רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

[align=center]איש אלוקים קדוש ונורא כבוד קדושת מרן אדמו"ר
הרב הקדוש רבי טובי' זצוק"ל
משענדישוב
[/align]

געבוירן אין שטאט שענדישוב בשנת תרכ"ה צו זיין טאטן הרה"ק רבי אברהם זי"ע – הסב"ק משענדישוב, בן הרה"ק רבי יעקב ממעליץ זי"ע, בן אביר הרועים מרן הקדוש מראפשיץ זי"ע, בעל "זרע קודש".

פון יונגווייז האט ער ארויסגעשיינט מיט אן אייגנארטיגע דמות און איז געווען נערץ ונקדש ביי פילע צדיקים וקדושים פון א פריערדיגע דור. ווען ער איז אלט געווען אינגאנצן אכצען יאר האט ער באזוכט ביי הרה"ק ר' ישוע'לע מבעלזא וועלכע האט אים ארויסבאגלייט ביז צום עק שטאט.

ער האט עוסק געווען בתורה בקדושה וטהרה און איז פון יונגערהייט קיינמאל נישט אריין אין קיין בעט, און טראץ די געוואלדיגע עבודה בהסתר האט די קדושה ארויסגעשיינט פון זיין צורה, הרה"ק ר' פייווש יאברובער האט אים געטראפן צום ערשטן מאל, האט ער זיך אויסגעדרוקט "א פלא א פלא א הייליגע איד".

קדוש ה' מנעוריו
משחר ילדותו האט ער זיך איינגעוואוינט מיט גאר גרויסע מדרגות און געדינט דעם אויבערשטן כחד מקמאי. ער האט געפאסט רוב ימיו און עוסק געווען בתורה ועבודה דאס גאנצע מעת לעת, ווען פאר בלויז עטליכע מינוט א טאג האט ער זיך אנגעשפארט אויפן סאפע. איינמאל ראש השנה האט איינער אים שטארק באטראכט און באמערקט אז ער עסט נישט און איז געגאנגען אויסזאגן פאר זיין פאטער, הרה"ק רבי אברהם משענדישוב, זיין טאטע האט אים פארגעהאלטן [כידוע איז ער געווען גאר א שוואכער מרוב סיגוף] און געזאגט, פאסטן ר"ה האסטו שוין מקבל געווען, קען איך דיר מער נישט אפהאלטן (ווי געברענגט אין שו"ע אויב איינער פאסט ר"ה דארף ער פאסטן כל ימיו), אבער איך בין גוזר אז די טארסט נישט פאסטן צום גדלי', כדי עס זאל נישט אויסקומען צו פאסטן דריי טעג און א רייע.

די יראה טהורה וואס מען האט געזען אויף זיין צורה איז געבליבן טיעף איינגעקריצט לעולמי עד, עס האט דערציילט הגה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל אב"ד גאלדעס גרין, אז ער האט געהערט פון זקנים אין קראקא וואס האבן נאכדערציילט אז יעדעס מאל וואס ער האט דערמאנט דעם שם ה', האט זיך זיין גאנצע גוף געווארפן פון פחד ה'. כאטש וואס ער האט זיך געפירט מיטן ראפשיצער שטייגער אן קיין תנועות חיצונית וכדומה, האט מען א יעדע רגע געזעהן א דביקות בה' אויף גאר א הויכע בחינה, און קישן די מזוזה אדער די עבודה פון צינדן ליכט האט זיך געקענט פארציען פאר א לענגערע זמן.

וזרח השמש
און די עלטערע יארן פון זיין טאטן איז ער נתמנה געווארן אלס רב הצעיר און אב"ד שענדישוב, און נאך די פטירה פון זיין טאטן בשנת תרס"ה איז ער געווארן מ"מ און געפיהרט די שטאט ברמה. שענדישוב איז געווען א עיר מלאה חסידים ואנשי מעשה און זייענדיג נישט ווייט פון ראפשיץ איז עס געווארן א הויפט צענטער פאר אידן וואס האבן זיך געקלאמערט ארום דעם הייליגן גזע קודש. נישט לאנג האט גענומען פון ווען וזרח השמש ביז עס איז נתקיים געווארן והארץ האירה מכבודו, ווען פון איבעראל איז מען געקומען פועל'ן ישועות און זיך ווייקן בצלו הקדוש ולהתעדן בנועם זיו אור קדושתו.

