רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

היינט די יא"צ
(אויך יא"צ פון זיין רעבעצין הרבנית מרת רבקה צירל ע"ה הי"ד בת הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זיע"א, און פון הרבנית מרת בלומא יהודית ע"ה אשת חבר הרה"ק רבי אברהם זיע"א מקערעסטיר, און בת הרה"ק רבי מיכאל מדזשורקא זיע"א שמנו"כ בהר הזיתים).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

האט אפשר איינער א בילד פון הרה״צ רבי בעריש רובין זצ״ל אדמו״ר מקערעסטיר
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יודל קליין האט געשריבן:האט אפשר איינער א בילד פון הרה״צ רבי בעריש רובין זצ״ל אדמו״ר מקערעסטיר

viewtopic.php?p=271612#p271612
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יודל קליין האט געשריבן:האט אפשר איינער א בילד פון הרה״צ רבי בעריש רובין זצ״ל אדמו״ר מקערעסטיר

viewtopic.php?p=1728806#p1728806
דביה תחדי נפשא
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מיט וועהם האט זיך ר' מאיר יוסף משדך געוועהן פאר די קריג?
איך האב געזעהן ערגעץ באשריבן אז ער האט געהאט א זוהן ר' מיכאל וואס איז געוועהן אן איידעם ביי רבי שלום צבי אדלער אב"ד סערעדנא
זה הקטן גדול יהי'
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

צייטונג אויסשניט פון באזוך פון הרב ישכר בעריש רובין מקערעסטיר אין מאנטריאל בשנת תשכ"ו
אטעטשמענטס
קערעסטיר---מאנטריאל-תשכו.jpg
קערעסטיר---מאנטריאל-תשכו.jpg (65.44 KiB) געזען 1832 מאל
אוצרות
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:33 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות »

מכתב מאת האדמו"ר הרה"ק ר' מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זצוק"ל.
המכתב נשלח אל הרה"ח ר' צבי הירש סגל. תוכן המכתב, אודות הסתמכות על כשרותו של סוחר אחד מטאקאי.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... /lot/17694
אטעטשמענטס
rsz_מאיר_יוסף_רובין.jpg
rsz_מאיר_יוסף_רובין.jpg (282.28 KiB) געזען 1241 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

נאר די חתימה איז כתי"ק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

חותמו
אטעטשמענטס
14258.jpg
14258.jpg (61.67 KiB) געזען 1194 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

.
אטעטשמענטס
142582.jpg
142582.jpg (101.69 KiB) געזען 1190 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:היינט די יא"צ
(אויך יא"צ פון זיין רעבעצין הרבנית מרת רבקה צירל ע"ה הי"ד בת הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זיע"א, און פון הרבנית מרת בלומא יהודית ע"ה אשת חבר הרה"ק רבי אברהם זיע"א מקערעסטיר, און בת הרה"ק רבי מיכאל מדזשורקא זיע"א שמנו"כ בהר הזיתים).

ארויף צו די יא"צ

גראדע האב איך געשריבן א טעות, די שוויגער, הרבנית מרת בלומא יהודית ע"ה, איז די יא"צ כ"ה סיון, (זי איז דעמאלט'ס נישט געווען אין קערעסטיר, נאר ביי א טאכטער אין א אנדער שטאט, וואס דארט האט מען גענומען שפעטער)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חומש שמות עותק הגה"ק ברוך רובין אבד"ק בריזדוביץ
חומש שמות עם הרבה חתימות של הגה"ק רבי ברוך רובין מבריזדוביץ.
יש חותמת "ברוך רובין חופה"ק גערלא", חותמת בלועזית: "ברוך רובין רבינר בריזדוביץ".
בסוף הספר חתימת יד קדשו: "זה החומש שייך לי הצעיר ברוך רובין בהרה"צ שליט"א מגלאגוב". בדף נ' חתימה: "ברוך רבינ", על דף ו': "שייך לי הצעיר ברוך רובין". כמו כן יש הרבה הגהות ותיקונים בכתב יד קדשו.
גם יש חותמת: "נחמן כהנא חופה"ק אדיוליא-קארילסבורג"
האדמו"ר רבי ברוך (תרכ"ד - תרצ"ו) כיהן בבריזדוביץ'.בנו הרביעי של הגה"ק רבי מאיר מגלוגוב. היה חתנו של רבי מנחם מנדל אייכנשטיין מזידיטשוב. לאחר חתונתו התגורר במיקולייב ליד חמיו שכיהן שם ברבנות. היה תלמידו של רבי יחזקאל שרגא משינאווא. בילדותו היה אצל רבי חיים מצאנז. בשנת תרנ"ה התמנה לרבנות בריזדוביץ' הסמוכה לזידיטשוב. בזמן מלחמת העולם הראשונה נמלט לדעש ובשנת תרע"ז התיישב בסאמוש אויוואר שם כיהן כאדמו"ר מקולמייא, חיבר ספר בשם "שארית ברוך".
בניו היו רבי מאיר יוסף מקרסטיר ורבי יעקב ישראל וישורון מסאסרגן. חתניו היו רבי משה מטומשוב, רבי חיים מסאטמר (בן רבי שלום אליעזר מראצפרט) רבי צבי הירש כהנא מספינקא ורבי משה עזרא מראזלא.
אטעטשמענטס
BRRRRR.jpg
BRRRRR.jpg (305.02 KiB) געזען 965 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
דינוב-קערעסטיר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 18, 2019 3:49 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דינוב-קערעסטיר »

