רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:10 pm

משה אדלער האט געשריבן:אינטרעסאנט איז אבער אז ער האט צוגעלייגט, אז פון איהם ביז די מאור עינים ליגט נישט קיין איינער נעבן זיין טאטע:
די טשערנאביל׳ער מגיד ליגט נישט נעבן זיין טאטע׳ן די מאור עינים.
בנו רבי איציק׳ל מסקווירא ליגט נישט נעבן זיין טאטע׳ן די טשערנאביל׳ער מגיד.
בנו רבי דוד׳ל מסקווירא ליגט נישט נעבן זיין טאטע׳ן רבי איציק׳ל מסקווירא.
בנו רבי מרדכי מסקווירא ליגט נישט נעבן זיין טאטע׳ן רבי דוד׳ל מסקווירא.
בנו רבי איציק׳ל מסקווירא ב.פ. ליגט נישט נעבן זיין טאטע׳ן רבי מרדכי מסקווירא.
האט ער געזאגט אז אויב ער וועט נישט ליגען נעבן זיין טאטע וועגן א שאלה אין הלכה וועט זיין טאטע איהם זיכער פארשטיין און מוחל זיין.

הרה"צ רבי מרדכי ליגט יא נעבן זיין פאטער הרה"ק רבי דוד'ל זי"ע אין קיעוו

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 5:22 pm

הזמנה לברית מילה
צוגעלייגטע
skpp.jpg
skpp.jpg (124.88 KiB) געזעהן 445 מאל

popo
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re:

תגובהדורך popo » דינסטאג יוני 23, 2020 8:37 am

טריסקער האט געשריבן:ביים חופה פירן פון רבינו זי"ע:

לכידה (3).PNG


פון ר. צו ל.
אחיו הרה"ק מסקווירא ב"פ זי"ע, החתן רבינו זי"ע, חותנו הרה"ק רבי שמואל דייטש מבוקארעסט זי"ע


מ'זעהט ביים חופה איז ער נישט געגאנגען ווייסע זאקן, ווען האט ער אנגעטוהן און פארוואס?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 23, 2020 2:34 pm

דער רבי ז"ל מפלעטבוש איז געגאנגען ביי די חתונה מיט א רוסישע קאפאטע - ד.ה. א לאנגע זיידענע בעקישע מיט א שניט פון הונטן ביז ארויף.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

popo
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

תגובהדורך popo » דינסטאג יוני 23, 2020 2:41 pm

אזוי אויך די קאפעלוטש איז ער געגאנגען ווי די רוסישע רבי'ס, אינטערעסאנט טאקע די ווייסע זאקן.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re:

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג יוני 23, 2020 3:05 pm

טריסקער האט געשריבן:רבינו זי"ע איז געבוירן געווארן אום שושן פורים - ט"ו אדר ב' תרפ"ד (און נישט ד' אדר תרפ"ג).
נחום וואהלינער האט געשריבן:1. הרבי נולד בעת שאביו כבר היה בארה"ב ואכן ערך כאן סעודה לכבודו הברי"מ בהשתתפות הרה"ק מבאיאן ועוד

אביו הרה"ק רבי יצחק זי"ע איז ארויפגעקומען קיין אמעריקע סוף תרפ"ג אן די רעביצין און קינדער זיי איבערלאזדיג אונטער זיך אין קעשינוב, און א האלבע יאר דערויף אום שושן פורים תרפ"ד איז געבוירן געווארן רבינו זי"ע אין קעשינוב.

בהגיעו לפרקו האט רבינו זי"ע געהייראט יבלחט"א הרבנית הצדקנית מרת ברכה תליט"א א טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל דייטש האדמו"ר מבוקארעסט זי"ע נכד להמגיד ממעזריטש, המאור עינים מטשערנאביל, המגיד מזלאטשוב, והמגיד מסטעפין.

יו"ח:
▪ בנו מ"מ הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא פלעטבוש (חתן הרה"צ רבי וועלוועל טווערסקי זצ"ל בן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים זי"ע)
▪ בתו מרת מירל תחי' אשת הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א מב"פ (בן הרה"צ רבי יהושע העשיל זצ"ל בן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים זי"ע)
▪ בנו הרב פנחס משה שליט"א (חתן הרה"צ רבי רפאל גאלדשטיין שליט"א מסקאליע)
▪ בנו הרב דוד שליט"א מפלעטבוש (חתן הרה"צ רבי דוד משה טווערסקי מלאנדאן בן הרה"ק רבי פנחס מטריסק לאנדאן זי"ע)
▪ בתו מרת דבורה תחי' אשת הרב אברהם ראבינאוויטש שליט"א (בן הרה"ג רבי יצחק שליט"א אבד"ק באיאן וומס"ב)
▪ בנו הרב יוסף יואל שליט"א


נחום וואהלינער האט געשריבן:4. יש תצלום מהזמנה לסעודת הבר מצוה שלו באשכול הכללי של סקווירא.

פון דא (קרעדיט: בן בוזי):

בילד


נאך וועמען הייסט ער יוסף *יואל*?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

popo
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

תגובהדורך popo » דינסטאג יוני 23, 2020 3:09 pm

רבי שמואל דייטש בעל ילקוט שמואל איז געווען דער פריערדיגער בוקארעשטער רבי אין בוקארעשט רומעניע. און נאך דעם צווייטן וועלט קריג איז רבי שמואל דייטש געקומען קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין בארא פארק, ברוקלין.

הרה"ק מוה"ר שמואל דייטש. איז געווען א זון פון רבי משה דייטש אבדק"ק קרעטשנוב]] הי"ד,

מוה"ר משה דייטש הי"ד אבדק"ק קרעטשנוב,[1] אין אבד ב אין סיגוט איז געווען א זון אין ממלא מקום פון זיין גרויסע טאטע כ"ק הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש אבדק"ק קרעטשנוב בעל מחבר ספר נפש דוד על התורה,

הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש,[2] איז געווען די צוויטע רב אין קרעטשנוב, הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש איז געווען די ממלא מקום פון זיין גרויסע טאטע כ"ק הגה"ק מוה"ר יוסף יואל דייטש בעל מחבר ספר שו"ת "יד יוסף",

רבי יוסף יואל דייטש [3] בעל מחבר שו"ת "יד יוסף" איז געווען מו"ץ אין שטאט טארנאפאל, אין איינעם מיט מנחת חינוך אין איז געווען רב אין מאנאסטערישטש און חודרוב.[1] רבי יוסף יואל דייטש איז געווען די ערשטע רב פון קרעטשנוב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט