רבי אליעזר פיש זצ״ל - ממאטע סאלקא - האדאס - בוויליאמסבורג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי אליעזר פיש זצ״ל - ממאטע סאלקא - האדאס - בוויליאמסבורג
א באשיידענער צדיק וואס זיין אור האט געלאכטן מיט א הצנע לכת, און זיך געפירט זיין העכערע רוחנית׳דיגער לעבנס שטייגער אין א רואיג שטיל ווינקל אין דעם פארנומענעם עיר ואם בישראל ״וויליאמסבורג״ איז געווען הגאון הצדיק חסידא ופרישא אדמו״ר רבי אליעזר פיש זצ״ל אבדק״ק מאטא סאלקא - וויליאמסבורג יצ״ו
דער סאלקער רב איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״ק ר׳ יחזקי׳ פיש זצ״ל - אדמו״ר מהאדאס, ז״ך שבט שנת תרע״ז בעיירה האדאס, דערנאך איז דער טאטע אריבער צום שטעטל דערנעבן מאטע סאלקא ווי ער האט איבערגענומען דאס רבנות דארט פון זיין טאטען, געלערענט האט ער אין די ישיבה אצל אביו וואס האט אנגעפירט די ישיבה קטנה דארט אין מאטע סאלקא, אין שפעטער דארט אין די ישיבה גדולה שהיה מתנהלת ע״י גיסו (חתן אביו) הגה״צ רבי ברוך אברהם ריזל זצ״ל -הי״ד, שהיה תופס ישיבה מפורסם. (סיז פארבליבן פון אים נאך חשובע תלמידים נאכן קריג וואס האבן געוואוינט שפעטער אין אמעריקא.)
רבי יחזקי׳ איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״ק רבי אהרן ישעי׳ אבדק״ק האדאס, י״א ניסן שנת תרמ״ה אינעם דערפל טעגלאש, דעם נאמען יחזקי׳ האט ער באקומען פון זיין טאטענס רבין הה״ק רבי אליעזר צבי פון קאמארנא זצ״ל, זיינע בחור׳ישע יארן האט ער געלערענט אין די ישיבה פונעם בעל ״קרן לדוד״ הגה״ק רבי יהודא גרינוואלד אבדק״ק סאטמאר זצ״ל, ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה״צ ר׳ ישראל שמעון מאיר וואלדמאן מבארשא ז״ל וואס איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגן בני יששכר, אין דעם עטרת צבי מזידיטשוב זי״ע
רבי אהרן ישעי׳ איז געווען א זון פון הגה״ק רבי צבי אביגדור נאפּקור, געבוירן אין שנת תרי״ט, ער איז געווען א תלמיד פון רבי שמעלקא פון סעליש און אויך פונעם הייליגן יטב לב, און א תלמיד וחסיד נלהב לבית קאמארנא - הרה״ק רבי אליעזר צבי, בעל דמשק אליעזר. (נכדו היה הגה״צ רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ״ל - באמעריקא) דער רבי הערש נאפּקור איז אויך געווען א זיידע פאר הרה״ק העבודת עבודה מטאהש זצ״ל.
רבי צבי אביגדור (ר׳ הערש נאפּקור) איז נסתלק געווארן ביום כ״ח תמוז תרס״ב - אין די לעצטערע חדשים לשני חייו האט ער כסדר גערעד פון די יומא דהילולא פונעם הייליגן ישמח משה, און אין דעם יארצייט טאג איז ער טאקע נסתלק געווארן.
דער רבי הערש נאפּקור איז געווען א אייניקל פונעם באוויסטן צדיק רבי יעקב פיש, מעיר קאלוב, וואס האט נאך זוכה געווען צו קענען דעם הייליגן בעל שם הקדוש זי״ע, ווען ער האט באזוכט אונגארן אין דורך געפארן דעם שטאט קאלוב, און באקומען א ברכה אויף אריכות ימים, ווי דער רבי יעקב האט טאקע מאריך ימים געווען אין גאר א טיפן עלטער.
