ר' שמשון דוד פינקוס ז"ל - י"ב ניסן תשס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ר' שמשון דוד פינקוס ז"ל - י"ב ניסן תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די וואך מיטוואך י"ב ניסן, ערב לערבי פסחים פאלט די יארצייט פון דעם אדם גדול, הרה"צ המקובל ר' שמשון דוד ב"ר חיים אברהם פינקוס ז"ל.

אין איינע פון די שיעורים פון ר' ישראל דוד שליט"א האב איך געהערט אז דער תואר אדם גדול שטייט דריי מאל אין פסוק. איינס אין פר' משפטים ואל אצילי בני ישראל זאגט די תרגום "ולרברבי בני ישראל" און רש"י זאגט דאס מיינט גדולי ישראל. די צווייטע מאל איז ביי אלישע אין שטאט שונם, ושם "אשה גדולה" זאגט רש"י אשה חשובה, אחות אבישג השונמית.
און א דריטע מאל איז אין ספר יהושע י"ד" ,האדם הגדול בענקים" ברענגט רש"י זה אברהם אבינו.

ר' שמשון האט פארקערפערט אין זיך אלע דריי אייגנשאפטן פון די דערמאנטע גדולי ישראל. הן ער האט מאציל געווען לעם ישראל מרוחב בינתו וגודל ידיעתו. והן ער האט בחשיבותו מבחין געווען בקדושת שבת ויו"ט פונקט ווי די אשה גדולה האט געזאגט הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש היא. והן ער האט ארויסגעשטארט בין הענקים, ער האט בולט געווען מבין שאר גדולי ישראל בענין זה. ער האט בפועל אוחז געווען במידתו של אברהם
אבינו, התחסד עם קונו ודלה והשקה לאחרים ארומשפרייזענדיג איבער די וועלט אויפקלערן אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל. פולע הונדערטער בעלי תשובה איז אים צו פארדאנקען.


חוץ זיין געוואלדיגע קלארקייט בעיניני אמונות ודעות איז ר' שמשון אויך געווען א תלמיד חכם מופלג לערנענדיג בישיבת בית התלמוד בניו יארק אצל ר' ארי' ליב מאלין ז"ל. און שפעטער בישיבת בריסק בארה"ק. גם חיבר כמה ספרים עם חידושים על מסכתת הש"ס.

אויפן הייליגן רמח"ל שטייט אז ער איז געווען פון די יחידים וואס האבן משיג געווען די נמשל פון קבלת האריז"ל און האט געוואוסט וויאזוי אפצולערנען יעדע פרט מהשתלשתלות בתוך חלקי הנהגת הבריאה למעשה. ביי
ר' שמשון האט מען געזען כעין זה, ווען ער האט געלערנט קבלה בישיבת בית הלל האט ער באוויזן מיט זיינע געבענטשטע און זעלטענע חושים משלב צו זיין אישה אל אחותה און אנצייגן וואו ליגט די נקודה באופן מעשיי הנגלה לנו. אפלערנענדיג א שבת אדער יום טוב באופן מאוד נעלה, ממש ווי קיינער בעפאר.

אין זיינע מאמרים האט ער ברוחב בינתו מבחין געווען בין קדושת שבת לקדושת יו"ט - זייער א דקות'דיגע הבדלה, ווי מען זעט אין זיינע ספרים אויף שבת ומועדים. און אזוי האט ער עס איבערגעגעבן לשומעי לקחו משולבים דברי קבלת האר"י בדברי חז"ל ופוסקים אז יעדער קען עס מיטהאלטן און לעבן דערמיט.

זיין עיקר יסוד אין השקפה איז געבויט וויאזוי אפצולערנען אידישקייט, וואס מיינט בכלל אידישקייט, וואס איז תורה און וואס איז ארץ ישראל. דער יסוד איז מבואר אין זיין מאמר תפארתה של תורה וואו ער פארענטפערט קושית החתם סופר על הרמב"ם למה ביאת המשיח זה עיקר. און דער יסוד טרעפט מען איין מאל און נאכאמאל אין זיינע צענדליגער ספרים ודרשות, אלס די נקודה המרכזי פון אלעם*.


אביסל מספר יחוסו. ער איז געבוירן אין ניו יורק לאביו ר' חיים אברהם ז"ל. זיין מאמע איז געווען מגזע סלונים און ער ברענגט כמה פעמים אין זיינע דרשות מימרות.

