רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:דער ר' יעקב אברהם ר"מ דקאוולא איז כנראה ר' יעקב קלסינר ר"מ דקאוולא דער זיידע פון דער נועם מגדים כמבואר כאן וחתם ג"כ על תורת חיים הנ"ל , נזכר ג"כ כאן וכאן]

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ח"ג [מציבת ר' יעקב אברהם הנ"ל, ר' דוד טעביל ב"ר יעקב יש לשער שהוא דוד הנעשכיזער]

דער ר' יעקב אברהם האט געהאט א זוהן רב אין סטאנסלאב
[ערים ואמהות]

קאוולא.jpg
קאוולא.jpg (34.2 KiB) געזען 1420 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת קודש ח' ניסן איז די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי מרדכי'לע נעשכיזער זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

דער שטיקל איז באקאנט ?
[דער זיידע פון דער נעשכיזער]

jpg_00014_B.jpg
jpg_00014_B.jpg (146.32 KiB) געזען 1126 מאל

jpg_00015_A.jpg
jpg_00015_A.jpg (468.55 KiB) געזען 1126 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' ליב אבד"ק נעשחיז חתן ר' ליב הורוויץ [בן המהר"ם טיקטין] חתן אביו ר' ישעיה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ספר שבחי ירושלים לבוב תקנ"ט
א קלארע העתק איז דא דא כרם חב"ד 4 [כמובן צ"ל קאוולי']
דאס איז א גרויסע חידוש !!!!!
עס ווערט שוין דערמאנט ערגעץ ?

jpg_00000004_B.jpg
jpg_00000004_B.jpg (264.36 KiB) געזען 1119 מאל
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג אפריל 25, 2022 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ר' ליב אבד"ק נעשחיז חתן ר' ליב הורוויץ [בן המהר"ם טיקטין] חתן זקנו ר' ישעיה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ספר שבחי ירושלים לבוב תקנ"ט
א קלארע העתק איז דא דא כרם חב"ד 4 [כמובן צ"ל קאוולי']
דאס איז א גרויסע חידוש !!!!!
עס ווערט שוין דערמאנט ערגעץ ?

jpg_00000004_B.jpg

די פלא איז פיפאכיג, אז אין שמן הטוב צייכנט ער צו דעם שבחי ירושלים, און ער פארפעלט אט די טאכטער.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' ליב אבד"ק נעשחיז חתן ר' ליב הורוויץ [בן המהר"ם טיקטין] חתן אביו ר' ישעיה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איטשע האט געשריבן:

ראוולי' האט איהם מסתמא צומישט

אז מען רעדט שוין וועגען דער שמן הטוב איז כדי צו שרייבן, אז דאס וואס ער שטעלט צו ר' ליב בן המהר"ם מטיקטין מיט ר' ליב אב"ד הארקי וראב"ד ווילנא הנזכר בקריה נאמנה אות 54 [מסתמא על סמך רבנות בנו] קען לכאורה נישט שטימען, ווייל דער מצודת דוד וואס ער צייכנט צו כבר נדפס בשנת תצ"ו אין דער טיטלען דארט שטימט נישט ממש מיט וואס ר ליב שרייבט בשנת תפ"ט בהסכמתו לדברי הברית כי צעיר אנכי לימים וכו' עיי"ש, און דער ר' יהודה ליב מטיקטין [וואס דער בעל קריה נאמנה שטעלט שוין צאם] חתמ'ט שוין אין ווילנא בשנת תפ"ז [ועוד יהודה און אריה זענען נישט דער זעלבע]

דער ר' שאול הורוויץ מירושלים איז כנראה ר' שאול חיים הלוי הורוויץ ראב"ד דוברובנה דא ווערט דערמאנט זיין יחוס פיהר דורות [ב"ר אברהם ב"ר אשר מקאסאווי ב"ר יעקב מ"מ בק"ק הוראדאנא], איז באקאנט מער ?
דער בעל שי למורא דערמאנט טאקע אז זיין מאמע איז נכדת המהר"ם מטיקטין דא
דער יחוס פון אשת האור שמח איז באקאנט ?
ווער איז דאס ר' ישעיה מטיקטין ?

דברי הברית
jpg_00000006.jpg
jpg_00000006.jpg (306.24 KiB) געזען 1077 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ר׳ ישעי׳ קען מאן נאכקוקן אין פנקס קהל טיקטין
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איטשע האט געשריבן:ר׳ ישעי׳ קען מאן נאכקוקן אין פנקס קהל טיקטין

דער בעל שמן הטוב מיינט מסתמא בזמנו, דער פנקס ציהט זיך ביזן קריג ?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ר׳ ישעי׳ קען מאן נאכקוקן אין פנקס קהל טיקטין

דער בעל שמן הטוב מיינט מסתמא בזמנו, דער פנקס ציהט זיך ביזן קריג ?

