מיללער האט געשריבן:איך האב געטראפן אינעם ספר יזכור לקדושי 'פשיטיק' אביסל איבער נאך א אייניקל ממשפחת שפירא לבית קאזשניץ וועלכער האט געדינט אלס דער לעצטער רב אין פשיטיק, הרה"צ ר' ישראל שפירא בן הרה"צ מקאזשניץ וחתן הרה"צ ר' שלום מ'פשיטיק (הנ"ל) זצ"ל-הי"ד.
בייגעלייגט איז א בילד מיט א קורצע ביאגראפיע איבער אים ווי אויך א בריוו בכתב ידו אויף זיין אפיציעלן דרוק-סארט (לעדער-העד) דאטירט ג' חקת תרצ"ב.
חתימת ידו וחותמתו: