רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כ״ק הרב הצדיק מגזע היחס שרי התורה, ארז בלבנון, כקש״ת 
רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל
אבדק״ק מילדוי[/align]

כִּי מֵרֹאשׁ צֻרִים אֶרְאֶנּוּ
רבי שלום דוב איז געבוירן א צווייגל צו די בארימטע משפחת הרבנים ״ארזי הלבנון״ אלס דער יונגסטער קינד לאביו הגה״ק רבי משה - אב״ד ור״מ מילדוי.
ולאמו הרבנית הצ׳ רויזא ע״ה, בתו של הגה״ק רבי מאיר טענענבוים זצ״ל - בעל ״אמרי מאיר״ מפוטנאק.

ביום כ״א לחודש טבת שנת תרע״ח.

אין די שטאט מילדוי ווי זיין טאטע האט געדינט אלס רב פון שטאט און געפירט די ישיבה.

דער מילדויער רב איז אויפגעוואקסן על ברכי אביו הק׳ און זיך אויך געווארעמט בצל זקינו אבי אביו הגה״ק רבי מנחם מענדל זצ״ל - האדמו״ר מטארנא. וואס איז געווען שטארק בארימט אלץ צדיק וקדוש פועל ישועות אין גאנץ אונגארן, ווי מען האט אים גערופן ״הצדיק מטארנא״

לְמַעַן תִּהְיֶה תּוֹרַת יְהוָה בְּפִיךָ
אלס א בר מצוה בחור איז ער געגאנגען לערנען אין די דערנעבנדיגע קאשוי אין די ישיבה קטנה וואס עס האט געפירט הגה״צ רבי שמואל שווארץ זצ״ל.
דארט האט ער געלערענט בחברותא מיט ידידו הגה"צ רבי אלחנן האלפרין זצ"ל אבדק"ק ראדמישלא.

דארט אין קאשוי האט ער זיך מקשר געווען מיט כמה צדיקים וגדולי ישראל ובניהם מיטן סטראפקאווער רב הגה״ק המפורסם רבי אברהם שלום האלברשטאם זצ״ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען בזכותו ובזכות אבותיו הק׳, ווי ער האט איינגעזאַפּט מאור קדושתו והליכותיו הנסתרים.

ווי אויך האט ער געהאט קירבת מיטן גרויסן גדול הגה"ק רבי שמואל ענגל זצ"ל, דער ראדמישלא רב (זיידע פון זיין חברותא רבי אלחנן)

דערנאך איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה המפורסמת אין גאלאנטא ביים גרויסן גאלאנטא רב הגה״ק רבי יהושע בוקסבוים זצ״ל, צו וועם ער איז געווארן זייער נאנט און יונק געווען תורה ויראה טהורה, און אים פארעכענט לאחד מרבותיו הק׳.

יִשְׁלַח עֶזְרְךָ מִקֹּדֶשׁ וּמִצִּיּוֹן יִסְעָדֶךָּ
בחורף שנת תרצ״ט ווען אביו הק׳ האט געזהן בעיניו הבדולחים אז שווארצע וואלקענעס קומען אין ריכטונג פונעם אייראפעאישן מאפּע, האט ער צוגערופן זיין געליבטן יונגסטן זון העומד לימינו - ער איז שוין געווען אין יענע צייט ״רב הצעיר דעיר מילדוי״ און אים מגלה געווען צפונות לבו אז זיין שארפן חוש הריח זעט פאר נישט קיין גוטס פאר יהדות אייראפע, און האט אים צאמגעפּאקט די פּעק מיט ווארימע געזעגענונגס ווערטער, און אים געקויפט א בילעט אויפן לעצטן שיף וואס איז אויפציעל ארויסגעפארן פון יוראפ ווענדענדיג איר דעסטינאציע קיין ארצינו הק׳, האבנדיג מיט דעם שריט גרויס סייעתא דשמיא, ווייל דורך דעם איז אים בחמלת ה׳ פארבליבן נאר דאס איינציגסטע צווייגעלע למשפחתו...

וְנָתַן בַּיּוֹם הַהוּא מוֹפֵת
פארן ארויספארן איז ער געגאנגען זיך געזעגענען ביים זיידן קיין טארנא און מקבל זיין ברכת הקודש. דער זיידע האט אים אפגעשריבן צוויי קמיעות איינס פאר א דרך צלחה, ס'זאל אים קיין שלעכטס נישט פאסירן אויפן וועג, און דאס אנדערע, אז א בייזער האנט זאל אויף אים קיין שליטה נישט האבן, און קיינמאל נישט געכאפט ווערן צום מיליטער אדער אין געפענגעניש. מיט א ווארימע ברכה און א קיש אויפן שטערן האט ער אים באגלייט, אנזאגענדיג ער זאל געדענקן און זיך נישט דרייען צווישן קיין נישט ערליכע א_ווי די ציונים וגורוריהם.

אנקומענדיג קיין ארה״ק האט ער באמערקט אז דער קמיע פונעם זיידן וואס איז געווען להצלחה פארן וועג איז נעלם געווארן טראץ וואס ער האט עס געהעטן כבבת עיניו, וויפיל ער׳ט נאר געזוכט און גענישטערט האט ער דאס בשום אופן נישט געטראפן.

די צווייטע קמיע איז אים צוניץ געקומען בעת די מלחמת השחרור בשנת תש״ח, דאן האט געהערשט א פחד זיך צו דרייען אין די גאסן, האט ער זיך אבע געדרייט פראנק און פריי אין די צושמעטערטע גאסן, און מיט קוראזש און מיט זיין ווארעם הארץ פאר יעדן איד האט ער זיך אפגעגעבן מיט די פארוואנדעטע און קובר געווען די מתים, און ספעציעל זיך אפגעגעבן מיט די טיפוס אנגעשטעקטע צו וועם כמעט קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו צוגיין נאנט. און בעזר ה׳ ובכחו של אותו צדיק זקינו הק׳ מטארנא זצ״ל, לא שלטה בו ידי זרים - ער איז קיינמאל נישט געווארן אפגעשטעלט דורך די באהערעדע אינעם כאאָטישן מצב וואס האט געהערשט אדער דורך מיליטער לייט וואס האבן זיך געדרייט ווילד אין די גאסן זיכענדיג צו כאפן סיי וועם.

נאך די מלחמה איז דער קמיע אויך נעלם געווארן, ווי אין וואסער אריין.

כִּי בְךָ חָסָיָה נַפְשִׁי וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ אֶחְסֶה
זיין טאטע דער בעל ״מסעות משה״ ממילדוי האט אים מיטגעגעבן א בריוול אז גלייך ווי ער באטרערט נאר דעם באדן אין ארה״ק זאל ער דאס איבערגעבן פארן ירושלימער רב הגה״ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ״ל דער ירושלימער רב ער איז נאך געווען גאר א נאנטער ידיד מבית אבותיו ה״נהרי אפרסמון״ ו״הנטע שורק״. ווי ער בעט אים ער זאל האלטן אן עינא פקיחא אויף זיין געליבטן זון.

גלייך אנקומענדיג איז ער אריבער לביתו נאוה קודש של הגרי״ץ דושניסקיא, ווי ער האט אים אויפגענומען מיט ברייטע ליבליכע ארעמעס און אריינגענומען אין די ישיבה. פון דאן אן לא ימוש מתוך האהלו של רבו המובהק מרן הגרי״ץ זצ״ל ער איז געווארן אדוק בכל נימי נפשו ובהנהגתיו הק׳ כל ימי חייו.

צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק)

נאך די חתונה האט ער בפקודת רבו הגרי״ץ געפענט א כולל ״נטע שורק - נהרי אפרסמון״ ע״ש זקיניו הק׳ ווי ערט אים אפגעשריבן א ווארימען מכתב המלצה מיט נאך גדולי ירושלים, ווי ער האט אויסגעהאלטן א געקליבענע צאל מיקירי ולומדים המובהקים של ירושלים עיה"ק.

לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְדָבְקָה בוֹ
און ירושלים האט ער זיך געדרייט און געהאט א קירבת יתירה און נושא חן געווען ביי די צדיקים וגדולים.
בראש וראשון אצל רבו המובהק מרן הגרי״ץ זצ״ל.
הגה״ק רבי זעליג ראובן בענגיס זצ״ל.
הרה״ק רבי שלומקה מזוויהעל זצ״ל.
הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל.
הגה״ק רבי דוד יונגרייז זצ״ל.