שפ״א - תקס״ו
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' ליב אבד"ק נעשחיז חתן ר' ליב הורוויץ [בן המהר"ם טיקטין] חתן אביו ר' ישעיה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ספר שבחי ירושלים לבוב תקנ"ט
א קלארע העתק איז דא דא כרם חב"ד 4 [כמובן צ"ל קאוולי']
דאס איז א גרויסע חידוש !!!!!
עס ווערט שוין דערמאנט ערגעץ ?

jpg_00000004_B.jpg

אז איינער איז אינטערסירט נאך צו גיין דער תולדות פון ר' נטע הורוויץ אב"ד הורקי (ב"ר לייב בן במהר"ם מטיקטין) הנזכר כאן, קען מען טרעפען אסאך אין דער פנקס קהילת הורקי [בעיקר מעמוד 81 ואילך, אבער פריער אויך]
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אין איינע פון די אוקשנס איז דא די ספר רשפי אש
קר היקרים! רשפי אש להגה"ק מנעשכיז עותק של אחד מגדולי האדמורי"ם עם רישום בכתב יד: "הייתי בשמים ולא ראיתי חידוש כזה הספר!" עם חתימת רבי חיים האגער וקוויטל

יקר היקרים! רשפי אש להגה"ק מנעשכיז עותק של אחד מגדולי האדמורי"ם עם רישום בכתב יד: "הייתי בשמים ולא ראיתי חידוש כזה הספר!"

על דף הפורזץ יש קוויטל: "חיים בן יוכבד"

רישום: "זה הספר שייך להרב הצדיק המפורסם בוצינא קדישא חסידא ופרישא נזר ישראל רכבה"ג כקש"ת..."

"איך בין געווען אין הימל און איך האב נישט געזען אזא חידוש ספר ווי דאס איז. דברי הכותב המצפה לראות בכם כל טוב. הק' שזל וזה ר"ת זה שמי לעולם"

חתימות: הק' חיים האגער"
https://rarityauctionhouse.bidspirit.co ... ~258~20399
ווער קען זיין די חותם הק' שז"ל, אןם ווער איז די רבי חיים האגער
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' מרדכי דערבארעמדיקער חתן ראי"ה מטלוסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

בספר נפשות חסידיו [עמוד ריב ואילך] ווייסט ער צו זאגען אז ראי"ה מטולסט [ב"ר מרדכי ב"ר יוסף מאוסטילא ב"ר מרדכי מנעשכיז] האט געהאט אכט טעכטער, נאר פון דריי ווייסט ער דער נעמען, דהיינו

א. מרת רחל אשת ר' מ"מ ה"ש מקשאנוב [בן ר' נפתלי משם]
ב. מרת יוכבד אשת ר' מ"מ קאנער מסאניק [נכד ר' אברהם אביש משם]
ג. מרת שיינדיל אשת ר' פנחס חאדרוב [נכד התו"ח מקאסוב]

ד. ער ווייסט אויך אז ער איז געוועהן א מחותן א צווייטע מאל מיט צאנזער רב, דאס איז לכאורה דער טאכטער מרת בלומא אשת ר' יקותיאל ה"ש [ב"ר שמעלקא בן הקרייז'ר רב] ווי איך האב געשריבן דא

ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתו מרים עלענבויגען [ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב
דער רעקארד נו' 8

ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה
אויך זעה איך א מלכה עלענבויגען שנולדה בטלוסט שנפטרה בסטאנסלוב בשנת תרס"ב בגיל 26 [נולדה תרל"ד] אפשר איז דאס אויך א טאכטער ? [נו' 70]
ער שרייבט אויך "עוד שלש בנות היו לו שהיו נשואות לבנש"ק מרוסיא" ווייסט איינער פרטים איבער זיי ?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' מרדכי דערבארעמדיקער חתן ראי"ה מטלוסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
......
ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתו מרים עלענבויגען [ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב
דער רעקארד נו' 8

ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה
....
יעצט טרעף איך אין סקאלא בשנת תר"ע דער זעלבע זיווג דארט שטייט שם האב Mordko LEWIJEWICZ ושם האם Maryam HERSCHKOWNA/DERBARYMKER
חיים נולד ב Chocim (Rosja) 08-Apr-1882 [נו' 1]
דער שטאט איז לכאורה חאטין ומסתמא שם האב הוא לוי [יצחק ?]

אויף JewishGen זעה איך בעיר Novoselitsa שאצל חאטין א גאנצע משפחה בשם DERBARIMDIKER [או DERBARMDINER] משנת תרל"א ואילך, ווער איז דאס ?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: ר' מרדכי דערבארעמדיקער חתן ראי"ה מטלוסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
......
ה. ער שרייבט בת אחרת נישאה להרב דערברמדיגר נכד הרה"ק מבארדיטשוב, עס איז יעצט ארויף אויף JRI דער רעקארדס פון דער שטאט Solotwina טרעפט מען דארט בשנת תרפ"ט א [לעגאלע] חתונה פון איינער חיים שנולד בטלוסט בשנת תרמ"ג למאטיל DERBARMDYGIER ואשתו מרים עלענבויגען [ושם האשה היא אסתר מלכה שנולדה בסקאלא בשנת תרל"ז לישראל שמואל וויינפעלד ואשתו באבא], דאס איז לכאורה דער פינפטער טאכטער פון טלוסט'ע רב וחתנו נכד הרה"ק מבארדיטשוב
דער רעקארד נו' 8

ווייסט איינער ווער דער ר' מרדכי קען זיין ? לפי החשבון נולד לפני תרכ"ה
....
יעצט טרעף איך אין סקאלא בשנת תר"ע דער זעלבע זיווג דארט שטייט שם האב Mordko LEWIJEWICZ ושם האם Maryam HERSCHKOWNA/DERBARYMKER
חיים נולד ב Chocim (Rosja) 08-Apr-1882 [נו' 1]
דער שטאט איז לכאורה חאטין ומסתמא שם האב הוא לוי [יצחק ?]

