רבי שמואל צבי הורוויץ מספינקא זצ"ל - כ"ז אב תשנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שארפער21
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2011 2:22 pm

תגובהדורך שארפער21 » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:37 pm

ס'האט מיר איינער געזאגט אז לעצטענס איז ארויסגעקומען א מרוגשדיג'ע קליפ פון הרה"ק ר' הערשעל'ע זצ"ל קען עס איינער לייגן אויף דראפבאקס?

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

נייע קליפ געפונען פון הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זצ"ל

תגובהדורך איך גלייב » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:58 pm


אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:18 pm

Wow
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:58 pm

אוי באשעפער, זעהנדיג נאכאמאל די הייליגע צורה און דאס הארץ גיבט זיך א צועפן, א טרער פליסט אראפ פון די אייגעלעך, ווי פון א טיעפער שלאף עס ערוועקט זיך געגועים אן אויפהער, עס בענקט צו א נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען מיר האבן די זכי' געהאט צו הערן א ש"ס תורה פון א צדיק מדור הישן, א קוויטעל געבן בחדרת קודש, א קיש טון די הייליגע הענט וואס האט אונז געבענטשט מיט א פאטערליכע ליבשאפט. רבוש"ע ווי ווייזט מען היינט א קינד דאס יראת שמים, דאס ענוה און הייליגקייט.
אוי ווי שיין וועט זיין ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן זיי אלע נאכאמאל זעהן אין ריעל לייף
לעצט פאראכטן דורך נאטורליך אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:15 pm

דעם חן מיט וואס ער שפאצירט די גאסען איז געוואלדיג

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:43 pm

ווער איז די גבאי וואס באגלייט ביים שפאציר?
ווער איז די בעל תפילה? הרב ד״ש שטיין?
ווער באגלייט צום בימה?
ווער גרייט אן די האנטוך?
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:54 pm

באגלייט צום בימה איז דער משב''ק הרב קעסלער

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:54 pm

משה צימערינג האט געשריבן:ווער איז די גבאי וואס באגלייט ביים שפאציר?
ווער איז די בעל תפילה? הרב ד״ש שטיין?
ווער באגלייט צום בימה?
ווער גרייט אן די האנטוך?

ר' שמעי' קעסלער באגלייט צו די בימה.
יא, מ'זעט ר' ד"ש טראגן די תורה,
דער וואס באגלייט אין די גאס קען אפשר זיין חזקי' בעכער?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:35 am

WOW!

מזעט יעדעס ריר ווי עס איז מיט א חרדת קודש, דעם ווארימען קיש אויף די תפילין, וכו' (ער האט נישט געוואוסט אז מען כאפט דאס אפ, דאס איז יעדן טאג געווען אזוי...)

איין זאך פארשטיי איך נישט, פארוואס האבן זיי אראפגענומען די 'סאונד'? 1992 איז שוין געווען סאונד אויף ווידיאס, טא פארוואס נישט הערן זיין הייליג קול? פארשטייט זיך אז גייענדיג אין גאס און בשעת'ן דאווענען הערט מען ווארשיינדליך נישט קולו בקודש, אבער וואס איז בשעת'ן זאגן ד' פרשיות מיט די תפילין דר"ת?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:53 am

יישר כח! א עכט פארצייטישער רבי חן על כל פסיעה ופסיעה...

סדרייט זיך נאך א קליפ אויך, פון די מצוה טאנץ ביי די סטרולאוויץ חתונה, דארף מען זעהן וויזוי איך קען עס ארויפשטעלן.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:01 am

און דער קעפל איז עפעס פאני נייער קליפ ״געפינען״ סקען זיך דאכטען אז מרעד פון 100 יאר צוריק סיז געפינען געווארן אין א גאווערמענט פייל קאבּינאט פון פארן ערשטען וועלט קריג.

א איד האט מחליט געווען מהנה צו זיין אנדערע אידן מיט א צורה פון א צדיק און האט אפגעשטויבט זיינע ארכיוון..!

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:39 am

רבניש האט געשריבן:און דער קעפל איז עפעס פאני נייער קליפ ״געפינען״ סקען זיך דאכטען אז מרעד פון 100 יאר צוריק סיז געפינען געווארן אין א גאווערמענט פייל קאבּינאט פון פארן ערשטען וועלט קריג.

א איד האט מחליט געווען מהנה צו זיין אנדערע אידן מיט א צורה פון א צדיק און האט אפגעשטויבט זיינע ארכיוון..!

ווי איך פאר שטיי איז כמעט נישט דא קיין בילדער בכלל פון דעם הייליגען יוד!
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 4:20 am

יישר כח
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:30 am

יישר כח,

כ'האב נישט געגלייבט אז איך וועל אים נאך זעהן אמאל אזוי ווי לעבעדיג,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:11 am

רבניש האט געשריבן:יישר כח! א עכט פארצייטישער רבי חן על כל פסיעה ופסיעה...



