השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

יומא דהילולא י"ז אב

מצאצאיו ידועים משפחת אסטרייכר המורחבת.

אויב האט איינער פין די חשובע חברים מער ידיעות איז ער מער ווי באשטעלט ארויף צולייג'ן דא פארן גאנצן ציבור
אטעטשמענטס
תואר פני קודשו
תואר פני קודשו
וחיי עולם נטע
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

.
אטעטשמענטס
Wertheimer, Samson.jpg
Wertheimer, Samson.jpg (38.81 KiB) געזען 4301 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבתו לפני השואה
אטעטשמענטס
4420.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבתו המחודשת כיום
אטעטשמענטס
W__38358797.jpg
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

יש'כ הרב יציב פתגם

אפשר האט איינער ביאגראפישע פרטים וועגן תולדות חייו פון דעם צדיק?
וחיי עולם נטע
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי שמשון איז געבוירן שנת תי"ט צו זיין פאטער דער שר רבי יוסף יוזלן ווערטהיימער זצ"ל אין די שטאט ווירמייזא. ער האט געלערנט אין די ישיבה אין ווירמייזא און אין פראנקפורט דמיין. ער איז געוואקסן א גרויסער גאון פון די גרעסטע גאונים אין זיין דור.

אין יאר תל"ז זייענדיג א יונגער יונגערמאן, איז ער געקומען צו די שטאט ווינא מיט זיין חבר רבי שמואל אופנהיימער זצ"ל, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר'ן קייסער לעאפעלד דער ערשטער. זיי האבן זייער נושא חן געווען ביי אים, און זיי זענען געשטעלט געווארן אלס פארמיטלער אין קעניגליכן הויף.

אין יאר תמ"ג איז ער דערהויבן געווארן צום אמט פון הויפט פארמיטלער צו שפייזן דעם קעניג'ס שטוב און דאס מיליטער מיט אלע זייערע באדערפענישן.

אין יאר תנ"ב איז ער אויפגענומען געווארן פאר הויפט רב, אלס רב הכולל איבער אלע לענדער פון זיין קעניגרייך, וואס ער האט אנגענומען כדי ער זאל קענען פארשטארקן אידישקייט ווי עס דארף צו זיין, און ער איז אויך געווען איבער די שטאט פראג און מדינת ביהם, און אויף אלע קהילות אין עסטרייך אונגארן. אויך איז ער אויפגענומען געווארן פאר נשיא אין ארץ ישראל תובב"א.

אויסער זיין גאונות און צדקות, איז ער אויך געווען גרויס מיט זיין געוואלדיגע צדקה און חסד פאר אידן. ער האט געגעבן נדבות אין די טויזנטער און צענדליגער טויזנטער. ער איז געשטאנען צו הילף פאר זיינע ברידער, און האט משתדל געווען פאר זיי פאר'ן קעניג און די הארן. ער האט צונישט געמאכט די פלענער פון די גוים וואס האבן אנגעמאכט צרות פאר אידן, און ער האט זיי באשיצט. ער איז געווען א גאון אין נגלה און אין נסתר, און האט זיך גוט אויסגעקענט אין חכמת הקבלה. ער האט אויפגעשטעלט שולן און אויך הייזער אז ארימעלייט זאלן האבן וואו צו וואוינען.

דער גאון בעל 'חות יאיר' זצ"ל אין די הקדמה צו זיין ספר 'שו"ת חות יאיר' שרייבט: 'הסכמת הגאון המופלג המפורסם אב"ד ור"מ מדינת הגר, כמהר"ר שמשון נר"ו. כשמו כן הוא, באלייכט אויף די וועלט און אירע איינוואוינער מיט זיין חכמה, יועץ ונשוא פנים. באמת קען מען זאגן אז זינט די צייטן פון רב אשי, האט זיך נאכנישט געפינען תורה וגדולה אויף איין פלאץ ווי אים, ווייל מען קען נישט משיג זיין זיין פארשטאנד, און דורך השתדלות ביים קייסער ירום הודו טרעפט פרייהייט יעדער פארקלעמטער און ביטערער זעל. אויך מיר האט ער געהאלפן אויף די אויסגאבען פונעם דרוק אויף פארשידענע אופנים.'

