רבי אלכסנדר סענדר מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

רבי אלכסנדר סענדר מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרה"ק רבי אלכסנדר סענדר מקאמארנא זיע"א
בן הרה"ק רבי יצחק אייזיק מכפר ספרין זיע"א
כ"א מנחם אב תקע"ח

רבינו הגאון הקדוש איש אלקי רבי אלכסנדר סענדער זיע"א נולד בבית אביו הקדוש רבי יצחק אייזיק מכפר ספרין זיע"א ראש שושלת זידיטשויב- קאמארנא זי"ע ולאמו הרבנית הצ' הינדא ע"ה בערך בשנות התק"כ לפ"ק.

רבינו מלבד עוצם קדושתו היה מפורסם בגאונו וחריפותו כאשר נראה גם בספריו הק', ופוק חזי שהגאון המפורסם בעל ישמח משה זיע"א בהגכמתו על ספר עשירית האיפה מזכירו בשם "הצדיק הגאון הספון וטמון פה עירינו" כי שם חלקת מחוקק ספון כאשר יבואר להלן כי נורא הוא.

בנו הרה"ק מקאמארנא מביא שאביו הגיד לו בפ"ק שבהיותו בר שבע היה שגור על פיו תלת בבי קמא מציעא ובתרא, עם כל השיטות עד השולחן ערוך ומפרשיו, כי כך היה דרך לימודו ללמוד רוב היום בטלית ותפילין שיטות הגמרא על סדר הש"ס, ואח"כ הרי"ף והרא"ש והרמב"ם בספר היד עם כל נושאי כליו, ואח"כ הטור ובית יוסף, והשלחן ערוך עם נושאי כליו, והיה מברר בפיו זה שיטת רבינו שלמה, וזה שיטת רבינו יצחק אלפסי, וזה שיטת רבינו יעקב תם, וזה שיטת רבינו משה בן מימון וכו', ולא היה אומר בראשי תיבות, רק בפה מלא היה מוציא את שמותם.

כמו"כ סיפר שפעם אחת למד אביו מקואות ראשונים ואחרונים עם בית יוסף והשו"ע, ולא אכל מיום השבת עד יום חמישי, ונכנס אצלו תלמידו האהוב הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זיע"א (בן אחיו הרה"ק רבי משה מסאמבור זיע"א, וחתן אחיו הרה"ק מרן רבי צבי הירש מזידיטשויב זיע"א), ואמר לו, רבינו מה זה שלא אכל אדוני מיום השבת, והשיב לו, בני חביבי, תאמין לי בודאי, אם הרגשתי שלא אכלתי לא הייתי עושה זאת, אבל מרוב אור התורה שבעה נפשי, ולא הרגשתי ולא ידעתי כלל אם אכלתי או לא.

סיפור נורא מסופר עליו, בחדשים האחרונים לחייו נסע לאוהעל בידעו ששם יפטר מן העולם, ואכן נסתלק בכ"א אב שנת תרע"ח, ולפני פטירתו מסר לחברה קדישא מכתב סגור ואמר להם שביום כ"ח תמוז תר"א (כ"ג שנים אח"כ) יפתחו אותו, וכאשר פתחו את זה, ראו שהיה כתוב שם, שמי שיפטר מהעולם ביום זה, שיקברו אותו לידו, ובאותו יום נסתלק הישמח משה, ובנו אוהל מעל שניהם.

הוא שהה כמה חודשים, ובאותו זמן היו לו כמה שונאים שרדפו אותו, באחד הימים התכנסו יחדיו שונאיו לחשוב מחשבות תחבולה נגדו, והעלו רעיון לחפש נערה עני'ה ולהציע לה כסף שתבוא בפני בי"ד להעיד נגדו על עבירה חמורה שעבר.

כאשר שמעה המשרתת ששרתה בבית זה את דבריהם, נחרדה עד למאוד, והחליטה להתייצב בפניהם ולהציע עצמה שהיא זו שתלך להעיד נגדו, אבל התנתה שישלמו לה מראש שלש מאות רייניש (מטבע מקומית) עבור זה, הם ניסו לעמוד על המקח, אבל כשראו שהיא מתעקשת, חשבו הרי יש לפנינו נערה מן המוכן, ומה לנו לחפש מבחוץ ולא נדע אם נמצא עוד כזאת, ולכן הסכימו לתת לה את הסכום ושהיא תלך לבי"ד לתבוע אותו לדין.

