ווי שוין געשריבן דא
viewtopic.php?f=63&t=38484 ארבעט איך איבער אונזער יחוס בריוו.
האב איך אפאר שאלות בנוגע יחוסן של רבנים פון וועמען מיר שטאמען.
וועל איך שטעלן קודם צוויי:
איינס איז די מהרש"ל, האב איך אין מיין יחוס בריוו זיין יחוס צו רש"י ווי פאלגענד:
שלמה לוריא בן יחיאל מסליצק
יחיאל בן אברהם וחתן יצחק
אברהם בן יחיאל (א)
יחיאל בן אהרן ומרים
אהרן בן נתנאל | מרים בת שלמה שפירא - אב"ד היילברין ולונדון בן שמואל
נתנאל בן יחיאל בן שמעון
שמעון איז
מנכדי רש"ידאס איז די גאנצע יחוס וואס איך האב פון די מהרש"ל ארויף. איז מיין שאלה:
וואו קען איך טרעפן מער יחוס אויף די מהרש"ל, בעיקר א פונקטליכע שטריך צו רש"י הק'.
די אות (א) אויבן איז צוליב נאך א טייל אין די יחוס אין וואס מיר זענען אייניקליך פון נאך צוויי קינדער פון יחיאל.
==
2)
דורכאויס מיין יחוס בריוו געפונט זיך "יעקב מרגליות י"ח שבט רס"א אב"ד נירנבערג מח"ס סדר הגט"
די מערסטע אינפארמאציע וואס איך האב פון די זיידע און ארויף איז זיינע עלטערן (משה און מרגליא). מער פון דעם האב איך נישט. קען איינער אנצייכענען פון וואו איך גיי ווייטער פון דא?
(עוד יש לי הרבה לנידון)