בלאט 1 פון 18

הגה"ק רבי אליעזר חיים בלום, אדמו״ר מקאשוי זצ"ל

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:00 pm
דורך קארלין
האדמו"ר מקאשוי נסתלק לגנזי מרומים

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:04 pm
דורך אור ישר
בד"ה

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:05 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אור ישר האט געשריבן:בד"ה

ווען האט עס פאסירט ?

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:05 pm
דורך קארלין
צורת קדשו

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:12 pm
דורך שטיגליץ
די ליכטיגע שמייכל

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:18 pm
דורך חושב מחשבות...
אוי ווי ווען האט דאס פאסירט?
ברוך דיין האמת

זיך אסאך געווייקט ביי איהם..

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:20 pm
דורך חושב מחשבות...
הער איך אז די לוי' איז שוין היינט נאכט

איינער קען אריינקומען מיט דעיטעילס?

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:25 pm
דורך בראשית ברא
ווי אלט

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:26 pm
דורך קארלין
בראשית ברא האט געשריבן:ווי אלט

81

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:28 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
[quote="חושב מחשבות..."]אוי ווי ווען האט דאס פאסירט?
ברוך דיין האמת

שבת ביינאכט

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:40 pm
דורך ר יעקב צבי
חושב מחשבות... האט געשריבן:הער איך אז די לוי' איז שוין היינט נאכט

איינער קען אריינקומען מיט דעיטעילס?


@Kolhaolam: NEW YORK: Baruch Dayen Emes: Kashau Rebbe Zatzal passed away today. He was 81. Levaya 8:30 tonight at his Shul in Williamsburg

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 6:57 pm
דורך knowledge
אוי בד״ה

גדול וקדוש היה הרבי זצוק״ל

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:16 pm
דורך shimon7323
וועט די לויה בכלל נישט זיין און מאנסי?

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:22 pm
דורך חושב מחשבות...
יעצט גערעדט מיט א אייניקל,
די לוי' וועט קודם זיין אין וויליאמסבורג, דערנאך אין מאנסי בבית מדרשו, דערנאך צום בית החיים אין קאית קאשוי

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:24 pm
דורך shimon7323
יישר כחכם.

וועלעכע צייט וועט עס בערך זיין און מאנסי? אויב מעגליך צו אפדעיטן .

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:26 pm
דורך חושב מחשבות...
די רבי איז אוועק פרייטאג צונאכטס 9:30 במעמד פון א מנין פון די בני משפחה

פרייטאג נאכמיטאג 2 אזייגער זענען זיך צאמגעקומען א גרויסן ציבור תלמידים וחסידים, צו פסוקי יוחד און ווידוי, לאור וואס די מצב איז געווארן שמעלער און שמעלער, און ביינאכט בליל השבת קודש יצאה נשמתו בטהרה, והתדבקה ביוצרה

הוי מן יתן לנו תמורתו

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:27 pm
דורך רעסטאראנט
ווילאנג צוריק איז זיין טאטע אוועק ?

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:28 pm
דורך חושב מחשבות...
shimon7323 האט געשריבן:יישר כחכם.

וועלעכע צייט וועט עס בערך זיין און מאנסי? אויב מעגליך צו אפדעיטן .

זאכן קענען זיך נאך טוישן, אבער ס'הייסט ארום 9:00 וועט עס זיין אין וויליאמסבורג, לכאורה נאך 11 אין מאנסי

אבער נאכאמאל מ'וועט דארפן ווארטן אפאר שעה צו וויסן מער קלאר

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:28 pm
דורך אבן יקרה
רעסטאראנט האט געשריבן:ווילאנג צוריק איז זיין טאטע אוועק ?

כ' אדר תשס"ה

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:28 pm
דורך חושב מחשבות...
רעסטאראנט האט געשריבן:ווילאנג צוריק איז זיין טאטע אוועק ?