פון די אלע צדיקים וגדולים אבותיו ורבותיו האט דער מילדויער רב געהאט צו פארציילן א שלל פון גוטע עובדות וסיפורים פון וואס ער'ט כסדר מיטגעזען און מיטגעהאלטן במחיצתם.

צוליב דאס ארימקייט וואס האט געהערשט אין ארה״ק, פלעגט ער פיל ארומרייזן שאפן געלט פארן כולל און למחיית בני ביתו. דער קאשויער רב בעל "ברכת שמים" האט כסדר געזהן זיין טילטול דאורחא ווי ער איז געצווינגען צו זיין אוועק פון דערהיים, האט ער אים אריינגעשלעפט צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס האט אים געצה'ט ער זאל זיך ציען קיין מאנטריאל קאנאדע.
בשנת תשי״ז איז ער אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער איז געווען פון די חשובע רבני העיר.

אָז נִדְבְּרוּ יִרְאֵי יְהוָה אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ
א שטארקע הארמאנישע ידידות ואחוה וריעות האט געהערשט צווישן די חשובע רבנים פון די שטאט.
ווי:
הגאון הגדול רבי פנחס הירשפרונג זצ״ל - אב״ד מאנטריאל.
הגה״צ רבי שמעי׳ שווארץ זצ״ל - אב״ד קהל יטב לב.
הגה״צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ״ל - רב דחסידי בעלזא.
הגה״צ רבי אשר שמואל כ״ץ - אב״ד דזיבאוי.
הגה״צ רבי שמואל אונדסדורפער זצ״ל - אב״ד ראשית חכמה.
הגה״צ רבי דוד קליין (ברוין) זצ״ל - אב״ד טאבּ.
הגה״צ רבי אייזיק מאשקאוויטש זצ״ל - אב״ד מאור הגולה.
הגה״צ רבי מרדכי מאשקאוויטש זצ״ל - אב״ד סאבאסלאוי.

א גאר ספעציעלער ידידות האט געהערשט צווישן דעם מילדויער רב און הרה״ק מטאש זצ״ל, ווערנדיג א שכן טוב מיטן טאהשער רבין זענען זיי געווארן גאר נאנטע ידידים און מקושר בעבותות אהבה און צוזאמען ארומגעוואנדערט און געקלעטערט יום ולילה לטובת אחינו בני ישראל שאפענדיג גרויסע צדקות און זייענדיג פארוויקלט מיט פילע אנדערע פעולות כבירות לטובה.

זִכָּרוֹן לְפָנָיו לְיִרְאֵי יְהוָה וּלְחֹשְׁבֵי שְׁמוֹ
לימים ווען די גדולי האדמורים פלעגן קומען באזוכן די שטאט מאנטריאל איז דער מילדויער רב געגאנגען מקבל פנים זיין די פני העדה און זיך ווארעמען ביי די טישן שב״ק, והם לעומתם פלעגן קומען לביתו לביקור גומלין צו הערן פון זיינע אוצרות סיפורי קודש מבית אבותיו ורבותיו.
אזוי ווי:
הרה״ק מסאטמאר זצ״ל
הרה״ק בעל ״אמרי חיים״ מוויזניץ זצ״ל - ואח״כ בניו כ״ק האדמורים זצ״ל.
הרה״ק בעל ״חקל תפוחין" מקאלוב זצ"ל
הרה״ק בעל ״נועם אליעזר״ מסקולען זצ״ל.
הרה״ק מצאנז קלויזנבורג זצ״ל.
הרה״ק הגאב"ד הרמ"א פריינד זצ"ל.
הרה״ק בעל ״ברכות שמים״ מקאשוי זצ״ל.
א ספעציעלער ידידות איז געווען מיט הרה״ק בעל ״ברך משה״ מסאטמאר זצ״ל. (אין יענע טעג נאך סיגוטער רב)

ער'ט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן איבערדריקן ספרי אבותיו הק׳ און מפיץ געווען די אורות הגדולים פון די שרי התורה זצ״ל. ושמר על גחלת הקודש לבית אבותיו הקדושים בכל מאודו ונפשו.