צוליב די חורבן פונעם ערשטן קריג האט ער זיך אריבערגעצויגן צום עיר גדולה לאלוקים - קראקא, וואו עס האבן געוואוינט א גרויסע עולם פון שענדישוב'ע חסידים, און ער האט געשטעלט זיין זוהן הגה"ק ר' אשר לעמיל אלס אבד"ק שענדישוב. גאר שנעל איז זיין נאמען נספרסם געווארן אין קראקא און אין דעם גאנצן ארום, און עס האבן אנגעהויבן צו פארן אלפים מישראל.

מלאך אלוקי בצורת אדם
עס איז ידוע אז צדיקים האבן אויף אים געזאגט אז ער איז פון די ל"ו צדיקים שבדור.

זיין מדרגות אין קדושה איז געווען א פלא בעיני כל רואיו, און ער איז געווען נערץ ונקדש ביים גאנצן המון עם און גרויסע צדיקים וקדושים צוגלייך, ווען טויזענטער אידן מכל קצווי תבל זענען צו אים געקומען צופארן. זיין עבודה איז געווען אן אש להבה, און טראץ אלע תעניתים וסיגופים האט זיך נישט אנגעזעהן קיין זיז כל שהוא א שוואכקייט ווען עס איז געקומען צו עבודת ה'. ער האט געפאסט רוב ימיו, און אפילו שב"ק האט גאר אסאך מאל געקענט זיין אז ער פאסט, - טראץ וואס ער האט אזוי אויך כמעט נישט געגעסן און האט באהאלטן זיינע עבודות הסתר בתוך הסתר האבן די בחורים און מקורבים געהאט פארשידענע סימנים צו וויסן אויב ער פאסט, מוצאי שב"ק אין די ווינטער אויב האט דער רב געהייסן לייגן מילך אין די קאווע איז געווען א סימן מובהק אז ער האט דעם שב"ק געפאסט.

מחותנו הרה"ק רבי יצחק מסטוטשין האט אמאל באזוכט בהיכלו, און ער האט אים מכבד געווען ביותרת הכבוד און געבעטן צו זיצן, און ווי עס האט דערציילט אן עד ראי', האט הרה"ק מסטוטשין בשום אופן נישט מסכים געווען זיך אראפצוזעצן, נאר איז געבליבן שטיין דאס גאנצע באזוך טראץ וואס עס האט זיך געצויגן א לענגערע צייט. עס האט דערציילט הרה"צ ר' שמואל טייטלבוים מטשענסקאוויץ זצ"ל, אז ער האט אמאל זוכה געווען צו זיין א שבת בצל קדשו, און נאכן טיש ליל שב"ק – וועלכע האט זיך געענדיגט קרוב לאור הבוקר – האט ער זיך אנגעלאנט פאר עטליכע מינוט, און נאך איידער ער האט אנגעיאגט צו ליינען קרי"ש שעל המיטה, איז שוין די רב אויפגעשטאנען לעבודת הבורא.

עס האבן דערציילט אידן פון קראקא אז ביי זיינע טישן האבן געשטראמט אידן פון איבעראל נאר צו כאפן א בליק אויף די הייליגע צורה און מען איז אסאך מאל געשטאנען אין גאס צוליב די גרויס געדרענג. אזוי אויך האט דערציילט הרה"צ ר' נטע ליפשיץ אז ער איז אמאל געקומען אויף א וואכעדיגע טיש, און עס איז געווען א גרויס עולם און ער האט גארנישט געקענט מיטהאלטן, אבער פאר איין מינוט האט ער זיך צוגעשטופט צו קענען כאפן א בליק אויף די הייליגע צורה און עס איז אים פארבליבן א רושם אדיר, אז יעדעס מאל וואס ער דערמאנט זיך האט אים געכאפט א פחד.

ויהי בנסוע
הגה"ק ר' יעקלע מפשעווארסק זצ"ל, האט נאכגעזאגט משמו הק', אז עס איז ידוע אז יעדע איד איז מרומז אין די אותיות התורה, א איד וואס פארט קיין אמעריקע איז מרומז אין די פסוק ויהי בנסוע.

