רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'באקאנט זיין אויסטערלישע עבודה פון 'אשרי' יעדן טאג, וואס האט געקענט נעמען קרוב צו א שעה, ובפרט ביי די פסוק פותח את ידיך, ווי ער פלעגט פארארבעטן מעשים אויף אויסטערלישע פארנעם.
עד היום ווייסט קיינער נישט וואס ס'געליגן אונטער די עבודה, ער האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן דערפון.

דער איידעם רבי יעקב משה לעבאוויטש ר''י בית הילל האט צוגעלייגט ביי זיין הספד, אז עקסטער האט ער געהאט א ספעציעלע עבודה מיטן זאגן די קאפיטעל מזמור לדוד ה' מי יגור באהליך, וואס ער פלעגט זיך נוהג זיין צו זאגן פאר הודו, ווי מ'פלעגט אנזעהן א זעלטענע עבודה ווי ער פלעגט זיך אפשטעלן ביי יעדן פראז עקסטער, ווי 'הולך תמים' 'ופועל צדק' לא עשה לרעהו רעה' א.א.וו. און דאן געבליבן שטיל א וויילע פארמוח'ט ווי ס'האט אויסגעזעהן ווי ער פארהערט זיך אויף יעדע שטיקל עקסטער ווי האלט איך מיט די מידה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איין נקודה וועל איך שרייבן, וואס מען האט דערמאנט עטליכע מאל ביי די לוי' אין מאנסי, און איך - אזוי ווי אלע וואס האבן דעם איד געקענט - קען מעיד זיין דערויף, אז "קנאה תאוה כבוד" האט ביי דעם איד נישט פארנומען קיין ארט בכלל, לא מיניה ולא מקצתיה. (אפילו די וועלכע האבן נישט ליב געהאט אסאך זאכן וואס ער האט געטון אדער געזאגט מוזן אבער אויף דעם מודה זיין)
יונתן הסוחר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 1:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן הסוחר »

וואס וועט זיין מיט אונז? כהאב א שוואגער א מיליאנער פלעגט זיך נישט רירן אן אים, ער איז א קלוגער ביזנעסמאן אין ער איז ממש פארלוירן ער האט באמת געמיינט אז וועט דערלעבן משיח'ן
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

יונתן הסוחר האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט אונז? כהאב א שוואגער א מיליאנער פלעגט זיך נישט רירן אן אים, ער איז א קלוגער ביזנעסמאן אין ער איז ממש פארלוירן ער האט באמת געמיינט אז וועט דערלעבן משיח'ן

פארשפארט די ביזנעס?!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

האב איך א צעטל וואס ער האט געשריבן פאר מיר ביים זיך שואל עצה זיין (ווען ער האט שוין נישט גערעדט), אפשר וועל איך עס מארגן דא ארויפלייגן.

ס'באוויסט זיין פקחות אין לשער, איך האב אים געזאגט איין ווארט, און ער האט מיר אזוי גוט ארויסגעהאט...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