סוף ימיו האט ער זיך באזעצט אין די שטאט קרית יואל.

ונסתלק לגנזי מרומים ביום ביום ב׳ דר״ח אלול שנת תשנ״א. ביום ההילולא של זקינו שהיה דבוק בו ובתורתו בכל נפשו הגאון הקדוש בעל ״רחובות הנהר״ מווערפעלעט זצ״ל.

ומנוחת כבודו בחלקת הרבנים בקרית יואל.

כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה
השאיר אחריו דור ישרים יבורך בנים ובני בנים, רבנים ומרביצי תורה.

בניו הרבנים:
הגה״צ רבי משה שליט״א - ממילדוי.
הגה״צ רבי מאיר יהודה שליט״א - אבדק״ק טשאטה.
הגה״צ רבי יעקב מנחם שליט״א - אבדק״ק טאָרנא.
הרה״ג ר׳ שרגא צבי שליט״א.
הרה״ג ר׳ נפתלי זאב שליט״א - אבדק״ק ווערפעלעט.

חתניו:
הגה״צ רבי נתנאל ליבערמאן שליט״א - מבעסערמין.
הרה״צ רבי ישראל דאכנער שליט״א - מבערמעהט.
הרה״צ רבי אלעזר אלימלך הכהן גלאנץ שליט״א. - מח׳ ספרי ״ויאמר אלעזר הכהן״
הרה״צ רבי יוסף דוד הירש שליט״א - רב ביהמ״ד באדאישל.
אטעטשמענטס
רבי שלום דוב טענענבוים - הרב מילדוי.jpg
רבי שלום דוב טענענבוים - הרב מילדוי.jpg (567.67 KiB) געזען 4116 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

האשכול הכוללת למשפחת הארזים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=21125
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

רבי שלום דוב זצ"ל (אויבן רעכטס) אלס בחור מיט אביו הגה"ק בעיר מילדוי
לינקס איז זיין ברודער הבחור החריף רבי שרגא צבי הי"ד
אטעטשמענטס
רבי משה טענענבוים - בעל %22מסעות משה%22.jpg
רבי משה טענענבוים - בעל %22מסעות משה%22.jpg (300.75 KiB) געזען 4095 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

כרטיס רבני בעיה״ק
אטעטשמענטס
שלום דוב טננבוים - רב ממילדוי.jpg
שלום דוב טננבוים - רב ממילדוי.jpg (182.91 KiB) געזען 4037 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

רבניש האט געשריבן:צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק).
אטעטשמענטס
הרב שמואל קעניגסבורג.JPG
הרב שמואל קעניגסבורג.JPG (79.86 KiB) געזען 3963 מאל
הרב ממילדוי עם הרב שמואל קעניסבורג.JPG
הרב ממילדוי עם הרב שמואל קעניסבורג.JPG (107.46 KiB) געזען 3963 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

האט דער מילדויער רב פארציילט:

איין ערב פסח איז געקומען דער הויז בחור פון הרה״ק רבי אהרל׳ע ראטה זצ״ל - משומרי אמונים. פארקויפן דעם חמץ פארן גאב״ד רבי זעליג ראובן בעניגס זצ״ל.

אינעם שטר איז געשטאנען אז ער פארקויפט די מאשין מצות וואס האט געהאט דעם הכשר הבד״ץ באישור של הגאב״ד.

האט רז״ר געזאגט פארן הויז בחור ער זאל גיין זאגן פאר זיין רבין, אז פאר זיין חמץ וועט ער זיין דער גוי... ער קויפט עס אפ.!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נאך האט דער מילדויער רב פארציילט:

בשנת תש״ו ווען דער סאטמאר רב איז אנגעקומען נאכן קריג קיין ירושלים, האט דער סאטמאר רב געוואלט גרינדן א חבורה מיט געוויסע תקנות וואס ערט האט געוואלט זיינע מענטשען זאלן איינהאלטן, א מספר פון דריי הונדערט יודן האבן זיך שוין געהאט איינגעשריבן אין דעם חבורה, און מען האט געמאכט אן אסיפה מיט אלע חברים צו חתמענען די תקנות.