גאר א גרויסע חידוש איז געווען זיין פארן קיין אמעריקע. בשנת תרפ"ג איז ער צום ערשטן מאל באטראטן דעם אמעריקאנעם באדן, איבערלאזענדיג א קדושה וטהרה אין די אוויר, לאנג נאכדעם וואס ער איז צוריק געפארן קיין פוילין. ער האט באזוכט אין אמעריקע דריי מאל, און פיל אויפגעטוהן לחיזוק הדת, אזוי אויך האט ער מיסד געווען דאהי דעם מוסד "עזרת אלמנות ויתומים" צו העלפן אידן פון די חורבנות פונעם ערשטן קריג.

ולא ידע איש את קבורתו
עטליכע יאר פארן קריג איז די שוועסטער געקומען בעטן מען זאל פארגרעסערן דעם טאטן'ס אוהל, אז עס זאל זיין פלאץ אויך פאר איהר, האט ער איר אוועקגעמאכט זאגענדיג "עס פעלט נישט אויס אויך איך גיי נישט דארט ליגן".

אדין די לעצטע יארן איז ער שוין געווען גאר שוואך און איז כמעט נישט ארויסגעגאנגען. בשנת תש"א, האט יעדער געמוזט פארלאזן קראקא. ביום י"א לחודש ניסן איז ער איז געפארן מיטן באן קיין לובלין, אראפגייענדיג פון באן האבן די רשעים געשריגן שנעלער, און מחמת חולשה איז ער געגאנגען צושטייטלעך, האבן אים די רשעים געגעבן א שטופ ארויס פונעם טיר, ויצאה נשמתו בקדושה ובטהרה. צוליב די קריג האט מען נישט געקענט אהיים טראגן גופו הטהור און איז געברענגט געווארן לקבורה אין לובלין.

זכותו יגן עלינו ועכי"א.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי טובי'לי (רעכטס) אויפן וואגן מיט זיין מחותן רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל
אטעטשמענטס
333.jpg
333.jpg (180.9 KiB) געזען 3446 מאל
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ש'כח חמרא טבא פאר דעם הערליכן בילד.

ביסט אפשר באקאנט מיט פרטים, ווי איז דאס? וועלכע יאהר?
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

יישר כח מעתיקי.
הערליכע ארבעט, צום זאך און מלא תוכן.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ידיעות שונות האט געשריבן:ש'כח חמרא טבא פאר דעם הערליכן בילד.

ביסט אפשר באקאנט מיט פרטים, ווי איז דאס? וועלכע יאהר?

די בילד איז גענומען געווארן אין קראקא בשנת תרצ"ג
דביה תחדי נפשא
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי טובי'לי (רעכטס) אויפן וואגן מיט זיין מחותן רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל

מיטן היט אדער שטריימל
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אינטערסאנט אנצומערקן אז די צוויי צדיקים וואס מ'זעהט אויפן בילד זענען ביידע נסתלק געווען בשנות הזעם, און ס'איז ליידער מקוים געווארן ביי זיי "ולא ידע איש את קבורתו עד היום הזה", ווען צוליב די ביטערע מלחמה יארן האט מען פארלוירן מקום קבורתם.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

Haklal האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:רבי טובי'לי (רעכטס) אויפן וואגן מיט זיין מחותן רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל

מיטן היט אדער שטריימל

רבי טובי'לי רעכטס מיטן קאפעליטש און רבי איציקל לינקס מיטן קאלפיק
דביה תחדי נפשא
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

היינט איז די יארצייט, זי"ע.

אינטערסאנט אז ער האט זיך נוהג געווען ווי דער ישמח משה און רבי הערשעלע ליסקער און נישט געגעסן מצות גאנץ פסח.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

בילד פון הרה"ק ר' טובי' משענדישוב
אטעטשמענטס
Capture23.JPG
Capture23.JPG (42.68 KiB) געזען 3257 מאל
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי טובי'לי (רעכטס) אויפן וואגן מיט זיין מחותן רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל

יישר כח פאר די בילד אין די פרטים.
איז באקאנט ווער עס זענען די ארומיגע ? (איין בחור אויפ'ן וואגן און איין בחור פון אינטער די וואגן)

ידיעות שונות האט געשריבן:אינטערסאנט אנצומערקן אז די צוויי צדיקים וואס מ'זעהט אויפן בילד זענען ביידע נסתלק געווען בשנות הזעם, און ס'איז ליידער מקוים געווארן ביי זיי "ולא ידע איש את קבורתו עד היום הזה", ווען צוליב די ביטערע מלחמה יארן האט מען פארלוירן מקום קבורתם.