באקומען אין אישי:
כ"ק אדמו"ר רבי אליעזר חיים בלום זצ"ל מקאשוי, איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הגה"ק רבי רפאל בלום זצ"ל מקאשוי, כ"ו תשרי תרצ"ט לפ"ק, אין שטאט מיהאלעוויץ אין סלאוואקיי.
ביים ברית מילה אינעם ביהמ"ד אין שטאט, האט מען אים געגעבן די נאמען אליעזר, נאכ'ן זיידן הגה"צ רבי אליעזר בלום זצ"ל דומ"ץ סיקסא, וועלכער איז געווען א פאטער פאר אביו של רבינו הרב ר' שמואל ז"ל. [חיים האט ער צוגעגעבן ע"פ הוראת רבו הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זצ"ל, וועלכער האט אים געזאגט ער זאל צוגעבן ביי אלע קינדער נאך א נאמען פאר א סגולה].
נאך פורים תש"ב, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די דעפארטאציעס פון סלאוואקיי, איז דער רבי געווען אין שטוב מיט זיין מוטער, בשעת זיין פאטער הגה"ק מקאשוי זצ"ל האט זיך אויסבאהאלטן אין א בונקער. א תקופה דערויף איז די גאנצע משפחה אנלאפן פון סלאוואקיי קיין אונגארן דורכ'ן שווערצן די גרעניץ, וואו די טאכטער אסתר הינדל איז ליידער אומגעקומען פון די שווערע אומשטענדן. זי איז געווען די דריטע קינד. זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין שטאט קאשוי, און שפעטער נאך וואגעלנישן זענען זיי אנגעקומען קיין פעסט, וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן במשך די קריג, אינעם שוועדישן הויז.
ווען עס איז אנגעקומען די ידיעה איבער די קאסטנער טראנספארט, האט זיין פאטער זצ"ל פרובירט צו פארארבעטן די גאנצע משפחה זאל קענען מיטפארן מיט'ן באן, אבער צוליב די גרויסע געלטער וואס דאס האט געקאסט איז דאס נישט שייך געווען. דאן האט ער פרובירט אז כאטש זיינע צוויי זין, כ"ק אדמו"ר רבי אליעזר חיים זצ"ל, און הרה"ג ר' שאול שלום שליט"א, זאלן מיטגיין, זאגנדיג דערביי אז ער וויל טון דאס זעלבע ווי יעקב אבינו האט געטון ווען זיין ברודער עשו איז אים קעגן געקומען און געוואלט הרג'נען, "ויחץ את העם אשר אתו", ער האט צוטיילט דעם עולם אין צוויי, אז אויב וועלן חלילה א טייל גע'הרג'עט ווערן, "והיה המחנה הנשאר לפליטה", כאטש וועלן די אנדערע איבערלעבן!
דאס איז עווענטועל ארלעדיגט געווארן דורך העסקן מוהר"ר פנחס יודא בלויא ע"ה, וועלכער האט מתחילה געהאט באשטעלט די זיצן פאר זיינע קינדער, אבער וויבאלד זיי זענען שוין דאן אנטלאפן האט ער איבערגעגעבן די זיצן פאר די קינדער פון קאשוי רב.
דער סאטמארער רבי זצ"ל וועלכער האט זיך כידוע געפינען אויף יענעם באן, האט ארויסגעוויזן א ספעציעלן ליבשאפט צו די קאשוי רב'ס קינדער וואס זענען מיט געפארן מיט דעם באן, און האט אין געוויסע געלעגנהייט ארויפגעזעצט די קינדער אויף זיין הייליגן שויס און זיי מחזק געווען אין די שווערע זמנים.

זיי זענען באפרייט געווארן כ"א כסלו תש"ה, אינאיינעם מיט הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, ווען זיי זענען געפירט געווארן קיין שווייץ. די קינדער זענען פלאצירט געווארן אין דעם באקאנטן קינדערהיים אין שטאט 'בעי', שווייץ, וועלכע איז אנגעפירט געווארן דורך א אידישן דאקטאר, ד"ר אשר, וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן נאך פילע הונדערטער קינדער וואס האבן בנסי נסים איבערגעלעבט דעם קריג.

ווען די קריג איז געקומען צו אן ענדע, האט דער קאשוי רב זצ"ל נישט געהאט קיין אהנונג וואו זיינע קינדער געפינען זיך, און ער האט דאן געשריבן א בריוו צו הרב ר' שלמה זלמן שווייד ז"ל, איידעם פון הגאון בעל חלקת יעקב זצ"ל, וועלכער האט געוואוינט אין קאשוי פאר'ן קריג, אבער נאכ'ן קריג האט ער זיך קווארטירט אין שווייץ, און ער האט אים געבעטן ער זאל פרובירן געוואויר צו ווערן וואו די צוויי קינדער האלטן זיך אויף.

