רבי הילל ליכטנשטיין מקראסנא זצ״ל - כ' תמוז תשל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי הילל ליכטנשטיין מקראסנא זצ״ל - כ' תמוז תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הגאון הצדיק המפורסם חסידא ופרישא לוחם מלחמות ה׳ גדול בתורה וביראה, מלהיב לבבות ישראל, כקש״ת רבי הלל ליכטנשטיין זצ״ל אב״ד ור״מ קראסנא - ובעל כונת הלב.

איז געבוירן אלס א צווילינג (מיט נאך א ברודער הגה״צ רבי יושע הי״ד - מאטש׳ער רב) צו זיין גרויסן טאטען הגה״ק רבי ברוך בענדיט אב״ד קראסנא ביום י״ב תמוז תר״ס וקרא שמו בישראל נאך זיין הייליגן פעטער הגה״ק רבי הלל מקאלאמייע זי״ע.

דאס קינד הלל פלעגט פון די גאר יונגע יארן לערנען בחברותא מיט זיין טאטען און יונק געווען מאור תורתו וקדושתו.

זייענדיג א קליין קינד איז דער רב געווארן שטארק נישט געזונט ער איז געווען ממש בגדר סכנה הגם ער האט זיך ב״ה ערהוילט, אבער איז שוין פארבליבן מיט א שוואכן גוף ומדוכא ביסורים כל ימיו און געדינט דעם אויבערשטען דווקא מיט דעם שוואכן גוף אבער מיט געוואלדיגע כוחת הנפש כל ימיו.

אין די ישיבה יארן האט ער אויך געלערנט ביי זיין גרויסן טאטען אין די ישיבה אין קראסנא, און גענומען זיין פייערדיגע, קאכעדיגע, ריינע, קנאות גאנג אויך מבית אביו רבי ברוך בענדיט.

זיין נאמען איז נתפרסם געווארן אלס א בחור אן עובד ה׳ ביראה טהורה, הגה״ק רבי שלמה זלמן עהרענרייך זצ״ל שימלויער רב ובעל ״לחם שלמה״ האט אים גענומען פאר אן איידעם פאר זיין טאכטער הרבנית הצ׳ זיסל ע״ה.

פיל חידושי תורה האט דער קראסנער רב אפגעשריבן אין די יונגע יארן און בפרט אין די תשובת פונעם הייליגן חת״ס וואס רוב דערפון איז פארלוירן געגאנגען בימי הזעם, אויך האט ער זיך געשריבן און מפלפל געווען בשאלות להלכה מיט פילע גדולי ישראל בזמנו ווי מקען זעהן אין די תשובה ספרים.

ער האט זיך געווייקט ביים בעלזער רב מהרי״ד און ביים עצי חיים מסיגוט זי״ע.
אויך האט ער זיך פיל געשריבן מיטן לובאוויטשער רבין מהריי״ץ זי״ע און עניני חסידות וספרי חב״ד מיט וואס דער רב איז געווען שטארק בהאווענט.

בשנת תרצ״ג ווען זיין טאטע איז שוין געווארן אביסל פארעלטערט בשנות שמונים לחייו האט ער אים איבערגעגבן די הנהגת הקהילה והישיבה ער זאל עס פירן, דאן איז ער געקרוינט געווארן אלס ״רב הצעיר״ קראסנא איז געווען א שטאט מיט אן ערך 100 משפחות און פינעף און צוואנציג גלילות ארום, די ישיבה האט געהאט צו יענע צייט 80 בחורי חמד, דער רב האט עס געפירט ביי זיין פריה יוגענט פון בלויז 33 יאר גענוי ע״ד אביו זצ״ל.

בשנות הזעם האט ער מיטגעמאכט וואס אלע אידישע ברודער האבן מיטגעמאכט, דורכן שימלויער געטא האט מען אים אוועק געפירט צוזאמען מיט זיין שווער זיין רעבעצין, און זיין טאטען קיין אוישוויץ, אים האט מען געשיקט אין צוואנגס ארבעט, אזוי איז געגאנגען גולה אחר גולה ביז ער איז באפרייט געווארן אום ל״ד בעומר תש״ה דורך די אמעריקאנער ארמיי.

