רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איז נישט יעצט ארויס א ספר פון רבי יצחק?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ייחוס זוכער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:נייע מעשה.
בדרך כלל ווען מען לייגט מאן און ווייב צוזאמען, און אימיצער שטארבט איידער מען האט געלייגט די מצבה פאר׳ן צווייטן וועט מען יא לייגן איין גרויסער שטיין.
אז איר האט עס נאך נישט געזען, מאכט עס נישט מאדערן.

וואס זאל איך אייך זאגן איך בין שוין געווען אין צענדליגע בתי חיים אין ארץ ישראל אין אויך אין חוץ לארץ
און איך געדענק נישט אזא מין מציבה ביי היימישע משפחות (ביי די ספרדישע און די מאדערענע איז עס דא בשפע )

א זוהן פון די אור החכמה פון דובענקע, און אייניקלעך,
אטעטשמענטס
rhl_pmhs_m_t_g_large.jpg
rhl_pmhs_m_t_g_large.jpg (121.33 KiB) געזען 387 מאל
z_nt__large.jpg
z_nt__large.jpg (102.75 KiB) געזען 387 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הארזים האט געשריבן:איז נישט יעצט ארויס א ספר פון רבי יצחק?

רבי יצחק מוטצען דומ"ץ באניהאד?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מונאוויטש האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:איז נישט יעצט ארויס א ספר פון רבי יצחק?

רבי יצחק מוטצען דומ"ץ באניהאד?

יא
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

הארזים האט געשריבן:
ייחוס זוכער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
נייע מעשה.
בדרך כלל ווען מען לייגט מאן און ווייב צוזאמען, און אימיצער שטארבט איידער מען האט געלייגט די מצבה פאר׳ן צווייטן וועט מען יא לייגן איין גרויסער שטיין.
אז איר האט עס נאך נישט געזען, מאכט עס נישט מאדערן.
וואס זאל איך אייך זאגן איך בין שוין געווען אין צענדליגע בתי חיים אין ארץ ישראל אין אויך אין חוץ לארץ
און איך געדענק נישט אזא מין מציבה ביי היימישע משפחות (ביי די ספרדישע און די מאדערענע איז עס דא בשפע )
רבי ישראל חיים ברוין העברי, ער האט עס טאקע געמאכט פאר זיין ווייב, אבער קענסט די מעשה?
וואס איז די מעשה?
בייסיקל
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:06 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייסיקל »

הארזים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
איז נישט יעצט ארויס א ספר פון רבי יצחק?
רבי יצחק מוטצען דומ"ץ באניהאד?
יא
ווייסט אפשר איינער מעהר פרטים אויף די ספר, ווער עס האט ארויסגעגעבען די ספר? אויף וואס איז די ספר? ווי קען מען באקומען די ספר?

א גרויסען יישר כח פון פאראויס
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

יז בתמוז האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
ייחוס זוכער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
נייע מעשה.
בדרך כלל ווען מען לייגט מאן און ווייב צוזאמען, און אימיצער שטארבט איידער מען האט געלייגט די מצבה פאר׳ן צווייטן וועט מען יא לייגן איין גרויסער שטיין.
אז איר האט עס נאך נישט געזען, מאכט עס נישט מאדערן.
וואס זאל איך אייך זאגן איך בין שוין געווען אין צענדליגע בתי חיים אין ארץ ישראל אין אויך אין חוץ לארץ
און איך געדענק נישט אזא מין מציבה ביי היימישע משפחות (ביי די ספרדישע און די מאדערענע איז עס דא בשפע )
רבי ישראל חיים ברוין העברי, ער האט עס טאקע געמאכט פאר זיין ווייב, אבער קענסט די מעשה?
וואס איז די מעשה?
עיין כאן א אשכול איבער דאפעלטע מצבות ביי עהרליכע אידן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

בייסיקל האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
איז נישט יעצט ארויס א ספר פון רבי יצחק?
רבי יצחק מוטצען דומ"ץ באניהאד?
יא
ווייסט אפשר איינער מעהר פרטים אויף די ספר, ווער עס האט ארויסגעגעבען די ספר? אויף וואס איז די ספר? ווי קען מען באקומען די ספר?

