רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

ר' חיים משה פערל הי"ו ואחיו ר'ישראל פערל הי"ו מקרית יואל
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
בארדיטשוב'ער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארדיטשוב'ער אייניקל »

דאכצעך מיר אז משפחת שטיינווארצל זענען אייניקלעך בא''ב
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

האט דאס מיט משפחת מרגליות פון וויען?
The Divided States Of America
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

יש בו האט געשריבן:האט דאס מיט משפחת מרגליות פון וויען?

יא, איינער פון זיי האט מיר געזאגט אז זיי זענען בא"ב
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

דבריך יאיר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:האט דאס מיט משפחת מרגליות פון וויען?

יא, איינער פון זיי האט מיר געזאגט אז זיי זענען בא"ב

לפי דברי"ך איז יא געבליבן קינדער פון יענע זוהן, ועוד יותר אז עס זענען נאך היינט דא בא"ב ממש
The Divided States Of America
אוצרות
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:33 am

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות »

ספר חוות דעת, העותק של הגאון הגדול רבי אפרים זלמן מרגליות מבראד, הגהות בכתב יד.

ספר חוות דעת, חידושים וביאורים על שלחן ערוך יורה דעה מאת רבי יעקב לורברבוים מליסא.

כמו שנדפס בדיהרנפורט, [תקס"ה].

העותק של הגאון הגדול רבי אפרים זלמן מרגליות מבראד.

כיתוב על השער, "מנחה שלוחה ליד הגאון מו"ה זלמן מרגליות מבראדי יע"א, ידיד נפשו הצעיר הכותב ביום א' תרומה תק.. לפ"ק פה לעמבערג משה ה"ק בוסקאוויטץ מלבוב הבירה"

https://bidspirit.com/ui/lotPage/source ... /lot/18193
אטעטשמענטס
rsz_1חוות_דעת_1.jpg
rsz_1חוות_דעת_1.jpg (578.75 KiB) געזען 1000 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נעכטן געוועהן די יא''צ פין הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות מבראד זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יש בו האט געשריבן:
דבריך יאיר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:האט דאס מיט משפחת מרגליות פון וויען?

יא, איינער פון זיי האט מיר געזאגט אז זיי זענען בא"ב

לפי דברי"ך איז יא געבליבן קינדער פון יענע זוהן, ועוד יותר אז עס זענען נאך היינט דא בא"ב ממש

אין דער אויסגאבע "אינטערסאנט" איז דא א שיינע מאמר פון ר' בעריש וועבער, ווי ער איז מוכיח אז זיי זענען איינקליך פון זיין ברודער ר' אליקים געציל, עיי"ש וינעם לך
[למעשה זעה איך אז עס שטייט שוין אזוי אויף ג'ני פאר איבער א יאהר]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:

פון וועלכע וואך\חודש?

נחוניא האט געשריבן:

תשרי תשפ"ב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגלית זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

גארנישט געוויסט אז זיין יארצייט איז די צייט פון יאר.
עמיר בל"נ לערנען מארגן אביסול מטה אפרים לרגל חודש אלול הבעל"ט
וקול התור נשמע בארצנו
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

"בעל מטה אפרים"? "בעל בית אפרים"!
למען לא ניגע לניק (ליפא)
חכם צבי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם צבי »

היארצייט היום זי"ע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ראש המערכה האט געשריבן:
ר' חיים משה פערל הי"ו ואחיו ר'ישראל פערל הי"ו מקרית יואל
וואס איז די סדר היחס לפי דבריהם?
פון וועלכע שטאט שטאמען זיי?
וואס זענען די נעמען?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חתימה מנכדו נושא שמו
אטעטשמענטס
LANK2.jpg
LANK2.jpg (114.56 KiB) געזען 335 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
קארלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלין »

אין כדוגמתו! השלחן ערוך של הגאון המפורסם רבי אפרים זלמן מרגליות עם יותר מ200 הגהות בכתב יד קדשו! שלחן ערוך, חושן המשפט, עם פירוש הש"ך והסמ"ע. המבורג, תק"ב [1742].

