ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ זי''ע

מען דערציילט אז דער טאטע פין ר' דוד'ל לעלובער ווען מען האט געזאגט ביי שלש סעודות הרחמן הוא יברך את עמו בשלום ויזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות וכו' האט ער אזוי פונאדערגעוויינט אז ער האט געקענט חלש'ן האט דער ר' ר' אלימלך געזאגט איינמאל צוזעהדיג די ענין אז יעצט פארשטייט ער שוין וואס ער האט זוכה געוועהן צו האבן אזא הייליג קינד ווי דער גרויסע צדיק ר' דוד'ל לעלובער זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מינצקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינצקער »

בנו של רבי דוד רבי נחמיה נשא את הרבנית רבקה בת רבי מרדכי הלוי מסטאשוב.
ובנו רבי יעקב אב"ד אפטא נשא את הרבנית פיגא בת רבי יעקב קאפל בן מרת צירל (אשת רבי יהודה ליב) אחות של הרבי מלובלין ונשא הרבנית חיה יוטל בת האור לשמים מאפטא.
ולהם בן יחיד רבי מאיר דוד מרדכי משידלוב ונפטר באסטראווצא ב ' אייר תרל"ג. חתן רבי ישראל מסטביחוב בן רבי יעקב אריה מקאוולא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין שטאט דענווער, קאלאראדא איז געווען א חשוב'ער רב בשם רבי יהודה לייב/לייבוש ראזענבלום זצ"ל, ער איז פריער געווען א רב אין פוילן ולימים איז ער געקומען קיין אמעריקא און ווי געזאגט האט ער משמש געווען ברבנות אין דענווער.

בייגעלייגט איז א קורצע ביאגראפיע אויף הרב ראזענבלום פון איינע פון די קובצים תורניים ווי עס איז ערשינען א דבר תורה פון אים, און עס ווערט דערמאנט אז ער איז געווען א לעלובער אייניקל. ווייסט עמיצער פרטים איבער דעם רב און וויאזוי ער איז געווען א לעלובער אייניקל?
אטעטשמענטס
ראזענבלום.png
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

יומא דהילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

היום ה' אלול יומ"ד של נכדו, אדמו"ר הרה"ק רבי דוד צבי שלמה בידערמאן מלעלוב
זי"ע ועכ"י
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אינטערסאנט אז אויף geni זעהט מען א גאנצע משפחה פון נכדי דער געשוויסטער פון ר' דוד
ר' יעקב בידערמאן (עם תמונת מציבתו) און כנראה איז היינט דא איינקליך אין א"י
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף geni זעהט מען א גאנצע משפחה פון נכדי דער געשוויסטער פון ר' דוד
ר' יעקב בידערמאן (עם תמונת מציבתו) און כנראה איז היינט דא איינקליך אין א"י

איך בין נישט זיכער אז מען זאל עס גלייבן. יענער גייט מיט די הנחה אז אלע בידערמאנ'ס פון יענע געגענט פון פולין זענען קרובים; איך וואלט געוואלט זעהן א ראיה אז ר' נחמיה און ר' אביגדור בני ר' דוד הראשון האבן געהייסן בידערמאן!
ר' דוד הראשון איז דאך אוועק קנאפע ניין-צעהן יאהר נאך וואס מען האט איינגעפיהרט משפחה נעמן אין פולין.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:

אויף דער מציבה פון ר' יעקב (נפטר שנת ת"ש, נכתב כנראה ע"י בניו) שטייט קלאר נכד אחיו של ר' דוד מלעלוב וכ"ה על מציבת בנו ר' אלקנה (עס קען זיין א טעות אבער פארוואס זאל מען אזוי זאגען)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף geni זעהט מען א גאנצע משפחה פון נכדי דער געשוויסטער פון ר' דוד
ר' יעקב בידערמאן (עם תמונת מציבתו) און כנראה איז היינט דא איינקליך אין א"י

איך בין נישט זיכער אז מען זאל עס גלייבן. יענער גייט מיט די הנחה אז אלע בידערמאנ'ס פון יענע געגענט פון פולין זענען קרובים; איך וואלט געוואלט זעהן א ראיה אז ר' נחמיה און ר' אביגדור בני ר' דוד הראשון האבן געהייסן בידערמאן!
ר' דוד הראשון איז דאך אוועק קנאפע ניין-צעהן יאהר נאך וואס מען האט איינגעפיהרט משפחה נעמן אין פולין.