דער נאמען פיש האט אים דער הייליגער בעש״ט הק׳ געגעבן, (דאן האט מען זיך געדארפט געבן לעצטע נעמען) וואונטשענדיג שנפרה ונרבה כדגים.
דער סאלקער רב איז געווען א תלמיד חכם מופלג ער האט שוין באקומען הוראה פון די גדולי הרבנים נאך אלס בחור, ער איז געווען א חסידישער פליאה׳דיגער מהות, זייענדיג א גרויסער חכם און קלוגער מענטש מיט א מער ברייטערן פארשטאנד, און בכלל זיין ברייטער רעבישער הנהגה פרטית מיט א מער ברייטערן צוגאנג סיי מיטן מהלך החיים און סיי די מהות הדיבור פון זיך אויסדריקן און רעדן. אבער פון די אנדערע זייט דאך א גאר פרימער מהות, מער קנאיש געשטימט, נישט טאלערירענדיג סיי וועלכן קאמפארמייזן אין זיינע אנגענומענע גבולת אין חסידות/יידישקייט, ער איז געווען א בחינה פון צדיק מושל ביראת אלוקים, ס׳הייסט א חכם א געריבּענער ווי מען רופט עס, אבער דאך מער א פרומער מהות ״פאר זיך״ ווי סתם אזוי.
ביי אים אין ביהמ״ד האט מען געזעהן די פרימסטע קנאים פון שטאט, אבער אין זעלבע צייט אויך מער די ברייטערע מהותן פארקערט פונעם קנאות׳דיגער חדר, און יעדער באזונדער האט געשפירט אז דער סאלקער רב איז כורת ברית מיט אים דווקא, דאס איז געווען אזוי צוליב זיין מזג פון ברייטקייט צוזאמען געפלאכטן מיטן מדת האמת! וואס צוליב דעם געמיש האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אזוי אז יעדער מיט א ״מיינונג״ האט זיך געפינען דאס פלאץ ביי אים אין בית המדרש׳ל טאקע משום זיין אפענעם ברייטן צוגאנג דערהייבענדיג צו קענען הערן יעדענס מיינונג, און זייענדיג דער געוואלדיגער איש אמת, תתן אמת ליעקב איז געווען ביי אים א יסוד בנשמתו, אמילא איז יעדער וואס איז געקומען מיט א וויי געשריי האט יענער תופס מקום דארט אז אויב אפשר איז טאקע דא דערין א נידנוד של אמת, דארף מען אים לאזן רעדן.
דער סאלקער רב איז געווען א מהות פון א חסיד... ווי אלעמאל האט ער זיך געקאכט און געדרייט, גענאשט, ביי צדיקי אמת און גוטע גוטע אידן, און אלץ געהאט א רבין מובהק פון וועם ער האט מקבל געווען דרכו בקודש.
פארן קריג איז דער סאלקער רב געווען א דביקות׳דיגער וויזניצער חסיד זייענדיג א חסיד נלהב פון זיין רבין דעם הייליגן אהבת ישראל מוויזניץ זי״ע, ווי ער האט מקבל געווען אסאך עובדות והנהגות און זיך געקאכט אין זיין רבין עד יומו האחרון.
נאכן קריג איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא אין זיך קובע מקום געווען אין וויליאמסבורג, און געווארן א חסיד נלהב פון הרה״ק סאטמאר רב זי״ע, אין זיך געדרייט אסאך ביי די צדיקים ווי הרה״ק מהריי״ץ מליובאוויטש, הרה״ק סקווירא רבין רבי יעקב יוסף, און הרה״ק באיאנער רבי רבי מרדכי שלמה זצ״ל.