שלום עליכם הרב ידיעות, פון דאס ביסל וואס איך האב געזעהן, הערליכע ידיעות מלא וגדוש.

איך האב געהערט אז מען האט לעצטנס געטראפן מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק ר' איציקל סטיטשינער.
אבער דאך איז א פלא אז זיי זענען ביידע געקומען לקבורה אין מיטן קריג.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:רבי טובי'לי (רעכטס) אויפן וואגן מיט זיין מחותן רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל

יישר כח פאר די בילד אין די פרטים.
איז באקאנט ווער עס זענען די ארומיגע ? (איין בחור אויפ'ן וואגן און איין בחור פון אינטער די וואגן)

דער בחור אויפן וואגן קוקט אויס צו זיין דער סטיטשינער רב'ס גבאי
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (25.7 KiB) געזען 3242 מאל
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:ש'כח חמרא טבא פאר דעם הערליכן בילד.

ביסט אפשר באקאנט מיט פרטים, ווי איז דאס? וועלכע יאהר?

די בילד איז גענומען געווארן אין קראקא בשנת תרצ"ג

כ'האב לעצטנס געבלעטערט אין החכמה מאין, אין די לעצטערע פרקים איז דא אן אריכות איבער די אפעראציע פון סטיטשינער רב אין קראקא תרצ"ה, איז מיר אויפגעקומען אז אפשר איז דער בילד אין יענע תקופה.
איך ווייס נישט אויף וואס איז געבויט הרב חמרא'ס באהויפטונג אז ס'איז תרצ"ג און איך פרעג עס נישט אפ, איך טראכט נאר הויך.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

חיים של שמחה האט געשריבן:היינט איז די יארצייט, זי"ע.

אינטערסאנט אז ער האט זיך נוהג געווען ווי דער ישמח משה און רבי הערשעלע ליסקער און נישט געגעסן מצות גאנץ פסח.

טאקע א פלא, ווייל עס איז נישט באקאנט נאך ראפשיצער אייניקלעך וואס זאלן זיך אזוי נוהג זיין.

אבער ער האט געהאט אסאך הנהגות במדת היראה וואס לאו דוקא אנדערע פון דעם גזע האבן זיך אזוי נוהג געווען, ווי פאסטן רוב ימיו אפילו אין שב"ק, און כאטש ער האט עס געטוהן באהאלטן האט מען אבער געקענט באמערקן, אבער למעשה לא נתן טעם לשבח אויף די סדר ודרך העבודה.

אגב איז אינטערסאנט אנצומערקן א אימרא פון זיין ברודער הרב הקדוש ר' אלטר זאב מסטריזוב זי"ע, הלואי זאל מיר האבן די מדת היראה ביים זאגן דעם אויבערשטן'ס נאמען ווי דער ראפשיצער זיידע האט געהאט ביים זאגן א ווערטל, עכ"ד ודפח"ח, און געט אן הסבר אויף די ברייטע מדת היראה ביי ראפשיצער איינקלעך.
לעצט פארראכטן דורך ממעתיקי השמועה אום מיטוואך אפריל 11, 2018 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

ידיעות שונות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:ש'כח חמרא טבא פאר דעם הערליכן בילד.

ביסט אפשר באקאנט מיט פרטים, ווי איז דאס? וועלכע יאהר?

די בילד איז גענומען געווארן אין קראקא בשנת תרצ"ג

כ'האב לעצטנס געבלעטערט אין החכמה מאין, אין די לעצטערע פרקים איז דא אן אריכות איבער די אפעראציע פון סטיטשינער רב אין קראקא תרצ"ה, איז מיר אויפגעקומען אז אפשר איז דער בילד אין יענע תקופה.
איך ווייס נישט אויף וואס איז געבויט הרב חמרא'ס באהויפטונג אז ס'איז תרצ"ג און איך פרעג עס נישט אפ, איך טראכט נאר הויך.