נישא לרבניתו חי' מינדל בת הג"ר מרדכי לייב מן ז"ל מבני ברק ור"י בבית הלל. ער האט געהאט 12 קינדער בלע"ה לאורך ימים ושנים. א תקופה נאך זיין חתונה איז ער געווען משגיח בישיבת אופקים ובישיבת ירוחם און אויך בישיבת סאטמאר בני ברק.

שפעטער איז ער געגאנגען וואוינען אין אופקים און משמש געווען כרב המקום ביז זיין פטירה, אויך אויפגעשטעלט דארט א בית חינוך לבנות און ישיבה.


ליידער שקעה חמה שלא בעונתה, עס איז געווען א טראגישן אומקום אשר בשעתו, כל שומעיו תצלנה אוזניו. ביום י"ב ניסן תשס"א, דער טאג פון המקריב נשיא לבני נפתלי "הנותן אמרי שפר," אהיים פארנדיג נאך א שיעור
מיט די רביצין און טאכטער מרים אין קאר, האט נעבעך פאסירט א שרעקליכן אומגליק ווען אלע דריי זענען אומגעקומען.

זיין גוף איז מער נישט דא מיט אונז, אבער זיין נשמה איז דא, זי לעבט און גייט אן מיטן פולן חיות. ר' שמשון האט מיט זיין זעלטענעם כח אריינגעלייגט נשמה, אריינגעבלאזן חיות אין א שבת, אין א יום טוב, אין א דאווענען, אין א לערנען און אין יעדע גוטע מידה. כאטש ער איז נישט געווען דער גרעסטער בעל דרשן אבער זיינע ווערטער האבן געשריגן אמת, מען האט געזען די נשמה וואס רעדט פון אים, דאס איז געווען ווי א בחינה וואס ער זעלבסט פלעגט ברענגען אז דער חפץ חיים איז סוף ימיו געגאנגען שתדל'ען ביים קאנציליי, ווען דער דאלמעטשער האט געוואלט איבערטייטשן די ווערטער אין פויליש האט דער קעניג געזאגט: נישט וויכטיג איבערצוטייטשן, א הארץ-שפראך פארשטייט מען אין אלע שפראכן!

מיט זיין טראגישן פריצייטיגע פטירה האבן מיר זיכער פארלוירן איינער א יחיד במינו, איינס אין צען מיליאן, איינער וואס האט געקענט אנכאפן יעדן ענין אזוי דקותדיג מיט אזא מין גדלות. בכו רבים ואמרו שר וגדול נפל
בישראל.


איבער די באקאנטע מאמר הנפלא 'ביאור סימני הסדר' (שיחות ר' שמשון, פסח() האט מיר איינער געשריבן:
"פונקט היינט דערצייל איך פאר א איד וועגן די דרשה,
זאגט ער מיר ער געדענקט די דרשה ווען ס'איז געזאגט
געווארן, ער איז דארט געווען, ס'איז געזאגט געווארן אין
באבובער ביהמ"ד אין ירושלים, בערך 20 יאר צוריק, זאגט
מיר דער איד, די דרשה ליגט מיר נאך אין די ביינער עד
היום, ער האט מיר געוואוסט נאכצוזאגן גאנצע שטיקער
פון דארט, איך זאג דיר ס'איז נורא.

א קליין ווארט וואס ער זאגט דארט דרך אגב, איך וועל
קומען אויף יענע וועלט, מ'וועט האבן טענות אז מ'האט
נישט געלערנט תוס' ווי ר' עקיבא אייגער, איך וועל האבן
די חוצפה און פרעגן, רעק"א האט אויך געהאט א רחוב יפו
ווי מ'האט זיך געדארפט רייסן פאר שמירת עינים!?
"


א שבת און יו"ט איז ביי ר' שמשון געווען א שטיק רוחניות'דיגע הנאה. אויב איינער האט געוואלט עפעס הנאה האבן אויף די וועלט, האט ר' שמשון געזאגט: נו, דערפאר האבן מיר דאך א שבת!

אין א פשוטע שבת האבן גערינען טרערן ביי באי כלה באי כלה פאר התרגשות. ער פלעגט זאגן: א זאך וואס מ'מעג ליינען אגאנצע וואך אין בהכ"ס טאר מען נישט ליינען שבת בכלל...

אין זיינע שיעורים האט ער געווייטאגט אויף דעם וואס מען רעדט היינט פרעמדע שפראכן און אידישקייט פארלירט איר גלאנץ, ער האט זיך אפגערעדט אז אפילו ביי זיינע עלטערן האט מען גערעדט ענגליש. און כדרכו האט ער אריינגעלייגט דערין געוואלדיגע אמת'ע עניני השקפה (נפש שמשון, שבת. מאמר וימלוך תחתיו הדר). און כאטש ר' שמשון האט רוב דרשותיו געגעבן בהכרח אין אנדערע שפראכן ווי העברעאיש און ענגליש, ויבאלד ער
האט גערעדט צו פולע שיכטן און קרייזן. אבער א צאל דרשות זענען אויך געגעבן געווארן אין אידיש, און לעצטענס האבן מיר ב"ה זוכה געווען מעתיק צו זיין מתורתו בשפת אידיש. עי' באשכול סדרת השבת.