ר' שלמה זלמן האט זיך פארבינדן מיט די 'רויטע קרייץ', און זיי איינגעמאלדן אז ער זוכט די צוויי קינדער פון דעם קאשויער רב, און נאך א קורצע צייט האבן זיי איינגעמאלדן אז די קינדער געפינען זיך אין א גוטן צושטאנד אין א קינדערהיים אין שטאט 'בעי'.
דאן איז דער קאשויער רב אריבערגעקומען קיין שווייץ, און דארט זיך פאראייניגט מיט זיינע צוויי באליבטע קינדערלעך. ער האט אבער נישט געוואלט אהיימברענגן די קינדער קיין קאשוי, וויבאלד פון די אלע איבערלעבער פון שטאט האט כמעט קיינער נישט געהאט קיין קינדער וואס האבן איבערגעלעבט, און האט נישט געוואלט מצער זיין די אנדערע אידן, וואס צוליב דעם האט ער איבערגעלאזט אויף דערווייל די קינדער אין דעם קינדערהיים, וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן פאר קרוב צו צוויי יאר, וואס דאן האט ר' שלמה זלמן שווייד אהיימגעברענגט די קינדער קיין קאשוי.
נאך פסח תש"ח האט זיך דער קאשויער רב זצ"ל אריבעגעצויגן קיין אמעריקע, אינאיינעם מיט זיינע צוויי זין, אדמו"ררבי אליעזר חיים און רבי שאול שלום, און איין טאכטער, אשת הגה"צ רבי יצחק יעקב איליאוויטש שליט"א אבד"ק יעמרינג, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.
זיין בר מצוה איז פארגעקומען כ"ו תשרי תשי"ב לפ"ק,
אלול תשי"ז לפ"ק איז ער א חתן געווארן בשעטו"מ מיט הכלה הבתולה מרת צפורה בת הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן ז"ל שו"ב.
ווען דער קאשוי ישיבה איז נתייסד געווארן, בשנת תשי"ט לפ"ק [דאס איז אין צוגאב צו די צוויי יאר תיכף נאכ'ן קומען קיין אמעריקא, וואס האט דער רבי אויך געפירט אן אייגן ישיבה], האט אים זיין פאטער זצ"ל אויפגענומען אלס מגיד שיעור פאר די יונגערע בחורים, וואס איז געווען פלאצירט אויפן דריטן שטאק פונעם ישיבה בנין אויף 195 ראסס סטריט.
אזוי ווי זיין גרויסן פאטער, האט ער נישט געקענט סובל זיין דאס ישיבת כרכים קשה, און דאס גוי'אישקייט אין שטאט, און נאך איידער זיין פאטער זצ"ל האט זיך אריבערגעצויגן קיין אירווינגטאן [בשנת תשכ"ז], האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קרית סקווירא, וואס איז דאן געווען דער איינציגער חסיד'ישער ישוב מחוץ לעיר. דאן האט נאך געלעבט הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל. אויך שפעטער ווען זיין פאטער האט מייסד געווען די קריה אין אירווינגטאן, האט ער זיך נישט געקענט אהינציען, וויבאלד ער האט געהאט ערוואקסענע קינדער וועלכע האבן געדארפט לערנען אין חדר. ער פלעגט יעדן טאג קומען צו פארן פון סקווירא קיין קרית קאשוי אירווינגטאן, וואו ער פלעגט פירן די ישיבה.
ווען דער ישיבה איז אריבער קיין קרית קאשוי אין בעדפארד היללס, איז ער אויך מתחילה אהין, אבער נאך עטליכע יאר האט ער זיך אריבגעצויגן קיין מאנסי, וואו עס איז נתייסד געווארן דער ביהמ"ד בית שמואל קאשוי אויף סוזען, דורך א קבוצה יונגעלייט חסידי קאשוי אין מאנסי, בפקודת הקודש פונעם ברכת שמים זצ"ל, וועלכער האט געשטעלט זיין זון דער רבי זצ"ל אלס רב הביהמ"ד.
***
דער רבי זצ"ל איז געווען א זעלטענע עובד השם במסינ"פ ממש, ער האט געריסן פון זיין גוף שטיקער. כידוע פלעגט ער נישט שלאפן אין קיין בעט, א זאך וואס אלע מקורבים זאגן עדות, און פילע אנדערע וועלכע האבן דאס בייגעוואוינט.
ער איז געווען א גאון נפלא, א בעל מח עצום. ער האט געקענט גאר אסאך לערנען, און פלעגט דאס געדענקן זייער טיף און קלאר.
ער איז געווען באקאנט אלס לוחם מלחמות ד' ווי די פארצייטישע אונגארישע גדולים, וועלכע האבן זיך נישט דערשראקן פאר גארנישט, און זיך בכלל נישט געקימערט וואס מ'וועט זאגן אויף דעם, נאר ארויסגעשריגן דעם אמת מנהמת לבו הטהור. ער האט געהאט א געוואלדיגע חוש פון ליצנותא דעבודה זרה, וואס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף מענטשן, און פלעגט אזוי באווייזן משפיע צו זיין אויף אידישע קינדער לקרבם לאבינו שבשמים.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יונתן הסוחר האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט אונז? כהאב א שוואגער א מיליאנער פלעגט זיך נישט רירן אן אים, ער איז א קלוגער ביזנעסמאן אין ער איז ממש פארלוירן ער האט באמת געמיינט אז וועט דערלעבן משיח'ן

פאר די אלע וואס ווילען וויסען ווער איז די ממלא מקום, אט דא איז אייער תשובה.
קיינער.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

מודעת אבל ביד"ץ עדה החרדית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ביד"ץ
אטעטשמענטס
מודעת אבל קאשוי.jpg
מודעת אבל קאשוי.jpg (350.72 KiB) געזען 4021 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאקאן דינעלי »

גולם פון פראג האט געשריבן:
יונתן הסוחר האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט אונז? כהאב א שוואגער א מיליאנער פלעגט זיך נישט רירן אן אים, ער איז א קל
וגער ביזנעסמאן אין ער איז ממש פארלוירן ער האט באמת געמיינט אז וועט דערלעבן משיח'ן

פאר די אלע וואס ווילען וויסען ווער איז די ממלא מקום, אט דא איז אייער תשובה.
קיינער.