יעצט אויב אויפן קליפ זעהט מען דעם חן, קען מען זיך שוין פארשטעלן ווען מ'פלעגט עם אליין זעהן עמו במחיצתו וואספארא חן דקדושה דער הייליגער איד האט געהאט.

דעם אויסדרוק וואס מען נוצט אסאך אז "איינעמ'ס צורה האט געשיינט" איז ביי דעם צדיק זי"ע נישט געווען בלויז א משל נאר ווער ס'האט אים נאר געזעהן פלעגט זיך אזוי אויסדרוקן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:12 am

לייפציק האט געשריבן:[
דער וואס באגלייט אין די גאס קען אפשר זיין חזקי בעכער?

אודאי געוויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:16 am

אוי כאפט מיך א שטארקע בענקשאפט נאך דעם צדיק זי"ע. איך האב געהאט די זכי' צו דאווענען דארט יעדע וואך כמעט. און זיין דארט שלש סעודות כמעט יעדע וואך. איך האב נאכנישט געזעהן אזוי לייוו בילדער פון אים ביז יעצט.
דער גבאי ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו שמועסט איבער די עליות וועמען דער רבי וויל מכבד זיין כדרכו בקודש.
ביים צוזאמליייגן די תפילין האט מען בדרך כלל געקענט גיין שמועסן, פרעגן קורצע זאכן. זעהט אויס אז פונקט דעמאלטס איז קיינער נישט געווען.
ר' וואלף ליכטנשטיין נ"י בן טיב טוב, איז געווען א הויז בחור, און איינע פון די משבק"ים, ער גרייט אן די קאפ וואסער מיט א האנטוך.
זכותו יגן עלינו

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:45 am

אויב דער תאריך פונעם שפאציר איז ריכטיג June 4, 1992 אידישלעך גערעדט מיינט דאס ג' סיון תשנ"ב, אינטרעסאנט אז ער שפאצירט מיט שטיוול.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:57 am

דער גאנג איז אומקלאר. ווי באקאנט איז דער ספינקער רבי כמעט נישט געגאנגען אין גאס. מ'זעט אים גיין העכער'ן הייוועי לכאורה אויף לי עוועניו, קען עמיצער אידענטיפיצירן אנדערע גאסן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:01 am

פלעגט שפאצירן ארויס פון געגנט, בזכרוני קיעפ ביז בראדוועי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:10 am

לא לנו האט געשריבן:דער גאנג איז אומקלאר. ווי באקאנט איז דער ספינקער רבי כמעט נישט געגאנגען אין גאס. מ'זעט אים גיין העכער'ן הייוועי לכאורה אויף לי עוועניו, קען עמיצער אידענטיפיצירן אנדערע גאסן?

ער פלעגט זיך טאקע כמעט נישט דרייען אין די גאסן, אבער ער פלעגט יא ארויסגיין אויף א שפאציר יעדע נאכט (דאכט זיך נאר נאכדעם וואס דער דאקטאר האט עם דאס געהייסן טוהן).

ס'איז באקאנט אז ער האט דוקא אויסגעקליבן א באגלייטער מיט וועם ער האט נישט געשמועסט, און דאס איז געווען זיין צייט ווען ער איז געווען פארטראכט, און אפילו אויב ער האט אנגעטראפן א באקאנטן האט ער נישט געטוישט קיין ווערטער בכלל נאר זיך געגאנגען ווייטער זיין וועג.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:32 am

איי איי איי זעהנדיג דעם לעכטיגע צורה אינטערן טלית דערמאן איך זיך פונעם פלאם פייערדיגן פנים אינטערן טלית ביי קידוש, זייענדיג א יונגל פלעג איך גיין יעדע פרייטיג צו נאכטס צום טיש איך בין געשטאנען קעגן איבער דעם צדיק אגאנצן טיש, דעם לעכטיגן שמייכעל ביים געבן שיריים פארן קלענסטן קינד קען מען נישט פארגעסן, און דער פייערדיגע פנים ביי כל מקדש גייט נישט אזוי גרינג ארויס פון קאפ,
זי"ע

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:59 am

ג"א מצטרף צו די אלע געגועין,
אויב איך געדענק גוט פון די שפעטע 1980'ער יארן פלעגט ער שפאצירן קיעפ ביז מארסי, דערנאך קיין דיוויזשאן,ערגעץ ביז דריגס עוועניו און צוריק, איך געדענק ס'פלעגט זיין א בחינה פון והביטו אחרי משה, דער עולם וואס וואוינט דארט פלעגט קוקן פון א גאס ווייט מיט א יראת הכבוד און שעצונג וואס מען קען היינט בכלל נישט מסביר זיין, יאפס ס'איז אמאל נישט לאנג צוריק געווען, און סימער נישט דא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

proudyid
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

תגובהדורך proudyid » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:46 pm

the link dosen't work anymore, can somebody put it up again?

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:39 pm

proudyid האט געשריבן:the link dosen't work anymore, can somebody put it up again?

נו ווער קען ביטע ארויסהעלפן און עס איבערלייגען ?
יישר כח פון פאראויס


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ, וואס עפעס?, מומחה יוחס, קיווי סטראבערי און 15 געסט