דער סאלקער רב איז כמעט נישט געווען פארמישט אין דרויסענדיגע אקטיוועטעטן ווי רוב רבנים/אדמורים, נאר זיך געפירט זיין פריווייט העכער לעבן אפּגעזינדערט פאר זיך מיט א געוואלדיגן דביקות בצדיקים ובה׳ און זיינע ד׳ אמות של תורה ועבודה, אבער דאך האבן פילע אידן זוכה געווען נהנה צו זיין מנועם זיו חכמתו וקדושתו, מעצה ותושיה.
נסתלק לגנזי מרומים י״ג אדר תענית אסתר שנת תשס״א לפ״ק
ומנוחת כבודו באוהל בחלקת ק״ק קדושת אהרן האדאס, בנוי דזשערסי.

לעצט פארראכטן דורך רבניש אום פרייטאג יולי 28, 2017 4:42 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
א גרויסער איד געווען, א געוואלדיגער בעל יסורים, חסיד ופרוש
געהאט אסאך פלאות'דיגע הנהגות, ומי יעמוד בסודו

לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום זונטאג יולי 23, 2017 5:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1058
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
געווען א שיינער בעל מספר, זיינע סיפורים זענען געדרוקט געווארן אין ספר 'נועם שיח'
ער האט אויך געדרוקט די ספה"ק פון זיינע אבות
אגב, איך זוך א הקדמה וואס ער האט געשריבן צו [כ'מיין זיין טאטנ'ס] א ספר, ווי ער איז מאריך און מברר דעם שיעור פון ג' אצבעות ביי כנף הציצית, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע מיר דעליווערן, שכוח

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35430
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
זבחי צדק האט געשריבן:געווען א שיינער בעל מספר, זיינע סיפורים זענען געדרוקט געווארן אין ספר 'נועם שיח'
ער האט אויך געדרוקט די ספה"ק פון זיינע אבות
אגב, איך זוך א הקדמה וואס ער האט געשריבן צו [כ'מיין זיין טאטנ'ס] א ספר, ווי ער איז מאריך און מברר דעם שיעור פון ג' אצבעות ביי כנף הציצית, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע מיר דעליווערן, שכוח
נאדיר דעם ספר פרח מטה אהרן פון זיין זיידן הה״ק רבי אהרן ישעי׳ מהאדאס, מיט די הקדמה פונעם מאטע סאלקא רב, אנהייב אינטערסאנטע ענינים מאבותיו, דערנאך איבער דעם כנף הבגד בהלכות ציצית.
https://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx? ... 4282200421
רבניש האט געשריבן:זבחי צדק האט געשריבן:געווען א שיינער בעל מספר, זיינע סיפורים זענען געדרוקט געווארן אין ספר 'נועם שיח'
ער האט אויך געדרוקט די ספה"ק פון זיינע אבות
אגב, איך זוך א הקדמה וואס ער האט געשריבן צו [כ'מיין זיין טאטנ'ס] א ספר, ווי ער איז מאריך און מברר דעם שיעור פון ג' אצבעות ביי כנף הציצית, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע מיר דעליווערן, שכוח
נאדיר דעם ספר פרח מטה אהרן פון זיין זיידן הה״ק רבי אהרן ישעי׳ מהאדאס, מיט די הקדמה פונעם מאטע סאלקא רב, אנהייב אינטערסאנטע ענינים מאבותיו, דערנאך איבער דעם כנף הבגד בהלכות ציצית.
https://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx? ... 4282200421
שכוח
איך האב דעם אוצר החכמה, כ'ווייס נישט פארוואס ביי מיר איז דער ספר נישטא
אולי האבן זיי דאס יעצט אקארשט ציגעלייגט
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
זבחי צדק האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:זבחי צדק האט געשריבן:געווען א שיינער בעל מספר, זיינע סיפורים זענען געדרוקט געווארן אין ספר 'נועם שיח'
ער האט אויך געדרוקט די ספה"ק פון זיינע אבות
אגב, איך זוך א הקדמה וואס ער האט געשריבן צו [כ'מיין זיין טאטנ'ס] א ספר, ווי ער איז מאריך און מברר דעם שיעור פון ג' אצבעות ביי כנף הציצית, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע מיר דעליווערן, שכוח
נאדיר דעם ספר פרח מטה אהרן פון זיין זיידן הה״ק רבי אהרן ישעי׳ מהאדאס, מיט די הקדמה פונעם מאטע סאלקא רב, אנהייב אינטערסאנטע ענינים מאבותיו, דערנאך איבער דעם כנף הבגד בהלכות ציצית.