פאר די אלע וואס ווילן וויסן פארוואס די אשכול איז געווען אפגעשפארט פאר א וויילע, אט דא איז אייער תשובה.
די נושא פון ממלא מקום האט געפירט דערצו.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:ווען דער קאשוי ישיבה איז נתייסד געווארן, בשנת תשי"ט לפ"ק [דאס איז אין צוגאב צו די צוויי יאר תיכף נאכ'ן קומען קיין אמעריקא, וואס האט דער רבי אויך געפירט אן אייגן ישיבה], האט אים זיין פאטער זצ"ל אויפגענומען אלס מגיד שיעור פאר די יונגערע בחורים, וואס איז געווען פלאצירט אויפן דריטן שטאק פונעם ישיבה בנין אויף 195 ראסס סטריט.


(שיק א יישר כח פאר יענעם צוריק אין אישי)

דאס הייסט אז פון תש״י ביז תשי״ט א 10 יאר אפשניט האט דער קאשוי רב בעל ברכת שמים נישט געהאט קיין ישיבה? אינטערסאנט. וואס האט ער געטון אין די צייט, אויסער די ערשטע תקופה זייענדיג אין צעהלים.?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

חברא קדישא ד'קהל עדת קאשוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ניחום אבלים
חברא קדישא ד'קהל עדת קאשוי
אטעטשמענטס
ניחום אבלים אדמור זל -01.png
ניחום אבלים אדמור זל -01.png (89.68 KiB) געזען 3952 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ביי א מסיבה לטובת מוסדות פאפא
אטעטשמענטס
Kasho1.jpg
Kasho1.jpg (115.73 KiB) געזען 2206 מאל
Kasho3.jpg
Kasho3.jpg (132.08 KiB) געזען 2210 מאל
Kasho2.jpg
Kasho2.jpg (123.37 KiB) געזען 2210 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:
(שיק א יישר כח פאר יענעם צוריק אין אישי)

ערט געזאגט ברוכים תהיה
רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ווען דער קאשוי ישיבה איז נתייסד געווארן, בשנת תשי"ט לפ"ק [דאס איז אין צוגאב צו די צוויי יאר תיכף נאכ'ן קומען קיין אמעריקא, וואס האט דער רבי אויך געפירט אן אייגן ישיבה], האט אים זיין פאטער זצ"ל אויפגענומען אלס מגיד שיעור פאר די יונגערע בחורים, וואס איז געווען פלאצירט אויפן דריטן שטאק פונעם ישיבה בנין אויף 195 ראסס סטריט.



דאס הייסט אז פון תש״י ביז תשי״ט א 10 יאר אפשניט האט דער קאשוי רב בעל ברכת שמים נישט געהאט קיין ישיבה? אינטערסאנט. וואס האט ער געטון אין די צייט, אויסער די ערשטע תקופה זייענדיג אין צעהלים.?
אטעטשמענטס
7E5F792B-FA80-4779-8922-11AB98B4AA81.png
7E5F792B-FA80-4779-8922-11AB98B4AA81.png (121.05 KiB) געזען 2198 מאל
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זיין זון ר' יעקב יוסף הייסט נאכ'ן סקווער'ע רבי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

דריידל האט געשריבן:זיין זון ר' יעקב יוסף הייסט נאכ'ן סקווער'ע רבי?

יא, ער איז געווען שטארק מקושר קיין סקווירא און אפילו געוואוינט דארט אפאר יאר
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

מכתב כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל לקראת כינוס הרבבות טו"ב סיון תשע"ז לפ"ק
קאשוי זצל כינוס הרבבות סיון תשעז.jpg
קאשוי זצל כינוס הרבבות סיון תשעז.jpg (554.9 KiB) געזען 2134 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

זיך משתתף בשארית כוחותיו ביים כינוס הרבבות

ביים אנקומען:
08 Rabonim (16).jpg
08 Rabonim (16).jpg (28.97 KiB) געזען 2115 מאל


בשעת די דרשה פון הגאון ר' אהרן שעכטער שליט"א ר"י ר"ח בערלין:
E72A4628.jpg
E72A4628.jpg (142.6 KiB) געזען 2115 מאל


מפאר בראש המסובין:
E72A4803.jpg
E72A4803.jpg (134.89 KiB) געזען 2115 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

מכתב כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל לקראת כינוס כלל ישראל ער"ח סיון תשע"ב
כינוס כלל ישראל קאשוי.png
כינוס כלל ישראל קאשוי.png (79.34 KiB) געזען 2035 מאל
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

שטיגליץ האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:זיין זון ר' יעקב יוסף הייסט נאכ'ן סקווער'ע רבי?