מתי נולד הרה"ק ר' מאיר יוסף הי"ד זי"ע?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

בשנת תרנ"ד
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

מצו"ב הגליון קערעסטירער הויף פר' נשא [בהעלותך בא"י] תשפ"ג - 198, ובו מאמר מיוחד מנכדו כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א, לכבוד יומא דהילולא

https://drive.google.com/file/d/1z_k-qN ... sp=sharing

וכן כל המאמרים שהופיעו בגליוננו על כ"ק אדמו"ר מהרמ"י הי"ד במשך השנים

https://drive.google.com/file/d/1hX0eTA ... sp=sharing
עילאה גבר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 8:48 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילאה גבר »

היינט די יארצייט פון ר' מאיר יוסף ומשפחתו אין די גאנצע שטאט קערעסטיר השם יקום דמם
תהא נשמתם צרורה בצרור החיים
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר עם חתימה
אטעטשמענטס
KLN.jpg
KLN.jpg (283.49 KiB) געזען 497 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי מאיר יוסף ב"ר ברוך זי"ע, הי"ד, (רובין), אב"ד קערעסטיר

ער איז געבוירן אין שטאט בריזדאוויטץ, בשנת תרנ"ט.
צו זיין טאטן הרה"ק רבי ברוך רובין אב"ד בריזדאוויטץ זי"ע.
בן הרה"ק רבי מאיר מגלוגוב זי"ע, (חתן הרה"ק רבי יוסף מדאמבראווא זי"ע,)
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה שלאמצא ע"ה,
בת הרה"ק רבי מנחם מענדל מזידיטשוב זי"ע, חתן הרה"ק רבי חיים אברהם ממיקולייב זי"ע.

ער איז געווען א צדיק און א פועל ישועות, יומם ולילה לא פסיק פומיה מגירסא, ער איז געווען א געוואלדיגע צוגעלאזענע מענטש.
אין זיין יוגענט האט ער געלערנט תורה ביי זיין הייליגען טאטן הרה"ק מבריזדאוויץ זי"ע, דארט ביים טאטן האט ער קונה געווען אסאך תורה.
שפעטער האט ער געלערנט ביי זיין רבי הגה"ק אב"ד מאד זי"ע.
ער איז מוסמך געווארן להוראה דורך גאונים בדורו, ובמיוחד דורך זיין גרויסן רבין הגה"ק אב"ד מאד זי"ע, וואס האט מוראדיג מפלא געווען אין די גדלות פון דעם גאון און צדיק רבי מאיר יוסף זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רבקה צירל ע"ה,
בת הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זי"ע,
א זוהן און ממלא מקום פון הרה"ק מופת הדור רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע,
די חתונה איז פאר געקומען ביים זיידן אין שטאט קערעסטיר.