ביה"ד שלח הזמנה להרה"ק זי"ע, וכאשר התייצב בפני בי"ד, פתחה הנערה פיה בחכמה, והתחילה לספר כביכול על העבירה החמורה של הרה"ק, ובסיימה את הסיפור אמרה לבי"ד, ואם אינכם מאמינים לי, הנה לפניכם שלש מאות רייניש ששילמו לי עבור שאספר לפניכם את זה, ובזה נתגלה קלונם של רודפיו לעין כל.

כשנשאלה הנערה מה ראתה לעשות כדבר הזה, ענתה, שכאשר שמעה את דברי המתכנסים, הבינה שייתכן וימצאו נערה מסכנה שתתפתה לעשות את המעשה, והרי אין לבי"ד רק מה שעיניו רואות, ופן ואולי לא יצליחו הבי"ד, לחשוף את האמת, לכן החליטה היא לקחת על עצמה את המשימה, ולחשוף את מחשבתם הרעה.

הרה"ק רבי אלכסנדר זי"ע, התרגש מאוד ממעשה זה, ושאל אותה מה היא מבקשת בתמורה לחסד שעשתה אתו, ענתה הנערה שהיא יתומה ואין לה צורך בכלום כי היא עובדת בבית אדונה, המספק לה כל צרכה, ואין לה צורך בכלום, אמר לה, מורי ורבי הרבי מלובלין מסר לי שני נשמות, ונשאר בידי נשמה אחת, ואותה אני מוסר לך, שיוולד לך בן שיאיר את העולם, והיא היתה אמו של הרה"ק מליסקא זי"ע, ולכן גם החזיקו עצמם הרה"ק מקאמארנא והרה"ק מליסקא זי"ע לאחים ברוחניות, וידידות גדולה שרר ביניהם. זי"ע.

רבינו נסתלק לבית עולמו ביום כ"א מנחם אב תקע"ח, והובא לקבורה שם בעיר אועהל. אצל הלוייתו הזכיר מרן הישמח משה ב' בקשות, ורבינו נרעד בארונו הק', אשר ע"ז הגיב הישמח משה שבטוח שפעל את מבוקשתו, זכותו הגדול יגן עלינו
לעצט פארראכטן דורך הילולא דצדיקיא אום פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ואכן נסתלק בכ"א אב שנת תרע"ח
.....
רבינו נסתלק לבית עולמו ביום כ"א מנחם אב תקפ"ד

סתירה מיניה וביה!!
קיין איינס איז נישט גערעכט (אויך נישט דעם תמוז אינעם קעפל), ער איז אוועק כ"א מנחם אב תקע"ח, ביטע פארריכט די קעפל במלואה.

דא האט איר זיין מציבה (פון דא):
SAM_6459.JPG
SAM_6459.JPG (27.88 KiB) געזען 2082 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:סיפור נורא מסופר עליו, בחדשים האחרונים לחייו נסע לאוהעל בידעו ששם יפטר מן העולם, ואכן נסתלק בכ"א אב שנת תרע"ח, ולפני פטירתו מסר לחברה קדישא מכתב סגור ואמר להם שביום כ"ח תמוז תר"א (כ"ג שנים אח"כ) יפתחו אותו, וכאשר פתחו את זה, ראו שהיה כתוב שם, שמי שיפטר מהעולם ביום זה, שיקברו אותו לידו, ובאותו יום נסתלק הישמח משה, ובנו אוהל מעל שניהם.

איך זעה אז מען האט עס שוין דערמאנט בקיצור דא
די מעשה שרייבט דער טשימפא רב ז"ל אין די הקדמה פין זיין ספר תפארת אדם
Screenshot_2016-08-25-22-18-07-1.png
Screenshot_2016-08-25-22-17-28.png

אין ספר אביר הרועים פין ר' שלמה יעקב געלבמאן ז"ל ביי די ערך פין טשימפא רב ברענגט ער אז די רבי האט זיך געווינדערט אויף די מעשה אז ער האט עס קיינמאל נישט געהערט אינדערהיים

די טשימפא רב אין די הקדמה דארט ווי ווייטער פרובירט צו פארענטפערן וואס איז טאקע פשט אז רבי ר' סענדערל זצלל"ה האט ארויסגענימען דעם פלוג פין די זופ יעו"ש
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

בספר אחד של אחד מנכדי קאמארנא כותב מאוד בחריפות נגד אותו מעשה והפירושים של התפארת אדם. ושארי ליה מאריה שהפריז שם על המידה לכתוב דברים כדרבונות.
אבל עכ"פ כל קורא מתחיל אשר מתמצא מעט בסיפורי צדיקים מבין שסיפור זה המובא בהקדמת תפארת אדם מזויף ואינו נכון.
ובפרט אשר בנו הרה"ק מקאמארנא כותב שאביו הרה"ק רבי סנדר ידע קודם צאתו לאוהעל שהוא עתיד להסתלק מן העולם, וכידוע...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