נאכן קריג איז ער אנגעקומען קיין לאנדסבערג צו איינע פון די שארית הפליטה לאגערן, ווי ער האט זיך אפגעבען און געקעמפט צוריק אויפצובויען די רעשטליך פארבליבענע אידישע ברודער אין שוועסטער, און זיך אריינגעווארפן בלב ונפש מיט מתיר זיין עגונות אפי׳ וואס טייל רבנים האבן זיך נישט געוואלט אפגעבן מיט אזעלכע האקעלע ענינים און טייל פון די רבנים האבן געטענעט אז ענדערש זאל מען זיך אריינלייגן חתונה צו מאכן די קליינע יתומים ויתומית, דער רב האט זיך נישט געלאזט נאר געשריגן אז ער נעמט דאס אחריות אויף זיך ווי איידער דאס כלל ישראל זאל און אזעלכע זמנים אריינפאלן אין א ייאוש, און אויב וועט מען מיך צוטיילן גהינום פארן מאכן א טעות וועל איך מיך אנטון דעם גארטל און מיט א לשם ייחוד אריינטאנצען אין גהינום פאר א צווייטן איד.!

פון די אלע שווערע שאלות להלכה דארט אין לאנדסבערג איז שפעטער ארויסגעקומען דער ספר ״רני עקרה״
אין לאנדסבערג האט דער רב אויך איבערגענומען דאס רבנות אין ביהמ״ד חרדים.

פאר א שטיק צייט איז דער רב געווען צוריק אין שטאט קראסנא אויפצולעבן די פארבליבענע דארט און זיי פראבירן אריבערברענגן קיין לאנדסבערג ווי דער רב האט פאר זיי געזארגט.

נאך א דריי יאר אפשטעל אין פאריז, איז דער רב אנגעקומען קיין נוי יארק, אזוי ווי עס איז געווען זייער שווער צו שאפן וויזעס אין יענע צייטן, האבן די תלמידים בעצת ובבקשת דעם רב געגרינדעט די קהילה נאה ״קהל עדת קראסנא״ אזוי מיט א לעגאלן קאנגערגעישאן האט מען געקענט דעם רב גרינגער ארויסברענגען צו דינען אלס דער רב הקהילה, און צווישן פסח און שבועות בשנת תשי״ב איז דער רב אנגעקומען בשעה טובה קיין נוי יארק.

אין אמעריקא האט ער זיך ארויסגעשטעלט מיט זיין מהלך העבודה וכלי מלחמה מיט וואס ער איז געווען געוואוינט נאך אינדערהיים זייענדיג א פייערדיגער לוחם קעגן יעדע מאדאנעזירטע נייע זאך, און אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דרשות אומעטים להלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

אין אמעריקא האט האט דער רב אינאכט גענומען אז א חלק פון דאס קרירות אין אמעריקא נעמט זיך פון די פילע פרייע און האלב פרייע אידישע צייטונגען, און עס לייגט אין געפאר דעם יוגענט, האט ער זיך אונטערגענומען צו שאפן א אייגענע היימישע צייטונג פארן היימישן ציבור פון אלע קהילות, דער רב האט זיך אויסגעדריקט אז א אייגענע צייטונג איז אזוי וויכטיג ווי א מקוה...!

דאן האט ער זיך פארבינדען מיט ר׳ אהרן ראזמארין ע״ה ער איז געווען גרייט צו פארקויפן זיין צייטונג ״דער איד״ פאר דעם גרויסן סכום פון פינעף טויזענט דאללער... מיט שוועריקייט איז דער רב ארום איבער די הייזער צוזאמען מיט הרבני החסיד ר׳ חיים ראטה ז״ל צו שאפן דאס געלט, און מעהאט אפגעקויפט דעם צייטונג אזוי אז דער היימישער חסידישער איד זאל נישט דארפן צוקומען צו די השפעות פון די פרעמדע אמעריקאנער גאס מער.