ער איז געווען סמוך על שולחן פון זיין גרויסען זיידן רבי ישעי'לע פאר זעקס יאר נאך זיין חתונה, דער זיידע האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע אהבה צו דעם אייניקל.
לגבי דאס חביבות פונעם זיידן רבי ישעי'לע צום אייניקל פארציילט מען אז שבת קודש ר"ח אייר תרפ"ה דריי טאג פאר זיין הסתלקות האט נאך רבי ישעי'לע געפירט טיש.
ביי די פיש האט ער געהייסן זיין בנו יחידו הרה"ק רבי אברהם זי"ע זאל טיילן די פיש און די חסידים האבן פון דעם פארשטאנען אז ער האט מיט דעם מסמיך געווען דעם זוהן אלס ממלא מקום.

זונטאג ביינאכט איז ער שוין געווען גאר שוואך און ער האט געלאזט רופן זיין אייניקל הרה"ק רבי מאיר יוסף זי"ע, א איידעם ביי רבי אברהם און אים געהייסן זינגען דעם זמר יום זה מכובד, ווען ער האט געפרעגט דעם זיידן איז היינט שבת, האט רבי ישעי'לע געזאגט אז יא.
(דער טאג פון זיין פטירה איז ביי אים געווען גערעכנט ווי שבת).
און דאן האט דער הייליגע זיידע סומך געווען זיינע הייליגע הענט אויף דעם אייניקל און מיט דעם אים מסמיך געווען אלס ממלא מקום פון זיין זוהן.

אפילו זייענדיג א איידעם ביים שווער נאר 8 יאר פון די חתונה ביז צום שווער'ס הסתלקות, האט דער איידעם אסאך יונק געווען פון זיין גרויסע שווער רבי אברהם זי"ע.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ח"י אדר תרפ"ז מיט די פריצייטיגע פטירה פון דעם שווער רבי אברהם זי"ע, און ווי דער שווער האט געזאגט זיין רצון אז דער איידעם זאל זיין ממלא מקומו, האט דער איידעם רבי מאיר יוסף זי"ע איבער גענומען דאס רבנות אין קערעסטיר, ער האט ממשיך געווען דאס התנהגות קהילת הקדושה אין קערעסטיר מיט אלע הנהגות פון דעם זיידען און דער שווער, ער האט אויך ממשיך געווען מיט די הכנסת אורחים און צדקה, ער איז דארט געווען רב פאר 17 יאר כולן שוין לטובה, ביז מען האט ליידער אוועק געפירט די אידן פון קערעסטיר קיין אושוויץ ווי רוב רובם זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד.

עס איז געווען א געוואלדיגע ידידות צווישן דעם רבין און די צדיקי דורו, ובתוכם,
הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, הי"ד דער הייליגער זוהן פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע
והרה"ק רבי ישראל צבי ראטטענבערג בעל אור מלא מקאסאן זי"ע, הי"ד,
והרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע, וואס מען דערציילט אז ווען דער רבי ר' מאיר יוסף זי"ע האט חתונה געמאכט זיין ערשטע טאכטער, איז דער הייליגער טאהשער רבי געקומען צו די חתונה, און געטאנצן א מצוה טאנץ וואס האט גענומען באלד א האלבע שעה מיט א געוואלדיגע דביקות.

אפילו זייענדיג דער מנהיג הקהלה האט ער געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, ווי מען פארציילט אז אויב מען איז אנגעקומען צו דעם צדיק אינמיטן די נאכט מזכיר זיין א חולה האט מען אים געטראפן שטיין ביים שטענדער און לערנען מיט א געוואלדיגע מתיקות.

זיין שוואגער הרה"ק רבי נחמן כהנא מספינקא בני ברק זי"ע, וואס איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי ברוך מבריזדאוויץ זי"ע, פארציילט, אז ווען ער האט חתונה געהאט ו' אלול איז דער שוואגער רבי מאיר יוסף זי"ע געקומען צו די חתונה און ער איז שוין געבליבן ביים שווער רבי ברוך'ל פאר די ימים נוראים, האט רבי מאיר יוסף פון די חתונה ו' אלול ביז נאך שמחת תורה גענדיגט די גאנצע חלק ב' פון יורה דעה מיטן חוות דעת, און דער שוואגער זענדיג דאס האט אנגענומען דעם שוואגער אלס זיין רבי אין הלכה.