אויף JewishGen זעה איך בעיר Novoselitsa שאצל חאטין א גאנצע משפחה בשם DERBARIMDIKER [או DERBARMDINER] משנת תרל"א ואילך, ווער איז דאס ?
ביי מיר איז פארשריבן:
ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער. נולד בשנת תרל"ג. נפטר בנאוואסעליץ כ"ח טבת תרפ"ט. על מצבתו נכתב: פ"נ איש ישר מו"ה לוי יצחק ב"ר זאב דערבארעמדיגער נכד הרב מבארדיטשוב כ"ח טבת תרפ"ט תנצב"ה.
בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תר"ז. זוגתו חיה לבית מילמאן.
בן ר' בעריש דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקפ"ח. זוגתו שיינדל נולדה בשנת תק"צ.
בן ר' זאב דערבארעמדיגער. נולד בשנת תקס"א. התגורר בעיר חאטין. נפטר בשנת תר"ד. זוגתו פייגא.
בן רבי דוב בער. נולד בשנת תקל"ה בערך. זוגתו חנה.
בן הקדושת לוי
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' מרדכי דערבארעמדיקער חתן ראי"ה מטלוסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:

ייש"כ, אבער דער חיים שנולד בשנת תרמ"ב קען נישט זיין אן איינקיל פון לוי יצחק שנולד תרל"ג, און פון ר' זאב שנולד בשנת תר"ז איז אויך דחוק
איז באקאנט אנדערע קינדער פון ר' בעריש אדער אביו ר' זאב ?

יעצט זעה איך דא האט איינער מסדר געוועהן משפחת ר' זאב, זעה איך דארט טאקע א ר' מרדכי ב"ר ישראל ב"ר זאב שנולד בערך בשנת תרט"ו

דא האט איינער משער געוועהן אז עס איז דער זיידע ממשפחת גאלדשטיין מלאנדאן, האט יענע משפחה א מסורה אז זיי שטאמן פון אנדערע צדיקים אויך ?
-----
הוספה, יעצט טרעף איך צוויי אנדערע זיווגים פון איהם אויף ג'ני]
יקים האט געשריבן:
אין לאנדאן אי פאראהן א היימישע משפחה גאלדשטיין וואס האלטן זיך בן אחר בן מהרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב.
פרעגנדיג איינעם פון די משפחה וואו אזוי גייט די ייחוס. זאגט ער מיר אזוי: ערשט, דאס איז ביי זיי א קלארע מסורה מאבותיהם אז זיי שטאמען בא"ב פון בארדיטשובער רב. נאר וואס, ס'פעלט זיי די פולע שושלת, און זיי ארבעטן טאקע שטארק דערויף, ווער ס'וועט זיי קענען עלפן וועלן זיי עם שטארק באדאנקען.
די סדר הדורות וואס זיי ווייסן גייט אזוי (פון אינטן ארויף):
ר' אפרים שלמה גאלדשטיין, תר"ע (לאנדאן) - תשמ"ח (לאנדאן)
בן ר' יוסף גאלדשטיין, תרמ"ו בערך (בארדיטשוב) - תרע"ח (לאנדאן)
בן ר' דוד מרדכי גאלדשטיין, תר"כ בערך (רוסלאנד) - תרע"א (לאנדאן)
בן ר' ישראל גאלדשטיין, תקפ"ה (רוסלאנד) - תרנ"ט (לאנדאן)
בן ר' זאב
די נאמען גאלדשטיין האב זיי זיך גערופן, וויבאלד זיי האבן געוואלט ארויף גיין קיין א"י, און די טערקישע האבן פונקט יענע יארן געמאכט פראבלעמען פאר רוסישע בירגערס, דערפאר זענען זיי געגאנגען דורך לאנדאן, און זיך געטאשט צו גאלדשטיין. צום סוף זענען זיי למעשה געבליבן אין לאנדאן.
איינער וואס האט עפעס צו צולייגן צו דעם ייחוס, וועט ער שטארק באדאנקט ווערן. ייש"כ!
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' מרדכי דערבארעמדיקער חתן ראי"ה מטלוסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
בספר נפשות חסידיו [עמוד ריב ואילך] ווייסט ער צו זאגען אז ראי"ה מטולסט [ב"ר מרדכי ב"ר יוסף מאוסטילא ב"ר מרדכי מנעשכיז] האט געהאט אכט טעכטער, נאר פון דריי ווייסט ער דער נעמען, דהיינו