אין ספר 'מליצי אש' שטייט אויף אים: ער איז געווען ריזן גרויס, שר התורה, טפסר און א נגיד ביי זיין פאלק, א שתדלן ביי די מדינה, און ווען אלע אידן האבן געזען זיין גרויסקייט און זיין גוטס, איז ער אויסגעוועלט געווארן אלס הויפט פון די רבנים, דער רב פון די מדינה אין אלע לענדער איבער אוסטריע, עסטרייך, מעהרען, באהמען, און ער איז אויך אויפגענומען געווארן פאר נשיא אין ארץ ישראל. פילע טויזנטער האט ער פארטיילט פאר צדקה און פאר אלע ענינים פון אידישקייט. ער איז אריין אין די קעניגליכע הויפן אין יעדע מדינה צו בעטן טובות פאר זיין אידישע פאלק וואס וואוינען אין זייערע לענדער. ער האט פארשטארקט דעם ערליכן דת אין אלע מדינות. ער איז געווען א וואונדערליכער דרשן, און ער האט אויך מחבר געווען חיבורים וועלכע זענען נישט געדרוקט געווארן.

רבי שמשון ווינער איז נפטר געווארן בשם טוב י"ז מנחם אב שנת תפ"ד, און ער ליגט אין די הויפט שטאט וויען.

אויף זיין מצבה שטייט, אז ער איז געווען רב פון די עיר המלוכה ווינא, און זיין רבנות איז געווען אויסגעשפרייט אויף קהילת אייזענשטאט און גאנץ מדינת אונגארן, אויך צו ק"ק חברון און צפת.

אין אנהייב ספר 'מנחם משיב נפש' שטייט אז ער איז געווען אב"ד ור"מ אין מדינת הגר און אין ק"ק וירמייזא און אין ק"ק אייזענשטאט, און זיין רבנות איז געווען אויסגעשפרייט אין ק"ק פראג און עיה"ק חברון און צפת, און ער איז אויך אויפגענומען געווארן פאר אב"ד קראקא.

אין זיין צוואה האט ער געזאגט אז ער מאכט ירשנ'ען זיין פארמעגן פאר זיינע אייניקלעך כדי עס זאל זיי זיין צו הילף זיך משדך צו זיין צו תלמידי חכמים מיוחסים וואס זענען פאסיג פאר זיי, און זיי זאלן נישט זוכן סתם שידוכים צוליב געלט אדער כבוד און גרויסקייט.

(דער מנוחת אשר פון טשענגער - באהלי צדיקים)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נאך אפאר בילדער פון די מצבה
אטעטשמענטס
3045.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

2
אטעטשמענטס
3047.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

3
אטעטשמענטס
3048.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

4
אטעטשמענטס
3049.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויף די וואנט דערנעבן
---
איז די מצבה די ארגינעלע נאר איבערגעפרישט אדער איבערגעמאכט אינגאנצן ניי?
אטעטשמענטס
3050.jpg
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איך וואלט געזאגט אז דאס איז א נייע מצבה, איך זעה נאך אסאך שיינע מצבות אויף די בילדער פון פארן קריג, און איך זאל זאגן אז פונקט די מצבה איז געבליבן גאנץ? חוץ דעם די אויתיות איז היינטיגע, און די שטיין איז שיין גאנץ, בקיצור גוט נאכגעמאכט.
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

אין די הקדמה צום מנחם משיב נפש באשרייבט ער וויאזאי ר' שמשון איז אנגעקומען קיין ווינא. ס'איז א מוראדיגע מעשה. עוד ראיתי בספר ויהי בנסוע וואס דער ברך משה ז''ל האט פארציילט אז ווען ר' שמשון האט געוואלט נעמען ר' יונתן אייבשיץ פאר אן איידעם האט די קעניגן פארלאנגט אז זי וויל אים ערשט זעהן. וכך הוה ער איז געקומען אין פאלאץ מיט ר' שמשון ווי די קעניגן האט זיי אראויס געפירט אין גארטן אויף א שפאציר.