(ולשבחו יאמר, זיינע דרשות אין העברעאיש איז קיין פולקאמע העברעאיש נישט געווען, כנראה האט ער מקפיד געווען נישט צו נוצן דעם שפראך בשלימות נאר דירעקט גענוצט א געמישטע מבטא אין פשוט'ע לשון
הקודש ווערטער אז אפילו איך קען עס פארשטיין).


בחייו האט ער אליינס אנגעהויבן ארויסצוגעבן עטליכע ספרים ווי:
שערים בתפילה
שבת מלכתא
ברכות בחשבון
תפארת תורה ועוד.
צווישן זיי איז דא א געוואלדיגע ספר 'נפש חיה' מיוחד לנשים, ארויסהייבענדיג די תפקיד נשיי בקיום העולם ומלא חיזוק והתעוררות על כל גדותיו.

לאחר פטירתו האבן זיינע קינדער און איידעמער אנגעהויבן ארויסגעבן א רייע ספרים פון זיינע שיחות. די ספרים ווערן גערופן "נפש שמשון" אדער "שיחות ר' שמשון" און זענען צעטיילט בעיקר אין נושאים ווי שבת, ימים נוראים, חנוכה, פורים, פסח ספירת העומר שבועות, תפילה, תהלים, תורה וקנינה, אמונה, גלות ונחמה. איך קען אידן וואס טראגן מיט זיך יעדן יו"ט זיין ספר אין ביהמ"ד און קוועלן דערמיט.

וכפי חז"ל גדולים צדיקים במיתתם, וב"ה שזכיתי להתקרב לאור זה הרבה שנים לאחר פטירתו, אף שלא ידעתיו בחייו. ויהי נפש אדוני צרורה בצרור החיים.



*נ"ב, מממשיכי דרכו ביסוד זה הוא יבלח"ט הרב עזריאל טויבער שליט"א אשר עוד סידר כמה שבת התוועדויות יחד עם ר' שמשון ז"ל בשפת אידיש, ועוד ידו נטויה ומפורסם בארגון שלהבת וספריו פרקי מחשבה.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג מארטש 30, 2015 12:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

א גרויסען ישר כח שוועמעל פאר די קורצע אפהאנדלונג אויפ'ן גדול פון וועמענס ווערטער מיר שעפן הויפנעס חיזוק און התלהבות!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Harav_pinkus.jpg
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א בילד פון ר' שמשון ביי זיין חתונה.
גענומען פון דא

בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

זייער א שיינע הערכה, אויסערגעווענדליך גוט. שכוח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיך דערמאנט היינט איז די יארצייט פון ר' שמשון ז"ל.

אזוי נישטערענדיג האב איך געזען אויף קול הלשון די לעצטע דרשה זיינע לקראת חג הפסח, מיטן טיטל "השיחה האחרונה י"ב ניסן".
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=5

ער האט אריינגעקאכט אינעם יו"ט כדרכו, און קיינער האט נישט געחלומט אז אייניגע שעות דערנאך וועט מיר בלייבן נאר מיט זיינע תורות וואס ער האט אונז איבערגעלאזט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דער איד איז דאך געווען אנבעליבעוועל. אזא הארץ, ממש נישט צום גלויבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

מ'האט יעצט געדרוקט א ספר 'אש להבה' אביסל באשריבן זיין פערזענליכקייט באגלייט מיט זיינע מאמרים, ובמעט הפנאי שהצצתי בו קוקט אויס זייער גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געהערט אז אין קובץ קול תורה (גייטסהעד) איז ערשינען די חודש ניסן אייניגע מאמרים פון ר' שמשון צום ערשטן מאל געדרוקט.

ווער עס קען אהערשטעלן תע"ב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

שיחות אויף פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

האט איינער דא א פייל פון די שיחות אויף פורים? איך זוך עס ארום!

כ'בין אנגעקומען צו א סייט TORA1 אבער ס'זעהט אויס ווי א אלטע סייט וואס גארנישט ארבעט נישט.

ייש"כ למפרע!
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

ווילעךיא האט געשריבן:האט איינער דא א פייל פון די שיחות אויף פורים? איך זוך עס ארום!

כ'בין אנגעקומען צו א סייט TORA1 אבער ס'זעהט אויס ווי א אלטע סייט וואס גארנישט ארבעט נישט.

ייש"כ למפרע!

http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... ShiurNum=6
ס'איז דארט דא מן הסתם נאך, זוך אביסל

און דא האסטו אויף אונזער וועלטל מועתק אין אידיש
viewtopic.php?f=4&t=25947&p=1021116&hilit=%D7%A4%D7%99%D7%A0%D7%A7%D7%95%D7%A1#p1021116
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אזויווי היינט י"ב ניסן, איז די יארצייט פון הצדיק ר' שמשון דוד ב"ר חיים אברהם פינקוס זצ"ל, האב איך פונקט באגעגענט אן אינטערעסאנטע אנעקדאט, ווערט געברענגט אין הקדמה צו הגדה של פסח תפארת שמשון.


וויאזוי האב איך זוכה געווען צו אזעלכע השגות?

יעדער וואס הערט אדער לערנט פון די סעריע ספרים פון רבי שמשון, סיי אויף שבת סיי אויף מועדים ושאר ענינים, איז לא ימלט ער זאל נישט אוועקגיין מיט התרגשות והתפעלות פון זיינע געוואלדיגע בליציגע רעיונות, טיפזיניגע און טרעפליכע פונקטן וואס איז באמת מלהיב יעדע אידיש הארץ.
אבער די פראגע וואס נישט יעדער פרעגט איז, פון וואנעט קומט עס צו אים? וויאזוי האט א איינפאכע אמעריקאנער אינגערמאן זוכה געווען צו אזוינע גילוים, אזוינע אורות?

אויף די שאלה האט רבי שמשון איינמאל אליינס דערציילט די פאלגענדע עפיזאד:

מיר זענען געווען בחורים אין ישיבה, עטליכע חברים זענען געשלאפן אין א דארמיטארי אין וועלכן מיר האבן געדארפט פארבלייבן איבער פסח. עס איז געקומען יום בדיקת חמץ און מען האט זיך פארבינדן איבער ווער פון די חברים זאל בודק חמץ זיין, געבליבן איז אז וויבאלד איך בין געווען פון די פרעמד און אנדערע חברים זענען געווארן פארנומען, איז אויף מיר געפאלן די מצוה.

עס קומט ביינאכט און בחורים זענען בחורים... נישט געווען כמעט גארנישט אויסגערייניגט פון פריער האביך געמוזט שווער ארבעטן צו מאכן א גרונטליכע בדיקה. אזוי האט זיך עס פארצויגן ביז נאך חצות ווען איך בין ענדליך פארטיג געווארן.

אזוי האביך געמיינט.

איינע פון די טירן האט געפירט צום בוידעם, ווען איך האב געעפענט די טיר האביך געזען אז דארט איז אנגעווארפן און עס וועט נישט זיין אזוי לייכט צו בודק זיין. קיין ברירה האביך נישט געהאט וויבאלד כ'האב עס געעפענט האביך שוין געמוזט בודק זיין, איך האב געוואוסט די אחריות. האביך איינער אליין זיך ווידער ארויפגעשארצט די ארבל און געברענגט וואסער מיט זייף און שמאטעס און אנגעהויבן א פולער רייניגונגס ארבעט כדי עס זאל זיין ראוי לבדיקה.

ענדליך נאך די ארבעט, ווען איך האב געזען די זייגער איז שוין געווען קרוב לעלות השחר...

אן קיין ברעקל כח, מיט א שולד געוויסן וויאזוי כ'העל אויפזיין ביים סדר, וויאזוי וועל איך זיך קענען אויסרוען, שריפת חמץ, באקן מצות וכדו', אבער קיין חרטה האביך נישט געהאט, איך האב געוואוסט דאס איז די מצוה און דאס דארף מען טון, עס וועט זיין וואס וועט זיין.

באשלאסן אז איך בלייב שוין אויף צו ליינען שמע און דאווענען שחרית, אלע ביינער האבן מיר וויי געטון. קוים קענעדיג שטיין אויף די פוס האב איך זיך געשלעפט צום שריפת חמץ. געפלאנט האביך זיך אראפצולייגן דערנאך אבער מען האט גערופן אז איך דארף נאך טון געוויסע ארבעט דא און דארט, אזוי האט מען זיך שוין דערזען ביי חצות היום, און היינט ביינאכט איז מען אויף אגאנצע נאכט יא?...