א. מרת רחל אשת ר' מ"מ ה"ש מקשאנוב [בן ר' נפתלי משם]
ב. מרת יוכבד אשת ר' מ"מ קאנער מסאניק [נכד ר' אברהם אביש משם]
ג. מרת שיינדיל אשת ר' פנחס חאדרוב [נכד התו"ח מקאסוב]
דארט [עמוד ריא] שטייט אויך אז מרת חנה [אשת ראי"ה] נפטרה בקאסוב י"א ניסן תרע"ט אדער תר"פ, אבער דאס איז א טעות ווייל מען טרעפט איהר פטירה אין סאניק [מסתמא אצל בתה] בי"א ניסן שנת תרע"ח ושם נקברה [לפי הרשום שם]

נו' 19
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון רבי מרדכי'לע נעשכיזער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק מופת הדור רבי מרדכי ב"ר דוב בער זי"ע, בעל רשפי אש

איז געבוירן געווארן אין שטאט נעשכיז, בשנת תק"ח,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי דוב בער מטולטשין סופר ועד ארבע ארצות זי"ע.
און צו זיין מאמע הרבנית הצדיקת מרת גיטל ע"ה.
ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יוסף מלעשנוב זי"ע.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש, גדול בתורת הנגלה והנסתר, און געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקודש,
און טויזענטער אידן זענען געקומען צום רבין מקבל זיין א דרך בעבודת השם, און פאר ברכות און ישועות.

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק מזלוטשוב זי"ע,
און דורך דעם איז ער נתקרב געווארן צו הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע.

נאכן פטירה פון זיין רבי מזלאטשוב זי"ע, האט ער איבער גענומען דאס רבנות אין זלאטשוב און געפירט די עדה הקדושה מיט א געוואלדיגע שטארקייט, א גאר גרויסע ציבור אידן זענען געקומען צו אים פאר הדרכה און ברכות, און געזעהן גאר מופתים און ישועות דורך זיינע ברכות.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

פסח האט די רבי געהאט גאר גרויסע חומרות, איינמאל האט איינער פון די שטוב מענטשן געוואלט מייקל זיין אין איינע פון די חומרות.
און געפרעגט פארוואס דארף מען מחמיר זיין חומרא על חומרא, האט ער געזאגט מען דארף נישט זיין קלוגער ווי די פריערדיגע, אויב זיי האבן מחמיר געווען דארף מען זיי נאכטון.

ער פלעגט עוסק זיין במסחר און פון דעם געלעבט, און דורכן יאר האט ער צוזאם געקליבען א סכום צו קענען קויפען א שיינעם אתרוג אויף סוכות צו קענען מקיים זיין מצוות לולב מיט אלע הידורים, איינמאל ווען ער האט שוין געהאט די גאנצע סכום צו קענען קויפן א שיינעם אתרוג, איז ער געגאנגען אויפן וועג און געטראפן דעם וואסער שעפער ווי ער וויינט, האט אים די רבי געפרעגט וואס גייט פאר,
האט דער וואסער שעפער געזאגט אז זיין פערד איז אים געשטארבן און ער קען נישט טון זיין ארבעט וואס ברענגט אים פרנסה.

די רבי האט אוועק געגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט אוועק געלייגט פארן אתרוג אז דער איד זאל קויפן א נייעם פערד.
און געזאגט וואס איז די חילוק.
שאקלען אתרוג איז א מצות דאורייתא, און העלפן א צווייטען איד איז אויך א מצוה דאורייתא.
און דא וואס פארציילען אז ער האט געזאגט "די גאנצע וועלט וועט שאקלען מיטן לולב, און איך וועל שאקלען מיטן פערד.

לימים נאנט צום יו"ט האט דער וואסער שעפער געהאט שיין פרנסה האט ער געברענגט פארן רבין א שיינעם אתרוג לכבוד יו"ט.

זיינע הייליגע דברי תורה וואס זענען געדריקט אינעם ספר רשפי אש, וואס איז קליין אין כמות, אבער גרויס אין איכות.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער.
-הרה"ק רבי יוסף קצענלבויגן מרובשוב ואוסטילא זי"ע, וואס זיין חתונה איז געווען די באוויסטע גרויסע חתונה אין שטאט אוסטילה ווי אלע גרויסע גדולי און צדיקי הדור זענען דארט געווען,
-הרה"ק רבי יעקב אריה מקובל מקאוולא זי"ע,
-הרה"ק רבי יצחק בעל תולדות יצחק זי"ע, הנקרא ר' איציק'ל מנעשכיז זי"ע, וואס האט ממלא מקום געווען אויפן טאטן'ס פלאץ אין שטאט נעשכיז.

נסתלק לגנזי מרומים זייענדיג נאר 52 יאר אלט ביום ח' ניסן תק"ס.
ומנוחתו כבוד איז אין שטאט נעשכיז.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ווי באוויסט איז הרה"ק מנעשכיז געווען א גרויסע בעל מופת, איינמאל האט ער געזאגט, ווען איך וואלט געהאט דעם רבין'ס רבי מיכל'ע זלאטשובער'ס טיש, מיט דעם רבין'ס בעכער וואלט איך געקענט מחייה מתים זיין.