אויך האט רבי מאיר יוסף געהאט א מנהג צו מקבל זיין שבת, ביים זמן כניסת השבת פון ארץ ישראל, און פון די זמן האט ער שוין נישט געטון קיין מלאכה, איינמאל איז געשען אז מען האט ערב שבת פארשפעטיגט צו איינפאקען די טשולענט בעפאר די זמן כניסת השבת פון ארץ ישראל אז עס זאל זיך האלטן ווארעם ביז שבת צופרי, האט דער צדיק נישט געגעסן קיין טשולענט יענעם שבת און נישט געלאזט ח"ו עובר זיין אויף דעם מנהג פון נישט טון קיין מלאכה ביים זמן כניסת השבת פון ארץ ישראל.

ער האט דעם הכנסת אורחים פונעם זיידן ווייטער געפירט מיט א מסירת נפש, אויך איז ער געווען באוויסט אלס א פועל ישועות בקרב הארץ, אסאך אידן זענען געקומען צו אים מיט הזכרת און אוועק מיט א ישועה, אויך האט מען ביי דעם צדיק געזען אפענע רוח הקודש.
ווי באוויסט האט דער צדיק נישט געקענט הערן א שלעכט ווארט אויף א איד און פארשטייט זיך קיינמאל נישט ארויסגעזאגט אפילו נאר א אבק לשון הרע אויף א איד.
ביי די מלחמה זענען ליידער געווען אידישע קינדער וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די דייטשן ימ"ש און ליידער אפגעטון גרויסע צרות פאר אידישע קינדער מען האט זיי געריפן "יודענראט".

דער צדיק איז געווען אין די געטא אין שטאט אוהעל, איז איינער געקומען דערציילן פארן רבין די רשעות וואס די אידן טוען אפ פאר אידישע קינדער, אבער די נפש הטהורה פונעם צדיק האט די ווערטער נישט געקענט מקבל זיין און ער האט געזאגט פאר דעם איד "איך וויל די ווערטער נישט מקבל זיין אויף אידישע קינדער", און געזאגט, עס שטייט אין שיר השירים "כְּחוּט הַשָּׁנִי שִׂפְתֹתַיִךְ" איז אין צייט ווען די בית המקדש איז געשטאנען איז געווען דער חוט השני וואס ווען עס איז געווארן ווייס האט מען געוויסט אז דער גרויסער באשעפער האט מוחל געווען די עבירות פאר אידישע קינדער.

אבער ליידער היינט האט מען נישט קיין בית המקדש, וועגן דעם שטייט כְּחוּט הַשָּׁנִי שִׂפְתֹתַיִךְ, אז ווען א איד האלט זיך צוריק פון רעדן שלעכטס אויף א אנדערן איד אפילו יענער איז נישט ערליך, ברענגט מען מיט דעם אראפ השפעות און דורך דעם איז דער גרויסער באשעפער מוחל די עבירות פון אידישע קינדער.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.
הרה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע, חתן הרה"ק רבי ישראל פריינד אב"ד הוניאד זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר דוב רובין מקרעסטיר זי"ע, ממלא מקום אביו,
בתו הצדקת מרת חיה פרימט ע"ה, אשת הרה"ק רבי אשר ישעיה רובין מסאסרעגן זי"ע,
בתו הצדקת מרת פריידא גיטל ע"ה, אשת הרה"ק רבי מנחם ישראל רוטנבערג מקאסאן זי"ע,

ליידער כ"ה ניסן תש"ד זענען די רשעים די דייטשן ימ"ש אריינגעקומען קיין אונגארין, און כ"ג ניסן אסרו חג פסח תש"ד האט מען געהייסן אלע אידן פון די שטאט ארויסקומען פון די שטובער און גיין אונעם חצר פון דעם ביהמ"ד, כ"ה ניסן האט מען זיי אלע אוועק געפירט צו די געטא אין שטאט אוהעל, און ביום ט"ו סיון תש"ד איז דער צדיק וקדוש מיט רוב פון זיין משפחה און די קהלה קדושה פון קערעסטיר אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד.