רב חמרא האט מן הסתם א דאטום פון די ארכיון. בכלל אויף וואס ארויף זאל עס זיין תרצ"ה, סטוטשינער רב האט געקענט זיין אין קראקא אסאך מאל, ביי א שמחה, ברית וכדו', ומה ראה אלו יותר מאלו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מערכו בוויקי:
ר' טובי' הורוביץ נישא לרבנית טשרנע דים שהיא בת הרב אשר משה לעמל דים. ילדיהם:

בנו, אשר לעמל הורוביץ. ממלא מקום אביו בשנדישוב (נפטר ה'תרצ"ג)
בנו, ישראל דוד הורוביץ. אדמו"ר משנדישוב-שאץ בניו יורק (נפטר ה'תשכ"ז)
בנו, מנחם דוב בן-ציון הורוביץ. היה אב"ד פרשווייץ

הוספה בכת"י - וחותמו של ר' מנחם דוב בן-ציון מפראשאוויץ ב"ר טוביה משענדישוב - חתן האדמו"ר מסאסוב (איזה?)
פראשאוויץ.png
פראשאוויץ.png (71.51 KiB) געזען 2919 מאל

מפה:
http://www.archives.gov.il/archives/#/A ... 06809c9066
דף 356 מדפי הקובץ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

יאך וואונדער זיך נאך ווער ס'האט דאס געקאנט צוזאמענשטעלן..

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

מיללער האט געשריבן:מערכו בוויקי:
ר' טובי' הורוביץ נישא לרבנית טשרנע דים שהיא בת הרב אשר משה לעמל דים. ילדיהם:

בנו, אשר לעמל הורוביץ. ממלא מקום אביו בשנדישוב (נפטר ה'תרצ"ג)
בנו, ישראל דוד הורוביץ. אדמו"ר משנדישוב-שאץ בניו יורק (נפטר ה'תשכ"ז)
בנו, מנחם דוב בן-ציון הורוביץ. היה אב"ד פרשווייץ

הוספה בכת"י - וחותמו של ר' מנחם דוב בן-ציון מפראשאוויץ ב"ר טוביה משענדישוב - חתן האדמו"ר מסאסוב (איזה?) ר' אלעזר רובין
פראשאוויץ.png

מפה:
http://www.archives.gov.il/archives/#/A ... 06809c9066
דף 356 מדפי הקובץ
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

ס'איז דא עפעס א פלא'דיגע מעשה פון אים מיט ר' יוסף נחמי קארניצער איבער מקדש זיין א בית החיים
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אום אני חומה האט געשריבן:ס'איז דא עפעס א פלא'דיגע מעשה פון אים מיט ר' יוסף נחמי קארניצער איבער מקדש זיין א בית החיים

viewtopic.php?p=1918846#p1918846
דביה תחדי נפשא
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

אום אני חומה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מערכו בוויקי:
ר' טובי' הורוביץ נישא לרבנית טשרנע דים שהיא בת הרב אשר משה לעמל דים. ילדיהם:

בנו, אשר לעמל הורוביץ. ממלא מקום אביו בשנדישוב (נפטר ה'תרצ"ג)
בנו, ישראל דוד הורוביץ. אדמו"ר משנדישוב-שאץ בניו יורק (נפטר ה'תשכ"ז)
בנו, מנחם דוב בן-ציון הורוביץ. היה אב"ד פרשווייץ

הוספה בכת"י - וחותמו של ר' מנחם דוב בן-ציון מפראשאוויץ ב"ר טוביה משענדישוב - חתן האדמו"ר מסאסוב (איזה?) ר' אלעזר רובין
פראשאוויץ.png

רבי אלעזר רובין מח"ס זכרון אלעזר זעה דא memberlist.php?mode=viewprofile&u=8367
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

האט ער געהאט א ממלא מקום?
איז געבליבען דורות פון אים נאכ'ן קריג?
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

עוד יזכור לנו האט געשריבן:האט ער געהאט א ממלא מקום? viewtopic.php?t=39871#p1941195
איז געבליבען דורות פון אים נאכ'ן קריג?

בנו רבי ישראל דוד ובניו רבי מאיר (אבי כ''ק אדמו''ר משענדישוב שליט"א) ור' אברהם וחתנו רבי חיים שלמה ראטטענבערג מקאזעווע (ברמ"ש בן השמועה טובה מקאסאן)
לעצט פארראכטן דורך אום אני חומה אום זונטאג יאנואר 02, 2022 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי טובי' הורוויץ משענדישוב זצ"ל - י"ב ניסן תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

ייש"כ
איז דא אן אשכול איבער ר' ישראל דוד ר' מאיר אדער ר' אברהם ובניהם?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”