לימים איז די רבי געווען ביי זיין רבין'ס שטוב און געטרינקען א קאווע אונעם כוס פונעם מגיד און די רעבעצין פונעם מגיד האט געזאגט פארן רבין די האסט דאך געזאגט אז אויב די וואלסט געהאט דעם כוס פונעם מגיד קענסטו מחיה מתים זיין.
דא אין שטאט דא א כלה א יתומה וואס איז זייער קראנק און די דאקטורים קענען איר נישט העלפן.
האט די רבי אראפ געקראצט א שטיקל האלץ פונעם מגיד'ס טיש און אריינגעלייט די שטיקלעך האלץ אונעם קאווע און געהייסן מען זאל דאס געבן צו טרינקען פאר די כלה, און ויהי לפלא די כלה איז געזונט געווארן.

איינמאל איז צום רבין בחלומו געקומען דער הייליגער רמב"ם זי"ע, און געפרעגט פארוואס די רבי לערנט נישט קיינמאל דעם ספר היד החזקה פונעם רמב"ם, האט די רבי געזאגט אז ער איז די גאנצע טאג פארנומען מיט אידן וואס קומען זיך מזכיר זיין פאר ישועות, און פארדעם האט ער נישט קיין צייט צו לערנען דעם ספר.

האט דער הייליגער רמב"ם אים געזאגט אז כאטש זאל ער האלטן דעם ספר היד החזקה אויפן טיש און אים מבטיח געווען אז ווען א איד וועט קומען זיך מזכיר זיין און ער וועט אריין קוקען אינעם ספר וועט אים נתגלה ווערן די רפואה פארן חולה, און כך הוה די ספר איז פון דאן אייביג געלעגן ביים רבין אויפן טיש און ער האט דורך דעם געברענגט אסאך רפואות פאר אידישע קינדער.

די רבי האט געזאגט אז דאווענען מעריב נאכן יארצייט איז אסאך א גרעסערע תיקן פאר די נשמה פון אלע תפילות ביום היארצייט.

דער הייליגער נעשכיזער זי"ע האט געזאגט א סגולה צו מבטל זיין דינים, שטייט מִי יְמַלֵּל גְּבוּרוֹת ה' יַשְׁמִיעַ כָּל תְּהִלָּתוֹ.
זאגט די רבי מִי יְמַלֵּל גְּבוּרוֹת ה' איז א לשון פון מוללין מלילות, וואס מיינט ווער קען צוברעכען גבורות און דינים, יַשְׁמִיעַ כָּל תְּהִלָּתוֹ, דורך זאגן גאנץ ספר תהלים וואס דורך דעם קען מען מבטל זיין אלע דינים.

הרה"ק בעל מאור ושמש זי"ע האט נאכגעזאגט פונעם הייליגער נעשכיזער זי"ע,
אז דורך אמונה בשם קען מען מחיה מתים זיין, און משנה זיין דרך הטבע, און ווער עס האט אמתע אמונה האט נישט מורא פאר גארנישט ווייל קיינער קען אזא איד נישט מזיק זיין.

דער הייליגער נעשכיזער האט געזאגט ווען מען פארט צו צדיקים, איז דא וואס פארן פאר די תפילה פונעם צדיק, דא וואס פארן פאר די תורה פונעם צדיק, דא וואס פארן צו זעהן די מדריגות פונעם צדיק,
אבער דאס איז נישט די עיקר צו גיין צו צדיקים, נאר די עיקר איז צו קומען צום צדיק ער זאל בעטן פונעם גרויסע באשעפער אז מען זאל אנקומען צום אמתן יראת הרוממות בהשם.

דער רבי האט אמאל געזאגט פארוואס קומט מען אזויפיל צו מיר מיט בקשות, ווען איך וואלט געקענט לערנען משניות וואלט איך געקענט אסאך מער אויפטון, ווייל ווען איך האט געלערנט משניות און ברדיטשוב איז פערציג מייל ארום נישט געווען קיין צרות.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

א איד איז איינמאל געקומען צו רבין זיך מזכיר זיין, אבער דער צדיק האט אים בשום אופן נישט געוואלט אריינלאזען צו זיך אין שטוב, דער איד איז געווען זייער צובראכן דערפון, נאך אפאר טאג האט די רבי אריינגעלאזט דעם איד.

ווען די שטוב מענטשן האבן געפרעגט דעם רבין די סיבה, האט די רבי געזאגט אז יעדער חוטא באקומט א צורה פון א דמות פון א בהמה אדער חי', און דער איד ווען ער איז אנגעקומען צו מיר האט ער געהאט די צורה פון א מייז
האב איך דעם איד נישט געוואלט אריינלאזן צו מיר אין שטוב, און די לעצטע פאר טאג האב איך פארארבעט גאר שווערע מעשים צו אריינברענגען אין דעם איד א צורה אנישי, נאר נאכדעם וואס איך האב דאס געפויעלט האב איך דעם איד געקענט אריינלאזען צו מיר אין שטוב.