בדפי כרך השולחן ערוך שלפנינו מאות הגהות, חידושים, הערות וביאורים על דברי השולחן ערוך ונושאי כליו

https://rarityauctionhouse.bidspirit.co ... ~265~21418
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (2).jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (2).jpg (89.16 KiB) געזען 298 מאל
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

משפחת שטערנבוך (הראב"ד שליט"א ואחיו ר' אליהו וגיסיו ר' משולם דוד סלאווייטשיק ור' מאיר מרגליות) זענען אייניקלעך. כ'געדענק נישט אויפ'ן מינוט די פונקטליכע יחוס
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הספד על המאור עינים זצ"ל
אטעטשמענטס
DIMMMMM.jpg
DIMMMMM.jpg (143.45 KiB) געזען 233 מאל
DIMM.gif
DIMM.gif (43 Bytes) געזען 235 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הגה"ק רבי אפרים זלמן ב"ר מנחם מאניש זי"ע, (מרגליות), בעל מטה אפרים, מבראד,
"מגדולי הפוסקים האחרונים"

ער איז געבוירן אין שטאט ברודי, י"ט כסלו תקכ"ב,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי מנחם מאניש מרגליות אב"ד דינעביץ זי"ע,
ער איז געווען א אייניקל פון הגה"ק רבי אפרים זלמן שור בעל תבואת שור זי"ע,
און למעלה בקודש ביז דעם הייליגען מהרש"א זי"ע און אויך דער הייליגער רמ"א זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת דבורה ע"ה,

ער איז געווען א גאון אדיר, און א פוסק גדול וואס זיינס א פסק הלכה איז געווארן אנגענומען בכל תפוצות ישראל, די גאונים און חכמי דורו האבן אים משבח געווען מיט דעם טיטל "השמש המאירה בתקפה בצהרים", ער איז געווען א גביר אדיר און עס איז ביי אים מקויים געווארן "תורה וגדולה במקום אחד", ער איז געווען בקי בתורת הנגלה ממש א יחיד בדורו, אויך איז ער געווען א בקי נפלה בחכמת הקבלה, ושמעו הולך מסוף העולם עד סופו,

גאר אסאך ספרים האט דער גאון מחבר געווען סיי בתורת הנגלה און אויך בחכמת הנסתר, וואס גדולי עולם האבן גאר שטארק געשעצט די ספרים, און נאך פון גאר יונג האט ער זיך שון מפלפל געווען מיט די גאוני הדור, אויך האט ער שוין זייענדיג 20 יאר אלט עוסק געווען אין היתר עגונות,

הגה"ק רבי משה סופר בעל החתם סופר מפרשבורג זי"ע האט געשריבן אויף דעם גאון בזה"ל, "קדוש ישראל צדיקו של עולם, מי זה ואיזה אשר ירפרף או יצפצף מול דברותיו המכוונים",

ער איז געווען א ברידער מיט הגה"ק רבי חיים מרדכי מרגליות בעל שערי תשובה זי"ע, און דער גאון ברענגט ארויס אין די הקדמה פון זיין ספר ראש אפרים, מיט וואס פאר א מסירת נפש זיינע הייליגע עלטערן האבן אים און דעם ברידער מחנך געווען, און שרייבט אז זיין גאנצע הצלחה אין לימוד התורה איז צו פארדאנקען זיין טאטע זי"ע און זיין מאמע ע"ה,

ובתוך הדברים שרייבט ער בזה"ל, "המה חינכוני לתורת ה' מנעורי, ומעודי לא זזה ידם מתוך ידי, והיו עיניהם ולבם כל הימים לגדלי בין ברכי חכמים, וקדמו עיניו אשמורת הבוקר יעיר לי משנתי, ולפניו שניתי כמה סדרים, עד שהיו בפי שנונים ושגורים ובידי סדורים, והגעתי ליותר מחצי הש"ס בזמן קצר, וכמעט לאומרם בעל פה ממני לא יבצר, ובכל זמן ועידן היה מתעדן לטייל עמי בהלכות והשמעי לאזני חידושים באגדות ומדרשים, ועוד רבות כאלה אשר הגדיל לעשות עמי ועם אחיי הנעימים, כולם חכמים גדולים בתורה, חריפים ובקיאים נודעים בשערים לשם ולתהלה, בכתר שם טוב אשר על גבם עולה.

