עס איז געווען א אפטע ערשיינונג [בעיקר אין גאליציע], צוליב מיליטער איינרוקן, אז מען האט זיך גערופן אויף די מאמע'ס משפחה נאמען [ווצב"ש ווערעצקיער רב'ס קינדער האבן זיך גערופן טייטלבוים נישט מאיער, וכן עוד הרבה]
עס איז געווען א אפטע ערשיינונג [בעיקר אין גאליציע], צוליב מיליטער איינרוקן, אז מען האט זיך גערופן אויף די מאמע'ס משפחה נאמען [ווצב"ש ווערעצקיער רב'ס קינדער האבן זיך גערופן טייטלבוים נישט מאיער, וכן עוד הרבה]
די סיבה פ"וו מ'האט זיך גערופן אויף די מאמעס נאמען איז בעיקר געווען ווייל די עלטערן זענען נישט געווען לעגאל פארהייראט
עס איז געווען א אפטע ערשיינונג [בעיקר אין גאליציע], צוליב מיליטער איינרוקן, אז מען האט זיך גערופן אויף די מאמע'ס משפחה נאמען [ווצב"ש ווערעצקיער רב'ס קינדער האבן זיך גערופן טייטלבוים נישט מאיער, וכן עוד הרבה]
די סיבה פ"וו מ'האט זיך גערופן אויף די מאמעס נאמען איז בעיקר געווען ווייל די עלטערן זענען נישט געווען לעגאל פארהייראט
און פ"וו זענען די עלטערן נישט געווען לעגאל פארהייראט? הוי אומר צוליב מיליטער דינסט [זיי האבן נאך נישט געהאט געקריגן קיין פטור]
כאטש ס'איז נישטא קיין אפיציעלע ספר מדברי תורתו, איז באקאנט די הגהות און גליונות לאלפים וואס רבי יהודה'לע האט צוגעשריבן אין זיינע ספרים, וכבר יצא לאור כמה ספרים וקונטרסים מכתי"ק בגליונותיו, ומהם שנדפסו בתוספות ביאורים והוספות לעמוד על כוונתו.
איז איינער באקאנט מיט א רשימה פון די ספרים וואס זענען שוין געדרוקט געווארן בעבר?
חמרא טבא האט געשריבן:וואס איך געדענק אויפן מינוט נועם אלימלך ספרי התולדות ספרי החתם סופר שו״ע או״ח שו״ע יו״ד צוויי בענדער
שבט מיהודה עניני מקוואות משנת יהודה עמ״ס אבות תיקון טעות דאס וואס כאב פריער געשריבן אז אויף יו״ד איז דא צוויי בענדער זעה איך יעצט אז כאב א טעות געהאט די צוויי בענדער זענען נאר אויף הלכות תערובות און חוץ מזה איז דא נאך צוויי בענדער אויף בשר בחלב
לכבוד ער''ח סיון העבר עלינו לטובה והיארצייט של רבי יודאלע זי''ע י''א סיון הבא עלינו לטובה, ברענג איך אראפ א באשרייבונג אין ''שבת בשבתו'' פון פרשת במדבר העעל''ט. שיינע ציבור אידן פוקד ציון הקדוש פון הרה"ק רבי יודעלע מדזיקוב זי"ע ביום המסוגל ער"ח סיון זאגנדיג מיט גרויס התעוררות דעם תפילת השל"ה וואס איז נתפשט געווארן בדורינו בכל תפוצות ישראל דורך הרה"ק ר' יודעלע זי"ע
ענפילד לאנדאן הבירה יע"א. א שטראם פון א שיינעם אין חשוב'ן ציבור פון תושבי לאנדאן יצ"ו זענען ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק רבי יודעלע מדזיקוב זי"ע במשך'ן טאג יום המסוגל ער"ח סיון פאריג'ן מאנטאג במדבר הבעל"ט, צו בעטן במקום הק' תפילות אבות על בנים ''תפילת השל''ה''.