תשס''ה

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:34 pm
דורך קאץ און מויז
דאכצמיר אז ער האט נאר איין זון און צען טעכטער

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:43 pm
דורך קאנאדישע קאריספעדאנט
טאהשע רבי שליט"א ביי א באזיך בערל א האלבע יאר צוריק

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:44 pm
דורך קאנאדישע קאריספעדאנט
קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:טאהשע רבי שליט"א ביי א באזיך בערל א האלבע יאר צוריק

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:49 pm
דורך סביב העולם
ווען דער פאטער כ"ק הגה"ק מקאשוי זצוק"ל האט אים גענומען אלס קינד אין פעסט צו הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע האט ער אראפגענומען די טיכל וואס פלעגט זיין ארום זיין האנט וואס כידוע האט דער בעלזער רב זי"ע נישט געגעבן די האנט פאר מענטשן עס איז געווען ארומגעוויקלט אבער ביי דעם נפטר זצ"ל האט ער אראפגענומען דעם טיכל און אים גערייכט די האנט.
_

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:50 pm
דורך חושב מחשבות...
די פעדער איז צו נישטיג און די פאפיר צו קאלט צו אראפגעבן וואס דער קאשוי רב זצ''ל הכ''מ איז געווען, באפס קצהו אפאר שטריכן;

עבודתו:
די רבי זצ''ל פלעגט יארן לאנג זיצן יעדן טאג איינגעשפארט אין א ד' על ד' צימערל מבוקר ועד הערב און געדינט דעם באשעפער שטיל און איינגעהאלטן, דאס גאנצע וועזן זיינע איז געווען איינגעהילט אין א סוד, מ'פלעגט זיך ווערטלן אז ער וועט מיטנעמען לאחר מו''ע סודות וואס קיינער וועט קיינמאל וויסן, זיין מבהיל'דיגע מוח איז געווען א חידוש שוין אין די אינגע יארן האט די גרויסע טאטע זיך אויסגעדריקט אמאל אז פאר ער איז אריין צום שיעור, ווי בנו חביבו איז געווען צווישן די תלמידים, אז ס'האט זיך איהם געווארפן הענט און פיס וואוסענדיג אז ר' אליעזר חיים'ס טיעפע מח וועט נישט דורכלאזן א סוגיא גרינגערהייט, ס'איז ידוע א גדול האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ר' אליעזר חיים'ס מושכל ראשון איז ווי א צווייטע איד'ס מחשבה און התבוננות פון 2 וואכן, ער פלעגט פרייטאג צונאכטס הארט פארן טיש נעמען א פייל ספרים און דורכמישן ממש כהרף עין, און דערנאך צאמגעשמאלצן א הערליכע טיעפע תורה כאילו ער האט זיך מכין געווען שעות, מ'פלעגט ארויסהערן פארן דאווענען ווי ער זאגט צו זיך די משנה 'חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם התפילה ומתפללין' און דערנאך איז געווען שא שטיל פאר לענגערע צייט, התבננות און דביקות ביז מ'האט געהערט דעם ברכו נפשי און עטיפת טו''ת, ווען ער האט געדאווענט איז די רבי געווען אויסגעטוען פון די וועלט, אפי' ווען איינער איז געשטאנען גאר נאנט האט ער נישט מרגיש געווען, טאמער האט מען איהם געוואלט עפעס זאגן אינמיטן דאווענען האט מען איהם ממש געדארפט אויפוועקן פון זיין דביקות, ער פלעגט האלטן חשבון הנפש קארטלעך ביי זיך ממש עד זקנה ושיבה ווי ער פלעגט פארשרייבן און אנצייכענען יעדע מידה און נקודה ווי א בחור פון דרייצן יאר אלט,

מסירת נפש פארן אמת:
געדינט דעם בורא כחד מקדמאי, אן קיין שום צל של מחשבה מה יאמרו הבריות, אלס געהאט פאר די אויגן דעם 'שויתי' אין אלע מצבים סיי שווערע און סיי ווען ער האט באקומען כבוד מלכים, האט ער זיך נישט דערשראקן קיין פינטעלע פונעם גאנצן ארום, און געטוען וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג באש ובמים, סיי אינעם מלחמת ה' און סיי זיין עבודה תמה ונקיה פון תפילה און דביקות, ס'האט געקענט שטיין הונדערטער אידן ביי א טיש וכדו' און טאמער האט אויסגעפעלט מוחה צו זיין אדער זאגן א מיינונג איבער א נושא וואס די ציבור איז נישט געוואוינט צו הערן, האט ער ניטאמאל געכאפט קיין התפעלות פונעם ארום און ארויסגעשריגן מנהמת לבו דעם דבר ה' ברמה

המשך יבוא