ווי אויך איז דער רב געווען פון דער וואס האט פארלאנגט פון מרן מסאטמאר זי״ע און געארבייט אויף אלע פראנטן אז עס זאל געגרינדעט ווערן דער ״התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא״ ווי דער כח הרבנות פון די ערליכע רבנים בימים ההם זאל האבן א שטארקן כח צוזאמען.

בשנת תשי״ט האט דער רב געליטן א שווערע סטראוק ל״ע און פון דאן איז ער שוין ליידער פארבליבן גאר שוואך אין כמעט נישט ארויס און די עפענטליך.

בשנת תשכ״ב האט זיך דער רב געצויגן קיין בארא פארק ווי די הערליכע קהילה ״קהל עדת קראסנא״ האט זיך צעוואקסן און צעבליהט מיט אירע הערליכע מוסדות התורה.

דער קראסנא רב איז נסתלק געווארן ביום כ׳ תמוז שנת תשל״ט.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שיין באשריבן ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער זיידע מצד אמו (מאמעס טאטע) פונעם קראסנער רב איז געווען הגה״ק רבי יעקב משה שווארץ זצ״ל - מלפנים אב״ד קראסנא, ואח״כ כיהן כרבה הראשונה של קהילת החרדית בקראלי בין השנים תרמ״א - תרס״ח, (אחריו כיהן כרבה השני הגה״ק רבי שאול בראך זי״ע)

דער קראסנא רב פלעגט פארציילן אז צווישן זיינע פילע יסורים ומכאובים וואס ער פלעגט מיטמאכן מיט זיין שוואכן גוף, איז ער איינמאל אלס קינד זייער קראנק געווארן אויף די נירן און זיין לעבן איז געווען אין געפאר, איז געקומען א בריוו פון זיין זיידן דער קראליר רב אז ער זאל לערנען הלכות כליות און יו״ד (סי׳ מ״ד) און דאס וועט זיין פאר אים פאר די רפואה וכך הוה.!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער קראסנער רב ביי א בר מצוה.
לינקס האדמו״ר ממונקאטש שליט״א, הבחור בר מצוה, דער רב, דער איידעם הגה״צ רב מיכל פריעד, דער אנדערער איידעם הגה״צ מכונת הלב שליט״א.
אטעטשמענטס
RenderedContent-3463E9BB-8E58-486B-88A3-0BED3AFBA2FC.JPG
RenderedContent-3463E9BB-8E58-486B-88A3-0BED3AFBA2FC.JPG (201.95 KiB) געזען 4967 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיטן קלויזנברוגער רב זצ״ל
אטעטשמענטס
RenderedContent-C14638DC-348A-407E-A820-C92C44F8A246.JPG
RenderedContent-C14638DC-348A-407E-A820-C92C44F8A246.JPG (165.36 KiB) געזען 4965 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ווי דערמאנט איז געווען א התנגדות פון פילע רבנים איבער דעם גאנג פון היתר עגונות נאכן קריג, אבער אזוי ווי הרב מקראסנא האט דייקא יא מצדד געווען להיתר און כדי צו פארפעסטיגן זיין שטאנד האט ער זיך אונטערגענומען א לאנגע רייזע פון לאנדסבערג ביז בוקארעסט ווי עס האט זיך דאן אויפגעהאלטן דער ראש הרבנים אויף וואס יעדער האט זיך פארלאזט בנוגע די היתרי עגונות הגאון המובהק רבי חיים מרדכי ראללער זצ״ל - הרב מניאמץ, דארט איז דער קראנסער רב אדורך מיט אים אלע שאלות און וואס ער האט משיב געווען, און אויף וואס ער האט געבויעט די היתירים, דער ניאמצער רב האט אים געגעבן די פולע צושטימונג צו זיינע פילע היתרים אין נאך דעם באזוך האט ער מתיר געווען נאך 300 עגונות..
אטעטשמענטס
שאלה להלכה מהרב מקראסנא להרב מניאמץ בהיתר עגונות
שאלה להלכה מהרב מקראסנא להרב מניאמץ בהיתר עגונות
IMG_3129.JPG (623.99 KiB) געזען 4957 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ביי זיין פלאמפייערדיגע דרשה אין יוניאן סקווער פארק אין מאנהעטן, ו' תשרי תשי"ז