https://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx? ... 4282200421
שכוח
איך האב דעם אוצר החכמה, כ'ווייס נישט פארוואס ביי מיר איז דער ספר נישטא
אולי האבן זיי דאס יעצט אקארשט ציגעלייגט
ניין איך האב דאס געפינען דא אויפן וועלטעל מצוטט לפני כמה שנים ע״י הרב מיללער באשכול המדובר על הדומ״ץ מאטע סאלקא.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
הרב ממאטע סאלקא עם מרן מסאטמאר זצ״ל
אינגאנצן רעכטס מיטן גרויסן שאל איז דער מאטע סאלקע רב ז״ל
ביי איינע פון די כינוסים מיט מרן מסאטמאר זצ״ל
דערנעבן איז רב... טייטלבוים בריגלער רב ז״ל

- אטעטשמענטס
-
- IMG_2456.JPG (190.86 KiB) געזען 3453 מאל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35430
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35430
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
רבניש האט געשריבן:היות שכמעט אין תמונות מהרב ממאטע סאלקע ז״ל, קבלנו תמונה נדירה מחתנות נכדו הראשון עם מחותנו הרה״ק מאטהש ז״ל - בן או בת בנו הרב מהאדאס שליט״א - חדב״ן הטאהשער רבי.
פון וואנעט האסטו דאס?
ס'געהערט אינעם טאהשער שנירל, דאס איז נאך פון די צייטן ווען מיטן כאפן א בילד אין טאהש האט מען אינגעשטעלט די קעמרע מיטן פילעם ועוד וכו'.
אם איני טועה, דערקענט מען: ר' שלום ניימאן, ר' חיים יחזקאל לאנדא, הויז בחור אלי' פיש [?] ר' משולם איסר קרויס, ר' דוד פרשאנאווסקי, און קאן זיין די אנדערע זייט פון רבי'ן מחותנו ר' יעקב כ"ץ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
רבניש האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:היות שכמעט אין תמונות מהרב ממאטע סאלקע ז״ל, קבלנו תמונה נדירה מחתנות נכדו הראשון עם מחותנו הרה״ק מאטהש ז״ל - בן או בת בנו הרב מהאדאס שליט״א - חדב״ן הטאהשער רבי.
פון וואנעט האסטו דאס?
מאחד הנכדים שליט"א
דער הויז בחור איז ר' אלי' פיש הי"ו וועלכער איז געווען הויז בחור ענדע מ' יארן ביז סוף תש"ן, דעריבער קען דאס געוויס נישט זיין ביים רבי'נס ערשטע אייניקל - דוכט זיך הרה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א - וועלכער האט חתונה געהאט תשמ"ה
- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
חמרא טבא האט געשריבן:אין די צוויטע שורה זעהט מען אב"ד סארוואש, אדמו"ר מזידיטשוב-פראכניק, אדמו"ר מציעשנוב, אדמו"ר מפאפא
רעכטס פון סאטמאר רב איז אב"ד וואודיסלוב, רעדנער אב"ד פאלטיטשאן, ר"מ פיינשטיין, ר"י הוטנער, ר' זריעל
(לכאורה ביי גיוס בנות)
דער בילד איז פונעם פראטעסט קעגן ניתוחי מתים דינסטאג ו' תשרי תשכ"ז אין מאנהעטן סענטער, די לעצטע אסיפה אין די געזונטע יארן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.