א שיינע מעשה
וואס שטומט נישט אינגאנצן
ווייל דער קאמארנאר שרייבט קלאר אז דער טאטע איז געפארן קיי אוהעל נסתלק ווערן, און ביידע האבן געוויינט, וויסנ'דיג אז דאס איז די לעצטע פרידה זייער'ער

דארף מען געוואר ווארן, וויפיל פון די מעשה איז יא אמת.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:א שיינע מעשה
וואס שטומט נישט אינגאנצן

מיינסט אוודאי צו זאגן "א מאדנע מעשה וואס שטימט אינגאנצן נישט".
און אויב האסטו נישט געמיינט אזוי צו זאגן, פארשטיי איך דיר נישט, ייעדע בר דעת פארשטייט אז די מעשה איז מזויף מתוכו...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רעב וואנאוויטשער, איר האט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן
והוא פשוט.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

בין איך דיר ממש מקנא אז איר קענט זיך אנאיילטן פון צו שרייבן שארף...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

פארוואס שרייבן שארף (ווען ע"פ רוב, נעמט דאס דער כותב אן פערזענליך, אנשטאט פארשטיין אז מ'מיינט דעם נכתב און נישט דעם כותב)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין רבי סנדר מקאמארנא זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

פייערמאן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
סיפור נורא מסופר עליו, בחדשים האחרונים לחייו נסע לאוהעל בידעו ששם יפטר מן העולם, ואכן נסתלק בכ"א אב שנת תרע"ח, ולפני פטירתו מסר לחברה קדישא מכתב סגור ואמר להם שביום כ"ח תמוז תר"א (כ"ג שנים אח"כ) יפתחו אותו, וכאשר פתחו את זה, ראו שהיה כתוב שם, שמי שיפטר מהעולם ביום זה, שיקברו אותו לידו, ובאותו יום נסתלק הישמח משה, ובנו אוהל מעל שניהם.
איך זעה אז מען האט עס שוין דערמאנט בקיצור דא
די מעשה שרייבט דער טשימפא רב ז"ל אין די הקדמה פין זיין ספר תפארת אדם
Screenshot_2016-08-25-22-18-07-1.png
Screenshot_2016-08-25-22-17-28.png
אין ספר אביר הרועים פין ר' שלמה יעקב געלבמאן ז"ל ביי די ערך פין טשימפא רב ברענגט ער אז די רבי האט זיך געווינדערט אויף די מעשה אז ער האט עס קיינמאל נישט געהערט אינדערהיים

די טשימפא רב אין די הקדמה דארט ווי ווייטער פרובירט צו פארענטפערן וואס איז טאקע פשט אז רבי ר' סענדערל זצלל"ה האט ארויסגענימען דעם פלוג פין די זופ יעו"ש
די מעשיות דארט שטאמט בכלל פון טשימפער רב זעלבסט?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אינטרעסאנט, די מעשה מיט'ן מכתב סגור פאר די חברא קדישא, איז מיר מאדנע.
ווייל דעם ישמח משה'ס רעבעצין, איז אוועק פון די וועלט עטוואס מער ווי א יאר פאר איר גרויסער מאן, און מען האט איר געלייגט נעבן דעם קאמארנאר (בהפסק) און שפעטער ווען דער ישמח משה איז אוועק, האט מען אים געלייגט די רעכטע זייט פון איר מאן (על אף ס'וואלט ווען מער געפאסט מן הסתם אים צו לייגן צווישן די רעבעצין אונעם קאמארנער, און ס'איז מיר אינטרעסאנט אויב איינער ווייסט פארוואס מען האט זיי געלייגט אנדערש)

און די ליסקא רב'ס מאמע ליגט גלייך נעבן דעם קאמארנער אויף די אנדער זייט (אינדרויסן פונעם אוהל).

עכ"פ אבער איז עפעס מאדנע די מעשה מיטן בריוו פאר די ח"ק, ווען די רעבעצין וואס איז אוועק פריער, ליגט שוין אויך דארט.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:36 pm
היינט נאכט די הילולא קדישא זי"ע
היינט נאכט דער הילולא קדישא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי אלכסנדר סענדר ב"ר יצחק אייזיק זי"ע, (אייכנשטיין), בעל זכרון דברים, מקאמארנא.