Who.jpg
Who.jpg (69.34 KiB) געזען 4951 מאל
Image (44).jpg
Image (44).jpg (287.41 KiB) געזען 4951 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

כיצד מרקדין לפני הכלה

5454.bmp
5454.bmp (568.46 KiB) געזען 4949 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בערוב ימיו עם תלמידים ומעריצים

unnamed (1).png
unnamed (1).png (503.45 KiB) געזען 4944 מאל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח רבניש, הערליך שיין, א ריזיגן דאנק פארן דיינע באשרייבונגן איבער די גרויסע צדיקים וואס זענען דא געווען לעצטענס.

אין די אשכול פון שושלת ליכענשטיין איז דא די הערליכע בילד וויאזוי ר' הלל שמועסט מיט זיין טאטע ר' ברוך בענדיט זצ"ל מיט גרויס יראת הכבוד.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יציב פתגם האט געשריבן:ביי זיין פלאמפייערדיגע דרשה אין יוניאן סקווער פארק אין מאנהעטן, ו' תשרי תשי"ז

Who.jpg
Image (44).jpg

דאכצעמיר אז דאס איז געווען דער ערשטער אפעציעלער כינוס מטעם דעם ניי געגרינדעטען ״התאחדות הרבנים״ ווי דער רב איז געווען פון די מייסדי הרעיון און דערנאך פון די רבני וועד הפועל. (ער האט נישט געוואלט זיין פון די נשיאות)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך הרב רבניש - און יישר פאר די מנהלים פאר די החלטה איבערן טיילונג, ובטלה דעתי אצל דעתם

רבניש האט געשריבן:דער קראסנער רב ביי א בר מצוה.
לינקס האדמו״ר ממונקאטש שליט״א, הבחור בר מצוה, דער רב, דער איידעם הגה״צ רב מיכל פריעד, דער אנדערער איידעם הגה״צ מכונת הלב שליט״א.

ווייסט מען וועמענס בר מצוה דאס איז?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיללער האט געשריבן:הערליך הרב רבניש - און יישר פאר די מנהלים פאר די החלטה איבערן טיילונג, ובטלה דעתי אצל דעתם

רבניש האט געשריבן:דער קראסנער רב ביי א בר מצוה.
לינקס האדמו״ר ממונקאטש שליט״א, הבחור בר מצוה, דער רב, דער איידעם הגה״צ רב מיכל פריעד, דער אנדערער איידעם הגה״צ מכונת הלב שליט״א.

ווייסט מען וועמענס בר מצוה דאס איז?

דאס בילד האב איך גענומען פון א פנימי ספר וואס די מפשחת פישמאן מקראסנא האט ארויסגעגעבן, איך דענק נישט עס זאל האבן דארט געשטאנען וועמענס בר מצוה דאס איז, אפשר יא און אפשר טאקע אחד מבני הפישמאנ׳ס, איך דארף איבערקוקן.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

בני וחתני הרב מקראסנא זצ״ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיט וועם האט דער קראסנער רב חתונה געהאט בזיווג שני נאכן קריג?

און זענען די איידימער אירע קינדער געווען?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

רבניש האט געשריבן:דער קראסנער רב ביי א בר מצוה.
לינקס האדמו״ר ממונקאטש שליט״א, הבחור בר מצוה, דער רב, דער איידעם הגה״צ רב מיכל פריעד, דער אנדערער איידעם הגה״צ מכונת הלב שליט״א.