הרה"ק מלובלין זי"ע האט מעיד געווען אויפן רבין ר' מרדכי'לע מנעשכיז זי"ע אז אין הימל רופט מען אויס "מרדכי בן גיטל הוא בלתי לה' לבדו",

ווען דער אפטער רב איז חודש ניסן בשנת תק"ס געווען ביים חוזה מלובלין זי"ע, האט אים דער הייליגער חוזה געפרעגט אויב ער קען דעם רבין פון נעשכיז, האט דער אפטער רב געזאגט אז ניין, האט דער חוזה געזאגט ווען די וועסט זיין ביי אים וועסטו זעהן אז לערנען, דאווענען, עסן, און שלאפען איז ביי אים נאר לשם שמים ממש.

צוליב די קורצע צייט פאר פסח האט דער אפטער רב אפגעשטיפט דאס גיין צום הייליגען נעשכיזער זי"ע אויף נאך יו"ט פסח, אבער ח' ניסן יענעם יאר איז דער הייליגער נעשכיזער נסתלק געווארן, און ווען דער אפטער רב זי"ע האט געהערט די בשורה האט ער זיך זייער מצער געווען אז ער האט נישט געהאט די זכי' צו זעהן דעם צדיק.

דער הייליגער נעשכיזער זי"ע איז איינמאל געווען ביי א גרויסע חתונה אין סלאוויטא אין רוסלאנד, אויך זענען דארט געווען אסאך צדיקי הדור,
בתוך הדברים האט מען גערעדט פונעם היילגען נעשכיזער און זיי האבן געהערט פון די אלע מופתים וואס ער טוט און האבן מורא געהאט אויב עס איז מצד הקדושה.

זענען צוויי פון די צדיקים געגאנגען צום נעשכיזער און געפרעגט פונעם רבין פון ווי נעמט זיך די כח צו קענען באווייזען די אלע מופתים וואס מען פארציילט.

האט דער רבי זיי געוויזען זיין סידור און אויסגערעכענט אלע שמות הקדושים מיט וואס מען קען פויעלען פאר אידישע קינדער ישועות און אויך אז אינעם פיוט אנא בכח זענען באהאלטען אלע שמות וואס קען אראפ ברענגען אלע ישועות, אבער איר זאלט מיר גלייבן איך האב מיך נאך קיינמאל נישט באדינט מיט די אלע שמות,
נאר איך וועל ענק פארציילן פון ווי מיין כח קומט.

איינמאל בין איך געווען אויפן וועג און איך האב אנגעטראפען א אידל וואס איז ליידער געווען זייער קראנק ממש פון קאפ ביז פיס, עס האט זיך אין מיר דערוועקט א געוואלדיגע רחמנות אויף דעם אידל, און איך האב אנגעהויבן שרעקליך צו וויינען און בעטן דעם רבוש"ע ער זאל דעם אידל אויסהיילען ווייל איך האלט עס נישט אויס,
איך האב אזויפיל געוויינט ביז יצאתה נשמתי.

ווען איך בין אנגעקומען אויפן עולם העליון האבן די מלאכים געפרעגט אויפן עולם העליון וואס איך זיך דא ווייל עס איז נאכנישט מיין צייט אוועק צו גיין פון די וועלט, האט מען מיר געהייסן צוריק אראפגיין צום עולם הזה, האט איך געזאגט אז אויב איז דא אויף די וועלט א מענטש וואס איז אזוי שטארק מדוכא ביסורים ל"ע וויל איך נישט צוריק אראפגיין ווייל איך קען דאס נישט אויסהאלטן.

מען האט דאס איבערגעקלערט ביים בית דין של מעלה און מען האט מיר צוגעזאגט אז אויף יעדן איד וואס איך וועל רחמנות האבן וועט גלייך האבן א ישועה,
און מיט דעם כח ווייז איך די אלע מופתים.

ווען די צדיקים האבן דאס געהערט האט מען אנגעהויבען שיקן חולאים פון אלע שטעט ארום צום רבין ער זאל זיי פויעלן ישועות, פארציילט מען אז די שטאט איז פיל געווארן מיט אידישע קינדער וואס האבן געברויכט רפואת און אלע זענען אהיים איבער לאזענדיג דאס בעטל אין נעשכיז, און אהיים מיט ישועות און רפואות.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

א חסיד איז אמאל געקומען צום רבין און געפרעגט זיין חוות דעת צו וועלכע דאקטאר ער זאל גיין, האט די רבי געזאגט ער זאל גיין צום דאקטאר פון אניפאלי,
איז דער איד געפארן קיין אניפאלי און זיך נאכגעפרעגט ווי עס איז דא א דאקטאר,
אבער מען האט אים געזאגט אז דא אין שטאט געפינט זיך נישט קיין דאקטאר.