אויף דער מציבה פון ר' יעקב (משנת ת"ש) שטייט קלאר נכד אחיו של ר' דוד מלעלוב (עס קען זיין א טעות אבער פארוואס זאל מען אזוי זאגען)

נישט באמערקט. דאס איז שוין עפעס... איך וואונדער מיך צי די אנדערע געשוויסטער איז אויך געבויט אויף אזוינס. לפו"ר פעלט עס היבש glue.
ווארקער חסיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 8:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארקער חסיד »

פרשיסחא האט געשריבן:היינט (יעצט דא אין ארץ ישראל) געפאלט אויס צוויי הונדערט יאר פון די הסתלקות פון דער הייליגער רבי דוד מלעלוב זי"ע.

איימיצער האט מיר געטענה'ט היינט אז עס שטימט נישט פונקט די יארן, ווייל רבי דוד'ל לעלובער איז נסתלק געווארן נאך פאר זיין גרויסן מחותן דער יהודי הקדוש, וואס איז נסתלק געווארן י"ט תשרי תקע"ד, און ממילא עס קען נישט זיין אז רבי דוד'ל לעלובער איז נסתלק געווארן אין יאר תקע"ד.
עס איז ריכטיג?

ביסט הונדערט פראצענט גירעכט. דער הייליגער רבי דוד לעלובער איז אוועק ז' שבט תקע"ג.
משום מה, אפשר כדי זאל דאס שטומען מיט די באווסטע ע"ד-ע"ה יאהרן, איז נשתרש געווארען די טעות.
[יאך האב געהערט וועגען איין אלטען חסידישען חוקר דא אין א"י, פאר עטליכע פופציג יאהר צוריק, וואס האט געשריבען א לענגערע מאמר וועגען דעם מיט קלארע ראיות אויף שנת תקע"ג, אבער ער האט מורא גיהאט דאס מפרסם זיין ווייל עס איז שוין אזוי נשתרש ושבשתא כיון דעל - על. ביז דערווייל האב איך נאך נישט געקריגען דעם מאמר, אבער עטליכע ראיות האב איך אויכעט...]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ווארקער חסיד האט געשריבן:

וואס זענען דער ראיות ?
loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:45 pm

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loeffler »

האט איינער א שיינע בילד פונעם ציון אנע מענטשן ארום?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אין דער ספר מגדל דוד איז דא א הסכמה פון ר' ישראל דוד אב"ד סאחודנוב נכד ר' דוד לעלובער, [בתוך הספר ברענגט ער אויך א עובדא בשמו] איז באקאנט זיין יחוס ארויף ?
[דא שטייט אז זיין משפחה נאמען איז געוועהן ליינמאן, כנראה איז דער א קרוב]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אין דער ספר מגדל דוד איז דא א הסכמה פון ר' ישראל דוד אב"ד סאחודנוב נכד ר' דוד לעלובער, [בתוך הספר ברענגט ער אויך א עובדא בשמו] איז באקאנט זיין יחוס ארויף ?
[דא שטייט אז זיין משפחה נאמען איז געוועהן ליינמאן, כנראה איז דער א קרוב]

שוין געטראפען דער תשובה דא זיין טאטע ר' משה איז געוועהן א איידעם ביי ר' הרב יחיאל אלטר פערלעגר אבד"ק איוואנצק חתן הרה"ק רבי יעקב בידערמאן מאפטא ב"ר נחמיה ב"ר דוד לעלובער (אזוי אויך איז ער אן איינקיל פון דער אור לשמים ואחיו ר' מרדכי) חתימתו כאן
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

היינט נאכט געפאלט די הילולא קדישא פונעם אוהבן ולבן של ישראל
הרה"ק ר' דוד ב"ר שלמה זיע ועכ"י

געזעהן לעצטנעס אז די ערשטע מאל וואס ער איז געפארן צום הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע איז עס געווען בניגוד לדעת אביו, און ווען ער איז אהיים געקומען האט אים דער טאטע געוואלט מכבד זיין מיט א מתנת יד.. איז ער שנעל געלאפן זוכן א שטעקן און געברענגט פארן טאטן... לעלוב בתפארתה!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' צו די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע ועכי"א
היינט אדורך געלערנט אין ספה"ק ישמח ישראל ווי ער ברענגט אראפ די באקאנטע ווארט פין ר' דוד'ל לעלובער זי"ע אויפן פסוק לא תאסיפון...
די ווארט ווערט אויך געברענט אין שם שמואל, רמתים צופים, אין נאך אסאך חסידישע ספרים

זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איטשע טבריאנער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע טבריאנער »

נכדו הרה"ק רבי משה מרדכי זי"ע אמר על הווארט ד'לא תאספון' כי מקובל שבעולם העליון יצא משה רבינו לקראת רבי דוד ואמר לו 'זה מה שכיוונתי באות אל"ף.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איטשע טבריאנער האט געשריבן:נכדו הרה"ק רבי משה מרדכי זי"ע אמר על הווארט ד'לא תאספון' כי מקובל שבעולם העליון יצא משה רבינו לקראת רבי דוד ואמר לו 'זה מה שכיוונתי באות אל"ף.

וואוו קיינמאל נישט געהערט זייער אינטערסאנט

ייש"כ

ווי קען מען זעהן די שטיקל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איטשע טבריאנער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע טבריאנער »

הדברים הובאו בספר ליקוטי דברי דוד.
אוועטאר
איטשע טבריאנער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע טבריאנער »

איטשע טבריאנער האט געשריבן:הדברים הובאו בספר ליקוטי דברי דוד.

לא תאספון.jpg
לא תאספון.jpg (615.59 KiB) געזען 1444 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

זייער אינטערסאנט
Where was R. David of Lelov born ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

כמה ר' דוד בער איכא בשוקא דלעלוב - א שאלה אויף משפחת הרה"ק ר' אביגדור'ל מלעלוב

איך האב לעצטענס געפארשט, כפי קט יכולתי, די משפחה פון א געוויסע בנש"ק, און נאך וואס איך האב געטוהן עד היכן שידי מגעת, וויל איך פארשטעלן מיינע שאלות צום ציבור, אפשר ווייסט איינער עפעס מער.

דער ייד שטאמט פון א משפחה פון די לעלוב'ער געגנט אין פולין וואס איז אריבער קיין טאראנטא (דער פוילישער שטאט אין קאנאדא און אין צפון אמעריקא בכלל, כידוע) פאר דער צווייטער וועלטס קריעג. עס איז מקובל ביי זיי אז זיי זענען אייניקליך פון ר' אביגדור'ל בן הרה"ק מלעלוב (נושא אשכול דינן), אבער ווי אזוי האט מען פארגעסן.

נאך געוויסע פארשונגן מצד המשפחה, איז מען געקומן צו מיר, אנווייזדיג א געוויסע משפחה אין די לעלוב'ער מעטריקל וואס איז קלאהר זייערס א זיידע, און מען האט מיר געבעטן צו זוכן ווייטער.

ב"ה עס איז מיר געלונגן צו טרעפן אז א באבע זייערע איז געוועהן א טאכטער פון ר' דוד בער בידערמאן פון לעלוב, וזוגתו מ' שפרה לבית פרשיסוחער.

[אגב איז זי געוועהן בת ר' יוסף פרישוסכער מלעלוב, וואס ער איז כמעט זיכער דער פאטער פון ר' ישראל יהודה הכהן פרשיסוחער אב"ד שפערוב (חתן ר' פישל משטעקאטשין נכד יערוסלב-לעלוב-וכו'), וואס זיין אלמנה איז געוועהן אשת הרה"ק ר' צדוק הכהן מלובלין בזוש"ל.]

אז מען טרעפט א בידערמאן אין לעלוב ביי א משפחה וואס שטאמט פון ר' אביגדור'ל (וכבר נתבאר אז ר' אביגדור'ל האט אויך געהייסן בידערמאן, ודלא כפקפוקַי מפעם), האט מען לכאורה געטראפן די מהלך.

אבער ווי אזוי?

אין ס' מגדל דוד, דער קלאסישער מקור פון אלע ענייני לעלוב, ווערט טאקע דערמאנט, בערך פינף מאהל, א ייד בשם ר' דוד בער מלעלוב, און אין איין ארט בשמו המלא דוד ישכר בער. אויף עמ' 30 איז דער מחבר מסביר גענוי ווי אזוי ר' דוד בער איז איין אייניקל פון ר' אביגדור'ל: בן חתנו ר' חיים דומ"ץ לעלוב. (עס ווערט דארט געבראכט א מעשה פון ר' חיים מיט גיסו ר' דוד יצחק מזאריק בן ר' אביגדור'ל.)

