט מען די גמרא אויף ענגליש, ווי קען זיין אזא זאך, עס שטימט אדער נישט. זאג איך אים יא עס שטימט, פרעגט ער פארוואס טוט מען אזוי, זאג איך אים זייער פשוט די אינגלעך פארשטייען נישט קיין אידיש, זאגט ער זאל מען זיי אויסלערנען אידיש, זאל מען מאכן א סאבזשעקט "אידיש", מיט וועמען קען איך רעדן וועגן דעם. זאג איך אים ער זאל רופן ר' מלכיאל קאטלער דער ראש ישיבה, פרעגט ער וואס איז זיין טעלעפאן נומבער, איך גיב אים די נומבער, אפאר טעג שפעטער רופט ער מיר צוריק איך האב גערעדט מיט ר' מלכיאל קאטלער ער האט געזאגט ער גייט אריינקוקען דערין, מיט וועם נאך קען איך רעדן, עס איז ממש געגאנגען אין לעבן, בנפשו. האב איך אים געזאגט מען קען רופן דעם משגיח ר' נתן וואכטפויגעל, מען קען עס מיט אים איבערשמועסן, אפאר טעג שפעטער רופט ער מיר צוריק, איך האב גערעדט מיט די משגיח, איך בעט דיר א טובה שטיי אויף די זאך, גיי פון איינעם צום צווייטען, מאך א מיטינג, טו עפעס. האב איך אים געזאגט איך גיי אריינקוקען אין דעם, איך בין געגאנגען צו ר' מלכיאל, צו די משגיח, מען האט געמאכט א מיטינג, מיט די מלמדים מיט די חדר, צוביסלעך צוביסלעך האט מען אנגעהויבן אביסל אויסלערנען די אינגלעך אידיש.
צום היינטיגן טאג, די ליטווישע חדר אין לעיקוואד, פחות ויותר טייטשט מען איבער די גמרא אויף אידיש, מען קוקט אריין קען מען זעהן מלמדים מיט ביבער היטן און לאנגע פיאות, וועמען האט מען צו פארדאנקען פאר דעם, א איד וואס איז קיינמאל נישט געווען אין לעיקוואד, געוואוינט מחוץ למחנה ווייט אוועק, און געזיצן אין זיינע ד' אמות של הלכה..."
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
אידיש אין לעיקוואוד איז אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
---
לחיים לחיים, די נשמה זאל האבן אן עלי' און אלע אידן א ישועה, זכותו הגדול יגן עלינו.
כ'האב עפעס אזא כמו קביעות איבערצו'חזר'ן יעדן כ"א כסלו די הקדמת טל השמים, מ'באקומט א שטיקל געפיל וויאזוי דער תקופה האט אויסגעזען און די תמימות פונעם רב זי"ע.
צורת קדשו ליגט מיר נאך שטארק איינגעקריצט אין זכרון, איך פלעג צובאטראכטן זיין באנעמונג, ס'האט פארלאנגט יראת הכבוד.
---
לחיים לחיים, די נשמה זאל האבן אן עלי' און אלע אידן א ישועה, זכותו הגדול יגן עלינו.
כ'האב עפעס אזא כמו קביעות איבערצו'חזר'ן יעדן כ"א כסלו די הקדמת טל השמים, מ'באקומט א שטיקל געפיל וויאזוי דער תקופה האט אויסגעזען און די תמימות פונעם רב זי"ע.
צורת קדשו ליגט מיר נאך שטארק איינגעקריצט אין זכרון, איך פלעג צובאטראכטן זיין באנעמונג, ס'האט פארלאנגט יראת הכבוד.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
ווער קען באשרייבן א שהבת שירה אין קאשוי?
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר
- אטעטשמענטס
-
- SIKSA.jpg (151.64 KiB) געזען 1192 מאל
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום מאנטאג מאי 24, 2021 3:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.