ער האט געלערנט תורה ביי זיין פעטער הגה"ק רבי סענדר מרגליות אב"ד סאנטוב זי"ע, וואס ער האט פון דעם רבין גאר אסאך תורה געלערנט, אויך האט ער זיך מסתופף געווען דאן בצלו פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, אויך ווערט דערציילט אז ער איז געווען איינע פון די וואס האבן געגעבן הוראה פארן הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע,

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הגה"ק רבי חיים סיגאל זי"ע,
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת לאה ע"ה, בת הגה"ק רבי אברהם גלערנטער זי"ע,
א שטיק צייט נאך די חתונה האט ער געדינט אלס רב אין שטאט אוהנוב, אבער ער האט באמת נישט געוואלט זיך משתמש זיין בכתרו של רבנות, האט ער אנגעהויבן טון אין מסחר, און ער איז געווארן א גרויסער עושר, אבער אפילו דאן זייענדיג עוסק במסחר האט ער רוב פון זיין טאג עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה,

דאן האט ער איבער געלאזט דאס רבנות און זיך צוריק געצויגען צו שטאט בראד, און דארט איז ער געזעצן און עוסק געווען בתורה מיט נאך גדולים אונעם קלויז וואס איז געבויעט געווארן דורך הגה"ק רבי יעקב באב"ד זי"ע, ער האט דארט עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה ער האט ממש געלערנט יומם ולילה,

דארט אין בראד האט ער אנגעהויבן דריקן זיינע הייליגע ספרים, וואס רוב פון זיינע ספרים זענען נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל מיט א געוואלדיגע הערצה, ער איז דאן באוויסט געווארן מיט זיין ספר מטה אפרים הלכות און מנהגים אויף ימים נוראים, אויך די אנדערע ספרים סיי בתורת הנגלה און אויך אין חכמת הקבלה זענען געווארן אויפגענומען דורך די גדולים און גאונים בדורו מיט א געוואלדיגע אהבה,

ער האט גאר אסאך לוחם געווען קעגן די מתחדשים און די וואס האבן אריין געברענגט דעם דרך השכלה, און ער איז געווען פון די גדולים בדורו וואס האבן זיך ארויס געשטעלט אין לוחם געווען מיטן גאנצן כח, און דורך דעם געראטעוועט גאר אסאך פון כלל ישראל פון אריינפאלן אונעם נעץ פון השכלה,

אפילו נאכן עוסק זיין במסחר און געווען א גרויסער עושר האט ער אבער עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז פארעכענט געווארן אלס איינע פון גדולי חכמים און גדולי פוסקים בדורו, וואס מען האט זיך שטארק גערעכנט מיט זיינס א פסק הלכה,

ער האט מחבר געווען זיינע הייליגע ספרים וואס זענען פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט,

ספר מטה אפרים, על ימים נוראים, די ספר איז געווארן אנגענומען ביי אלע גדולים אלס הלכה פסוקה,
ספר טיב גיטין, ביאור שמות גיטין,
ספר יד אפרים, ביאור על מגן אברהם וטורי זהב,
ספר שערי אפרים, על הלכות קריאת התורה,
ספר מעלות היוחסין, ווי ער שרייבט דעם גאנצן יחוס פון זיין משפחה מרגליות, וואס די יחוס צוט זיך ביז גרויסע בעלי תוספות און נאך גאונים ביז דוד המלך ע"ה,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הגה"ק רבי חיים יהודה לייב מרגליות זי"ע,
בתו הצדקת מרת שרה ע"ה,
בתו הצדקת מרת רבקה ע"ה,
בתו הצדקת מרת סימא ע"ה,

נסתלק לגנזי מרומים כ"ד מנחם אב תקפ"ח, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט בראדי,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס איז באקאנט אז דער גאון איז געווען א גרויסער עושר, ער האט געהאט א באנק און ער האט דארט געבארגט סכומים הגונים פאר מענטשן,

איין טאג איז א גרויסער ארימאן אריין געקומען אין געבעטן א גרויסע הלוואה אויף א האלבע יאר, און ער האט דעם ארימאן געגעבן אויס צו פילען דעם אפליקאציע ווי עס איז געשטאנען אז מען ברויך האבן א ערב, און ער האט געבעטן דעם ארימאן אז ער זאל טרעפן א ערב פארן הלוואה,