פארשטייט זיך, איז דא פארהאן א פראבלעם. אז ר' חיים איז געוועהן ר' אביגדור'ס איין איידים, דארף זיין זוהן נישט צו הייסן בידערמאן (און אין פולין טרעפט מען נישט אפט אין יענע תקופה אז מען זאל הייסן מיט'ן מאמע'ס פאמיליע נאמן).

מאידך גיסא, אויף Geni איז פארהאן א גוט-געפארשטער בוים פון משפחת ר' אביגדור'ל - גראדע דורך איין אייניקל פון איין אנדערע קינד זיינע וואס די אייניקליך זענען אריבער קיין טאראנטא - און ער האט א זוהן פון ר' אביגדור בשם ר' חיים.

דער ר' חיים האט געוואוינט אין לעלוב, און לויט די Geni פארשער - ע"פ די מעטריקל פון לעלוב, וואס איך האב נאך געקוקט און עס איז מסתבר כדבריו - איז ר' חיים געוועהן חתן דודו ר' משה מלעלוב-פרשעזבורז ובסוף ימיו בירושלים. פון דער ר' חיים ווייסט דער פארשער נאר פון איין קינד - א טאכטער - אבער דאס הייסט אז אין די מעטריקל פון לעלוב האט ער נישט געטראפן בפירוש נאך א קינד (וואס וואלט נאר געשטאנען ביי א פטירה אדער הייראט פון א קינד, ווייל די פארבליבענע רשימות פון לעלוב הייבן זיך אהן צו שפעט פאר די געבורט פון ר' חיים'ס אייגענע קינדער).

און יעצט איז מיין שאלה: איז יתכן אז אין מגדל דוד איז פארהאן א טעות, און ר' חיים חתן ר' אביגדור איז גאהר ר' חיים בן ר' אביגדור, און ממילא איז ר' דוד בער מלעלוב אונזער ר' דוד בער בידערמאן?

ר' דוד בער בידערמאן האט איבערגעלעבט זיין פרוי מ' שפרה (אוועק אין 1903 אלט 59, 8 קינדער), און זיין פטירה ערשיינט נישט אין די מעטריקל פון ביז 1916, ממילא איז ער מסתמא אוועק שפעטער; ר' דוד בער ב"ר חיים מלעלוב האט שוין נישט געלעבט אין תר"ץ ווען ס' מגדל דוד איז געדרוקט געווארן.

איז דא נאך א זכר פון א ר' דוד בער אין לעלוב, יהיה מי שיהיה?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

(א הבהרה מצד 'והייתם נקיים': איך מאך שוין נישט קיין געלט פון דעם, און איך זיך נישט אומזיסטע הילף דא אויף געצאלטע ארבייט. איך האב פארגעשטעלט פאר מיין קלענט די צדדים פון מיין ספק, ובזה יצאתי ידי חובתי. די שאלה וואס איך שטעל דא איז שוין אלץ טובה און אלץ נייגעריגקייט.)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:

און ווער איז דער ר' יוסף הירש חת"ר אביגדור ? אויף ג'ני טרעף איך איהם נישט
New Picture (4).jpg
New Picture (4).jpg (35.72 KiB) געזען 1054 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע רבי דוד'ל מלעלוב זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
עת רצון
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:58 pm

Re: ר' דוד (הראשון) מלעלוב - ז' שבט תקע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עת רצון »

לחיים צום יארצייט היינט פונעם צדיק וקדוש די אוהבן של ישראל די הייליגע לעלובער זצוק"ל

פאר די מלחמה איז געווען א גרויסע געפארעכטץ ז' שבט קיין לעלוב באקאנט די ווערטער פון רבי אברהמ'לע מאמשינאוו ראדאמסק אז ביי אונז אין משפחה האט מען געוויסט אז מ'דארף א ישועה פארט מען צום ציון הקדוש אין לעלוב און מ'ווערט געהאלפן !!

די אבני נזר האט אים גערופען די שר התורה
רבי ישעי' מפשעדבורז האט געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט רבי דוד'ל לעלובער זיין משיח'ס דיין

פון איינער פון די צדיקים זאגט מען נאך אז ער האט אמאל געזען א אינגערמאן לערנען מסכת בבא קמא האט ער אים געזאגט אז פונקט ווי די ווייסט אז מסכת בבא קמא איז א מסכת אזוי וועט אויך זיין ווען משיח וועט קומען "מסכת דוד מלעלוב" א מסכת פאר זוך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”