שפאצירנדיג האט זי זיך אפ גישטעלט פאר א גרויסן געטשקע אין גיבעטן ר' יונתן ער זאל זאגן אפאר ווערטער לכבודו פון איר אפ-גאט. ר' יונתן האט איר געזאגט אז ווייל דער אפ-גאט איז גרעסער און חשובער פון איהם זאל ער קודם זאגן דערנאך וועט ער רעדן. פאר די ''חוצפדיגע'' רייד האט זי נישט ערלויבט ר' שמשון איהם צו נעמען פאר אן איידעם.
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

איך האב גיעהרט א מעשה וואס ער איז ניצול גיווארן פין מיתה, אבער איך געדענק נישט, ווייסט איינער וואס איז געווען די מעשה?
וחיי עולם נטע
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער מעשה פון די לעצטע געדאנק, האט פאסירט בי עם...
מיט אביסעלע אנדערע פרטים איבער די בילבול
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

היינט איז די יארצייט, לחיים זכותו יגן עלינו
וחיי עולם נטע
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תולדות הגאון השר רבי שמשון ווינער זצ"ל בגליונות השבוע
אטעטשמענטס
חצי גבורים.pdf
(92.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 273 מאל
מאורות אשר.pdf
(159.76 KiB) געווארן דאונלאודעד 228 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת נכדו הגה"ק רבי אשר אנשיל ווינער זי"ע בעיר מישקאלץ
אטעטשמענטס
1.jpg
2.jpg
לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי אלטער »

ר' אשר אנשיל ווינער זצ"ל איז געווען די פאטער פון הרבנית מרים יטל יונגרייז ע"ה מוטער פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל
לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי אלטער »

יוראפ האט געשריבן:אויף די וואנט דערנעבן
---
איז די מצבה די ארגינעלע נאר איבערגעפרישט אדער איבערגעמאכט אינגאנצן ניי?

איז דאס הגה"צ ר' יהושע צבי הלוי יונגרייז שליט"א טאלטשווא רב פון בארא פארק
ווי באקאנט איז ער גרויסע ידען און יחוס
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת נכדו הגה"ק רבי אשר אנשיל ווינער זי"ע בעיר מישקאלץ

מאן יימר ער איז טאקע געווען אן אייניקל?

דאס וואס מאנכע שרייבן אז רבי אשר אנשיל וויענער איז געווען אן איידעם ביי רבי יוסף יוזל בן רבי שמשון ווערטהיימער, איז זיכער א טעות. ווייל אויף די מציבה פון רבי יוסף יוזל שטייט אז ער איז געבוירן י"ז אלול תע"ז, און מיט א פופציג יאר שפעטער - תקכ"ז - איז שוין געבוירן רבי יהושע קראלער וועלכער איז געווען אן אור-אייניקל פון רבי אשר אנשיל.

בדרך כלל גיבט מען לכה"פ 20 יאר פאר א דור. דארף זיין די חשבון בערך אזוי:
רבי יהושע פריינד מקראלי - נולד תקכ"ז
בן רבי יצחק קרוב - נולד בערך תק"ז
בן רבי אליעזר - נולד בערך תפ"ז
חתן רבי אשר אנשיל ווינער אב"ד מישקאלץ - נולד בערך תע"ז [עכ"פ לאחר ה' תמוז תע"ד שאז נפטר זקינו רבי אשר אנשיל ראב"ד פראג שנקרא על שמו].
חתן ??? - נולד בערך תנ"ז
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נחוניא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מצבת נכדו הגה"ק רבי אשר אנשיל ווינער זי"ע בעיר מישקאלץ

מאן יימר ער איז טאקע געווען אן אייניקל?