ארץ אל יכסה דמם ואל יהיה מקום לזעקתם עדי עד ישקיף ה' ויראה בצרת עמו ויגאלנו ברחמיו שנית לעיני כל חי בביאת גואל צדק בב"א.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ח רבי יהושע וויינשטאק ז"ל פון קליינווארדיין, פארציילט אז איין יאר איז ער געווען ביים רבין אויף ראש השנה, די קומענדיגע טאג צום גדליה איז ער אריין צום רבין זיך געזעגענען בעפארן אהיים פארן, דער צדיק האט אים געגעבן די האנט, און זאגט אים אז ער זאל זיך זעצן, און געהייסן ברענגען ברוינפען און לעקעך און ער זאל עסן.
עס איז געווען א פלא אין די אויגן פון דעם חסיד רבי יהושע ווייל עס איז דאך געווען צום גדליה, און ער האט נישט געשפירט קיין חולשה אז ער זאל ברויכן אויס פאסטן, אבער דער צדיק האט אים נאכאמאל געזאגט אז ער זאל עסן עפעס, אבער דער חסיד האט זייער געבעטן אז ער וויל ווייטער פאסטן, האט דער צדיק געהייסן אז מען זאל אים מיט געבן א באטל ברוינפען און עפעס צו עסן אויפן וועג, דער רבי יהושע האט זיך זייער געוואונדערט אבער האט מיט גענומען מיט זיך די ברוינפען און לעקעך.

אינמיטן וועג ווען מען איז אנגעקומען אין שטאט נירעדהאז האט רבי יהושע געשפירט א שרעקליכע חולשה און ער איז כמעט געפאלן חלשות, די אנדערע חברה וואס זענען געווען מיט אים האבן זיך גלייך דערמאנט פון די ברוינפען וואס דער צדיק האט מיטגעגעבן און מען האט פאר רבי יהושע אריינגעגאסן אביסל ברוינפען אין מויל אין ער האט זיך פון דעם דערכאפט און עס איז אים גלייך בעסער געווארן
דאן האבן זיי שוין געזען דעם רוח קדשו פונעם צדיק.

אויך פארציילט מען גאר אסאך מעשיות פון אידן וואס האבן געברויכט ישועות איז דער הייליגער זיידע רבי ישעי'לע געקומען צו זיי אין חלום און געהייסן גיין צו זיין אייניקל רבי מאיר יוסף און זיי וועלן געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
און אויך פארציילט מען אויף אלטע חסידים פון רבי ישעי'לע וואס זענען זיך געגאנגען משטטח זיין אויפן ציון פון רבי ישעי'לע און רבי ישעי'לע איז זיי געקומען אין חלום און געפרעגט פארוואס זיי קומען צו אים ווען זיי קענען געהאלפן ווערן ביים אייניקל הרה"ק רבי מאיר יוסף זי"ע.

איינמאל איז א איד געקומען צו אים און געזאגט אז די זיידע רבי ישעי'לע איז געקומען אין חלום און געזאגט אז איך זאל טראגען 100 פענגעס פאר דעם אייניקל און איך וועל האבן א ישועה, אבער דער איד האט געזאגט אז ער האט נישט די סכום געלט בכלל, האט זיך דער צדיק אנגערופען בזה"ל "פארוואס גייט דער זיידע צו די ארימעלייט, זאל ער גיין צו עשירים".

א איד א חסיד פונעם זיידן רבי ישעי'לע האט געברויכט א גאר גרויסע ישועה, איז דער זיידע געקומען אין חלום און געזאגט אז ער זאל נעמען א פעטע קוה און דאס טראגן צום אייניקל און ער וועט האבן א ישועה, דער איד האט גלייך מקיים געווען דעם בקשה פונעם צדיק און געטראגן דעם קוה פארן אייניקל, און פארשטייט זיך ער האט געהאט א ישועה.

פון דאן האט מען דעם קוה גערופען "רבי ישעי'לעס קוה", און לפלא אפאר טאג בעפאר די רשעים די דייטשן זענען אריינגעקומען אין שטאט קערעסטיר, האט אויסגעבראכן א פייער אינעם חצר פונעם צדיק און נאר דער קוה איז דארט פארברענט געווארן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ח רבי יהושע העשיל דויטש שו"ב בטאקאי ז"ל האט פארציילט אז זיין טאטע הרה"ח רבי חיים ז"ל איז געווען שו"ב אין שטאט מישקאלץ, האט ער געהאט א שוועסטער בערך 17 יאר אלט וואס האט פלוצלונג באקומען גאר הויעך פיבער און אריין געפאלן אין בעט מוראדיג קראנק.
מען האט פראבירט יעדן דאקטאר וואס מען האט נאר געקענט אבער אלע האבן געזאגט אז זי האט א געפערליכע מחלה וואס מען קען נישט העלפן, עד כדי כך אז זיי האבן אלע אויפגעגעבן און געזאגט אז עס איז נישט דא גארנישט וואס מען קען העלפן.