נאך כוונת הלב איז אפשר בנו חורגו ר' שמואל ליכטנשטיין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נא_שכל האט געשריבן:

ריכטיג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבניש האט געשריבן:מיט וועם האט דער קראסנער רב חתונה געהאט בזיווג שני נאכן קריג?

און זענען די איידימער אירע קינדער געווען?

עי' באשכול על משפחת ל"ש

מרן מקראסנא זצ"ל לא זכה להיבנות מזוו"ר ל"ע, ואחר המלחמה נשא את הרבנית אלטא שלימא לבית גרינברגר שם בעלה הראשון שפיצר, להרבנית היו ג' ילדים שאימצו על ידי הרב מקראסנא זצ"ל, הרב שמואל שליט"א וב' בנותיה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרב מקראסנא עם השאפראנער רב, והויחי יוסף מפאפא זצ״ל
אטעטשמענטס
RenderedContent-4B12318B-D368-49DB-81BC-FF1B6C35246A.JPG
RenderedContent-4B12318B-D368-49DB-81BC-FF1B6C35246A.JPG (104.97 KiB) געזען 4890 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבניש האט געשריבן:הרב מקראסנא עם השאפראנער רב, והויחי יוסף מפאפא זצ״ל

מי מחק את פני החתן

זה בחתונת הרה"ח ר' שרגא פייבוש ראזנבערג הי"ו לאויט"א
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרב מקראסנא זצ״ל עם הרה״ג רבי עמרם גרינוואלד רב בפערינוואלד
בעת דין ודברים עבור ההיתר עגונות שם.
אטעטשמענטס
RenderedContent-793CEA47-DA84-4069-BC4E-4C763A254DC2.JPG
RenderedContent-793CEA47-DA84-4069-BC4E-4C763A254DC2.JPG (83.52 KiB) געזען 4882 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קוקט אויס א ווארט, וועמענס ווייס איך נישט

לצד הרב זצ״ל, רבי מיכל פריעד אב״ד ור״מ קראסנא, אביו של הרב שלום יוסף פריעד אב״ד ור״מ קראסנא שליט״א
אטעטשמענטס
RenderedContent-7C2D7DD5-7741-4E64-B5E8-B022352B0281.JPG
RenderedContent-7C2D7DD5-7741-4E64-B5E8-B022352B0281.JPG (94.79 KiB) געזען 4876 מאל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

רבניש האט געשריבן:הרב מקראסנא זצ״ל עם הרה״ג רבי עמרם גרינוואלד רב בפערינוואלד
בעת דין ודברים עבור ההיתר עגונות שם.

אינטערסאנט דאס ביכל אויפן טיש, זעט נישט אויס ווי א ספר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נא_שכל האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הרב מקראסנא זצ״ל עם הרה״ג רבי עמרם גרינוואלד רב בפערינוואלד
בעת דין ודברים עבור ההיתר עגונות שם.

אינטערסאנט דאס ביכל אויפן טיש, זעט נישט אויס ווי א ספר.

זייער אסאך זענען די בילדער פון די אלטע נעגאטיווס פארקערט.

און ס׳קען זיין א בוך מיט נעמען פון אומגעקומענע אדער לעבן געבליבענע.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רבניש האט געשריבן:הרב מקראסנא זצ״ל עם הרה״ג רבי עמרם גרינוואלד רב בפערינוואלד
בעת דין ודברים עבור ההיתר עגונות שם.

נאך א בילד
003615_728590dcn346394n4oenc7.jpg
003615_728590dcn346394n4oenc7.jpg (47.4 KiB) געזען 4823 מאל
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

רבניש האט געשריבן:קוקט אויס א ווארט, וועמענס ווייס איך נישט

דער וואס זיצט די רעכטע זייט פון זיידען איז א שרייבער מיין איך. נישט זיכער אויב דאס איז א ווארט. איך ווארט פאר מער אינפא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”