די מצות באקן, אנדערע הכנות צום סדר איז שוין פארביי און איך בלית ברירה כאפ איך א שטיקל דרימל. ענדליך איז שוין די שקיעה מען דאווענט שוין מנחה און דער הייליגער נאכט איז דא אבער נישט איך...

פון דא און ווייטער ווייס איך נישט וואס האט פאסירט, אבער ביי מעריב האט אין מיר אריינגעבלאזן א נייער גייסט, פול מיט כח און ענערגיע, נישטא קיין מידקייט נישטא קיין שוואכקייט, עס איז דא א דערהויבענקייט א התלהבות וואס כ'האב נאך אין לעבן נישט געשפירט, עפעס א לעכטיגקייט פון א אנדערע וועלט.

ביים סדר האביך אלעס מיטגעהאלטן מיט א לעבעדיגקייט, נאך מער פון אלע יארן. נישט נאר וואס איך האב בכלל נישט געשפירט קיין מידקייט, נאר די הייליגע נאכט בין איך ווידער אויפגעבליבן ביזן עלות לערנענדיג מדרשי חז"ל איבער סיפור יציאת מצרים, די חיות פון יענע וועלט האט מיך גענצליך ארומגענומען.

עס איז שוין שביעי של פסח, אחרון של פסח, שבת נאך פסח, און אזוי ווייטער, אבער די לעכטיגקייט, די דערהויבענקייט, קומט צוריק יעדע יום טוב און יעדער שבת. עס האט מיך באנומען א פרייליכקייט א הארציגקייט יעדן שבת און ווער רעדט פון שבועות דערנאך, עס איז געווען מלא דביקות ומלא התרגשות.

פון דארט און ווייטער האביך בהתייעצות מו"ר אנגעהויבן עוסק זיין מער און מער אין פרקי מחשבה וספרי חסידות בגודל קדושת שבת וימים טובים ביז כ'האב ב"ה געקענט איבערגעבן די געוואלדיגע רעיונות ווייטער.

צו דעם אלעם האב איך זוכה געווען דורך אביסעלע מסירת נפש פאר איין מצוה דרבנן, די מצוה פון בדיקת חמץ, וואס קען גאנץ מעגליך זיין איך וואלט געטראפן א היתר זיך צו פטר'ן פון אזוי שווער ארבעטן. אבער וואלט זיך דען געלוינט איינצוטוישן מיט אביסל שלאף, די אלע געוואלדיגע לעכטיגקייטן און הארות דורכאויס אלע שבתות וימים טובים פון מיין לעבן?...


ווי ווייט א מצוה קען דערהייבן א מענטש!

מיר ווייסן דאך די חז"ל עשה מצוה אחת עושין לו חטיבה אחת בעולם, נישט אלעמאל זעט מען עס גלייך, אבער א מצוה מיט מסירת נפש איז תורה שלמדתי באף שהתורה נקנית בהן, און האט באמת פולפאכיגע חטיבות, עס איז ווי "5x פוינטס" שאוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.

זיין ריינע נשמה זאל האבן אן עליה.
יהא זכרו ברוך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ברוך הבא ר' שוועמל!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ברוך הבא ר' שוועמל!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ייש"כ פארן ברענגן, מורא'דיג.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אדער יא האט געשריבן:ייש"כ פארן ברענגן, מורא'דיג.

מורא'דיג!

כ'שפיר אז דאס גייט מיר צוברענגען צו מער נזהר זיין במצות במסירות, זאל עס זיין לטו"נ.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

סארי. איך הייסט נישט שוועמל.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שוועמל האט געשריבן:איבער די באקאנטע מאמר הנפלא 'ביאור סימני הסדר' (שיחות ר' שמשון, פסח() האט מיר איינער געשריבן:
"פונקט היינט דערצייל איך פאר א איד וועגן די דרשה,
זאגט ער מיר ער געדענקט די דרשה ווען ס'איז געזאגט
געווארן, ער איז דארט געווען, ס'איז געזאגט געווארן אין
באבובער ביהמ"ד אין ירושלים, בערך 20 יאר צוריק, זאגט
מיר דער איד, די דרשה ליגט מיר נאך אין די ביינער עד
היום, ער האט מיר געוואוסט נאכצוזאגן גאנצע שטיקער
פון דארט, איך זאג דיר ס'איז נורא.



ווי קען איך באקומען די גאנצע דרשה?

איך האב עס געהערט יארן צוריק אבער איך קען עס יעצט נישט טרעפן
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: ר' שמשון דוד פינקוס ז"ל - י"ב ניסן תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

היינט איז די יארצייט לאמיר אפירנעמען איינע פון די גיהויבנע מאמרים און איבער חזרן לעילו נשמתו
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”