צווישן די בני החבורה איז געווען הרה״צ רבי עמרם בלויא זצ״ל, האט ער דעמעלס געבעטן דעם סאטמאר רב אז מזאל מאכן נאך א תקנה, אז מטאר נישט שיקן אינעם ״בית יעקב” שולע.

האט אים דער סאטמאר רב געזאגט אז אזא תקנה מאכט ער נישט!

ווייל דעמעלס וועט קיינער נישט אויספאלגן די איבריגע תקנות. און ער האט געזאגט בזה״ל: ״פון צופיל קען מען קיינמאל נישט אנקומען... מן הזהירות - שלא תרבה להיזהר״ (חובת הלבבות)

דער חבורה איז צום סוף בטל געווארן ווייל דער סאטמאר רב האט געזהן אז יעדער לייגט צו און פאדערט אנדערע תקנות וואס אים שמעקט נישט.
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

רבניש האט געשריבן:מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק.
אטעטשמענטס
9EEED6F6-B80B-4AED-B9FD-07F177457602.jpeg
9EEED6F6-B80B-4AED-B9FD-07F177457602.jpeg (148.89 KiB) געזען 3599 מאל
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

ספר מי נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

2497285F-5BCA-4826-8030-04874B46FB86.jpeg
2497285F-5BCA-4826-8030-04874B46FB86.jpeg (138.93 KiB) געזען 3599 מאל
אטעטשמענטס
8332248E-43C8-481F-A614-4BE50E9540AE.jpeg
8332248E-43C8-481F-A614-4BE50E9540AE.jpeg (174.94 KiB) געזען 3599 מאל
CC3F5FF5-B38F-4AC2-902F-CD00286DEB51.jpeg
CC3F5FF5-B38F-4AC2-902F-CD00286DEB51.jpeg (87.72 KiB) געזען 3599 מאל
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

http://www.hebrewbooks.org/33703
די ספר מי נח פון היברו בוקס, פארמאגט אויפן שער-בלאט די חתימה פון רבי שמואל קעניגסבערג [עכ"פ קוקט שטארק אויס אזוי].
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

הגה״צ מילדויער רב זצ״ל, מיט הגה״ק פאפא רב, בעל ויחי יוסף זצ״ל.
און הגה״צ רי״י ניימאן זצ״ל רב דמחזיקי הדת בעלזא. ביי א שמחה אין מאנטריאל.
אטעטשמענטס
7EBAF6CC-DE88-4738-89CF-BD5F71DC022C.jpeg
7EBAF6CC-DE88-4738-89CF-BD5F71DC022C.jpeg (492.71 KiB) געזען 2436 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לכבוד די יארצייט
דביה תחדי נפשא
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

רבניש האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק).

געווען א תולדות אהרן חסיד?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

דער הויז בחור פונעם סאטמאר רב זי״ע - הרב אהרן יידל שווארץ הי״ו פארציילט

אז סיז געווען בשנת תשי״ט ווען דער מילדויער רב איז געווען א רעלאטיוו נייער תושב בעיר מאנטריאל.

איז דער הייליגער סאטמאר רב געווען אין מאנטריאל פאר א באזוך.

הרב שלמה בראווער ז״ל מראשי מוסדות סאטמאר
האט אפגעמאכט מיטן רבין, אז היות עס איז הייס סטוט זיך מיט רעכטע און לינקע רבנים, גייט די רבי נישט גיין באזוכן קיין איין רב נישט אזוי וועט מען אויסמיידן פילע קריטיק.

איין צופרי גאר פרי, (פארשטייט זיך נאך פארן דאווענען) בעט די רבי פונעם הויז בחור ר׳ אהרן יידלען ער זאל אים ברענגן דעם טיליפ מיטן שטעקן.

וואס איז ווי גייט מען פרעגט ער דעם רבין מיט וואונדער און דרך ארץ?

איך וויל גיין באזוכן הגה״צ רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל דעם מילדויער רב. איז געווען דעם רבין׳ס ענטפער.