ווען דער ארימאן האט צוריק געגעבן דעם פאפיר, האט דער גאון געזען ווי אויפן פלאץ פונעם ערב האט דער ארימאן געשריבן די ווערטער, לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב נְאֻם ה' צְבָא-וֹת, ווען דער גאון האט דאס געזען האט ער מיט זיין גרויס רחמנות געגעבן פאר דעם ארימאן דעם הלוואה, אבער ביי זיך אין הארץ האט ער זיך מייאש געווען פון די געלט, ווייל ער האט געוויסט די מצב ביי דעם ארימאן,

נאך א האלבע יאר ווען עס איז אנגעקומען דעם זמן הפרעון, יענעם טאג האט זיך דער גאון נישט אזוי גוט געשפירט און ער איז נישט אריין אונעם באנק, נאר די רעבעצין איז געגאנגען אנשטאט אים, און סוף טאג ווען די רעבעצין איז אהיים געקומען, האט זי געזאגט פארן מאן אלעס וואס איז פארגעקומען אונעם באנק יענעם טאג, און געזאגט אז דער פריץ איז געקומען נעמען א גרויסע הלוואה, האט דער גאון וואס האט געוויסט אז עס איז אין באנק נישט געווען אזויפיל געלט, האט ער געפרעגט פון ווי האט מען געהאט אזויפיל געלט פארן פריץ,

האט די רעבעצין געזאגט, היינט איז געקומען א איד און באצאלט א גרויסע סכום געלט פון א חוב, ווען דער גאון האט נאכגעקוקט וועמענס עס איז געווען דער חוב, האט ער געזען אז דאס איז געווען די חוב פון דעם ארימאן, האט ער געפרעגט אויב דער איד דער ארימאן איז געקומען באצאלן דעם חוב, האט די רעבעצין געזאגט אז א אנדערער איד האט באצאלט דעם חוב און נישט דער ארימאן,

דאן האט דער גאון געזאגט איך בין זיכער אז דער וואס האט באצאלט דעם חוב איז געווען אליהו הנביא ז"ל, און מיט די גרויסע אמונה וואס דער איד האט געהאט שרייבענדיג די ווערטער לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב נְאֻם ה' צְבָא-וֹת, פארלאזן זיך אינגאנצן אויפן באשעפער, האט דער באשעפער אים געהאלפן,

אבער וויבאלד איך האב נישט געהאט די אמונה וואס דער איד האט געהאט, און איך בין ביי מיר געווען זיכער אז איך גיי די געלט שוין מער נישט זעהן, דערפאר האט דער באשעפער געפירט אז איך זאל דעם טאג נישט זיין אין די באנק, צו קענען זוכה זיין צו זעהן אליהו הנביא ז"ל,
--
ווערט דערציילט אז אין שטאט בראד איז געווען א מלמד תינוקות וואס איז געווען באוויסט אלס אן ערליכער איד, אבער ליידער איז ער פארכאפט געווארן אין השכלה און געווארן ר"ל אן אפיקורס, און ער האט ליידער אפגעפירט אידישע קינדער פון אידישן דרך,

איינמאל האט דער איד געזען אין די צייטונגען אז דער גאון רבי אפרים זלמן זי"ע זיכט פאר א רואה חשבון אין געשעפט, האט דער איד געטראכט אז זייענדיג א בעל צורה מיט א לאנגע בארד, איז אויב וועט ער בעטן דעם גאון פאר דעם ארבעט וועט ער זיכער אים געבן דעם ארבעט אלס רואה חשבון, און ער וועט קענען האבן פרנסה פון דעם ארבעט,

אבער ווען ער האט געבעטן דעם גאון פאר די ארבעט, האט אים דער גאון געזאגט, באמת איז די ארבעט נישט געאייגענד פאר דיר, ווייל מען ברויך אסאך גיין צו די ממשלה אין וויען, און עס פאסט נישט צו שיקן איינעם מיט א לאנגען בארד אלס רואה חשבון, און דערפאר האלט איך אז די ארבעט איז נישט פאר דיר,

דער מלמד האט זייער געוואלט דעם ארבעט וואס קען אים ברענגען א שיינעם פרנסה און אויך איז עס געווען א שיינעם בכבוד'דיגען שטעלע, איז דער מלמד געגאנגען און זיך אפגעשוירן די בארד אין פיאות, און זיך פאר געשטעלט אז דער גאון וועט אים זיכער נישט דערקענען,