א גרויסען יישר כח פון פאראויס
הרב הארזים, איר האט עפעס מער אינפארמאציע איבער דעם נייעם ספר?
יש"כ!
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: רבי אברהם חיים מוטצען דומ"ץ האלמין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

מונאוויטש האט געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 5:00 pm
הרה"ג רבי אברהם חיים ב"ר יצחק מוטצען ז"ל (נפ' ד' ניסן תרנ"א) האט משמש געווען אלץ דומ"ץ בק"ק האלמין יע"א. (די שטאט האלמין איז כהיום אין ראמעניע, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט אוקריינע און אונגארן.) ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. זיין פאטער איז געווען הרה"ג רבי יצחק שטעמפל ז"ל, דיין אין באניהאד.

רבי אברהם חיים איז געווען א שוואגער מיט הגה"צ רבי מרדכי ראטהשטיין ז"ל דומ"ץ דשם, מח"ס שערי פרנסה טובה על ספר תהלים, ועוד. (לכאורה זענען זיי געווען איידימער ביים זעלבן שווער אין האלמין.) ר' פינחס שווארץ, אן אייניקל פון הרה"ח ר' אליעזר לאווי ז"ל שו"ב (א דריטע שוואגער), שרייבט אין זיינע מעמוארן איבער האלמין אז רבי מרדכי איז געווען בארימט אין שטאט מיט זיין קדושה און יראת שמים (ווי זיינע ספרים זענען מעיד), און זיין שוואגער רבי אברהם חיים איז געווען בארימט מיט זיין כח התורה.

צווישן די אייניקלעך פון רבי אברהם חיים ציילן זיך רבנים און חסידים ואנשי מעשה. חלק מצאצאיו:
א. חתנו ר' אשר ווייס ע"ה.
נכדו ר' דוד לייב וויעדער ע"ה, דער פאטער פון ר' אברהם פון קרית יואל.
ב. חתנו ר' מרדכי גימפל בלאנק ע"ה שו"ב.
ר' מרדכי גימפל איז געווען א תלמיד פון דעם ייטב לב זצ"ל. זכה לאריכת ימים ושנים, ער איז אומגקומען עקד"ה ביים קריג אין אוישוויץ.
מצאצאיו:
בנו ר' יחיא' מיכל ע"ה שו"ב, חתן הרה"ג רבי יעקב פאנעט ז"ל אב"ד רעטיאג מח"ס שארית יעקב, אן אייניקל פונעם מראה יחזקאל זצ"ל. ר' יחיא' מיכל איז געווען פון די חותמים אויף די באקאנטע תקנות אין די חסידישע קלויז אין קליינווארדיין. חתנו היה ר' אברהם וויינגארטען ע"ה פון וויליאמסבורג.
נכדו ר' יצחק בלאזנשטיין ע"ה מח"ס אמרי יצחק, ער איז נפטר געווארן א פאר יאר צוריק; גיסו ר' משה דוד שווארץ ע"ה, דער פאטער פון דעם חרדישער שריפטשטעלער ר' בערל שווארץ.
ג. בנו ר' יצחק מוטצען ע"ה
מצאצאיו:
בנו ר' משה מוטצען ע"ה, דער פאטער פון משפחת מוטצען אין ניו יארק.
נכדו ר' יוסף זונדל מוטצען, דער פאטער פון הרה"ג ר' אפרים פישל שליט"א רב בפתח תקווה, חתן הגה"ק אדמו"ר צאנז-קלויזענבורג זצ"ל.
דער חזן יענקל מוטצען איז אויך אן אייניקל פון ר' יצחק.
ד. בנו ר' שלום מוטצען ע"ה
נכדו הרב שלום יודא גראס מהאלמין.

ר' שלום יודא הנ"ל ברענגט אין זיינע ספרים אז משפחת מוטצען שטאמען פון מעץ, פראנקרייך. זיי ווערן גערופן אויפן נאמען פונעם שטאט צוליב א מעשה שהי', אז מען האט גוזר געווען א גזירת שמד אויף די אידישע קהילה און משפחת הנ"ל האבן איינגעלייגט וועלטן מבטל צו זיין די גזירה.
חפשתי ולא מצאתי מקור אחר על עובדא זו.
ווייסט איינער מער אינפארמעישן פון ר' משה'ס שווער וואס האט געהייסן ר' משה בן ר' בן ציון שפיצער?
וואס פאלטעך ביי?!?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”