איז דער איד צוריק געפארן צום רבין בפחי נפש און געזאגט פארן רבין, אין אניפאלי איז נישט דא קיין דאקטאר, האט די רבי געפרעגט וואס טוען די אידן אין אניפולי ווען זיי ברויכען א דאקטאר, זאגט דער איד אז זיי ווענדען זיך צום הייליגען באשעפער, זאגט דער נעשכיזער טאקע צו דעם דאקטאר האב איך דיר געהייסן גיין, צום גרויסע און הייליגער באשעפער, די גרעסטע דאקטאר פין די וועלט.

הרה"ק רבי יהודה'לע דזיקובער זי"ע, האט פארציילט אז דער הייליגער נעשכיזער זי"ע,
האט איין יו"ט שבועות געזאגט אינדערהיים תיקון ליל שבועות און געהערט א פרעמדע גרידער און די אנדערע שטוב, האט ער נישט געוואלט מפסיק זיין אינמיטען זאגן תיקון ליל שבועות, און אויך האט ער נישט געוואלט פארשעמען דער וואס האט דארט גע'גנב'ט.

אבער שפעטער האט ער געטראכט אז דארט איז אויך געווען געלט וואס מענטשן האבן ביי אים אוועק געלייגט און דאס האט אים שוין מצער געווען,
איז ער געפארן צו הרה"ק רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע, האט אים רבי פנחס געפרעגט אז די האסט געהערט ווי איינער גנב'ט פארוואס האסטו אים נישט אפגעשטעלט.
דער הייליגער נעשכיזער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, אבער אפאר טאג שפעטער האט פארן גנב געכאפט א הרהור תשובה און ער האט צוריק געברענגט דאס גאנצע וואס ער האט גע'גנב'ט.

מען זאגט נאך פון צדיקים אז זאגן דעם נאמען מרדכי בן גיטל איז א גוטע זאך צו מזכיר זיין פאר אלע גוטע זאכן.

אויך זאגט מען נאך פון צדיקים ווען מען הערט אדער רעדט פון א שלעכטע בשורה זאל מען צוענדיגען מיט די ווערטער,
"ר' מאטעלע נעשכיזער איז געווען א גוטער איד, מייערן מיט צימעס איז א גוטער מאכל."

הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז זי"ע האט משתוקק געווען אז רבי משה סופר סת"ם בעל אור פני משה זי"ע זאל שרייבן פאר אים א ספר תורה, אבער רבי משה האט אים געזאגט אז ער איז שוין אלט און שוואך און ער ווייסט נישט אויב ער וועט קענען ענדיגן די ספר תורה בחיים חיותו.
אבער אויב הרה"ק מנעשכיז וועט אים אנוואונטשען אריכות ימים און אז ער זאל עס קענען ענדיגן וועט ער אנהייבן צו שרייבן א ספר תורה פאר אים, האט אים הרה"ק מנעשכיז אנגעווונטשען אריכת ימים און ער האט געשריבן די ספר תורה פאר גאנצע 15 יאר.

הרה"ק מריזין זי"ע, האט אמאל געפרעגט פון איינעם אויב ער האט געקענט דעם הייליגער נעשכיזער זי"ע, האט דער איד געזאגט יא, האט דער ריזינער געזאגט די האסט אפשר געקענט דעם שפיץ פונעם שטריימעל, איך וועל דיר פארציילען א מעשה.

ביים הייליגען נעשכיזער איז געקומען א פרוי אן עגונה וואס האט שוין געווארט יארן און נישט געטראפן דעם מאן, האט דער הייליגער נעשכיזער געזאגט אז זי זאל גיין צו דעם און דעם שטאט און זי וועט טרעפן דעם מאן.

איז דער פרוי געגאנגען צו דעם שטאט און געזיכט די מאן, פלוצלינג איז צוגעקומען א סאלדאט און אנגעהויבן רעדן צו די פרוי, זי האט זיך זייער דערשראקען, אבער די סאלדאט האט געזאגט אז ער איז איר מאן, און געגעבן פאר די פרוי אלע סימנים וואס נאר זי מיט די מאן האבן געוויסט.

פלוצלונג איז צוגעקומען דער אפציר און געהייסן פאר דעם סאלדאט זאל צוריק קומען צו די אנדערע סאלדאטן, אבער דער מאן האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט דער אפציר דערשאסען דעם מאן אויף טויט.

זאגט דער הייליגער ריזינער זי"ע, אז דער מאן האט שוין לאנג נישט געלעבט, און דער נעשכיזער האט געזיכט דעם נשמה און הימל אבער האט אים נישט געטראפן אפילו אין גיהנום נישט, ביז ער האט געטראפן דעם נשמה ליידער אין כף הקלע ווייל ער האט ליידער אסאך געזינדיגט, אבער ער האט דעם פרוי נישט געקענט מתיר זיין נאר אויפן סמך פון רוח הקודש, האט ער פארארבעט אז דער מאן זאל אראפקומען און צורה פונעם סאלדאט, און ווען מען האט אים דארט דערשאסען איז געווען עדים, און אזוי האט ער דעם פרוי באפרייט פון זיין א עגונה איר גאנץ לעבן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

א אייניקל פונעם הייליגען נעשכיזער זי"ע, האט פארציילט אז ראש השנה ביים דאווענען וואס האט געקענט נעמען ביז שפעט, האט דער צדיק געהאט א מנהג אז אינעם באלעמער איז געלעגן לעקעך און ברוינפען אז ווען מען ענדיגט דאווענען זאל דער עולם גלייך קענען טועם זיין, און דער שליסעל צום לעדעל האט געהאט נאר דער שמש ר' נחמן דער לאנגער.