די רבי האט אראפשפאצירט ממש נאר מיטן הויז בחור, ביז צום שטוב פונעם מילדויער רב, מען האט אריינגעקלאפט, פארשטייט זיך דער מילדויער רב איז געווען אין א שאָק.... אזאנס דער הייליגער סאטמארער רבי בכבודו ובעצמו איז דא ביים טיר אן א שום מעלדונג, די רבי איז אריין און מען האט הערליך פארברענגט מיט ספורי קודש פאר א היפש לאנגע וויילע. ווען קיינער איז נישט דארט. דעם מילדויער רב׳ס קינדער זענען נאך אלע געווען פיצלעך קינדער.

שפעטער נאכמיטאג האט ר׳ שלמה בראווער זיך דערוויסט אז די רבי האט אים אויסגעשפילט, האט ער פארגעהאלטן דעם רבין היתכן מען האט דאך אפגערעד אז מעגייט נישט צו קיין שום רב אין די שטאט.

האט די רבי מיט א שמייכל גענטפערט, איך וועל דיר זאגן מיטן גיין צום מילדויער רב האב איך געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי.

היות דער מילדויער רב איז א פריש געקומענער רב דא אין שטאט פון ארץ ישראל.
זאלסט וויסן אז ער שטאמט פון שרפי מעלה גאוני ארץ. ער האט א קינדער געבענטשטע שטוב, האב איך געקלערט אז אויב סוועט זיין אזעלכע וואס ווען וועלן געבן מיט א ברייטערע הארץ ווען זיי וועלן הערן אז איך בין געגאנגען דייקא נאר אים באזוכן, ע״כ האב איך געמאכט אן אויסנאם מיטן אפמאך און כאב מיך מטריח געווען אליינס אראפצוגיין.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מחצה''ק האט געשריבן:דער הויז בחור פונעם סאטמאר רב זי״ע - הרב אהרן יידל שווארץ הי״ו פארציילט

די מעשה איז אמת.
סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק).

געווען א תולדות אהרן חסיד?

ניין.
רבי שמואל קעניגסבורג איז געווען א עכטער סאטמארער חסיד.
אבער בידידות מיטן תולדות אהרן רבין זצ״ל, אויב דענק איך גוט פלעגט ער אולי דארט דאווענען צומאל.

רבי שמואלס חתימה פיגורירט אויף דעם כתב התקנות פון אנ״ש דביהמ״ד ״אהל רחל״ חסידי סאטמאר שנת תרצ״ד.

רבי שמואל איז געווען א יליד ליזענסק ווי אויבן דערמאנט.
עריז צוגעצויגן געווארן צו סאטמאר, ווען עריז נתייתם געווארן אלס קינד, האט זיין מאמע נאכאמאל חתונה געהאט קיין סערביע אין די באקאנטע שטאט ״זענטא״ דארט איז געווען א גרויסע באזע פון סאטמארע חסידים. ווי באקאנט, וואס דורכדעם האט דער ״ברך משה״ זצ״ל דארט געקריגן דעם רבנות פאסטן יונגערהייט פונעם פעטער, היות סיז געווען א ״סאטמארער״ שטעטל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרה״צ רבי שמואל היה נהנה מיגיעה כפיו כל ימיו (הגם שמעולם לא הצליח... :P ) לפני שעלה ארצה היה שו״ב בעיירות באונגארן.
והגה״ק המהרי״ץ דושינסקיא רצה מאוד ליתן לו משרה בתור שו״ב בעדה החרדית, אבל האלטגעזעצענע נהגו מלחמה נגד החדשים שבאו מאונגארן, והם לא נתנו שמרן יתן לו משרה, ע״כ בהכרח היה תמיד מחפש אחר פרנסות לפרנס את ביתו.

בתמונה; ר׳ שמואל באחד מפרנסותיו בקיאסק שלו מוכר מי סודה ומטעמים.
אטעטשמענטס
E5C01E45-61F1-4FE7-83FE-52EBEE28D9B9.jpeg
E5C01E45-61F1-4FE7-83FE-52EBEE28D9B9.jpeg (361.1 KiB) געזען 2327 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

רבניש האט געשריבן:סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.