די הייליגע תפילה וואס צענדליגע טויזענטע אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ יעדן יאר ער''ח סיון, איז ביז 60-70 יאר צוריק בכלל נישט געווען א נחלת הכלל, ווי עס געבן איבער די באי ביתו וגדולי תלמידיו פון הרה"ק ר''ר יודעלי מדזיקוב זי"ע, אז ר"ר יודעלע זי"ע האט שטענדיג געבעטן כל ימיו צו מפרסם זיין בתוך כלל ישראל די גרויסע סגולה פון ''תפלת השל"ה'' צו האבן גוטע קינדער, רבי יודעלע זי''ע פלעגט שיקן תלמידיו הנאמנים כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים זצ"ל ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, בשנים קדמוניות אין די תש''כ יארן ווען יחידי סגולה האבן קוים געוויסט פון די תפילה, מיטן ספר השל''ה הק' צו מאכן ''קאפיס'' פון די הייליגע תפילה עס צו פארשפרייטן אין די בתי מדרשים אין האט געהאט א געוואלדיגע רצון עס צו מפרסם זיין, ווי עס דערציילט דער משב''ק הרב שלמה טוסיג שליט''א פלעגט רבי יודעלע זי''ע מעורר זיין אז מען זאל איינרייסן ביי די תפילה מיט טרערן, נישט סתם אפזאגן יוצא צו זיין. הרב שלמה שליט''א דערציילט אז איינמאל אלס בחור אריינקומענדיג צו רבי יודעלע זי''ע אין ירושלים האט ער עם געפרעגט, נו, האסט שוין געזאגט תפילת השל''ה?, ר' שלמה שליט''א זאגט אז ער האט נישט אנגעהויבן צו וויסן פון וועלכער של''ה דער רבי רעדט, רבי יודעלע זי''ע האט ארויס גענומען א גרויסן ספר השל''ה אין עם אויפגעמישט ביי מסכת תמיד, אין עם געוויזן די הייליגע תפילה אין געזאגט ''דאס זאגט מען מיט טרערן'', אין נאכדעם האט ער געשיקט ר' שלמה'עס פעטער, צו גיין מאכן ''קאפיס'' פון ספר השל''ה הק' אין עס אריינלייגן אין די בתי מדרשים. וממנה יסד ופינה לכל בית ישראל. בימינו ווען עס איז שוין געדרוקט אין רוב סידורים אין ווערט צוטיילט אין צעטליך אין די בתי מדרשים, דיכט זיך אז ס'איז נישטא היינט קיין יודישע שטוב ווי מ'ווייסט נישט פון דעם סגולה. איז דאס פירות פון די הייליגע הפצה פון רבי יודעלע זי''ע.
און די לעצטע יארן איז געווארן א גרויסע התעוררות צו פוקד זיין די ציון הק' פון הרה"ק מהר"י זי"ע וואס האט מכבשי דרחמנא ליידער אליינס נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ה"י. אין כידוע מפי ספרים וסופרים לאזט דער צדיק איבער די השפעה בתורתו ובהדרכותיו, איז אוודאי מנוחת קדשו עקסטער מסוגל געהאלפן צו ווער בזש"ק אין מיט גיטע קינדער, בזכותו של אותו זקן.
א ספעציעלע מעמד ועצרת בקשת רחמים איז אראנדזשירט געווארן דורכן אלעמען באקאנטן "בית קאסוב'' בראשות הרה''צ עמוד החסד רבי אברהם מונדרער שליט''א מקאסוב לונדון, וואס האט צוגעשטעלט טראנפארטאציע פון עטליכע צענטערן צו פירן די ציבור צום ציון הק' אין צום מעמד התפילה ''אבות על בנים'', וואס איז פארגעקומען בשעה 2.30 מיטאג, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה''צ מקאסוב לונדון שליט''א וואס האט פארגעזאגט ספר רביעי תהילים מיטן יה''ר, אין נאכדעם מיט א געוואלדיגע התעוררות פארגעזאגט מילה במילה די תפילת השל''ה פיסקא בפיסקא, ווען טייכן טרערן גיסן זיך פון די משתתפים לעורר רחמים על זרעינו ועל זרע זרעינו בזכות הצדיק השוכן פה. אויך האט מען פאר א מינימאלע אפצאל געקענט מזכיר זיין נעמען להפקד בדבר ישועה ורחמים!.
ווי אויך האט מען מתפלל געווען למען הכלל ולמען הפרט במיוחד עפ''י קריאת הביד"ץ דהתאקה"ח שליט"א אויף די שרעקליכע גזירות החינוך דאהי, אז עס זאל ח''ו נישט זיין קיין שום פשרות אויפן חשבון פון די יסודי האמונה והחינוך בעירינו. און ווער נישט ווי דער הייליגער דזשיקובער צדיק, וואס איז געשטאנען לעזרת ה' בגבורים צו די רעכטע האנט פון אלע ערליכע מסינ"פ אידן לוחמי מלחמות ה' כידוע ומפורסם ס'איז זיכער אז זכותו הגדול והבהיר וועט מגין זיין אויף אלע ערליכע אידן געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב בברכה המשולשת בתורה.
וקווי ד' יחליפו כח - בילדער פון שפאצירן - אין ירושלים פארנט פון ביתו נאוה קודש, אנכאפנדיג יבדלחט"א הרה"ג ר' דוד שווימער שליט"א מו"ץ העדה"ח און דער משב"ק הר"ר שלמה טויסיג הי"ו.
ביים שמחת האירוסין פין משב"ק ר' משה פוקס הי"ו אין לאנדאן. - אנקומענדיג צום ווארט, אנגעלאנט אויף די משמשים אין לאנדאן הר"ר פנחס נפתלי ענגלאנדער הי"ו -דער בעל אכסניא- און ר' ישראל חיים מרקאוויטש נ"י.