איז געווען איין יאר ווען מען האט געהאלטן אינמיטן מוסף האט איינע פון די אידן געשפירט א שוואכקייט און איז געגאנגען צום שמש ר' נחמן אין געבעטן אז ער זאל אים געבן צו טועם זיין אבער דער ר' נחמן האט נישט פארשטאנען וואס דער איד וויל און אים געוויזען אז ער זאל זיין שטיל ווייל מען טאר נישט אויסרעדן אינמיטן מוסף מיט די תקיעות, און אזוי האט דער איד געבעטן אפאר מאל.

דער הייליגער צדיק מנעשכיז זי"ע האט דאס מרגיש געווען און אינמיטן די הויכע שמונה עשרה איז ער בכבודו בעצמו צוגעגאנגען און געבעטן דעם שליסל פונעם משמש און צוגעגאנגען געבן פאר דעם איד ער זאל קידוש מאכן.

אבער דער איד האט זיך זייער געשעמט צו קידוש מאכן דארט ביים בלעמער צווישן עולם, האט דער הייליגער נעשכיזער בכבודו בעצמו קידוש געמאכט פאר דעם איד אז ער זאל קענען טועם זיין און גלייך דערנאך צוריק געגאנגען דאווענען מוסף ווייטער ווי ער האט געהאלטן, און נאכן דאווענען האט ער זייער אויס גע'מוסר'ט דעם משמש אז א איד בעט טאר מען נישט אפזאגן, און מיט דעם רחמנות אויף דעם איד האב איך מעורר געווען גרויסע רחמי שמים אויף כלל ישראל, דאס איז געווען די גרויסע אהבת ישראל וואס דער נעשכיזער צדיק האט פארמאגט.

מען פארציילט אז ווען א חולה איז געקומען צום הייליגען נעשכיזער זי"ע האט ער מיטן חולה געזאגט "שמע ישראל"
און ווען מען האט געזאגט "אחד" האט ער אריינגעברענגט אזא אמונה אינעם איד אז ער איז געזונט געווארן, איז געווארן א קיטרוג אין הימל אז דער צדיק נעמט אוועק די בחירה, האט מען גוזר געווען אז ער זאל מיזן אנהייבן געבן מעדעצין אויך.

הרה"ק רבי יצחק מנעשכיז זי"ע, האט פארציילט אז נאכן פטירה פרייטאג צונאכטס איז געקומען א מלאך און געקומען נעמען דעם הייליגען טאטן רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע, אז ער זאל קומען הערן ווי דער מלאך מיכאל איז מקבל שבת, איז דארט געווען א צדיק וואס מען האט נישט גערופען, האט דער הייליגער נעשכיזער געפרעגט פארוואס, האט דער צדיק געזאגט אז יעדן ערב שבת קודש האט ער נישט געטוישט זיינע בגדים ביז שבת צופרי און וועגן דעם איז זיין עונש אז ער קען נישט גיין הערן ווי די מלאך מיכאל איז מקבל שבת.

האט דער הייליגער נעשכיזער וואס האט געהאט אהבת ישראל אויף די וועלט געזאגט אז ער גייט נישט הערן די קבלת שבת פונעם מלאך מיכאל נאר אויב דער צדיק קומט אויך, האט מען מסכים געווען און דער צדיק האט יענעם שבת געקענט דאס ערשטע מאל מיטהאלטן דאס קבלת שבת פונעם מלאך מיכאל, און זכות פונעם הייליגער נעשכיזער זי"ע.

דער הייליגער נעשכיזער זי"ע, פאר ער איז נתגלה געווארן איז ער געווען איין ערב שבת אין א שטאט אין געבעטן פון א איד אויב ער קען זיין ביי אים אויף שבת קודש, האט דער איד געזאגט איך וואלט אייך געזאגט צו גיין אינעם נאנטען שטאט ווייל דא ביי מיר קומען יעדן שבת גוים וואס טרינקען די גאנצע וואך ביי מיר און איך מיז זיי געבן צו טרינקען אויך שבת קודש און זיי דרייען איבער דאס פלאץ און איר וועט נישט האבן קיין עונג שבת.

האט דער צדיק געזאגט אז דאס איז נישט קיין פראבלעם,
און דער צדיק איז געגאנגען ערב שבת קודש און אויפגערוימט דאס חצר פונעם שטוב , און טאקע אלע גוים וואס זענען געקומען שבת אויפדערנאכט זענען זיך אוועק געגאנגען און פון דאן אן האט דער איד געהאט מנוחה שבת קודש און זכות פונעם צדיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”