וואס איז די שאלה? ער איז דאך געווען א 20 יעריגע בחור דעמאלטס, און ער האט שוין חתונה געהאט תשכ"א
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.

וואס איז די שאלה? ער איז דאך געווען א 20 יעריגע בחור דעמאלטס, און ער האט שוין חתונה געהאט תשכ"א

דאן שטימט אלצדינג. איז זיכער גוט!
איינער האט מיר נאר געגעבן אזא זאג אז ר׳ אהרן יידל איז שוין נאר געווען הויז בחור ווען ס׳האט זיך אנגעהויבן די וואכן טעג.
כמיין אז סיז הערשט געווען אין די כ׳
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מחצה''ק האט געשריבן:דער הויז בחור פונעם סאטמאר רב זי״ע - הרב אהרן יידל שווארץ הי״ו פארציילט

אז סיז געווען בשנת תשי״ט ווען דער מילדויער רב איז געווען א רעלאטיוו נייער תושב בעיר מאנטריאל.

איז דער הייליגער סאטמאר רב געווען אין מאנטריאל פאר א באזוך.

הרב שלמה בראווער ז״ל מראשי מוסדות סאטמאר
האט אפגעמאכט מיטן רבין, אז היות עס איז הייס סטוט זיך מיט רעכטע און לינקע רבנים, גייט די רבי נישט גיין באזוכן קיין איין רב נישט אזוי וועט מען אויסמיידן פילע קריטיק.

איין צופרי גאר פרי, (פארשטייט זיך נאך פארן דאווענען) בעט די רבי פונעם הויז בחור ר׳ אהרן יידלען ער זאל אים ברענגן דעם טיליפ מיטן שטעקן.

וואס איז ווי גייט מען פרעגט ער דעם רבין מיט וואונדער און דרך ארץ?

איך וויל גיין באזוכן הגה״צ רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל דעם מילדויער רב. איז געווען דעם רבין׳ס ענטפער.

די רבי האט אראפשפאצירט ממש נאר מיטן הויז בחור, ביז צום שטוב פונעם מילדויער רב, מען האט אריינגעקלאפט, פארשטייט זיך דער מילדויער רב איז געווען אין א שאָק.... אזאנס דער הייליגער סאטמארער רבי בכבודו ובעצמו איז דא ביים טיר אן א שום מעלדונג, די רבי איז אריין און מען האט הערליך פארברענגט מיט ספורי קודש פאר א היפש לאנגע וויילע. ווען קיינער איז נישט דארט. דעם מילדויער רב׳ס קינדער זענען נאך אלע געווען פיצלעך קינדער.

שפעטער נאכמיטאג האט ר׳ שלמה בראווער זיך דערוויסט אז די רבי האט אים אויסגעשפילט, האט ער פארגעהאלטן דעם רבין היתכן מען האט דאך אפגערעד אז מעגייט נישט צו קיין שום רב אין די שטאט.

האט די רבי מיט א שמייכל גענטפערט, איך וועל דיר זאגן מיטן גיין צום מילדויער רב האב איך געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי.

היות דער מילדויער רב איז א פריש געקומענער רב דא אין שטאט פון ארץ ישראל.
זאלסט וויסן אז ער שטאמט פון שרפי מעלה גאוני ארץ. ער האט א קינדער געבענטשטע שטוב, האב איך געקלערט אז אויב סוועט זיין אזעלכע וואס ווען וועלן געבן מיט א ברייטערע הארץ ווען זיי וועלן הערן אז איך בין געגאנגען דייקא נאר אים באזוכן, ע״כ האב איך געמאכט אן אויסנאם מיטן אפמאך און כאב מיך מטריח געווען אליינס אראפצוגיין.

די יודע סיפור פארציילן אז דער סאטמאר רב האט געהאט נאך א סיבה צו זיין גיין. א סיבה שניה.