האט רבי יהושע העשיל אפגעמאכט אז אפילו עס איז שוין גאר שפעט ביינאכט וועט ער זיך ארויסלאזן קיין קערעסטיר צום צדיק רבי מאיר יוסף זי"ע, און דערווייל זענען די קרובים פונעם מיידל געקומען זיצן נעבן איר, און מען האט געמיינט אז זי איז שוין אין א מצב פון גסיסה.
רבי יהושע העשיל איז אנגעקומען קיין קערעסטיר בערך 12 א זייגער, ער גייט צו צום שטוב פונעם צדיק האט ער געזען אז די ליכט ברענט, ער קלאפט אריין אונעם שטוב און ער זעהט ווי דער צדיק שטייט ביים שטענדער און איז עוסק בתורה, האט ער געזאגט פארן רבין די מצב ביים שוועסטער אז די דאקטוירים האבן שוין אלע אויפגעגעבן און זי איז אין א שרעקליכע סכנה.

האט דער צדיק געזאגט, דער גבאי איז דאך שוין נישט דא, דערפאר שרייב די אליין א קוויטל און געב מיר דאס אהער, רבי יהושע העשיל האט געשריבען א קוויטל און דאס אהין געגעבן פארן רבין, דער צדיק האט געליינט דעם קוויטל און דאס נאכדעם צעריסן אויף שטיקלעך און דערווייל האט ער געזאגט עפעס וואס רבי יהושע העשיל האט נישט געקענט הערן וואס ער זאגט.

דערנאך האט ער א זאג געגעבן פאר רבי יהושע העשיל, די דאקטורים האבן א טעות און עס איז בכלל נישט דאס וואס זיי מיינען, זי וועט בקרוב האבן א גאנצע רפואה.
ער האט דאן געוואלט גלייך אהיים פארן קיין טאקאי, אבער דער צדיק האט אים געהייסן בלייבן אויף ביינאכט און צופרי זאל ער צוריק פארן קיין מישקאלץ צו זען וואס די שוועסטער מאכט.

די קומענדיגע טאג ווען ער איז אנגעקומען קיין מישקאלץ האט מען אים פארציילט אז די גאנצע נאכט איז מען געווען פארנומען צו טוישן די קליידער פון די מיידל ווייל עס האט איר אנגעכאפט א שרעקליכע שווייס, וואס דאס איז א גוטע זאך פאר א חולה וואס מיינט אז עס ווערט בעסער.
האט רבי יהושע העשיל געפרעגט ווען די שווייס האט זיך אנגעהויבן, האט מען געזאגט בערך 12 ביינאכט, גענוי די צייט ווען ער איז געווען ביים צדיק, און צוביסלעך איז די מצב געווארן בעסער און בעסער, ביז זי האט געבעטן עפעס צו טרינקען, און אביסל שפעטער איז זי אינגאנצען געזונט געווארן.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

''געזינט פרנסה שפע ברכה והצלחה חיי נחת ושלוה'' מכתב ברכות מהרה"ק רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר. בצד השני חותם גם הגבאי רבי אלימלך פישמאן.


https://us.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he

16.jpg
16.jpg (191.39 KiB) געזען 401 מאל
17.jpg
17.jpg (107.75 KiB) געזען 401 מאל
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

''געזינד פרנסה שפע ברכה והצלחה וחיי נחת'' מכתב ברכות מהרה"ק רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר.

מכתב ביידיש עם ברכות חמות לרוב ביידיש-דייטש ומסיים בלה"ק ''געזינד פרנסה שפע ברכה והצלחה וחיי נחת''. בכתיבת הגבאי ר' אלימלך פישמאן וחתי"ק רבינו.

באדראגקערעסטיר, תרח"ץ. נשלח אל ר' שרגא צבי (פייבל) שמעלצער מהעיר קעצעל (בן ר' חיים וייטל שמעלצער מיאנאשלהאלמא).

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he


80.jpg
80.jpg (197.83 KiB) געזען 140 מאל
81.jpg
81.jpg (182.2 KiB) געזען 140 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”