אבער ווען ער איז צוריק געקומען אן די בארד און פיאות צום גאון, האט אים דער גאון געזאגט, וויסן זאלסטו אז איך האב בכלל נישט געזיכט קיין רואה חשבון, נאר מיין כוונה איז געווען צו ווייזן דיין אמתע פנים פאר די גאס, כדי די מענטשן דא אין שטאט זאלן וויסן אז די בוסט א משכיל און אן אפיקורס און א כופר, און יעצט גיי דיר פון שטאט, דער איד האט געמיזט אוועק גיין פון שטאט בראד, און דורך דעם האט דער גאון מציל געווען די שטאט אז נאך אידן זאלן ח"ו נישט ווערן מיט געשלעפט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי אברהם בורנשטיין בעל אגלי טל מסוכטשוב זי"ע האט דערציילט, אז דער גאון האט געהאט א מנהג, אז יעדן ראש השנה זענען אלע אידן פון שטאט בראד געקומען מקבל זיין א ברכה פונעם גאון לכבוד דעם יום הדין, אז מען זאל אויס פוילען אלעס גוט,

איין יאר האט זיך די קבלת קהל פארצויגען גאר לאנג, און די רעבעצין האט געהאלטן און איין זאגן אז עס ווערט שוין שפעט און דער גאון זאל שוין קומען מאכן קידוש, אבער דער גאון האט ווייטער פארברענגט מיט די אידן פון שטאט,

בינו לבינו האט זיך די רעבעצין דערוויסט פון א שאלה מיט די פלייש אין די זופ, און ווען מען האט מברר געווען די זאך האט זיך ארויס געשטעלט אז עס איז געווען טריפה, דאן האט מען געזען די גרויסקייט פון דעם גאון, אז ער האט דאס מרגיש געווען און דערפאר האט ער פארצויגען דעם קבלת הקהל,
--
דערציילט מען אז דער גאון איז אייביג געגאנגען מיט א טייערע היט אויפן קאפ, האט אים איינמאל געטראפן איינע פון די עשירים וואס איז געווען פון די נוצרים וואס האט געטון מסחר מיטן גאון, און ער פרעגט דעם גאון, היתכן ענק אידן גייען מיט א טייערען היט אויפן קאפ, אבער די בגדים אויפן גוף גייט איר מיט ביליגע קליידער, אבער אונז גויים גייען אויפן גוף מיט טייערע קליידער, אבער דעם קאפ קענען אונז גיין אפילו אינגאנצן אויפגעדעקט,

האט דער גאון מיט זיין חכמה און מיט א שמייכל געענטפערט פאר דעם נוצרי, דאס איז די צווישן שייד פון אונז אידן און די גויים, ווייל ביי ענק איז דער קאפ בכלל נישט קיין דבר חשוב, אבער דער גוף איז יא חשוב, דערפאר טוען ענק אן טייערע קליידער אויפן גוף, אבער דעם קאפ לאזט מען אויפגעדעקט, אבער ביי אונז אידישע קינדער איז דער קאפ גאר א חשובע זאך, אבער דער גוף איז נאר א טפול, דערפאר דעקן מיר צו דעם קאפ מיט א טייערען היט, אבער דעם גוף טוט מען אן מיט פשוטע קליידער,
--
ווען דער הייליגער גאון הגה"ק רבי עקיבא איגר זי"ע האט זיך משדך געווען מיט הגה"ק רבי שמואל קארנפעלד מבראד זי"ע און דער הייליגער רבי עקיבא איגר איז געווען שוואך און נישט געהאט קיין כח צו פארן קיין בראד צום תנאים, האט ער געשטעלט רבי אפרים זלמן זי"ע אלס זיין שליח ביים תנאים,

ביים תנאים איז ער געזעצן פאר א גאר לאנגע צייט, און דער גאנצער עולם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם ווייל זיין מנהג איז געווען צו זיין ביי שמחות נאר א קורצע צייט, ווען איינער האט אים געפרעגט דעם סיבה פארוואס יעצט זיצט ער יא לאנג ביים שמחה, האט ער געזאגט, וויבאלד איך בין דאך א שליח פון רבי עקיבא איגר, און שליחו של אדם כמותו, קומט דאך אויס אז איך בין יעצט רבי עקיבא איגר, איז ווי לענגער איך זיץ דא בין איך לענגער זוכה צו זיין בבחינת רבי עקיבא איגר זי"ע,
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים זצ"ל, כ"ד אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט דער יו''ד פון דער גרויסע גאון רבי אפרים זלמן מרגלית זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”