דאס וואס מאנכע שרייבן אז רבי אשר אנשיל וויענער איז געווען אן איידעם ביי רבי יוסף יוזל בן רבי שמשון ווערטהיימער, איז זיכער א טעות. ווייל אויף די מציבה פון רבי יוסף יוזל שטייט אז ער איז געבוירן י"ז אלול תע"ז, און מיט א פופציג יאר שפעטער - תקכ"ז - איז שוין געבוירן רבי יהושע קראלער וועלכער איז געווען אן אור-אייניקל פון רבי אשר אנשיל.

בדרך כלל גיבט מען לכה"פ 20 יאר פאר א דור. דארף זיין די חשבון בערך אזוי:
רבי יהושע פריינד מקראלי - נולד תקכ"ז
בן רבי יצחק קרוב - נולד בערך תק"ז
בן רבי אליעזר - נולד בערך תפ"ז
חתן רבי אשר אנשיל ווינער אב"ד מישקאלץ - נולד בערך תע"ז [עכ"פ לאחר ה' תמוז תע"ד שאז נפטר זקינו רבי אשר אנשיל ראב"ד פראג שנקרא על שמו].
חתן ??? - נולד בערך תנ"ז


איטשע האט געשריבן:
ערנסט גערעדט האט געשריבן:הג"ר אשר אנשיל ווינער ז"ל אב"ד מישקאלץ (אות ד)
יח. חתן הג"ר יוסף יוסלין ז"ל
גדול בתורה ומפורסם בצדקתו בעיר וויען. נפטר ט"ז כסלו תקכ"ב
חתן אחיו הגדול הג"ר שמעון וואלף ז"ל (וז' מרת לאה ע"ה בת הקצין הג"ר מענדל אפענהיים ז"ל). הוא אשר פעל לביטול גזירת הגירוש מעיר פראג. נפטר שנת תקכ"ה.

יט. בן הג"ר שמשון [ווינער] ווערטהיימער ז"ל
המפורסם המקורב למלכות. נפטר י"ז אב שנת תפ"ד.
זו' בזוו"ר (אמה של הג"ר שמעון וואלף הנ"ל, חותן אחיו הג"ר יוסף) מרת פרומט ע"ה בת הג"ר יצחק ברילין ז"ל אב"ד מאנהיים. נפטרה שביעי של פסח שנת תע"ה.
ובזו"ש (אמה של הג"ר יוסף הנ"ל) מרת מערלי ע"ה בת הג"ר טעבלי הכהן שיף מפראנקפורט ז"ל. נפטרה ב' ר"ח אדר ב' שנת תפ"ו.

כ. בן הג"ר יוסף יוזל ווערטהיים ז"ל
פו"מ במארקברייט. נפ' ד' אייר תע"ג.



אויב ר׳ יוזל ווערטהיים איז נפטר געווארן שנת תע״ג, אז דאר ר׳ שמשון׳נס זוהן, ר׳ יוסלין, געבוירן הערשט נאכדעם, ביידע טראגן די זעלבע נאמען.
דו ווייסט ווען ר׳ אנשיל פון מישקאלץ איז געבוירן? ער איז געווען בע׳ 100 ביי זיין פטירה שנת תק״ס!

פון וואנעט האסטו גענאשט די יחוס?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נוסח מצבת בתו של רבי שמשון ווערטהיים מווינא בעיר הילדעסהיים

http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... 02&lang=en

אשת רבי יוסף אופנהיים אב"ד העלשויא
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

היינט, זונטאג פרשת עקב - יז אב, איז די יארצייט פון ר' שמשון ווינער זצ"ל.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מעשה פון הרה"ק ר' שמשון זצ"ל
מובא בדרכי חיים, שסיפרו הרה"ק מצאנז זי"ע.

סיפרו הרב אבד"ק גרינוויל שליט"א בשיעור בפרקי אבות אתמול.
אטעטשמענטס
Screenshot_20180729-081019.png
Screenshot_20180729-081019.png (571.53 KiB) געזען 2495 מאל
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”