ער איז געבוירן אין שטאט סאפרין, בשנת תק"ל,

צו זיין טאטן הרה"ק יצחק אייזיק ראש שושלת זידיטשוב/קאמארנא זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלכסנדר ב"ר צבי זי"ע,
חתן הגה"ק רבי יום טוב ליפמאן בעל התוספות יום טוב זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת הינדא ע"ה,
בת הרה"ק רבי צבי הירש זי"ע,
אויף די מאמע די צדקת דערציילט מען אז זי איז געווען מפורסם
מיט איר געוואלדיגע צדקת, און זי איז יעדע נאכט אויף געשטאנען און אויך אויפגעוועקט די קינדער צו תיקון חצות.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא, בעל רוח הקודש אספקלריא המאירה גדול ונורא, גאון עצום וחריף בנגלה בקי בחכמת הנסתר, ער איז געווען א קדוש וטהור און עוסק געווען אין תיקון נשמות און יחידים קדושים, און עוסק געווען אין עבודת השם מיט א אש דקדושה,

ער האט געהאט א דרך הלימוד אז ער האט קיינמאל נישט דערמאנט ביים לערנען די שיטת פון די מפורשים מיט א ראשי תיבות, ווי למשל רמב"ם, האט ער ארויס געזאגט "רבינו משה בן מימון", רבינו הרא"ש, " האט ער ארויס געזאגט "רבינו אשר בן יחיאל", און אזוי אלע מפרשי הש"ס און הלכה, און ער האט געזאגט אז ער האט זיך מיט דעם מדבק געווען נפש בנפש מיט יחודים מיט די שורש נמשות פון די אלע גאונים בתורה,

ביי די 7 יאר האט ער שוין געקענט די דריי בבות מיט אלע מפרשים בעל פה, אויך איז ער שוין געווען א בקי אין שו"ע, ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א גאון און גדול בתורה און א חריף עצום,

ער האט רוב פון זיין לעבן געלעבט און א מוראדיגע דחקות, און ממש נישט געהאט קיין ברויט צו עסן, אבער ער האט דאס מקבל געווען באהבה און מיט א שמחה, ער איז אייביג געווען בשמחה און געמאכט אנדערע בשמחה, דאס מידה פון כעס האט נישט עקזיסטירט ביי דעם צדיק, ער האט געלעבט מיט א געוואלדיגע עניוות, ער האט זיך באמת געהאלטן אלס א שפל ביי זיך אין די אויגן,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב משה זי"ע, חתן הרה"ק רבי יעקב קאפיל מליקאווע זי"ע, דער זיידע פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,

הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט אויף דעם צדיק אז ער איז געווען פון די ל"ו צדיקים בדורו,

ער האט משמש געווען אלס אב"ד זידיטשוב פאר שטיק צייט, און דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט זרעבנא,

בשנת תקע"ב סוף ימיו איז ער געווארן רב אין שטאט קאמארנא, און דארט איז ער געווען ביז צו זיין פטירה, ער האט דארט גאר אסאך מרביץ תורה געווען סיי בתורת הנגלה און אויך גאר אסאך בתורה הנסתר, ער איז געווען פארעכענט פון די גרעסטע גאונים בתורת הנסתר,

ער איז אסאך געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון די הייליגע תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע, ובתוכם הרה"ק רבי זאב וואלף מזבאריז זי"ע און נאך אסאך תלמידי בעש"ט, זיין רבו מובהק איז געווען הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, נאך די פטירה פונעם הייליגען חוזה האט ער זיך מדבק געווען אין הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע,

אויך איז ער געווען גאר מקושר צום הייליגען ישמח משה מאוהעל זי"ע,

ווי באקאנט האט דער מאמע פונעם צדיק וקדוש הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, באקומען א ברכה פונעם צדיק הרה"ק רבי סענדר'ל מקאמארנא זי"ע אז זי זאל זוכה זיין צו א הייליגען קינד וואס זאל באלייכטן די וועלט, און זכות פון איר מסירת נפש און צדקות, און עס איז טאקע געווען א גאר שטארקע קשר צווישן רבי אייזיק'ל מקאמארנא און רבי הערשעלע ליסקער זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תקע"ח איז דער הייליגער צדיק געפארן קיין אונגארן, און דער זון הרה"ק בעל היכל הברכה זי"ע דערציילט אז דאן איז ער געווען בערך 12 יאר אלט, און ער מיט די טאטע האבן דאן געוויינט פאר 7 טאג ברציפות, ווייל דער זון האט נישט געוואלט אז דער טאטע זאל פארן קיין אונגארן, ווייל ער האט שוין דאן מרגיש געווען אז דער טאטע גייט דארט נסתלק ווערן,

אבער דער טאטע האט דאן מגלה געווען פארן זון אז כבר נגזרה גזירה אז ער זאל נסתלק ווערן פון די וועלט אפילו זייענדיג נאר 48 יאר אלט, און דער טאטע האט אים דאן אנגעזאגט אפאר הנהגות ווי אזוי ער זאל זיך פירן, איינס איז געווען אז ער זאל גיין שבת קודש מיט ווייסע מלבושים ביז די דרייסיג יאר, אויך ווען ער קומט אן צו רוב שנותיו זאל ער לייגן רש"י און ר"ת תפילין ביי תפילות שחרית, און דאן האט דער טאטע איבער געגעבן די כתבים פון אים און געהייסן אז ער זאל דאס דריקן, און ער זאל דעם ספר ריפן מיטן נאמען "זכרון דברים", און דער הייליגער היכל הברכה זי"ע האט געזאגט אז דאן וועט ער האט זיך געשייד פונעם טאטן האט זיך געפילט ווי א נשמה שיידט זיך פונעם גוף,

די טאטע איז דאן געפארן קיין אוהעל אין אונגארן, און דארט איז ער קראנק געווארן, און שבת קודש פרשת עקב ביי שלש סעודות אפאר שעה בעפאר די פטירה, האט דער צדיק שוין מרמז געווען אויף זיין הסתלקות, און מוצאי שבת קודש כ"א מנחם אב איז דער צדיק וקדוש נסתלק געווארן,

דערציילט מען אז בשעת די לוי' נאנט צום קבירה, איז געקומען א שליח מיט א בריוו, און דארט איז געשטאנען אז דער זון הרה"ק מהרי"א איז ליידער אריין געפאלן אין בעט און איז מסוכן קראנק, אבער ליידער איז שוין דער טאטע נישט געווען בחייו, האט מען דעם בריוו געגעבן פארן הייליגען ישמח משה זי"ע וואס איז דאן געווען דער רב אין אוהעל,

דאן איז דער ישמח משה צו געגאנגען צום מיטה פון דער צדיק און מזכיר מיט טרערן פארן טאטן אז זיין זון איז קראנק און ברויך א ישועה, האט דער ימשח משה דערציילט אז מען האט געזען ווי דער צדיק שאקלט צו מיט קאפ ווי ער שטימט איין פאר די רפואה פארן זון, ווי דער ישמח משה האט געזען אז עס איז א עת רצון האט ער אויך מזכיר געווען אז כלל ישראל ברויך אויך רחמי שמים מרובים, אבער דא האט שוין דער צדיק שוין נישט צוגעשטימט,

דערציילט מען אז נאכן פטירה פונעם צדיק איז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע וואס איז שוין נסתלק געווארן דריי יאר בעפאר, געקומען אין חלום צום ברידער הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, און מגלה געווען אז דער הייליגער ברידער רבי סענדר'ל איז געווען פון די ל"ו צדיקים בדור, און אז ביי זיין יציאת נשמה האט ער מייחד געווען די יחודים וואס די עשרה הרוגי מלכות האבן מייחד געווען,

דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געזאגט, אז אויפן קבר פונעם טאטן זי"ע זעט מען יעדן ערב שבת קודש נאך חצות היום, א עמוד של אש וואס דער גראכט ביזן הימל,

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן דורך זיין הייליגע זון הרה"ק רבי אייזיק'ל זי"ע אונעם ספר זכרון דברים,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין בעל היכל הברכה מקאמארנא זי"ע, ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי קאפיל מווערצקי זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי יהוסף הלוי ראטטענבערג אב"ד קאזיווע זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי אשר זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ"א מנחם אב תקע"ח, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט אוהעל, נעבן דעם הייליגען ישמח משה זי"ע,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געשריבן אין זיין ספר נתיב מצותיך, אז די טאטע זי"ע האט רוב פונעם טאג געלערנט איינגעהילט אין טלית ותפילין, און געלערנט תורה מיט א געוואלדיגע קדושה, ער האט טעגליך געלערנט זיין סדר הלימוד בש"ס און די מפורשים ראשונים און אחרונים, און דערנאך האט ער געלערנט טור און שו"ע עם נושאי כלים, און מרוב מתיקות התורה האט דער צדיק וקדוש געקענט פארגעסן פון עסן,

איינמאל האט דער טאטע פארגעסן צו עסן פון מוצאי שבת קודש ביז דאנערשטאג, און ווען זיין תלמיד הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע איז אריין צום רבין און געפרעגט פארוואס די רבי איז זיך מסגף און עסט נישט, דאן האט דער צדיק מיט גרויס עניוות געזאגט, איך האב בכלל נישט בכוונה געוואלט פאסטן, נאר מיטן לערנען תורה האט איך געפילט אזוי זאט, אז איך האב בכלל נישט געפילט אז איך פאסט, און ווען איך וואלט געוויסט וואלט איך געגעסן,

ווערט דערציילט אז בעפאר די פטירה פון הרה"ק רבי סענדער'ל מקאמרנא זי"ע, האט ער איבער געגעבן פאר די חברא קדישא א בריוו, און געהייסן אז מען זאל דאס אויפמאכן כ"ח תמוז תר"א, בערך 23 יאר נאך זיין פטירה,

כ"ח תמוז תר"א ווען מען האט דאס געעפענט איז דארט געשטאנען אז ער שרייבט בצוואה פאר די חברה קדישא, אז ער בעט אז ווער עס ווערט נפטר דעם טאג זאל מען לייגען נעבן אים.
יענעם טאג איז דער הייליגער ישמח משה זי"ע נסתלק געווארן.

דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל זי"ע דערציילט אז דאס הונגער אין שטוב ביים טאטן איז געווען ממש נישט צו אויסהאלטן, עס האט געקענט דורך גיין טעג וואס מען האט ממש נישט געהאט קיין שום זאך אין מויל צו נעמען,

איינמאל איז דורך א גאנצע מעת לעת וואס די קינדער האבן אין שטוב נישט געהאט גארנישט וואס צו עסן, אבער דער טאטע זי"ע איז געווען פארטיפט אין א שווערע סוגיא און דאס פנים האט אים געברענט מיט א אש דקדושה, און דעם קומענדיגן טאג האט אים דער טאטע צוגערופן און עוסק געווען מיט אים אין א סוגיא און מיט דעם פראבירט צו איינשטילען זיין הונגער, ווי דער טאטע האט כסדר געזאגט אז מיט תורה קען מען זיך אנזעטיגן,

אבער ווען דער טאטע האט געזען אז דאס קינד איז ממש מסוכן אויב ער האט נישט עפעס אין מויל צו נעמען, האט דער טאטע געהייסן אז ער זאל גיין צום שכנ'טע און בעטן אז זי זאל בארגן עפעס צו עסן, רבי אייזיק'ל האט געזאגט אז בדרך הטבע וואלט דער שכן שוין מער נישט געבארגט קיין עסן אפילו מיט א משכון, אבער אז דער טאטע הייסט איז ער אריבער צום שכן,

אנקומענדיג צום שכן האט ער אויפן טרעפ באגעגענט א גוי וואס איז דארט געזעצן, און דער גוי פרעגט אים, "מיין קינד ווילסט ברויט און ברוינפען", האט רבי אייזיק געזאגט יא, און דער גוי האט אים געגעבן ברויט און ברוינפען, פון גרויס הונגער האט ער נישט געלייגט קיין געוויכט ווער דער גוי איז, אבער ווען ער איז צוריק געקומען צום טאטן, האט דער טאטע אים געזאגט, "קוק דיך אן, האסט נישט זוכה געווען צו זען אליהו הנביא ז"ל, נאר געקליידעט אלס א גוי",
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

יישר כח @דאנקער זי״ע
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

דאנקער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:47 am
בשנת תקע"ח איז דער הייליגער צדיק געפארן קיין אונגארן, און דער זון הרה"ק בעל היכל הברכה זי"ע דערציילט אז דאן איז ער געווען בערך 12 יאר אלט, און ער מיט די טאטע האבן דאן געוויינט פאר 7 טאג ברציפות, ווייל דער זון האט נישט געוואלט אז דער טאטע זאל פארן קיין אונגארן, ווייל ער האט שוין דאן מרגיש געווען אז דער טאטע גייט דארט נסתלק ווערן,

אבער דער טאטע האט דאן מגלה געווען פארן זון אז כבר נגזרה גזירה אז ער זאל נסתלק ווערן פון די וועלט אפילו זייענדיג נאר 48 יאר אלט, און דער טאטע האט אים דאן אנגעזאגט אפאר הנהגות ווי אזוי ער זאל זיך פירן, איינס איז געווען אז ער זאל גיין שבת קודש מיט ווייסע מלבושים ביז די דרייסיג יאר, אויך ווען ער קומט אן צו רוב שנותיו זאל ער לייגן רש"י און ר"ת תפילין ביי תפילות שחרית, און דאן האט דער טאטע איבער געגעבן די כתבים פון אים און געהייסן אז ער זאל דאס דריקן, און ער זאל דעם ספר ריפן מיטן נאמען "זכרון דברים", און דער הייליגער היכל הברכה זי"ע האט געזאגט אז דאן וועט ער האט זיך געשייד פונעם טאטן האט זיך געפילט ווי א נשמה שיידט זיך פונעם גוף,

די טאטע איז דאן געפארן קיין אוהעל אין אונגארן, און דארט איז ער קראנק געווארן, און שבת קודש פרשת עקב ביי שלש סעודות אפאר שעה בעפאר די פטירה, האט דער צדיק שוין מרמז געווען אויף זיין הסתלקות, און מוצאי שבת קודש כ"א מנחם אב איז דער צדיק וקדוש נסתלק געווארן,

דערציילט מען אז בשעת די לוי' נאנט צום קבירה, איז געקומען א שליח מיט א בריוו, און דארט איז געשטאנען אז דער זון הרה"ק מהרי"א איז ליידער אריין געפאלן אין בעט און איז מסוכן קראנק, אבער ליידער איז שוין דער טאטע נישט געווען בחייו, האט מען דעם בריוו געגעבן פארן הייליגען ישמח משה זי"ע וואס איז דאן געווען דער רב אין אוהעל,

דאן איז דער ישמח משה צו געגאנגען צום מיטה פון דער צדיק און מזכיר מיט טרערן פארן טאטן אז זיין זון איז קראנק און ברויך א ישועה, האט דער ימשח משה דערציילט אז מען האט געזען ווי דער צדיק שאקלט צו מיט קאפ ווי ער שטימט איין פאר די רפואה פארן זון, ווי דער ישמח משה האט געזען אז עס איז א עת רצון האט ער אויך מזכיר געווען אז כלל ישראל ברויך אויך רחמי שמים מרובים, אבער דא האט שוין דער צדיק שוין נישט צוגעשטימט,

דערציילט מען אז נאכן פטירה פונעם צדיק איז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע וואס איז שוין נסתלק געווארן דריי יאר בעפאר, געקומען אין חלום צום ברידער הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, און מגלה געווען אז דער הייליגער ברידער רבי סענדר'ל איז געווען פון די ל"ו צדיקים בדור, און אז ביי זיין יציאת נשמה האט ער מייחד געווען די יחודים וואס די עשרה הרוגי מלכות האבן מייחד געווען,

דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געזאגט, אז אויפן קבר פונעם טאטן זי"ע זעט מען יעדן ערב שבת קודש נאך חצות היום, א עמוד של אש וואס דער גראכט ביזן הימל,

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן דורך זיין הייליגע זון הרה"ק רבי אייזיק'ל זי"ע אונעם ספר זכרון דברים,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין בעל היכל הברכה מקאמארנא זי"ע, ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי קאפיל מווערצקי זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי יהוסף הלוי ראטטענבערג אב"ד קאזיווע זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי אשר זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ"א מנחם אב תקע"ח, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט אוהעל, נעבן דעם הייליגען ישמח משה זי"ע,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אביסל מער אויף די קינדער ?
ווער איז געווען בנו רבי קאפל מווערצקי ? אין ווי איז דער מקור ?
אין חתנו רבי אשר בן ?
אין צי איז דא איינקליך פין רבי קאפל אין רבי אשר ?
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:14 pm
אינטרעסאנט, די מעשה מיט'ן מכתב סגור פאר די חברא קדישא, איז מיר מאדנע.
ווייל דעם ישמח משה'ס רעבעצין, איז אוועק פון די וועלט עטוואס מער ווי א יאר פאר איר גרויסער מאן, און מען האט איר געלייגט נעבן דעם קאמארנאר (בהפסק) און שפעטער ווען דער ישמח משה איז אוועק, האט מען אים געלייגט די רעכטע זייט פון איר מאן (על אף ס'וואלט ווען מער געפאסט מן הסתם אים צו לייגן צווישן די רעבעצין אונעם קאמארנער, און ס'איז מיר אינטרעסאנט אויב איינער ווייסט פארוואס מען האט זיי געלייגט אנדערש)

און די ליסקא רב'ס מאמע ליגט גלייך נעבן דעם קאמארנער אויף די אנדער זייט (אינדרויסן פונעם אוהל).

עכ"פ אבער איז עפעס מאדנע די מעשה מיטן בריוו פאר די ח"ק, ווען די רעבעצין וואס איז אוועק פריער, ליגט שוין אויך דארט.
יכול להיות אז דער ישמח משה האט פון זיך אליין אויסגעקליבן דער פלאץ (און צוגעטראפן צום רצון פון ר' סענדער'ל), און וועגן דעם האט מען א יאר פריער געלייגט די רביצין (ווייל איר מאן גייט דארט אויך ליגן) דארט.
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שעטנז האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 4:14 pm
הילולא דצדיקיא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:14 pm
אינטרעסאנט, די מעשה מיט'ן מכתב סגור פאר די חברא קדישא, איז מיר מאדנע.
ווייל דעם ישמח משה'ס רעבעצין, איז אוועק פון די וועלט עטוואס מער ווי א יאר פאר איר גרויסער מאן, און מען האט איר געלייגט נעבן דעם קאמארנאר (בהפסק) און שפעטער ווען דער ישמח משה איז אוועק, האט מען אים געלייגט די רעכטע זייט פון איר מאן (על אף ס'וואלט ווען מער געפאסט מן הסתם אים צו לייגן צווישן די רעבעצין אונעם קאמארנער, און ס'איז מיר אינטרעסאנט אויב איינער ווייסט פארוואס מען האט זיי געלייגט אנדערש)

און די ליסקא רב'ס מאמע ליגט גלייך נעבן דעם קאמארנער אויף די אנדער זייט (אינדרויסן פונעם אוהל).

עכ"פ אבער איז עפעס מאדנע די מעשה מיטן בריוו פאר די ח"ק, ווען די רעבעצין וואס איז אוועק פריער, ליגט שוין אויך דארט.
יכול להיות אז דער ישמח משה האט פון זיך אליין אויסגעקליבן דער פלאץ (און צוגעטראפן צום רצון פון ר' סענדער'ל), און וועגן דעם האט מען א יאר פריער געלייגט די רביצין (ווייל איר מאן גייט דארט אויך ליגן) דארט.
דאס איז פשוט, אז דער הייליגער ישמח משה האט דארט געוואלט ליגן, און דעריבער געלייגט זיין רעבעצין דארט

נאר וואס אינטרעסאנט איז, ווי ס'קוקט אויס, האט דער ישמח משה געלייגט זיין רעבעצין גענוג ווייט פון רבי סענדער'ל, כדי ס'זאל בלייבן פלאץ פאר אים צו ליגן נעבן זיין רעבעצין אויף איר לינקע זייט, אזוי וועט ער ליגן צווישן זיין רעבעצין און רבי סענדערל.

אבער למעשה, האט מען געלייגט דעם ישמח משה אויף די רעכטע זייט, איז אויסגעקומען אז ס'איז געבליבן ליידיג צווישן די רעבעצין פון ישמח משה, ביז רבי סענדערל זעי"א
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
קלאפ אין ריקן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:52 pm

Re: רבי אלכסנדר סענדער מקאמארנא זצ"ל - כ"א מנחם אב תקע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפ אין ריקן »

איינער האט אמאל געהערט וועגן אן ענין צו גיין צו זיין ציון ערב שבת נאך חצות?
איך זע דערמאנט אויבן אז "דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געזאגט, אז אויפן קבר פונעם טאטן זי"ע זעט מען יעדן ערב שבת קודש נאך חצות היום, א עמוד של אש וואס דער גראכט ביזן הימל,"
איך פרעג צו איינער ווייס א מקור צו אזא ענין?
א פריינטליכע קלאפ אין ריקן האט נאך קיינעם נישט וויי געטאן אבער שוין פילע אויפגעראכטן
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

תגובה דורך עלינו »

קלאפ אין ריקן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 12:56 am

וועגן גיין צו זיין קבר ווייס איך נישט,
אבער אז מען זעט אן עמוד של אש שרייבט דאך דער הייליגער קאמארנער.
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.

עלינו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 1:01 am

הוא אשר דברנו... דאס איז מיין פראגע. שכוח.

קלאפ אין ריקן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 1:03 am
עלינו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 1:01 am
קלאפ אין ריקן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 12:56 am
איינער האט אמאל געהערט וועגן אן ענין צו גיין צו זיין ציון ערב שבת נאך חצות?
איך זע דערמאנט אויבן אז "דער זון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געזאגט, אז אויפן קבר פונעם טאטן זי"ע זעט מען יעדן ערב שבת קודש נאך חצות היום, א עמוד של אש וואס דער גראכט ביזן הימל,"
איך פרעג צו איינער ווייס א מקור צו אזא ענין?
וועגן גיין צו זיין קבר ווייס איך נישט,
אבער אז מען זעט אן עמוד של אש שרייבט דאך דער הייליגער קאמארנער.
הוא אשר דברנו... דאס איז מיין פראגע. שכוח.
וואס פרעגסטו ווי דער קאמארנער שרייבט עס?
איך מיין אין די הקדמה פון זוהר חי אדער אין מגלת סתרים.
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”