רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הונגרי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:03 pm

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונגרי »

האם יש עוד חסידות פולנית שהיו לה כל כך הרבה חסידים ושטיבלאך גם בגאליציה?
לדעתי חסידות ראדומסק היא החסידות היחידה
לפי הידוע לי לא היו שטיבלאך של גור/אלכסנדר/וורקא בגליציה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גור האט יא געהאט עפעס אין גאליציע... טאקע נישט אזוי אזוי סאך...
כ'געדענק נישט יעצט אויפן פלאץ פונקטלעך ווי...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אטעטשמענטס
שלמה-חנוך-הכהן-רבינוביץ-187x300.jpg
שלמה-חנוך-הכהן-רבינוביץ-187x300.jpg (12.53 KiB) געזען 362 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

הזמנה בכתי"ק הרה"ק ר' שלמה חנוך הכהן מראדאמסק לחתונת בתו עם הג' ר' דוד משה הכהן "ושאזכה לראות מהזוג רק נחת דור ישרים יבורך" להרה"ק ר' ישראל מטשורטקוב.


https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 9A?lang=he

25.jpg
25.jpg (195.65 KiB) געזען 224 מאל
70.jpg
70.jpg (196.29 KiB) געזען 224 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי שלמה חנוך ב"ר יחזקאל הכהן זי"ע, הי"ד, בעל שבחי כהן, האדמו"ר האחרון מראדומסק

ער איז געבוירן אין שטאט ראדאמסק, בשנת תרמ"ב,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי יחזקאל הכהן ראבינאוויטש בעל כנסת יחזקאל מראדומסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי אברהם ישכר הכהן בעל חסד לאברהם מראדומסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי שלמה הכהן בעל תפארת שלמה מראדומסק זי"ע,

ער איז געווען א גאון וצדיק, און געווען זיין גאנץ לעבן מדוכא ביסורים, טויזענטער אידן זענען געווען דבוק אין דעם צדיק וקדוש בלב ונפש, און ער האט הונדערטער אידן געהאלפן מיט ישועות און מופתים, און ער האט געהאט א מנהג, אז ווען אידן פלעגן זיך קומען מזכיר זיין בעת צרה, אדער פאר די וואס האבן זיך געברויכט שטעלן צו די מיליטער, האט ער געגעבן א סגולה, אז מען זאל זיך בשעת מעשה מצייר זיין זיין צורה און מען וועט זען א ישועה, און הונדערטער אידן זענען דורך דעם געהאלפן געווארן,

ער איז נתחנך געווארן ביי זיין טאטן אין שטוב, און גאר אסאך תורה און קדושה מקבל געווען פון זיין הייליגען טאטן דער בעל כנסת יחזקאל זי"ע,

ער איז געווען א תלמיד פון הגה"ק רבי אפרים צבי איינהורן בעל שארית אפרים אב"ד אמסטוב זי"ע, און דארט אין ישיבה האט ער געלערנט צוזאמען מיט הגה"ק רבי אריה צבי פרומר בעל ארץ צבי אב"ד קוזיגלוב זי"ע, הי"ד,

שוין פון זיינע יונגע יארן איז ער שוין געווען באוויסט אלס א למדן עצום, און ער האט געהאט א זכרון נפלא און א שנעלע תפיסה און א גאר טיפע הבנה בתורה, און ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א בקי אין רוב מקצועות הש"ס ופוסקים, און זיינע רבי'ס האבן געזאגט אז ער האט באמת געלערנט תורה לשמה מיט א געוואלדיגע התמדה,

דערציילט מען אז איינמאל האט זיך די מאמע פונעם רבין געוואנדן צו איר הייליג מאן רבי יחזקאל זי"ע די טאטע פון רבי שלמה חנוך זי"ע, און געזאגט אז זי איז זייער באזארגט פארן קינד, ווייל ער איז אזוי אריינגעטון אין לערנען אז ער קען בכלל נישט די שפראך פון די מדינה, און עס וועט אים אפשר שאדן פארן זיין פריוואטען לעבן,

האט דער טאטע געזאגט בזה"ל, "ער וועט זיך נישט דארפן זארג'ען אויף פרנסה", און די ברכה פונעם טאטן איז טאקע מקיים געווארן, און כידוע איז ביי דעם צדיק מקויים געווארן "תורה וגדולה במקום אחד" און ער האט קיינמאל נישט געברויכט האבן די דאגה פאר פרנסה,

ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין מקרב זיין די צובראכענע נשמות פון כלל ישראל, און זיך אפ געגעבן מיט זיי מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, זיין שטוב איז אייביג געווען אפען פאר יעדן צובראכענע איד,

אויך האט ער גאר אסאך לוחם געווען קעגן פירצות און אויך אויף וואס איז געווען קעגן די הלכה אדער מנהגים וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים, אויך האט ער דארט אין שטאט אויף געשטעלט א ישיבה און אליין מרביץ תורה געווען פאר די תלמידים מיט א געוואלדיגע איבער געגעבענקייט, ער איז געווען באוויסט אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת אסתר ע"ה, הי"ד,
די טאכטער פון זיין פעטער הרה"ק רבי משה אלימלך ראבינאוויטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי אברהם ישכר הכהן בעל חסד לאברהם מראדומסק זי"ע,

און נאך די חתונה האט ער זיך אריינגעווארפן אין לערנען און עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה, און ווען זיין שווער רבי משה אלימלך זי"ע וואס איז געווען א שיינע בעל פרנסה, איז נסתלק געווארן, האט ער איבער גענומען דעם געשעפט און פון דעם האט ער געהאט שיין פרנסה,

ער האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען קיין פדיון ווען מען איז געקומען זיך מזכיר זיין צו אים, נאר פונקט פארקערט ער האט גאר אסאך געלט אויס געטיילט פאר ארימעלייט און צובראכענע אידן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

י"ח חשון בשנת תרע"א ווען זיין טאטע דער כנסת יחזקאל זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן די ראשי העדה געוואלט אויפנעמען דעם זון אלס ממלא מקום אין ראדומסק, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט אנעמען דאס רבנות,

אבער ווען די ראשי העדה האבן נישט נאכגעגעבן, איז ער אריבער געפארן צו די צדיקי הדור, ובתוכם הרה"ק רבי ישראל פריעדמאן מטשורטקוב זי"ע, און צו הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, און אנגעפרעגט וואס ער זאל טון, און אלע האבן אים זייער צו גערעדט אן צו נעמען דאס רבנות,

דאן איז ער געווארן דער רב אין שטאט ראדאמסק זייענדיג נאר 29 יאר אלט, אבער די אידן פון שטאט האבן אים גאר שטארק מעריץ געווען און ער האט געפירט די קהלה מיט א מוראדיגע שטארקייט,

אויך האט ער דאן מייסד געווען ישיבות "כתר תורה" אין גאנץ פולין און מיט די צייט זענען געווען 36 ישיבות אין גאנץ פולין ווי עס האבן געלערנט 40,000 בחורים,

די אלע ישיבות זענען געפריט געווארן דורך אים, און ער האט כמעט דאס גאנצע געלט אליין באצאלט, און ווי דער רבי האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט בזה"ל, "דאס געלט איז נישט מיין, איך האב דאס אלעס מקדיש געווען פאר די ישיבות כתר תורה"

און דאס איבעריגע געלט איז געווען פון די נגידים הנגיד ר' שמעון שפינגארדן ז"ל, הנגיד ר' חיים אלעזר רויזענפעלד ז"ל, הנגיד ר' משה יעקב אנגלשטיין ז"ל, הנגיד ר' מרדכי בריענבוים ז"ל,

ווען עס האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה איז די רבי געווען אין שטאט לודז, און עס איז דאן געווען א טראנספארט וואס איז געפארן קיין וויען און דערנאך קיין ארץ ישראל, און די חסידים האבן ערלעדיגט א פלאץ אויפן באן פארן רבין,

אבער דער רבי מיט זיין אהבה צו די חסידים און די שטאט מענטשן, האט ער בשום אופן נישט געוואלט אוועק פארן, און געזאגט "איך וויל זיין מיט אלע אידן",

דאן האט מען אים געפירט צוזאמען מיט אלע אידן פון שטאט צו טרויעדיגען ווארשא געטו, דארט איז די רבי איינגעשטאנען אין שטוב פון הגביר רבי נתן פנחס ערליך ז"ל, הי"ד, און ער האט דארט ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש, ער האט דארט אפילו מיט מסירת נפש ממש געפירט טישן און אויף גענומען חסידים,

דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען דארט אין געטו און נישט נאך געלאזט קיין קוצו של יוד, און ער האט זיך דאן אפ געגעבן מיטן מקבר זיין די אידן וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן און זיי ברענגען לקבר ישראל מיט א מסירת נפש ממש, אויך האט ער זיך מוסר נפש געווען נישט אויפן צלם אלקים און ער איז געבליבן מיטן בארד ביז ער איז אומגעקומען,

אבער ליידער שבת קודש פרשת עקב י"ח מנחם אב תש"ב. האבן די רשעים די דייטשן ימ"ש איבער געפאלן דעם דירה ווי די רבי איז איינגעשטאנען, און געהייסן פארן רבין מיט די גאנצע משפחה ארויס גיין פון שטוב, אבער די רבי האט זיך קעגן געשטעלט און געזאגט אז ער וויל ענדערש אומקומען ביי זיך אין שטוב ווי אויף די גאס,

און דאן האבן די רשעים די דייטשן אומגעברענגט דעם רבין מיט די רעבעצין הרבנית מרת אסתר ע"ה הי"ד, זיין בת יחידה הרבנית מרת ריזל ע"ה הי"ד, אויך דער איידעם הרה"ק רבי דוד משה מקרימלוב זי"ע, הי"ד, און נאך 26 נפשות קדושים וטהורים זענען ליידער דארט אומגעקומען צוזאמען מיטן רבין, און מיט דעם האט זיך ליידער אפגעהאקט דעם שושלת ראדאמסק,

דער צדיק האט זוכה געווען צו עפעס וואס ווייניג אידן האבן דאן זוכה געווען, און במסירת נפש האט הרה"ח רבי דוב בעריש ערליך ע"ה, און הרה"ח רבי ברוך קמינר ע"ה, גענומען דעם גוף קדוש פונעם רבין און בערדיגט אין ביה"ח אין ווארשא, סמוך ונראה צום קבר פון הרה"ק רבי אלתר ישראל שמעון פרלוב מנובומינסק זי"ע,

ארץ אל יכסה דמם ואל יהיה מקום לזעקתם עדי עד ישקיף ה' ויראה בצרת עמו ויגאלנו ברחמיו שנית לעיני כל חי בביאת גואל צדק בב"א.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה חנוך הכהן ראבינאוויטש מראדאמסק זצ"ל - ח"י מנחם אב תש"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת קודש איז דער הילולא קדישא פון דער לעצטע ראדומסקער רבי הקדוש רבי שלמה חנוך זי"ע הי"ד אין זיין איידעם הגאון הקדוש רבי דוד משה הי"ד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”