יא, ער איז געווען שטארק מקושר קיין סקווירא און אפילו געוואוינט דארט אפאר יאר

והוא העיקר, ער האט געוואוינט דארט (און דער זון איז געבוירן) אין די תקופה נאך וואס סקווירא רבי זצוק"ל איז אוועק, און ס'איז געווען דאן א שטארקע געפיל דארט אין שטעטל צו געבן דעם נאמען נאך אזא גרויסע איד, און דערנאך וואס זיין טאטע דער פריערדיגער קאשוי'ער האט אויך געהאט א שטארקע הערצה און ידידות מיט'ן סקווירא רבי זצוק"ל, האט ער געגעבן דעם נאמען, לפע"ד.

גראדע אין א זייטיגע נאטיץ, איז ער געווען א ידיד נעורים (טאקע ממש פין אלס קינד און שפעטער אלס תושב אין שטעטל) מיט יבלחט"א דעם היינטיגן סקווירא רבי'ן שליט"א.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

בציון אביו הק' זי"ע

KashoiYurtzeit_001.jpg
KashoiYurtzeit_001.jpg (79.8 KiB) געזען 1968 מאל

KashoiYurtzeit_001.jpg
KashoiYurtzeit_001.jpg (65.45 KiB) געזען 1968 מאל

KashoiYurtzeit_002.jpg
KashoiYurtzeit_002.jpg (56.98 KiB) געזען 1968 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:זיין זון ר' יעקב יוסף הייסט נאכ'ן סקווער'ע רבי?

יא, ער איז געווען שטארק מקושר קיין סקווירא און אפילו געוואוינט דארט אפאר יאר

והוא העיקר, ער האט געוואוינט דארט (און דער זון איז געבוירן) אין די תקופה נאך וואס סקווירא רבי זצוק"ל איז אוועק, און ס'איז געווען דאן א שטארקע געפיל דארט אין שטעטל צו געבן דעם נאמען נאך אזא גרויסע איד, און דערנאך וואס זיין טאטע דער פריערדיגער קאשוי'ער האט אויך געהאט א שטארקע הערצה און ידידות מיט'ן סקווירא רבי זצוק"ל, האט ער געגעבן דעם נאמען, לפע"ד.

גראדע אין א זייטיגע נאטיץ, איז ער געווען א ידיד נעורים (טאקע ממש פין אלס קינד און שפעטער אלס תושב אין שטעטל) מיט יבלחט"א דעם היינטיגן סקווירא רבי'ן שליט"א.

הרבנית מקאשוי תליט"א איז דאכט זיך די ערשטע נאמען נאך הרבנית צפורה ע"ה א"ח מרן מהר"ד מסקווירא זי"ע.
נפש ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 06, 2018 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש ישראל »

אדער יא האט געשריבן:האב איך א צעטל וואס ער האט געשריבן פאר מיר ביים זיך שואל עצה זיין (ווען ער האט שוין נישט גערעדט), אפשר וועל איך עס מארגן דא ארויפלייגן.

ס'באוויסט זיין פקחות אין לשער, איך האב אים געזאגט איין ווארט, און ער האט מיר אזוי גוט ארויסגעהאט...

ער האט אמאל געזאגט אז א בחור וואקט אים איינמאל אריבער האט ער אים ארויס
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

במחיצת אביו הגדול זצ"ל
אטעטשמענטס
frg (1).jpg
frg (1).jpg (261.57 KiB) געזען 1735 מאל
frg (2).jpg
frg (2).jpg (335.78 KiB) געזען 1735 מאל
דביה תחדי נפשא
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

דברי הספד פון תלמידו כ'ק הגה'צ רבי אהרן קרויס שליט'א

https://www.dropbox.com/s/pcq9qlqq3y50b ... a.MP3?dl=0
יד ושם
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יד ושם »

דריידל האט געשריבן:זיין זון ר' יעקב יוסף הייסט נאכ'ן סקווער'ע רבי?

שמעתי ששמו יעקב יוסף אחר זקינו חותן חותנו ר' יעקב זיכערמאן, והוסיף שם "יוסף" שהיה הברי"מ ביום אושפיזא דיוסף, ואינו יודע מקור לזה, ונראה שיש בו קצת אמת
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”