עס האט זיך געטון עפעס א פאליטיק אינערהאלב די קהילה (עפעס האט זיך געטון דארט מיט שיינע אידשאפט אינעם סאטמארן ביהמ״ד) דער רבי איז דאך געווען א קלוגער מנהיג און אלץ געוואלט דערגרינטעווען אלעס עד הסוף נאך פאר די ביידע זייטן קומען צו גיין מיט זייערע מעשיות, האט ער געוואלט זייער הערן דעם גאנצן אמת. אז איינער א חשובער איד זאל אים דאס פארציילן אן א באהאלטן די עכטע דעטאלן, אן א פחד, און פארשטיי זיך עס האלטן בסוד, דאס האט ער געקענט באקומען נאר ביים מילדויער רב. וואס איז נאך געווען אביסל א נייע געקומענער דרויסנדיגער וואס זאל עס פארציילן דברים כהוויתן אן א שווענצעריי, און בכלל איז ער געווען אן איש אמת.

פארשטייט זיך אז ווען די בעלי טענה זענען געקומען יעדער מיט זיין צד דעם קאפ פארדרייען דעם רבין האט ער שוין דער קלוגער מנהיג אלעס געוויסט... און געהייסן טון וויזוי ערט פארשטאנען פאר ריכטיג.!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבניש האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.

וואס איז די שאלה? ער איז דאך געווען א 20 יעריגע בחור דעמאלטס, און ער האט שוין חתונה געהאט תשכ"א

דאן שטימט אלצדינג. איז זיכער גוט!
איינער האט מיר נאר געגעבן אזא זאג אז ר׳ אהרן יידל איז שוין נאר געווען הויז בחור ווען ס׳האט זיך אנגעהויבן די וואכן טעג.
כמיין אז סיז הערשט געווען אין די כ׳

ס'האט שוין זיך געענדיגט י"ט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

farshlufen האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.

וואס איז די שאלה? ער איז דאך געווען א 20 יעריגע בחור דעמאלטס, און ער האט שוין חתונה געהאט תשכ"א

דאן שטימט אלצדינג. איז זיכער גוט!
איינער האט מיר נאר געגעבן אזא זאג אז ר׳ אהרן יידל איז שוין נאר געווען הויז בחור ווען ס׳האט זיך אנגעהויבן די וואכן טעג.
כמיין אז סיז הערשט געווען אין די כ׳

ס'האט שוין זיך געענדיגט י"ט.

יא, זיכער גערעכט.
אמאל לאזט מען זיך פארפירן, אפי אויף זאכן וואס מעווייסט...
סקען זיין אפי׳ נאך פריער האט זיך גענדיגט דעי וואכן הויז בחורים, סיז געווען ממש די סאמע ערשטע בחורים וואס האבן געהאט דעם וואכן שיפט.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

רבניש האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקען אויך זיין אז ר׳ אהרן יידל האט עס פארציילט.
די שאלה איז נאר צו ר׳ אהרן יידל שווארץ איז שוין געווען הויז בחור תשי״ט.

וואס איז די שאלה? ער איז דאך געווען א 20 יעריגע בחור דעמאלטס, און ער האט שוין חתונה געהאט תשכ"א

דאן שטימט אלצדינג. איז זיכער גוט!
איינער האט מיר נאר געגעבן אזא זאג אז ר׳ אהרן יידל איז שוין נאר געווען הויז בחור ווען ס׳האט זיך אנגעהויבן די וואכן טעג.
כמיין אז סיז הערשט געווען אין די כ׳

ס'האט שוין זיך געענדיגט י"ט.

יא, זיכער גערעכט.
אמאל לאזט מען זיך פארפירן, אפי אויף זאכן וואס מעווייסט...
סקען זיין אפי׳ נאך פריער האט זיך גענדיגט דעי וואכן הויז בחורים, סיז געווען ממש די סאמע ערשטע בחורים וואס האבן געהאט דעם וואכן שיפט.

איין קליינע קארעקשן צו די מעשה
דער רבי זי"ע איז געווען אין מאנטריאל סוף תש"כ נישט תשי"ט
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

מיט הגה''ק ר' בנימין ראבינאוויטץ זצ''ל
אטעטשמענטס
IMG-20200824-WA0031.jpg
IMG-20200824-WA0031.jpg (236.5 KiB) געזען 2232 מאל
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

ביי א חופה פון אחד מיוצ''ח
אטעטשמענטס
IMG-20200824-WA0029.jpg
IMG-20200824-WA0029.jpg (205.74 KiB) געזען 2243 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”